ר' יהודה מודערן זצ"ל ומשפחת כהנא מסיגוט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

כהנא

ר' יהודה מודערן זצ"ל ומשפחת כהנא מסיגוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהנא »

די כהנא'ס זענען געווען די ערשטע איהעלי-סיגעטער חסידים אין סיגוט, אנגעפאנגען פין ר' קלמן כהנא וואס איז געווען אן איידעם ביי ר' פנחס סאמאטאר אין איהעל. ר' קלמן איז געזעסן קעסט אין איהעל 6 יאר (תקצ"ג- תקצ"ח). ער האט געברענגט ר' אלעזר ניסן זי"ע אין דעם ייטב לב זי"ע קיין סיגוט.

רוב ממשפחת כהנא זענען געווען ידידים וחסידים פינעם יטב לב עד הסוף.

ווען ר' קלמנ'ס ווייב איז אוועק אין שנת תר"ל, איז זי נספד געווארען דורכן ייטב לב. זי איז געווען די איינציגסטע פרוי וואס די ייטב לב האט מספיד געווען אין סיגוט.

אין שנת תרל"ט האט די ייטב לב געשטעלט ר' קלמן ער זאל אנפירען אז סיגוט זאל אננעמען די תקנת שומרי הדת. (אין אזוי איז עס טאקע געווען, סיגוט האט דעלמאץ אנגענימען תקנת שומרי הדת (אורטדאקסין), חוץ די תקנה אז די קאנצליי קען מכריע זיין ווער עס זאל זיין דיין אין שוחט אין סיגוט).

בשנת תקמ"ב האט דער ייטב לב מיט ר 'קלמן איניינעם געארבעט ביי די טיסא עסלאר בלבול, אין זענען שיעור נישט אריינגפאלען אין א סכנה פין די שונאי ישראל (עי' מזה בטויזנעט יאר אידיש לעבן אין אונגארין).

אויך די דברי גאונים זי"ע איז געשטעלט געווארען אלץ דיין דורכן ייטב לב.
די דברי גאונים האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו ביי די היתר מאה רבנים וכו', אין די תשובות פין די קבנים בענין זה איז געשיקט געווארען צי עם (עי' מזה בספר מרמרוש דף 12).

אויך הגה"ק ר' יהודה מודרן זצ"ל איז געווען א ידיד נאמן פין ייטב לב, אין דער ייטב לב פלעגט נאכזאגען פין הגרי"מ ספר בשעת שיעור (ע"ע מזה באריכות בספר פרי העץ, ברוקלין תשס"ט).

אויך זענען אסאך כהנא'ס געווען תלמידים פינעם ייטב לב. אין זענען דערמאנט כמ"פ אין שו"ת אבני צדק. (ע"ע בתולדות שבספר פרי העץ ברוקלין תשס"ט).

בשנת תרמ"ב בערך האט אויסגעבראכען די מחלוקה צווישען ר' קלמן כהנא אין ר' משה ארי' פריינד אויב סיגוט זאל אננעמען די תקנה אז די קאנצליי קען מכריע זיין בעניני קהילות סיגוט. - וואס די ייטב לב האט געהאלטען איז נישט קלאר. יעדער האט געזאגט די ייטב לב האלט מיט עם. הגה"ק ר' ברוך מגארליטץ האט ביי די ד"ת נישט מכריע געווען וועגען דע חלק. שפעטער האט דער קדושת יו"ט זי"ע מיטגעגאנגען מיט ר' משה ארי', אין דעלמאטץ האט אויסגעבראכען די מחלוקה. אין די כהנא'ס האבען פארלוירען זייער מאכט וואס האט אנגעהאלטען 50-60 יאר.

שפעטער (בשנת התר"ס'ס בערך) איז ר' קלמן כהנא'ס זין - ר' יחיאל מיכל געווארען ראש החברה קדשיא אינטערען עצי חיים זי"ע. איז ר' יחיאל מיכל זין - ר' שמואל זנוויל כהנא (בשנת תרצ"ד) געווארען יו"ר פינעם ארטדאקסישע קאנצליי פין גאנץ אונגארין.
לעצט פארראכטן דורך כהנא אום מאנטאג נאוועמבער 02, 2009 10:55 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
כהנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהנא »

הג"ר זלמן לייב גריינוואלד ז"ל'ס טאטע - החסיד ר' יעקב ז"ל איז געווען איינע פין די טוענים ביי די ד"ת מצד הקדושת יום טוב זי"ע.

דעס וואס ער שרייבט וועגן די מחלוקה וועגען די זאלץ וואס איז פארגעגאנגען אין סיגוט איז נישט פינטקליך, אין ער פארציילט נישא אלע פרטים, ואכ"מ.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

כהנא האט געשריבן:בשנת תרמ"ב בערך האט אויסגעבראכען די מחלוקה צווישען ר' קלמן כהנא אין ר' משה ארי' פריינד אויב סיגוט זאל אננעמען די תקנה אז די קאנצליי קען מכריע זיין בעניני קהילות סיגוט. - וואס די ייטב לב האט געהאלטען איז נישט קלאר. יעדער האט געזאגט די ייטב לב האלט מיט עם. הגה"ק ר' ברוך מגארליטץ האט ביי די ד"ת נישט מכריע געווען וועגען דע חלק. שפעטער האט דער קדושת יו"ט זי"ע מיטגעגאנגען מיט ר' משה ארי', אין דעלמאטץ האט אויסגעבראכען די מחלוקה. אין די כהנא'ס האבען פארלוירען זייער מאכט וואס האט אנגעהאלטען 50-60 יאר.

איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס דער יוד וויל,
א) דער גארליצער רב האט דעם חלק נישט מכריע געווען, ווייל עס איז נישט געווען נוגע לדינא, און א בי"ד איז נישט מברר סתם לשם בירור מעשה,
ער שרייבט בפי' "וביתר ריבוי הטענות אין בהם ממש לדבר בהם",
וואס יא, דאס שרייבן אלע גדולי ישראל ובראשם הרה"ק משינאווא, אז דער קדויו"ט האט רעכט, נישט די ספרדים, ואין לנו אלא דבריהם הקדושים,
דאס שרייבן אסאך גדולי ישראל אז די ספרדים, און זייער בורר זענען שקרנים,
דאס איז קלאר אז דער שינאווער רב האט גע'אסר'ט צו קוקן אין די קונטרסים מצד הספרדים,
נו וואס איז דאס א נפ"מ אראפצולייגן כאילו, דא איז געווען א מחלוקת צווישן צוויי ראשי קהלה, און דער קדויו"ט איז באיינפלוסט געווארן פון איין צד נגד ספק דעת אביו, איך מיין אין לך מלעיג אל דברי חכמים יותר מזה.
למה זה תשאל לשמי...
כהנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהנא »

פלאי:

קיינער (עכ"פ איך) זאגט נישט אז די ספרדים זענען געווען גערעכט, רוב פין די ערליכע ספרדים אליין האבען חוזר געווען.

