הגאון בעל מנחת חינוך - כ”ג אלול תרל”ד - ועל משפחת באב"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

הגאון בעל מנחת חינוך - כ”ג אלול תרל”ד - ועל משפחת באב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' יוסף באב"ד בעמח"ס מנחת חינוך איז געווען א זוהן פון ר' משה באב"ד אב"ד פשעווארסק ונכד ר' יהושע מטארנאפאל בעמח"ס ספר יהושע, בזוו"ר איז ער געווען אן איידעם ביי ר' ארי' לייבוש האלבערשטאם מטארניגראד אבי מרן הדב"ח ובזוו"ש איז ער געווען אן איידעם ביי ר' דוד האגער מזאבילטוב משושלת קאסוב.

דער חיבור 'מנחת חינוך' איז נתפרסם בכל תפוצות ישראל ביי אלע שיכטען און קרייזען, לויט די לעגענדע איז דאס א דאנק א ברכה פונעם צאנזער רב נאכדעם וואס זיינע חיבורים זענען פארברענט געווארן און נאר די איינע חיבור איז ניצול געווארן.

דער מנחת חינוך איז נפטר געווארן כ"ג אלול תרל"ד, און אויף זיין פלאץ איז אויפגענומען געווארן בנו ר' שמעון באב"ד אלס רב, ר' שמעון מטארנאפאל האט געהאט א זוהן ר' יהושע העשיל וועלכער איז אויך געווען רב אין טארנאפאל, שפעטער איז דארט געווען רב זיין פלימעניק ר' דוד מנחם מאניש באב"ד בעמח"ס חבצלת השרון ב"ר חיים אב"ד מקיליניץ אחי המנחת חינוך.

ר' יהושע העשיל ב"ר שמעון בן המנחת חינוך האט געהאט א זוהן דאהי אין ניו יארק ר' יוסף חנני יום טוב באב"ד וולכער איז נפטר געווארן בשנת תשל"ה.

נאך א זוהן פונעם מנחת חינוך איז געווען ר' משה באב"ד אב"ד סניעטין חתן ר' שמעון רפפאפורט, זיין זוהן איז געווען ר' יהושע העשיל באב"ד אב"ד יאסי (ער האט געהאט א זוהן ר' משה און אן איידעם ר' משה ברעגמען אב"ד רומניק-סאראט, אזוי זעה איך אין אהלי-שם)
אטעטשמענטס
yosef-chananya-lipa-yom-tov-babad.jpg
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מאנטאג אוגוסט 23, 2010 5:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער מנחת חינוך האט געהאט אן איידעם ר' שמואל רפפאפורט בן ר' דוב בעריש אב"ד ראווא-רוסקא בעמח"ס דרך המלך אויפן רמב"ם, וועמענס אייניקל ר' יצחק מאיר רפפאפורט (בן לבנו ר' יוסף חיים) האט איבערגעלעבט די קריג, ער איז געווען ראב"ד אין פראג און שפעטער האט ער געוואונט אין ניו יארק, מנו"כ בביה"ח בקרית יואל, מאנרא.

-

ר' יהושע העשיל מטארנאפאל האט געהאט אן איידעם ר' אורי קויפמאן, וועלכער איז פאר א צייט געווען ראב"ד און טארנאופול ובשנת תרפ"ח איז ער ארויסגעקומען קיין אמעריקא ווי ער איז געווארן אויפגענומען אלס רב אין די קהילה ע"ש של החתם סופר אין די איסט-סייד.

ער איז פריצייטיג נפטר געווארן בשנת תרצ"ח איבערלאזנדיג זיין זוהן ר' יהושע העשיל קויפמאן רב דק' בית שלום אין וואשינגטאן [חתן ר' יצחק אייזיק סמאל אין שיקאגו], ולאחריו אב"ד צאגו"י במאנטריאל, און א זוהן און טאכטער אומפארהייראט.
אטעטשמענטס
uri-kaufman.jpg
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דער מנחת חינוך איז געווען אן אייניקל בן אחר בן פונעם רבי רבי העשיל (און אזוי איז דער גאנצע באב"ד משפחה).
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עס איז פארהאן א קאסעט פון מיין רבי ר' ישראל דוד זג"ז ווי ער לערנט פאר ביי זיין וועכענטליכען מנחת חינות שיעור איבער סמיכה ביים כה"ג אום יוה"כ באזירט אויף די שיעורים פון בעפאר אין מנחת חינוך, צום סוף רעדט ער אביסל פונעם הייליגען מנחת חינוך לכ' זיין יארצייט וועלכע איז אויסגעפאלן אין די טעג ווען דער שיעור איז געזאגט געווארן.

