בלאט 4 פון 6
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 6:11 pm
דורך farshlufen
און וואו ליגט ר' יצחק אייזיק כהנא שנפטר בברוקלין?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 11, 2010 9:49 pm
דורך ברוקלין
היינט ד' חשון איז די יארצייט פין הגר"י מודרן זצ"ל.
איך שטעל צאם א ליסטע פין זיינע תלמידים אין פין וואס האבען זיך געדרייט ביי עם. ביז דערווייל האב איך געטראפען די ערך ש"י זצ"ל (כל פעם כשמזכיר הגר"י מודרן הוא מתארו בשם "מורי"); הגה"צ ר' נפתלי שווארטץ זצ"ל אב"ד מאד בעל בית נפתלי, בן הקול אריה (ער שרייבט "הרבה למדתי ממנו"); הג"ר שרגא חזקיה פייבול ווייס הי"ד אב"ד איפלאשאג (חתן הרה"צ ר' יוסף צבי סופר ז"ל אב"ד שאמשאן בן הגה"ק המחנה חיים); הגאון החסיד ר' ישעיהו ווייס הי"ד מסיגוט (ער האט געהייסען פין די גרעסטע ת"ח אין סיגוט, געווען די פארהערער אין משגיח אין ת"ת); הרה"ח ר' ישראל כהנא ז"ל נכד המראה יחזקאל.
ווער עס ווייסט נאך זאל ביטע מוסיף זיין.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 15, 2010 8:23 am
דורך מיללער
ערהאלטן אין אישית פון הרוצה בעילום שמו תשוח"ח לו
וועגן די יחוס פון די כהנא משפחה:
עס איז דא א ספר פון הרה"ח ר' יעקב כהנא ני"ו ראה"ק איך מיין אז דאס הייסט אביר יעקב, ער באשרייבט דארט אסאך וועגן די כהנא משפחה, דארט ברענגט ער ארויס אז עס איז געווען עטליכע ברידער פון די אנגעזעהנע כהנא משפחה (איך מיין אז קינדער פון ר' יוסף לייב הראשון אדער אן אנדערע נאמען) וואס האבן זיך געקריגט מיט'ן קדושת יו"ט זי"ע,
איין ברידער פון די ראשי קהילה וואס האט געהייסן ר' יהודה איז געווען די זיידע פון די היינטיגע סאטמארע משפחת כהנא המפוארה וואס ער האט דוקא זיך יא אנגענומען גאר שטארק פאר די הייליגע קדושת יום טוב, הרה"ח ר' יוסף לייב כהנא ז"ל מראשי הקהילה בקהל יטב לב דסאטמאר (די טאטע פון האחים הרה"ח ר' יעקב און הרה"ח ר צבי אלימלך נרם יאיר) איז געווען א רעכטער אייניקל פון ר' יהודה כהנא ז"ל וואס ער און זיינע קינדער אחריהם זענען געווען חסידים ומעריצים מופלגים פון די הייליגע קדושת יום טוב ובניו הקדושים ווי אויך זענען זיי געבליבן מקושר לכל בית סיגוט צו הרה"ק ר' זלמן לייב זצ"ל אב"ד סיגוט בנו של העצי חיים זי"ע
ווען הרה"ח ר' יהודה הנ"ל איז נפטר געווארן האט דער קדושת יום טוב אנגעפאנגען די הספד מיט די ווערטער "יהודה אתה יודוך אחיך" זייענדיג מרמז מיט דעם אז אנדערש ווי זיינע ברידער'ס האט ער זיך געהאלטן גאר שטארק בידידות מיט די סיגוט'ע קהילה בראשות הקדושת יום טוב
[הרה"ק הברך משה זצ"ל האט אמאל ברבים געזאגט אז פון די גאנצע כהנא משפחה די חלק וואס האבן זיך געקריגט מיט'ן קדושת יום טוב איז נישט געבליבן קיין ערליכע דורות, האב איך געהערט פון א כהנא אייניקל אז עס האט אים אנגערופן דעמאלס א משפחה זיינער אן אייניקל פון יענע כהנא'ס א שומר תומ"צ און זיך שטארק אפגערעדט אז היתכן ער רעדט אזעלכע זאכן אינדערצייט וואס עס איז דא אסאך ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות אייניקלעך טאקע נישט מיט קיין שטריימלעך אבער שומרי תורה ומצוות]
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 15, 2010 11:07 am
דורך ברוקלין
עס זענען געבליבען חסידישע יודען אויך פין די מענטשען וואס האבען זיך געקריגט מיטן קדושת יום טוב זצ"ל, ואני בתוכם ב"ה וכן יעזור השי"ת להלאה
די גאנצע זאך אז די כהנא'ס זענען אפגעפארען איז נישט אמת (נישט קיין חילוק ווער עס זאגט עס - עס איז פשוט א טעות). עס זענען געווען אפגעפארענע אבער נישט מער ווי ביי אנדערע משפחות (איך ווייס משפחות וואס האבען אנגעפירט די מחלוקה פין די "סיגטער" זייט וואס זענען אפגעפארען ל"ע). די גרעסטע ראיה איז, אז כמעט יעדע צווייטער דריטער אונגרישע יוד איז א קונטרס הספיקות אייניקעל. אין מ'קען זאגען, אז די קונה"ס זי"ע האט געהאט אן עקסטערע זכיה איז ער האט איבערגעלאזט אזוי סאך ערליכע פרימע אייניקלעך.
