רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איטשע האט געשריבן:נישט דערוואגט?
דער קוטשמע, איז ער געגאנען, דאכט זיך, אין פוילן.

וכן ש"ב מרן הבר"מ חבש קוטשמע באייראפע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

באבוב'ער רב - אדמו"ר מהר"ש זי"ע פלעגט גיין א קאטשמא אויף קור ערטער.
טיילמאל אפילו אין די באבוב'ער ביה"ח אין ניו דזערזי אויף זיין מאמע'ס יארצייט (עס איז טיילמאל געוועהן א 30 חסידים דעמאלס אויך) וועלכע געפאלט אין חודש אדר ווען די קעלט איז גאר גרויס.
בנו האדמו"ר זי"ע פלעגט עס טראגן אלס רבי יעדען איינציגן ווינטער טאג ווען ער פלעגט גיין שפאצירן כדרכו מדי יום ביומו בחוץ לעיר
אדמו"ר בעל קדושת ציון זי"ע האט עס געטראגן ווען ער האט געוויילט אין לעמבערג בשנות הזעם און האט געפראוועט אלע תפילות מיט א מנין מצומצם בביתו, אבער פורים ביי מגילה ליינען האט ער דוקא געוואלט הערן בקהל רב, האט ער זיך אריינגעזעצט אין די שוהל פון זיין פעטער/מחותן הרה"ק ר' ישעי' מטשחוב זי"ע, מלובש אין א קוטשמא, נישט וועלדניג מזאל אים דערקענען.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

איטשע האט געשריבן:נישט דערוואגט?
דער קוטשמע, איז ער געגאנען, דאכט זיך, אין פוילן.

לאו דוקא ער'ז געגאנגן דערמיט אויך ווען ער פלעגט פארן אין קאנטרי אינמיטן ווינטער און סתם אזוי אויף קוהר
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

יעך געדענק זעהן בילדער פון הרה"ק ר' שלום מסטראפקוב זי"ע מיט א קאטשמא
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

ארויפגעברענגט לכבוד די יומא דהילולא של האי צדיק וקדוש אביהן ורבן של ישרא-ל. אוהב שלום רודף שלום אוהב את הבריות ומקרבן לתורה!

מאשפֿות ירום אביון, בבחינת כמעט תחיות המתים האט דער צדיק מיט מסירת וגבורת הנפש -כמעט איינער אליין- אויפגעשטעלט א לגיון פון תורה וחסידות פון א קליינע צאל צובראכנע שארבען שארית הפליטה -ששתו מכוס התרעלה כמה שנים ר״ל- פון תלמידי אביו הק׳ הי״ד, און אנדערע װאס האבען זוך אנגעקלעפט אין זיין װארימקייט און לעכטיגען אור.

געדינט דעם אייברשטען מיט שמחה און הארציגקייט און מיטגעשלעפט כל הנלוים אליו צו שמחה של קדושה.
א הויכער בעל מדריגה והשגה און אלעס באהאלטען אין אזא פשטות ונעימות!
א הארציגער איבערגעגעבנער טאטע פאר כלל ישרא-ל ,השתתף בצערן ובשמחתן של ישרא-ל ונשא אותם על לבו הטהור
התפלל בעדם חזקם ופעל ישועות בקרב הארץ
זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישרא-ל אמן!
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

איטשע האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:לגבי די [אמאליגע] פלעסטיקס פאר די שטריימלעך האט דער באבוב'ער רב דאס מתיר געוועהן צו גיין דעמיט בשבת במקום שאין מעורב, אבער אין בארא פארק דארט ווי זיין איידעם האט דאס גע'אסר'ט איז ער נישט געגאנגען דערמיט.

מקור ביטע


וואס מיינט א מקור?
אז כ׳וועל עס אפשרייבען, און אהער ברענגען א פאטאסטאט, וועט עס דיר באגניגען? פרעג עני באבובער חסיד, וואס אומגעפער 30 אין העכער וועט ער עס דיר קענען קונפוירמען.

גם אני שמעתיו אז אין פלארידא האט ער געלאזט די בחורים גיין א פלעסטיק וויבאלד זיין איידעם איז נישט דיין דארט.
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

והוא פלאי האט געשריבן:http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=2695&hilite=45d603d2-38f8-4386-9637-b029531cdf32&st=%d7%a9%d7%9c%d7%9e%d7%94+%d7%94%d7%9c%d7%91%d7%a8%d7%a9%d7%98%d7%90%d7%9d

איר ווילט פאריכטען דעם לינק?
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

והוא פלאי האט געשריבן:נאך א תשובה
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... d00e7d&st=%u05de%u05d2%u05df+%u05e7%u05dc%u05e2%u05de%u05e4

דאס אויך צריך תיקון.
זרח'ל
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 15, 2017 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זרח'ל »

ישלהוסיף האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:ער אליינס מסתמא קיינמאל, חסידישע יודן האבן זיך געפירט נישט צוצדעקן דאס שטריימעל.


