רבי משה יהודה לעבאוויטש מזענטא זצ"ל ומשפחתו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי משה יהודה לעבאוויטש מזענטא זצ"ל ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נחמן נתן האט געשריבן:דאס איז הג"מ רבי משה יודא לעבאוויטש זצ"ל אב"ד זענטא.


דער וואס שטייט אויף דער זייט מיטן קמץ בערדל איז רבי שלום הכהן פאללאק ז"ל (פעטער פון רבי אהרן פאללאק סופר סת"ם ז"ל)

דעם זענטער רב'ס זוהן רבי שמעון לעבאוויטש איז געווען דיין אין פרעשבורג.


דא זעה איך אז ר' משה יודא לעבאוויטש מזענטא, האט געהאט א זוהן ר' חיים אברהם לעבאוויטש א רב אין קליוולאנד (כ'מיין אז מיר האבן אים שוין דערמאנט).
ווייסט איינער מער פרטים אודותיו?
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_41513_23.jpg
Clipboard01.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער זענטא רב ר' משה יהודא לעבאוויטש איז געווען א זוהן פון ר' אליעזר בעמח"ס דמשק אליעזר על המג"א, און אן איידעם ביי ר' חיים אברהם ארענשטיין אב"ד בארדיוב-בארטפעלד בעמח"ס דברי אברהם

איך האלט דערווייל ביי פיר זוהן פונעם זענטא רב;
1) ר' יצחק צבי אב"ד טשאפ ובעמח"ס שלחן העזר
2) ר' שמעון מו"ץ בפרעשבורג
3) ר' חיים אברהם רב ומו"ץ בפראג (גרויסע הויפשוהל), ואחריו בניוהעיווען קאנעטיקוט, ובסופו בשתי קהילות בקליוולאנד אהייו.
4) ר' נתן אלי' מבארשא

ר' יצחק צבי פון טשאפ איז געווען קודם אן איידעם ביי ר' ישעי' עהרנפעלד משוראן נכד הח"ס ובעמח"ס שבט סופר עה"ת, בזוו"ש איז ער געווען אן איידעם ביים שימלויער רב, ער האט אסאך מיטגעמאכט ווי ער שרייבט אין די הקדמה, זיין צווייטע ווייב איז אויך אוועק נאכדעם וואס ער האט פארלוירען עטליכע קינדער ל"ע, בזווג שליש האט ער גענומען בתו של ר' שלמה צבי האללענדער ממוזשאי.

ער האט געהאט א זוהן ר' אברהם אליעזר און ר' מנחם אהרן און צוויי טעכטער וועם ער דערמאנט אין די הקדמה הנ"ל אלס מיידלעך.

איינער האט נאך אינפארמאציע?
אטעטשמענטס
8555.jpg
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

דער שלחן העזר איז געבוירן (לפי חכמי הונגריה מאת יוסף יצחק כהן) בערך בשנת תרל"ה און איז אוועק ביים קריג ב' סיון תש"ד הי"ד, ער איז געווען רב אין טשאפ ל"א שנה,

זיין זוהן ר' אברהם אליעזר הנ"ל האט געדרוקט בשנת תרצ"ח א קונטרס נפשות לצדיקים א הספד וואס דער שלחן העזר האט געזאגט א' סליחות תרצ"ז אויף עטליכע צדיקים וואס זענען נפטר געווארן בשנת תרצ"ז ובראשם המנחת אלעזר זצ"ל, זעה אויף 6 וואו ער רעכנט אויס עטליכע נעמען צווישן זיי זיין ברודער ר' שמעון שהי' דיין בפרעסבורג ומקודם אב"ד יאקע שנפטר כ"ח חשון תרצ"ז, און שפעטער סוף הספד רעדט אביסל בפרטיות שבחן פון די אלע גדולים,

דארט אין דעם קונטרס אויף עמוד 18 דערמאנט דער שלחן העזר נאך א ברודער זיינער ר' ישראל דומ"ץ זענטא ששימש תחת יד אבינו הזקן שליט"א, האבן מיר שוין א פינפטער זון פון ר' משה יהודא, קומט אויס אז צוויי קינדער פון ר' משה יהודה לעבאוויטש זענען אוועק בחייו, ער רופט דארט אן זיין פאטער הישיש.

