אליהו הנביא - זכור לטוב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

אליהו הנביא - זכור לטוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אינטערעסאנטע פאקטן און מימרות איבער אונזער הייליגער נביא, דער מלאך השם צבקות אליהו הכהן הנביא זכור לטוב.

אליהו הנביא ווערט די ערשטע מאל דערמאנט גאנץ פלוצלונג אין מלכים (א' יז) "ויאמר אליהו התשבי מתושבי גלעד אל אחאב חי ה' אלקי ישראל אשר עמדתי לפניו אם יהיה השנים האלה טל ומטר כי אם לפי דברי". די כינוי וואס ער טראגט "אליהו התשבי" אדער "אליהו הגלעדי" נעמט זיך פון אט דער פסוק ווייל ער האט זיך אויפגעהאלטן אין שטאט תושב און אין גלעד.

אויך ווען אליהו וועט קומען מבשר זיין די גאולה העתידה בב"א וועט ער אנקומען פלוצלונג, ווי דער פסוק זאגט אין סוף מלאכי "ופתאום יבוא אליכם".

פנחס זה אליהו
אין פדר"א מ"ז שטייט אז פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן איז אליהו הנביא.
דער רד"ק איז מסביר די שיטה אז דאס איז וויבאלד מען טרעפט א שטארקע התייחסות אין די פסוקים צווישן די צוויי:
    פנחס ווערט גערופן מלאך ה' און נגיד, "וַיַּעַל מַלְאַךְ ה' מִן הַגִּלְגָּל אֶל הַבֹּכִים" (שופטים), "ופנחס בן אלעזר נגיד היה עליהם לפנים ה' עמו" (ד"ה א), דאס זעלבע ביי אליהו.
    פנחס שטייט אין פסוק בלשון עלייה "ויעל מלאך ה'", דאס זעלבע ביי אליהו "וַיְהִי בְּהַעֲלוֹת ה' אֶת אֵלִיָּהוּ בַּסְעָרָה הַשָּׁמָיִם".
    פנחס איז געווען אין פלאץ בוכים (בית-אל), דאס זעלבע אליהו "ה' שְׁלָחַנִי עַד בֵּית אֵל"
    פנחס האט מקנא געווען קנאת השם ביי זמרי, דאס זעלבע אליהו הנביא "קַנֹּא קִנֵּאתִי לה' אֱלֹהֵי צְבָאוֹת".
    פנחס איז א כהן, דאס זעלבע אליהו הנביא "ומר לאו כהן הוא"
    פנחס האט באקומען א ברית שלום, דאס זעלבע אליהו "בריתי היתה אתו החיים והשלום".

דאס און נאך אנדערע רמזים נסתרים האט רבי אליעזר געצויגן א מסקנא אז פנחס איז אליהו און דערפאר שטימען די פסוקים וואס דערמאנען פנחס אין גאר שפעטערע צייטן ווי פילגש בגבעה "ופנחס בן אלעזר נגיד היה עליהם לפנים ה' עמו". און דערנאך ווערט ער דערמאנט בשם אליה ווען ער איז ארויף בסערה השמימה בימי אחאב וואס איז ארום 600 יאר נאך יציאת מצרים וואס ביז דאן האט ער געלעבט. (רד"ק)
אנדערע זאגן אז רבי אליעזר האט געהאט א מסורה אז הוא פנחס הוא אליהו.
אויך דער זוה"ק שרייבט אזוי און אזוי האלט ריש לקיש.

ווען און פארוואס זיין נאמען איז געטוישט געווארן צו אליהו איז נישט באקאנט.

פנחס האט זייער לאנג געלעבט וויבאלד דער אייבערשטער אליינס האט געשלאסן מיט אים א ברית השלום ממילא איז נישט שייך געווען ער זאל שטארבן, ווי דער פסוק זאגט אין מלאכי (ב ה) "בריתי היתה אתו החיים והשלום". אבער בזמן אחאב הרשע ווען די עובדי ע"ז האבן זיך געהויבן די קעפ און געוואלט הרג'נען אליהו וואס האט זיי מוסר געזאגט, האט ער זיך געבעטן ביים רבוש"ע "קח את נפשי כי לא טוב אנכי מאבותי", ער האט שוין נישט אויסגעהאלטן די טומאה און זוהמא וואס שפרייט זיך אויס אויף דעם עולם, דאן האט אים דער רבוש"ע ארויפגענומען אין הימל און טוט ווייטער זיין תפקיד לעשות נחת רוח ליוצרו וליהנות מזיו השכינה.