זאגט ער נאך פון ר' יצחק ווייס דער ווערבויער דיין הי"ד-זצ"ל (אן איש קדוש וגאון עצום, עס וואלט כדאי געווען צו רעדן איבער אים זעלבסט אין א געלעגנהייט) אין זיין חיבור 'בינה לעתים' וועלכע איז געשריבען לזכרון הצדיקים ביי זייערע יומא דהילולא, אז דער שואל ומשיב ווען ער האט מספיד געווען דעם ארנאפאלער רב דער מנחת חינוך האט ער געזאגט בערך בזה"ל: אם אספרה כל גדולותו יכלה הזמן והם לא יכלו, אבל זאת אומר מיום שעמדה על דעתו לא הסתכל חוץ לד' אמותיו ע"כ

עס איז ידוע אז אינעם שער בלאט פונעם מנחת חינוך האט מען אים באצייכנט מיטן טיטל 'קדוש' [אין די ערשטע דפוסים פון מכון י-ם האבן זיי דאס משמיט געווען, האלטענדיג אז דער טיטל פאסט נישט אויף א לומד'ישען ספר (...) אבער מיטן אויפברויז פון יהדות החדרית האבן זיי מחזיר געווען עטרה קיין יושנה ביי די ששפעטערדיגע דפוסים] דאס איז ווייל ער איז געווען מפורסם אלס א איש קדוש מאד.

די דפי השער פון די ערשטערע דפוסים ווי מ'זעהט די טיטלען 'חסיד קדוש וטהור'
אטעטשמענטס
VILNE.jpg
14093.jpg
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ער איז דאך געגאנגען אין דער גאס מיט פארבינדענע אויגן!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

רבני טורנופול ממשפחת באב"ד המפוארה, פון די 'טארנאפאל יזכור-בוך'.
אטעטשמענטס
Josh.gif
Josh.gif (10.68 KiB) געזען 7462 מאל
MInchas1.gif
MInchas1.gif (14.75 KiB) געזען 7462 מאל
MinchasChinuch2.gif
MinchasChinuch2.gif (17.13 KiB) געזען 7460 מאל
RShimon-Monish1.gif
RShimon-Monish1.gif (16.46 KiB) געזען 7460 מאל
Monish2.gif
Monish2.gif (21.97 KiB) געזען 7459 מאל
MOnish3.gif
MOnish3.gif (14.61 KiB) געזען 7457 מאל
Last.gif
Last.gif (8.47 KiB) געזען 7455 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאך א זוהן פונעם מנחת חינוך איז געווען ר' דוד מאיר באב"ד פון וועם עס איז פארהאן הגהות אויפן מנחת חינוך, ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם זוהן?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

רבי דוד מאיר ב"ר יוסף באב"ד בנו של רבי יוסף באב"ד בעל "מנחת חינוך" - בתרי"ד השיב לו בשו"ת בית שלמה יו"ד ח"א צג צד אח"כ נתקבל כראב"ד בסניאטין וקרובו ר' משה תאומים משיב לו בשו"ת אוריין תליתאי סי' מד, אח"כ היה רבה של פרוביזנא וייסד בעיר חברת בקור חולים לתמיכת החברא קדישא, לפני שנת תרמ"ח עלה לצפת וכיהן בה כרב ונפטר שם ביום ב' תמוז שנת תרנ"ד ונטמן בביה"ח בצפת סמוך לקברו של האריה"ק, חתם בשנת תרמ"ג בירושלם בהסכמה להדפסת הספר "זבחי שלמים" לרבי משה קורדובירו
בתו היא אמו של הרב שאול לוסטיג (או לוסטהויז) הי"ד ראב"ד סטרי, (בנו ר' משה ליסטיג נשא את בתו של הג"ר ארי' לייביש באב"ד אב"ד פודוואלוטשיסק ונהרג הוא וצאצאיו בשואה).
בת אחרת של רד"מ ז"ל נישאה להרב יעקב יוסף המר ששנים רבות מילא את מקום חמיו כראב"ד סניאטין
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

תודה רבה הרב כן, וברוך שובך, בתקוה שמע"כ היה לו עונג ושמחת יו"ט.