וואס איז יא אמת, אז ווער עס איז געבליבען אין די ספרדישע קהלה איז געווארען שטארק מאדערן אדער מחלל שבתות. רוב כהנא'ס זענען ארויס פין די קהלה בערך צוויי יאר נאכן ד"ת אין פסק פין שינאווער רב זי"ע (בערך שנת תרנ"א). די סבה פארוואס מ'איז דארט אפגעפארען איז פשוט - רוב ערליכע זענען ארויס ממילא איז געבליבען נאר די שוואכע. פין רבין זי"ע אין שו"ת דברי יואל איז משמע אז די קהלה איז שוואך געווארען ווייל מהאט נישט געפאלגט די דין תורה.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 15, 2010 11:39 am
דורך ברוקלין
אז די רעדסט פין יהודה אתה יודך אחיך, עס איז דא א בריוו פין "זקני תלמידי רבינו" משנת תשמ"ט וואס זאגען בשם רביה"ק אז דער קדושת יום טוב האט עס געזאגט אויף הגר"י מודרן זצ"ל. עס הייסט אז הגר"י מודרן האט געשטיפט די כהנא'ס צוריקציציען נאכען ד"ת.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 15, 2010 12:34 pm
דורך farshlufen
הרב ברוקלין איך גיב אייך גערעכט מיט אייער ערשטע תגובה, אבער רוב אידן וועלן אנרופן די גאנצע ספרדים קהילה און אויף דעם באציען זיי זיך ווען זיי זאגן אז זיי זענען אפגעפארן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 21, 2010 2:41 pm
דורך ברוקלין
אויך הג"ר שלמה זלמן אולמאן שליט"א חבד הבד"ץ איז אן אייניקעל פין הרב החסיד ר' קלמן כהנא ז"ל וואס האט אנגעפירט די מבוכה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 21, 2010 4:46 pm
דורך farshlufen
אויב אולמאן האסטו שוין אנגעריריט אנדערע רייבערייען אויך. ודו"ק
רבי קלמן כהנא מסיגוט
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 31, 2010 11:43 am
דורך קעלער
בס"ד
ס'איז מיר יעצט אונטערגעקומען דעם וואונדערבארן ספר "בית אבות" תולדות אדמור"י שעדליץ ושעניצא, ובסופו נלוה אליו קונטרס "בכי ומספד", הספדים וואס זענען געזאגט געווארן אויף דעם זקן הרבנים הגאוה"צ רבי אליעזר פלטיאל אבד"ק שעניצא זצ"ל, און דארט ברענגט הרב קופערמאן (כמדומה פון וויליאמסבורג) א מעשה פון רבי קלמן כהנא, מסתמא איז דאס אונזער רבי קלמן הנזכר. איך וועל פרובירן עס דא ארויף צו לייגן.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 31, 2010 11:43 am
דורך קעלער
---
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 03, 2010 6:12 pm
דורך ברוקלין
אז מ'האט דערמאנט ר' קלמן'ס אדיקות בצאנז, איז כדי צידערמאנען א מעשה פלא מאותו ענין.
