רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון' - ד' אב תש"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון' - ד' אב תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ני ווער טרעפט צי
אטעטשמענטס
060622_133044-753_RBZ%20Halberstam.jpg
060622_133044-753_RBZ%20Halberstam.jpg (5.74 KiB) געזען 14246 מאל
אוועטאר
מענדעלע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2007 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדעלע »

קדושת ציון זי"ע
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

יא
די חידוש איז אז ער גייט מיט א פלאכען היט אין נישט מיט א קאלפיק ווי שטענדיג
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך האב גראדע נעכטען געזען דאס בילד דאס ערשטע מאל און איך האלט (נאך נישט קאנפירמירט) אז ס'איז אין די ערשטע וועלטס קריג ווען ער האט נישט געטראגן קיין בגדי רבנות.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

א קלארערע בילד.
אטעטשמענטס
19.jpg
19.jpg (25.34 KiB) געזען 14212 מאל
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

נאך פונעם קדושת ציון
אטעטשמענטס
060622_114041-494_Rabbi%20Ben%20Zion%20Halberstam%20ztl%20of%20Bobov.jpg
060622_114041-494_Rabbi%20Ben%20Zion%20Halberstam%20ztl%20of%20Bobov.jpg (44.46 KiB) געזען 14198 מאל
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

יאסל האט געשריבן:זיכער נישט פון ווען זיין פאטער האט געלעבט

זיי פאטער איז אוועק ווען ער איז געווען זייער יונג. זיין עלטסטע זון הייסט דאך ר' שלמה נאך אים.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

יא תרס"ו אויב איך געדענק גיט
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

נאך עטליכע
אטעטשמענטס
10.JPG
10.JPG (12.17 KiB) געזען 14183 מאל
.JPG
.JPG (131.99 KiB) געזען 11646 מאל
6.JPG
6.JPG (160.43 KiB) געזען 11661 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב אפגעטיילט די באבובע בילדער פון די חידות אשכול משום כמה סיבות.

1) לכבוד ידידי הרב החשוב ר' אנדי פעטיט, עסקן נמרץ לטובת הקרעטשמע בכלל ול'על הצדיקים' בפרט.

2) לע"נ החסיד ר' בנציון דוננער ע"ה פון לאנדאן וועלכער איז געווען אן איידם ביי ר' וואלף שטערן חתן ר' משה סטעמפל חתן הקדושת ציון

3) וועגן דעם בילד וואס איך שטעל היינט פאר, די בילד איז פון די צייטן פון די קריג אין לעמבערג ווען דער קדושת ציון איז נישט געגאנגען מיט'ן קאלפיק, פון לינקס צו רעכטס (זיצן) ר' שלמה מבאבוב זצ"ל, זיין טאטע דער קדושת ציון זצ"ל-הי"ד, ר' אהרן לעווין אב"ד ריישא, ר' משה סטעמפל חתן הקדושת ציון. שטייענדיג לינקס איז הב' משה אהרן בן הקדושת ציון וועלכער איז אומגעקומען מיט זיין טאטען ביי די קריג הי"ד.
אטעטשמענטס
bobov.jpg
bobov.jpg (23.72 KiB) געזען 14071 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אנדי,

דער אשכול איז דאך לכבודך, ברענג אהער עפעס גוטע מעשיות און בילדער.

אויפ'ן בילד וואס איך האב דא געשטעלט אינעם ערשטן עמוד זעהט מען הב' משה אהרן בן הקדושת ציון, לויט ווי איך פארשטיי איז ער אינגער געווען פון ר' שלמה'לע, איז געווען נאך זוהן, נאך וועם האט ער געהייסן 'משה אהרן'?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:אויפ'ן בילד וואס איך האב דא געשטעלט אינעם ערשטן עמוד זעהט מען הב' משה אהרן בן הקדושת ציון, לויט ווי איך פארשטיי איז ער אינגער געווען פון ר' שלמה'לע, איז געווען נאך זוהן, ?

ר' חיים יהושע, דער פאטער פון ר' יעקב יוסף און ר' ברוך דוד, איז אויך געווען א זיהן פונעם קדושת ציון

ר' חיים יהושע, חנד"נ פונעם בירך משה, הייסט נאך איהם
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

גערעכט ר' שמחה, כ'האב פארגעסן פון אים, ווער איז עלטער געווען?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' חיים יהושע האט איבערגעלאזט קונדער. 'משה אהרן' איז נאך געווען א בחור.