כנראה שהתגובה נעתקה מאיפה, האם ממאורי-גליציה?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אנציקלפדיה לחכמי גליציה,
אלה אזכרה ח"ג ערך הגרא"ל באב"ד
מאמר ב'מוריה' (גליון לז) מהר"מ וואנדר מח"ס מאורי גאליציה

נ.ב. גמרתי בדעתי למעט הכתיבה פה ב'אייוועלט', כי נתרבו ה.... פה, ואיני מוצא את מקומי כאן. (לא עליך מיללער וכדוגמתך, כונתי כמובן)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א שרייבער אין 'המגיד' דערציילט איבער א הספד וואס דער שואל ומשיב האט פארארדענט אין לעמבערג על פטירת המנחת חינוך, מיר האבן שוין אויבן דערמאנט די הערצה פונעם גאון דער שו"מ צום מנ"ח.
אטעטשמענטס
Babad.png
Babad.png (14.77 KiB) געזען 7351 מאל
Babad2.png
Babad2.png (14.25 KiB) געזען 7351 מאל
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

הגאון בעל מנחת חינוך - ועל משפחת באב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

דורך וויל וויסן אום פרייטאג יולי 09, 2010 5:14 pm

ווייסט איינער אויב דער באטורער רב איז געווען א אייניקל פון מנחת חינוך
אויב יא ווי אזוי?
ווען איך וויל עפעס וויסן, און איר טוט א ענטפער אנשליסן, על העתיד טו איך אייך יעצט באגריסן, אז איך קען פון אייך געניסן

יישר כח
וויל וויסן
שר העשר
הודעות: 28

--------------------------------------------------------------------------------

דורך בןהרחמן אום זונטאג יולי 11, 2010 2:22 am

פון א ברודער פון מנ"ח נישט פונעם מנ"ח אליין.

ר"א ט"ב מוואלאווע, חתן ר' שמואל באב"ד א "ד סאנדאווע-ווישנא, ב"ר חיים אב"ד זאלאשיץ ומיקלעניץ אחי המנחת חינוך, בני ר' משה באב"ד מפשעווארסק.

בןהרחמן
סעקרעטאר
הודעות: 1124


--------------------------------------------------------------------------------

דורך מיללער אום זונטאג יולי 11, 2010 4:12 pm

בןהרחמן האט געשריבן:פון א ברודער פון מנ"ח נישט פונעם מנ"ח אליין.
ר"א ט"ב מוואלאווע, חתן ר' שמואל באב"ד אב"ד סאנדאווע-ווישנא, ב"ר חיים אב"ד זאלאשיץ ומיקלעניץ אחי המנחת חינוך, בני ר' משה באב"ד מפשעווארסק.


מ'ברויך מאכען סדר איבער די חשובע באב"ד משפחה טאקע, צאצאי ר' משה באב"ד מפשעווארסק בן ר' יהושע העשיל בעמח"ס שו"ת ספר יהושע.
ווער קען אנהייבען?

מיללער
שר עשרת אלפים
הודעות: 10465


--------------------------------------------------------------------------------

דורך מיללער אום זונטאג יולי 11, 2010 4:30 pm

א שיינער תשובה פון ר' שמואל באב"ד אב"ד סאנדאווא-ווישנא צו ר' מאיר שפירא ז"ל.

(ומצאתי דבר פלא בשו"ת מהר"ם שיק חלק אהע"ז וחו"מ סי' ער"א תשובה לר' יעקב קלוגר אב"ד סאנדאווא ווישנא בדבר השאלה שנשאל מאת חתנו אב"ד וואלאווא, התשובה נכתבה בשנת תר"ל כמובן שאין הכוונה לר' יוקל מוואלאווא, אבל מצאנו חתן מוואלאווא
והחותן מסאנדאווא ווישנא...)

מיללער
שר עשרת אלפים
הודעות: 10465


--------------------------------------------------------------------------------

דורך מיללער אום זונטאג יולי 11, 2010 5:34 pm

פון מליצי אש
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט

מיללער
שר עשרת אלפים
הודעות: 10465


--------------------------------------------------------------------------------

דורך farshlufen אום זונטאג יולי 11, 2010 5:40 pm

מי היה אבד וואלאווע בשנת תר"ל?

