בלאט 1 פון 2

רבי אברהם יושע העשיל טווערסקי ממאחנובקא זצ"ל - יוה"ק תשמ"ח

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 11:12 am
דורך משיח
ר' אברהם יושע העשיל איז געווען א בן יחיד פון הרה"ק ר' יוסף מאיר ממאחנובקא זצ"ל בן הרה"ק ר' אברהם יושע העשיל מסקווירא זצ"ל בן הרה"ק ר' איציק'ל מסקווירא זצ"ל.

ער איז געבוירן בשנת תרנ"ה. ווען ער איז אלט געווען 22 יאר איז דער פאטער נסתלק געווארן ער"ח אלול תרע"ז. די חסידים האבן אים געוואלט ממנה זיין אלס ממלא מקום פונעם פאטער, אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט, ביז דער פעטער רבי דוד'ל סקווערער האט אים געשטיפט דערצו.

ער איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק ר' דוד אהרן מז'וריק זצ"ל בן הרה"ק ר'יעקב לייבעלע טריסקער זצ"ל.

בשנת תרצ"ב, ווען די צרות אין רוסלאנד האבן זיך געהאלטן אין איין פארמערען, האט ער זיך געצויגן קיין מאסקאווע, ווי ער האט אנגעהויבן אויפטהון פאר יודישקייט מיט א גאוואלדיגע פארנעם. ער האט נישט נאכגעלאזט קיין זיז כל שהוא מדרכי אבותיו, ער האט מפיץ געווען תורת ה', און געהאלפן אהן א שיעור יודן האלטן יודישקייט.

די רשעים האבן עס נישט געקענט פארנעמען, האבן זיי אים אמאל פארשיקט קיין סיביר פאר עטליכע יאר, ווי אפילו דארט האט ער זיך נישט געלאזט טוישן קיין משהו, ער האט אריינגעשווערצט כשרע עסן מיט עטליכע ספרים וכדומה.
פון אמעריקע האבן די טשערנובל'ע רבי'ס, האדמו"רים מסקווירא וראחמסטריבקא זצ"ל פארארבייט מעשים אז מ'זאל אים ארויסלאזן פון אונטער'ן אייזענעם פורהאנג. אין אנהייב איז נישט געווען צו וועם צו רעדן, אבער אפילו שפעטער, ווען די קאמיניסטן האבן שוין יא געזוכט פטור צו ווערן פון אים, און אים ארויסלאזן, האט ער נישט געוואלט פארלאזן זיינע ברועדער, און בשו"א נישט געוואלט ארויספארן.

ביז ס'איז געקומען די ביטערע מציאות ווען די קאמיניסטישע רשעים ימח שמם האבן אנגעהויבן אייווארפען אלע יודישע בתי חיים, האט ער מורא באקומען אז ער וועט נישט זוכה זיין צו קומען לקבר ישראל, האט ער שוין מסכים געווען ארויסצוגיין פון דארט, נאכן אויפטוהן געוואלדיגע מעשים לטובת אחינו בני ישראל און רוסלאנד פאר כמעט 50 יאר!

חודש שבת תשכ"ה איז ער אנגעקומען קיין ארץ ישראל, ווי ער האט געעפנט א בית המדרש ע"ש אבותיו, ווי ער האט געפירט זיין הויף ביזן הסתלקות בליל יום הקדוש תשמ"ח, אין טיפן עלטער פון 93 יאר.

