שושלת ראדזימין
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
ר' יעקב ארי' מראדזימין מח"ס ביכורי אבי"ב, ס'דא דארט זייער א שיינער הקדמה פון דער מו"ל ר' יחיאל מארגנשטערן ב"ר צבי מלאמאז.
בן בוזי האט געשריבן:ר' יעקב ארי' מראדזימין מח"ס ביכורי אבי"ב, ס'דא דארט זייער א שיינער הקדמה פון דער מו"ל ר' יחיאל מארגנשטערן ב"ר צבי מלאמאז.
נישט ר' יעקב ארי' נאר זיין אייניקעל דער לעצטער רבי פון ראדזמין (דענק נישט אויפן מינוט זיין נאמען)
אויך געווען א גרויסער עושר
נאך א בילד פונעם ראדזימינער רבי, דא שטייט אז ס'איז ר' שלמה גוטערמאן ראדזימינער רבי (תרי"ט-תרצ"ג).
Shlomo Gutterman (1859-1933), "the Radziminer 'rebe' [leader of a Hasidic sect] with his 80-year-old 'shames' [aide] in the Polish health resort...on their way to the baths" ('Jewish Daily Forward' Yiddish caption).
- אטעטשמענטס
-
- yivovd_27408.jpg (13.5 KiB) געזען 5729 מאל
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
פארלוירענע תגובות
רבי יעקב ארי' מראדזימין זי"ע י"ח תמוז תרל"ד(ז)
הודעהדורך מומחה יוחס אום דינסטאג יוני 29, 2010 7:02 pm
מארגן י"ח תמוז פאלט אויס דער יא"צ פון איינער פין דער גרעסטע רביים אין פולין הה"ק ר' יעקב ארי' גוטערמאן אדמו"ר הק' מייסד השולשלת ראדזימין זי"ע.
ער איז געבוירן בשנת תקנ"ד צו זיין פאטער ר' שלמה גוטערמאן ז"ל מצאצא הש"ך .
נשא אשה הרבנית בת ר' בעריש מריטשוואל ז"ל אין האט זוכה געוועהן אז דער קאזניצער מגיד זי"ע האט זיך משתתף געוועהן ביי די חתונה .
ער האט געלערנט תורה ביי הג"ר שמואל בעמחה"ס תורת שמואל ותלמיד הגה"ק ר' עקיבא אייגער זי"ע.
אין די אינגע יארן איז ער געפארן צום קאזניצער מגיד, דער חוזה פין לובלין, אין שפעטער א תלמיד פין די יהודי הק', אין דער רבי ר' בונם מפשיחסא, אין ר' איציקל ווארקער זי"ע.
בשנת תר"א האט ער זיך באזעצט אין ראדזימין אין האט געפירט א עדה פין טויזענטע יודן וואס זענען געקומען פין איבעראל, וואס ער איז געוועהן בארומט מיט זיינע ווינדלעכע מופתים, אין מען האט גערופען דער 'גוטע יוד פין ראדזימין' [ביי די ראדזימינער חסידים איז ער געוועהן באקאנט אלס דער סבא קדישא פין ראדזימין].
פין דיינע תלמידים איז דער ישמח ישראל מאלכסנדר, ר' יחיאל מאיר מגוסטיסטין, אין נאך.
ער איז נסתלק געווארן י"ח תמוז שנת תרל"ד [אין אנדערע מקורות שטייט תרל"ז] אין מנו"כ איז אין ווארשע.
ער האט איבערגעלאזט איין זוהן רבי שלמה דוד יהושע מראדזימין זי"ע באקאנט אלס ר' שלמה ראדזימינער
הודעהדורך מומחה יוחס אום דינסטאג יוני 29, 2010 7:11 pm
כ'האב באמערקט אז עס שטייט שוין דא א אשכול שולשלת ראדזימין אבער כ'זעה אז עס פעלט אסאך דארטן אין עס ווערט בכלל נישט דערמאנט דער לעבן אין שאפן פין די גרויסע רבי ע"כ איז גוט אז כ'האב געשריבן דער אשכול לזכרו הטהור
הודעהדורך מומחה יוחס אום דינסטאג יוני 29, 2010 7:13 pm
כ'האב פארגעסן צו צולייגען אז עס דא פין איהם צוויי ספרים, דברי אביב, אין בכורי אביב.