איך האב געהערט פין ר' משה כהנא-פראנקעל, זין פין ר' שמואל זנוויל זין פין ר' יחיאל מיכל זין פין ר' קלמן כהנא. אז ווען ר' יחיאל מיכל איז געווארען אן איידעם ביין באלחובער רב זצ"ל, האט דער באלחובער רב פארציילט ביים תנאים אז ער איז איינמאל א דורך געפארען סאדיגורא ערב יוהכ"פ, אין האט געדאווענט ביים רישענער זצוק"ל, אין אלס רב האט מען עם אריינגעלאזט אין שטיב אין האט געזען אז דער הייליגער רישענער איז געליגען אויף א בעט/קאטש, זיין פנים ווייס ווי קאלעך "ממש כצורת בר מינן ח"ו" מחמת יראה, אין א יעדע פאר פנים איז ער געקימען ציזיך אין האט עפעס געגעסן. ע"כ המעשה. ווען ר' קלמן האט דאס געהערט איז עם שלעכט געווארען, דעלמאץ איז געווען בשעת די מבוכה הידוע, אין דא האט ער זיך משדך געווען מיט א רישענער חסיד. איז ער געגאנגען צי זיין רבין אין צאנז פרעגען וואס ער זאל טיען. האט דער הייליגער רב געשמייכלט אין געזאגט: נעה, דער באלחובער רב איז דאך אן אייניקעל פין [הגאון] ר' איצעלע האמבורגער (דער זיידע מהרה"ק מראפשיטץ רבו של הדברי חיים) , ר' איצעלע'ס אן אייניקל איז אדער א רבי/מנהיג אדער א מתנגד, נישט קיין חסיד. אין אזוי איז עס געווען, דער באלחובער רב איז נישט געווען קיין ספעציעלער חסיד, ער איז דעלמאץ דורכגעפארען איז ער אריינגעגאגען.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 12, 2010 3:25 am
דורך כתר ישועה
ברוקלין האט געשריבן:אז מ'האט דערמאנט ר' קלמן'ס אדיקות בצאנז, איז כדי צידערמאנען א מעשה פלא מאותו ענין.
איך האב געהערט פין ר' משה כהנא-פראנקעל, זין פין ר' שמואל זנוויל זין פין ר' יחיאל מיכל זין פין ר' קלמן כהנא. אז ווען ר' יחיאל מיכל איז געווארען אן איידעם ביין באלחובער רב זצ"ל, האט דער באלחובער רב פארציילט ביים תנאים אז ער איז איינמאל א דורך געפארען סאדיגורא ערב יוהכ"פ, אין האט געדאווענט ביים רישענער זצוק"ל, אין אלס רב האט מען עם אריינגעלאזט אין שטיב אין האט געזען אז דער הייליגער רישענער איז געליגען אויף א בעט/קאטש, זיין פנים ווייס ווי קאלעך "ממש כצורת בר מינן ח"ו" מחמת יראה, אין א יעדע פאר פנים איז ער געקימען ציזיך אין האט עפעס געגעסן. ע"כ המעשה. ווען ר' קלמן האט דאס געהערט איז עם שלעכט געווארען, דעלמאץ איז געווען בשעת די מבוכה הידוע, אין דא האט ער זיך משדך געווען מיט א רישענער חסיד. איז ער געגאנגען צי זיין רבין אין צאנז פרעגען וואס ער זאל טיען. האט דער הייליגער רב געשמייכלט אין געזאגט: נעה, דער באלחובער רב איז דאך אן אייניקעל פין [הגאון] ר' איצעלע האמבורגער (דער זיידע מהרה"ק מראפשיטץ רבו של הדברי חיים) , ר' איצעלע'ס אן אייניקל איז אדער א רבי/מנהיג אדער א מתנגד, נישט קיין חסיד. אין אזוי איז עס געווען, דער באלחובער רב איז נישט געווען קיין ספעציעלער חסיד, ער איז דעלמאץ דורכגעפארען איז ער אריינגעגאגען.
