רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2013 12:56 pm

איך ווייס נישט צו דאס איז שוין דאהי געווען

פון דער היינט אפריל 1935 זייער א שיינער באריכט וועגן די באבאווער רב און זיינע פילצאליגע ישיבות פאר די יוגנד.
צוגעלייגטע
bobov 1.png
bobov 2.png
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2013 12:56 pm

המשך
צוגעלייגטע
bobov 3.png
bobov 4.png
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוקטובער 11, 2013 10:42 am

נאך א בילד פון רב הי"ד מיטן הוט, וואס שטייט דא און ווער זענען די ארומיגע?
צוגעלייגטע
halberstam.jpg

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג אוקטובער 11, 2013 11:50 am

רבי פון באבוב
ב האלבערשטאם

.zakony na pow הזמנה לאיזור (איך קען נישט אויסליינען דער שטאט)

משה סטעמפל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » פרייטאג אוקטובער 11, 2013 12:08 pm

Brzesky=בריגל.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2471
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דאנארשטאג מאי 22, 2014 7:45 am

זייענדיג די פריעדיגע שבת און ווארשא הבירה (שבת בחוקתי תשע"ד )האב איך באזוכט דארט א'איד הרה"ח הישיש רבי יצחק הורוויץ שיחי (א'אפשטאמיגער פון שטאט לאנצק 24 קילו מטר פון צאנז) ער איז קרוב למאה לאויוש"ט.
האט ער מיר פארציילט אז אלס צוועלף דרייצן יעריגער קינד איז אים געוואקסן א'געשוויכלעץ אונטער זיין רעכטע אויער ל"ע און ס'איז געווארן גרעסער פון טאג צו טאג.
איז ער געלויפן צו דאקטארים און זיי האבן גארנישט געקענט טוהן.
האט אים זיין פאטער רבי ישראל ע"ה גענומען קיין באבוב צו הרה"ק רבי בן ציון הי"ד. און דער רבי האט ארויף גלייגט זיין פינגער (די פינגער לעבן די אגודל) אויף די געשווילעכץ אונטער די אויער און אראפ דערמיט פון אויבן אראפ .
און אויפן פלאץ איז דאס בעסער געווארן און ביז צוויי דריי טעג איז נישט געבליבן א'זכר פון די גאנצע געשווילעכץ .
( בדרך אגב האט ער האט ער מיר געוויזן די פלאץ און ס'קענט זיך אן זייער א'קליינער לאך דארטן).
ה' יקום דמו.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנארשטאג מאי 29, 2014 7:52 am, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג מאי 22, 2014 8:58 am

זכותו יגן עלינו
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2471
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מאנטאג מאי 26, 2014 7:38 am

אנדי פעטיט האט געשריבן:ר' יחזקאל דוד ז"ל איז געווען אן איידעם ביי די פאקשעווניצער רב ז"ל (איך ווייס נישט ווער דאס איז געווען).





איך האב דערווייל נישט קיין בילד פון אים אבער ס'דא אסאך בילדער ספעציעל ביי משפחה שמחות ווען די באבובער רב פלעגט טאנצען מיט אים ציזאמען די רבי ר' אלימלך טאנץ.

דאס איז רבי אברהם אליהו הורוויץ הי"ד אבד"ק פאקשעווניצא בן הרה"צ רבי יחיאל זצ"ל בן הרה"ק רבי מאיר זצ"ל בעל האמרי נועם מ'דזשיקוב.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנארשטאג מאי 29, 2014 7:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2471
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מאנטאג מאי 26, 2014 7:58 am

מיללער האט געשריבן:ווער איז דער איד מיט'ן צילינדער וועלכער ווערט געזעהן אינעם וואגן און אויך אויף דער בילד ביי די שטיגן?

ר' שמחה, ר' בנציון ב"ר יחזקאל דוד פירט רביתטעווע אדער ער האט נאר א שוהל? ביי וועם איז ער אן איידעם?

