בלאט 5 פון 19

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2008 3:53 pm
דורך יאסל
ר' יחיאל מיכל בן ר' יעקב ישראל מהארנאסטייפל- מלוואקי
וואוינט אין וויסקאנסען

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2008 3:55 pm
דורך לעווי
יאסל האט געשריבן:ר' יחיאל מיכל בן ר' יעקב ישראל מהארנאסטייפל- מלוואקי
וואוינט אין וויסקאנסען


אה, איך האב געמיינט אז דו זאגסט אז דאס איז רבי מיכל'ס (די היינטיגע מילוואקי רבי) זון.

דאס קען שוין יא זיין אז דאס איז רבי מיכל.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2008 12:52 pm
דורך חוקר
אזוי ווי עס איז יעצט אוועק הרבנית מבאבוב האט מען דא געשריבן אז דאס איז בז"ש ווער איז געווען די ערשטער אין אלעס ארים דעם

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2008 1:22 pm
דורך יאסל
בזיווג ראשון איז ער געווען אן איידעם ביי זיין פעטער דער לימאנאווער רב ר' חיים יעקב טייטעלבוים א זין פון ר' משה יוסף פון איהעל, און איידעם ביי ר' שלמה פון באבוב

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2008 3:55 pm
דורך לעווי
די רעביצן בזיווג ראשון איז גע'הרג'ט געווארן אין די קריג מיט די קינדער.

בזיווג ראשון איז די באבוב'ער רב אדמו"ר המהר"ש זצ"ל געווען א שוואגער מיט די ווייצענער רב וועלכע איז אויך געווען אן איידעם אביים לימאנוב'ער רב. (געוויסע ווייצענער אייניקלעך זענען דורך דעם אויך באבוב'ער אייניקלעך) די ווייצענער רב האט בזיווג שני חתונה געהאט מיט די טאכטער פון די דעעש'ער רבי זצ"ל און אזוי איז ער אויך געווען א שוואגער מיט אדמו"ר המהרנ"ץ מבאבוב זצ"ל וולעכע איז אויך געווען אן איידעם אין דעעש.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:53 pm
דורך לעווי
איך האב היינט באקומען אסאך אינטרעסאנטע בילדער לבית באבוב, איך וועל יעצט לייגן צוויי, וואס זענען ביי די מערה אין צפת ווי עס ליגט די באר מים חיים זצ"ל. לויט ווי איך שאץ איז דאס אין תש"ל.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:53 pm
דורך לעווי
און אויפן וועג ארויס.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:55 pm
דורך לעווי
אויף די ערשטע בילד זעהט מען דאכצעך אונטער אדמו"ר מהר"ש זצ"ל, זיין זון אדמו"ר מהנ"צ זצ"ל.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2009 2:47 pm
דורך לעווי
א בילד פון אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל מיט אדמו"ר הברך משה זצ"ל מסאטמאר.

ווער דערקענט די ארומיגע?

(די בחורים אונטער די באבובער רב דערקען איך).

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2009 2:50 pm
דורך יאסל
צילינק'ס פונעם ברך משה זיצט ר' יונה האלפערט זאך זיין געזינט
אינטער אים דער אינגערמאן קיקט אויס צי זיין בנימין ווייס אין דער בחור פנחס שלמה פערלמוטער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 22, 2009 5:12 pm
דורך cano
לעווי דאס בילד קוקט אויס אין פלארידע בין איך רוכטיג?

יאסעל גוט געזאגט די נעמען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 22, 2009 5:38 pm
דורך farshlufen
קאנא, אויב איז עס א שלש סעודות אין פלארידע שטימט עס מיטן וואנט זייגער.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 23, 2009 9:30 am
דורך לעווי
יא דער בילד איז אין פלארידע, אין די קערעסטירער בית המדרש דאכצעך, ביי שלש סעודות.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2009 11:29 am
דורך לעווי
איך האב געטראפן א שיין בילד פון הושענא רבי תש"ס (אפשר נ"ט) פון אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל גייט אנגעטון מיט די קאפלעך פון די הייליגע צאנזער רב און די הייליגע שינאווא רב.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2009 11:33 am
דורך שניאור אייזיקאוויטש
לעווי האט געשריבן:איך האב געטראפן א שיין בילד פון הושענא רבי תש"ס (אפשר נ"ט) פון אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל גייט אנגעטון מיט די קאפלעך פון די הייליגע צאנזער רב און די הייליגע שינאווא רב.

