בלאט 1 פון 2

ר' אהרן לעווין ז"ל-הי"ד אב"ד רישא

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 10, 2009 5:12 am
דורך israel
צי האט עמעצער אפשר א בילד פון ר' אהרון לוין.
גיט א קוק אין דעם לינק:
ר' אהרון לוין

הרב אהרן לוין (י"ד בחשון ה'תר"מ, 31 באוקטובר 1879, פשמישל, גליציה - ו' בתמוז ה'תש"א, 1 ביולי 1941, לבוב) היה איש ציבור חרדי, מראשי אגודת ישראל וממנהיגי היהודים בפולין, רבה של סמבור (ה'תרס"ד-ה'תרפ"ז) ושל ריישע (Rzeszów) (ה'תרפ"ז-ה'תש"א).

בן הרב נתן לוין, רבהּ של ריישא, למד בגימנסיה וכן למד תורה אצל אביו ואצל סבו מצד אמו, ר' יצחק שמקליס. שלט ביידיש, גרמנית, פולנית ועברית. נישא ב-1901 והיה סמוך על שולחן חותנו בויאליצ'קה.

הרב אהרן לוין היה ממנהיגי היהודים בפולין, ב-1904 נתמנה כרבה של קהילת סמבור שבגליציה. נחשב לנואם ולמנהיג, והשפעתו הציבורית חרגה הרבה מעבר לאגודת ישראל וקהילות החרדים שבפולין, שלהן השתייך באופן טבעי. ב-ה'תרע"ג, כשנה לפני מלחמת העולם הראשונה, הוכתר בידי קיסר אוסטריה פרנץ יוזף הראשון בתואר הכבוד של יועץ הקיסר. בימי המלחמה ניצל מעמד זה לשם עזרה לפליטים היהודים בווינה ובגליציה, ומונה על ידי ממשלת אוסטריה לפקח על מחנות הפליטים בניקולסבורג, בברוק, בפוהרליץ ובגייאה.

בבחירות לסיים הפולני בשנת 1922 הועמד הרב מסמבור בראש רשימת המועמדים של "הבלוק היהודי", שהיה חלק מברית המיעוטים שיזם יצחק גרינבוים במטרה להגדיל את ייצוג המיעוטים בכלל ואת ייצוג היהודים בפרט בבתי הפרלמנט של פולין. נבחר כמועמד ללא צביון מפלגתי כציר הסיים, אך השתייך לקבוצת צירי הסיים אשר נמנו עם שורות אגודת ישראל.

היה נציג "הבלוק היהודי" בוועדות התרבות, הדת והחינוך של הסיים, ונודע במאבקו התקיף בעד ביטול עונש המוות והוצאתו מחוקת פולין החדשה. בשנת ה'תרפ"ג נבחר על ידי צירי הכנסייה הגדולה הראשונה של אגודת ישראל שהתקיימה בווינה, "'נשיא המועצה המרכזית העולמית של אגודת ישראל" (כיום: הוועד הפועל העולמי של אגודת ישראל).

בבחירות לסיים בשנת 1927 לא נבחר לכהונה נוספת, עקב הווטו אשר הטיל יצחק גרינבוים על שיתוף מועמדים מטעם אגודת ישראל במסגרת ברית המיעוטים שייסד. בתגובה למעשה זה, העמידה אגודת ישראל בבחירות של שנת 1930 את הרב לוין הפופולרי כמועמד במחוז הבחירה של גרינבוים בוורשה; ואכן, הרב לוין הביס בבחירות אלו את גרינבוים ונטל את מושבו בסיים. כיהן כחבר בסיים עד לבחירות בשנת 1935.

בשנת ה'תרפ"ז, לאחר פטירת אביו, התמנה כרבה של קהילת ריישא, ואחר כך גם כחבר במועצת העיר. מאוחר יותר צורף גם כחבר בנשיאות "אגודת הרבנים של ורשה", אשר שימשה גוף מחליף לרב הראשי של ורשה, אשר לא מונה שנים רבות בשל בעיות חוקתיות.

בבחירות לסיים שנערכו בשנת 1935 לא נבחר, היות שנדרש אישורו של "חבר אלקטורים" אשר מונו על ידי הרשות המקומית להגשת מועמדות, והאישור להיות מועמד ברשימת מועמדים כלשהי לקראת בחירות אלו לא ניתן לו.

עם פרוץ מלחמת העולם השנייה ברח הרב לוין ללבוב, ושם נתפס על ידי הנאצים והוצא להורג ביום ו' בתמוז ה'תש"א.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 10, 2009 11:33 am
דורך מיללער
ר' ישראל, בייגעלייגט האט איר צוויי בילדער פונעם ריישא רב ר' אהרן לעווין ז"ל-הי"ד [אינעם צווייטן בילד איז ער מיט דעם קדושת ציון פון באבוב זצ"ל], אינעם אויבנדערמאנטן לינק איז נישט אזוי קלאר אלע אינפארמאציע, דא האט איר נאך אביסל פרטים.

