רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

ווען דער רב ז"ל איז אריין צום טיש געדענק איך די געשמאקע שלום עליכם
דער התרגשותדיגער רבון כל העולמים
דער ראפשיצער אשת חיל
איך געדענק נישט אסאך פון המשך ביים טיש
אבער דאס טאנצען דערנאך תנו שבח געדענק איך יא
מיר זענען אלע געטאנצען און רבינו איז געשטאנען על מקומו און געפאטשט און געזינגען מיט דעם עולם
איך מוז אייך זאגען אז איך האב געפיהלט דעמאלס אז ווען איך האב אים געזעהן
און ער האט מיר געקענט זעהן האב איך געפיהלט ווי ער איז מיר מעודד בצהלת פניו
זיך צו פרייען און טאנצען לכבוד שבת מלכתא
ער האט מיר טאקע אלעמאהל ווארעם באגריסט ווען איך פלעג אריין מיט א קוויטעל
[דעמאלס פלעג איך מיך נאך שעהרען און איך בין געווען מגולח]
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

שבת פרשת בשלח איז אויך געווען חמשה עשר בשבט
האט רבינו געפיהרט מיטטאג טיש
איך געדענק ווי אזוי רבינו האט אהנגעהויבען זינגען: שבת, הייליגער שבת
ביים מאכען די איי מיט צוויבעל
דער ניגון איז וואס אנדערע זינגען אויף דוי הסר וגם חרון
עס איז געווען עטליכע הערליכע טאצען מיט פירות און איך האב באקומען מיד קדשו א שטיקעל אתרוג
איינע פון די מוצאי שבתים איז געווען די הכנסת ספר תורה אין בני ברק
די באסעס זענען געפאהרען און עס איז געווען נאך דעם א סעודת מצוה מיט א מלוה מלכה אין איינעם
עס איז געווען עפעס רייבענישען און געוואלדענעס ווען די רבנים און רבי'ס זענען געקומען
וועגען גבאים יא אדער נישט ביים אויבען אהן און עטליכע טישען האבען זיך צופאלען
אבער דער רב ז"ל איז געבליבען רוהיג
און איינמאהל וואס נאר דער היימישער עולם איז געבליבען אזוי ווי בחינת עצרו עמי עוד יום אחד אליין'ט
האט רבינו אהנגעהויבען אליהו הנביא אליהו הנביא אליהו הנביא....
און עס איז געווען צוריק א רוהיגע אטמאספערע
לעצט פארראכטן דורך msp אום מיטוואך יוני 12, 2013 3:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

המשך יבוא...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

בתוך הדברים msp האט געשריבן: .
לא יאומן כי יסופר די השפעה פון קדושת ציון אויף זיינע בחורים....