וואס איז יא אמת, אז די מחלוקה האט זיך אנגעהויבען בערך א יאר פאר פטירת הייטב לב, פאר די קדושות יו"ט איז געקימען קיין סיגוט, אין די מחלוקה האט זיך אנגעהויבען צווישען 2 ראשי קהלה. די קדיו"ט איז מיטגעשטאנען מיט ר' משה ארי' וויל ער האט געהאלטען אז ער איז גערעכט.

כ"ע מודה אז ביז שנת תרל"ט האט דער ייטב לב זיכער נישט געהאלטען פין אריינגיין אין קאנצליי (עי' בספר מלחמת מצוה), נאר נאכדעם האט ער זיך געשטוישט די מיינוג (לויט ר' משה ארי') אין לויט ר' קלמן האט ער זיך נישט געטוישט די מיינוג. למעשה איז עס נישט קיין חילוק ווייל די קדיו"ט איז געווארען רב אין ער האט געהאלטען אז מען דארף יא אריינגיין.

דער הייליגער שינאוואר רב זי"ע אין רובא דרובא גדולי ישראל האט זיך נישט געוואלט אריינמישען פאר 4 יאר (ביז נאכן דין תורה), וויל ער האט געהאלטען אז עס איז 2 צדדים בזה.

כמדומה לי אז עס שטייט אין ערגעץ נישט אז די ספרדים זענען שקרנים.

למעשה נאכן בריוו פין שינאוואר רב זענען רוב פין די ערליכע ציביסלעך צוריק צי די סיגעטער קהלה.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

קודם בעצם הענין אודות דעת הייט"ל עי' עמוד קמ"ט מכתב הרב מטארץ
ועי' במכתב השני מהרה"ק מגארליץ וכן במכתב מהרה"ק מבארדיאב שכל הקו' שי"ל ע"י הספרדים הם שקר, ועי' במכתב הרב יוצ"ר בשם הרה"ק משינאווא שאסור להסתכל בקונטרסיהם
למה זה תשאל לשמי...
כהנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהנא »

והוא פלאי האט געשריבן:קודם בעצם הענין אודות דעת הייט"ל עי' עמוד קמ"ט מכתב הרב מטארץ
ועי' במכתב השני מהרה"ק מגארליץ וכן במכתב מהרה"ק מבארדיאב שכל הקו' שי"ל ע"י הספרדים הם שקר, ועי' במכתב הרב יוצ"ר בשם הרה"ק משינאווא שאסור להסתכל בקונטרסיהם


איך האב געקיט אין דף קמט, שטייט נישט דארט בענין וואס אינז האמיר גערעדט.

אויב הרה"ק מגארליטץ שהיה הראב"ד בהד"ת האט געהאלטען אז עס זיכער אז די ייטב לב האט געוואלט אריינגיין וואלט ער דאס געזאגט אלץ א חלק פין די פסק, לכאורה.

נאמן עלי דברי הגה"ק הדברי יואל זי"ע שהעיד שהייטב לב (אפילו ער איז געווען א גרויסע לוחם קעגן די רעפאמער אין סטטאס-קווא, כמובן) האט נישט געוואלט אננעמען די תקנת שומרי הדת (אורטדאקסין) אין סיגוט, ווייל ער האט נישט געוואלט אריינגיין אין קאנצליי. (כ"כ במושיעין של ישראל בשמו).

אויך שטייט אזוי אין ספר עין הבדלוח אז עוד בשנת תרל"ח האט ר' חיים הערש מאנהיימער געשיקט א שליח צום ייטב לב ער זאל אריינגיין אין קאנצליי אין די ייטב לב האט נישט געוולאט.

אזוי זאגט אויך די ערך ש"י אין מלחמת מצוה.

נאר אין שנת תרל"ט האט די ייטב לב מחליט געווען אנצינעמן די תקנת שומרי הדת אויך אין סיגוט, אין ער האט געשטעלט ר' קלמן כהנא אנציפירען די זאך (מספר מלחמת מצוה). די טובי הקהל ובראשם ר' קלמן האט אנגענימען די תקנת שומרי הדת (בשנת תרמ"א-מ"ב) חוץ די תקנה פין זיין אינטערגעווארפען אינטערען קאנצליי בענין שוחטים אין דיינים. ר' משה ארי' איז נישט געווען ציפרידען פין דעם, כמובן.

ביז דא איז יעדער מודה אז די מציאות איז אזוי געווען.

ר' משה ארי' האט געטעהנעט אז די ייטב לב זי"ע איז זייער נישט צפרידען, אין ר' קלמן האט געטעהנט אז יא.

למעשה דער הייליגער קדיו"ט האט געהאלטען מ'דארף יא אריינגיין אין גאנצען. 4 יאר שפעטער בשנת תרמ"ז איז געווען א ד"ת, אין די ספרדים האבען פארלוירען, וויל די ב"ד האט איינגעזעהן אז סאיז לטובת הדת אז מגייט אריין אין קאנצליי, בפרט דער רב זי"ע האלט אויך אזוי. אויך ווייל אין די ספרדישע קהלה האבען זיך ציגעשטעלט די מאדערנע מענטשען פין סיגוט, ווייל עס האט נישט געהאט א רב.

נאכען ד"ת איז ארויס געקימען די בריוו פין רוב גדולי ישראל מאונגארין, וכן מבני הגה"ק מצאנז ובראשם הרה"ק משינאווא.

למעשה האבען כמעט אלע ערליכע גפאלגט די פסק פין שינאוואר רב זי"ע אין האבען חוזר געווען, אין א חלק פין זיי זענען געווארען הייסע סיגעטער חסידים.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כהנא האט געשריבן:נאמן עלי דברי הגה"ק הדברי יואל זי"ע שהעיד שהייטב לב (אפילו ער איז געווען א גרויסע לוחם קעגן די רעפאמער אין סטטאס-קווא, כמובן) האט נישט געוואלט אננעמען די תקנת שומרי הדת (אורטדאקסין) אין סיגוט, ווייל ער האט נישט געוואלט אריינגיין אין קאנצליי. (כ"כ במושיעין של ישראל בשמו).

