בלאט 6 פון 19
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2009 3:30 pm
דורך פארצייטישע
איך בין נישט קיין גרויסע מומחה, אבער איך מיין אז רוב ברוינפען זענען נישט געמאכט פון וויין, נאר פון ווייץ פלאומען וכדו', און איך זעה נישט ווי אזוי דו קענסט זעהן אז ס'איז ברענדי
צווייטענס, ווייל ס'איז דא ערליכע אידן וואס שטייען אוועק ווייט פון כרמל עד היום הזה, מיינט דאס נישט אז דער באבובער רב - וואס האט נאך אזוי גוט געוואוסט וואס די פריערדיגע צדיקים האבן געהאלטן דערפון - מוז אויך אוועק שטיין דערפון, און אויב ס'איז געלעגן אויפ'ן טיש, איז זיכער אז ער האט געוואוסט וואס ער טוט
און ס'קען גאר זיין, אז אפשר האט טאקע דער באבובער רב נישט געטרינקען געווענדליך דערפון, אבער לויט ווי מ'פארציילט פון זיינע איידעלע מידות, קען זיין אז איינער פון די עסקנים וכדו' האבן עס געברענגט, און ער האט נישט געוואלט יענעם פארשעמען, האט ער מקיל געווען, אזוי ווי איך האב געשריבן. (נישט אז איך ווייס אז ס'איז אזוי געווען, נאר לויט ווי איך האב שוין געהערט פארשידענע מעשיות, וואס דער באבובער האט מחמיר געווען אויף פארשידענע זאכן, און משום כבוד אחרים האט ער משנה געווען.)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2009 3:40 pm
דורך לעווי
לפי וואס עס ליגט מיר אין זכרון האט די שינעווע רב זצ"ל געשריבן א שארפע בריוו וועגן די כרמל פירמע, און פארדעם טרינקט מען עס נישט עד היום הזה אין באבוב.
עס איז נישט קיין חילוק צווישן וויין און ברוינפן, ווייל לו יצוייר אז פאר הונדערט יאר צוריק איז דארט געווען א שאלה פון יין נסך איז היינט אבער זיכער נישטא די פראבלעם און זיי האבן א גוטע הכשר. אויב טרינקט מען נשט כרמל היינט איז עס פאר אנדערע סיבות ול"ש וויין ול"ש ברוינפן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2009 5:40 pm
דורך ביקסאד
דאן פאר וואס האט נישט דער ירושלם'ער הגרי"ט שליט"א נישט ערלויבט פאר איטליכע יאהר צוריק,
פאר די ועד הכשרות פון דעם ביד"צ איבער צו נעמען די השגחה אויף כרמל ?
דאכט זעך אז עס האט געהאט מיט די שארפע דיבורים וואס ער האט פערזענליך געהערט פון הרה"ק מ'פשעווארסק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2009 5:43 pm
דורך לעווי
ביקסאד האט געשריבן:דאכט זעך אז עס האט געהאט מיט די שארפע דיבורים וואס ער האט פערזענליך געהערט פון הרה"ק מ'פשעווארסק.
נו, היא אשר דיברתי, ס'איז א שינעווע זאך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2009 6:04 pm
דורך ביקסאד
כאילו שינאווא רב איז אויך געווען א באזונדערע שיטה וואס איז נישט מחייב יעדן נאך דערצו א צאנז'ער אייניקל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2009 6:05 pm
דורך לעווי
איך פארשטיי נישט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2009 6:08 pm
דורך ביקסאד
וואס פארשטייט איר נישט באבוב'ער רב א צאנז'ער אייניקל נוצט ביי זיין טיש כרמל משקה,
די מעשה פון שינאווא רב איז נישט מיט א בריוו לידיעתינו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2009 6:12 pm
דורך לעווי
ביקסאד האט געשריבן:וואס פארשטייט איר נישט באבוב'ער רב א צאנז'ער אייניקל נוצט ביי זיין טיש כרמל משקה,
די מעשה פון שינאווא רב איז נישט מיט א בריוו לידיעתינו.
די פרעגסט א קשיא וואס איך און אנדערע האבן געפרעגט אויבן. איינער האט עס פרובירט צו פארענטפערן מיט א סברא.