איז נישט ר' שלמה געווען דער עלצטער זיהן פארען קדושת ציון?
the SCY is the limit
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

מיללער האט געשריבן:אויפ'ן בילד וואס איך האב דא געשטעלט אינעם ערשטן עמוד זעהט מען הב' משה אהרן בן הקדושת ציון, לויט ווי איך פארשטיי איז ער אינגער געווען פון ר' שלמה'לע, איז געווען נאך זוהן, נאך וועם האט ער געהייסן 'משה אהרן'?

דערווייל נאר צו ענטפערען דיינע שאלות.

די סדר המשפחה איז געווען עפעס אזוי (פון אויסענווייניג געדענק איך נישט פונקטלעך)

די עלטסטע טאכטער איז געווען דבורה לאה אשת הרה"צ ר' יעקב ישראל ממילוואקי זי איז אוועק דאכצעך (קען זיין אז איך בן אפגערוקט מיט א טאג און א יאר) ב' תמוז תשנ"ו.

די צווייטע איז געווען אדמו"ר המהר"ש זצ"ל נסתלק ר"ח אב תש"ס.

דערנאך איז געווען א טאכטער אשת הרב משה סטעמפעל ז"ל הי"ד און נאכ'ן קריג האט זי חתונה געהאט מיט הרב פרישוואסער ז"ל.

דערנאך איז געווען הרב חיים יהושע ז"ל הי"ד

דערנאך הרב יחזקאל דוד ז"ל פאקשעווניצער רב וועלכע איז אוועק תשל"ט.

דערנאך איז געווען א טאכטער וואס האט חתונה געהאט מיט הרב משה רובין ז"ל הי"ד אן אייניקעל פון נחמה'לע די טאכטער פון די צאנזער רב וועם צדיקים פלעגען געבן קוויטלעך און די צאנזער קינדער און אייניקלעך פלעגען זיך צוזאם קומען ביי איר אין שטוב כ"ה ניסן אויף די יארצייט. (ס'איז דא אן אינטרעסאנטע סיפור מיט איר מאכן שלום צוויישען די ערשטער באבובער רב און די גארליצער רב)

דערנאך איז געווען אפאר טעכטער און הבחור משה אהרן הי"ד.

איין טאכטער האט געהייסען רעביצען גיטשע ליפשיץ, די מאמע פון הרב בן ציון ליפשיץ רב דביהמ"ד תורה תפלה ב"פ.

איינער האט הייסט ווייץ, די אנדערע געדענק איך שוין נישט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אנדי פעטיט האט געשריבן:

איינער האט געהייסען פארבער, געוואינט און אנטווערפען.

איינער האט געהייסען דאכט זיך מיר אקערמאן, איך געדעק נישט פינטלעך. איר מאן האב איך געקענט, ער האט געוואוינט און באראפארק, איך געדענק איהם פון באבאבער שטיבל נאך ווען ר' שלמה ז"ל האט נאך געוואוינט אין קראנהייטס.

און דאכט זיך מיר אז איינער הייסט אדער געהייסען לעמבערג אדער לעמבערגאר, זי איז די שוויגער פון ר' חיים ישראל וויינפעלד פון פלעטבוש.
the SCY is the limit
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

רעביצען גיטשע ליפשיץ ע"ה האט סוף ימי' נאך אמאל חתונה געהאט צו ר' וואלף פארבער פון אנטווערפען.

לעמבערגער איז געווען נאך א טאכטער איך ווייס נישט אויב זי איז די שוויגער פון הרב וויינפעלד (בן הרה"ג ר' אברהם וויינפעלד ז"ל ממאנסי) איך ווייס נאר אז מרת וויינפעלד'ס מאמע איז בזוו"ר געווען חתונה געהאט צו הרב משה רובין ז"ל הי"ד הנ"ל.

ס'איז איבערגעבליבן איין קינד פון זיי, ר' חיים הערשעלע וואס האט איבערגעלעבט די קריג און ער האט זיך גערופען הלברשטאם ע"ש זיין אויפציער די באבובער רב זצ"ל.

(איך האב קיינמאל נשיט געהערט די נאמען אקערמאן)
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כח פאר ביידע.

אנדי,
האסט א בילד פון פאקשעווניצער רב?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אנדי פעטיט האט געשריבן:רעביצען גיטשע ליפשיץ ע"ה האט סוף ימי' נאך אמאל חתונה געהאט צו ר' וואלף פארבער פון אנטווערפען.

