בלאט 10 פון 19
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 8:39 am
דורך מיללער
כתר'ל
איר זענט גערעכט און דער תירוץ איז יא אויף ביידע פון אייערע פראגעס
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 09, 2010 5:13 am
דורך איטשע
כתר ישועה האט געשריבן:זיין זוהן דער לעצטער באבאווער רב ז"ל איז געווען בשעתו א בחור'ל און אר"י?
ר' מענדלי' סטראפקאווער איז געווען דעם זוהן ומ"מ פונ'עם באקאנטען סטראפקאווער רב דער דברי שלום, בון איך גירעכט?
זיין זוהן האט שוין געהאלטן -דאכט זיך- נאך זיין אייגענע חתונה...
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 09, 2010 7:43 am
דורך אברעמעלע
מהרנ"ץ ז"ל האט דאכצעך חתונה געהאט אין תשי"א. זיין טאטע אין תש"ח (אויך א דאכצעך).
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 09, 2010 10:05 pm
דורך cano
אויב איז דער בילד טאקע דער ברך משה מיז עס זיין לכה"פ תש"ח, ווייל פארדעם איז ער נאכנישט געווען אין אמעריקע, די סאטמערע רבי איז אנגעקומען אום ר"ה תש"ח (די זעלבע טאג פין זיין גרויסע פעטער), אלזא האט ער זיך נישט געקענט באטייליגן ביי די חתונה אויב איז עס פארגעקומען אום תש"ז, איז עס א ראי' צו אברעמעלע לכאורה.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 10, 2010 8:05 am
דורך יוסלמאן
cano האט געשריבן:אויב איז דער בילד טאקע דער ברך משה מיז עס זיין לכה"פ תש"ח, ווייל פארדעם איז ער נאכנישט געווען אין אמעריקע, די סאטמערע רבי איז אנגעקומען אום ר"ה תש"ח (די זעלבע טאג פין זיין גרויסע פעטער), אלזא האט ער זיך נישט געקענט באטייליגן ביי די חתונה אויב איז עס פארגעקומען אום תש"ז, איז עס א ראי' צו אברעמעלע לכאורה.
ידידי הרב קאנאו, היאך נעלם ממך שמרן הברך משה בא לארה"ב ממחרת ר"ה תש"ז? הוא היה השליח ציבור בתפילות שחרית ביום הכיפורים שנת תש"ז אצל דודו הקדוש רבינו זי"ע בביהמ"ד סטאלין.
הברך משה בא למדינת פלארידא ביום א' דראש השנה, ונסע לניו יארק ביום צום גדלי', ובאותו היום קיבל פני דודו הקדוש זי"ע שהגיע ביום ב' דראש השנה וירד מהספינה מוצאי יו"ט כידוע.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 10, 2010 10:50 am
דורך איטשע
פארשלאפען, מיילער און נחמן נתן.
די פלא איז מער אויף דער "פרייטאג נאכמיטאג", היינו דער סעודה איז געווען פרייטאג צו נאכטס....
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 10, 2010 11:24 am
דורך יוסלמאן
אין קרית יואל איז מיט יארן צוריק (נישט צופיל, אפשר 15-20) פארגעקומען די חתונה פון בת ר' אלימלך שלמה שווארטץ שו"ב אין א פרייטאג צונאכטס. דאכט זיך אז מרן הברך משה האט געוואלט איינפירן (כדי לצמצם הוצואת החתונה, כידוע שהצטער הרבה על ההוצאות המרובת) חתונות פרייטאג אויפדערנאכט. צום סוף האט מען געזעהן אז ס'וועט נישט ארבייטן, ווייל סעודות שבת האט מען געמוזט צושטעלן פאר קרובים און משפחה מער ווי סתם שבת שבע ברכות, און ס'קאסט אביסל מער ווי א חתונה סעודה. ווי אויך האט מען געדארפט מאכן א גרויסע שבע ברכות אינמיטן די וואך מיט מוזיק וכו', ס'דאך געווען עפעס "אזא" חתונה, מילא איז גארנישט געווארן דערפון.