ערבך ערבא צריך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

תולדות הגה"ק רבי יהודה מודרן זצ"ל - ד' חשון תרנ"ד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

(פין זיינע תולדות וואס איז געדריקט אין זיין ספר פרי העץ, ברוקלין תשס"ט. עיי"ש המקורות).

ר' יהודה מודרן איז געבוירען בשנת תק"פ אין פרשבורג, צי זיין טאטע ר' ישעי' וואס איז געווען מעסקני קהילות פרשבורג אין א ידיד צום חת"ס זי"ע. פין קינדווייז אן איז ער געווען א גרויסע עילו אין מתמיד, אין איז אריין געגאנגען אין ישיבת חת"ס ביי די 9 יאר. ער איז געווען די יונגסטע תלמיד פין חת"ס אין געלערענט דארט ביז צי זיין חתונה בשנת תקצ"ז. (10 יאר).

אלץ בחור איז ער געפארען צי איהעל צום ישמח משה, אין איז דארט געווארען א חסיד. ער ברענגט אין זיין ספר אסאך זאכען וואס ער האט געהערט בע"פ פין ישמח משה.

די ישמח משה האט עם אנגעטראגען די טאכטער פין הגה"צ ר' שמואל זנוויל כהנא פין סיגוט וואס איז געווען אן איידעם ביים קונטרס הספיקות זי"ע

תקצ"ז איז ער געפארען וווינען קיין סיגוט, אין איז געווען א גרויסע ידיד מיט הגה"ק ר' אליעזר ניסן (וואס איס דעלמאטץ געווען דארט רב).

אויך איז ער געווען א גרויסע ידיד מיטען יטב לב זי"ע, אין די ייטב לב פלעגט נאכזאגען פינעם ספר זכרון שמואל בשעת'ן שיעור. (אזוי האט מעיד געווען הגה"צ אבד"ק קלויזזענבורג זצ"ל בן הרה"צ ר' הירש רודניק זצ"ל נכד ותלמיד הייטב לב)

הגר"י האט ממאן געווען רבנות אין דיינות כל ימיו אין האט נישט געהאט קיין שום שטעלע, ער איז געזעסן כל ימיו באהלה של תורה לשמה ממש בלי הפסק, ער פלייגט אויפשטיין בערך צווישען 2-12 אזייגער יעדע נאכט (עי' בספרו הנ"ל), אין בייטאג האט ער געלערנט מיט בחורים בני עליה (די ערך ש"י איז געווען א תלמיד פין הגר"י אין די ערך ש"י ברענגט אראפ זיין רבין יעדעס מאל בשם "מורי").

בנוסף צי זיין בקיאות אין חריפות אין לערנען אין נגלה ונסתר בלי הגזמה (אזוי מזעט אין זיינע ספרים זכרון שמואל אין פרי העץ) איז ער איז געווען פין די גרעסטע מתמידים אין זיין דור.

זיין איידעם האט מעיד געווען, אז במשך 12 יאר האט ער גענדיגט 4 מאל ש"ס מקצה אל הקצה.

איך וועל אראברענגען פין הגאון ר' יצחק שטערענהיל (בהקדמה לספרו כוכבי יצחק ח"א דף כ) וויאזוי ער אנאלאזירט זיין דרך הלימוד, וז"ל:
ומענין הדבר שאפילו לתלמידיהם של רב אחד לא היא דרך הלימוד שלהם שוה, ולדוגמא אנקוט תלמידו של גאון ישראל וקדושו החת"ס שהוא היה כרכא דכולה ביה דרך העיון והחידוש [היינו לחלק בין מילתא למילתא] וגם דרך החריפות והפילפול [לדמות מילתא למילתא] ועל כולם דרך הבירור הלכה [בדרך כלל לא לחדש אלא להבין הענין בעומק ע"ד הפשט או בסברה ישרה]. ותלמידיו חלקו עצמם בתורתו הגדולה... למשל הגדול שבתלמידיו הגאון האמיתי המהר"ם א"ש הולך כמעט בעקבות רבו הגדול, ובדרך זה שאר תלמידיו המהר"ם שיק הכת"ס ועוד, ולעומת זה אחדים מתלמידיו אחזו בעיקר בדרך העיון והסברא ובראשית הגאון [רבי חיים סופר] בעל תשובת מחנה חיים וספרו פלס חיים על גיטין, והגאון רבי יהודה מודרן בספרו זכרון שמואל עמ"ס גיטין ועוד. והגאון רבי אליעזר ליפמאן נייזאץ בספרו בציר אליעזר, והקול אריה בחריפות. ועוד כי אי אפשר לפורטם כי רבים הם. ע"כ.

אויך האט ער גענימען אן אקטיווע חלק אינאיינעם מן אנדערע גדולי ישראל בשעת די טיילונג אין שנת תר"ל. (קיק באריכות אין זיינע תולדות וועגען דעם).

בערך אין שנת תרמ"ב (א יאר פאר די פטירת היטב לב) האט אויסגעבראכען די מחלוקה צווישען 2 ראשי קהילות אין סיגוט ר' קלמן כהנא אין ר' משה ארי' פריינד, אויב די חסידישע שטאט סיגוט זאל זיך אנשליסען אין די אויבערלענדישע קאנצליי אין פעסט. שפעטער ווען הגה"ק הקדושת יו"ט זי"ע איז געווארען רב האט ער אויך שטארק געוואלט (אזוי ר ' משה ארי') זאל זיך אנגעשליסען צום קאנצליי, כדי מחזק זיין די קאנצליי אקעגען די רעפארמער.

הגר"י מודרן האט נוטה געוווען אז סיגוט זאל זיך נישט אנשליסען (אזוי דער יטב לב האט כמ"פ געזאגט ביז שנת תרל"ט), אבער פין די אנדערע זייט שרייבט ער אז מחלוקת איז ערגער פין אלעם, אין נישט געהאלטען די קהילות זאל זיך טיילען. (בערך אזוי שרייבט אויך הגה"ק מבעלזא זי"ע בשם הגר"י מודרן).