ער איז א'איידים ביי הרה"צ רבי פייוועל האלברשטאם זצ"ל האדמו"ר מ'קשאנעוו
און ער האט א'שוהל און פלעטבוש.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2471
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מאנטאג מאי 26, 2014 8:07 am

יאסל האט געשריבן:יא תרס"ו אויב איך געדענק גיט

הרה"ק רבי שלמה מ'באבוב נסתלק א'תמוז תרס"ה ביי די אכט און פופציג יאר .
זיע"א.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 28, 2014 1:43 pm

געזען אין די געשעפטן גאר א טייערער בוך בשם "פעולת צדיק לחיים" איבער די פארשידענע [דורכגעפאלענע] פעולות הצלה צו ראטעווען דעם הייליגען באבובער רב הי"ד מגיא ההריגה, ובכלל איבער די פונקטליכע געשעענישען אין די שטורמישע תקופות פון תרצ"ט ביז צו די רציחה הי"ד, מיט מסמכים און בילדער, א מורא'דיגע ארבייט

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17282
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג יוני 16, 2014 1:04 pm

איין בוקאווינער האט געשריבן:יש לי תמונה של אחת מהבנות של הקדשת ציון יחד עם כמה מנכדיו
זה צולם בבוקארעסט בשנת תש"ג
אני רוצה לזהות את האנשים בתמונה
יש למי לפנות?

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג יוני 16, 2014 1:08 pm

מיללער האט געשריבן:געזען אין די געשעפטן גאר א טייערער בוך בשם "פעולת צדיק לחיים" איבער די פארשידענע [דורכגעפאלענע] פעולות הצלה צו ראטעווען דעם הייליגען באבובער רב הי"ד מגיא ההריגה, ובכלל איבער די פונקטליכע געשעענישען אין די שטורמישע תקופות פון תרצ"ט ביז צו די רציחה הי"ד, מיט מסמכים און בילדער, א מורא'דיגע ארבייט

דאכט זיך אז אין ספר "צדיק מה פעל" ווערט אויך דערמאנט [אפשר נאר ברמיזה] איבער די פעולות פון רבי זיידל אייכנשטיין צו ראטעווען דעם קדושת ציון.
כמה פרטים האב איך געהערט בעל פה ואכמ"ל...

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג יולי 31, 2014 10:56 am

היינט דער יומא דהילולא הי"ד

עפעס ליגט מיר אין קאפף אז נכדו כ"ק מהרנ"צ זי"ע האט נאך אריינגעכאפט זיין ביי אים ממש פאר די עקידה
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג יולי 31, 2014 11:56 am

פון באבאוו ביז לעמבערג
דאס לעבען און אומקום אין לעמבערג פונעם באבאווער רבי'ן הי׳יד
פרי עטו פון דעם ספרא רבא מחשובי חסידי באבאב ר בן ציון גאלדמאן הי"ו
Capture.GIF

המשך און ר' בן ציון'ס מאמר
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך מארטש 25, 2015 1:37 pm

875577667_07202eb8ce_z.jpg

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג יוני 04, 2015 1:14 pm

איך האב דאס בנעורי געהערט פון דעם פריערדיגען רב זי"ע און יעצט גיטראפען אין שערי ציון תמוז-אב תש"כ