בכלל נאכן קריג האט מען אנדערש חתונה געמאכט, ס'האט נישטג געדארפט זיין אווי היינט מיט קאלע צוגעהערן פיקס פארטיג. רוב פון אונזערע זיידעס האבן געהאט א חתונה ביי איינעם אינדערהיים. מיין באבע תחי' האט מיר אמאל דערציילט פון איר "גרויסע" חתונה ביי פעטער ל' אינדערהיים ווי דער רב איז אריבער געקומען בתנאי אז די כלה גייט זיך אפשערן.
אויב כ'דענק גוט, זאגט מען אז דער מנחת יצחק זי"ע האט מסדר קידושים געווען בין כסא לעשור פאר דרייסיג חופת! אוודאי איז געווען אויסגעווענליכע אומשטענדן, אבער פארט איז נישט געווען א חתונה ווי היינט.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 10, 2010 11:33 pm
דורך cano
יוסלמאן גערעכט וטעות לעולם היינו ווען מען מאכט א טעות אין מען רעדט אין די וועלט אריין חוזק איז מען א חוזק.
צוריק צום באבאבע רב ז"ל, איך האב אמאל געהערט פינעם באבאבע רב ארפאלייגן דעם סיפור אז דער בעש"ט איז אמאל אריינגעקומען אין ביהמ"ד און געוואלט נעמען זיין סידור און ער האט עס נישט געטראפן, האט ער באמערקט אז א אינגעל האט עס גענימען, איז דער בעש"ט צוגעגאנגען צום אינגעל אין געזאגט אזוי מיט א שיין שפראך, זאלסט טאקע לעבן הינדערט צוואנציג יאר אבער דער סידור איז מיינס, דער איד האט טאקע געלעבט הינדער אין צוואנציג יאר, דער באבאבע רב האט פארציילט די מעשה מיט אן עריכות אזוי זיס אראפגעלייגט די מעשה הלואי ווען איך קען שאפען א טעיפ דערפין, ממש מיט אזא מסיקות אראפצולייגן א מעשה צדיקים.
ווייסט איינער צו עס איז טאקע פארהאן טעיפס פינעם באבאבע רב אזוי פארען פאבליק?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 12:12 am
דורך verveist
cano האט געשריבן:יוסלמאן גערעכט וטעות לעולם היינו ווען מען מאכט א טעות אין מען רעדט אין די וועלט אריין חוזק איז מען א חוזק.
צוריק צום באבאע רב ז"ל, איך האב אמאל געהערט פינעם באבאבע רב ארפאלייגן דעם סיפור אז דער בעש"ט איז אמאל אריינגעקומען אין ביהמ"ד און געוואלט נעמען זיין סידור און ער האט עס נישט געטראפן, האט ער באמערקט אז א אינגעל האט עס גענימען, איז דער בעש"ט צוגעגאנגען צום אינגעל אין געזאגט אזוי מיט א שיין שפראך, זאלסט טאקע לעבן הינדערט צוואנציג יאר אבער דער סידור איז מיינס, דער איד האט טאקע געלעבט הינדער אין צוואנציג יאר, דער באבאבע רב האט פארציילט די מעשה מיט אן עריכות אזוי זיס אראפגעלייגט די מעשה הלואי ווען איך קען שאפען א טעיפ דערפין, ממש מיט אזא מסיקות אראפצולייגן א מעשה צדיקים.
ווייסט איינער צו עס איז טאקע פארהאן טעיפס פינעם באבאבע רב אזוי פארען פאבליק?
gur a ziser masa !(far an alten zin hub ich nisht gevist az men darf derech eretz hubin;)!)
ofitzyel hut men dee givenlicher milava malka mases nisht farkoift faren public
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 4:26 am
דורך farshlufen
יוסלמאן, די חתונה פון ב"ר אלימלך שווארץ שו"ב עם ב"ר הלל ראובן גאלדשטיין איז געווען פאר בערך 23 יאר צוריק, מיר געדענקען גוט די חופה פרייטאג נאכמיטאג ווען מיר זענען אין מקוה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 7:43 am
דורך 11211
farshlufen האט געשריבן:יוסלמאן, די חתונה פון ב"ר אלימלך שווארץ שו"ב עם ב"ר הלל ראובן גאלדשטיין איז געווען פאר בערך 23 יאר צוריק, מיר געדענקען גוט די חופה פרייטאג נאכמיטאג ווען מיר זענען אין מקוה.