לעמבערגער איז געווען נאך א טאכטער איך ווייס נישט אויב זי איז די שוויגער פון הרב וויינפעלד (בן הרה"ג ר' אברהם וויינפעלד ז"ל ממאנסי) איך ווייס נאר אז מרת וויינפעלד'ס מאמע איז בזוו"ר געווען חתונה געהאט צו הרב משה רובין ז"ל הי"ד הנ"ל.

ס'איז איבערגעבליבן איין קינד פון זיי, ר' חיים הערשעלע וואס האט איבערגעלעבט די קריג און ער האט זיך גערופען הלברשטאם ע"ש זיין אויפציער די באבובער רב זצ"ל.

(איך האב קיינמאל נשיט געהערט די נאמען אקערמאן)

1) ר' וואלף פארבער האט געהאט א ברידער דא און פלעטבוש, זיין אייניקעל איז אן איידעם ביי מיין שוואגער.

2) איך געדענק אויך נישט פינטלעך אויפען נאמען אקערמאן, עס האט זיך מיר אזוי געדאכט, דעם יוד האב איך געקענט פון באבובער שטיבל אלטס באבובער רבס שוואגער.

לעמבערגער ווייס איך זיכער אלטס רב וויינפעלדס שווער. ער פלעגט יעדען דאנערשטיג נאכט פון 10 אזייגער ביז 12 איבער חזרן די לעצטע 7 בלאט פון דף יומי (מען מעג דאס דא ערווענען?) און איך האב מיטגעהאלטען. ווען ער האט חתונה געמאכט א טאכטער, האב איך דארט געזעהן ר' בן ציון. קענעדיג ר' בן ציון נאך פון קראנהייטס זענען מיר געשטאנען אזוי דריי און געשמוסט און ר' בן ציון האט מיר געזאגט זיין קרבתשאפט צי רב וויינעלד.
the SCY is the limit
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

יאסל האט געשריבן:יא
די חידוש איז אז ער גייט מיט א פלאכען היט אין נישט מיט א קאלפיק ווי שטענדיג

אין די ניין טעג איז ער געגאנגען מיט אן אלטע הוט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

און יעצט נאך אמאל די משפחה פון די קדושת ציון.

זוגתו (בזוו"ש) הרבנית חי' פראדיל בת הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט ונכדת הדברי חיים והרה"ק ר' מאטילי הארניסטייפלער, זי איז נפטר געווארן מוצש"ק פורים המשולש תשל"ו ווי זי האט געוואוינט אין ב"פ אין די בילדינג קייגען איבער די אלטער סיגיטער ביהמ"ד אויף 15 עוויניו.

די עלטסטע טאכטער דבורה לאה האט חתונה געהאט מיט הרב יעקב ישראל טווערסקי מהארניסטייפל מילוואקי. ער האט געוואוינט אין אמעריקא נאך פאר'ן קריג. זי איז אוועק ב' תמוז תשנ"ו.

אדמו"ר המהר"ש זצ"ל מבאבוב, בזוו"ר איז ער געווען אן איידעם ביי זיין פעטער הרב חיים יעקב מלימינוב ז"ל זוגותו הרבנית בלומא רחל האט נישט איבר גלעבט די קריג מיט אפאר פון די קינדער. בזוו"ש געווען אן איידעם ביים ציעשנובער רב ז"ל, זוגתו הרבנית פריידא לעבט נאך זאל זי האבן א רפו"ש.

הרב יחזקאל דוד ז"ל מפאקשעווניץ האט איבער געלעבט די קריג.

הרב חיים יהושע ז"ל הי"ד איז אוועק (אדער געהרגעט געווארן) אין א נ.קוו.ד. תפיסה אין טאשקענט רוסלאנד בשנות הזעם. זיינע זון אדמו"ר מבית חיים יהושוע און הרב ברוך דוד אבד סארוואש האבן איבער געלעבט די קריג.

הבחור משה אהרן ז"ל הי"ד איז געהרגעט געווארן מיט זיין טאטע.

די טעכטער:

הרבנית אשת ר' משה סטעמפעל ז"ל הי"ד זי האט איבערגעלעבט מיט איר זון הרב לייבל שליט"א און זי האט חתונה געהאט אין לאנדאן מיט הרב פרישוואסער אין לאנדאן.

הרבנית ברכה איז געווען חתונה געהאט צו הרב שלמה רובין בן הרב משה'לע רובין מצאנז בנו של הרה"צ ר יצחט טובי' רובין והרבנית נחמה'לע בתו של הדברי חיים. זייער זון ר' חיים הערשעלע האט איבער געלעבט די קריג מיט זיין מאמע, זי האט חתונה געהאט נאך די קריג מיט הרב יודא לייב לעמבערגער און זיי האבן געהאט איין טאכטער אשה של הרב וויינפעלד שליט"א.

