בלאט 2 פון 19
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 01, 2008 9:41 am
דורך מיללער
וויאזוי איז הרב שטערבוך א באבובער אייניקל, און וועמעס זוהן איז ער?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 01, 2008 9:44 am
דורך אנדי פעטיט
מיללער האט געשריבן:וויאזוי איז הרב שטערבוך א באבובער אייניקל, און וועמעס זוהן איז ער?
ער איז אן איידעם ביי הרב חיים יעקב טויבער שליט"א חתן המהר"ש זצ"ל ודומ"ץ באבוב (48)
זיין טאטע ווייס איך נישט אבער ער איז דאכצעך אן אייניקעל פון הרב שטערנבוך דיין דאנטווערפען.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 01, 2008 1:18 pm
דורך יאסל
א שיין בילד פון ר' שלמה מבאבוב
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 01, 2008 6:36 pm
דורך דארפסמאן
וויליאמסבורג : וואסערע יאר איז געווען די בילד פון סוכות איך בין דארט געווען אפאר מאל חוה"מ סוכות ביים טיש
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 02, 2008 9:53 am
דורך אנדי פעטיט
דארפסמאן האט געשריבן:וויליאמסבורג : וואסערע יאר איז געווען די בילד פון סוכות איך בין דארט געווען אפאר מאל חוה"מ סוכות ביים טיש
איך שאץ לויט אפאר סימינים אז ס'איז תשנ"ו.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 02, 2008 9:55 am
דורך מיללער
אנדי פעטיט האט געשריבן:דארפסמאן האט געשריבן:וויליאמסבורג : וואסערע יאר איז געווען די בילד פון סוכות איך בין דארט געווען אפאר מאל חוה"מ סוכות ביים טיש
איך שאץ לויט אפאר סימינים אז ס'איז תשנ"ו.
אזוי אינג האבן נאך די היינטיגע באבובע רבנים ורביים אויסגעזעהן מיט 12 יאר צוריק? איך מיין אז די ביסט אביסל אפף אנדי.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 02, 2008 9:57 am
דורך אנדי פעטיט
ס'זיכער נ"ו אפשר נ"ז לויט ווער ס'איז שוין בר מצוה און חתונה געהאט.
(12 יאר צוריק איז נאך נישט געווען אזוי פול דאגות)
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 02, 2008 9:59 am
דורך אנדי פעטיט
יעצט איבער קוקענדיג די בילד טראכט איך אז קען זיין אז ס'איז פון אפאר יאר פריער (נישט פריער ווי נ"ג.)
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 02, 2008 2:31 pm
דורך דארפסמאן
מיללער האט געשריבן:אנדי פעטיט האט געשריבן:דארפסמאן האט געשריבן:וויליאמסבורג : וואסערע יאר איז געווען די בילד פון סוכות איך בין דארט געווען אפאר מאל חוה"מ סוכות ביים טיש
איך שאץ לויט אפאר סימינים אז ס'איז תשנ"ו.
אזוי אינג האבן נאך די היינטיגע באבובע רבנים ורביים אויסגעזעהן מיט 12 יאר צוריק? איך מיין אז די ביסט אביסל אפף אנדי.
יא עס איז פון די נ'ןס זיכער, איך געדענק די בילד און איך בין דארט געווען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 03, 2008 2:33 pm
דורך אנדי פעטיט
אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל מציבה פאר די אויף בוי פון די אהל.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 8:05 pm
דורך scy4851
ר' שלמה ז"ל, דער בירך משה ז"ל, און ר' נפתלי ז"ל
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 9:23 pm
דורך מיללער
א שיין בילד ר' שמחה, עס קוקט אויס ווי דער ברך משה טאנצט מצוה-טאנץ ביי א באבובער חתונה, ווייסט איינער ווען דאס איז?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 10:40 pm
דורך אנדי פעטיט
מיללער האט געשריבן:א שיין בילד ר' שמחה, עס קוקט אויס ווי דער ברך משה טאנצט מצוה-טאנץ ביי א באבובער חתונה, ווייסט איינער ווען דאס איז?
איך וואלט געזאגט אז דאס איז ביי א שבע ברכות.
די ברך משה פלעגט קומען צו אלע באבובער שמחות צו די שבע ברכות וואס די זיידע מהר"ש זצ"ל פלעגט מאכען זייענדיג אן ערשטע קאזין און ער פלעגט דאן טאנצען מצוה טאנץ און אזוי פלעגט אויף זיין פארקערט ביי די סאטמארער שמחות.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 11:33 am
דורך cano
פון אינטען זעהט אויס וואו ר' חיים יושע האלבערשטאם, איז אויך דארט.
ר' שלום אליעזר ט"ב איז אויך אנוועזענד געווען ביי יענע שבע ברכות.
אנדי אז די ווילסט קען איך דיר געבען א בילד פון די שבע ברכות וואו מען זעהט די חתן, אפשר וועסטו אים בעסער דערקענען.
