ארויפגעברענגט לכבוד די יומא דהילולא של האי צדיק וקדוש אביהן ורבן של ישרא-ל. אוהב שלום רודף שלום אוהב את הבריות ומקרבן לתורה!
מאשפֿות ירום אביון, בבחינת כמעט תחיות המתים האט דער צדיק מיט מסירת וגבורת הנפש -כמעט איינער אליין- אויפגעשטעלט א לגיון פון תורה וחסידות פון א קליינע צאל צובראכנע שארבען שארית הפליטה -ששתו מכוס התרעלה כמה שנים ר״ל- פון תלמידי אביו הק׳ הי״ד, און אנדערע װאס האבען זוך אנגעקלעפט אין זיין װארימקייט און לעכטיגען אור.
געדינט דעם אייברשטען מיט שמחה און הארציגקייט און מיטגעשלעפט כל הנלוים אליו צו שמחה של קדושה. א הויכער בעל מדריגה והשגה און אלעס באהאלטען אין אזא פשטות ונעימות! א הארציגער איבערגעגעבנער טאטע פאר כלל ישרא-ל ,השתתף בצערן ובשמחתן של ישרא-ל ונשא אותם על לבו הטהור התפלל בעדם חזקם ופעל ישועות בקרב הארץ זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישרא-ל אמן!
ישלהוסיף האט געשריבן:לגבי די [אמאליגע] פלעסטיקס פאר די שטריימלעך האט דער באבוב'ער רב דאס מתיר געוועהן צו גיין דעמיט בשבת במקום שאין מעורב, אבער אין בארא פארק דארט ווי זיין איידעם האט דאס גע'אסר'ט איז ער נישט געגאנגען דערמיט.
והוא פלאי האט געשריבן:http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=2695&hilite=45d603d2-38f8-4386-9637-b029531cdf32&st=%d7%a9%d7%9c%d7%9e%d7%94+%d7%94%d7%9c%d7%91%d7%a8%d7%a9%d7%98%d7%90%d7%9d
אזוי וי ס' געפאלט אויס היינט די זיבעצינסטע יארצייט פון דעם אוהבן של ישראל רבי שלמה'לע באבוב'ער רבי זצ"ל ,האט מיך ר' יצחק בעניש שיחי' היינט פארציילט א מוראדיגע מעשה וואס ס'האט פאסירט מיט זיין שווער זאל געזונט זיין.
אז באבוב'ער רב זצ"ל פלעגט פארן קיין מעקסיקא וינטער אויף בעדער אינדרויסען פון שטאט אין קאנטרי ,און מ'האט ארויס געברענגט דארט'ן בעלי בתים צו מנין, און זיין שווער ר' משה ישראל רובעל נ"י האט געוואוינט אין מעקסיקא, און ער פלעגט אויך ארויס פארן צום קאנטרי משלים זיין מנין,
און א' זונטאג נאכט וינטער תשמ"ד ווען די רבי זצ"ל איז געווען אין מעקסיקא און ער האט שוין געדארפט א'היים פארן קיין נוא יארק איז ר' משה ישראל אריין צום רב זיך געזעגענען,האט זיך דער רב אנגערופען איך וויל דיך בעטען א טובה און ס' וועט דיך זיין זייער שווער צוטוהן ,אבער זאג מיך צו אז דו וועסט מיך צוליב טוהן, נו ר 'משה ישראל טראכט ביי זיך אז ויבאלד מעקסיקא איז א מדינה וואס פאברעצירט זילבער אפשר וויל די רבי א זילבערנע אתרוג פושקע,
זאגט אים דער רב איך פאר יעצט אהיים קיין אמעריקא ,און דעם שבת וויל איך דיך זעהן מיט דיין גאנצע משפחה אין נוא יארק און שאף זיך א דירה מיט א פרנסה דארטן.
אומר ועושה ר' משה ישראל האט געפאקט פעקליך און מיטוואך איז ער אנגעקומען מיט די גאנצע משפחה קיין נוא יארק און יענעם פרייטאג איז געווען א ערד ציטערנישט אין מעקסיקא און זיין גאנצע דירה איז צאם געפאלען.
אזוי ווי בחיים חיותו האט ער ליב געהאט א יעדער איד און געזארגט און געדאווענט פאר זיי, מה כאן עומד ומשמש אף להלן עומד ומשמש אויס צו פועל'ן ישועות און רפואות פאר גאנץ כלל ישראל אמן
אנדי פעטיט האט געשריבן:די אינגעל אין ביידע בילדער זעהט מיר אויס ווי די באבובער רב (48) שליט"א
די אויבישטער בילד פון רעכטס צו לינקס
הרה"ח רבי יהושע וואלף זאפרין ז"ל פון די געהויבענע חסידים אדמו"ר מהר"ש זצ"ל די נעקסטע דערקען איך אבער איך כאפ נאך נישט ווער דאס איז. זעהט אויס ווי ר' אברהמ'לע מנדלבוים ע"ה (דאכצעך) די נעקסטע דערקען איך נישט
אין די אונטערשטע בילד דערקען איך נאר דער וואס שטייט אונטער די רב, עס זעהט אויס ווי די גבאי פיניע אייזן.
אויב מיין טביעת עין איז גוט איז דער וואס איז אקעגען איבער ר' ישוע וואלף זאפרין ז"ל ר' לייבוש שפריי
פון ר. צו ל. דער ר"י רבי ברוך אברהם הורוויץ, רבי יעקב ישראל מייזליש אב"ד קרית באבוב בת ים, דער רב שליט"א, דער דיין רבי חיים יעקב טויבער, רבי ב"צ בלום דומ"צ באבוב לונדון
חמרא טבא האט געשריבן:פון ר. צו ל. דער ר"י רבי ברוך אברהם הורוויץ, רבי יעקב ישראל מייזליש אב"ד קרית באבוב בת ים, דער רב שליט"א, דער דיין רבי חיים יעקב טויבער, רבי ב"צ בלום דומ"צ באבוב לונדון