היינט איז די יארצייט פון הרה"ח הלל ראובן גאלדשטיין ע"ה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 8:27 am
דורך ביקסאד
אין מאנסי איז אויך פארגעקומען אזא חתונה פאר א 20 יאהר צו-ריק אין זאל פון וויזשניץ'ער ת"ת אויף עליון ראוד,
דער חתן איז געווען ב"ר מענדיל לעפקאוויטש ז"ל, מסדר קידושין איז געווען במ"ס ברכת שמים מ'קאשוי זצ"ל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 8:34 am
דורך ביקסאד
cano האט געשריבן:ווייסט איינער צו עס איז טאקע פארהאן טעיפס פינעם באבאבע רב אזוי פארען פאבליק?
יאך ווייס נישט אויב היינט אויך, אבער בחיים חיותו פלעגט זיין צו קויפן די קאסעטעס אין באבוב'ער בימ"ד,
אונטן אין קאווע שטוב ביי די מאשינען, דאכט זעך עס איז געווען אויף געשריבן דערויף גמ"ח קנאפפלער,
שמעתי, אז די שמועסן זענען געווארן רעקאדירט דורך איינע פון די זוהן פון הרה"ג ר' נחום מאיר גערמאן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 8:59 am
דורך פרעגער
ביקסאד האט געשריבן:אין מאנסי איז אויך פארגעקומען אזא חתונה פאר א 20 יאהר צו-ריק אין זאל פון וויזשניץ'ער ת"ת אויף עליון ראוד,
דער חתן איז געווען ב"ר מענדיל לעפקאוויטש ז"ל, מסדר קידושין איז געווען במ"ס ברכת שמים מ'קאשוי זצ"ל.
אין דער אלטער היים, האבן אסאך אזוי געטוהן, און פולע חצרות צדיקים איז דאס גאר געווען שטארק איינגעפיהרט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 4:40 pm
דורך כתר ישועה
פאר 14 יאהר צוריק איז געועהן אזא חתונה און בני ברק און אר"י, טאקע ביי צוויי באבובער מחותנים. ר' מענדילי' ש. מיט רמא"ל. כ'גדענק, ווי יעדע איינער פון דו מחתונים האט ארויף געלייקט אויף דעם אנדערן מחותן דעם שילד פון דו מאדנע דאט (בזמן דידן). דו חופה איז געווען כנהוג בטאג און דו סעודת החתונה ביינאכט. - און ס'האט טאקע געפאסט פאר דו מחותנים אזא עת משוש ודי למכירם...
פאר צוויי וואכן הא איינער פון זיי געפראוועט אן הכנסת ס"ת א האלבע שעה פאר כניסת שבת...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 5:16 pm
דורך farshlufen
11211 האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:יוסלמאן, די חתונה פון ב"ר אלימלך שווארץ שו"ב עם ב"ר הלל ראובן גאלדשטיין איז געווען פאר בערך 23 יאר צוריק, מיר געדענקען גוט די חופה פרייטאג נאכמיטאג ווען מיר זענען אין מקוה.
היינט איז די יארצייט פון הרה"ח הלל ראובן גאלדשטיין ע"ה
איי איז ער געווען א ווארעמער תמימות'דיגער און חסיד'דישער אידל, יהא זכרו ברוך.,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 9:33 pm
דורך verveist
איטשע האט געשריבן:פארשלאפען, מיילער און נחמן נתן.
די פלא איז מער אויף דער "פרייטאג נאכמיטאג", היינו דער סעודה איז געווען פרייטאג צו נאכטס....
es iz amul given gantz an ufter ersheinung, az chasenes zenin fargekimen freitug, beitug der chippa, in freitug tzee nachts dee sides hachasana, spetyel bei rebbisher kinder. du hee in america zet ous hut zich es nisht ungeklepet, uber demuls in dee bireishes yuren iz men nuch given givoint fin der heim azoy!
agev der kloisinburger ruv z"l chasana du hee, iz oich azoy given in mount kisco, vee freitug batug iz given dee chipa (der sakmer ruv z"l iz nuch demuls given misader kidisshen!)
in dee sides hachasana iz given freitug tzee nachats beim tish! Bichlal iz es intresant vee beida hubin chasana gihat mit meidlech in dee chasana seuda iz given a freitug tzee nachts tishin mit dee gantza rabisteva!!