אבער נישט יעדער האלט אז פנחס איז אליהו. אין ב"ר (עא ט) איז דא א מחלוקה צי ער שטאמט פון שבט גד צי שבט בנימין. "אליהו משל מי ר' אליעזר אמר משל בנימין, דכתיב ויערשיה ואליה וזכרי בני ירוחם כל אלה בני בנימין, ר' נהוראי אמר משל גד היה, הה"ד ויאמר אליהו התשבי מתושבי גלעד...פעם אחת נחלקו רבותינו בדבר אלו אומרים משל גד ואלו אומרים משל בנימין בא ועמד לפניהם, א"ל רבותינו מה אתם נחלקים עלי אני מבני בניה של רחל אני."
בני בניה של רחל איז פאקטיש נישט קיין שום הוכחה, ווייל קען זיין צווישן זיין טאטענס אדער מאמענס יחוס איז געווען פארמישט פון בני רחל.

פון איין פלאץ אין זוהר איז משמע אז ס'יז נישט אזוי פשוט, ער שרייבט "פנחס הוא אליהו ודאי בדרגא חדא". וואס קען מיינען פארשידענע זאכן פון גילגולים צי עיבור נשמות ואכמ"ל.
א טייל ראשונים האלטן אז פנחס זה אליהו מיינט נישט ממש דער זעלבער גוף, נאר עס איז אן ענין פון שורש נשמתו (רדב"ז ח"ו סימן ב"א רג).
דער אבן עזרא איז מדייק פון פסוק "ולזרעו אחריו" אז פנחס לאו אליהו הוא, וויבאלד ס'שטייט אחריו וואס באדייט אז ער וועט מער נישט דא זיין אויף דעם עולם בעת זיין זרעו איז יא דא.


משה ואליהו
    אין פסיקתא רבתי גלייכט ער צו די מעשים פון אליהו צו משה "ואתה מוצא שמשה ואליהו שווין זה לזה לכל דבר ".
    משה נביא ואליהו נביא
    משה נקרא איש האלקים ואליהו נקרא איש האלקים
    משה עלה למעלה, ואליהו עלה למעלה, שנאמר: ויהי בהעלות ה' את אליהו וכו'
    משה קנאי – מי לה' אלי, ואליהו קנאי – ויאמר אליהו לכל העם גשו נא אלי, וכו'
    ודרשו חז"ל על בקשתו של משה: שלח נא ביד תשלח ביד אותו האיש שאתה עתיד לשלוח וכו' שנאמר: הנה אנכי שולח לכם את אליה הנביא.
    וזהו שאמר הכתוב: ובנביא העלה ה' את ישראל ממצרים ובנביא נשמר - ובנביא העלה ה' – זה משה. ובנביא נשמר – זה אליהו זכור לטוב.

אליהו מחיה מתים
דער פסוק פארציילט 8 נסים וואס אליהו האט באוויזן, די גרעסטע פון זיי איז די מעשה פון מחיה מתים זיין דאס קינד פון די אשה אלמנה, וואס איז שפעטער אויסגעוואקסן יונה הנביא (רש"י). און די באקאנטסטע איז די מופת פון הר הכרמל וואו עס האט גענידערט א פייער פון הימל לעשות שלום בין ישראל לאביהם שבשמים און נקמה צו נעמען אין די נביאי הבעל.
אנדערע זאגן אז דער קינד איז משיח בן יוסף (שמעוני מלכים א').

דער זעלטענער כוח פון טון נסים נגלים שלא כדרך הטבע האט אליהו געטון פאר איין ציהל; מפרסם זיין אלוקית בעולם וואס אין זיינער צייט האבן אידן געדינט עבודה זרה ווי קיינמאל בעפאר. דאס איז געווען בימי אחאב ואיזבל ווי דער פסוק זאגט "ויעש אחאב את האשרה ויוסף אחאב לעשות להכעיס את ה' אלקי ישראל מכל מלכי ישראל אשר היו לפניו".