נאך עפעס האב איך באמערקט אויפן לעצטן עמוד פון דעם קונטרס אז חוץ די צוויי חלקים שלחן העזר וואס איז דא געדרוקט האט ער זיך געגרייט צו דרוקן נאך א דריטן חלק פונעם שלחן העזר וגדול יהי' כבוד הבית השלישי יותר מן הראשונים, אויך שרייבט ער דארט אז ער האט גרייט א חיבור שו"ת אויף אהע"ז, וחבל על דאבדין.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

איך זעה אויך אז ער האט געשריבן חידושי תורה אין אסאך קובצים וירחונים, איז טאקע נישטא געבליבן קיין אייניקלעך פון איהם?, זיי וואלטן עס געדארפט מלקט זיין.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35147
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כפי זכרוני דארף יא זיין איניקלעך, ער איז אלט געווען 94 יאר ווען ער איז אוועק, און געווען רב 70 יאר אין זענטע, והדברים ידועים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דער שלחן העזר ווערט געדרוקט דורך א אייניקל וועלכער וואוינט אין מאנסי.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

farshlufen האט געשריבן:כפי זכרוני דארף יא זיין איניקלעך, ער איז אלט געווען 94 יאר ווען ער איז אוועק, און געווען רב 70 יאר אין זענטע, והדברים ידועים.


אנטשולדיגט איך האב נישט גוט ארויסגעברענגט מיינע ווערטער, איך האב גערעדט פונעם שלחן העזר אז פון איהם איז דא אסאך חידו"ת בקובצים וירחונים, און לויט ווי הרב מביקסאד שרייבט איז טאקע יא דא אייניקלעך אפשר דארף מען זיי טאקע מעורר זיין מלקט צו זיין די חידו"ת היינט איז דאך שוין צו באקומען כמעט אלע קובצים וירחונים זייער גרינג.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כחך בן הרחמן פאר די חשובע הוספות, עס איז כדאי מוסיף צו זיין אז איידער ר' יצחק צבי לעבאוויטש איז געוועןרב אין טשאפ ר' יחזקאל ב"ר נפתלי גראספעלד בעמח"ס בנן אוהל מועד.

דער שלחן העזר איז געווען א גרויסער מונקאטשער חסיד, ער איז מיטגעפארן מיט זיין רבי'ן דער מנחת אלעזר אין די באקאנטע נסיעה קיין ארץ הקודש, ובא בהסכמה על הדפסת ספר [url=http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=10152&hilite=f81085fa-c028-4169-ba0f-b60f18d760e6&st=%u05d8%u05e9%u05d0%u05e4]מסעות ירושלים[/url] אין 'הכוכב' איז דא א שטיקל ביאגראפיע איבער אים בקיצור, זיינע צוויי זוהן זענען אומגעקומען הי"ד אין בודאפעסט, פון זיין זוהן ר' מנחם אהרן הי"ד איז בדרך נס געראטעוועט געווארן א אינגל ר' משה יהודה לעבאוויטש (ער לעבט נאך?).

זיינע צוויי איידימער זענען געווען; ר' פנחס חיים כ"ץ הי"ד רב הצעיר דק"ק ערדעד, ור' גרשון בלייא הי"ד
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_24190_1.jpg
hebrewbooks_org_12800_35.jpg
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום פרייטאג סעפטעמבער 18, 2009 9:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

למעשה האב איך נעכטן נאכגעקוקט אינדערהיים אין מיין שלחן העזר האב איך דארט געטראפן נאך אפאר זאכן.

דער זענטא'ער רב ר' משה יהודא איז אוועק בשנת תש"א, זעה אין לקט ששנה שנה ח' סי' ט"ו ווי דער זוהן דער שלחן העזר שרייבט זה כשתי שבועות אשר ניטל הודי ותפארתי עט"ר כ"ק אאמו"ר זצ"ל הכ"מ, און ער האט דארט א שמועס אז אזוי ווי דער פאטער געשריבן אין זיין צוואה אז מען זאל איהם נישט מספיד זיין, איז ער דארט מסופק צו א זוהן צום טאטן און א תלמיד צום רבי'ן דארף אויך פאלגן און נישט מספיד זיין אדער ער מעג מספיד זיין אלץ כיבוד אב.