אמאל בשעת מען האט געעפענט א שטיבעל אין דער שטאט ביאלע, האט ער (הרה"ק דער רב הי"ד זי"ע) אין מיט׳ן דער דרשה דערקלערט זיין שיטה און ער האט געזאגט
״מענטשען פרעגען מיד פארוואס מיד געפינען נישט ביי די פאר־ צייטישע צדיקים זיי זאלען האבען געהייסען די בחורים עוסק זיין בחסידות, אדער בחורים זאלען חאבען געפאהרען פארצייטענס צו א רבי׳ן. נאר דער אמת איז פאלגענד: לאמיר נאר זעהן, וואס מיינט מען דען אז בחורים זיעען עוסק בחסידות״ צי מיינט מען דען דאס וואם זיי זינגען שבתים און ימים טובים שירות ותשבחות. דאס האט דאך נישט צו טאן מיט קיין חסידות, ווייל אפילו דער ערליכער איד וואם איז נישט קיין חסיד דארף זיך דאך אויך אזוי פיהרען. מיינט מען ווידער דאם וואס זיי גייען אנגעטאן אין אן אייגענטארטיגען לבוש, דאם קען מען דאך געוויס נישט זאגען אז עס האט עפעס צו טאן מיט חסידות, ווייל דאס איז דאך דעד אידישער לבוש וואס יעדער איד דארף אזוי גיין אנגעטאן מיט א בארד, מיט פיאות און מיט אנדערע אידישע לבושים. איז דאך נאר ביי זיי פרעמד דאס וואס א בחור פארט צו א רבי׳ן׳ וועל איד אייך ערקלערען מיט א משל: געווען אמאל אן אלטער גענעראל וואס האט איינגענומען א סך מלחמות און ער האט געפירט זיעע סאלדאטען צו גרויסע זיגען, וואם האט זיר איין טאג מיישב געווען צו גיין זעהן א מאנעוור ווי מען איבט די היינטיגע סאלדאטן. האט ער באמערקט ווי מען איבט די סאלדאטן צו קענען זיך שוצען קעגען אן אנגריף פון גאז באמבעם און מען געוואוינט זיי צו ליגען גלייך מיט דעם פנים צו דער ערד, בכדי די גאז באמבעס זאלען אויף זיי נישט ווירקען. זעענדיג דאס איז דער אלטער גענעראל צוגעגאנגען צו די אפיצירען וואם האבען אנגעפירט מיט דעם מאנעווער און ער האט צו זיי געזאגט ״איך בין אן אלטער גענעראל וואס האט געזיגט אין א סך מלחמות, און איך פארשטיי נישט בשום אופן וואס פאר א מאנעוור איהר פיהרט דא אן איך ווייס אז איך האב געאיבט מיעע סאלדאטען זיי זאלען קענען צילען מיט א פייל און בויגען, זיי זאלען זיר קענען גוט באנוצען מיט א שווערד און ערשטקלאסיג קענען רייטען אויף א פערד און אזוי ארום האבען מיינע סאלדאטען געזיגט אין קריג. אבער אזא איבונג וואם איר זעה דא, האב איד נאד קיינמאל גישט געזען״. האבען די אפיצירען איהם געענטפערט. ״טייערער גענעראל, דו ביזט טאקע א גרויסער גענעראל, וואס האט איינגענומען א סך לענדער און פארשטייסט אוודאי גוט די תכסיסי מלחמה. אבער דאס איז אלעס נאד געזאגט געווארען פאר דער אלטער צייט, ווען דו ביזט נאד געווען גענעראל. דעמאלט איז דעד שונא אנטקעגען געקומען בלויז מיט א שוועדה אדער מיט פייל און בויגען. דאן איז טאקע גענוג געווען צו איבען די סאלדאטען זיי זאלען זיך קענען גוט באנוצען מיט די שווערדען און שנעל רייטען אויף פערד היינט אבער ווען דער שונא קומט און גרייפט אן מיט גאז באמבעס און ער פארסמ׳ט די לופט, מוזען מיר איבען די סאלדאטען זיי זאלען קענען האבען ווידערשטאנדס קראפט און קענען אויסהאלטען די דאזיגע אטאקעס, ווייל וואס וואלטען מיר דען געהאט ווען דער סאלדאט וואלט זיד געקעגט גוט באנוצען מיט דער שווערד אויב ער וואלט געפאלען א חלל מצד דעד פארסמ׳טער לופט. דאס זעלבע איז בנוגע דעם ענין וואם מיר שמועסען. אמאליגע צייטען האט טאקע א בחור נישט באדארפט פאהרען צו קיין רבי׳ן, ווייל וואס פאר א נסיון האט דען א בחור געהאט. היינט אבער ווען די לופט איז פאר׳סמ׳ט מיט די בייזע ווינטען פון השכלה, מוזען מיר אריינברענגען אין דעם בחור דעם רוח החסידות, בכדי ער זאל האבען א יניקה פון וואנען צו שעפען כח בייצושטיין די נסיונות פון דער צייט.
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דאנארשטאג יוני 04, 2015 1:46 pm

ייש"כ קקיון פארן ברענגען!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » דאנארשטאג יוני 04, 2015 7:28 pm

וויאזוי טוט די 'דרך החסידות' באשיצן פון השכלה, ??

איך קען הערן וויאזוי זיך אראפלייגן העלפט פאר גאז באמבעס,
אבער איך פארשטיי נישט דים נמשל,
איןנער קען מסביר זיין ?
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2522
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג יוני 04, 2015 7:41 pm

סמארט גאי האט געשריבן:וויאזוי טוט די 'דרך החסידות' באשיצן פון השכלה, ??