ער אליינס האט יא עטליכע מאל געטראגען דעם פלעסטיג, הן וויילענדיק אין בעל הארבער, און אמאל איז געוועהן שטארקע גאס רעגן וויילענדיג אין פלארידא.

אגב, טייל מאל איז ער געגאנגען מיט א קוטשמע, א זאך וואס ער האט זיך נישט דערוואגט צו טוהן אין בארא פארק וכיוצ"ב, עס זענען פארהאן בילדער דערפון.
אטעטשמענטס
מהרש בטיול.jpg
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אין קאנטרי
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

לכבוד די זיבעצנסטע יארצייט שמעו ותחי נפשכם
הלל
(קרעדיט הרב קקיון)
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

א מוראדיגע מעשה לכבוד די יארצייט זצ"ל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אזוי וי ס' געפאלט אויס היינט די זיבעצינסטע יארצייט פון דעם אוהבן של ישראל רבי שלמה'לע באבוב'ער רבי זצ"ל ,האט מיך ר' יצחק בעניש שיחי' היינט פארציילט א מוראדיגע מעשה וואס ס'האט פאסירט מיט זיין שווער זאל געזונט זיין.

אז באבוב'ער רב זצ"ל פלעגט פארן קיין מעקסיקא וינטער אויף בעדער אינדרויסען פון שטאט אין קאנטרי ,און מ'האט ארויס געברענגט דארט'ן בעלי בתים צו מנין, און זיין שווער ר' משה ישראל רובעל נ"י האט געוואוינט אין מעקסיקא, און ער פלעגט אויך ארויס פארן צום קאנטרי משלים זיין מנין,

און א' זונטאג נאכט וינטער תשמ"ד ווען די רבי זצ"ל איז געווען אין מעקסיקא און ער האט שוין געדארפט א'היים פארן קיין נוא יארק איז ר' משה ישראל אריין צום רב זיך געזעגענען,האט זיך דער רב אנגערופען איך וויל דיך בעטען א טובה און ס' וועט דיך זיין זייער שווער צוטוהן ,אבער זאג מיך צו אז דו וועסט מיך צוליב טוהן, נו ר 'משה ישראל טראכט ביי זיך אז ויבאלד מעקסיקא איז א מדינה וואס פאברעצירט זילבער אפשר וויל די רבי א זילבערנע אתרוג פושקע,

זאגט אים דער רב איך פאר יעצט אהיים קיין אמעריקא ,און דעם שבת וויל איך דיך זעהן מיט דיין גאנצע משפחה אין נוא יארק און שאף זיך א דירה מיט א פרנסה דארטן.

אומר ועושה ר' משה ישראל האט געפאקט פעקליך און מיטוואך איז ער אנגעקומען מיט די גאנצע משפחה קיין נוא יארק און יענעם פרייטאג איז געווען א ערד ציטערנישט אין מעקסיקא און זיין גאנצע דירה איז צאם געפאלען.

אזוי ווי בחיים חיותו האט ער ליב געהאט א יעדער איד און געזארגט און געדאווענט פאר זיי, מה כאן עומד ומשמש אף להלן עומד ומשמש אויס צו פועל'ן ישועות און רפואות פאר גאנץ כלל ישראל אמן

זכר צדיק לברכה.
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5230
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

44444.jpg
44444.jpg (28.75 KiB) געזען 4332 מאל
33333.jpg
33333.jpg (114.98 KiB) געזען 4332 מאל
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אנדי פעטיט האט געשריבן:די אינגעל אין ביידע בילדער זעהט מיר אויס ווי די באבובער רב (48) שליט"א

די אויבישטער בילד פון רעכטס צו לינקס


הרה"ח רבי יהושע וואלף זאפרין ז"ל פון די געהויבענע חסידים
אדמו"ר מהר"ש זצ"ל
די נעקסטע דערקען איך אבער איך כאפ נאך נישט ווער דאס איז.
זעהט אויס ווי ר' אברהמ'לע מנדלבוים ע"ה (דאכצעך)
די נעקסטע דערקען איך נישט

אין די אונטערשטע בילד דערקען איך נאר דער וואס שטייט אונטער די רב, עס זעהט אויס ווי די גבאי פיניע אייזן.