ער האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין דורות, און זיין פלימעניק איז נתמלא געווארן אלס ממלא מקום.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2009 9:28 am
דורך פרעגער
לפני שהגיע לארה"ק, באה השמועה (באקראי) להרה"ק ר' יוחנן מראחמסטריווקא זצ"ל שהוא מגיע.
ר"י שלח את בניו לקבל פניו בשדה התעופה, והי' שם עוד בחור שנסע עמהם.
כשהגיע האדמו"ר ממאחנובקה, מיד הכיר על בני האדמו"ר מראחמסטריווקא כי נכדי טשערנאביל המה, ועל הבחור הנ"ל שאל מי זה.
והי' להם לפלא, כי אחרי כל כך שנים של גלות עוד הכיר על פניהם מאיזה שלשלת קדושה הם באים.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 1:01 pm
דורך משיח
זייענדיג אין רוסלאנד האט דער מאחנובקער אלס מיטגענומען מיט זיך דעם הייליגן ספר תורה פון בעל שם הקדוש, וואס ער האט געהאט בירושה מבית אביו, זייענדיג אן אייניקל פונעם בעשה"ק זי"ע (אביו ר' יוסף מאיר ב"ר אברהם יושע העשיל מסקווירא ב"ר איציקל מסקווירא חתן ר' הערשעלע מסקווירא ב"ר אהרן מטיטוב ב"ר צבי בן הבעש"ט זצ"ל).

פארן ארויפגיין קיין ארץ ישראל האט ער פארארבייט מעשים אז מ'זאל אים נאכשיקן דעם ספר תורה. מיטנעמן מיט זיך האט ער נישט געקענט, אבער ער האט געארבייט מיט דיפלאמאטן און דרויסענדיגע אמביסאדער אז מ'זאל עס אים נאכשיקן. וכך והו, עטליכע חדשים דערויף האט ער ערהאלטן דעם הייליגן ספר תורה, וואס ליגט היינט אין מאחנובקא ביהמ"ד אין ב"ב, און מ'ליינט דערין אין שבת מברכים.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 1:07 pm
דורך והוא פלאי
משיח האט געשריבן:זייענדיג אין רוסלאנד האט דער מאחנובקער אלס מיטגענומען מיט זיך דעם הייליגן ספר תורה פון בעל שם הקדוש, וואס ער האט געהאט בירושה מבית אביו, זייענדיג אן אייניקל פונעם בעשה"ק זי"ע (אביו ר' יוסף מאיר ב"ר אברהם יושע העשיל מסקווירא ב"ר איציקל מסקווירא חתן ר' הערשעלע מסקווירא ב"ר אהרן מטיטוב ב"ר צבי בן הבעש"ט זצ"ל).

פארן ארויפגיין קיין ארץ ישראל האט ער פארארבייט מעשים אז מ'זאל אים נאכשיקן דעם ספר תורה. מיטנעמן מיט זיך האט ער נישט געקענט, אבער ער האט געארבייט מיט דיפלאמאטן און דרויסענדיגע אמביסאדער אז מ'זאל עס אים נאכשיקן. וכך והו, עטליכע חדשים דערויף האט ער ערהאלטן דעם הייליגן ספר תורה, וואס ליגט היינט אין מאחנובקא ביהמ"ד אין ב"ב, און מ'ליינט דערין אין שבת מברכים.

האם זהו הספר שהי' להרה"ק משינאווא שאלות כשהי' על שבת אצל הרה"ק ר' איציקל סקווערער?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 1:09 pm
דורך והוא פלאי
פרעגער האט געשריבן:לפני שהגיע לארה"ק, באה השמועה (באקראי) להרה"ק ר' יוחנן מראחמסטריווקא זצ"ל שהוא מגיע.
ר"י שלח את בניו לקבל פניו בשדה התעופה, והי' שם עוד בחור שנסע עמהם.
כשהגיע האדמו"ר ממאחנובקה, מיד הכיר על בני האדמו"ר מראחמסטריווקא כי נכדי טשערנאביל המה, ועל הבחור הנ"ל שאל מי זה.
והי' להם לפלא, כי אחרי כל כך שנים של גלות עוד הכיר על פניהם מאיזה שלשלת קדושה הם באים.