הודעהדורך בןהרחמן אום דינסטאג יוני 29, 2010 8:23 pmמומחה יוחס האט געשריבן:ער האט איבערגעלאזט איין זוהן רבי שלמה דוד יהושע מראדזימין זי"ע באקאנט אלס ר' שלמה ראדזימינער
ער האט געהאט נאך א זוהן ר' ישראל,
פון די קינדער פון ר' ישראל ווייס איך פון א איידעם ר' פנחס אלי' (בנו של הרד"ד אב"ד לאסק) מייזליש אב"ד וויערושוב וליטומירסק ושמנ"כ, אזוי שטייט אין די הקדמה צום הגש"פ ריח דודאים להרד"ד שהו"ל ר' מאיר הכהן (חתנו של רפ"א הנ"ל) בעמח"ס אמרי כהן ועורך ירחון התורני קובץ דרושים שי"ל בפולין זעה דא.
הודעהדורך בןהרחמן אום דינסטאג יוני 29, 2010 8:45 pm
תמונה מבפנים האהל, אויפן מצבה וואס איז אריינגעבויט אין די וואנט קוקט מיר אויס די שנת הפטירה תרל"ד
הודעהדורך בןהרחמן אום דינסטאג יוני 29, 2010 9:04 pmבןהרחמן האט געשריבן:ער האט געהאט נאך א זוהן ר' ישראל,
פון די קינדער פון ר' ישראל ווייס איך פון א איידעם ר' פנחס אלי' (בנו של הרד"ד אב"ד לאסק) מייזליש.
זעה אין חידושי הרד"ד א הספד אויפן מחותן הגה"ק מראדזימין, אגב שטייט דארט אויך קלאר תרל"ד (די טאג ז' מנ"א וואס שטייט דארט איז די זמן ההספד).
אויך האב איך געטראפן א מצבה אויפן ווארשאווער ביה"ח פון ר' שרגא פייוויל בן ר' ישראל הנ"ל.
אויך נאך א בילד אינעם אוהל הראדזימינער, מנו"כ של הרה"צ ר' אהרן מנחם מענדל מראדזימין וראב"ד נאשעלסק, בנו של האדמו"ר ר' שלמה דוד יהושע מראדזימין.
הודעהדורך קלאר מאכן אום דינסטאג יוני 29, 2010 9:06 pm
יא ס'איז קלאר געשריבן תרל"ד, חוץ פין דעם איז דאס מפורסם, אין דער וואס שרייבן תרל"ז קומט פין א טעות פין עפעס א שרייבער, וואס כ'ווייס ווער דאס איז, עכ"פ וועלן מיר נישט אריין גיין יעצט אין דער פרטים דערפין..
הודעהדורך בןהרחמן אום דינסטאג יוני 29, 2010 9:09 pm
אויך האט דער ראזימינער געהאט אן איידעם ר' צבי הירש מארגענשטערן אדמו"ר מלאמאז, בנו של הרה"צ ר' דוד האדמו"ר האמצעי מקאצק.
ר' יחיאל בנו של רצ"ה הו"ל את הספר ביכורי אבי"ב מזקינו
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
הודעהדורך בןהרחמן אום מיטוואך יוני 30, 2010 2:12 am
למעשה טרעף איך נאך א זוהן פונעם ראדזימינער, ר' אברהם חיים
האלטן מיר שוין דערווייל ביי פיר קינדער
א) בנו הגדול ומ"מ ר' שלמה דוד יהושע אדמו"ר מראדזימין
ב) בנו ר' ישראל מראדזימין
ג) בנו ר' אברהם חיים מראדזימין
ד) חתנו ר' צבי הירש מארגענשטערן בן האדמו"ר ר' דוד מקאצק
באלד וועלן מיר גיין צו די קומענדיגע דורות דערוויל וועל איך לייגן אפאר בילדער פון מצבות פון עטליכע אייניקלעך של הרה"ק מראדזימין בביה"ח בווארשא
1) ר' לוי יצחק גוטערמאן אדמו"ר משיראטין, ב"ר ישראל מראדזימין וחתן ר' שלום דובער ב"ר חיים שניאור זלמן נכד בעל התניא, נטמן באהל זקינו הס"ק מראדזימין.