מיין אקאנטענט האט 2 זוממערס משמש געווען דעם מהר"ש זי"ע און SARATOGA און א ווינטער אין MIAMI און א סך ג'הערט
איין מעשה
א UNIVERSITY סטודענט וועם עס האט ג'צויגען ווערעו א שתו"מ איז ג'קומען צו מהר"מ שפירא זצ"ל
מהר"מ האט דערשמעקט אז דאס איס א רויער דימאנט האט ער אים ג'שיקט צום קדושת ציון מיט א בריעף
היות ווי יח"ל איז נישט אויסגעשטעלט פאר דעם זאל זיך באבובער רב מטפל זיין מיט אים
און אז עס זאל ניט זיין אז ער איז מטיל עול אויף באבובער רב זאל באבובער רב אים שיקען 2 פון זיינע בחורים מציונים
און ער וועט זיי אויס אויסהאלטען, פארשטייט זיך אז עס איז ג'בליבען א ONE SIDED DEAL
ווען דער סטודענט איז ג'ווארען א POLISHED דימאנט איינער פון די אריות שבחבורה האט דער קדושת ציון ג'זאגט איך מיין איך זאל האלטען לובלינער רב
צום ווארט און אים צוריק שיקען זאל ער זעהן וואס ער האט פערפאסט
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א ריזן דאנק אייך פארן אפשרייבן ביז אהער, מיר ווארטן אויפן המשך.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איינער פון די טעג בין איך געוואויער אז רבינו וועט זיין ביים כותל מערבי
בין איך צו געפאהרען
עס איז געווען א קאלטע טאג
עס האט גערעגענט
דער עולם איז געווען אויף דער לינקע זייט ביים כותל
עס איז באדעקט מיט א רונדיגע דאך
רבינו האט געזאגט תהילים
דערנאך די תפילה מיט בכיות עצומות, עס האט יעדעם אדורכגענומען
איך האב געהאט די זכיה צו לאזען שרייבען א קוויטעל
און דארט ביים שער השמים האט דער רב געליינט דעם קוויטעל און מיר ווארים אהנגעווינטשען
איך געדענק אויף ווי אינדרויסען איז געווען קאלט און דארט איז געווען הייס
דערנאך איז מען געפאהרען צו קבר רחל ווי רבינו האט געדאווענט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איינער פון די טעג איז רבינו געקומען צום חנוכת הבית פון ביהמ"ד אין רחוב חגי
עס זענען אויך געגעבען געווארען צוויי ס"ת
איך האב געזעהן רבינו אריינגיין אין ביהמ"ד אויף די שטיכען האלטענדיג די צוויי ספרי תורה
מיר האבען נישט געקענט אריין גיין ווייל מען האט נישט צוגעלאזט
איך מיין אז נאר די משפחות פון די נדיבים האט מען אריינגעלאזט, עפעס אזוי
צו די סעודה האב איך יא געקענט אריינקומען
ווייל דורך עפעס א וועג, איך געדענק נישט ווי אזוי, האב איך מיר באקאנט געמאכט מיט א בחור
כ'מיין זיין נאמען איז חיים אלעזר ראבינאוויטש פון וויען כמיין זיין טאטע איז געווען א נדבן
ער איז אנאייניקל פון הייליגען מנחת אלעזר זי"ע
האט ער געהאט א טיקעט און ער האט געזאגט אז איך בין מיט אים
אזוי בין איך געזעסען ביי א געדעקטע טיש
דער רב איז געזעסען און לעבען אים איז געווען דער גאב"ד דער מנחת יצחק, מו"ר ש"ב הגרש"ז אויערבאך
ווען דער רב האט געדרשנט לכבוד המאורע האב איך געזעהן ווי מיין ראש ישיבה
האט ממש געשטראהלט מיט הנאה פון די פערל ווערטער פון רבינו
בזכרוני אז איך האב זוכה געווען דעמאלס צו האבען שיריים פון די סעלמאן פיש
די דרשה האב איך דאגט זיך שפעטער געשריבען
למעשה איז עס שוין געדרוקט געווארען אין א כרם שלמה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

צווישען די בחורים פון חסידי באבוב מיט וועמען איך האב מיר דעמאלס באקאנט איז ר' אמ"י ווייטץ פון לאנדאן און ר' גד העללער
ער האט געזינגען אויף א באבוב'ער טעיפ ארויסגעגעבען דורך די מוסדות אין בני ברק "אתה תקום" און אויף א ספינקא טעיפ
עד כאן פון מיינע זכרונות
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

א שיחת חולין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

וואס מיין אקאנטענט האט ג'הערט מפ"ק
ווען ער איז א קליין אינגעלע האט אים דער פאטער מיטגענימען קיין קראקע, במשך שהייתו איז ער ג'וען
אין בית השחיטה וואס איז ג'ווען חוץ לעיר, קראקע איז דאך ג'ווען א מטרופלין אין "מאדערן" איז אין
אפיס ג'ווען א טעלעפאן, ווען זיי זענען אהיים געקימען האבען די בחורים ג'וואלט הערען פון דעם קליינעט וואס ער
האט ג'זעהן, האט ער דערציילט אז מ'קען רעדען און שלאכטהויז מיט די הנהלת הקהל אין
שטאט, די בחורים האבען ג'לאכט "וואס מ'קען איינרעדען פאר א קינד"
וואס זיין כוונה איז ג'ווען מיט דערציילען די מעשה אויסער א אות חיבה פאר דעם הויז בחור (אויך א גדלות)
לאז איך פאר גרעסערע חסידים פון מיר
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פשיהא, ר' מנחם שלום האט אונז דא אראפגעשטעלט אויטענטישע זכרונות פון צירקע דריי צענדליג יאר צוריק מיט א 'פריש'קייט... זייער אינטערסאנט און בענקעדיג צום גלאררייכן אמאל. א דאנק אייך פארן נעמען די מיה!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

לכאורה האט געשריבן:פשיהא, ר' מנחם שלום האט אונז דא אראפגעשטעלט אויטענטישע זכרונות פון צירקע דריי צענדליג יאר צוריק מיט א 'פריש'קייט... זייער אינטערסאנט און בענקעדיג צום גלאררייכן אמאל. א דאנק אייך פארן נעמען די מיה!