עפעס קלינגט דא מאדנער: ער האט דערציילט אז ער האט געזעהן דער הייליגער ריזשינער און דערפאר האט ר' קלמן מורא געהאט ? דער צאנזער רב איז דאך אויך געווען און רוזין.. דאס האט עפעס א חשש צו א נטי' צום מחלוקת צאנז סדיגורא וואס איז געשעהן כמעט צוואנציג יאר נאכן הסתלקות פון'ם ריזשינער ? ? צ"ע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 23, 2010 12:16 pm
דורך ברוקלין
די ביזט גערעכט, אפשר טאקע איז די מעשה געווען מיטן סאדיגערע רבין זי"ע - איך וועל עם איבערפרעגן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 03, 2011 5:45 pm
דורך בןהרחמן
אין מצבת קודש ביי די פרשה פון די צוטיילונג פון די קהילה ברענגט ער דארט א פראטאקאל פון די קהל ספרדים בנוגע די שוחטים, רעכענען זיי דארט אויס די דריי שטאטישע שוחטים ר' יצחק אהרן (שווארץ, שהי' חתן הגה"ק בעל אמרי בינה מסיגוט) און ר' יעקב שוחט (שחותם א"ע יעקב חיים במו"ה ליפמאן) און דער דריטער שוחט רעכענען זיי אויס ר' יודא כהנא.
ווייסט איינער אינפארמאציע ווער עס איז געווען דער ר' יהודה כהנא שו"ב, וועמענס זון און איידעם איז ער געווען?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 9:30 am
דורך יוסף שרייבער
ווייסט איינער אפשר ווער ר' יהודא ב"ר שמעון מודערן איז?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 12:02 pm
דורך ברוקלין
יוסף שרייבער האט געשריבן:ווייסט איינער אפשר ווער ר' יהודא ב"ר שמעון מודערן איז?
ווי האט איר געזען דעם נאמען?
עי' בשו"ת אמרי יואב (דף עח, משנת תרי"ח): שדיבר עם 'הסוחר כסף וחלפן מעות בהבאנק של הקיסר בעיר מלוכה וויען' הקצין התורני ר' יודא
בר"ש מודרן נ"י.
בספר ברית ישראל (לאנדאן, תשס"ט) איז מעתיק די מוהל ביכל פינעם חת"ס זי"ע, דארט ווערט דערמאנט די נעמען:
כח אב, פריעה יעקב בן ר'
שמעון מודרן
כא תמוז תק"פ, חתוך ופריעה אצל הילד משה ארי' המכונה משה ליאון בן התורני הר"ר יודא מודערן בן ר'
שמעוןתקצ"ט, ישי בן ר' יוסף חיים חתן
ר"ש מודרן.
ע"כ מספר ברית ישראל.
אגב, אפשר איז ר' יהודה בר"ש מודרן הנ"ל - די ר' יהודה מודרן וואס ווערט דערמאנט אין ספר שערי שמחה (מהשבט סופר ז"ל פ' וישב): הספד זה אמרתי על אדם כשר מו"ה יודא מודערן ע"ה חתן של הגאון מו"ה בונם איגר זצ"ל שנפטר בשיבה טובה בן תשעים שנה, ושבק חיים לכל ישראל.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 2:59 pm
דורך איש האמת
מיללער האט געשריבן:ערהאלטן אין אישית פון הרוצה בעילום שמו תשוח"ח לו
וועגן די יחוס פון די כהנא משפחה:
עס איז דא א ספר פון הרה"ח ר' יעקב כהנא ני"ו ראה"ק איך מיין אז דאס הייסט אביר יעקב, ער באשרייבט דארט אסאך וועגן די כהנא משפחה, דארט ברענגט ער ארויס אז עס איז געווען עטליכע ברידער פון די אנגעזעהנע כהנא משפחה (איך מיין אז קינדער פון ר' יוסף לייב הראשון אדער אן אנדערע נאמען) וואס האבן זיך געקריגט מיט'ן קדושת יו"ט זי"ע,