2) ר' פנחס אלעזר גוטערמאן ב"ר אברהם חיים מראדזימין
3) ר' יוחנן מאיר גוטערמאן ב"ר ישראל צבי (בן?)
4) מרת לאה הדסה בת ר' אברהם חיים מראדזימין, אשת ר' יצחק הכהן ראפופורט
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
הודעהדורך בןהרחמן אום מיטוואך יוני 30, 2010 2:29 amבןהרחמן האט געשריבן:אויך נאך א בילד אינעם אוהל הראדזימינער, מנו"כ של הרה"צ ר' אהרן מנחם מענדל מראדזימין וראב"ד נאשעלסק, בנו של האדמו"ר ר' שלמה דוד יהושע מראדזימין.
האדמו"ר ר' אהרן מנחם מענדל מראדזימין וראב"ד נאשעלסק, בזיוו"ר נשא את הרבנית שרה מאטיל בת האדמו"ר ר' יעקב יצחק מביאלע בן רנ"ד משידלאווצע נכד היהודי הק' מפרשיסחא, ובזיוו"ש חתן האדמו"ר ר' יעקב משה סאפרין מקאמארנא, ומב' הזיווגים לא השאיר אחריו זש"ק (אין די ווארשא ביה"ח וועבזייטל איז דא א בילד פון מצבת זוגתו הראשונה הרבנית שרה מאטיל).
האדמו"ר ר' מנחם מענדל הו"ל איזה חיבורים, 1) הגש"פ ע"פ צמח מנחם, 3) מאמר לגדל הבנים לתוה"ק , 3) קונטרס חינוך הבנים, אויך איז געדרוקט געווארן לאחר פטירתו מדברי תורתו = 4) תועפות רא"ם (בסופו מאמר מהגרצ"י מיכלזוהן על הס"ק מראדזימין), 5) עלים לתרופה
הודעהדורך בןהרחמן אום מיטוואך יוני 30, 2010 2:44 amמומחה יוחס האט געשריבן:ער איז געבוירן בשנת תקנ"ד צו זיין פאטער ר' שלמה גוטערמאן ז"ל מצאצא הש"ך .
נשא אשה הרבנית בת ר' בעריש מריטשוואל ז"ל אין האט זוכה געוועהן אז דער קאזניצער מגיד זי"ע האט זיך משתתף געוועהן ביי די חתונה .
בסו"ס תועפות רא"ם איז דא א מכתב פון הגרצ"י מיכלזוהן אודות הס"ק מראדזימין, ברענגט ער דארט בשם ר"י לעווינשטיין אב"ד סעראצק בנוגע די השתתפות פונעם חוזה ביים חתונה פונעם ראדזימינער, רי"ל שרייבט דארט אז ווען ער (רי"ל) איז געווען אב"ד ווארקע האט ער אליין געזעהן אינעם פנקס הקהילה, אז די גבירה טעמעריל האט איינגעלאדענט דעם הייליגן חוזה צו די חתונה פון איר זוהן ר' יעקלי בערקיס אין ווארקי, און דער חוזה איז געקומען קיין ווארקי, א נאכט פאר די חתונה פון בן הגבירה טעמעריל איז געווען די חתונה פון הרה"ק הס"ק ר' יעקעלי מראדזימין, האט איר דער חוזה געזאגט 'איך בין נישט געקומען צו די חתונה פון דיין יעקעלי נאר פון מיין יעקעלי מיט הכלה חי' מגזע הש"ך והפני יהושע, און דער חוזה איז דאן געבליבן אין ווארקי אויף צוויי שבתים פר' יתרו ופר' משפטים, ושמחה כזו לא נראה מעולם, עכת"ד.