למעשה האט דער הגה"ק מהר"י ט"ב זי"ע געזאגט: ער געדענקט נאך ווי דער טאטע (הקדיו"ט) איז געווען סנדק אין הגר"י מודרן איז געווען מוהל ביי א ברית. אין ער האט אויסגעפירט " אזוי לאט זיך אויס מיט די אלע מחלוקת".

אפילו הגר"י האט נישט געהאט קיין שום שטעלע, מיט דעם אלעם איז ער געווען אנגענימען ווי איינע פין די גדולי וגאוני הדור. אין אלע גדולי ישראל (אנגעפאגען פין זיין רבין דער חת"ס, אויך הגה"ק הישמח משה, המראה יחזקאל, האמרי אש, הגה"ק מבעלזא, מצאנז, הצמח מוויזניץ, הגאון השואל ומשיב, ועוד) האבען עם זייער שטארק מכבד געווען. אויך איז ער געווען זייער א נאנטע ידיד מיטן הגה"ק ר' מענדעלע דעשער המעגלי צדק, אין מיט הגה"ק הקול ארי' זצ"ל. (ראה יותר מקדושתו וגדולתו בספר פרי העץ הנ"ל).

הגה"ק ר' אליעזר דייטש אבד"ק באנהאד באטיטילט הגר"י מודרן (ביים הספד ז' אדר) בשם: "גאון הדור וצדיק גדול".

יהא זכרו ברוך
לעצט פארראכטן דורך ברוקלין אום מאנטאג אקטאבער 26, 2009 7:48 pm, פארראכטן געווארן 14 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גוטען אייך הרב כהנא וחבירו מברוקלין, כנראה מבין כותלי תגובותיכם המלאים זיו ומפיקים נוגה, אז איר האט אסאך כוחות אריינגעלייגט אין די היסטאריע פון די פראמינענטע משפחת כהנא בכלל און איבער די מחלוקה אין סיגוט בפרט, עס איז אונז א כבוד צו האבן בתוכינו א מיטגליד העוסק במחקר קורות הדורות, יהא בואכם לברכה.

למעשה זעהט עפעס אויס ווי עס איז היצט פארהאן אן אויפוואכונג אויף דעם נושא (ווארשיינליך מיטן איבערדרוקען דעם ספר 'פרי העץ' וואס ווערט שוין באהאנדלט אין 'על פליטת') איך האב געזעהן אז אין 'ספרים וסופרים' לויפט היצט אויך פאראלעל אזא אשכול ווי מ'איז דן איבער די היסטאריע פון די פרשה המכאיבה.

אני כשלעצמי בין נישט קיין חסיד פון פרובירען איבערשרייבען היסטאריע פון מחלוקת וועלכע איז אנטשטאנען מיט אריבער הונדערט יאר צוריק, און זאגן דיעות ווער עס איז געווען גערעכט וכדו' כי מה לנו להכניס ראשנו בין ההרים אשר קטנם עבה ממתנינו, איך לאז עס איבער פאר די יודעי הדבר והבוחר יבחר.

דארט אין 'ספרים וסופרים' האט איינער אראפגעברענט די באקאנטע שטעך-ווערטל איבער הגה"ק ר' יהודה מודערן זצ"ל בשייכות מיט די נאמען פון זיין ספר 'פרי העץ' צולייגנדיג אז זאך וואס די וועלט פארקויפט אז פון די אלע אנפירע פון די צווייטע זייט איז נישט געבליבען קיין ערליכע דורות, פון אויבן אויף עס איז נישט מסתבר ווייל עס איז דאך פארהאן אייניקלעך יראים ושלימים אין סאטמאר מכל החוגים ומכל הצדדים און זאגאר פון די ראשי הקהילה.

אולי איז טאקע כדאי צו מאכען סדר בתולדות משפחת כהנא המפוארה, און זעהן צו די וואס האבן זיך שפעטער 'נישט איבערגעבעטן' מיטן קדושת יו"ט אדער מיט בנו ומ"מ העצ"ח זצ"ל, וואס פון זיי איז געבליבען.

ווער איז גרייט זיך מתנדב צו זיין אראפשרייבען די משפחה במילואה?
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

איך בין נישט אזוי קלאר מיט די דאטום פון יארן ווען די מחלוקה איז פארגעקומען
אבער ס'איז באקאנט די מעשה ווען מען האט אנגעטראגן פארן ייטב לב די רבנות אין מונקאטש, און מען האט אים געזאגט אז די גאנצע שטאט ווארט אויף אים, האט ער געזאגט, ווען איך בין געקומען קיין סיגעט האבן מיך די משפחת כהנא געברענגט און משפחת פריינד איז געווען דערגעגן, שפעטער האט זיך עס איבערגעדרייט, אויב וועל איך פארן קיין מונקאטש און יעדער ווארט אויף מיר, ווער וועט בלייבן מיט מיר שפעטער.
עכ"פ לענינינו, אויב די מחלוקה האט זיך ערשט אנגעהויבן תרמ"ב, מיינט אז די אנטראגע פאר די רבנות אין מונקאטש איז געווען הערשט אויך יענע יאר אדער א יאר שפעטער בשנת תרמ"ג שהיא שנתו האחרונה, עפעס נישט מסתבר
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

ווארד2007 האט געשריבן:איך בין נישט אזוי קלאר מיט די דאטום פון יארן ווען די מחלוקה איז פארגעקומען
אבער ס'איז באקאנט די מעשה ווען מען האט אנגעטראגן פארן ייטב לב די רבנות אין מונקאטש, און מען האט אים געזאגט אז די גאנצע שטאט ווארט אויף אים, האט ער געזאגט, ווען איך בין געקומען קיין סיגעט האבן מיך די משפחת כהנא געברענגט און משפחת פריינד איז געווען דערגעגן, שפעטער האט זיך עס איבערגעדרייט, אויב וועל איך פארן קיין מונקאטש און יעדער ווארט אויף מיר, ווער וועט בלייבן מיט מיר שפעטער.
עכ"פ לענינינו, אויב די מחלוקה האט זיך ערשט אנגעהויבן תרמ"ב, מיינט אז די אנטראגע פאר די רבנות אין מונקאטש איז געווען הערשט אויך יענע יאר אדער א יאר שפעטער בשנת תרמ"ג שהיא שנתו האחרונה, עפעס נישט מסתבר


ביזט גערעכט, עס איז נישט מסתבר.