הרבנית אשת ר' יחזקאל שרגא הלברשטאם הי"ד בן הרה"ק מטשחויב זצ"ל. איין זון האט איבערגעלעבט ר' יעקב הלברשטאם (פון די איינציגסטע בן אחר בן איר אייניקעל פון די צאנזער רב)

הרבנית גיטשע האט חתונה געהאט מיט ???? ליפשיץ כנ"ל זיי האבן געהאט צוויי זון. און דערנאך האט זי חתונה געהאט מיט ר' וואלף פארבער פון אנטווערפען. זי איז אווער תענית אסתר נ"ה אדער נ"ו.

הרבנית ווייטץ שתחי'

הרבנית יאקובער שתחי'
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גרויסען דאנק אייך הרב פעטיט פאר די מיה און צייט מנציח צו זיין זכרם של משפחת בית באבוב, חבי כמעט רגע, איז געווען א שאלה ביי אדמו"ר מהר"ש ווען ער האט גענומען א פרוי מיט'ן נאמען 'פריידא' בזמן וואס זיין מאמע האט געהייסן 'פראדיל', אדער מ'האט דאס דן געווען ווי צוויי באזונדערע נעמען?
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

מיללער האט געשריבן:א גרויסען דאנק אייך הרב פעטיט פאר די מיה און צייט מנציח צו זיין זכרם של משפחת בית באבוב, חבי כמעט רגע, איז געווען א שאלה ביי אדמו"ר מהר"ש ווען ער האט גענומען א פרוי מיט'ן נאמען 'פריידא' בזמן וואס זיין מאמע האט געהייסן 'פראדיל', אדער מ'האט דאס דן געווען ווי צוויי באזונדערע נעמען?

איך האב קיינמאל נישט געהערט אז ס'געווען עפעס א שאלה, אבער דאכצעך מיר אז סיניש קיין שאלה בכלל ווען ס'איז צוויי אנדערע נעמען.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אנדי פעטיט האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:א גרויסען דאנק אייך הרב פעטיט פאר די מיה און צייט מנציח צו זיין זכרם של משפחת בית באבוב, חבי כמעט רגע, איז געווען א שאלה ביי אדמו"ר מהר"ש ווען ער האט גענומען א פרוי מיט'ן נאמען 'פריידא' בזמן וואס זיין מאמע האט געהייסן 'פראדיל', אדער מ'האט דאס דן געווען ווי צוויי באזונדערע נעמען?

איך האב קיינמאל נישט געהערט אז ס'געווען עפעס א שאלה, אבער דאכצעך מיר אז סיניש קיין שאלה בכלל ווען ס'איז צוויי אנדערע נעמען.

דאס איז אליינס א שאלה, צו דאס זענען צוויי נעמען לפי מרן הדב"ח בספרו על שמות גיטין, אויב איך האב נישט קיין טעות האט דער הייליגער רב געהאט אליינס א טאכטער מיט'ן נאמען 'פראדל'.

וואס אנבאלאנגט שושלת באבוב, ווי האט ר' יחזקאל דוד געוואונט, האט ער געהאט א שייכות מיט המהר"ש, ביי וועם איז ער געווען אן איידעם, איז פארבליבען קינדער פון אים?
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

ר' יחזקאל דוד ז"ל איז געווען אן איידעם ביי די פאקשעווניצער רב ז"ל (איך ווייס נישט ווער דאס איז געווען).

באלד נאכ'ן קריג האט ער געוואוינט אין א"י, ולפי ידיעתי האט ער געוואינט דערנאך אין די איסט סייד, (קען זיין אין פלעטבוש סוף ימיו).

ער איז געקומען קיין באבוב אויף הושענא רבא שמח"ת פסח ביים סדר און נאך אנדערע זמנים.

פארשטייט זיך אז די רוב רובו פון די משפחה איז אומגעקומען ביים קריג, די פאר וואס זענען איבערגעבליבן האבן זיך געהאלטן זייער נאנט צוזאמען ובראשם די באבובער רב זצ"ל וועלעכע איז געשטאנען בראש המשפחה.

איך האב דערווייל נישט קיין בילד פון אים אבער ס'דא אסאך בילדער ספעציעל ביי משפחה שמחות ווען די באבובער רב פלעגט טאנצען מיט אים ציזאמען די רבי ר' אלימלך טאנץ.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”