בלאט 2 פון 6

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 11:52 am
דורך כהנא
farshlufen האט געשריבן:
כהנא האט געשריבן:הג"ר זלמן לייב גריינוואלד ז"ל'ס טאטע - החסיד ר' יעקב ז"ל איז געווען איינע פין די טוענים ביי די ד"ת מצד הקדושת יום טוב זי"ע.

דעס וואס ער שרייבט וועגן די מחלוקה וועגען די זאלץ וואס איז פארגעגאנגען אין סיגוט איז נישט פינטקליך, אין ער פארציילט נישא אלע פרטים, ואכ"מ.

מיינע צוויי פרוטות צום חשוב'ן מו"ל:

אנטשולדיגט מיר ביטע, וואס גלויבט איר יא דעם רי"י גר"וו און וואס נישט?

פארוואסווען ער שרייבט ווער עס האט פארגעלערנט שיעורים אין סיגעט איז ער יא באגלייבט און דאס קויפט איר אפ פאר גוט געלט?

ועוד, אויף וואס ארויף צייכענט איר נישט צו דער מקור דערפון מיינט איר טאקע אז מענטשן זענען צוריקגעבליבן און ווייסן נישט דעם מקור הדברים?

.


גערעכט, הרב גר"וו איז א אן objactive שרייבער, אויך האט ער געהאט מורדיג אסאך ידיעות, אין זיינע מיינוגן אין היסטרי האט אסאך חשובות.
איך האב נאר געזאגט אז ביי דע פרשה האט ער אויסגעלאזט וויכטיגע פרטים, אין געגעבן א נישט ריכטיגע בילד, (עס קען זיין די סבה איז וויל ער האט געהאט געוויסע נגיעות כנ"ל, וועגען דעם האט ער אימווילעדיג אויסגעלאזט געוויסע פרטים, אין נישט נאכגעגאנגען די זאך. עס קען אויך זיין אז ער האט נישט געהאט נגיעות נאר ער האט זיך טועה געווען, שגיאות מי יבין). איך האב נישט געוואלט געבן מראה מקומות דא, ווייל דעס גייט אריין בהמתכבד בקלון חבירו. (איך וועל אייך שיקן די מקורות פריוואט).

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 12:15 pm
דורך כהנא
מיללער האט געשריבן:א מורא'דיגען יישר-כח הרב כהנא פאר די תולדות וסדר היו"ח, הני 'כהנא' שלוחי דידן ושלוחי דרחמנא, ישלם ה' פעלכם לטובה.

איין שאלה אויף דערווייל:
3) בתו (של ר' נחמן היתה) מרת ניסל אשת הג"ר יעקב רוזענבערג מסיגוט ז"ל נפטר בשנת תרמ"ד ומנו"כ בטבריה

עס שיינט מיר פון די נעמען אז דאס איז פון די סיגוט-וויזניצער ראזענבערג משפחה (ר' עביר ז"ל צוואת אב"א) איז דער יעקב ארויף אויף אר"י, אז די פרוי ליגט דארט?


ישר כח.

יא, ר' יהודה אברהם עביר ראזענבערג הנקרא ר' יודל עביר (מגדולי חסידי וויזניץ, ת"ח, חסיד, ובעל מכניס אורחים מפורסם) איז געווען א זין פין דעם ר' יעקב.

ר' יעקב נפטר בטברי' ושם מנו"כ. וועגען זיין פרוי ווייס איך נישט.

חתנו של ר' יודל עביר היה החסיד ר' אפרים פישל ב"ר משה ישראל פעלדמאן.

גם רא"פ היה ת"ח ואיש מורם מעם. הגאון הבית שלמה כותב על ר' אפרים פישל בהיותו בן ל"א: הרבני המופלג בתורה וחסידות ויראת ה' היא אוצרו איש חמודות החכם והשלום. נפטר תרס"ה

בנו של ר' אפרים פישל היה הרה"צ ר' משה ישראל פעלדמאן אב"ד דרגמירעשט

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 1:10 pm
דורך אלף בית
א ריזיגן שכוח הרב כהנא

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 1:45 pm
דורך מיללער
איך זעה יעצט אז דער 'צוואת אבא' איז געווען א זוהן פון דעם ר' יודל עביר, ושמו היה ר' אברהם ברוך אלטר ראזענבערג ז"ל.