מיין שאצונג איז אז עס איז געווען אנפאנג ני"ן יארען.
די פיקטשער האב איך נישט אין מיין קאמפיוטער, איך האב אויך נישט קיין סקענער, אבער און אישית קען מען אפשמיסען א דראפ אף ספאט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 11:38 am
דורך אנדי פעטיט
דו דארפסט מיר נישט געבן די בילד ווייל איך קען באקומען די בילד עני טיים, דאס אידאך געווען א מעשה עט ליסט 5 מאל א יאר. איך בין אליין געווען דערביי אפאר מאל אין קהל חסדים בשעת מעשה.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:34 pm
דורך מיללער
cano האט געשריבן:פון אינטען זעהט אויס וואו ר' חיים יושע האלבערשטאם, איז אויך דארט.
ר' שלום אליעזר ט"ב איז אויך אנוועזענד געווען ביי יענע שבע ברכות.
אנדי אז די ווילסט קען איך דיר געבען א בילד פון די שבע ברכות וואו מען זעהט די חתן, אפשר וועסטו אים בעסער דערקענען.
מיין שאצונג איז אז עס איז געווען אנפאנג ני"ן יארען.
די פיקטשער האב איך נישט אין מיין קאמפיוטער, איך האב אויך נישט קיין סקענער, אבער און אישית קען מען אפשמיסען א דראפ אף ספאט.
לינקס פון ר' חיים יהושע איז דאכציך מיר ר' ליפא בן הברך משה.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 2:21 pm
דורך cano
יא יא אבער אז די ווילסט וויסען דוקא אויף די שבע ברכות האב איך קלארע בילד פינעם חתן, ביי "יענע" שבע ברכות, איך האב א קלארע סימן אז עס איז די זעלבע שבע ברכות.
איך מיין עס איז געווען תש"נ.
עני וועי אז עס איז נישט וויכטיג וועל איך זאגען ברוך שם
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 10:23 pm
דורך מיללער
א שיין בילד פון ר' שלמה באבובער
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2008 9:10 am
דורך אנדי פעטיט
איך בין געווען איין מאל בשעת די עבודה פון מצות כתיבת ס"ת.
ס'איז געווען אן עבודה עצומה. די רב איז אריין געקומען מיט אן ערענסטקייט כעין סליחות, זיך אוועקגעשטעלט אנטון די גארטעל און ער האט זיך אוועק געזעצט, דערנאך האט ער געזאגט אז פאר מען שרייבט אין א ס"ת דארף מען תשובה טון וכו'.. (איך געדענק נישט פונקטלעך די שמועס), דערנאך האט ער זיך גענומען וויינען ווי א קינד פאר אפאר מינוט. נאכען אפווישען די טרערן האט ער געשריבן די אותיות ש'ל'ה' (אותיות מתוך שמו).
איך האב געהערט אז א יעדעס מאל איז געווען די זעלבע עבודה פון תשובה.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2008 11:48 am
דורך אנדי פעטיט
אן אינטרעסאנטע בילד פארענדיג אויף אן אגד באס מיט האפמאן טורס אין א"י אויף קברי צדיקים.
די באבובער רב זצ"ל פלעגט אלץ וועלען פארן דוקא צוזאמען מיט די עולם סיי אין א"י און סי אין פוילין.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2008 1:09 pm
דורך scy4851
אנדי פעטיט האט געשריבן:איך האב געהערט אז א יעדעס מאל איז געווען די זעלבע עבודה פון תשובה.
או..מי יתן לנו תמירתו!
איך געדענק זיין יום כפור קטן נאך פון קראנהייטס. עטליכע מאל בייגעוואוינט.
דער עבודה זיינער, און ער האט עס דענמאלטס אפילו נישט געזאגט ביים עמוד.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2008 4:44 pm
דורך מיללער
צוויי הערליכע בילדער פון ר' שלמה, אנדי, דערקענסט די מענטשן ארום?
(די בילדער קומען פון
דא)
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2008 4:50 pm
דורך מענדעלע
דאס קינד איז זיין זון הרב"צ מבאבוב שליט"א
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2008 4:51 pm
דורך אנדי פעטיט
די אינגעל אין ביידע בילדער זעהט מיר אויס ווי די באבובער רב (48) שליט"א
די אויבישטער בילד פון רעכטס צו לינקס
הרה"ח רבי יהושע וואלף זאפרין ז"ל פון די געהויבענע חסידים
אדמו"ר מהר"ש זצ"ל
די נעקסטע דערקען איך אבער איך כאפ נאך נישט ווער דאס איז.
זעהט אויס ווי ר' אברהמ'לע מנדלבוים ע"ה (דאכצעך)
די נעקסטע דערקען איך נישט
אין די אונטערשטע בילד דערקען איך נאר דער וואס שטייט אונטער די רב, עס זעהט אויס ווי די גבאי פיניע אייזן.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2008 4:58 pm
דורך מיללער
יישר-כח אנדי, האסט שוין געזעהן אמאל די בילדער?