איין ברידער פון די ראשי קהילה וואס האט געהייסן ר' יהודה איז געווען די זיידע פון די היינטיגע סאטמארע משפחת כהנא המפוארה וואס ער האט דוקא זיך יא אנגענומען גאר שטארק פאר די הייליגע קדושת יום טוב, הרה"ח ר' יוסף לייב כהנא ז"ל מראשי הקהילה בקהל יטב לב דסאטמאר (די טאטע פון האחים הרה"ח ר' יעקב און הרה"ח ר צבי אלימלך נרם יאיר) איז געווען א רעכטער אייניקל פון ר' יהודה כהנא ז"ל וואס ער און זיינע קינדער אחריהם זענען געווען חסידים ומעריצים מופלגים פון די הייליגע קדושת יום טוב ובניו הקדושים ווי אויך זענען זיי געבליבן מקושר לכל בית סיגוט צו הרה"ק ר' זלמן לייב זצ"ל אב"ד סיגוט בנו של העצי חיים זי"ע
ווען הרה"ח ר' יהודה הנ"ל איז נפטר געווארן האט דער קדושת יום טוב אנגעפאנגען די הספד מיט די ווערטער "יהודה אתה יודוך אחיך" זייענדיג מרמז מיט דעם אז אנדערש ווי זיינע ברידער'ס האט ער זיך געהאלטן גאר שטארק בידידות מיט די סיגוט'ע קהילה בראשות הקדושת יום טוב
[הרה"ק הברך משה זצ"ל האט אמאל ברבים געזאגט אז פון די גאנצע כהנא משפחה די חלק וואס האבן זיך געקריגט מיט'ן קדושת יום טוב איז נישט געבליבן קיין ערליכע דורות, האב איך געהערט פון א כהנא אייניקל אז עס האט אים אנגערופן דעמאלס א משפחה זיינער אן אייניקל פון יענע כהנא'ס א שומר תומ"צ און זיך שטארק אפגערעדט אז היתכן ער רעדט אזעלכע זאכן אינדערצייט וואס עס איז דא אסאך ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות אייניקלעך טאקע נישט מיט קיין שטריימלעך אבער שומרי תורה ומצוות]
די ספר הייסט עדות ליעקב מיט'ן זעלבע דעקל וואס גליון אור הצפון האט, יו"ל ע"י ר' יעקב כהנא שליט"א מבני ברק מחסידי וויזשניץ בני ברק (חותן רבי אלעזר ליעברמאן אב"ד בעסערמין), גאר אונטרעסאנט
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 4:09 pm
דורך ברוקלין
אלו ואלו דברי וכו' ביידע זענען גיטע ספרים, אבער הרב מילער רעדט פין די ספר 'אביר יעקב' פין ר' יעקב בן ר' יוסף לייב כהנא ראה"ק סאטמאר וומ"ס, נישט פין די ספר 'עדות ליעקב' פין ר' יעקב בן ר' שמואל כהנא מבני ברק.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 5:08 pm
דורך יוסף שרייבער
ברוקלין האט געשריבן:יוסף שרייבער האט געשריבן:ווייסט איינער אפשר ווער ר' יהודא ב"ר שמעון מודערן איז?
ווי האט איר געזען דעם נאמען?
עי' בשו"ת אמרי יואב (דף עח, משנת תרי"ח): שדיבר עם 'הסוחר כסף וחלפן מעות בהבאנק של הקיסר בעיר מלוכה וויען' הקצין התורני ר' יודא
בר"ש מודרן נ"י.
בספר ברית ישראל (לאנדאן, תשס"ט) איז מעתיק די מוהל ביכל פינעם חת"ס זי"ע, דארט ווערט דערמאנט די נעמען:
כח אב, פריעה יעקב בן ר'
שמעון מודרן
כא תמוז תק"פ, חתוך ופריעה אצל הילד משה ארי' המכונה משה ליאון בן התורני הר"ר יודא מודערן בן ר'
שמעוןתקצ"ט, ישי בן ר' יוסף חיים חתן
ר"ש מודרן.
ע"כ מספר ברית ישראל.
אגב, אפשר איז ר' יהודה בר"ש מודרן הנ"ל - די ר' יהודה מודרן וואס ווערט דערמאנט אין ספר שערי שמחה (מהשבט סופר ז"ל פ' וישב): הספד זה אמרתי על אדם כשר מו"ה יודא מודערן ע"ה חתן של הגאון מו"ה בונם איגר זצ"ל שנפטר בשיבה טובה בן תשעים שנה, ושבק חיים לכל ישראל.
ישר כח הרב ברוקלין,איך האב פין עם א חתימה האב איך געוואלט וויסען ווער דאס איז,איר זענט גערעכט עס שטייט טאקע פרעשבורג.