אויב מיין טביעת עין איז גוט איז דער וואס איז אקעגען איבער ר' ישוע וואלף זאפרין ז"ל ר' לייבוש שפריי
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


Nodabeyehuda
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Nodabeyehuda »

ר ישראל שלמה לאנגער
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

פון ר. צו ל. רבי יהושע וואלף,רב ז"ל, רב שליט"א, ר' שמואל ראזנגארטן,ר' משה קאלפוס
דביה תחדי נפשא
Nodabeyehuda
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Nodabeyehuda »

פון ר. צו ל. רבי יהושע וואלף,רב ז"ל, רב שליט"א, ר' שמואל ראזנגארטן,ר' משה קאלפוס, ר ישראל שלמה לאנגער
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

פון דא
חמרא טבא האט געשריבן:א חלק פונעם ווידיאו וואו מ'זעהט דעם אנקום פון דער באבובער רב זצ"ל

איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער רב איז דעמאלסט געווען 84 יאר אלט!
יעצט קוקט עס איבער און לאזט מיר וויסן אויב איר קענט א איד אין דעם גיל וואס וואקט אזוי...
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

חמרא טבא האט געשריבן:פון דא
חמרא טבא האט געשריבן:א חלק פונעם ווידיאו וואו מ'זעהט דעם אנקום פון דער באבובער רב זצ"ל

איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער רב איז דעמאלסט געווען 84 יאר אלט!
יעצט קוקט עס איבער און לאזט מיר וויסן אויב איר קענט א איד אין דעם גיל וואס וואקט אזוי...

גראדע קען איך א איד אין דעם גיל, און א איד נאך עלטער וואס וואקט אזוי, פאר אלע אידן אזוי געוואונטשן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

עס איז ידוע אז ביי די גרויסע באבוב'ע-וויזניץ'ע חתונה וואס איז פארגעקומען אין בני ברק בצל הסבא קדישא מרן ה'ישועות משה זי"ע, איז ידוע דאס די באבוב'ע רב זצ"ל פלעגט זיך אלעמאל אויפירען זייער פריש און אינג (א שטייגער ווי זיין פלעמעניק כ"ק מרן אדמו"ר מ'בית חיים יהושוע שליט"א) און די וויזניץ'ע רבי ז"ל האט זיך נישט געקענט בארוהיגען פון די מחזה, און האט אינמיטען די ימי שמחה צו אינמיטען די חתונה גופא געפרעגט די באבוב'ע רב "וויאזוי מאכט מען דאס?" האט אים די באבובע רב גענטפערט -מיט זיין לעכטיגע שמייכעל- מיט עטליכע ווערטער וואס האט ארויסגעברענגט דעם באבובע רב'ס לעבען שטייגער: "וויזניץ'ע רבי! איהר האט שוין אמאל געמאכט א קאווע אליין??!!!"
כידוע פלעגט די באבוב'ע רב -ספעציעל אויף וועקאציע- קענען אליינס זיך אנגרייטען פרישטיג, פאר זיך און פאר זיינע משמשים!
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

ער פלעגט ביי די חתונה'ס אליינס אויפנעמען געסט, טיילען ציגערעטלעך א.ד.ג.
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

כ"ק אדמו"ר ר' שלמה מבאבוב זצוק"ל בצעירותו
אטעטשמענטס
IMG-20180210-WA0002.jpg
IMG-20180210-WA0002.jpg (96.25 KiB) געזען 3287 מאל
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

א שיין בילד פון פרע"ח האדמו"ר מהר"ש זצ"ל
קען איינער אידענטיפצירן די חדב"ן ביי די נעמען?
אטעטשמענטס
Bobov-Wedding-9107.jpg
Bobov-Wedding-9107.jpg (140.42 KiB) געזען 2948 מאל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

פון ר. צו ל. דער ר"י רבי ברוך אברהם הורוויץ, רבי יעקב ישראל מייזליש אב"ד קרית באבוב בת ים, דער רב שליט"א, דער דיין רבי חיים יעקב טויבער, רבי ב"צ בלום דומ"צ באבוב לונדון
דביה תחדי נפשא
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

חמרא טבא האט געשריבן:פון ר. צו ל. דער ר"י רבי ברוך אברהם הורוויץ, רבי יעקב ישראל מייזליש אב"ד קרית באבוב בת ים, דער רב שליט"א, דער דיין רבי חיים יעקב טויבער, רבי ב"צ בלום דומ"צ באבוב לונדון

ייש"כ. ס'איז דא נאך איין איידעם, דער ראה"כ הגרי"ב גאלדבערגער, אויף דעם בילד זעט מען אים יא?
אטעטשמענטס
Bobov-Wedding-9177.jpg
Bobov-Wedding-9177.jpg (176.74 KiB) געזען 2880 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”