אגב, זעהט מען פון דא אביסל אנדערש, אז דער שווער פונעם ראדזימינער איז געווען מגזע הש"ך, נישט זיין פאטער.
הודעהדורך בןהרחמן אום מיטוואך יוני 30, 2010 3:35 am
פריער געטראפן אז עס איז שוין דא א אשכול לשושלת ראדזימין, אפשר זאלן די גבאים צוזאם שטעלן.
--
אינטערעסאנטע מכתבים בסו"ס ביכורי אבי"ב מהס"ק מראדזימין למחותנו האדמו"ר ר"ד מקאצק.
איין בריוו א רפואה פאר א 'רויז', און אן אנדערע בריוו איבער קביעת החתונה של בתו עם בן האדמו"ר מקאצק, און נאך.
אגב, זעהט מען דא קלאר אז רצ"ה מלאמאז איז געווען אן איידעם ביים ס"ק מראדזימין אליין, אזויווי איך האב אויבן געשריבן, און נישט ווי עס שטייט דא.
הודעהדורך מיילעך אום מיטוואך יוני 30, 2010 10:22 amבןהרחמן האט געשריבן:פריער געטראפן אז עס איז שוין דא א אשכול לשושלת ראדזימין, אפשר זאלן די גבאים צוזאם שטעלן.
--
אינטערעסאנטע מכתבים בסו"ס ביכורי אבי"ב מהס"ק מראדזימין למחותנו האדמו"ר ר"ד מקאצק.
איין בריוו א רפואה פאר א 'רויז', און אן אנדערע בריוו איבער קביעת החתונה של בתו עם בן האדמו"ר מקאצק, און נאך.
אגב, זעהט מען דא קלאר אז רצ"ה מלאמאז איז געווען אן איידעם ביים ס"ק מראדזימין אליין, אזויווי איך האב אויבן געשריבן, און נישט ווי עס שטייט דא.
ר' צבי הירש מלאמאז הי' חתן בנו ר' שלמה יהושע דוד מראדזימין וכן מקובל אצל כל נכדי ראדזימין-גור-סלאנים בלי שום ערעור.
וכן חתנו הבית אברהם מסלאנים קרא שם בנו ר' שלמה דוד יהושע ע"ש זקינו הנ"ל.
ובנוגע להמכתבים מהס"ק מראדזימין, י"ל מחמת חביבות קרא לנכדו-חתני. ויש ליישב
הודעהדורך מומחה יוחס אום מיטוואך יוני 30, 2010 10:33 am
יישר כח הרב "בן הרחמן" פארן מאכן א שיין ארבעט, איך האב אויך אביסל ארום געזוכט, אין איך האב נאר געזעהן טאקע וועגן דעם ר' ישראל, אבער ווייל כ'בין נישט געוועהן זיכער האב איך נישט אריין געלייגט, אבער באמת א שיינע דאנק וואס עס איז מיר ציגעקומען פרישע ידיעות פין דער שולשלת וואס איז שוין גארנישט געבליבן ליידער .
לגבי דער מו"ל פין דער ספר 'בכורי אביב' ר' יחיאל בן ר' צבי הערש מלאמאז, האב איך אריין געבליקט אין דער שיינע הקדמה פיל מיט אינסטאנטער זאכן, קוקט מיר אויס אז ר' צבי הערש איז נאר געוועהן א איידעם בזוו"ר, ווייל עס קוקט אויס ווי ר' יחיאל איז נישט קיין אייניקל, ער דערמאנט נישט אויף דער ראדזימינער דער נאמען זקיני, אזוי קוקט מיר אויס, אדרבה איך וויל זיין דאנקבאר אויב איינער וועט מיר קלאר מאכן אין דער נושא, ווייל איך טוה אביסל אין דעם לעצטענט.
