בלאט 11 פון 14

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 04, 2010 4:18 am
דורך כתר ישועה
אינטערסיינט.
דער קדושת ציון איידערן קריג זעהט אויס גאנץ אנדערש.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 23, 2010 7:13 pm
דורך leiby
--------------------------------------------------------------------------------

דורך פרעזידענט אום מיטוואך יולי 14, 2010 6:57 pm

מען האט געפונען זיין מקום קבורה?
http://www.srugim.co.il/

אידעלע פארלאז זיך אלא על אבינו שבשמים, אט אט מיט פרייד וואונטש מען לחיים! (מיכאל שניצלער)
פרעזידענט
שר האלף
הודעות: 1068

--------------------------------------------------------------------------------

דורך וואס די זאגסט אום מיטוואך יולי 14, 2010 7:02 pm

פרעזידענט האט געשריבן:מען האט געפונען זיין מקום קבורה?
http://www.srugim.co.il/

ווי זעהסטו דארט אז מען האט עס געטראפן?
וואס די זאגסט
אנשי שלומינו
הודעות: 8

--------------------------------------------------------------------------------

דורך פרעזידענט אום מיטוואך יולי 14, 2010 7:04 pm

כהאב נישט געקענט לינקען צו דער ארטיקל. ערגעץ אינעם וועבזייט שטייט
אידעלע פארלאז זיך אלא על אבינו שבשמים, אט אט מיט פרייד וואונטש מען לחיים! (מיכאל שניצלער)
פרעזידענט
שר האלף
הודעות: 1068

--------------------------------------------------------------------------------

דורך פרעזידענט אום מיטוואך יולי 14, 2010 7:10 pm

דא איז די מקור http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=18346&cat_id=11

אידעלע פארלאז זיך אלא על אבינו שבשמים, אט אט מיט פרייד וואונטש מען לחיים! (מיכאל שניצלער)
פרעזידענט
שר האלף
הודעות: 1068

--------------------------------------------------------------------------------

דורך משה קאפויער אום מיטוואך יולי 14, 2010 8:53 pm

.jpg
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט
משה קאפויער
שר חמשת אלפים
הודעות: 5519

--------------------------------------------------------------------------------

דורך משה קאפויער אום מיטוואך יולי 14, 2010 8:59 pm

.jpg
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט
משה קאפויער
שר חמשת אלפים
הודעות: 5519

--------------------------------------------------------------------------------

דורך Sprint אום מיטוואך יולי 14, 2010 9:08 pm

די מצבה פון הרבנית אין NJ
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט
Sprint
אנשי שלומינו
הודעות: 8

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 11, 2011 1:41 pm
דורך מיללער
פארהאן א גוי (אדער אפשר א איד) פון טשילע וואס חלומ'ט אז ער האט אויף עפעס אן אופן א שייכות מיט'ן קדושת ציון, הגם זיין פאמיליע לייקנט אז זיי האבן א שייכות מיט אידען איז אבער פארהאן איין זכר דערצו פונעם פאקט אז צווישען א פאמיליע אלבום געפינען זיך צוויי בילדער, איינס פון א גרופע בחור'ליך וועלכע זעהן אויס ווי פוילישע חסידים און דאס צווייטע פונעם קדושת ציון מיט נאך עמיצען.

ווער קען אידענטיפיצירען די בילדער?

אריגינעלע מעסעזש פון זשאיאיש זשען:
http://www.jewishgen.org/viewmate/viewm ... ?key=18624
Hello everyone!
I am from Chile, trying to find genealogy in my family. Very enigmatic story in a few words...my grandfather, Pawel Kusz, born in Katowice, Poland and who came to Chile in 1948, used to say he was from Jewish ascendence. When I met my family in Poland in 2003, I find out they are not and they never heard such fact, but there are those two pictures in the family album in Poland and several ''rumour-stories'' in the family. I have no idea who these kids might be in the picture, but the kid on the left keeps a strong resemblance with my mother. I am also uploading a picture that was next to it, in which appears Mr. Rabi Ben Zion Halberstam, who is the only person whose identity I know. But why those two pics were in my family album? Is there any connection with my family?
Trying to find out, hopefully I will!
Surnames related: Kusz, Lipka, Janowska.
Thank you! Any other suggestion of any kind, thanks!
Eduardo Parada Kusz
Chile

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 11, 2011 1:56 pm
דורך באמבאסטיש
מיללער האט געשריבן:און דאס צווייטע פונעם קדושת ציון מיט נאך עמיצען.