כפי ששמעתי הי' הבחור הנ"ל מגדולי היחס, ואף נכד המאור עינים, וא"כ כל זה הכיר,

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 1:11 pm
דורך badatz
משיח האט געשריבן:זייענדיג אין רוסלאנד האט דער מאחנובקער אלס מיטגענומען מיט זיך דעם הייליגן ספר תורה פון בעל שם הקדוש, וואס ער האט געהאט בירושה מבית אביו, זייענדיג אן אייניקל פונעם בעשה"ק זי"ע (אביו ר' יוסף מאיר ב"ר אברהם יושע העשיל מסקווירא ב"ר איציקל מסקווירא חתן ר' הערשעלע מסקווירא ב"ר אהרן מטיטוב ב"ר צבי בן הבעש"ט זצ"ל).

פארן ארויפגיין קיין ארץ ישראל האט ער פארארבייט מעשים אז מ'זאל אים נאכשיקן דעם ספר תורה. מיטנעמן מיט זיך האט ער נישט געקענט, אבער ער האט געארבייט מיט דיפלאמאטן און דרויסענדיגע אמביסאדער אז מ'זאל עס אים נאכשיקן. וכך והו, עטליכע חדשים דערויף האט ער ערהאלטן דעם הייליגן ספר תורה, וואס ליגט היינט אין מאחנובקא ביהמ"ד אין ב"ב, און מ'ליינט דערין אין שבת מברכים.

ב''ה
למה אתה הולך בעקיפין ....חתן גיסו ר' מרדכי חנזין שהי' המזכיר בקהילת מאסקאווא סידר עם האמבאסאדאר של מדינת ישראל שהם יעבירו את זה באופן דיפלומטי לארה''ק . אגב נכד גיסו מ''מ
האדמו''ר שליט''א השלים עכשיו להגיה ולתקן את הספ''ת בסכום של שישים אלפים דולר .

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 1:12 pm
דורך badatz
והוא פלאי האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:לפני שהגיע לארה"ק, באה השמועה (באקראי) להרה"ק ר' יוחנן מראחמסטריווקא זצ"ל שהוא מגיע.
ר"י שלח את בניו לקבל פניו בשדה התעופה, והי' שם עוד בחור שנסע עמהם.
כשהגיע האדמו"ר ממאחנובקה, מיד הכיר על בני האדמו"ר מראחמסטריווקא כי נכדי טשערנאביל המה, ועל הבחור הנ"ל שאל מי זה.
והי' להם לפלא, כי אחרי כל כך שנים של גלות עוד הכיר על פניהם מאיזה שלשלת קדושה הם באים.

כפי ששמעתי הי' הבחור הנ"ל מגדולי היחס, ואף נכד המאור עינים, וא"כ כל זה הכיר,

הבחור הנ''ל הוא לא מגדולי היחס . הוא גר עכשיו בעיה''ק מאנסי

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 1:13 pm
דורך משיח
נאך א ירושה חפץ וואס ער האט פארמאגט איז געווען די הייליגע וואונדערליכע מנורה וואס רבי איציקל סקווערער האט זיך געלאזט מאכן מיט קונצליכע קרוצעריי און הייליגע כוונות, באקאנט אלס "משיח'ס מנורה".

די מנורה איז געווען גאר גרויס (העכער ווי א מענטשליכע געשטאלט) און שווער, און דאס האט מען נישט געקענט מיטנעמען מיט זיך בגולה, ממילא ווען ס'האבן זיך אנגעהויבן די צרות און מ'האט געדארפט אוועקוואנדערן פון דערהיים, האט ער באגראבן די מנורה, זאגענדיג אז משיח וועט עס שוין ארויסנעמען!

אין יענע יארן, אפילו ווען ער האט שוין געוואינט אין ארץ ישראל, איז נישט געווען קיין הוה אמינא אז מ'וועט אמאל אנקומען צוריק אריין קיין רוסלאנד, איז קיינעם נישט איינגעפאלן אים אפילו צו פרעגן ווי ער האט דאס באגראבן!

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 1:18 pm
דורך והוא פלאי
משיח האט געשריבן:נאך א ירושה חפץ וואס ער האט פארמאגט איז געווען די הייליגע וואונדערליכע מנורה וואס רבי איציקל סקווערער האט זיך געלאזט מאכן מיט קונצליכע קרוצעריי און הייליגע כוונות, באקאנט אלס "משיח'ס מנורה".