דער שלחן העזר וואס איך האב אינדערהיים איז געדרוקט געווארן בשנת תשכ"ט דורך דעם איין איינציג אייניקל פונעם שלחן העזר וואס איז געבליבן נאכן קריג, וואס ער הייסט טאקע ר' משה יהודא לעבאוויטש נאכן זיידן זענטא רב, ער האט דאן געוואוינט אין ברוקלין אויף 266 פענן סט. אבער היינט דאכט זיך מיר אז ער וואוינט אין מאנסי, אפשר איהם האט ביקסאד געמיינט, ער שרייבט דארט אין זיין הקדמה "אבי ואמי עזבוני ילד קטן בן איזה חדשים בשנת תש"ד", נאכן קריג איז ער געווארן אויפגעצויגן ביי הרה"ח ר' ישראל מרדכי גראסמאן,

ער רעכנט דארט אויס די קינדער פונעם שלחן העזר, די ערשטע דריי זענען פונעם צווייטן זיווג בת הלחם שלמה משימלויא,
א) בנו ר' אברהם אליעזר הי"ד (חתן ר' יוסף הלוי לעווי אב"ד קיראלהאז), זוגתו ושני ילדיהם נהרגו באושוויץ ער"ח סיון תש"ד, והוא נהרג בבודאפעסט ברחוב העיר כ' טבת תש"ה, הי"ד.
ב) בתו נחמה אשת ר' פנחם חיים כ"ץ רב הצעיר דק"ק ערדעד, ב"ר יואל אב"ד ערדעד בעמח"ס טירת כסף, נהרגו עם ד' ילדיהם ט' סיון תש"ד הי"ד.
ג) בנו ר' מנחם אהרן רב הצעיר דק"ק טשאפ, חתן דודו ר' אשר אנשיל כ"ץ אב"ד סערדאהעלי (שהי' ג"כ חתן הלחם שלמה משימלויא), זעה אין לקט ששנה בשנת תש"א א מז"ט פון ר' פנחס כ"ץ הנ"ל פאר זיינע צוויי שוואגערס ר' מנחם אהרן און ר' גרשון בלייא צו זייער שידוך, ר' מנחם אהרן נהרג ע"י רוצחים אונגריים בבודאפעסט ברחוב העיר כ' טבת תש"ד (אינטערעסאנט אז א יאר שפעטער אינעם זעלבן דאטום איז זיין ברודער אומגעקומען אויך ברחוב העיר בודאפעסט), וזוגתו נפטרה במחנה עבודה שטוטהויף אדר תש"ה, הי"ד.
די פאלגענדע צוויי טעכטער זענען מזיווג שלישי
ד) בתו שרה רחל אשת ר' משה גרשון בלייא דומ"ץ אונגוואר, ב"ר מאיר דומ"ץ אונגוואר.
ה) בתו הבתולה אסתר.


יעצט לאמיר צוריקגיין צום זענטא'ער רב ר' משה יהודא, איך האב געטראפן נאך צוויי זוהן פון איהם,
1) הב' אליעזר שמואל, זיין ברודער דערמאנט איהם אין די הקדמה צום שלחן העזר (גאנץ אונטן) וז"ל, מאחי המנוח הב' המופלג בתורה וביראה חריף ובקי עצום מו"ה אליעזר שמואל ע"ה אשר הלך לעולמו בימי נעוריו בהיותו בן י"ט שנה כ"ז מרחשון שנת תרנ"ב לפ"ק בישיבה הרמה פאקש ושם מנוחת כבודו וכו' והניח אחריו קונטרס חידו"ת, און ער ברענגט דארט א דבר תורה פון איהם,
2) ר' יושיע אב"ד רעטיאג, זעה אין לקט ששנה אינעם ניחום אבלים פארן שלחן העזר ואחיו ר' יושיע.

האבן מיר דערווייל שוין זיבן קינדער פונעם זענטא'ער רב
1) ר' יצחק צבי אב"ד טשאפ ובעמח"ס שלחן העזר
2) ר' שמעון מו"ץ בפרעשבורג
3) ר' חיים אברהם רב ומו"ץ בפראג (גרויסע הויפשוהל), ואחריו בניוהעיווען קאנעטיקוט, ובסופו בשתי קהילות בקליוולאנד אהייו.
4) ר' נתן אלי' מבארשא
5) הב' אליעזר שמואל שנפטר בן י"ט בישיבת פאקש
6) ר' ישראל דומ"ץ זענטא ששימש תחת יד אביו
7) ר' יושע אב"ד רעטיאג

----

מיללער האסט אריינגעהאקט אינמיטן מיינע ווערטער און דו ברענגסט עפעס וואס איך שרייב שוין אבער משנהכ לא זזה ממקומו, (אגב טעית במש"כ שהרב מסערדאהעלי הי' חתן הזענטא'ער רב, זהו טעות כי הי' חתן הלחם שלמה משימלויא עי' בדברינו למעלה, וזהו שכתבו על ר' מנחם אהרן חתן דודו היינו דודו מצד אמו ודו"ק).
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