שאין לאדם חלק בתורת משה רבינו עד שנאמין בכל דברינו ומקרינו שכלם נסים אין בהם טבע ומנהגו של עולם, בין ברבים ובין ביחיד [רמב"ן שמות י"ג ט"ז].
farshlufen
שר ששת אלפים
הודעות: 6714


--------------------------------------------------------------------------------

דורך מיללער אום מאנטאג יולי 12, 2010 1:13 pm

בני ר' חיים באב"ד א "ד מיקוליניץ ב"ר משה מפשעווארסק

א) ר' משה אב"ד קאזלוב ומ"מ אביו כאב"ד מיקוליניץ
ב) ר' יהושע העשיל אב"ד פאדוואלטשיסק
ג) ר' שמואל אב"ד סאנדאווא-ווישנא
ד) ר' יצחק אב"ד סאסוב
ה) חתנו ר' דוד סג"ל הורוויץ אב"ד סטאניסלוב

דור שני
בני ר' משה אב"ד מיקוליניץ (נפטר בשנת תרס"ו)

א-א) ר' יהושע העשיל מ"מ אביו במיקוליניץ (נפטר בשנת תרע"ב)
בנו ר' יוסף בנציון מילא מקומו עד השואה שבו נספה הי"ד

בני ר' יהושע העשיל אב"ד פאדוואלטשיסק
ב-א) ר' דוד מנחם מאניש אב"ד טארנאפאל בעמח"ס חבצלת השרון
חתניו; ר' אלימלך פ"ת אב"ד יאברוב, ר' אהרן שנעה אב"ד טויסט, ר' פייבל באב"ד א "ד בוזנוב, ר' יהושע העשיל באב"ד א "ד טארנופול בן אחיו ר' ליבוש (ב-ג)
ב-ב) ר' יצחק אב"ד טארטיקוב
בניו; ר' יוהשע העשיל אב"ד טארטיקוב, ר' אלכסנדר אשר באב"ד א "ד טארטיקוב-ברוקלין, חתנו ר' משה קלוגר מגריידינג
ב-ג) ר' יהודא לייבוש אב"ד פאדוואלטשיסק חתן ר' ראובן דוד אפרתי אב"ד חאליוב
בנו ר' יהושע העשיל אב"ד טארנופול חתן אחיו ר' דוד מאניש (ב-א) חתנו ר' משה לוסטיג נכד המנ"ח
ב-ד) ר' שלום אב"ד ווראנוז
ב-ה) ר' נחמן אב"ד האליטש
ב-ו) חתנו ר' אברהם באב"ד א "ד סטריזוב (בן אחיו ר' שמואל עי' לקמן)

בני ר' שמואל באב"ד א "ד סאנדאווא-ווישנא
ג-א) ר' ארי' לייבוש אב"ד סאנדאווא ווישנא
בנו ר' שמואל משם, חתנו ר' שלום לאבין ראב"ד דרוהביטש
ג-ב) ר' אברהם אב"ד סטריזוב חתן דודו ר' יהושע העשיל מפאדוואלטשיסק
ג-ג) חתנו ר' אהרן ט"ב אב"ד וואלאווא וניר-באטור ב"ר יעקב יוקל מוואלאווא (עי' באשכול וואלאווא על משפחתו)

בני ר' יצחק באב"ד א "ד סאסוב

מיללער
שר עשרת אלפים
הודעות: 10465


--------------------------------------------------------------------------------

דורך מיללער אום מאנטאג יולי 12, 2010 1:22 pm

מיללער האט געשריבן:בני ר' יהושע העשיל אב"ד פאדוואלטשיסק


ב-ג) ר' יהודא לייבוש אב"ד פאדוואלטשיסק חתן ר' ראובן דוד אפרתי אב"ד חאליוב
בנו ר' יהושע העשיל אב"ד טארנופול חתן אחיו ר' דוד מאניש (ב-א) חתנו ר' משה לוסטיג נכד המנ"ח



תמונת ר' יהודא לייבוש הנ"ל, וירחון 'עטרת תפארת' שי"ל ע"י משפחת באב"ד
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט
מיללער
שר עשרת אלפים
הודעות: 10465