הודעהדורך בןהרחמן אום מיטוואך יוני 30, 2010 11:46 amמיילעך האט געשריבן:בןהרחמן האט געשריבן:פריער געטראפן אז עס איז שוין דא א אשכול לשושלת ראדזימין, אפשר זאלן די גבאים צוזאם שטעלן.
--
אינטערעסאנטע מכתבים בסו"ס ביכורי אבי"ב מהס"ק מראדזימין למחותנו האדמו"ר ר"ד מקאצק.
איין בריוו א רפואה פאר א 'רויז', און אן אנדערע בריוו איבער קביעת החתונה של בתו עם בן האדמו"ר מקאצק, און נאך.
אגב, זעהט מען דא קלאר אז רצ"ה מלאמאז איז געווען אן איידעם ביים ס"ק מראדזימין אליין, אזויווי איך האב אויבן געשריבן, און נישט ווי עס שטייט דא.
ר' צבי הירש מלאמאז הי' חתן בנו ר' שלמה יהושע דוד מראדזימין וכן מקובל אצל כל נכדי ראדזימין-גור-סלאנים בלי שום ערעור.
וכן חתנו הבית אברהם מסלאנים קרא שם בנו ר' שלמה דוד יהושע ע"ש זקינו הנ"ל.
ובנוגע להמכתבים מהס"ק מראדזימין, י"ל מחמת חביבות קרא לנכדו-חתני. ויש ליישב
גראדע אינעם ביכורי אביב צוויי בלעטער שפעטער פון מיין דערמאנטן לינק, איז דא צוויי בריוון משנות תרכ"ח-תר"ל פון ר' דוד'ל קאצקער צום ראדזימינער, וואס דארט שרייבט ער אן עקסטערן פריסת שלום לבנו הוא מחו' האברך ר' שלמה יהושע, האב איך אבער מלכתחילה געטראכט אז דאס איז נאכנישט קיין ראי' ווייל מחו' איז ער ממילא און דאס וואס ער ספעציעל פורס שלומו פאר איהם באזונדער איז מכח ווייל ער האט געהאט שייכות מער מיט איהם, און ענדערש אננעמען דעם חתני וואס הס"ק שרייבט.
אבער למעשה האב איך געטראפן א רעקארד דמסייע לדברי מיילעך, א מעררידזש רעקארד פון קאצק יאר 1870 למס' (שנת תר"ל), דער חתן הייסט הערש מארגענשטערן זון פון דוד - וחיה טויבא - אלט 18 יאר, און די כלה איז יוטא העניא (Enja) גוטערמאן טאכטער פון שלמה - חנה - אלט 17 יאר.
העלמיר מוזן אננעמען דיין תירוץ אז כשם שקוראין לבן בנו בני כן קוראין לחתן בנו חתני, און דעם קאצקערס מחותני מיינט טאקע מחותן ממש.
הודעהדורך מיילעך אום מיטוואך יוני 30, 2010 1:20 pmמומחה יוחס האט געשריבן:יישר כח הרב "בן הרחמן" פארן מאכן א שיין ארבעט, איך האב אויך אביסל ארום געזוכט, אין איך האב נאר געזעהן טאקע וועגן דעם ר' ישראל, אבער ווייל כ'בין נישט געוועהן זיכער האב איך נישט אריין געלייגט, אבער באמת א שיינע דאנק וואס עס איז מיר ציגעקומען פרישע ידיעות פין דער שולשלת וואס איז שוין גארנישט געבליבן ליידער .
לגבי דער מו"ל פין דער ספר 'בכורי אביב' ר' יחיאל בן ר' צבי הערש מלאמאז, האב איך אריין געבליקט אין דער שיינע הקדמה פיל מיט אינסטאנטער זאכן, קוקט מיר אויס אז ר' צבי הערש איז נאר געוועהן א איידעם בזוו"ר, ווייל עס קוקט אויס ווי ר' יחיאל איז נישט קיין אייניקל, ער דערמאנט נישט אויף דער ראדזימינער דער נאמען זקיני, אזוי קוקט מיר אויס, אדרבה איך וויל זיין דאנקבאר אויב איינער וועט מיר קלאר מאכן אין דער נושא, ווייל איך טוה אביסל אין דעם לעצטענט.