דער ר' משה ישראל מדראגמירעשט הו"ל את ספרי המהרש"ם מברעזאן, ועשה אזנים לתורה בתוספות הגהות ומפתחות.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 2:30 pm
דורך ביקסאד
על משפחת פעלדמאן והמסתעף פרי למטה ושורש למעלה,
הו"ל ר' נתן אליהו רוטה את הספר "בן פורת יוסף", מיוסד על הרה"נ ר' יוסף אריה בן הרה"ג ר' אפרים פישל פעלדמאן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 3:52 pm
דורך כהנא
דא האט איר א copy פין די סיגעטער צייטונג שיו"ל ע"י ר' צבי הירש כהנא-העליר (יחוסו עי' לעיל)
דעס איז געווען ד פרימע צייטונג בסיגוט (בזמן הקדיו"ט) והיה עומד תחת פיקוחו של הקהילות אורטדקאסין בסיגוט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 21, 2009 3:59 pm
דורך ברוקלין
נאך א חשובער אייניקעל פין הקונטרס הספיקות אין פין הגר"י מודרן (בזו"ר): הגה"צ ר' מנחם מענדיל מרגליות זצ"ל.

אעתיק איזה דברים עליו (מספר פרי העץ החדש):
הרב היחיד בתולדות קהילות הארינטש (שבמרמרוש) היה הרה"צ ר' מנחם מענדל מרגליות נולד בכפר קאלין (שבמרמרוש) בשנת תרל"ח. היה מגזע הגה"ק הגנזי יוסף זצ"ל (תלמיד מהגה"ק המגיד ממעזריטש זצ"ל) ומהגה"ק הקצות החושן זצ"ל, והיה תלמיד מהגה"צ ר' יהודה גרינוואלד זצ"ל מסאטמאר ומהגה"צ ר' אליעזר דייטש זצ"ל מבאניהאד, ומשם נסע ללמוד בישיבתו של הגה"צ הקדושת יום טוב זצ"ל בסיגוט.

הנגיד היחסן והחסיד הידוע ר' שמואל זנוויל כהנא ז"ל מדראגמירעשט שהיה חתן הגאון מהר"י מודרן זצ"ל מסיגוט השיא לו את בתו. - הגה"צ ר' חיים מאנטיניע זצ"ל קראו לשמש אצלו כדיין וכמגיד מישרים.

(ר' מנחם מענדל לא זכה לזש"ק עם אשתו הראשונה. ונשא שנית את מרת מרים הי"ד (בת הרה"ח ר' בנציון ווערצבערגער וזוגתו מרת סימא בת הרה"ח ר' צבי אלימלך כהנא מסיגוט בן הרה"ח ר' יהודה יעקב בן הגה"צ ר' יחיאל בן הקונטרס הספיקות).

שנים אחדות לאחר מלחמת העולם הראשונה נבחר ר' מנחם מענדיל לרבה של הארינטש. עד מהרה התחבב על כל אנשי הקהלה בפשטותו וצנעותו. היה דרשן מופלג שמעורר את הלב; ונהג שם ישיבתו באהבה וחיבה לכל תלמיד ותלמיד. ר' מנחם מענדל כתב הרבה חידושים בהלכה ואגדה ושו"ת אך נאבד בהמלחמה.

בשנת תרפ"ט הוזמן מאחת הקהילות בארצות הברית לכהן כרב, אך השיב בשלילה וזה מש"כ:
...ולקבל עלי רבנות וקביעת דירה באמריקה, הנה זקנתי וזקני כולו הפך לבן, זקנה יש כאן והילדים רכים ודפקום יותר אחר אויר של אמריקה. מי ידוע מה יהי' בסופם ואנא אני בא בתכליתי שמסרתי נפשי בעשר נסיונות להעמיד דור ישרים יבורך לנחת רוח לפני אדון כל... וצריך בכיות לפני מלך מתרצה בדמעות, כלומר סייעתא דשמיא בכל עבר ופנה, ע"כ.

ר' מנחם מענדיל נעקדה"ש, אין האט איבערגעלאזט איין זין ה"ה הרה"ג ר' ליפא מרגליות שליט"א ראשי ישיבת תורה תמימה.

ר' מנחם מענדיל איז אויך געווען א ידען גדול בסיפורי צדיקים. והסיפורים שלו ה"ה נדפס בספר מקור חיים (צאנז), ודובר שלום (בעלזא), ראה שם.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 21, 2009 9:42 pm
דורך שטארק זיך
עס איז פאראן א משפחה כהנא (הרה"ח ר' אביגדור כהנא ז"ל, גבאי דחברה משניות דקיט"ל, הוא מאותה משפחה) וועלעכע זענען נישט קיין כהנים, מ'זאגט אויף זיי א ווערטל, 'אין קאהאן כהן', וועלכע ציהן אויך זייער יחוס פונעם בעל קונטרס הספיקות, האט איינער אן אנונג וויאזוי?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 6:44 am
דורך מיילעך
אני הקטן מנכדיו.
היחוס הוא כדלהלן:
ר' אביגדור ב"ר ניסן משה ב"ר יצחק אייזיק חתן ר' יוסף מרדכי כהנא דומ"ץ סיגעט בן הגה"ק בעל 'קונטרס הספיקות' זי"ע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 8:41 am
דורך כהנא
מיילעך האט געשריבן:אני הקטן מנכדיו.
היחוס הוא כדלהלן:
ר' אביגדור ב"ר ניסן משה ב"ר יצחק אייזיק חתן ר' יוסף מרדכי כהנא דומ"ץ סיגעט בן הגה"ק בעל 'קונטרס הספיקות' זי"ע.