--------------------------------------------------------------------------------

דורך מיללער אום מאנטאג יולי 12, 2010 1:30 pm

ווייסט איינער צו ר' משה באב"ד אב"ד [תוך העיר] לבוב, ר' יוסף באב"ד דומ"ץ לבוב ובנו ר' יצחק באב"ד אב"ד קאליש, צו זיין האבן געהאט א שייכות מיט די משפחה?
מיללער
שר עשרת אלפים
הודעות: 10465

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 64&hilite=

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 89&hilite=




בלאט 2

דורך איטשע אום דינסטאג יולי 13, 2010 7:56 am

דער צאנזער רב דערמאנט עם איינמאל אין די תשובות "גיסי אבד"ק סניאטין".

איטשע
שר חמישים ומאתים
הודעות: 318

--------------------------------------------------------------------------------

דורך מיללער אום פרייטאג יולי 16, 2010 2:29 pm

הוספת איזה פרטים וענפים עפ"י ספר אלף מרגליות - וונדר

מיללער האט געשריבן:בני ר' משה באב"ד אב"ד פשעווארסק בן הגה"ק בעל ספר יהושע, חתן ר' שמואל עטינגער-רוקח מבראד (נכד המעשה רוקח)

1) ר' יוסף אב"ד טארנאפאל בעמח"ס מנחת חינוך
2) ר' חיים אב"ד זאלוזשיץ ומיקוליניץ
3) ר' ישעי' אב"ד זבארוז

בני ר' חיים באב"ד א "ד מיקוליניץ ב"ר משה מפשעווארסק

א) ר' משה אב"ד קאזלוב ומ"מ אביו כאב"ד מיקוליניץ
ב) ר' יהושע העשיל אב"ד פאדוואלטשיסק
ג) ר' שמואל אב"ד סאנדאווא-ווישנא
ד) ר' יצחק אב"ד סאסוב
ה) חתנו ר' דוד סג"ל הורוויץ אב"ד סטאניסלוב
ו) חתנו ר' יעקב שרענציל-באב"ד [אמם של ר' יוסף אב"ד טשודין ור' שלמה שרנציל-באב"ד דומ"ץ האלאשיץ וראווא-רוסקא]

דור שני
בני ר' משה אב"ד מיקוליניץ (נפטר בשנת תרס"ו)

א-א) ר' יהושע העשיל מ"מ אביו במיקוליניץ (נפטר בשנת תרע"ב)
בנו ר' יוסף בנציון מילא מקומו עד השואה שבו נספה הי"ד

בני ר' יהושע העשיל אב"ד פאדוואלטשיסק
ב-א) ר' דוד מנחם מאניש אב"ד טארנאפאל בעמח"ס חבצלת השרון
חתניו; ר' אלימלך פ"ת אב"ד יאברוב, ר' אהרן שנעה אב"ד טויסט, ר' פייבל באב"ד א "ד בוזנוב, ר' יהושע העשיל באב"ד א "ד טארנופול בן אחיו ר' ליבוש (ב-ג)
ב-ב) ר' יצחק אב"ד טארטיקוב
בניו; ר' יוהשע העשיל אב"ד טארטיקוב, ר' אלכסנדר אשר באב"ד אב"ד טארטיקוב-ברוקלין, חתנו ר' משה קלוגר מגריידינג, חתנו ר' ישראל ארי' מרגליות מפרעמישלאן-לאנדאן
ב-ג) ר' יהודא לייבוש אב"ד פאדוואלטשיסק חתן ר' ראובן דוד אפרתי אב"ד חאליוב
בנו ר' יהושע העשיל אב"ד טארנופול חתן אחיו ר' דוד מאניש (ב-א) חתנו ר' משה לוסטיג נכד המנ"ח
ב-ד) ר' שלום אב"ד ווראנוז
ב-ה) ר' נחמן אב"ד האליטש
ב-ו) חתנו ר' אברהם באב"ד א "ד סטריזוב (בן אחיו ר' שמואל עי' לקמן)

בני ר' שמואל באב"ד א "ד סאנדאווא-ווישנא
ג-א) ר' ארי' לייבוש אב"ד סאנדאווא ווישנא
בנו ר' שמואל משם, חתנו ר' שלום לאבין ראב"ד דרוהביטש
ג-ב) ר' אברהם אב"ד סטריזוב חתן דודו ר' יהושע העשיל מפאדוואלטשיסק
ג-ג) חתנו ר' אהרן ט"ב אב"ד וואלאווא וניר-באטור ב"ר יעקב יוקל מוואלאווא (עי' באשכול וואלאווא על משפחתו)