ס'קען זיין ער האט געהאט אפאר שונאים אין שטאט (אין אויך עפעס מענטשען ממשפחת כהנא), וועלכע רב האט נישט אפאר מתנגדים?

אבער ציזאגען אז "משפחת כהנא" זענען געווען קעגן עם, שטימט נישט מיט אסאך פאקטען אזוי מ'האט געשריבען אויווען.
לעצט פארראכטן דורך ברוקלין אום מיטוואך אקטאבער 21, 2009 1:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

נאך א סבה: ר' קלמן אין זיינע קינדער זענען געווען פייערדיגע צאנזער אין שינאווא חסידים, (די שינאוואר רב פלעגט איינשטיין ביי ר' קלמן ווען ער פלעגט זיין אין סיגוט), וויאזוי איז מעגליך אז ער איז געווען א צאנזער אין שינוואר חסיד אין א מתנגד צום יטב לב זי"ע?.
לעצט פארראכטן דורך ברוקלין אום מיטוואך אקטאבער 21, 2009 1:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כהנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהנא »

ישר כח הרב מילער. איך בין א סיגעטער-כהנא אייניקעל וועגען דעם האב איך "געטוען" אינדעם, אויך האב איך גענימען אסאך אינפארמעשן פין די נייע "פרי העץ".

קיינער ח"ו זאגט נישט קיין מיינוג וועד עס איז גערעכט. עס איז געווען א ד"ת אין נאכדעם איז ארויס די פסק פין שינאווער רב זי"ע ועוד גדולי ישראל אז די ספרדים זענען נישט גערעכט. רוב ערליכע ספרדים אליין האבען איינגעזעהן אז עס איז געווען א טעות.

בזיט גערעכט אז עס איז בעסער נישט צירעדען פין אלטע מחלוקת, נאר אזוי די מחלוקה איז באשריבען אין אסאך ביכער, אויך האט מען איבערגעדריקט די מלחמת מצוה מיט אלע נעמן אין זולזלים וואס מזאגט בשעת מחלוקת (בחינת עת לעשות…). אבער די אמת איז עס זענען געווען 2 צדדים בזה, אין וועגען דעם האט זיך דער הייליגער שינאווער רב (וכל בני הגה"ק מצאנז) ועוד כמה גדולי ישראל מאונגארין נישט געוואלט אריינמישען פאר 4 יאר, ביז נאכן ד"ת. (איך וועל בארשייבען אי"ה מער באריכות ביי אן אנדערע געלעגנהייט וואס די 2 צדדים איז געווען).

נאך אפאר פרטים.
כ"ק האדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל האט געזאגט אז ר' קלמן איז געווען איינע פין די חשובסטע בעלי בתים אין אונגארין. (שמעתי מאחד ששמע זאת מהר"ר משה פר"ד משב"ק).

ווען מהאט אויפגענימען הר"ר שמואל זנוויל כהנא (בן ר' יחיאל מיכל בן ר' קלמן) פאר יו"ר פין קאנצליי אין אונגארין אין שנת תרצ"ד, שרייבט הגה"צ ר' נפתלי ט"ב אב"ד באטור זצ"ל (ממנהיגי החסידים באונגארין באותן השנים): לפני זמן ביקר אצלי האבד"ק סיגוט (ה"ה הגה"צ ר‘ זלמן לייב ט"ב הי"ד) והוא מכיר אותו מבית אבותיו משפחת כהנא המפורסים, אם כן הוא יכול להעריך את המקור מאיפה שנתגדל. ואני יכול להגיד: כי הוא בהכירו מקרוב בהערכה גדולה דיבר ממנו. עכ"ל (מספר זכור ימות עולם ח"ג).


ר' נפתלי שטערנבוך מגי"ש בישיבת לוצערן בשווייץ איז אן איניקעל פין ר' קלמן
הגאון ר' אברהם יצחק אולמאן מבד"צ איז אן איניקעל פין ר' קלמן.
דא אין ב.פ. (אין אין בני ברק) איז דא א כהנא משפחה איניקעל פין ר' קלמן.


אויך הגה"ק ר' יהודה מודרן זצ"ל האט איבערגעלאזט דורות ישרים ומבורכים – רבנים וראשי ישיבות וחסידים מובהקים, עי' בספר פרי העץ החדש.
כהנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהנא »

נאך א וויכטיגע פרט: במשך הימים איז יענע קהלה (ספרדים) געווארען א שוואכע קהלה. אין לכאורה ווער עס איז געבליבען דארט זענען די קינדער געווארען שוואך ל"ע.

ס'קען זיין יענע קהלה איז געווארען שוואך, ווייל אלע ערליכע האבען געפאלגט די צדיקים, ממילא זענען געבליבען נאר שוואכע.

אינטערעסאנט פין הגה"ק בעל דברי יואל אין שו"ת דברי יואל איז משמע אז די עיקר איז: ווייל עס איז געווען א ד"ת (ובפרט אחר פסקי של כמה גדולי ישראל לקיים פסק הד"ת), אין ווער עס האט נישט געפאלגט זענען די קינדער ארויס לתרבות רע ל"ע.
לעצט פארראכטן דורך כהנא אום דינסטאג אקטאבער 20, 2009 5:52 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

פון וועם איז נאר די מימרא, וועגען די ערשטע פאר רש"י'ס אין פ' אמור, אז הכהנים איז איבריג וכו'?
למה זה תשאל לשמי...
כהנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהנא »

והוא פלאי האט געשריבן:פון וועם איז נאר די מימרא, וועגען די ערשטע פאר רש"י'ס אין פ' אמור, אז הכהנים איז איבריג וכו'?


מען זאגסט עס נאך פין ייטב לב.

אויב עס איז אמת, אין אויב מען נעמט עס אן ממש כמו שהוא, איז עס א סתירה צי די אלע מציאות'ן וואס שטייט אויבען.

בריווען אין פאקטען איז שטערקער ווי א מימרא דא אין דארט וואס מזאגט נאך בשם איינעם.