קוקט אויס ווי איינע פון די זון פון קדושת ציון (ענדלט שטארק צו מהר"ש)

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 11, 2011 2:13 pm
דורך באמבאסטיש
אחרי שובי נחמתי, לכאורה איז עס זיין איידעם הרה"צ רבי משה סטעמפל זצ"ל.

זעה דא

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 11, 2011 3:33 pm
דורך איש האמת
ס'איז זיין איידים ר' משה סטעמפל
בלי שום חולק, שוין אן אלטע בילד
געדריקט און נר המערבי

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 11, 2011 3:40 pm
דורך איש האמת
ממש א שאד, חבל על דאבדין,
לויט ווי איל ליין, קומט ער פון די
שטאט קאטאוויטץ און פולין, ווי הרה"ח
ר' שאול הוטרער ז"ל מחסידי באבוב פון
אנטווערפן האט געוואוינט פאר די קריג,
ער וואלט זעכער געקענט ארויסהעלפן,
אבער ליידער איז ער אוועק פאר צוויי יאר
צוריק, אולי איז נאכדא איינער פון באבוב
וואס קומט אויך פון דארט אדער געוואוסט
עפעס, ווי למשל ר' משה דוד שטורם מלונדון
שליט"א, ס'קוקט אויס ווי היימישע פענימער

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 11, 2011 4:43 pm
דורך matovu
Reb Moshe Dovid was recently mifter Too

nebech

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 11, 2011 6:03 pm
דורך איש האמת
ברוך דיין האמ"ת,
כ'זעה יעצט ס'דא א באקאנטע בילד, ווי מ'זעהט
ר' שאול הוטרער אונטער זיין רבי הקדושת ציון,
און א קור ארט, ער זעט אויס גאר ענדליך צו דער
בחור וואס שטייט און די אויבןדערמאנטע בילד,
צווייט רעכטס, אפשר קען איינער אהער שטעלן
די בילד, ווייל כ'האב נישט קיין סקענער, און כ'ווייס
נישט ווי אזוי צו מאכן אן עטעטשמענט!, שכויח!

וואס האט מען דערפון עניוועי, אז ער לעבט נישט
און ס'נישטא ווער ס'קען פותר חלום זיין, ווער די
אנדערע בחורים זענען, און די קשר ושייכת מיט
דער אויבעןדערמאנטע משפחה, ווער ווייסט?????

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 12, 2011 2:06 am
דורך כתר ישועה
איש האמת האט געשריבן:ברוך דיין האמ"ת,

אויב זיי זענען באבובער בחורים קען מען דאך פרעגען ביי די איבערגעבליבענע זקני באבוב ?!

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 12, 2011 5:35 am
דורך msp
למשל ר' מאטעל דעמביצער שליט"א וואלט אונז געקענט ארויס העלפען
מיין השערה איז אז דער מענטש וואס שטאמט פון קאטוביץ האט געהאט אידישע פריינט האט ער פון זיי געהאט פאטא'ס

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 13, 2011 6:17 am
דורך פעטריטשקע
איש האמת האט געשריבן:ברוך דיין האמ"ת,
כ'זעה יעצט ס'דא א באקאנטע בילד, ווי מ'זעהט
ר' שאול הוטרער אונטער זיין רבי הקדושת ציון,
און א קור ארט, ער זעט אויס גאר ענדליך צו דער
בחור וואס שטייט און די אויבןדערמאנטע בילד,
צווייט רעכטס,

איך קען ר' שאול'ס צורה זעהר גוט ווי ער האט אויסגעקוקט אינגערהייט, קענסט זיין רוהיג, קיין איינער פון די בחורים זעהן אפילו נישט אויס ענליך צו וואס ער האט אויסגעזעהן.....