ר' יחיאל בנו הי' מזיווגו השלישי
הודעהדורך מומחה יוחס אום פרייטאג יולי 02, 2010 4:53 pm
איך האב אריין געקוקט אין דער שיינע הקדמה פין דער ר' יחיאל אין דער ספר בכורי אביב ער ברענגט שיינע ענינים וואס ער האט געהערט פין זיין פאטער ר' צבי הערש זצ"ל שרייבט ער א דבר נפלא אז ער האט געהערט פין זיין טאטע אז איידער הה"ק ר' יעקב ארי' מראדזימין זי"ע איז נסתלק געווארן האט ער אויף געהויבן דיינע הייליגע הענט אין האט געזאגט אז "כ'בין אזוי גרויס ווי דער קאזניצער מגיד זי"ע" דברים נפלאים וסתומין .
הודעהדורך מומחה יוחס אום זונטאג יולי 04, 2010 3:44 am
צוויי בארומטער אייניקלעך פין רבי יעקב ארי' מראדזימין זי"ע איז נאך דא צום היינטיגן טאג, וואס זיי טראגן טאקע דער נאמען נאך די גרויסער זיידע.
ה"ה
כ"ק אדמו"ר הה"צ ר' יעקב ארי' אלתר מגער שליט"א
כ"ק אדמו"ר הה"צ ר' יעקב ארי' מולביסקי מאמשינאוו שליט"א
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24239
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24239
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
א מודעה אין מאמענט טז חשון תרפה וועגן כתבי יד פונעם ראדזימינער רבי'ן וואס איז פארפאלן געווארן
http://www.jpress.org.il/Default/Script ... wMode=HTML
http://www.jpress.org.il/Default/Script ... wMode=HTML
-
- שר העשר
- תגובות: 36
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 26, 2012 4:50 am
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24239
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
בן בוזי האט געשריבן:נאך א בילד פונעם ראדזימינער רבי, דא שטייט אז ס'איז ר' שלמה גוטערמאן ראדזימינער רבי (תרי"ט-תרצ"ג).Shlomo Gutterman (1859-1933), "the Radziminer 'rebe' [leader of a Hasidic sect] with his 80-year-old 'shames' [aide] in the Polish health resort...on their way to the baths" ('Jewish Daily Forward' Yiddish caption).
דא שרייבט מ. קיפניס, וויאזוי ער האט געכאפט דעם בילד פונעם ראדזימינער רבי און בכלל אן אפהאנדלונג איבער בילדער בימים ההם:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... e&rtl=true
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24239
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
ארויף געברענגט לכבוד די יא"צ פין די מייסד השולשלת קדישא הרה''ק ר' יעקב ארי' מראזימין זי''ע ועכי''א
לעצט פארראכטן דורך מומחה יוחס אום מיטוואך יולי 16, 2014 1:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
כתב יד קדשו של הרה"ק מראדזימין ידוע כסגולה לשמירה. מסופר כי הרה"ק בעל ה"אמרי אמת" מגור העניק לבנו בעל ה"לב שמחה" [שהיה חתן לגזע ראדזימין] כתב יד של הרה"ק מראדזימין בתור "סגולה לשמירה". בעת היציאה הבהולה מפולין בשנת ת"ש איבד ה"לב שמחה" את כתב היד והצטער על כך מאוד. אולם, לאחר שעלה בידו להשיג שוב כתב יד אחר של הרה"ק מראדזימין שמח שמחה גדולה. באותה הזדמנות ציין ה"לב שמחה" כי היה זה נדיר ביותר לשמוע את אביו בעל ה"אמרי אמת" מגדיר דבר מה כ"סגולה" וכ"שמירה", ומכך רק ניתן להבין עד כמה חשוב היה כתב יד כזה בעיניו.