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 12, 2010 1:48 am
דורך ביקסאד
די חתונה פון קלויזענבורג'ער רב איז געווען אין סאמערוויל.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 12, 2010 8:05 am
דורך מיללער
מר. ווערל ווייסט,
איז פארהאן א מעגליכקייט זיך איינצוהאנדלען אידישע אותיות? עס איז היבש שווער צו לעזן אידיש אין ענגלישע בוכשטאבן.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 12, 2010 9:54 am
דורך קרעמער
זכרנו ימים מקדם ווען הרב בד"ץ האט אזוי אנגעהויבן... לאמיר האפן אז ווער-ווייסט וועט זיך אויך איינהאנדלן אידיש.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 14, 2010 4:55 am
דורך verveist
ביקסאד האט געשריבן:די חתונה פון קלויזענבורג'ער רב איז געווען אין סאמערוויל.
gerecht antsuldikt
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 14, 2010 4:57 am
דורך verveist
מיללער האט געשריבן:מר. ווערל ווייסט,
איז פארהאן א מעגליכקייט זיך איינצוהאנדלען אידישע אותיות? עס איז היבש שווער צו לעזן אידיש אין ענגלישע בוכשטאבן.
antshuldig ich vell iy"h arbetin deroif . efsher iz du faran einer vus ken aroushelfin dermit ? ich nitz "firefox" browser ?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 14, 2010 5:09 am
דורך verveist
ביקסאד האט געשריבן:cano האט געשריבן:ווייסט איינער צו עס איז טאקע פארהאן טעיפס פינעם באבאבע רב אזוי פארען פאבליק?
יאך ווייס נישט אויב היינט אויך, אבער בחיים חיותו פלעגט זיין צו קויפן די קאסעטעס אין באבוב'ער בימ"ד,
אונטן אין קאווע שטוב ביי די מאשינען, דאכט זעך עס איז געווען אויף געשריבן דערויף גמ"ח קנאפפלער,
שמעתי, אז די שמועסן זענען געווארן רעקאדירט דורך איינע פון די זוהן פון הרה"ג ר' נחום מאיר גערמאן.
in 48 ken men dus bakimen bei reb yochenen follman (er flegt alein recordiren in tzee shtellen dee mic's a hipsher tzul yuren) vee oich loit dee ziman fin yur id"g ken men kofin a teil in bhm"d vee es iz ousgishtelt
in 45 iz oich loit dee tzeit fin yur id"g a teil ousgishtelt in bhm"d, uder ken men es bakimen in der office fin bais tzadikim/ gmach knoffler
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 14, 2010 6:39 am
דורך farshlufen
כבוד ר' ווער ווייסט, אדהכי והכי ביז עמעצער וועט אייך ארויסהעלפן קאנט איר נוצן
http://WWW.MIKLEDET.COM
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 16, 2010 6:58 pm
דורך טהור-עיניים
יאסל האט געשריבן:ר' יחיאל מיכל בן ר' יעקב ישראל מהארנאסטייפל- מלוואקי
וואוינט אין וויסקאנסען
אמת, דער בילד איז טאקע ביי די חתונה פון הרה"צ ר' מיכל שליט"א מ'מילוואקי. ער איז געווען א נאנטער תלמיד ביי ר' אהרן קאטלער, וועלכער האט אים זייער מחבב געווען, און דערפאר איז ער טאקע דארט אויפן בילד לעבן חתן. ער איז אן איידעם ביי ר' ישראל אברהם שטיין ז"ל פון פאלטישאן.
(דער בילד איז שוין עטליכע בלעטער צוריק - פעידש 6 דאכצעך - אבער איך ווייס נישט וויזוי איבערצושטעלן דעם בילד אז דער עולם זאל נישט דארפן צוריק מישן, אדרבה אויב ווייסט איינער וויזוי מען מאכט דאס ווערט ער געבעטן דאס צו טאהן, לטובת הציבור. יישר כח)