זיין כוח האט ער גענוצט ביים הר הכרמל ווען ער האט צוזאם גערופן אלע נביאי הבעל "עד מתי אתם פוסחים על שתי הסעפים אם ה' האלקים לכו אחריו ואם הבעל לכו אחריו". ער האט דאן געשטעלט א קאנטעסט פאר זיי צו זען וועמענס גאט ס'קען אראפברענגען א פייער פון הימל. ער האט זיי באפוילן אויסקלויבן א פר און מקריב זיין אויף זייער מזבח, בעת ער טוט דאס זעלבע. ווען זייער פייער איז נישט אנגעקומען נאך פולע באמיאונגען האט ער שפאטיש געפרעגט: "ויהתל בהם אליהו ויאמר קראו בקול גדול כי אלהים הוא כי שיח וכי שיג לו וכי דרך לו אולי ישן הוא ויקץ"...
ווען גארנישט האט נישט געהאלפן האט אליהו מקריב געווען זיין פר, דאס איז געווען שפעט נאכמיטאג ויהי בעלות המנחה, און הייס מתפלל געווען דער רבוש"ע זאל באווייזן זיין וואונדער למען כבודו יתברך, ווען דער פייער איז אראפגעקומען פון הימל האבן אלע אידן אויסגעשריגן וואס מיר שרייען יום כיפור ביי נעילה: "השם הוא האלקים, השם הוא האלקים" און דערנאך האט אליהו געהייסן זיינע מענטשן די שבעה אלפים אשר לא כרעו לבעל צו הרג'נען די אלע נביאי הבעל.

הערשט דאן האט אליהו מתפלל געווען אויף גשמים וואס ער האט מעציר געווען "אם יהיה השנים האלה טל ומטר כי אם לפי דברי". און דער פסוק איז מעיד "והשמים התקדרו עבים ויהי גשם על הארץ".

אדרת אליהו
בהמשך הפסוקים ווערט דערמאנט כמה פעמים די מאנטל פון אליהו, ווען ער איז געגאנגען איבערגעבן דעם ציווי השם פאר זיין געטרייער תלמיד אלישע האט ער ארויפגעווארפן אויף אים זיין אדרת און אזוי אים משפיע געווען די רוח נבואה.
אפילו אליהו איז ארויף אין הימל איז אבער די אדרת געבליבן אויף דעם עולם און ווייטער משפיע געווען פאר אלישע די געוואלדיגע כחות הקדושה.
דורך די אדרת האט אלישע מקבל געווען פי שנים וויפיל אליהו האט פארמאגט "ויהי כעברם ואליהו אמר אל אלישע, שאל מה אעשה לך בטרם אלקח מעמך ויאמר אלישע ויהי נא פי שנים ברוחך אלי".
די אדרת איז געווען בכוח צו שפאלטן דעם ירדן "ויקח את אדרת אליהו אשר נפלה מעליו ויכה את המים".

די חכמי קבלה שרייבן אז אין די פסוקים איז מרומז גאר טיפע און דערהויבענע רמזים איבער די גאולה העתידה ולאו כל מוחא סביל דא.

אליהו ואלישע
אלישע הנביא האט מקבל געווען תורה און חכמה מפי אליהו און ער ווערט פארעכענט אלס דער תלמיד און נאכפאלגער פון אליהו הנביא זכור לטוב און האט פארמאגט צוויי מאל די כוחות פון אליהו ווי מען זעט דער פסוק פארציילט 16 נסים פון אלישע און 8 נסים פון אליהו.

איש בעל שער ואזור עור אזור במתניו
אליהו האט געטראגן א זעלטענעם געשטאלט.
דער פסוק פארציילט אז ווען די שליחים פון אחזיה המלך זענען געקומען מבשר זיין די בשורה פאר אחזיה איבער זיין טויט האבן זיי אנגעגעבן דעם סימן "בעל שער ואזור עור אזור במתניו", א האריגער מאן מיט א לעדערנע גארטל. אין קאנטראסט צו אלישע וואס איז געווען א גלאטער מענטש ווי מען זעהט אז די מ"ב ילדים האבן אים נאכגעשריגן "עלה קרח".
די אזור עור ווערט געברענגט אין חז"ל אז דאס איז געווען פון די עור פונעם אילו של אברהם אבינו.

אויך זיין מהות ווערט געזען במהלך הפסוקים ווי ער איז געווען שטענדיג א קפדן, א קנאי און האט געברענגט א הונגער אויף אידן צוליב די חטא ע"ז. ביז דער רבוש"ע דער בעל הרחמים האט נישט געקענט צוקוקן כביכול די הונגער און צער וואס ער האט געברענגט אויף כלל ישראל דריי יאר, האט ער אים געמוזט אוועקנעמען פון דער וועלט און זעצן אן אנדערן אויף זיין ארט.