עס קוקט אויס זיין ווייב אט געהייסען רבקה,ער האט געהאט א זין דוד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 17, 2011 2:59 pm
דורך איש האמת
א גרויסע יישר כח הרב כהנא פארן צוזאם שטעלן אזא ארבער, והני כהנים זריזים במלאכתם
אפשר קענט איר אויך זיין בבחינת כהנא מסייע כהני
נאך א חשובע אייניקעל פונעם קונטרס הספיקות פארן מלחמה, איז געוועהן הרה"צ חו"פ רבי ישראל כהנא זצ"ל שו"ב בק"ק בארשא, נהרג בשואה, מחסידי המובהקים של האהבת ישראל,
ואיכא תמונה ידועה הוא והאהבת ישראל, בן הרב בנימין יצחק ז"ל מק"ק סעקריניצא, בן רבי משה לייב כהנא ז"ל, שהוא היה נכד הקונ"ה, (ס'דא א ברייט פארצווייגטע משפחה פון רבי ישראל, משפחת טויב פון באלטימאר, ועוד, און משפחת כהנא וואס רובא דרובא וואוינען אין מאנסי מחסידי וויזשניץ מאנסי) , ס'איז דא בילדער פון אלע זייערע מציבות, וכעת אינם תחת ידי, ועוד חזון,
די שאלה איז נאר קיינער און די משפחה ווייסט נישט גענוי ווי אזוי דער משה לייב איז אן אייניקעל פונעם קונ"ה, אפשר ווייסט איינער, אדער קען ארויסהעלפען??????? וישלם ה' שכרכם!!
אגב יש לציין שמשפחת ראזענבערג יש אומרים שהם נכד הבעש"ט, ושמעתי ממקורות נאמנים שזהו טעות, ואינם נכדים, סתם לידוע בעלמא!!!
ידוע הסיפור מבעל ייטב לב זי"ע, אשר בעת שימש אבד"ק בעיר סיגוט דר שם "בעל הבית " אחד בשם רבי יוסף לייב כהנא ז"ל, למרות שהאיש הזה לא שימש בשום שירות רבני, והיה סוחר גדול עם מסחרים מסועפים ברחבי המדינה, בכל זאת ידעו בני העיר כי איננו איש פשוט ואדם מן השורה, אלא משכמו ולמעלה גבוה, וכולם הוקירהו והעריצוהו, ונמנה על חשובי חסידי צאנז בעיר.
עד היכן הגיעה הערצת הרב המרא דאתרא זצ"ל אל רבי יוסף לייב הלז, אפשר לראות מהדבר צחות שאמר פעם הייטב לב, ומעשה שהיה, כי פ"א בליל ש"ק, כאשר חזר הרב מסיגוט מעריכת השלחן, עבר דרך ביתו של רבי יוסף לייב, הציץ דרך החלון וראה את בעל הבית יושב והוגה בספר הזוהר באימה וביראה, ומעיניו זולגות דמעות חמות, הצדיק נתרגש ונתפעל ממה שראו עיניו, עד שקרא ואמר להסובבים אותו, ראו נא ראו, הנה יצא הקול בעטולם שבעעיר סיגוט גר "ערליכע איד", ומכל עברים פונים לכאן להסתופף בצלו, אבל כולם טעו בשמא, דאף שהאמת היא כאן שיש כאן "ערליכי יוד" אבל שמו הוא "יוסף לייב" ולא "זלמן לייב". וידוע ההספד של הייטב לב עליו.
ווייסט איינער פון וועלכע רבי יוסף לייב כהנא רעד מען דא???????
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 17, 2011 3:50 pm
דורך ברוקלין
1) די ר' יוסף לייב כהנא וואס איר דערמאנט איז געווען: הגביר הצדיק המפורסם ר' יוסף לייב כהנא מסיגוט (חסיד מבעל תורת חיים דקאסוב ואח"כ חסיד צאנז, ומקורב להגה"ק הייטב לב), בן מהג"ר נחמן כהנא (שנפטר בשנת תר"א ומנו"כ בסיגוט) בן הגה"ק הקונה"ס.
ר' יוסף לייב נשא בזו"ר את מרת חנצי בת הגה"ק המראה יחזקאל ובזו"ש נשא את אחותה מרת חוה. ר' יוסף לייב נפטר בשנת תרמ"א.
2) איך ווייס פין א כהנא משפחה אין מאנסי וואס האבען קרובים אין באלטימאר וואס זענען אייניקלעך פין א ר' ישראל כהנא, אבער זייער ר' ישראל כהנא איז נישט די ר' ישראל כהנא מברשא וואס איר דערמאנט. זייער זיידע ר' ישראל (נפטר תרס"ט) איז געווען בן מר' יהודה כהנא בן מר' שמואל זנוויל כהנא חתן מהקונה"ס.
