הצדיק ר' אליהו מרדכי לעווענאוויץ-כלאזשינער רבי-חוהמ"ס תרצ"ג
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
הצדיק ר' אליהו מרדכי לעווענאוויץ-כלאזשינער רבי-חוהמ"ס תרצ"ג
קוקנדיג אין די יווא ארכיוון אויף זייער וועב זייטל איז מיין אויג געפאלן אויף א בילד צו וואס עס איז געווען צוגעצייכנט אויף ענגליש, ר' אליהו מרדכי לעווינאוויץ פון דראהאטשין צו וועמען מען איז געפארן פון גאנץ פוילן, איז מיר דאס געווען זייער אינטערעסאנט האב איך זיך נישט געפוילט און אריבער צו די ארכיוו פון נוא יארק פאבליק לייברערי און אפיר געזוכט דער 'דראהאטשינער יזכור בוך', און איך ברענג אייך אהער די אינטערעסאנטע לעבנס געשיכטע פון דער גרויסער צדיק, וועמען מען האט גערופן דער כאלאזשינער רבי, ער האט געפראוועט מופתים און ער אליין איז געווען א בלויזער אייזן שמידט.
איך ברענג אהער דער אויסשניט דברים כהוויתן -פארשטייט זיך נאך וואס איך האב געדארפט ארום שניידן און פארקלענערן די פיקסעלס לפי די פארום מעגליכקייטן, (ומכאן הכרוז תצא פאר די וואס האבן א ווארט אויף די הנהלה מעורר צו זיין, אז מיטן וואוקס פון די שרייבערס און אשכולות, וואלט כדאי געווען צו פארגרעסערן די 'גרויסקייט מעגליכקייטן' ווייל פילע מאהל נעמט דאס פארקלענערן און אוועק שניידן אוועק פונעם לעבעדיגקייט פונעם בילד, א דאנק).

אינטערעסאנט, דאס הייסט אז ער איז נישט געווען פו א רביש'ען יחוס און האט געצויגען חסידים, האט איינער שוין געהערט פון אים אויסער אינעם יזכור בוך?
אינעם קעטעלוג פון ספריית חב"ד זעה איך אז ער האט מחבר געווען א ספר אמרי ספר וועלכע איז געדרוקט געווארן אין פיעטרקוב בשנת תרפ"ט און שפעטער איבערעדרוקט אין נ.י. תשט"ו, אויף היברו בוקס טרעף איך עס נישט.
אינעם קעטעלוג פון ספריית חב"ד זעה איך אז ער האט מחבר געווען א ספר אמרי ספר וועלכע איז געדרוקט געווארן אין פיעטרקוב בשנת תרפ"ט און שפעטער איבערעדרוקט אין נ.י. תשט"ו, אויף היברו בוקס טרעף איך עס נישט.
מיללער האט געשריבן:אינטערעסאנט, דאס הייסט אז ער איז נישט געווען פו א רביש'ען יחוס און האט געצויגען חסידים, האט איינער שוין געהערט פון אים אויסער אינעם יזכור בוך?
אינעם קעטעלוג פון ספריית חב"ד זעה איך אז ער האט מחבר געווען א ספר אמרי ספר וועלכע איז געדרוקט געווארן אין פיעטרקוב בשנת תרפ"ט און שפעטער איבערעדרוקט אין נ.י. תשט"ו, אויף היברו בוקס טרעף איך עס נישט.
איז דאס (http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =1&hilite=) דער דאזיגער ספר פון וואס הרב מיללער רעדט?
איך שטעל צו נאך עטליכע אינטערעסאנטע שטריכן פון דער האראדעצער יזכור בוך.
בן בוזי האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:אינטערעסאנט, דאס הייסט אז ער איז נישט געווען פו א רביש'ען יחוס און האט געצויגען חסידים, האט איינער שוין געהערט פון אים אויסער אינעם יזכור בוך?
אינעם קעטעלוג פון ספריית חב"ד זעה איך אז ער האט מחבר געווען א ספר אמרי ספר וועלכע איז געדרוקט געווארן אין פיעטרקוב בשנת תרפ"ט און שפעטער איבערעדרוקט אין נ.י. תשט"ו, אויף היברו בוקס טרעף איך עס נישט.
איז דאס (http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =1&hilite=) דער דאזיגער ספר פון וואס הרב מיללער רעדט?.
הגם איך פארשטיי אייער פראגע, אבער בפשטות איז דאס נישט היינו הך, דער ספר פון ספריית חב"ד שטייט אזוי:
מס' כרטיס 80452 מדור ומדף: לט-א
אמרי ספר
ותיקון גדול.
בו נכלל כל השמות של ספרי תנ"ך, והש"ס
ומדרשים מלוקטים.. גם פסוקי בטחונות
ממהר"ל ז"ל מפראג
לעווינאוויץ, אליהו מרדכי
נ.י. תשטו
32°. 80 ע'
ווידער דער ספר אויף היברו בוקס איז לויט זיי געדרוקט אין לעמבערג תקס"ב (הסכמת רצ"ה ראזאניש בעל ט' שיטות הוט משנת תקנ"ז) און זעהט אויס ווי איז תיקונים עפ"י השלה"ק.
למעשה, איז אבער דער דעסקריפשאן זייער ענדליך און ברויך א געהעריגען באהאנדלונג מפי ספרים וסופרים.
אויך אינעם ספר 'התנהגות הדרך' ביים סוף איז אריינגעדרוקט דער 'אמרי ספר' הנ"ל
http://www.hebrewbooks.org/40302
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19757
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: הצדיק ר' אליהו מרדכי לעווענאוויץ-כלאזשינער רבי-חוהמ"ס תרצ"ג
דער הויזפריינד
- אטעטשמענטס
-
- Capture0012.PNG (243.53 KiB) געזען 256 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19757
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re:
בן בוזי האט געשריבן:אונזער עקספרעס צו דער פטירה פונעם כאלאזשינער רבי
איז דאס דראהיטשין אין פולין אדער בעלארוס?
ווי אויך איז דא עפעס פארבליבן פון די בית החיים?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!