די מנורה איז געווען גאר גרויס (העכער ווי א מענטשליכע געשטאלט) און שווער, און דאס האט מען נישט געקענט מיטנעמען מיט זיך בגולה, ממילא ווען ס'האבן זיך אנגעהויבן די צרות און מ'האט געדארפט אוועקוואנדערן פון דערהיים, האט ער באגראבן די מנורה, זאגענדיג אז משיח וועט עס שוין ארויסנעמען!

אין יענע יארן, אפילו ווען ער האט שוין געוואינט אין ארץ ישראל, איז נישט געווען קיין הוה אמינא אז מ'וועט אמאל אנקומען צוריק אריין קיין רוסלאנד, איז קיינעם נישט איינגעפאלן אים אפילו צו פרעגן ווי ער האט דאס באגראבן!

כמדומה אז דער מנורה וואס דער דער היינטיגע סקווערע רבי האט דארף זיין א מעין זה, און בשעת מען האט עס געמאכט איז געווען אין לי' שמועות גאנצע אותות ומופתים וועגען דער מנורה, אז עס האט געזונגען, און געהאט אן ארון קודש, מיט א קונץ געגאסען אויל, וכו'

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 1:18 pm
דורך badatz
והוא פלאי האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:זייענדיג אין רוסלאנד האט דער מאחנובקער אלס מיטגענומען מיט זיך דעם הייליגן ספר תורה פון בעל שם הקדוש, וואס ער האט געהאט בירושה מבית אביו, זייענדיג אן אייניקל פונעם בעשה"ק זי"ע (אביו ר' יוסף מאיר ב"ר אברהם יושע העשיל מסקווירא ב"ר איציקל מסקווירא חתן ר' הערשעלע מסקווירא ב"ר אהרן מטיטוב ב"ר צבי בן הבעש"ט זצ"ל).

פארן ארויפגיין קיין ארץ ישראל האט ער פארארבייט מעשים אז מ'זאל אים נאכשיקן דעם ספר תורה. מיטנעמן מיט זיך האט ער נישט געקענט, אבער ער האט געארבייט מיט דיפלאמאטן און דרויסענדיגע אמביסאדער אז מ'זאל עס אים נאכשיקן. וכך והו, עטליכע חדשים דערויף האט ער ערהאלטן דעם הייליגן ספר תורה, וואס ליגט היינט אין מאחנובקא ביהמ"ד אין ב"ב, און מ'ליינט דערין אין שבת מברכים.

האם זהו הספר שהי' להרה"ק משינאווא שאלות כשהי' על שבת אצל הרה"ק ר' איציקל סקווערער?

ב''ה
כן....
כ''כ הי' לו שאלות על הספ''ת של הרה''ק ר'משה מפשעווארסק כשהי' על שבת שבע ברכות של הרה''ק מטשעטשענאוו בבעלז . והאדמוהאעמ''צ הכין ב' יונגעלייט שישיבו לו על כל טענותיו והוציאו את הספ''ת
במנחה כשהאור לא ''בהיר'' כל כך . ואעפ''כ אמר לו האדמהאמ''צ שלא יפסול לו ח''ו את הספ''ת והדברים ידועים .

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 1:21 pm
דורך משיח
badatz האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:פארן ארויפגיין קיין ארץ ישראל האט ער פארארבייט מעשים אז מ'זאל אים נאכשיקן דעם ספר תורה. מיטנעמן מיט זיך האט ער נישט געקענט, אבער ער האט געארבייט מיט דיפלאמאטן און דרויסענדיגע אמביסאדער אז מ'זאל עס אים נאכשיקן. וכך והו, עטליכע חדשים דערויף האט ער ערהאלטן דעם הייליגן ספר תורה, וואס ליגט היינט אין מאחנובקא ביהמ"ד אין ב"ב, און מ'ליינט דערין אין שבת מברכים.