בני ר' יצחק באב"ד א "ד סאסוב


מיללער
שר עשרת אלפים
הודעות: 10496
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

היום יומא דהילולא
רבינו הגה"ק בעל "מנחת חינוך" זיע"א

רבי יוסף ב"ר משה באב"ד
מטארנאפאל

נלב"ע כ"ג אלול תרל"ד

ת.נ.צ.ב.ה.


(יש"כ פאר 'לייבי' פארן אהיימברענגען די פארלוירענע תגובות פון דעם אשכול.
דער הייליגער בעל הילולא וועט איהם זיכער מכיר טובה זיין לנצח נצחים... אמן).
אטעטשמענטס
P949441.jpg
P949441.jpg (5.51 KiB) געזען 7214 מאל
שכל קומט מיט די יארן...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

שריפת כתבי המנחת חינוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דא ליין איך נייעס
נעמליך: די כתבים פון דעם מנחת חינוך זענען פארברענט געווארן צוליב זיין זיך וועלן אריינמישן אין דעם צאנז-סאדיגורא סכסוך, כ'קיינמאל נישט געהערט דערפון! ס'חידוש

http://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=7&t=2763
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יהיה כן האט געשריבן:דא ליין איך נייעס
נעמליך: די כתבים פון דעם מנחת חינוך זענען פארברענט געווארן צוליב זיין זיך וועלן אריינמישן אין דעם צאנז-סאדיגורא סכסוך, כ'קיינמאל נישט געהערט דערפון! ס'חידוש

http://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=7&t=2763


כ'האב עס שוין לאנג געהערט הרב כן, דאכציך אין 'ספרים וסופרים' איז דא א לאנגער אשכול מיט ראיות לכאן ולכאן
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער מנחת חינוך ר' יוסף ב"ר משה באב"ד איז געווען רב אין זבארוז פאר ער איז געווארן רב אין טארנאפאל (וכנראה שאחיו ר' ישעי' מילא מקומו בזבארוז), אין די שוין ברייט באקאנטע גשר-גאליציע רעקארדס טרעף איך נאך פרטים איבער זיינע קינדער, ביזדערוויל האט מען גערעדט פון צוויי זון; ר' שמעון און ר' דוד מאיר און א טכטער שנישאה לר' שמואל רפפאפורט, פאלגענד זענען פרטים מיט דאטומען פון גשר-גאליציע:

צאצאי ר' יוסף באב"ד המנחת חינוך.

1. בנו משה (ע"ש אביו) נולד בזבארוז בשנת תקצ"ו
2. בנו ר' שמעון (מילא מקום אביו לאחר פטירתו) נולד שם שנת תקצ"ח
3. בתו ריקל נולדה שם בשנת תר"א
4. בן נוסף (משום סיבה השם לא נרשם) נולד שם תר"ב

זעה איך נישט דעם זון ר' דוד מאיר ווען ער איז געבוירען געווארן, אבער לויט ווי הרב יהי' כן האט געשריבען אויבן איז שוין פארהאן א תשובה צו ר' דוד מאיר אין שו"ת בית שלמה אין יאר תרי"ד, איז אפי' איך וועל זאגן אז ער דעמאלטס אלט געווען 20 יאר הייסט דאס אז ער איז געבוירן בשנת תקצ"ד, מסתם איז נאך דער מנ"ח דעמאלטס נאכנישט געווען רב אין זבארוז נאר אין הוסאקוב/אוסקוב וואס פון דארט האט ווייזט-אויס גשר גאליציע נישט קיין רעקארדס.

אויב שפינען מיר אזוי הייב איך אן קלערן אז די דערמאנטע קינדער וואס זענען געבוירען אין זבאריז דער ערשטער בשנת תקצ"ד דאס איז לויט די מקורות אז דער מנ"ח איז געבוירען בשנת תק"ן איז ער שוין אלט געווען דעמאלטס 44 יאר, און ביי די געבורט פונעם אינגערן זון בשנת תר"ב איז ער אלט געווען 52 יאר, אויב איך געדענקט גוט איז דער מנ"ח געווען אן איידעם בזוו"ר ביי ר' ארי' לייבוש ה"ש מטארניגראד אבי מרן הדב"ח, וועלכע יאר איז יין ערשטע רביצין אוועק? אולי זענען די אלע קינדער שוין מזווגו-השני (שכחתי כרגע בת מי היתה) און דער ר' דוד מאיר איז געווען מזוו"ר?