געוואלדיג! דאס איז א חסיד; עס ליגט אים אין די ביינער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

היינט ר"ח מנחם אב איז דער יומא דהילולא זי"ע
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

זכותו יגן עלינו
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ציווישען יוראפ'ס בילדער פון באבובער בית החיים איז דא א מצבה פון א איד מיט דעם משפחה נאמען"שבת"
האב איך זיך דעמאנט אז אויף דעם חדר בנין אויף 176 ברוקלין עוו איז געווען א טאוועל אז דער בנין הייסט
בית פריעדמאן על שמו פון דר "שבת" פריעדמען MD
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קיקיון האט געשריבן:ציווישען יוראפ'ס בילדער פון באבובער בית החיים איז דא א מצבה פון א איד מיט דעם משפחה נאמען"שבת"
האב איך זיך דעמאנט אז אויף דעם חדר בנין אויף 176 ברוקלין עוו איז געווען א טאוועל אז דער בנין הייסט
בית פריעדמאן על שמו פון דר "שבת" פריעדמען MD

געטראפען
Another home in which Rav Kook ('924) consented to eat, was that of Dr. Samuel Friedman, popularly known as "Shabbos" Friedman, because of his rare status as a Sabbath-observing physician.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קונטרס ויהי בנסוע:
http://www.hebrewbooks.org/43986

פרטי מסע כ"ק אדמו"ר מהר"ש מבאוב לארצה"ק ליסד קרית באבוב - ברוקלין תש"ך

קוקט אויס זייער אינטערעסאנט, איז דא בילדער פון יענע נסיעה?

דער קאפישניצער רבי זצ"ל איז אויך געווען אויפן שיף ביז אייראפא, נישט געוואוסט אז אין באבוב זינגט מען אויך 'צדיק כתמר יפרח' לכבוד הרב:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=16
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מיללער האט געשריבן:קונטרס ויהי בנסוע:
http://www.hebrewbooks.org/43986 פרטי מסע כ"ק אדמו"ר מהר"ש מבאוב לארצה"ק ליסד קרית באבוב - ברוקלין תש"ך קוקט אויס זייער אינטערעסאנט, איז דא בילדער פון יענע נסיעה?

דער קאפישניצער רבי זצ"ל איז אויך געווען אויפן שיף ביז אייראפא, נישט געוואוסט אז אין באבוב זינגט מען אויך 'צדיק כתמר יפרח' לכבוד הרב:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=16

שטארק יחתכן אז דער בילד האלטענדיג די האנט פון בנו הצעיר יבלחט"א מהרב"צ אלס אינגגעל איז אויפען שיף ביים ג'זעגענען די מלוים
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קיקיון האט געשריבן:

אולי
דאס
און\אדער
דאס
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אני הקטון אין אן אישי האט געשריבן:
א "ידען" האט מיר געזאגט "סאטמארער רב זי"ע איז געווען דער וואס האט געשטיפט באבובער רב זי"ע ער זאל פירען "
קענסט מיר ציווייזען צו DOCUMENTATION אז עס שטימט ניט במציאות
דער פריערדאיגער רב זי"ע איז אנגעקימען אין 46 און מהריט"ב אין ?
און כמדומה אז אין לאנדאן אויפען וועג אהער איז שוין געווען כעין הכתרה

כ'האב באקימען תשובה

מאחורי הפרגוד האט געשריבן:
צו די מעשה איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, אבער זיי האבען זיך געטראפן אין בארי איטאליע, כמובא בשו"ת דברי יואל, דער באבובער רב איז געווען קודם לאנדאן, דער סאטמאר רב נאך פאר ארץ ישראל ראה שו"ת דברי יוא'
איך גלייב אז דו ווייסט אז כאטש דער באבובער רב האט שוין געפירט אין איטאליע, אבער זיין מהלך און ווי ווייט ער וויל זיין רבי, איז נאך נישט געווארען ביי אים קלאר ביז לאנדאן

גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

צווישען די מכתירים איז געווען ר' איטשע שטרום
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קען זין אז אין איטאליע ער האט נאך ניט געפירט קיין "עולם"
אבער האט עוסק געווען בדברים העומדים ברומו של עולם
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך לייג איבער די שאלה דא, אולי קומען די באבובער אידן ענדערש אריין

מיללער האט געשריבן:
נאך א בילד ביי די זעלבע חתונה, דא ווערט אויך געזען דער חתן, ווער איז דאס? דער ערשטער רעכטס נאך פאר דעם אויווארער רב (אביסל פארשטעקט) איז ככל הנראה דער ווייצענער רב זצ"ל, און לינקס נאך דעם הארנאסטייפלער רבי פון מילוואקי (מיט א פיינעם ציגאר אין די הענט) זעהט מען דעם צעשינובער רב רבי שלום יחזקאל שרגא רובין-ה"ש זצ"ל, ווער איז דער שיינער איד טוואס שטייט הונטער דעם צעשינובער רב?