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 04, 2011 9:49 am
דורך בשמים
פרובירט צו קאמפערן די בחורים פונעם אויבענדערמאנטן בילד, צו די דאזיגע

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 8:40 am
דורך Sprint
יארצייט שבוע הבעל"ט

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 8:57 am
דורך msp
פאר די יארצייט פון מרן הקדושת ציון איז די יא"צ פון מרן המהר"ש זצ"ל
אוי ווי עס בענגט זיך נאך איהם...
זי"ע

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 29, 2011 6:44 am
דורך msp
איך האב געהערט איבער דעם באניער רב זצ"ל
ער איז געווען א נאנטער חסיד צום קדו"צ
איין מאהל גיט ער זיינע תפילין בודק זיין
ער באקומט זיינע תפילין צוריק דער זעלבער טאג און דער סופר זאגט אלץ איז אין ארדענונג
ביינאכט קומט דער קדו"צ צו איהם אין חלום און זאגט דיינע תפיליין זענען פסול
אין דער פרי רופט ער דעם סופר און זאגט איהם אז זיין רבי זאגט אז די תפילין זענען פסול
זאגט דער סופר קען נישט זיין ער האט בודק געווען און זיי זענען געווען כשר למהדרין...
שפארט זיך איין דער באניער רב
און דער סופר האט געמוזט עפענען די תפילין
האט ער געטראפען אז אין די של ראש האט ער צוריקגעלייגט די פרשיות נישט ווי דער סדר
איז טאקע מיט מהודרדיגע פרשיות געווען פסול'ע תפילין...

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 12:39 pm
דורך ישלהוסיף
וואס איז ווייניג באקאנט איז, אז דער 'קדושת ציון' מבאבוב האט געהאט א ברידער 'אלעזר ניסן' וואס איז נפטר געווארען יונגערהייט.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 3:57 pm
דורך הרבטייטעלבוים
מהאט דאך וועגען דעם א נאמען געגיבען בנציון ווייל די קינדער האבען זיך נישט געהאלטען, נישט אזוי?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 5:28 pm
דורך ישלהוסיף
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:מהאט דאך וועגען דעם א נאמען געגיבען בנציון ווייל די קינדער האבען זיך נישט געהאלטען, נישט אזוי?

יא, אלס סגולה.
כפי ששמעתי, האט אים דער דברי חיים געגעבען דעם נאמען (ער איז געבוירען תרל"ד) זאגענדיק "כי בימיו יבנה ציון וירושלים",

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 7:14 am
דורך msp
ישלהוסיף האט געשריבן:וואס איז ווייניג באקאנט איז, אז דער 'קדושת ציון' מבאבוב האט געהאט א ברידער 'אלעזר ניסן' וואס איז נפטר געווארען יונגערהייט.

טאקע אנאינטערעסאנטע ידיעה
נאך וועמען?
נאך דער קאלבאסובער רב?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 8:24 am
דורך איטשע
וואס איז דער מקור דערצו, אין וואס איז דער שייכות.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 9:13 am
דורך ישלהוסיף
msp האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:וואס איז ווייניג באקאנט איז, אז דער 'קדושת ציון' מבאבוב האט געהאט א ברידער 'אלעזר ניסן' וואס איז נפטר געווארען יונגערהייט.

טאקע אנאינטערעסאנטע ידיעה
נאך וועמען?
נאך דער קאלבאסובער רב?

שמעתי מפי החסיד רבי שמערל ציטראנענבוים בשם מרן מהר"ש מבאבוב זצ"ל.
נאך וועמען אדער פארוואס דער ערשטע באבוב'ער רב זאל האבען געגעבען זיינס א קינד מיט דעם נאמען, איז מיר נאך נישט קלאר. מהר"ש איז געוועהן א איידעם אין קאמינקא, זיין פאטער רבי מאיר נתן איז געוועהן א איידעם אין דזיקוב, איז אין די משפחות דען דא דעפם נאמען?
אולי ר' שמערל וועט יא וויסען טעם הדבר.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2012 9:45 am
דורך קיקיון
אמרות טהורות

מבנו מהר"ש זי"ע ביומא דהילולא

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2012 9:52 am
דורך msp
שכוח קיקיון פאר דיין טירחא
זכותו דרבינו יגן עליך!

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 24, 2012 1:54 am
דורך כתר ישועה
איטשע האט געשריבן:וואס איז דער מקור דערצו, אין וואס איז דער שייכות.

נו, ר' איטשע, שוין קלוגער געווארן ? איר וויייסט שוין עפעס מעהר ?