גיי צוריק און ליין איבער פון די אנהייב.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2009 6:20 pm
דורך ביקסאד
יאך פרעג נישט קיין קשיות , איר שרייבט אז מען נוצט עס נישט באבוב עד היום הזה, דא האט מען געברענגט א בילד וואס צייגט אנדערש,
איר שרייבט אז היינט האבן זיי א גוטע הכשר "פארצייטישע" זאגט אז פאר דרייסיג יאהר צוריק אויך,
איר שרייבט עס איז א שינאווא זאך, און יאך זאג עס איז די תורה אליין, אפילו זיי האבן געהאט אין פוילן א חשוב'ן בנש"ק אלס הויפט פארקויפער.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2009 8:41 pm
דורך מיללער
א שיין בילד פון בחצרות (קרדיט, BIZZ)
מימין לשמאל, דער לאנצוטהער רבי, דער צעשינובער רבי און דער באבובער רב זצ"ל.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2009 8:47 pm
דורך לעווי
מיללער האט געשריבן:א שיין בילד פון בחצרות (קרדיט, BIZZ)
מימין לשמאל, דער לאנצוטהער רבי, דער צעשינובער רבי און דער באבובער רב זצ"ל.
עס שטייט דארט ווען דאס איז?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2009 8:52 pm
דורך מיללער
ניין
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2009 5:19 pm
דורך מאיר
א שיין בילד פון ר' שלמה מיט ר' נפתלי'טשע זצ"ל
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2009 3:36 pm
דורך לעווי
אין די אנדערע אשכל איז היינט ערשינען דער בילד פון אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל, די בלאזוב'ער רב זצ"ל, און די סטיטשינ'ער רב זצ"ל.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2009 9:12 pm
דורך פארצייטישע
איך בין כמעט זיכער אז דאס איז האדמו"ר מבאבוב 48
דער בילד זעט אויס ווי עפעס א מסיבה פון כולל חבת ירושלים, ווייל איך זעה אלעמאל דער בילד אין זייערע זשורנאלען
עס איז טאקע אינטערסאנט וועגן די בענקלער, עס זעט אויס ווי עס איז דא דריי סארט בענקלעך, דער סטיטשינער רב האט דער העכסטע בענקל, און דער בלאזובער רב אביסל נידריגער, און דער באבובער רב נאך נידריגער, אפשר זעט עס נאר אזוי אויס, ווייל דער בחור האלט זיין האנט איבערגעבויגן
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2009 9:21 pm
דורך ביקסאד
טעיתי ואתכם הסליחה.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2009 12:58 pm
דורך קרעמער
(נישט ביקסאד, ער מאכט קיינמאל נישט טעות. העכסטנס אן איהרטום)
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2009 2:30 pm
דורך לעווי
מאיר האט געשריבן:א שיין בילד פון ר' שלמה מיט ר' נפתלי'טשע זצ"ל
נאך צוויי בילדער וואו מען זעהט די פאטער מיטן זון זצ"ל בסוד שיח.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2009 2:46 pm
דורך פארצייטישע
נאך איינס
ס'זעט אויס ווי אויפ'ן ערעפלאן
אינטערסאנט ס'זעט אויס ווי דער מהר"ש פירט עפעס א טיש - טיילט שיריים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2009 8:14 pm
דורך החריף
מהר"ש מבאבוב לערנט אינדרויסען, אין פלארידע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2009 8:15 pm
דורך החריף
איך געדענק נישט וועלעכע יאר דאס איז
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2009 8:19 pm
דורך לעווי
החריף האט געשריבן:איך געדענק נישט וועלעכע יאר דאס איז
דו ביזט געווען דארט דעמאלטס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2009 8:36 pm
דורך החריף
ניין. אבער איך האב אמאל געוויסט ווייל איינער פין מיינע ידודים וואס געבען מיר דער בילדער האבען מיך דעמאלטס געזאגט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2009 8:41 pm
דורך החריף
הגאון ר' משה פיינשטיין זי"ע, כ"ק האדמו"ר מבאיאן זי"ע, כ"ק מהר"ש מבאבוב זצ"ל, כ"ק אדמו"ר מסטיטשין זצ"ל, כ"ק האדמו"ר מקאפישניץ זי"ע אין הגה"צ מסאדיניווע זצ"ל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2009 11:12 pm
דורך scy4851
הרב חריף,
דער גאנץ ערשטע אויף לינקס האסטו אויסגעלאזט
דאס איז דער נאוואמינסקער רבי ז"ל, דער פאטער פונעם היינטיגען רבי שליט"א
אויסער דעם באיאנער רבי ז"ל האב איך געהאט די זכיה צי קענען די אלע איבעריגע