זיין מוטער איז געווען די טאכטער פון הגאון הגדול ר' יצחק שמעלקיש אב"ד פרעמישלא ולבוב בעל שו"ת בית יצחק, און ער זעלבסט איז געווען א דעפוטאט אינעם פוילישען סיים, זיין אייניקל דר. נתן לעווין איז א באקאנטער קאנסטיטוציע-אדוואקאט [עורך-דין] אין וואשינגטאן הבירה, ווי ער האט שוין פילמאל גע'טענה'עט אינעם העכסטן געריכט פון די פאראייניגטע שטאטן, ער איז אן ערליכער איד א שומתומ"צ

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 11, 2009 3:38 am
דורך israel
ר' יעקב, א גרויסער יישר כח.
צי די בילדער האבן קאפּירייט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 3:21 pm
דורך מיילעך
ר' נתן לעווין אב"ד רישא (אבי ר' אהרן):

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 3:26 pm
דורך מיללער
יישר-כח ר' מיילעך, קוקט אויס ווי דער מציבה האט איבערגעלעבט א שאס פון א ביקס וכדו'.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 2:15 pm
דורך מיללער
האט א חשובער ניק בשם שארפשטיין ארויפגעשטעלט דעם בייגעלייגטען בילד אין 'בחצרות חסידים' און דער מנהל הרב החשוב מתפעל הי"ו אידענטיפיצירט דעם הערליכען בילד אלס ר' אהרן לעווין אב"ד רישא, ואם קבלה הוא נקבל, ווייסט איינער צו דאס איז טאקע אזוי?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 3:48 pm
דורך בןהרחמן
א לינק צו זיינע ספרים:

א) ברכת אהרן עמ"ס ברכות (י"ל לראשונה בשנת תרע"ג).
ב) הדרש והעיון על חמשה חומשי תורה, בראשית, שמות, במדבר ח"א, במדבר ח"ב, דברים, (אויף סדר ויקרא האב איך נישט געטראפן ביי היברו-בוקס).
ג) שו"ת אבני חפץ.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 09, 2010 11:09 am
דורך farshlufen
אביסל אינגער

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 09, 2010 11:35 am
דורך מיללער
אן איספת הרבנים אין ווארשא ווי עס ווערט געזעהן ר' אהרן לעווין (פינפטער לינקס), צווישען די אנדערע רבנים פון לינקס: ר' יחזקאל ליפשיץ מקאליש, ר' שלמה פיין ור' שמואל הלוי בראדט פון אמאשוב, ר' אהרן לעווין פון רישא, ר' מנחם מענדל אלטר מפבאיאנץ, הרב יאזלאוויטץ מסובאלק.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 09, 2010 12:33 pm
דורך ללמוד וללמד
ס'איז אינטערעסאנט אנצוווייזען א תשובהאין זיין ספר אבני חפץ סי' כ"ט ווי מ'פרעגט איהם די מקור פונעם מאמר 'הרודף אחר הכבוד הכבוד בורח ממנו' אין זאגט אז מיר טרעפן דאס נישט אין חז"ל, נעמליך, איז דאס נאר א מאמר וואס איז שגור בפי העולם. ער ברענגט דארט צו נאך 13 דוגמאות פון אזעלכע מאמרים, און פירט אויס אז ס'איז דא מער פון דעם, ער האט נאר אויסגערעכנט ממה שעלה בזכרוני. זעהט מען פון דעם זיין געוואלדיגע גדלות אין תורה, ווי ע"פ זכרון האט ער דורכגענישטערט גאנץ חז"ל און געוואוסט צו זאגען וועלכע מאמרים הרגילים שטייען נישט.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 09, 2010 3:41 pm
דורך ביקסאד
ללמוד וללמד, כבר קדמוך ר' שמחה.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 09, 2010 4:08 pm
דורך ללמוד וללמד
יישר כוחכם פארן מיר צופירן צו די אינהאלטסרייכע אשכול. אזוי ווי איך בין נאך ניי האב נאכנישט דורכגענישטערט אלעם. אלנפאלס, טאמער דאס רעכנט זיך ווי "קדמוך" זאל זיין אזוי. די עיקר איז דאך די ידיעה.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 10, 2010 4:02 pm
דורך נחמן נתן
מיללער האט געשריבן:האט א חשובער ניק בשם שארפשטיין ארויפגעשטעלט דעם בייגעלייגטען בילד אין 'בחצרות חסידים' און דער מנהל הרב החשוב מתפעל הי"ו אידענטיפיצירט דעם הערליכען בילד אלס ר' אהרן לעווין אב"ד רישא, ואם קבלה הוא נקבל, ווייסט איינער צו דאס איז טאקע אזוי?