עס קען אויך זיין אז סאיז געווען אייצעלנע מענטשען וואס זענען נישט געווען אוהבים. איר האט א בעסערע תירוץ?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אן קיין תורשבע"פ, בלויז פון דאקומענטען און בריוון איז זייער שווער אפצולערנן היסטאריע, ווייטער פארקערט איז אויך פאלש, מען דארף האבן א בעל פה צו פארשטיין דו אומשטענדן, און די כת"י צו זעהן צו עס איז נישט משפחה דמיונות, אדער מען וואלט ווען געוואלט עס זאל אזוי זיין,
עכ"פ מען דארף אפלערנען די מימרא, ווייל כנראה פון וויפיל זייטן עס קומט איז עס אמת
למה זה תשאל לשמי...
כהנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהנא »

והוא פלאי האט געשריבן:אן קיין תורשבע"פ, בלויז פון דאקומענטען און בריוון איז זייער שווער אפצולערנן היסטאריע, ווייטער פארקערט איז אויך פאלש, מען דארף האבן א בעל פה צו פארשטיין דו אומשטענדן, און די כת"י צו זעהן צו עס איז נישט משפחה דמיונות, אדער מען וואלט ווען געוואלט עס זאל אזוי זיין,
עכ"פ מען דארף אפלערנען די מימרא, ווייל כנראה פון וויפיל זייטן עס קומט איז עס אמת


איך פארשטיי נישט, א מימרא בשם... איז שטערקער ווי דאקימענטען אין פאקטען?

אין דעס אז סאיז "מקובל" אז איז נישט איבערגעבליבן ערליכע קינדער פין זיי איז אויך שטערקער ווי די מציאות אז עס איז יא געבליבען?

ב) אפשר איז געווארען די מימרות ווייל אחר פטירת הייטב לב איז געווארען א מחלוקה?

אלע (נייטראלע) שרייבערס באשרייבען אז אין די צייטען פין ייטב לב איז סיגוט געווען כשלמה המלך בשעתו, עס קען זיין עס איז געווען א קליינע וויכוח דא אין דארט. דאס איז אייביג געווען אין דעס וועט אייביג זיין, דעס זענען מענטשען, כשם שאין וכו', בי"ד שכולו חייב זכאי. דאס מיינט נישט קיין מחלוקה.

די לעצטע יאר פין ייטב לב זי"ע האט אויסגעבראכען א מחלוקה צווישען די ראשי קהילות, אבער ביידע ראשי קהילות האבען זיך געהאלטען חסידים פין ייטב לב, אין ביידע ראשי קהילות האבען אינטערגשריבען אויפן קאנסוס פין קדושת יו"ט זי"ע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב כהנא, עס איז אונז א כבוד צו האבן אן אפשטאמיגער פון די חשוב'ע משפחה.

איר רעדט פון אייניקלעך, ווי דערמאנט איז דאך הרה"ג ר' שמואל זאנוויל כהנא שליט"א פון וויליאמסבורג אויך אן אייניקל פון די משפחה, איז נישט ר' יוסף לייב כהנא געווען אן אייניקל?
כהנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהנא »

ר' יוסף לייב כהנא איז אויך פין דע משפחה
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

איינער קען ביטע צולייגן פונקטליך דעם גאנצן יוחס אלע קינדער און אייניקלעך, כ'ווייס אז איך בין אן אייניקל פונעם קונטרס הספיקות, אבער איך ווייס נישט וויאזוי.
דעריבער וואלט איך געוואלט וויסן אלע קינדער און אייניקלעך, צו זעהן צו וועמען איך קען זיך מייחס זיין.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

ברוקלין האט געשריבן:נאך א סבה: ר' קלמן אין זיינע קינדער זענען געווען פייערדיגע צאנזער אין שינאווא חסידים, (די שינאוואר רב פלעגט איינשטיין ביי ר' קלמן ווען ער פלעגט זיין אין סיגוט), וויאזוי איז מעגליך אז ער איז געווען א צאנזער אין שינוואר חסיד אין א שונא צום יטב לב זי"ע?.

דערמאנסט מיר טאקע די מעשה ווי דער הייליגער שינאווער רב האט מוסר געזאגט פאר ר' קלמן כהנא'ס קינדער פארוואס זיי רערן אויף אונגאריש.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
כהנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהנא »

הגאון ר' יהודה כהנא הקונטרס הספיקות (בן הגה"ק ר' יוסף ומרת ניסל) הניח אחריו שש בנים ובת אחת ואלו הם:
(אעתיק ג-ד דורות. - רוב הדורות לקחנו מספר "קול תודה" שנכתבו ע"י החוקר-הדורות המפורסם ר' בעריש וועבער, וכן איזה דברים מספר פרי העץ מהדורה חדשה)

בניו

א) הגה"צ ר' נחמן כהנא מסיגוט בן הקונה"ס (היה חסיד איהעל ואדוק בהגה"ק ר' אלעזר ניסן) נפטר בשנת תר"א

1) בתו (של ר' נחמן היתה) מרת מלכה אשת הגביר ר' שמואל פרוכטער מאויבערווישווא נפטר בשנת תרמ"א. (חתנו של ר' שמואל פרוכטער היה הגה"ק ר' נפתלי שווארטץ הבית נפתלי בן הקול ארי' ממאד זצוק"ל)
2)בנו (של ר' נחמן היה) הגביר הצדיק המפורסם ר' יוסף לייב כהנא מסיגוט (חסיד קאסוב ואח"כ חסיד צאנז, ומקורב להגה"ק הייטב לב), נשא בזו"ר את מרת חנצי בת הגה"ק המראה יחזקאל זי"ע ובזו"ש נשא את אחותה מרת חוה. ר' יוסף לייב נפטר בשנת תרמ"א.
3) בתו (של ר' נחמן היתה) מרת ניסל אשת הג"ר יעקב רוזענבערג מסיגוט ז"ל נפטר בשנת תרמ"ד ומנו"כ בטבריה


ב) הגה"צ ר' יחיאל אבד"ק סאלקא בן הקונה"ס (מוזכר בשו"ת השיב משה סי' ט. גם קיבל כתב סמיכה או הוראה מהישמח משה) היה חסיד איהעל וסיגוט גם נסע פעם לצאנז. נפטר בשנת תרכ"ו