תש"ס קען נישט זיין! זייט ער איז אוועקגעפאלן פסח נ"ט האט ער נישט אויסגעקוקט ווי ער קוקט אויס דא אויפן בילד.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2009 11:35 am
דורך לעווי
גערעכט איך האב געמיינט צו זאגן נ"ט און אפשר נ"ח.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 17, 2009 12:33 pm
דורך לעווי
דריי נייע בילדער זענען יעצט ערשינען אין די פורום פון אדמו"ר מהר"ש (השני) מבאבוב זצ"ל.

1)זייענדיג רב פארן קריג.

2)אין מיטן די קריג.

3) באלד נאכן קריג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2009 11:36 am
דורך לעווי
איך האב געטראפן אן אינטרעסאנטע אויף הערשל ציג'ס בלאג.

דער בילד איז סענעטאר דזשארדזש מעק'גאווערן (וועלכער איז אפאר מאל געלאפן פאר פרעזידענט) ביי אדמו"ר מהר"ש מבאבוב אין תשל"ב.

מען קען דערקענען הרה"ח ר' דוד גרינצווייג ע"ה פון די אמאליגע בארא פארק קאונסיל אונטער די רבי'ס בענקל מיט די האמבורגער און שניפסל. אויף די רבי'ס רעכטע זייט זעהט מען ר' משה עליאס נ"י המכונה אויסערן מיניסטער פון באבוב.


.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2009 11:54 am
דורך יאסל
אן אינטערסאנט בילד, קיקט אביסל אויס ווי זיי קלאפן ציזאמען די גלעזלעך!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2009 12:13 pm
דורך לעווי
יאסל האט געשריבן:אן אינטערסאנט בילד, קיקט אביסל אויס ווי זיי קלאפן ציזאמען די גלעזלעך!


קען זיין, מיר זעהט עס אויס ווי זיי הייבן עס סתם צו זאגן לחיים.

איינער האט ארויסגעברענגט אן אינטרעסאנטע באמערקונג אויף אן אנדערע סייט, אז די באטל איז וויי/ברוינפען םון די כרמל פירמע וועלכער ווי באקאנט האט מען נישט געטרונקן אין רוב חסיד'ישע הויפן ספעציעל מגזע צאנז און אין באבוב האט מען אויך מקפיד געווען נישט צו טרינקן כרמל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2009 2:48 pm
דורך פארצייטישע
איך האב יעצט באקומען דער בילד אויף א אי-מעיל
דארט שטייט אז דער בילד איז פון תשל"ב
עס איז געווען צוגעשריבן אז פון לינקס צו רעכטס זעט מען ר' משה עליאס, ר' חיים בער גרינפעלד, ר' דוד גרינצוויג, ר' וואלף רייכבערג (דער בחור איבערגעבויגן אויפ'ן בענקל), ר' נפתלי בנימין עקשטיין, ר' יהושע שטערנהעלל

און מיך זעט אויס אז אונטער ר' משה עליאס זעט מען א האלבער פנים פון ר' חיים יעקב טויבער דער באבובער דיין

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2009 2:56 pm
דורך לעווי
יישר כח פארצייטישע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2009 2:57 pm
דורך ביקסאד
אין א אנדערע פארום איז געשטאנען אז דער וואס זיצט און איז האלב פארשטעלט דורך ר' משה עליאס,
איז דער קימפלינג'ער רב [רובין] ז"ל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2009 2:58 pm
דורך פארצייטישע
ניין דאס איז קלאר דער באבובער דיין

לגבי די פראבלעם פון כרמל וויין

ערשטענס היינטיגע צייטן, - און איך מיין אפילו דרייסיג יאר צוריק - איז עס שוין אינטער א היימישע השגחה, און ס'האט גארנישט צוטוהן מיט די כרמל וויין פון אינדערהיים וואס די צדיקים האבן גע'אסר'ט [איך ווייס נישט אויב ס'איז געווען א קלארע איסור, אדער מ'האט עס סתם מרחק געווען, עס וואלט געווען טאקע אינטערסאנט אויב איינער קען דאס מברר זיין], חוץ וואס זיי האבן גע'ירשנ'ט די זעלבע נאמען.

צווייטענס דאס באטל איז דאך ברוינפען, און ס'איז נישט דא קיין שום שאלה פון יין נסך, וואס דאס איז געווען די פראבלעם מיט די כרמל וויין, און צוזאמען מיט די ערשטע פאקט אז ס'איז נישט די זעלבע כרמל, קען מען פארענטפערן דער פראבלעם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2009 3:15 pm
דורך ביקסאד
1. ברענדי מאכט מען נישט פון וויין ?

2. עד היום הזה שטייען עהרליכע אידן ווייט פון כרמל וכל שום וחניכא דאית להו.