בןהרחמן האט געשריבן:
אויך נאך א בילד אינעם אוהל הראדזימינער, מנו"כ של הרה"צ ר' אהרן מנחם מענדל מראדזימין וראב"ד נאשעלסק, בנו של האדמו"ר ר' שלמה דוד יהושע מראדזימין.
האדמו"ר ר' אהרן מנחם מענדל מראדזימין וראב"ד נאשעלסק, בזיוו"ר נשא את הרבנית שרה מאטיל בת האדמו"ר ר' יעקב יצחק מביאלע בן רנ"ד משידלאווצע נכד היהודי הק' מפרשיסחא, ובזיוו"ש חתן האדמו"ר ר' יעקב משה סאפרין מקאמארנא, ומב' הזיווגים לא השאיר אחריו זש"ק (אין די ווארשא ביה"ח וועבזייטל איז דא א בילד פון מצבת זוגתו הראשונה הרבנית שרה מאטיל).
האדמו"ר ר' מנחם מענדל הו"ל איזה חיבורים, 1) הגש"פ ע"פ צמח מנחם, 3) מאמר לגדל הבנים לתוה"ק , 3) קונטרס חינוך הבנים, אויך איז געדרוקט געווארן לאחר פטירתו מדברי תורתו = 4) תועפות רא"ם (בסופו מאמר מהגרצ"י מיכלזוהן על הס"ק מראדזימין), 5) עלים לתרופה
מצבת הרבנית שרה מאטיל בהרה"ק רבי יצחק יעקב מביאלא, אשת הרה"ק רבי אהרן מנחם מענדל מראדזימין זצ"ל על הביה"ח בווארשא
http://cemetery.jewish.org.pl/id_122915 ... erman.html
- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2414
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע: באהלי צדיקים
רבי יעקב ארי' מראדזימין ב"ר שלמה זיע"א, י"ח תמוז תרל"ד
הרה"ק רבי יעקב ארי' גוטרמן מראדזימין זיע"א
בן הרה"ק רבי שלמה זיע"א אב"ד ברוטשעוואל
ח"י תמוז תרל"ד
בן הרה"ק רבי שלמה זיע"א אב"ד ברוטשעוואל
ח"י תמוז תרל"ד
הרה"ק רבי יעקב אריה גוטרמן מראדזימין זי"ע נולד בעיר ווארקא בשנת תקנ"ב לאביו הגה"ק ר' שלמה אב"ד ברוטשעוואל זי"ע בעיר ווארקא.
בהגיעו לפרקו נשא את הרבנית הצדיקת ע"ה בת הנגיד הגה"ק ר' בעריש זי"ע מעיר רוטשעוואל
בתחלת ימי עלומיו הסתופף בצל המגיד הרה"ק ר' ישראל מקאזיניץ זיע"א בעל עבודת ישראל, עם פטירתו דבק בבנו הרה"ק רבי משה אליקים בריאה מקאזניץ זיע"א, אמנם אח"כ נסע להסתופף בצל רבו המובהק הרה"ק ר' שמחה בונם מפרשיסחא זי"ע,
עם היותו נושא לפרשיסחא מ"מ המשיך ליסוע לרבו הרה"ק רבי משה א"ב מקאזיניץ זיע"א, פעם אחת שאלו רבינו יענליו זאל איך דיר בענטשן, מתחילה פחד מאוד מה רוצה רבו זה לומר (כי פחד מקפידתו, שכידוע שלהרה"ק החידושי הרי"ם זיע"א נסתלקו כל בניו מאז שעבר מקאזיניץ לפארשיסחא), אמנם אח"כ החליט יעבור עלי מה, אם הרבי רוצה לעשות יעשה מה שירצה, ואני יעמוד כחסיד דום. אמר לו רבינו כופף ראשך, וכן עשה. ובירכו רבינו יענליו דו ווילסט דאך זיין א רבי, "נאך נישט יעצט, נאך אסאך צייט" השומעים חשבו שלקח ממנו את האדמורו"ת, אמנם אח"כ ראו שברכת קדשו נתקיימו בו, כאשר האריך ימים מעל כל צדיקי דורו, והנהיג את רוב פולין שנהרו אחריו, בזכות ברכת רבו זה. ורבינו הי' קדוש ישראל בעל מופת גדול גאון מופלג בנגלה, ובנסתר הי' לו עשר ידות, ואלפים הלכו לאורו.