מיללער האט געשריבן:יעצט זעה איך אז אנדערע ווילן זאגן אז דאס איז גארנישט דער אויווארער רב, נאר רבי יאסעלע דער דעעשער רבי, און דאס איז די חתונה פון האדמו"ר מהרנ"ץ מבאבוב חתנו של רבי יאסעלע, איז דאס ריכטיג? אויב יא, ברויך מען אריבערפירן די בילדער לבית באבוב

ווידער זאגט מיר דא א גוטער איד, און א גרויסער קענער, אז ער קלערט אז דאס איז די חתונה פון הרב מייזליש מבאבוב בת-ים שליט"א נכד הגה"צ מסארוואש זצ"ל וחדב"ן האדמו"ר מבאבוב, און דאס איז טאקע יא דער אויווארער רב אלס עלטער-פעטער פונעם חתן, נו ווער קען באשטעטיגען, וואו זענען די באבובער חסידים?

בילד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שוין עס איז מיר פארענטפערט אז מהרנ"צ איז עס נישט

מיללער האט געשריבן:אין המודיע די וואך איז געווען געדרוקט די פאלגענדע היסטארישע בילד פון די חתונה פון כ"ק אדמו"ר מהרנ"צ מבאבוב זצ"ל, ווערט געזעהן פון רעכטס צו לינקס: הגה"צ אב"ד ווייטצען זצ"ל פעטער פאר'ן חתן, אדמו"ר הרה"צ ר' יוסף פאנעטה מדעעש מחותן מצד הכלה, החתן, אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל.

ווייסט איינער ווער די אידען זענען וועלכע זיצען קעגן איבער דעם אויבנאן?

(ייש"כ פאר ידידינו הרב בן בוזי מזכיר מכון מורשת חכמי אמעריקא פאר די העתקה)

די שאלה איז צו די צווייטע איז יא ריכטיג
אטעטשמענטס
123.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
נאך א בילד ביי די זעלבע חתונה, דא ווערט אויך געזען דער חתן, ווער איז דאס? דער ערשטער רעכטס נאך פאר דעם אויווארער רב (אביסל פארשטעקט) איז ככל הנראה דער ווייצענער רב זצ"ל, און לינקס נאך דעם הארנאסטייפלער רבי פון מילוואקי (מיט א פיינעם ציגאר אין די הענט) זעהט מען דעם צעשינובער רב רבי שלום יחזקאל שרגא רובין-ה"ש זצ"ל, ווער איז דער שיינער איד טוואס שטייט הונטער דעם צעשינובער רב?

מיללער האט געשריבן:יעצט זעה איך אז אנדערע ווילן זאגן אז דאס איז גארנישט דער אויווארער רב, נאר רבי יאסעלע דער דעעשער רבי, און דאס איז די חתונה פון האדמו"ר מהרנ"ץ מבאבוב חתנו של רבי יאסעלע, איז דאס ריכטיג? אויב יא, ברויך מען אריבערפירן די בילדער לבית באבוב

ווידער זאגט מיר דא א גוטער איד, און א גרויסער קענער, אז ער קלערט אז דאס איז די חתונה פון הרב מייזליש מבאבוב בת-ים שליט"א נכד הגה"צ מסארוואש זצ"ל וחדב"ן האדמו"ר מבאבוב, און דאס איז טאקע יא דער אויווארער רב אלס עלטער-פעטער פונעם חתן, נו ווער קען באשטעטיגען, וואו זענען די באבובער חסידים?

בילד

דער וואס שטייט אונטער'ן צעשינובער רב איז שוין אידענטיפיצירט געווארן אלס דער ווערעצקיער רב ז"ל פון פלעטבוש, אבער מיר האבן נאכנישט די אינפארמאציע איבערן חתן, ווער קען ארויסהעלפן?

די טעאריע אז דאס איז די חתונה פון באבובע רב'ס טאכטער מיט הרי"י מייזליש מבת-ים, פרעגט מיר א קלוגער איד אן אז עס שטימט נישט ווייל אויב יא וואלט דער צעשינובער רב געגאנגען אין א שטריימל אלס פעטער פון די כלה, וואס קלערט דער עולם דערוועגן?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב איין סיבה צו קלערן אז דאס איז נישט ר' יעקב ישראל וישורון מייזליש, ווייל דער ווייצענער רב זצ"ל איז טאקע געקומען פון שיקאגא צו זיין ביי די חתונה, אבער לא אסתייע מילתא, ער איז אוועקגעפאלן בעפאר די חתונה און אפגעפירט געווארן אין שפיטאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”