1) בנו הגה"צ ר' כתריאל כהנא אב"ד סאלקא נפטר בשנת תרל"ט.
2) בנו הנגיד המפורסם הג' ר' חיים יוסף דוב כהנא מקראסנע (חתנו של הגה"צ הבית שערים, וחתנו של הגה"צ ר' משה נתן נטע יונגרייז אב"ד טיסאפירעד בן הגה"ק המנוחת אשר)
3) בנו הג"ר משה כהנא, זוגתו מרת רחל. (בנו היה הג"ר צבי הירש כהנא-העליר, תלמיד מהגה"ק היריעות שלמה ומהגה"ק ר' הלל מקלאמיע. - ר' צבי הירש הו"ל את "הסיגעטער צייטונג" שהיתה הפרימע צייטונג בסיגוט (בזמן הקדיו"ט) והיה עומד תחת פיקוחו של הקהילות אורטדקאסין בסיגוט).
4) בנו הג"ר מרדכי לייב כהנא מבארשא (חתנו של הגה"צ ר' שלמה דוב פיש מבארשא)
5) בנו הג"ר יהודה יעקב כהנא. (בנו היה הגאון החסיד המפורסם ר' שמואל זנוויל כהנא, תלמיד מהייטב לב, מוזכר בשו"ת אבני צדק להייטב לב (אה"ע סי' ל): שלום לאהובי תלמידי ידידי האברך החריף ובקי מו"ה שמואל זנוויל כהנא נ"י. ע"ע במליצי אש כז ניסן מגדולתו).
6) בנו הג"ר צבי הירש כהנא העליר אב"ד ענטשענטש

ג) הגה"צ ר' יוסף מרדכי ראב"ד בסיגוט בן הקונה"ס חסיד אדוק בקאסוב. נפטר בשנת תקצ"ד ומנו"כ בקאסוב סמוך אצל האהבת שלום. (ר' יוסף מרדכי היה חתן החסיד ר' בנימין מנדאדבורנא זצ"ל מגדולי חסידי האהבת שלום מקאסוב. גם הוא נתן המעות להדפיס הקצות החושן, עי' בהקדמת קצוה"ח שהקצות נותן לו ישר כח גדול).

1) בנו הג"ר יחיאל צבי מסיגוט (אבי של הגה"ק ר' חיים ארי' כהנא הדברי גאונים (חסיד סיגוט – ייטב לב). בנו של הדברי גאונים היה הגה"צ ר' נחמן בעמ"ס ארחות חיים, שהיה חתן הגה"ק האמרי יוסף מספינקא. ר' נחמן היה רב הראשון בספינקא.
בן האחר של ר' יחיאל צבי היה הרה"ג ר' יוסף מרדכי כהנא מסיגוט (תלמיד מהגה"ק ר' שמעלקא מסעליש ומהייטב לב) דומ"צ בטעטש כשהקדיו"ט היה שם אב"ד).
2) בנו הג"ר משולם פייבוש מראשי קהילות דראגמירעשט - חסיד קאסוב וויזניץ (בנו היה החסיד והנגיד המפורסם ר' יוסף מרדכי כהנא מראה"ק דראגמירעשט - חסיד וויזניץ וספינקא. חתנו היה הגה"צ ר' יצק מאיר שווארטץ בעמ"ס אמרי יצחק, בן הגה"צ ר נפתלי שווארטץ ה'בית נפתלי' בן הקול ארי' זצ"ל. - וחתנו האחר היה הגה"צ ר' מנחם מענדיל שפירא בעמ"ס מאזני צדק)
3) בתו מרת יענטא אשת הר"ר ברוך מגאלציע.
4) חתנו ר' יצחק אייזיק כהנא (כנראה ע"ש חמיו).

ד) הג"ר ר' לייבוש ממונקאטש בן הקונה"ס

1) בנו הג"ר יצחק אייזיק, אשתו מרת חוה היתה בת הגה"ק המראה יחזקאל (ר' יצחק אייזיק נפטר בדמי ימיו, ואשתו מרת חוה נשא שנית את ר' יוסף לייב כהנא הנ"ל)
2) בתו מרת אסתר רבקה אשת הרה"ח ר' חיים גאלדשטיין ממונקאטש בן הג"ר שאול אב"ד מילדוי

ה) הג"ר' שמעון צבי מדולינא בן הקונה"ס (נספד ע"י הגה"ק ר' אלעזר ניסן כשהיה אב"ד סיגוט)

1) לו נודע בת אשת הג"ר מאיר לאנדא ז"ל בן ר' צבי בן ר' שלמה זקינו של הגאון האדיר ר' שלמה דרומער הבית שלמה.

ו) הג"ר יעקב יוקל מסאלקא כמדומה שלא הניח אחריו זש"ק ר"ל

ז) הג"ר זאב מטשארדא בן הקונה"ס

1) בנו הרה"ח ר' משה נחמי' (אולי הוא ר' נחמי' כהנא שו"ב בטשארדא וצ"ב)

ח) בתו של הקונה"ס הצדיקת מרת ניסל שנשא את הגה"צ ר' שמואל זנוויל כהנא ממקאווא תלמיד מהגה"ק ר' מרדכי בנעט. ר' שמואל זנוויל היה חסיד בעלזא וסיגוט, גם נסע להגה"ק התורת חיים מקאסוב.

1) בנו הגביר החסיד המפורסם ר' קלמן, אשתו מרת רבקה בת החסיד ר' פנחס סאמטאר הבעל תוקע של הגה"ק הישמח משה. ר' קלמן היה חסיד אדוק בהישמח משה, ובהגה"ק ר' אלעזר ניסן ובהגה"ק הייטב לב. גם היה חסיד אדוק בהגה"ק מצאנז ואח"כ בהגה"ק משינאווא. גם נסע להגה"ק השר שלום מבעלזא, והיה פעם אצל הרה"ק מריזין. - שמעתי בשם הר"ר משה פר"ד משב"ק שכ"ק האדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל אמר לו "שר' קלמן איז געווען איינע פין די חשובסטע בעלי בתים אין אונגארין". - ר' קלמן נפטר בשנת תרנ"ט.
מצאצאיו הידועים: ר' יחיאל מיכל כהנא מראשי חברה קדישא בסיגוט תחת העצי חיים, נפטר בשנת ת"ש. - בנו (של ר' יחיאל מיכל) הרה"ח ר' שמואל זנוויל כהנא-פראנקל, יו"ר הרביעי והאחרון של הקאנצליי האורטדאקסי בפעסט.

וז"ל של הגה"ק הדברי יואל מסאטמאר במכתבו אליו:

כבוד ידידי הרב הגדול המפורסם, שבח עוז ומגדול, ותיק מלא עתיק, עומד לנס עמו כש"ת מוה"ר שמואל זנוויל כהנא שליט"א נשיא הלשכה המרכזית יע"א... (נדפס במשש"י).

