בלאט 4 פון 19

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2008 4:52 pm
דורך קרעמער
יישר כח ר' שמחה פארן מיטטיילן מיט אונז מהני מילי מעלייתא מהאי גברא רבא.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 07, 2008 7:31 pm
דורך מיללער
נאך א בילד פון מהר"ש בצעירותו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 08, 2008 10:47 am
דורך יאסל
מיללער, דאס בילד פון ר' שלמה איז שוין לכאורה נאכן קריג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 08, 2008 11:40 am
דורך מיללער
יאסל האט געשריבן:מיללער, דאס בילד פון ר' שלמה איז שוין לכאורה נאכן קריג.


איך קלער אויף אזוי, אויפ'ן בילד מיט זיין שוואגער דער הארנאסטייפלער רבי פון מילוואקי קוקט ער אזוי אויס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 08, 2008 2:19 pm
דורך אנדי פעטיט
מיר זעהט אויך אויס די בילד ווי שוין נאך די קריג.

אגב, יישר כח רבי שמחה פאר די טייערע ווארט און אינטרעסאנטע עובדא.\

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 09, 2008 12:35 pm
דורך יאסל
עטליכע בילדער

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 09, 2008 12:49 pm
דורך scy4851
אנדי.
אויפען אינטערשטען בילד קען מען דערקענען פיניא אייזען. ער שטייט צווישען דעם רב ז"ל און דער בירך משה ז"ל. [דאכט זיך אז דאס איז ער. ריכטיג יאסל?]
לעבען פיניא, אויפען רעכטע זייט פון בילד, זעהט אויס וויא מענדעל קנאבליך ע"ה

יאסל.
אפען אויבערשטע בילד, אויפען לינקע זייט, מיטען גרויסע בארד. איז דאס דער אויווארער רב ז"ל ?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 09, 2008 12:52 pm
דורך יאסל
scy4851 האט געשריבן:יאסל.
אפען אויבערשטע בילד, אויפען לינקע זייט, מיטען גרויסע בארד. איז דאס דער אויווארער רב ז"ל ?

קיקט אזוי אויס
אין דער צווייטער בילד איז דאכט זיך דער אוהעל'ער רב

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 09, 2008 5:09 pm
דורך זיידעניו
זייער שיינע בילדער

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2008 9:03 am
דורך מיללער
יאסל האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:יאסל.
אפען אויבערשטע בילד, אויפען לינקע זייט, מיטען גרויסע בארד. איז דאס דער אויווארער רב ז"ל ?

קיקט אזוי אויס
אין דער צווייטער בילד איז דאכט זיך דער אוהעל'ער רב


און אויף די רעכטע זייט איז דער הורנוסטייפלער רבי?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2008 11:00 am
דורך אנדי פעטיט
אויף די ערשטע בילד איז אויף די רעכטע זייט די (הארניסטייפל) מילוואקי'ער רבי ז"ל און אויף די לינקע זייט זעהט מיר אויב במושכל ראשון אביסל ווי די פאקשעווניצ'ער ז"ל אבער קען זיין אז איך מאך א טעות.

די צווייטע בילד ווייס איך נישט.

די דריטע בילד איז טאקע צוזאמען מיט די ברך משה זצ"ל און די פון אונטען זעהן טאקע אויס ווי די קינדער פון פיניע אייזן און לבהל"ח מענדל קנאבלאך זעהן היינט אויס און ממילא בין איך מסכים מיט רבי שמח אז דאס איז זיי.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2008 1:28 pm
דורך יאסל
אנדי פעטיט האט געשריבן:אויף די ערשטע בילד איז אויף די רעכטע זייט די (הארניסטייפל) מילוואקי'ער רבי ז"ל און אויף די לינקע זייט זעהט מיר אויב במושכל ראשון אביסל ווי די פאקשעווניצ'ער ז"ל אבער קען זיין אז איך מאך א טעות.

.

דער פאקשעוויצער רב האט געהאט אזוי אלאנגע בארד?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2008 1:34 pm
דורך scy4851
אנדי פעטיט האט געשריבן:...אויף די לינקע זייט זעהט מיר אויב במושכל ראשון אביסל ווי די פאקשעווניצ'ער ז"ל אבער קען זיין אז איך מאך א טעות.

אנדי, ביסט זיכער?
איך האב געקענט דעם פאקשעווניצער רב ז''ל. זיין זוהן בן ציון און פלעדבוש ענדלט זייער אוף זיין טאטען. דער אויפען בילד זעהט נישט אזוי אויס. איך געדענק אויך נישט אז דער פאקשעווניצער רב ר''ל זאל געהאט האבען אזוי א גרויסע בארד

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2008 1:46 pm
דורך scy4851
דא איז א בילד פונעם אויווארער רב ז''ל ביי מיין תנאים.
קאמפער עס צי דעם אויפען ערשטע בילד אויף די לינקע זייט

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2008 1:48 pm
דורך farshlufen
ר' שמחה, מיר דאכט זיך אז איר האט רעכט.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2008 1:54 pm
דורך מיללער
scy4851 האט געשריבן:דא איז א בילד פונעם אויווארער רב ז''ל ביי מיין תנאים.
קאמפער עס צי דעם אויפען ערשטע בילד אויף די לינקע זייט


א שיין בילד, יישר-כח ר' שמחה.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2008 3:39 pm
דורך יצמחפורקניה
יאסל האט געשריבן:אין דער צווייטער בילד איז דאכט זיך דער אוהעל'ער רב


ס'איז זיין ברידער דער ווייצנער רב ז"ל

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2008 2:57 pm
דורך יאסל
איך לייג ארויף א בילד פונעם באבוב'ער רב ווער דערקענט די ארומיגע

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2008 3:01 pm
דורך מעזיבוז
לעבן חתן איז ר' אהרן קאטלער?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2008 3:04 pm
דורך מיללער
פון רעכטס;
1) דער ברך משה 2) ר' שלמה מהורנוסטייפל-דענווער 3) דער באבובער רב ר' שלמה 4) החתן? 5) ר' אהרן קאטלער

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2008 3:04 pm
דורך לעווי
די חתן איז זיכער א טווערסקי. (נאר זיי זענען געגאנגען/גייען מיט רבי'שע קאלירטע בעקישעס ביי די חתונה).

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2008 3:05 pm
דורך מיללער
יאסל,

גיב ארויס די פרטים וואס פעלט.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2008 3:07 pm
דורך יאסל
דער חתן זאגען זיי איז דער מילוואקי'ער רבי'נס זון
איידעם ביי ר' ישראל אברהם שטיין מפאלטיטשען

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2008 3:38 pm
דורך מיללער
יאסל האט געשריבן:דער חתן זאגען זיי איז דער מילוואקי'ער רבי'נס זון
איידעם ביי ר' ישראל אברהם שטיין מפאלטיטשען


וויאזוי הייסט ער אויפן נאמען?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2008 3:50 pm
דורך לעווי
איך בין כמעט הונדערט פראצענט זיכער אז די מילוואקי האט נישט א זון וואס איז אזוי אלט, עס מוז זיין א קינד פון איינער פון די עלטערע ברודער, פילייכט טקע ר' שלמה'ס זון.