ב''ה
למה אתה הולך בעקיפין ....חתן גיסו ר' מרדכי חנזין שהי' המזכיר בקהילת מאסקאווא סידר עם האמבאסאדאר של מדינת ישראל שהם יעבירו את זה באופן דיפלומטי לארה''ק . אגב נכד גיסו מ''מ
האדמו''ר שליט''א השלים עכשיו להגיה ולתקן את הספ''ת בסכום של שישים אלפים דולר .


ווער איז דער ר' מרדכי חנזין? און וויאזוי איז ער געווען זיין שוועסטער-קינד?

עפעס האב איך אמאל געליינט אין דאס אידישע ווארט וועגן איינעם וואס האט אנגעקניפט א שייכות מיטן מאננובקער רבי'ן דורך דער ר' מרדכי, און ער האט אים געלאדנט צו זיין פורים סעודה ביי זיך אינדערהיים. דאכט זיך מיר אויב איך בין זיך נישט טועה האט יענער געהאט א שייכות מיטן שתדלנות אדער צו שאפן די נויטיגע פאפירן פארן רבי'ן ארויסצוגיין אדער טאקע מיט די ספר תורה.

רב בד"ץ, איר ווייסט וואס איך רעד?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 4:21 pm
דורך פרעגער
badatz האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:לפני שהגיע לארה"ק, באה השמועה (באקראי) להרה"ק ר' יוחנן מראחמסטריווקא זצ"ל שהוא מגיע.
ר"י שלח את בניו לקבל פניו בשדה התעופה, והי' שם עוד בחור שנסע עמהם.
כשהגיע האדמו"ר ממאחנובקה, מיד הכיר על בני האדמו"ר מראחמסטריווקא כי נכדי טשערנאביל המה, ועל הבחור הנ"ל שאל מי זה.
והי' להם לפלא, כי אחרי כל כך שנים של גלות עוד הכיר על פניהם מאיזה שלשלת קדושה הם באים.

כפי ששמעתי הי' הבחור הנ"ל מגדולי היחס, ואף נכד המאור עינים, וא"כ כל זה הכיר,

הבחור הנ''ל הוא לא מגדולי היחס . הוא גר עכשיו בעיה''ק מאנסי


אני חושב שהוא כן קצת מיוחס לגדולי הדור שלפנינו

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 4:54 pm
דורך badatz
משיח האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:פארן ארויפגיין קיין ארץ ישראל האט ער פארארבייט מעשים אז מ'זאל אים נאכשיקן דעם ספר תורה. מיטנעמן מיט זיך האט ער נישט געקענט, אבער ער האט געארבייט מיט דיפלאמאטן און דרויסענדיגע אמביסאדער אז מ'זאל עס אים נאכשיקן. וכך והו, עטליכע חדשים דערויף האט ער ערהאלטן דעם הייליגן ספר תורה, וואס ליגט היינט אין מאחנובקא ביהמ"ד אין ב"ב, און מ'ליינט דערין אין שבת מברכים.

ב''ה
למה אתה הולך בעקיפין ....חתן גיסו ר' מרדכי חנזין שהי' המזכיר בקהילת מאסקאווא סידר עם האמבאסאדאר של מדינת ישראל שהם יעבירו את זה באופן דיפלומטי לארה''ק . אגב נכד גיסו מ''מ
האדמו''ר שליט''א השלים עכשיו להגיה ולתקן את הספ''ת בסכום של שישים אלפים דולר .


ווער איז דער ר' מרדכי חנזין? און וויאזוי איז ער געווען זיין שוועסטער-קינד?

עפעס האב איך אמאל געליינט אין דאס אידישע ווארט וועגן איינעם וואס האט אנגעקניפט א שייכות מיטן מאננובקער רבי'ן דורך דער ר' מרדכי, און ער האט אים געלאדנט צו זיין פורים סעודה ביי זיך אינדערהיים. דאכט זיך מיר אויב איך בין זיך נישט טועה האט יענער געהאט א שייכות מיטן שתדלנות אדער צו שאפן די נויטיגע פאפירן פארן רבי'ן ארויסצוגיין אדער טאקע מיט די ספר תורה.