ובמכתב אחר כותב הגה"ק מסאטמאר (משנת תשי"ד): שוכט"ס לכבוד ידידי הרב המאוה"ג, מעוז וגדול, הנגיד הנכבד מגזע היוחס, משובח ומפואר לשם ולתהלה כש"ת מוה"ר שמואל זנוויל כהנא פראנקל שליט"א...
רש"ז נפטר בבארא פארק בשנת תש"ל.

הידען המובהק ר' שמואל זנוויל כהנא מקראקא (בן הרה"ג ר' משה שמחה בן ר' קלמן) בעמ"ס יוחסין 'ענף עץ אבות'.

נחזור לענינינו

2) בנו הגה"צ ר' יהודה, אשתו מרת שרה בת הגה"ק המראה יחזקאל. ר' יהודה נפטר בשנת תר"ס.
3) בנו הגביר המפורסם ר' יצחק לייב כהנא מאויבערווישווא (חתנו היה הגה"צ ר' שמואל שמעלקא גינצלער בעמ"ס משיב נפש, וחתנו האחר היה הגה"צ ר' משה שטערן אבד"ק ריסקווא. בנו של ר' יצחק לייב – החסיד ר' מנחם מענדיל כהנא היה חתן הגה"ק ר' אליעזר רוקח בן הקדוש השר שלום מבעלזא)
4) בנו הגביר הג' ר' יוסף כהנא נפטר בשנת תר"מ (חתנו היה הגה"צ ר' דוד א"ש אב"ד סאבראנץ בן מהגה"ק ר' מנחם א"ש אב"ד אונגוואר בן מהגה"ק ר' מאיר א"ש האמרי אש זי"ע)
5) בנו הגביר ר' חיים כהנא (נפטר בשנת תרכ"ז)
6) בתו הצדיקת מרת חיה ראכיל שנשא את הגה"ק ר' יהודה מודרן זצ"ל בעמ"ס זכרון שמואל ופרי העץ. מגדולי תלמידי החת"ס, גם נסע אח"כ להישמח משה, ואח"כ להשר שלום. ואחר פטירתו נעשה חסיד אדוק בהגה"ק הדברי חיים. גם נסע להרה"ק מריזין, והיה חסיד וידיד להרה"ק הצמח צדיק מוויזניץ. נפטר בשנת תרנ"ד

מצאצאיו המובהקים: בנו הג"ר קלמן מודרן ז"ל חסיד ת"ח גדול (ע"ע עליו בספר מרמרוש)
חתנו (של הגר"י) הגאון החסיד המובהק ר' משה לייב קאהן מסיגוט.
וזהו נוסח מצבתו:
פ"נ הרב המאור הגדול מו"ה משה יהודה ב"ר מרדכי הכהן, חתן הרב הגאון מו"ה יהודה מודרן זצ"ל. נפטר בקדושה וטהרה ...טבת תרפ"ג. אדם יקר זה היה פאר העיר שעסק בתורה ועבודה כל ימיו ביראה ואהבה. זכות הרבים תלוי בו שלמד ברבים מידי שבת בשבתו, בפה מפיק מרגליות דרש דרושים יקרים ונפלאים, שהניח מהם ברכה בכתובים, תנצב"ה.

חתנו (של הגר"י) הג' החסיד המופרסם ר' שמואל זנוויל כהנא מדרגמירעש, (בן הג"ר יוסף מרדכי מדראגמירעשט בן הג"ר משולם פייבוש הנ"ל) נפטר תר"פ.
נכדו הגה"צ ר' צבי הירש הכהן הי"ד אב"ד סטרימעטערע ובעמ"ס נחלת צבי (תש"ד)
נכדו הרב הצדיק ר' אהרן משה לייפער הי"ד מסאטמאר (בן הרה"ק ר' בערצי בן הרה"ק ר' מרדכי מנאדווארנא) בעמ"ס ויקהל משה, ועוד. (תש"ד)
לעצט פארראכטן דורך כהנא אום דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 3:26 pm, פארראכטן געווארן 22 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כהנא האט געשריבן:הג"ר זלמן לייב גריינוואלד ז"ל'ס טאטע - החסיד ר' יעקב ז"ל איז געווען איינע פין די טוענים ביי די ד"ת מצד הקדושת יום טוב זי"ע.

דעס וואס ער שרייבט וועגן די מחלוקה וועגען די זאלץ וואס איז פארגעגאנגען אין סיגוט איז נישט פינטקליך, אין ער פארציילט נישא אלע פרטים, ואכ"מ.

מיינע צוויי פרוטות צום חשוב'ן מו"ל:

אנטשולדיגט מיר ביטע, וואס גלויבט איר יא דעם רי"י גר"וו און וואס נישט?

פארוואסווען ער שרייבט ווער עס האט פארגעלערנט שיעורים אין סיגעט איז ער יא באגלייבט און דאס קויפט איר אפ פאר גוט געלט?

ועוד, אויף וואס ארויף צייכענט איר נישט צו דער מקור דערפון מיינט איר טאקע אז מענטשן זענען צוריקגעבליבן און ווייסן נישט דעם מקור הדברים?

איר לעבט אין יארע צוויי טויזענט און ניין, יעדער קאטשע לאפניק מיט אביסל אינטערעסע זעט ליינט און ווייסט אלעס!

און אויף וואס איז דער מושש"י און דער "מארמאראש" מער באגלויבט ווי גר"וו, גר"וו איז כאטש געווען אן אביעקטיווער שרייבער מיט ידיעות אין אלעמען ווס. די היינטיקע וואס דרייען אלעס לפי רוחם ?

-----

רב כהנא:

א דאנק פאר די תולדות הקונטרס הספיקות, מיר - אזוי ווי טויזענטער אונגארישע אפשטאמיגע - ציילן זיך אויך צווישן זיינע אייניקלעך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א מורא'דיגען יישר-כח הרב כהנא פאר די תולדות וסדר היו"ח, הני 'כהנא' שלוחי דידן ושלוחי דרחמנא, ישלם ה' פעלכם לטובה.

איין שאלה אויף דערווייל:
3) בתו (של ר' נחמן היתה) מרת ניסל אשת הג"ר יעקב רוזענבערג מסיגוט ז"ל נפטר בשנת תרמ"ד ומנו"כ בטבריה

עס שיינט מיר פון די נעמען אז דאס איז פון די סיגוט-וויזניצער ראזענבערג משפחה (ר' עביר ז"ל צוואת אב"א) איז דער יעקב ארויף אויף אר"י, אז די פרוי ליגט דארט?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”