ישר כח ר' מיילעך פאר צילייגען נאך א דור צי הגה"צ ר' יוסף מרדכי בן הקונה"ס הנ"ל, איך וועל עס צישרייבען.

איר ווייסט אפשר די נאמען פין ר' יצחק אייזיק'ס ווייב? אין ווי ער האט געווינט?

אגב ר' יוסף מרדכי האט געארבעט אויפען קצות החושן (וואס איז געווען א ברידער פארן קונה"ס), עי' בהקדמת קצות וואס ער זאגט עם ישר כח.

הרב גר"וו שרייבט אז ר' יוסף מרדכי איז געזעסען אין ביהמ"ד רוב היום בטלית ותפילין, אין האט געלערנט בחברותא מיטן הגה"ק התורת חיים מקאסוב.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 2:21 pm
דורך ברוקלין
נאך א חשובער אייניקעל, הגאון הצדיק מופלג ר' אשר זעליג ב"ר שלום גרינצוויג, אב"ד דולהא ובעמ"ס בית אשר עה"ת. תלמיד חביב ומובהק של הייטב לב, אין דורך זיין השפעה איז ר' אשר זעליג געווארען דולהאר רב.

ר' אשר זעליג איז געווען מפורסם לאיש צדיק וואס שלאפט נישט אין קיין בעט, אין מפלעגט קימען צי עם מיט קוויטלעך, אין זיין נאמען איז ארויס ווי א איש מופת.

ר' אשר זעליג איז געווען אן איידעם פין ר' צבי אלימלך ב"ר יהודה יעקב מסיגוט (בן ר' יחיאל בן הקונה"ס)

בני ר' אשר זעליג 1) הגה"צ ר' שלום, הגה"צ ר' משה אב"ד ליפשא, 3) הגה"צ ר' נפתלי הערצקא אב"ד דראהיף (4 הגה"צ ר' יחיאל רב הצעיר בדולהא.

ר' אשר זעליג מיט זיינע קינדער נעקד"ה בשנת תש"ד. מדערציילט אז גייענדיג צי אוישוויץ האט ער זיך אנגעטוהען די בגד וואס ער האט געהאט אנגעגרייט צי גיין קעגן משיח. הי"ד וזכותם יגן עלינו

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 26, 2009 5:51 pm
דורך כהנא
נאך אן אייניקעל פין קונטרס הספיקות אין פין ר' קלמן כהנא.

ר' עזריאל פאפענהיים ראה"ק פרשבורג, ונשיא הלשכה בסלוואקי. (בן העסקן מו"ה ר' בנימין וואלף פפנהיים תלמיד הגאון הכתב סופר זצ"ל, בן מו"ה ר' חיים צבי ראה"ק דפרעשבורג, בן מו"ה ר' וואלף ראה"ק דפרעשבורג בימי החתם סופר זצ"ל.)

ר' עזריאל'ס ווייב מרת ניסל היתה בת ר' יחיאל מיכל בן ר' קלמן הנ"ל.

איינע פין זיינע איניקלעך האבן לעצטענס איבערגדריקט די קצוה"ח במהדורה חדשה

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 27, 2009 8:25 am
דורך בןהרחמן
איך האב געטראפן ערגעץ עטליכע בילדער מציבות ממשפחת כהנא

איך לייג קודם ארויף מציבת הגאון ר' יהודה מודרן זצ"ל

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 27, 2009 8:51 am
דורך בןהרחמן
נאך עטליכע בילדער ממציבת הקונטרס הספיקות ומשפחתו
(איך מיין מען קעו שוין טוישן די קעפל צו תולדת משפחת הקונטרס הספיקות, אדער אפטיילן די כהנא'ישע פון סיגוט פון די איבריגע קונה"ס משפחה)