וליתר שאת טרעף איך אין די דערמאנטע רעקארדס פון שטאט בראדי צוויי געבורטען פון מיידלעך טעכטער פון ר' דוד מאיר באב"ד, טויבא בשנת תקצ"ח און ריזא בשנת תר"א, אויב איז דאס ר' דוד מאיר בנו של המנ"ח און ער האט געוואונט נאך די חתונה אין בראדי, מוז זיין אז ער האט חתונה געהאט תק"פ, דעמאלטס איז דער מנ"ח אלט געווען 30 יאר.

ווייסט איינער מוסיף צו זיין?
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

אין מאורי גאליציע פון הרב וונדר האט ער א צווייטן דאטום ווען דער מנ"ח איז געבוירן, כ"ד אלול תקס"א. (און אז ער האט אזא פונקטליכע טאג מסתמא איז יש דברים בגו), לפי זה איז ער נאך נישט געווען אזוי אלט ביי די געבורט פון זיינע קינדער.
בנוגע פון וועלכע רעבעצין די קינדער זענען געבוירן, אויף ר' דוד מאיר'ן שרייבט הרב וונדר טאקע אז ער איז געבוירן פונעם ערשטן רעבעצין בת הרה"ק מטארניגראד. פון די איבריגע ווייס איך גראדע אז משפחת רפאפארט נכדי ר' שמואל חתן המנ"ח, האלטן זיך פאר קאסובע אייניקלעך, דהיינו אז ר' שמואל איז געווען אן איידעם דורך די צווייטע רביצין בת הרה"ק מזאבלטוב ז"ל. (ר' בעריש וועבער וועט זיכער וויסן מער איבער דעם)
איך האב אמאל געזען א ביכל, דאכצעך אז ס'האט געהייסן "תולדות המנחת חינוך", איך געדענק אז דארט איז געווען אסאך דעטאלן איבער דעם מנ"ח'ס משפחה. אויף היברו בוקס איז ער נישט פאראן.
הנותן לשכוי בינה...
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

תרנגול האט געשריבן:בנוגע פון וועלכע רעבעצין די קינדער זענען געבוירן, אויף ר' דוד מאיר'ן שרייבט הרב וונדר טאקע אז ער איז געבוירן פונעם ערשטן רעבעצין בת הרה"ק מטארניגראד. פון די איבריגע ווייס איך גראדע אז משפחת רפאפארט נכדי ר' שמואל חתן המנ"ח, האלטן זיך פאר קאסובע אייניקלעך, דהיינו אז ר' שמואל איז געווען אן איידעם דורך די צווייטע רביצין בת הרה"ק מזאבלטוב ז"ל. (ר' בעריש וועבער וועט זיכער וויסן מער איבער דעם)

אבער די סאווריינער הגר'ס (נכדי הרבנית הנ"ל) זאגן אז דער מנחת חינוך האט געהאט נאר נישט-געזונטע קינדער פון דעם זיווג, וואס גייט דא פאהר?
אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

leiby האט געשריבן:דורך וויל וויסן אום פרייטאג יולי 09, 2010 5:14 pm

ווייסט איינער אויב דער באטורער רב איז געווען א אייניקל פון מנחת חינוך
אויב יא ווי אזוי?

אין די הקדמה פון לבושי יו"ט פונעם באטורער רב ווערט דערמאנט אז ער איז נכד המנחת חינוך והוא פלאי וויל למעשה ווייס מען נאר אז ער איז אן אייניקל פונעם ברידער פון מנ"ח

ווייסט איינער ביי וועם איז ר' שמואל באב"ד אב"ד סאנדאווא-ווישנא געווען אן איידעם??