ווייסט איינער צו ס'איז דא עפעס חיבורים אדער חידושים בכת"י פון הרה"ג ר' משה יהודה לעבאוויטש ? ער איז געוועהן א תלמיד פונעם הייליגן מהר"ם שיק זי"ע
שישא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 20, 2009 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שישא »

איך האב געזעהן אפאר יאר צוריק א חיבור פון ר' ישראל דומ"ץ בזענטא, וואס אן אייניקעל האט מלקט געווען דא אין אמעריקא, איך האב דאס געזען פארקויפען ביים מוכר ספרים אויף די גאס (שמות טראק).
זעט אויס אז ס'איז געבליבען פון אים אויך אייניקלעך
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

יישר כח שישא. איך האלט אויף א וועג אויך מיין ריסוירטש. איז דער דיין ר' ישראל געוועהן עלטער פון זיין ברודער דער שולחן העזר? איך וויל וואוסן צו ער איז אפשר אויך נאך געוועהן א תלמיד פון מהר"ם שיק. לפי חשבון אז זיין טאטע איז געבוירן תר"ג און די מהר"ם שיק איז נפטר געווארן תרל"ז, טאמער איז ר' ישראל געוועהן די עלטסטע, איז דא א מעגליכקייט אז ער האט נאך עספיעט צו לערנען ביי זיין טאטענס רבי די הייליגע מהר"ם שיק סוף ימיו, אלץ יונגער בחור. עס איז נוגע צו אן עובדא וואס מ'דערציילט אויפן מהר"ם שיק מיט א תלמיד א גדול און חובר חיבורים פון זענטא. היברו בוקס האט נישט פון איהם קיין ספר. הלוואי ווען מ'קען עס אפירזוכען וואלט מען זיכער געקענט זעהן מתוך הכתב ווער זיין רבי איז געוועהן.
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

דא האב איך שוין געטראפן איין אייניקל. ווער איז דאס?
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

איך האב געטראפן ערגעץ אז ר' שמעון לעבאוויטש דומ"ץ פרעשבורג האט געהאט א זון ר' מרדכי לעבאוויטש, וואס איז אויך געווען קודם ראב"ד בפרעשבורג, און שפעטער רב הראשי בבריסעל-בעלגיע, אין תשי"ז איז ער דערמאנט אין די שמות הנדיבים צום ספר טהרת יו"ט חלק ח', אויף אן אנדער פלאץ האב איך געזעהן אז ר' מרדכי האט געוואוינט שפעטער אין א"י.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א וועב-סייט מיט הונדערטער מציבות פון די שטאט זענטא.

הרב פארשלאפן, האט מיר מזכה געווען מיט א בילד פון די מציבה פון הרה"ג ר' שלמה ב"ר גרשון יהודה הכהן קליין אב"ד זענטא ומח"ס לקוטי שלמה, נפטר בשנת תר"ס, ער איז געווען דער רב פאר ר' משה יודא לעבאוויטש ז"ל,.
אטעטשמענטס
Zenta.JPG
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

א תלמיד פון כתב סופר. ער איז געוועהן אן איידעם ביים תשובות ריב"א הגה"צ ר' יואל אונגאר אבדק"ק פאקש זצוק"ל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין זיין ספר 'לקוטי שלמה' הנ"ל האט ער אן אינטערעסאנטער הקדמה מיט אסאך חומר לקורות הדורות, ער איז געקומען פון בעהמען (טשעכיי) קיין אונגארן, געלערנט אין פארשידענע ישיבות ומקומות, באגעגנט קאלירופולע פערזענליכקייטן, פונעם כתב סופר ביז צו שי"ר פון פראג.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מצבת ר' משה יהודא לעבאוויטש זצ"ל אב"ד זענטא
ומצבת בנו ר' ישראל לעבאוויטש דומ"ץ זענטא שנפטר על פני אביו (זמן הפטירה מכוסה מהתמונה מפני גל של אבנים)

דער מצבה פונעם זענטא'ער רב איז עפ"י צוואתו זייער א פשוט'ע נאר זיין נאמען און די נאמען פון זיינע עלטערן און די זמן הפטירה.
ער האט אויך געהאט געלאזט בצוואה מען זאל איהם נישט מספיד זיין, זעה אויבן אין א פריערדיגע תגובה וואו איך האב צוגעצייכנט א לקט ששנה וואו דער זוהן דער שלחן העזר שמועסט ארום צו מען דארף אזא זאך פאלגן א טאטען אדער א רבי'ן.
אטעטשמענטס
47-03.jpg
47-01.jpg
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

די מצבה פון די רעבעצין פונעם זענטא'ער רב ר' משה יהודה.