פ"א בעת שרבו הרה"ק ר' בונם זי"ע אמר מדרש והגיעו לענין תחיית המתים ביקש רבינו מרבו הק' שילמוד אותו זה הסוד, אמר לו אין מגלין אותו אלא לצנועים, אמר לו רבינו גם אני צנוע, אמר לו רבו אם תבטיח לי שלא תשמש עמו אלמדך, הבטיח לו רבינו ולמד אותו, פ"א אחר זמן רב בא לרבינו קוויטעל קשה מאיזה חולה גוסס רח"ל, והי' לו רחמנות גדול ועבר על הבטחתו והחייהו בזה השם, לאחר ימים חלה רבינו ושכב "בהינערפלעט" איזה זמן, ואח"כ הקיץ וסיפר אשר בשמים רצו לדונו למיתה עבור שהשתמש בשם זה, וטען מלאך א' לטובתו הלא אין אשמה על רבינו כ"א על הרבי ר"ב בשביל שלמד אותו, ושאלו להרבי ר"ב ואמר הלא הבטיח לי שלא ישמש עמו, ויצא הפס"ד בב"ד של מעלה אם יחפשו וירא אשר רבינו לא דיבר מעולם שום דבר שקר ח"ו אזי בפעם ראשון יפטרו מעונש, וכן הוה וראו אשר מעולם לא דבר רבינו דבר שקר ח"ו ופטרו רבינו לשלום.
בשנת תקפ"ז י"ב אלול נסתלק רבו הרה"ק ר' שמחה בונם מפרשיסחא זי"ע אז נסע רבינו בתורות חסיד לבנו הרה"ק ר' אברהם משה מפרשיסחא זי"ע אך לאחר תקופה קצרה א' טבת ז' דחנוכה בשנת תקפ"ט, נסתלק הרה"ק ר' אברהם משה מפרשיסחא זי"ע והנהגת פרשיסחא עברה להרה"ק ר' יצחק מווארקא זי"ע.
בשנת תר"ח כ"ב ניסן אחרון של פסח אחר פטירת רבו הרה"ק ר' יצחק זי"ע, החל רבינו לכהן כאדמו"ר בראדזימין.
רבינו שהאריך ימים יותר משאר תלמידי הרה"ק ר' שמחה בונם מפרשיסחא זי"ע נחשב כזקן האדמורים בפוילן בדורו ורבים נהרו לחצרו, בהם אדמורים ורבנים, ומגדולי תלמידיו הי' הרה"ק ר' יחיאל מאיר מגאוסטין זי"ע הרה"ק ר' ברוך מטשיזעווע זי"ע הרה"ק ר' אלעזר הכהן אב"ד סאכיטשאב זי"ע הרה"ק ר' ירחמיאל ישראל יצחק הישמח ישראל מאלכסנדר זי"ע ועוד הרבה גאונים וקדושים מפורסמים.
נסתלק ועלה אל השמים זקן ושבע ימים ביום ח"י תמוז תרל"ד ומנ"כ בעיר ווארשא שבו נקברו גם שני מנכדיו הרה"ק ר' אהרן מנחם מענדל גוטרמן זי"ע והרה"ק ר' לוי יצחק גוטרמן זי"ע.
דברי תורתו יצאו לאור לאחר פטירתו: ספר דברי אביב, ספר ביכורי אביב, ספר ליקוטי אביב.
נשאר אחריו בניו הק' הרה"ק ר' שלמה יהושע דוד זי"ע והרה"ק ר' ישראל זי"ע. זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com