תנא דבי אליהו (סדר אליהו)
אין חז"ל (כתובות קו) ווערט דערציילט אז אליהו האט געלערענט תורה מיט רב ענן און ער האט דאס אראפגעשריבן אויף א ספר. עס איז צוויי חלקים אליהו רבא און אליהו זוטא דאס וואס רב ענן האט געלערענט זייענדיג באדעקט מיט די תיבה.
"רב ענן, הוה רגיל אליהו דאתי גביה, דהוה מתני ליה סדר דאליהו. כיון דעבד הכי איסתלק. יתיב בתעניתא ובעא רחמי ואתא. כי אתא הוה מבעית ליה בעותי, ועבד תיבותא ויתיב קמיה עד דאפיק ליה סידריה, והיינו דאמרי סדר דאליהו רבה, סדר אליהו זוטא".

א טייל אחרונים האלטן אז די 'תנא דבי אליהו' וואס מיר פארמאגן היינט איז בכלל נישט די פון רב ענן מפי אליהו הנביא, נאר דאס איז א ספר נתחבר געווארן סוף תקופת הגאונים (אברבנאל). רוב נעמען נישט אן די דעה.

נשמת נדב ואביהוא
אין מדרש ווערט געברענגט אז בעת נדב ואביהו, קרוביו של הקב"ה, זענען געשטארבן זענען זייערע נשמות אריין אין פנחס.

די חכמי קבלה שרייבן אז דאס איז מרומז אין די ווערטער פון אלישע צו אליהו "ויהי נא פי שנים ברוחך אלי". נא איז ר"ת נדב אביהו, און נא פי שנים איז נוטריקון נפש. וואס מיינט אז אלישע האט געבעטן פון אליהו אז די נפשות של שני הצדיקים האלו זאל אריינגיין אין אים און דערמיט מכפר זיין זייער חטא.

אליהו מלאך הברית
"עמוד על ימיני וסמכני"
דער פסוק זאגט אין מלאכי "ומלאך הברית אשר אתם חפצים הנה הוא בא".
ס'יז דא א מוראדיגער מדרש וואס ווייניג ווייסן דערפון און דארט איז דער מקור אז אליהו איז דער מלאך וואס קומט צו יעדער ברית, איך וועל עס מעתיק זיין כלשונו:
מלכות אפרים מנעו מהם את המילה, ועמד אליהו זכור לטוב וקנא קנאה גדולה אמר לו קנא קנאתי לה' אלקי צבאות כי עזבו בריתך בני ישראל אמר לו הקב"ה לעולם אתה מקנא חייך שאין ישראל עושין ברית מילה עד שאתה רואה בעיניך מכאן התקינו חכמים שיהיו עושין מושב כבוד לאליהו שנקרא מלאך הברית, שנאמר: ומלאך הברית אשר אתם חפצים. וצריך להתקין לו כסא ולהזכיר בפיו: זה הכסא של אליהו.

אין כתבי האריז"ל שטייט אז די ר"ת של "מי יעלה לנו השמימה" הם מילה. ולפי שפנחס זה אליהו, קינא על חילול הברית, ויכפר על בני ישראל, וזכה לברית שלום, לכן עלה בסערה השמימה.

אליהו מבשר הגאולה
"הנה אנכי שולח לכם את אליהו הנביא לפני בוא יום ה' הגדול והנורא והשיב לב אבות על בנים על אבותם" דאס זאגט דער נביא אין סוף מלאכי איבער די גאולה העתידה בב"א. אט דער תפקיד איז גארנישט גרינג ווייל אויב חלילה אליהו וועט נישט קענען מחזיר למוטב זיין די אידן איז דער נביא מתרה "פן אבוא והכיתי את הארץ חרם" אז די ערד וועט צוריק ווערן תוהו ובהו.
בפשטות איז דער שווערער תפקיד ארויפגעלייגט געווארן אויף אליהו צוליב דעם וואס ער האט גערעדט שלעכטס אויף אידן פארן רבוש"ע זאגנדיג "כי עזבו בריתך בני ישראל את מזבחותיך הרסו ואת נביאיך הרגו בחרב", האט אים דער רבוש"ע געזאגט "אי אפשי בנביאותך מאחר שאתה מלמד קטיגוריא על בני". גלייך דאן האט ער באקומען דעם ציווי "ואת אלישע בן שפט תמשח לנביא תחתיך".
(אייניג געפונען מיר ביי ישעיה הנביא וואס האט געזאגט פארן רבוש"ע "ובתוך עם טמא שפתיים אנכי יושב" זאגן חז"ל בא מלאך ונגע על פיו און ער האט געמוזט מפסיק זיין די נבואה אלס עונש אויף רעדן שלעכטס אויף כלל ישראל).