1) מצבת הקונטרס הספיקות
2) מצבת ר' יחיאל אב"ד סאלקא (בן הקונה"ס) ובצידו מצבת חותנו ר' כתריאל אב"ד סאלקא
3) מצבת ר' כתריאל כהנא אב"ד סאלקא בן ר' יחיאל הנ"ל
4) מצבת ר' יהודה יעקב כהנא ב"ר יחיאל אב"ד סאלקא
5) מצבת ר' צבי אלימלך כהנא ב"ר יהודה יעקב
6) מצבת ר' נחמן כהנא ב"ר צבי אלימלך

איך האב נאך אפאר, אי"ה ביי די נאנטע געלעגענהייט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 27, 2009 2:10 pm
דורך ברוקלין
א ישר כח בן הרחמן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 27, 2009 2:35 pm
דורך מיללער
הרה"ח ר' יעקב כהנא הי"ו ראה"ק פון סאטמאר-וומ"ס האט לעצטענס געדרוקט א ספר איבער די תולדות פון די משפחה, עס האט היבש אינפארמאציע מיט בילדער.

יישר-כח בן הרחמן פאר די בילדער

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 11:01 am
דורך מיללער
ספר זכרון שמואל עמ"ס גיטין לר' יהודה מודערן ז"ל.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 11:20 am
דורך ברוקלין
מיללער האט געשריבן:ספר זכרון שמואל עמ"ס גיטין לר' יהודה מודערן ז"ל.


צאנזער רב זצ"ל האט געזאגט אז עס איז כמעט נישט דא איינער אין אינזער דור וואס קען מאכען אזא ספר, אין ער האט נאכגעזאגט ד"ת פין זכרון שמואל. (מספר זכרון לראשונים, ו'רבינו הקדוש מצאנז')

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 11:33 am
דורך מיללער
אפשר האט ער געמיינט 'זכרון שמואל' פון ר' שמואל זאנוויל העללער פון פרעמישלא (אחיו של רצ"ה העללער-חריף בעל טיב גיטין)?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 11:40 am
דורך ברוקלין
מיללער האט געשריבן:אפשר האט ער געמיינט 'זכרון שמואל' פון ר' שמואל זאנוויל העללער פון פרעמישלא (אחיו של רצ"ה העללער-חריף בעל טיב גיטין)?


אין די צוויי אויבען דערמאנטע מקורות (גר"וו בזכרון לראשונים, ו'רבינו הקדוש מצאנז') שטייט עס אויפען זכרון שמואל פין הגר"י מודרן. אין אז צאנזער רב האט נאכגעזאגט ד"ת פין ספר בענין הפקר ב"ד הפקר (במס' גיטין).

די אנדערע זכרון שמואל איז א ספר עה"ת, יא?

אגב איז כדי צי דערמאנען אז דער קלויזענבורגער רב זצ"ל האט נאכגעזאגט בשם זיין טאטען הגה"צ ר' הערש רודניקר (בן הגה"ק מגארליטץ, ונכד הייטב לב), אז דער ייטב לב ווען ער האט געלערנט מס' גיטין אין ישיבה פלעגט ער נאכזאגען פין זכרון שמואל להגר"י מודרן.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 01, 2009 10:04 am
דורך בןהרחמן
יעצט די איבריגע פאר בלידער (דאס איז אין בית החיים אין סיגוט).

1) מצבת ר' נחמן כהנא מסיגוט בן הקונה"ס

34.jpg
1

2) מצבת ר' יוסף ארי' (לייב) כהנא מסיגוט ב"ר נחמן הנ"ל

35.jpg
2

3) מצבת ר' חיים ארי' כהנא דומ"ץ סיגוט בעמ"ח דברי גאונים, ב"ר יחיאל צבי ב"ר יוסף מרדכי בן הקונה"ס

36.jpg
3

4) מצבת ר' קלונימוס קלמן כהנא מסיגוט ב"ר שמואל זאנוויל חתן הקונה"ס

32.jpg
4

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 01, 2009 12:28 pm
דורך שטארק זיך
אינטערסאנט איז דער אות מיט וואס דער ווארט 'נחמ'ן איז איינגעקריצט.

מיר האבן נאך אזאנס נישט געזעהן.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 01, 2009 1:40 pm
דורך מיללער
פונקט היינט האב איך באמערקט א תשובה אין טוטו"ד פון מהרש"ק צום דברי גאונים אין סיגוט, זכותם יגן עלינו.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 03, 2009 9:28 am
דורך ברוקלין
מצבת הג"ר ישעי' מרדכי מסיגוט בן מהר"י מודרן זצ"ל

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 03, 2009 9:35 am
דורך ברוקלין
הגה"צ ר' משה יהודה קאהן מסיגוט (חתן מהר"י מודרן), בן הג"ר מרדכי הכהן מליסקא

אויף זיין מצבה שטייט "הרב המאור הגדול", אויך "נפטר בקדושה וטהרה"