רב בד"ץ, איר ווייסט וואס איך רעד?

כן ...אתה מתכוון לספרו של הרשל ברוינשטיין .. אך קשה להאמין לדבריו שם .כי הוא מביא מעשה עם חתיכת עוגה ששלח לכ''ק אדמו''ר הרה''צ מסקווירא
זצ''ל וכ''ק אדמו''ר אי''ש רב ח''י פעלים מראחמאסטריווקא אמר לי שזה להד''ם .אך מאטעל חנזין [הכרתיו כי הי' גר הרבה שנים בב''ב והתפלל אצל דודו וישב ע''י
הרב העשיל מזינקאוו ור' אהרן חזן ] הוא הי' יד ימינו של הרב הראשי לעווין .והי' חתן גיסו של האדמו''ר מהראי''ה ממחנוווקא זצ''ל ונפטר בלי זש''ק יהי
זכרו ברוך .

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 5:21 pm
דורך בן בוזי
פרעגער האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:לפני שהגיע לארה"ק, באה השמועה (באקראי) להרה"ק ר' יוחנן מראחמסטריווקא זצ"ל שהוא מגיע.
ר"י שלח את בניו לקבל פניו בשדה התעופה, והי' שם עוד בחור שנסע עמהם.
כשהגיע האדמו"ר ממאחנובקה, מיד הכיר על בני האדמו"ר מראחמסטריווקא כי נכדי טשערנאביל המה, ועל הבחור הנ"ל שאל מי זה.
והי' להם לפלא, כי אחרי כל כך שנים של גלות עוד הכיר על פניהם מאיזה שלשלת קדושה הם באים.

כפי ששמעתי הי' הבחור הנ"ל מגדולי היחס, ואף נכד המאור עינים, וא"כ כל זה הכיר,

הבחור הנ''ל הוא לא מגדולי היחס . הוא גר עכשיו בעיה''ק מאנסי


אני חושב שהוא כן קצת מיוחס לגדולי הדור שלפנינו


ולא פליגי, פרעגער מדבר מזה של מאנסי שאינו מיוחס, ופלאי מדבר משיקא טווערסקי שדודו המאחניבקער לא שעה אליו כידוע, ואו"א דא"ח.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 6:07 pm
דורך והוא פלאי
אני שמעתי שהי' האדמו"ר מקאפשניץ פלינטינשטיין, אבל המספר לא הי' מדקדק, ולכן אולי טעה

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 16, 2009 9:55 am
דורך פרעגער
בן בוזי האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:לפני שהגיע לארה"ק, באה השמועה (באקראי) להרה"ק ר' יוחנן מראחמסטריווקא זצ"ל שהוא מגיע.
ר"י שלח את בניו לקבל פניו בשדה התעופה, והי' שם עוד בחור שנסע עמהם.
כשהגיע האדמו"ר ממאחנובקה, מיד הכיר על בני האדמו"ר מראחמסטריווקא כי נכדי טשערנאביל המה, ועל הבחור הנ"ל שאל מי זה.
והי' להם לפלא, כי אחרי כל כך שנים של גלות עוד הכיר על פניהם מאיזה שלשלת קדושה הם באים.

כפי ששמעתי הי' הבחור הנ"ל מגדולי היחס, ואף נכד המאור עינים, וא"כ כל זה הכיר,

הבחור הנ''ל הוא לא מגדולי היחס . הוא גר עכשיו בעיה''ק מאנסי


אני חושב שהוא כן קצת מיוחס לגדולי הדור שלפנינו


ולא פליגי, פרעגער מדבר מזה של מאנסי שאינו מיוחס, ופלאי מדבר משיקא טווערסקי שדודו המאחניבקער לא שעה אליו כידוע, ואו"א דא"ח.