"הנני נותן לו את בריתי שלום", זאגט דער תרגום יונתן מכאן ההבטחה על הגאולה העתידית שתבוא ע"י אליהו ז"ל.

משה רבינו האט געבעטן "שלח נא ביד תשלח" - ביד אותו האיש שאתה עתיד לשלוח, ביד אליהו. ווייל ער האט געוואלט ס'זאל שוין זיין די גאולה נצחית. א"ל הקב"ה אתה תרי"ג מצוות לך תנתן והוא לבדו ישפוט וכו' .

נאך איז פארהאן "אמר ריש לקיש הוא פינחס הוא אליהו, אמר לו הקב"ה אתה נתת שלום ביני ובין בני ישראל, אף לעתיד לבוא אתה עתיד ליתן שלום ביני וביניהם, שנאמר הנה אנכי שולח לכם את אליהו הנביא, והיתה לו ולזרעו אחריו, שיהיו מבורכים ממני לעולם".

גילוי אליהו
"ושפתי כהן ישמרו דעת ותורה יבקשו מפיהו כי מלאך השם צבקות הוא" (מלאכי ב ז).
פון דער פסוק איז משמע אז אליהו לערענט תורה מיט אידישע קינדער. ובחז"ל מובא בכמה מקומות אז תנאים ואמוראים האבן זיך באגעגענט מיט אליהו הנביא צו לערנען תורה מפיו.
אויך פון אנדערע צדיקים בהמשך הדורות ובפרט פון הייליגן בעש"ט ותלמידיו זי"ע איז באקאנט כמה עובדות ווען זיי האבן געהאט גילוי אליהו און זיך משתעשע געווען במצודתו.
אויך איז באוואוסט הרבה עובדות אז אליהו הנביא איז געקומען העלפן אידן בעת צרה דורך זיך פארשטעלן אין פארשידענע פארמען
בשם צדיקים אז אליהו קומט אראפ בליל פסח אויף דעם עולם ברענגען פונעם קרבן פסח של מעלה לצדיקי הדור.

סגולת אליהו הנביא
סגולה לומר קודם התפילה המאמר פתח אליהו מתיקוני זוהר (ימלט נפשו).
סגולה למקרה לילה ללמוד קודם השינה בתנד"א ולומר אח"כ ע"ב פעמים אליהו בדוק ומנוסה (סגולת ישראל).
מוצאי שבת איז א זמן מסוגל צו דערמאנען אליהו הנביא זכור לטוב, און דאס ווערט געברענגט אין זייער אסך ספרים.
דער רמ"א שרייבט "להתפלל שיבוא ויבשרנו הגאולה".
אין סדר היום שטייט "שמעתי שכל המזכיר שמו נ"ב פעמים יצליח בכל והוא כמניין אליהו, וכן יש מדקדקין שעושים כן ומזכירים שמו פעם אחר פעם נ"ב פעמים במוצאי שבת"
אין אליה רבה שטייט "ויש לומר ק"ל פעמים אליהו הנביא קודם ההבדלה".
אין מראה ילדים שטייט "להרויח פרנסתו בלי צער יאמר בכל מוצאי שבת ע' פעמים אליהו הנביא לא פחות ולא יותר.. ולא תגיד לשום אדם ויועיל".
אין יסוד ושה"ע שטייט "זכירת אליהו הנביא בפיוטים ובפסוקים במוצאי שבת הוא תיקון גדול לנפש, ותועלת גדולה להנצל מהגיהנום".
אין זיקוקין דנורא שטייט "כל האומר במוצאי שבת ק"ל פעמים אליהו בכוונה, זוכה שניצוץ קדוש מנשמת אליהו מאיר על נשמתו להבין רזי התורה".


הרחמן הוא ישלח לנו את אליהו הנביא זכור לטוב ויבשר לנו בשורות טובות ישועות ונחמות במהרה בימינו אמן!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

א דאנק אייך ר' שוועמל אויף די שיינע קאלעקציע...