הרבנית לאה בת הג"ר חיים אברהם ארנשטיין אב"ד בארדיוב מח"ס דברי אברהם.
נפטרה ש"ק י' אייר תרע"ט לפ"ק (22 יאהר פאר ר' משה יהודא).

אויף איר מצבה שטייט צווישן די חרוזים:
ה' זכה אותה עם שבעה בנים ת"ח ויראי ה' מרבים ומהם רבנים רועים עדת ישראל
בת ילדה לאחרונה כמו לאה אמנו אחת מן האמהות הקדושות

זעהן מיר פון דא אז די חשבון פון די זיבן זוהן פונעם זענטא'ער רב וואס איך האב אויבן אויסגערעכנט שטימט, און זיי האבן געהאט נאך איין טאכטער,
דארף מען געוואויר ווערן ווער איז געווען דער איידעם?
אטעטשמענטס
35-01.jpg
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

בןהרחמן האט געשריבן:איך האב געטראפן ערגעץ אז ר' שמעון לעבאוויטש דומ"ץ פרעשבורג האט געהאט א זון ר' מרדכי לעבאוויטש, וואס איז אויך געווען קודם ראב"ד בפרעשבורג, און שפעטער רב הראשי בבריסעל-בעלגיע, אין תשי"ז איז ער דערמאנט אין די שמות הנדיבים צום ספר טהרת יו"ט חלק ח', אויף אן אנדער פלאץ האב איך געזעהן אז ר' מרדכי האט געוואוינט שפעטער אין א"י.

חותם פון ר' מרדכי לעבאוויטש
אטעטשמענטס
IMG_0630.JPG
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיללער האט געשריבן:דער זענטא רב ר' משה יהודא לעבאוויטש איז געווען א זוהן פון ר' אליעזר בעמח"ס דמשק אליעזר על המג"א, און אן איידעם ביי ר' חיים אברהם ארענשטיין אב"ד בארדיוב-בארטפעלד בעמח"ס דברי אברהם

איך האלט דערווייל ביי פיר זוהן פונעם זענטא רב;
1) ר' יצחק צבי אב"ד טשאפ ובעמח"ס שלחן העזר
2) ר' שמעון מו"ץ בפרעשבורג
3) ר' חיים אברהם רב ומו"ץ בפראג (גרויסע הויפשוהל), ואחריו בניוהעיווען קאנעטיקוט, ובסופו בשתי קהילות בקליוולאנד אהייו.
4) ר' נתן אלי' מבארשא

ר' יצחק צבי פון טשאפ איז געווען קודם אן איידעם ביי ר' ישעי' עהרנפעלד משוראן נכד הח"ס ובעמח"ס שבט סופר עה"ת, בזוו"ש איז ער געווען אן איידעם ביים שימלויער רב, ער האט אסאך מיטגעמאכט ווי ער שרייבט אין די הקדמה, זיין צווייטע ווייב איז אויך אוועק נאכדעם וואס ער האט פארלוירען עטליכע קינדער ל"ע, בזווג שליש האט ער גענומען בתו של ר' שלמה צבי האללענדער ממוזשאי.

ער האט געהאט א זוהן ר' אברהם אליעזר און ר' מנחם אהרן און צוויי טעכטער וועם ער דערמאנט אין די הקדמה הנ"ל אלס מיידלעך.

איינער האט נאך אינפארמאציע?


אינעם אשכול החידות האבן מיר געברענגט א בילד פונעם שלחן העזר, וכדי להיות דבר על מכונו וועלן מיר אויך אהערלייגן דעם בילד

בילד
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

נאך א בילד פונעם שלחן העזר צוזאמען מיטן מנחת אלעזר זי"ע
אטעטשמענטס
Rabbi-2.jpg
Rabbi-2.jpg (110.4 KiB) געזען 6413 מאל
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

בן הרחמן, ס'איז זייער א שיין בילד (מיטן מנחת אלעזר), קיינמאל נישט געזעהן.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

נחמן נתן האט געשריבן:בן הרחמן, ס'איז זייער א שיין בילד (מיטן מנחת אלעזר), קיינמאל נישט געזעהן.

פון פעטער זכרונו לברכה?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

דאס ברויך איך מברר זיין גענוי דער יחוס. הנני מוכן ומזומן לקיים מצות עשה .. שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך.
לחיים ולברכה!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”