וויאזוי האט געהייסן די רעביצן פון ר' שמואל הנ"ל געהערט אז הרבנית פעסיל לאה נכדת הנ"ל האט געזאגט אז זי האט קיינמאל געפרעגט די מאמע ע"כ איז נישט באקאנט די נאמען ווייסט איינער עפעס מער?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די שאלה ביי וועם ר' שמואל באב"ד מסאנדא-ווישנא איז געווען אן איידעם כבר דשו בה רבים ולית נגר ובר נגר דיפריקיניה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

געטראפן דא נאך אן איידעם פון מנחת חינוך, הגביר ר' יעקב ארינשטיין ב"ר יוסף א"ש מקריווטש, ר' יוסף ארינשטיין היה חתנו של ר' אברהם ארי' באב"ד אב"ד מקיליניץ בנו של ר' יהושע העשיל בעל 'ספר יהושע'.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

תרנגול האט געשריבן:בנוגע פון וועלכע רעבעצין די קינדער זענען געבוירן, אויף ר' דוד מאיר'ן שרייבט הרב וונדר טאקע אז ער איז געבוירן פונעם ערשטן רעבעצין בת הרה"ק מטארניגראד. פון די איבריגע ווייס איך גראדע אז משפחת רפאפארט נכדי ר' שמואל חתן המנ"ח, האלטן זיך פאר קאסובע אייניקלעך, דהיינו אז ר' שמואל איז געווען אן איידעם דורך די צווייטע רביצין בת הרה"ק מזאבלטוב ז"ל. (ר' בעריש וועבער וועט זיכער וויסן מער איבער דעם)

זיכער וועט ער וויסן, ער זעלבסט איז דאך א אייניקל פון דעם זיווג.
הסרפד האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:בנוגע פון וועלכע רעבעצין די קינדער זענען געבוירן, אויף ר' דוד מאיר'ן שרייבט הרב וונדר טאקע אז ער איז געבוירן פונעם ערשטן רעבעצין בת הרה"ק מטארניגראד. פון די איבריגע ווייס איך גראדע אז משפחת רפאפארט נכדי ר' שמואל חתן המנ"ח, האלטן זיך פאר קאסובע אייניקלעך, דהיינו אז ר' שמואל איז געווען אן איידעם דורך די צווייטע רביצין בת הרה"ק מזאבלטוב ז"ל. (ר' בעריש וועבער וועט זיכער וויסן מער איבער דעם)

אבער די סאווריינער הגר'ס (נכדי הרבנית הנ"ל) זאגן אז דער מנחת חינוך האט געהאט נאר נישט-געזונטע קינדער פון דעם זיווג, וואס גייט דא פאהר?

איהר קאנט אפשר שרייבן פונקטליך וועלכע פון די האגער ברודער [אייניקלעך] זאגן אזוי ?
ועמך כולם צדיקים
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ביקסאד האט געשריבן: איהר קאנט אפשר שרייבן פונקטליך וועלכע פון די האגער ברודער [אייניקלעך] זאגן אזוי ?

געזעהן באשריבן אין קונטרס "צבי לצדיק" (עמ' כ"ב) פון ר' יוסף פישל הגר מירושלים הן האדמו"ר מסאווריין שליט"א, בסוף ספרו "אבן ישראל". וז"ל:
אולם זיווג זה [של הה"צ ר' ברוך מסאווראן עם מ' פאליא בת הה"צ מזאבלאטוב] לא האריך ימים. כשנתפרדה החבילה, נפלטו מילים ספורות מפיו הק' לעברה: דאס ווארט 'מאמע' וועסטי נישט הערין נאר פין מיינע קינדער. ואמנם הקפדתו עשתה רושם, וילדיה שנולדו לה מזיווג שני לא ניחונו בכושר הדיבור רח"ל.
בעלה הגאון רבי יוסף באב"ד אב"ד טרנופול בעל מנחת חינוך, נסע אל צדיקי הדור [וכו' וכו'. דער מעשות זענען גראדע אינטרעסאנט אבער איך האב נישט קיין כח זיי נאכצושרייבן]


איך האב פארשטאנען פון דעם אז די קינדער זענען געווען אינגאנצן נישט געזונט. אבער אפשר זענען זיי נאר געווען שטום?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

האט נישט דער זאבלטובער'ס איידעם בזוו"ר געהייסן ר' משה צבי מסאווראן?
http://kevarim.com/rebbe-yechiel-baruch-hager/
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער, בנה הי' ר' משה צבי:
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 61_173.pdf
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”