זאל מען שוין טאקע זוכה זיין אז אליהו הנביא זכור לטוב זאל אונז מבשר זיין איבער ביאת משי"ח צדקינו בב"א!
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

זייער הנאה געהאט, א הערליכע ארבעט. יישר כחכם
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שוועמעל א הערליכע צוזאמשלעפ,
מיר האבען הנאה געהאט,
זאל מיר טאקע זוכה זיין בקרוב בימינו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כחכם הרב השוועמל על הילקוט, תשוח"ח לך, וכדאי להראות חיבתי אשתתף ואוסיף הערה אחד.

איבערן נאמען 'אליהו התשבי אליהו הגלעדי' איז פארהאן א תוספות אז פשט דערפון איז אז ער איז געווען 'מתושבי גלעד' איי איז דאך גענוג 'הגלעדי' אליינס, נאר דער 'תשבי' קומט ווייזען אז ער איז געווען דארט אן אריגינעלער תושב און ער איז נישט אויסגעהארגעט געווארן ביי די מעשה פון פילגש בגבעה ווי די תושבי הגלעד זענען געהארגט געווארן.

גאר אינטערעסאנט און מערקווידיג איז אז ר' אליהו בחור המדקדק בספרו 'התשבי' שרייבט אינעם לעצטן ערך 'תשבי' אז היות דער אייבירשטער האט אזוי געפירט אז זיין ספר האט תשי"ב ערכים כמנין תשבי וועט ער זאגן א פשט אין דעם ווארט, און ער ברעגנט דעם זעלבן ווארט פון תוספות אבער מדעת עצמו.

למרבית הפלא אז מ'רעכנט נאך האט דער ספר מער ווי תשי"ב ערכים, און דער פשט איז גארנישט זיין אייגנס, אלע פירושים אויפן פלאץ ווי ר' ישעי' פיק-בערלין און ר' ירוחם פערלא מיטשען זיך דערמיט, עיי"ש.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

רש"י על ויקרא כו פסוק מב
וזכרתי את בריתי יעקוב - בחמשה מקומות נכתב מלא ואליהו חסר בחמשה מקומות יעקב נטל אות משמו של אליהו ערבון שיבוא ויבשר גאולת בניו:
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יישר כח פאר די הוספות.

באזונדערס פאר יהיה כן פארן צוברענגען דעם וואונדערליכן רש"י.
כ'אב למעשה געזען ביים לערנען מלכים און ד"ה אז ס'שטייט אליה חסר עטליכע מאל, אבער נישט געזען עפעס רעדן דערוועגן.


מיללער;
דער מצודות זאגט אז קודם האט ער געוואוינט אין תושב, נאכער אין גלעד. אויך רש"י זאגט מקום יש ששמו תושב.
איך ווייס נישט צי ער וויל קריגן מיט תוספות פשט צי ער איז מער מיישב פשוטו של מקרא "ויאמר אליהו התשבי מתושבי גלעד".
לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום זונטאג אקטאבער 18, 2009 5:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אני נוהג לומר בברכת המזון הרחמן הוא ישלח לנו את אליה הנביא (חסר ו') כי המקור הוא מפסוק מלאכי שם, ושם הוא אחד מן הכתובים הכתוב חסר, לא ראיתי מי שנוהג כן, אבל משלמדתי דברי רש"י שם התחלתי לנהוג כן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דא איז א שיינער לינק אין אי אינטערנעט ארכיוון פון אידישע מעשיות איבער אליהו הנביא ז"ל.
http://www.archive.org/stream/nybc20221 ... 8/mode/2up

קרעדיט: פארשלאפן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

ר' שווועמל PDF ביטע, ייש"כ !
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

געווען עטליכע וואכן צוריק אנאנסירט אין איינע פון די טעגליכע בלעטער א מאמר פון של"ה אז אויב מען זאגט פתח אליהו פארן דאווענען איז עס גלייך ווי מ'איז מתפלל אין מירון. איז געשטאנען דארט א נאמבער און איך האב אים אנגערופען, זאגט ער מיר אז ער האט עס געזען אין איינע פון די ליקוטים אויף ל"ג בעומר און ער געדענקט נישט וואו עס שטייט.

א זוכעניש אויפן וועב האט נישט געברעגנט קיין רעזולטאטן, איינער האט שוין אמאל געהערט פון דעם, אדער קען זוכן אויף אוצר החכמה?
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”