3) די ר' ישראל מבארשא וואס איר דערמאנט איז געווען יליד וואלחביץ. זיין ברידער ר' מאיר כהנא הי"ד איז געווען דארט שו"ב 40 יאר (מספר מרמרוש). מער ווייס איך נישט וועגען עם לעת עתה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 17, 2011 4:19 pm
דורך איש האמת
ברוקלין האט געשריבן:1) די ר' יוסף לייב כהנא וואס איר דערמאנט איז געווען: הגביר הצדיק המפורסם ר' יוסף לייב כהנא מסיגוט (חסיד מבעל תורת חיים דקאסוב ואח"כ חסיד צאנז, ומקורב להגה"ק הייטב לב), בן מהג"ר נחמן כהנא (שנפטר בשנת תר"א ומנו"כ בסיגוט) בן הגה"ק הקונה"ס.

איר זענט גערעכט, שכויח פאר די הערה
ווייל איך האב מיך אויפגעמושט מיט משפחת טויב, פון בארא פארק, ה"ה הרה"צ חו"פ משירי כנה"ג רבי אהרן צבי טויב שליט"א אב"ד האליין, וואס ער איז אן איידעם ביי דער ישראל כהנא שו"ב בברשא, וואס זיינע קינדער האבן מיר געזאגט אז די אייניקלעך פון דעם ר' ישראל ווייסען נישט ווי אזוי זיי זענען אייניקליך פון דעם קונ"ה, ווייסען נאר ביז דער רבי משה לייב, ווי איך האב פריער אויסגערעכענט!
אפשר קען איינער פותר חלום זיין?? וצ"ע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 17, 2011 5:35 pm
דורך בןהרחמן
ברוקלין האט געשריבן:1) די ר' יוסף לייב כהנא וואס איר דערמאנט איז געווען: הגביר הצדיק המפורסם ר' יוסף לייב כהנא מסיגוט (חסיד מבעל תורת חיים דקאסוב ואח"כ חסיד צאנז, ומקורב להגה"ק הייטב לב), בן מהג"ר נחמן כהנא (שנפטר בשנת תר"א ומנו"כ בסיגוט) בן הגה"ק הקונה"ס.
ר' יוסף לייב נשא בזו"ר את מרת חנצי בת הגה"ק המראה יחזקאל ובזו"ש נשא את אחותה מרת חוה. ר' יוסף לייב נפטר בשנת תרמ"א.
אויף צוויי בלעטער צוריק איז דא א בילד ממצבתו
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 4:43 am
דורך ביקסאד
קורות חייו של רבי בנימין יצחק כהנא נדפסו בהמשכים בגליוני אז נדברו - ויז'ניץ.
מנו"כ ב'ווילחאביץ, זוגתו מרת סאסי שנפטרה לפניו טמונה ב'סקערניצא.
יוצאח חלציהם פזורים בין כל חלקי היהדות.
יחוסו למעב"ק עד להקונטרס הספיקות נדפס בסוף ספר קול דברים לר' ישראל אונגאר נכד הרב מ'האליין,
מהיכן לקחו ומקורו לא אדע, אולי מקונטרס שיו"ל ע"י קאפיטשיניץ.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 11:23 am
דורך איש האמת
ביקסאד האט געשריבן:קורות חייו של רבי בנימין יצחק כהנא נדפסו בהמשכים בגליוני אז נדברו - ויז'ניץ.
מנו"כ ב'ווילחאביץ, זוגתו מרת סאסי שנפטרה לפניו טמונה ב'סקערניצא.
יוצאח חלציהם פזורים בין כל חלקי היהדות.
יחוסו למעב"ק עד להקונטרס הספיקות נדפס בסוף ספר קול דברים לר' ישראל אונגאר נכד הרב מ'האליין,
מהיכן לקחו ומקורו לא אדע, אולי מקונטרס שיו"ל ע"י קאפיטשיניץ.
די קול דברים פון ר' ישראל אונגאר האב איך געזעהן, אבער ס'מאכט נישט סענס, ווייל לויט אים איז די קונ"ה געוועהן און די צייטן פון די תנאים ואמוראים, ער האט אריינגעלייגט צופיל דורות, כ'האב אים שוין מעורר געוועהן דערויף, ער ווייסט אז ס'שטימט נישט, און האט עס אליין געמאכט, און נישט גענומען פון ערגעץ