בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2014 12:55 am
דורך רימנובער אייניקעל
ראש הקהל האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:היינט, י"א טבת, איז די יארצייט פון הרה"ק ר' אברהם שמואל מברעזנא זצ"ל, די פערטע רינגל אינעם ברעזנא קייט.

ווען זיין פאטער ר' יוסף מברעזנא זצ"ל איז אוועק אין יונגען עלטער פון 36 יאר ווי אויבן דערמאנט, האט ער איבער געלאזט 3 זוהן:




וואס איז דער נאמען פון רבי יוסף'ס רעבעצין ווייסט איינער?
און ווער איז דער טאכטער? וואס איז איר נאמען געוועהן? איר מאן? מיט וועם האט זי חתונה געהאט?


אגב איז אויך א א שלשלת ברעזנא און אונגארן, ווי איז דער ברעזנע פון וואס מ'רעד דא?


איך וועל בעזר שמו יתברך ענטפרען על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.


רבי יוסף'ס רעבצן האט געהייסן מרת מלכה.
א'טאכטער פון הרה"ק רבי שמואל אשכנזי זצ"ל. (שווער פון הרה"ק רבי יהושע מ'בעלזא זצ"ל).
ואשתו הרבנית הצדקת רחל'ה בת הרה"ק רבי איטשע מאיר זצ"ל מ'זשינקעוו בן הרה"ק האוהב ישראל מ'אפטא זיע"א.

און רבי יוסף מ'ברעזנא טאכטער האט חתונה געהאט מיט הרה"ק רבי שלום פערלאוו מ'בראהין-קוידענאוו זצוק"ל.(מגזע לעכאוויטש).ובעל מחבר ספר הנודע משמרת שלום.

און די שטאט ברעזנא וואס מ'רעדט דא געפונט זיך און וואהלין אוקריינא ,און ראוונע גובערניע לעבן מעזריטש.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 24, 2015 10:52 am
דורך מיללער
משיח האט געשריבן:היינט, י"א טבת, איז די יארצייט פון הרה"ק ר' אברהם שמואל מברעזנא זצ"ל, די פערטע רינגל אינעם ברעזנא קייט.

ווען זיין פאטער ר' יוסף מברעזנא זצ"ל איז אוועק אין יונגען עלטער פון 36 יאר ווי אויבן דערמאנט, האט ער איבער געלאזט 3 זוהן:
א. האדמו"ר ר' מאיר מראוונא זצ"ל,
ב. האדמו"ר ר' יחיאל מיכל מקאריץ זצ"ל. נולד בשנת תר"ג, נפטר תרע"ג.
ג. האדמו"ר ר' אברהם שמואל מברעזנא זצ"ל, דער היינטיגע בעל הילולא.
מיט איין טאכטער.

דער זון ר' שמואל'יקל איז געווען אלט בלויז אכטצען יאר, אבער דער עלטער זיידע ר' אהרן טשערנאבלער, וועלכע איז דאן געווען א זקן מופלג איבער די אכציג, האט זיך געזארגט פאר זיינע איר אייניקלעך און פאר די המשך השלשלת, און האט ממנה געווען דעם יונגען ר' שמואל'יקל אלס אדמו"ר מברעזנא, וואס ער האט געפירט פאר כמעט 50 יאר ביז זיין הסתלקות י"א טבת תרע"ח.

ער איז געווען א איידעם ביי הרה"ק ר' מרדכי מזוועהיל זצ"ל.

בניו:
א. מ"מ האדמו"ר ר' יצחק מברעזנא זצ"ל, חתן ר' מרדכי מלאיעוו-טשערנאביל זצ"ל.
ב. האדמו"ר ר' נחום יהושע מדאמבראוויטש זצ"ל. חתן ר' אלטר מרדכי ספרד מאוסטראה זצ"ל. נספה בשואה י"ד אב תש"ב. גם בנו ר' יצחק נפטר בשואה, בנו "הרב אהרן הלוי פיצ'ניק" גר בישראל, והוציא לאור עשרות ספרים וכתבים.
ג. האדמו"ר ר' יוסף מסארני זצ"ל.
חתניו:
ד. חתנו האדמו"ר ר' ישכר דוב מבעלזא זצ"ל (בזוו"ש).
ה. חתנו ר' משולם זוסיא מארעל זצ"ל.
ו. חתנו האדמו"ר ר' יעקב יוסף מאנדל מקאזין זצ"ל (מבית אוסטראה).
ז. חתנו ר' אלתר פרלוב מקוידינוב זצ"ל.


האדמו"ר רבי נחום יהושע מדאמבראוויטש זצ"ל-הי"ד האט באזוכט אמעריקא בשנת תרצ"ה, אויפן ספר "ילקוט ישעיה" (ברוקלין, תרצ"ו) איז פארהאן אן הסכמה וואס רבי נחום יהושע האט געשאנקען דעם מחבר ביי יענעם באזוך, וויילענדיג אין ברוקלין.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=3

(קרעדיט: מכון מח"א)

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 24, 2015 11:02 am
דורך בן בוזי
להעיר אז אויך אחיו ר' איציקל האט באזוכט אין אמעריקא