כן פליגי, כי ההוא ממאנסי הוא כן קצת ייחסן לגדולי הדור שלפנינו, ושיקא טווערסקי לא הי' צריך להייחס של המאור עינים, כי הי' אחיין של האדמו"ר ממאחנובקה.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 16, 2009 9:56 am
דורך פרעגער
והוא פלאי האט געשריבן:אני שמעתי שהי' האדמו"ר מקאפשניץ פלינטינשטיין, אבל המספר לא הי' מדקדק, ולכן אולי טעה


האדמו"ר מקאפיטשניץ לא הי' נוכח שם, שמעתי ממנו בעצמו....., והסיפור במלואו שמעתי מההוא הגר במאנסי שהוא כן קצת ייחסן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 19, 2009 4:09 pm
דורך א גוט ווארט
ייחסן!
מתלמידי האונסדארפער רב והפרעשפבורגער רב
והיחוס הגדול "מקים עולה של תורה בגלות האחרון-אמריקה

שיקא טברסקי הי' לו יס מצד אבותיו

ולהאדמ"ר מקאפישניץ יצוין היחוס "פרי עץ חיים"

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 19, 2009 4:23 pm
דורך פרעגער
משיח האט געשריבן:זייענדיג אין רוסלאנד האט דער מאחנובקער אלס מיטגענומען מיט זיך דעם הייליגן ספר תורה פון בעל שם הקדוש, וואס ער האט געהאט בירושה מבית אביו, זייענדיג אן אייניקל פונעם בעשה"ק זי"ע (אביו ר' יוסף מאיר ב"ר אברהם יושע העשיל מסקווירא ב"ר איציקל מסקווירא חתן ר' הערשעלע מסקווירא ב"ר אהרן מטיטוב ב"ר צבי בן הבעש"ט זצ"ל).

פארן ארויפגיין קיין ארץ ישראל האט ער פארארבייט מעשים אז מ'זאל אים נאכשיקן דעם ספר תורה. מיטנעמן מיט זיך האט ער נישט געקענט, אבער ער האט געארבייט מיט דיפלאמאטן און דרויסענדיגע אמביסאדער אז מ'זאל עס אים נאכשיקן. וכך והו, עטליכע חדשים דערויף האט ער ערהאלטן דעם הייליגן ספר תורה, וואס ליגט היינט אין מאחנובקא ביהמ"ד אין ב"ב, און מ'ליינט דערין אין שבת מברכים.


דער ספר תורה דאכצעך האט דער מאחנובקא רבי זצ"ל באקומען נישט גאנצערהייט, איינער ווייסט מער פרטים?

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 12:59 pm
דורך בן בוזי
אהן די עצי חיים, אבער דער ס"ת זעלבסט כמדומה לי וכזכור לי איז יע געווען גאנץ

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:53 pm
דורך פרעגער
בן בוזי האט געשריבן:אהן די עצי חיים, אבער דער ס"ת זעלבסט כמדומה לי וכזכור לי איז יע געווען גאנץ


בלי העצי חיים ידעתי, אבל שמעתי פעם שגם חלק מהיריעות היו חסרים, או אולי הי' הספר מחולק לכמה חלקים.

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 13, 2009 12:00 am
דורך מיללער
הראי"ה ממאכנובקא אצל נשיא מדינת ישראל זלמן שזר (קרעדיט; איש ערבות, בח"ח)

געשריבן: זונטאג נובעמבער 15, 2009 1:20 pm
דורך בן בוזי
מיללער האט געשריבן:הראי"ה ממאכנובקא אצל נשיא מדינת ישראל זלמן שזר (קרעדיט; איש ערבות, בח"ח)

ביזנעס ביפאר חסידות ווי עס דרוקט זיך אויס ר' יוסף ראפפאפורט אין זיין קונטרס עקידת יצחק איבערן רימינובער רבי, דא שטייט דער רבי און דער חסיד זיצט, שז"ר איז כידוע אן אפשטאמיגער פון חסידי קאפוסט.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 16, 2009 10:17 am
דורך מיללער
זאג בן בוזי, שז"ר איז נאר א חסיד נישט קיין חבד'סקער אייניקל?

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2009 4:22 pm
דורך נחמן נתן
רבי אברהם יהושע העשיל ממחנובקה זצ"ל