איך קען הערן וויאזוי זיך אראפלייגן העלפט פאר גאז באמבעס,
אבער איך פארשטיי נישט דים נמשל,
איןנער קען מסביר זיין ?


אינעם ספר קדושת ציון פרשת בלק (עמוד קצז) איז דאס שיין איבערגעארבעט.
אגב, מתחת לקו: "דרוש לנתינת ספר תורה אשר דרש וכו' בעיר ביאלא, ביום א' בלק תרצ"ט".

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יוני 07, 2015 9:44 am

סמארט גאי האט געשריבן:וויאזוי טוט די 'דרך החסידות' באשיצן פון השכלה, ??

איך קען הערן וויאזוי זיך אראפלייגן העלפט פאר גאז באמבעס,
אבער איך פארשטיי נישט דים נמשל,
איןנער קען מסביר זיין ?

ווי האט א בחור זיך באקענט מיט די "ביכלעך" ? פון חברים
האט מען אים געמאכט א מקום מקלט

מיר האבען געוואינט אין אייו הוז מיט א קראקעווער איד בן א וויאיזדאסער חסיד
ווען דער עלטערער זון פון דעם וויאיזדאסער חסיד האט אנגעהויבען גיין ש"ק נאכמיטאג אין קאפע הויז מיט די בעקישע
האט ער ג'זאגט פארדעם אינגערען "פאר קיין באבוב אבי בלייב א איד"

דער נמשל ?
אז מיט פייל און בויגען קען מען זיך נישט שוצען פון א M16 פארשטייסט די יא?
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » זונטאג יוני 07, 2015 10:05 am

זייער א פיין משל, און אמת'דיג אויך.
ליידער, אז דער דרך הבעשה"ק איז נשכח געווארן, חסידות איז געווארן א פארטיי, איז הדרה קושיא לדוכתה.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יוני 07, 2015 10:13 am

מצלמה האט געשריבן:זייער א פיין משל, און אמת'דיג אויך.
ליידער, אז דער דרך הבעשה"ק איז נשכח געווארן, חסידות איז געווארן א פארטיי, איז הדרה קושיא לדוכתה.


דער חידוש פון קדושת הציון איז נישט געווען א נייער קנייטש און "תורת הבעש"ט " נור א נייער מהלך פון ארבייטען מיט בחורים
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

איטשע
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג יוני 07, 2015 10:35 am

מצלמה האט געשריבן:זייער א פיין משל, און אמת'דיג אויך.
ליידער, אז דער דרך הבעשה"ק איז נשכח געווארן, חסידות איז געווארן א פארטיי, איז הדרה קושיא לדוכתה.


דאס איז גאנץ רעכט, לויט שיטת אדמו״ר מסאקמיר.

אבער במח״ג ממנו, נישט אלע האלטן אזוי, עס איז נאך דא גאנץ אסאך פלעצער ווי דער די שיטת הבעש״ט גייט אן מיט׳ן פילן שוואונג [כ׳זעה נישט די סתירה פון פארטיי מיט חסידות]. איז במח״ג, נישט איבעראל, מוז מען אריין ווארפן אט די קאמענטאר.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יוני 24, 2015 7:19 pm

יעצט באמערקט א סטיקי וואס איך האב אוועק געלייגט אןיף ו' תמוז
טאקע א טאג שפעט אבער נאך אלס אינטערסאנט