איצטער אז מיר וויסן שוין וואו יענעמ'ס מקור איז, קענען מיר טאקע פעסטשטעלן אז דאס איז ר' אהרן, ווארום אינעם נייעם זייטל וואס באלייכט אונז די אויגן די לעצטע פאר טאג, שטייט טאקע אז דאס איז ר' אהרן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 14, 2010 12:31 pm
דורך מיללער
א בריוו פון הרב דר. מרדכי לעווין פון די בראנקס בן ר' אהרן לעווין מרישא, איז דאס דער פאטער פונעם אדוואקאט דר. ר' נתן לעווין?
http://www.archive.org/stream/chaimbloc ... 9/mode/2up

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 14, 2010 3:53 pm
דורך ביקסאד
דער פאטער פון דעם אדוואקאט ר' נתן שיחי' האט געהייסן ר' יצחק.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 14, 2010 4:02 pm
דורך מיללער
ביקסאד האט געשריבן:דער פאטער פון דעם אדוואקאט ר' נתן שיחי' האט געהייסן ר' יצחק.


איך זעה טאקע אין שער בלאט דריי זון, ר' יצחק, ר' שמואל און ר' מרדכי.

ר' מרדכי האט (געהאט?) א זון זון ר' אהרן לעווין רב דיאנג-איזרעאל אויף עוועניו זשעי אין פלאטבוש, חתן ר' שמואל דוד ווארשאווציק ז"ל און נאך א זון ר' דוב לעווין חתן ר' נחום שטערנבוך פון שווייץ

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 9:59 am
דורך מיללער
א שיין פבילד פונעם ריישא רב אויף א פיאקער, אינאיינעם מיט זיין זון ר' יצחק לעווין ע"ה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 8:52 am
דורך א טענצל!
אן אריינצוגיין אין די נושא- דער רישא רב ז"ל איז ביי די כנסי' הגדולה געווען פון די גאר שטארקע שטיצער צו פארלאנגען א אידישע מדינה ע"פ תורה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 8:58 am
דורך שמעלקא טויב
כ'בין אן שטיקער ע"ה דערין, איז דער רב געווען א קרוב מיט רי"מ חתן האדמו"ר מגור?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 3:53 pm
דורך ביקסאד
ר' איטשע מאיר איז געווען א זוהן פון בענדין'ער רב און איידעם פון זיין פעטער דעם אמרי אמת,
דער בענדין'ער רב איז געווען א איידעם ביי דעם שפת אמת און שווער פון דעם אמרי אמת בזיווגו השני [דער פני מנחם איז געווען זיין אייניקל].
דער בענדין'ער רב זעלבסט איז געווען א אייניקל בן אחר בן פון הרה"ק רבי חנוך העניך הכהן מ'אלכסנדר בעל חשבה לטובה, http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7%A0%D7%95%D7%9A_%D7%94%D7%A0%D7%99%D7%9A_%D7%94%D7%9B%D7%94%D7%9F_%D7%9C%D7%95%D7%99%D7%9F
נישט פארטוישן מיט די שפעטערע שושלת אלכסנדר.


דער ריישא רב רבי נתן לעווין [חתן הבית יצחק] ויו"ח זענען לפי ידיעתי נישט געווען קיין כהנים.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 10:22 am
דורך זאמלער
אן ארטיקל אין ''דאס יודישע טאגבלאט'' כ' חשון תרצ''א איבער דאס לעבען און שאפען פון הרב ר' אהרן לעווין אב"ד ריישא

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 10, 2014 2:41 pm
דורך מיללער
ספר "חורבן אייראפא" געזאמלטע מאמרים אויף אידיש פו פראפעסאר יצחק לעווין, דער זון פון הגאון רבי אהרן לעווין אב"ד ריישא ז"ל:
https://archive.org/stream/hurbmeyrope0 ... 6/mode/2up

דער בילד פון רבי אהרן לעווין ערשיינט פראמינענט אין אנהייב פונעם ספר

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 10, 2014 5:25 pm
דורך יציב פתגם
א מצבה לזכרון נשמת רבי אהרן לעווין זצ"ל אויפן וואנט אינעם אהל פון זיין טאטן רבי נתן זצ"ל אין רישא ביה"ח

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 10, 2014 5:25 pm
דורך יציב פתגם
א נענטערע בילד פון די מצבה

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 2:02 pm
דורך מיללער
קונטרס "מטה אהרן" מהגר"א לעווין זצ"ל אב"ד רישא שהדפיס בשנת תרס"ה בעת היותו אב"ד סאמבור:
https://archive.org/stream/maehaharonba ... 5/mode/2up