האדמו״ר מהרב״צ זצ״ל, הי׳ לו מנהג לעשות יום טוב בכל ששי בתמוז, יום שבו נעשה לו נס גדול, ועשה בו סעודה לכל מעריציו. והמעשה כך הי׳: בשנת תרנ״ד התחיל אביו, הרה״ק רבי שלמה לסבול בעצביו. הרופא צוה לו שילך בכל יום לרחוץ בנהר, והמים הקרים יחזקוהו. היות והרב מהר״ש הי׳ אז חלש, על כן לקח עמו את בנו, רבי בן ציון, ואת חתנו, בעל בתו היחידה, הרה״צ רבי חיים יעקב טייטעלבוים, זצ״ל. בעלותם על המרכבה לנסוע אל הנהר, בא רבי ליבוש דיין, להזכיר איזה חולה שהי׳ בביתו, הרב אמר לו שכבר הכל בסדר ויבוא עמם אל הנהר. בבואם אל הנהר, נהר ביאלא שאצל באבוב, נהר עמוק ושוטף, נכנם הרה״ק מהר״ש לטבול ויצא, שמפאת חולשתו, זו היתה כל רחיצתו. בצאתו מן הנהר נכנסו שני האברכים והתחילו לשחות על פני הנהר. רבי ליבוש שהי׳ שוחד. מצוין לא רצה לרחוץ, והלך לו לטייל במרכבה על שפת הנהר ועד מהרה התרחק מהם. האברכים שלא ידעו לשוט, לא יכלו להיחלץ מן שטפו החזק של הנהר שמשכם בעזוז םחיפתו, ובן רגע העלימם בין גליו הסואנים. האברכים הספיקו עוד לצעוק, רבי ליבוש הצל, אבל רבי ליבוש כבר הי׳ רחוק, ומה גם שבגלל הקשת אופני המרכבה ורגלי הסוסים במרוצתם על הצרורות שאצל הנהר, לא הי׳ באפשרות לשמוע איזה קול אדם. ברם הרב ז״ל שמע פתאום את קולם המיואש של בניו, וראה עוד שנעלמו בין הגלים, אימת מות אחזתו לאותו צדיק וצעק בשארית כוחותיו, רבי ליבוש, רבי ליבוש, אבל צעקותיו היו בכדי, רבי ליבוש לא הי׳ יכול לשמוע. ביאושו הרים הרב ז״ל את ידיו אל השמים וצעק בקולות איומים ומרים: זקני הקדוש, עורר נא רחמים להחזיר לי שני בני, אנא, זקני הקדוש מצאנז, פעל נא אצל השי״ת שיחזיר לי את שני ילדי, וכן הוסיף לצעוק ולהתחנן בכל האימה ופחד.
פתאום החזיר ר׳ ליבוש את ראשו וראה את הרה״ק מהר״ש עומד בידים מורמות והעמיד את הסוסים ושמע צעקתו המיואש אל זקנו, שיפעל הצלת ילדיו. ר׳ ליבוש ראה והשכיל מיד את אשר לפניו, וקפץ בחפזון אל המים בבגדיו, ולפי חשבונו, היו הנטבעים צריכים עתה לעבור במקומו, והי׳ זה נם גדול, שהלך עם מרכבתו לטייל, לאורך מורדו של הנהר.
אחרי רגעים מצא את ר׳ חיים יעקב, והתאזר למשכו בכל כוחותיו ממטה למעלה. בקושי גדול הצליח למשכו עד שפת הנהר, אבל לא הי׳ ביבלתו להוציאו בעצמו, כי מגפיו ובגדיו היו כבדים ממים הספוגים בהם, וגם הי׳ בקצה כוחותיו. בינתים הגיעו לשם הרב ואברהם גבאי ושניהם עזרו •להוציאו מהמים. ר׳ ליבוש קרא להם, קרעו ממני את בגדי ואת מגפי, בי בעצמו לא הי׳ יכול אפילו לנשום. במשך הרגעים האחדים שהפשיטו את בגדיו ואת מגפו האחת — השני׳ לא הי׳ אפשר לפשוט, כי דבקה בבשרו מפאת ריבוי וכובד המים — התאושש ר׳ ליבוש מעט וחזר מיד אל הנהר. אחרי חיפוש של כמה רגעים, עלה עם רבי בן ציון, שנמצא בהתעלפות עמוקה. והנה בעוד שר׳ חיים יעקב התחיל להקיא, לא נראו ברבי בן ציון שום סימני חיים, והשתמשו בכל הפעולות ובשארית כוחותיהם, עד שעלתה בידיהם לעוררו מעט מעט לתחיה. אחרי ששב רוחו בקרבו, ראו כולם בחוש שנסי נסים נעשו כאן, וזכותו של אותו זקן מצאנז היא שעמדה להם.
המעשה הזה הי׳ ביום ג׳ ולמחרתו ביום ד׳, נסעו כולם לשינאווא, לברך הגומל, וגם רבי ליבוש דיין נסע עמם. הרה״ק משיבאווא שכבר הודיעוהו מהנעשה, יצא לקראת ר׳ ליבוש ואמר לו, אשריד ואשרי חלקד שזכית להצלה זו, והלואי שיהי׳ חלקי עמד.
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט