ענינים ועובדות מהרבי ר' אלימלך מליזענסק זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ענינים ועובדות מהרבי ר' אלימלך מליזענסק זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איינמאל איז הגה"ק רבי שניאור זלמן מליאדי זי"ע דער "בעל התניא" געוועהן ביי איינעם פון די מתנגדי'שע רבנים, האט יענער רב געפרעגט דעם בעל התניא וועגן א ספר וואס ער האט ביי זיך אין באזיץ וואס הייסט "נועם אלימלך" און ער האט געהערט אז דער מחבר איז פון די תלמידים פון מעזריטשער מגיד זי"ע, ער האט דערציילט אז דער ספר ליגט ביי אים אויף דער פאדלאגע אונטער א באנק און ער האט געבעהטן דעם בעל התניא אז ער זאל אים מצייר זיין דעם מהות פונעם מחבר.
האט דער בעל התניא אים געענטפערט: "נאר מיט איין זאך וועל איך אייך אויס'משל'ן דעם מהות פונ'ם מחבר אויב איר וואלט אים אליין געלייגט אונטער א באנק וואלט ער אויך געשוויגען און גארנישט געזאגט אזא עניו ושפל ברך איז ער"!
(בית רבי דף ס"ג.)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער אפטער רב הרה"ק בעל אוהב ישראל זי"ע האט דערציילט: איינמאל איז דער רבי ר' אלימלך ז"ל איינגעשטאנען ביי מיר און איך האב אים באשטימט א באזונדערען צומער, איינמאהל ווען איך בין צו אים אריין האב איך געזעהן ווי ער מאכט זיך א חשבון צו ער איז ראוי לעולם הבא און ער האט מיט זיך אויסגעשמועסט נפשי נפשי דו ביזט נישט ראוי צו קיין עולם הבא און ער האט דערביי אויסגערעכנט יעדע עבירה וואס ער האט געטראפען אויף זיך.
נאכדעם האט ער זיך געטרייסט אפילו דו ביסט נישט ראוי אבער הקב"ה מיט זיין גרויס גענאדע וועט דיר צוטיילן א טייל אויף יענער וועלט, אונזערע רבי'ס האבן דאך געזאגט (סוטה דף י"ד.) "הקב"ה קיים כל התורה וכו' ניחם אבלים ועשה שושבינות וגומלי צדקה", אויף יענער וועלט וואו ס'איז נישט דא קיין עסן און קיין טרונקען וואס פאר א צדקה איז דען שייך נאר דער אויבערשטער וועט טוהן צדקה מיט די וועלכע זענען נישט ראוי לעולם הבא, זיי עס געבן בתורת צדקה!
(ספה"ק שפתי צדיקים פ' לך, ד"ה ויחשבה לו לצדקה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

נאך א מעשה ווערט דערציילט צווישען חסידים וואס ווי ווייט דער רבי ר' אלימלך איז געוועהן גרויס בענוותנותו הק' און האט זיך קיינמאהל נישט געוואלט אויסגעבן פאר פרעמדע ווער ער איז.
איינמאל איז דער רבי ר' אלימלך געזעסן אין מרחץ איז אריינגעקומען א חסיד פון אונגארן וועלכער איז דאס ערשטע מאהל איצט געקומען קיין ליזענסק אויף שבת ער האט נאך דעם רבי'ן ר' אלימלך קיינמאהל נישט געזעהן, צושמועסט זיך מיט אים דער רבי און פרעגט אים אויס פון וואנען ער איז צוליב וואס ער איז געקומען וכולי, האט דער פרעדמדער געענטפערט אז ער איז פון אונגארן און ער איז געקומען צום רבי'ן ר' אלימלך אויף שבת. רופט זיך אהן דער רבי ר' אלימלך אויך ביי אייך אין אונגארן איז אזא "עלמא דשיקרא" א פאלשע וועלט, דער שם פון דעם בלאפער און שקרן וואס געבט זיך אויס פאר א צדיק האט שוין צו אייך אויך דערגרייכט און דער רבי נעמט זיך רעדן אויפ'ן רבי'ן ר' אלימלך.
דער פרעמדער חסיד האט זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן פון כעס, וואס איז אין ליזענסק זאל זיך נאך געפונען א איד וואס זאל זיך דערוואגן צו רעדן אויפ'ן רבי'ן ר' אלימלך און ער האט אנגעהויבן שרייען: פושע ישראל! אויף אזא צדיק רעדסט דו אזוינע דיבורים! ער האט געזידלט דעם רבי'ן ר' אלימלך מיט חירופים וגידופים ביז ביידע זענען ארויס פון מרחץ.
ווען דער פרעמדער איד איז שפעטער געקומען צום רבי'ן ר' אלימלך אין שטוב נעמען שלום איז ער שיעור נישט געפאלען פאר שרעק אין חלשות ער האט דערזעהן אז דער וועמען ער האט געזידלט פריער איז טאקע דער הייליגער רבי ר' אלימלך אליין.
יענער איד האט נישט געוואוסט וואו זיך אהין צו טוהן פאר בושה און שרעק וואס ער האט געכאפט, אבער דער רבי ר' אלימלך האט אים אנגענומען ביי דער האנט און האט אים געזאגט דארפט זיך גארנישט שרעקען איך האב דיר דערציילט דעם אמת וואס דער רבי ר' אלימלך איז און אויך דו האסט מיר געזאגט דעם אמת ווען דו האסט מיר געזידלט.
(אוהל אלימלך אות ער"ה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פארוואס האט דער קאזניצער מגיד זצוק"ל געשמייכלט
הגה"ק מהר"י מפשעווארסק זי"ע האט דערציילט וואס ער האט געהערט פון זיין שווער הרה"ק רבי איציקל זי"ע וואס האט נאכדערציילט פון הרה"ק רבי מנחם מענדל הורוויץ אבד"ק מעליץ זצ"ל די פאלגענדע מעשה:
נאך די הסתלקות פון רבי'ן ר' אלימלך האט זיך דער קאזשניצער מגיד צושמייכלט, האט ער דערציילט אז ווען דער רבי ר' אלימלך איז ערשיינען פאר'ן בית דין של מעלה און זיי האבן אים אנגעהויבן חוקר ודורש זיין אויף זיינע מעשים האט ער זיך מתודה געוועהן און געזאגט איך האב נישט געלערנט און נישט געדאווענט האט דער בית דין גע'פסק'נט אויב אזוי דארף ער גיין אין גיהנם.
פאקטיש האט מען אים ווי פארשטענדליך געפירט אין גן עדן און ווען ער איז דארט אנגעקומען האט ער צוזאמענגעקלאפט ביידע הענט זאגנדיג מיר האבן א גוטען באשעפער אויב דער גיהנם איז שוין אזוי גוט איז דאך על אחת כמה וכמה ווי גוט און ווי שיין דער גן עדן ווייל ער האט געטראכט אז ער איז באמת אין גיהנם.
(י"ג אורות ח"ב עמ' נ"ט)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

געוועהן איז דאס אמאהל ווען דער הייליגער רבן של ישראל רבי ר' אלימלך זי"ע האט געהאלטן אינמיטן פראווענען דעם טיש, ווי מען האט אריינגעברענגט דעם זופ האט דער הייליגער רבי פלוצלינג גענומען דעם טעלער און דאס געגעבן א גיס אויס אויפן טיש... דער רבי ר' מענדל'ע מרימנוב זי"ע וועלכער איז געזעצן דערביי אזוי פארטראכט אין זיינע הייליגע מחשבות האט געגעבן א שפרינג אויף: רבי! געוואלד! מען וועט דאך אונז אלע איינשפארן אין תפיסה! - האט דער רבי ר' אלימלך אים געענטפערט: נישט געזארגט! מיר זענען דאך אלע דא, נישט דארט!
- די אלע אנוועזנדע זענען געוועהן דערוואונדערט ביז גאר פון די גאנצע געשיכטע וואס האט זיך דא אפגעשפילט אין די קורצע מינוטן, ביז דער רבי אליינס האט דאס געגעבן צו פארשטיין.
- אין עסטרייך האט די מלוכה אצינד פארשריבן א שווערע גזירה אויף כלל ישראל, ווי עס איז געוועהן דער שטייגער בימים ההם נאכדעם וואס מען האט געענדיגט שרייבן עטוואס האט מען באגאסן דעם כתב מיט זאמד צו טריקענען דעם טינט, ווען מען האט געוואלט אין קייסערליכן הויף נעמען דעם זאמד צו באשיטן דעם כתב גזירה האט דער הייליגער רבי אין יענע מינוט געגעבן א שיס אויס דעם טעלער זופ, אזוי אז אין קייסערליכן הויף האט מען אנשטאט די זאמד זיך טועה געוועהן און געגעבן א גיס אויס דאס פלעשל טינט איבער דעם כתב, אזוי ארום איז די גזירה אינגאנצן אפגעשאפן געווארן.
אט דאס האט דער רבי ר' מענדל'ע ברוח קדשו מיטגעהאלטן טריט ביי טריט, ווי דער רבי זיינער, דער רבי ר' אלימלך באגיסט דעם כתב מיט די זופ זיינע, דער רבי ר' מענדל'ע וועלכער איז געוועהן אזוי פארטוהן אין דעם געשעהעניש האט זיך פארגעסן און עס האט זיך אים גאר געדאכט ווי דאס קומט פאר בפועל ממש אינעם קייזערליכן הויף, דעריבער האט זיך רבי ר' מענדל'ע אזוי געשראקן אז מען וועט דעם הייליגן רבי'ן איינשפארן פאר די שרעקליכע חוצפה און מרידה במלכות, ביז דער רבי האט אים בארואהיגט אז דאס איז בלויז א פועל דמיוני, דאס קומט פאר ביי אונז ביים "טיש", פון דאנעט טוען מיר דאס נויטיגע ביז צום קייזערליכן הויף אריין...!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס איז באקאנט די מעשה איבער דעם מורא'דיגן הייליגן כח פונעם נועם אלימלך אז אפילו די אלע חיצונים און מארי דדינא האבן זיך פון אים געפארכטן ביז גאר:
עס איז אמאהל געקומען צום הייליגן רבי'ן רבי אלימלך א פרוי, אן עגונה, וועמען דער מאן האט איבערגעלאזט שוין א לענגערע צייט אויפן וואסער אהן די מינדעסטע ידיעה איבער זיך, זי האט זיך אויסגעוויינט פאר'ן צדיק און געבעטן א ישועה, דער רבי האט אויסגעהערט די פרוי און האט איר פארשריבן עטוואס אויף א קליין צעטל, און האט באפוילן פאר די פרוי צו גיין אין יענעם געוויסן וואלד, דארט אין דעם פינסטערן וואלד וועט זי זעהן דאס ליכט פון א קליין הייזל, זי זאל אהין אריינגיין און איבערגעבן אט דעם צעטל דארטן און דער באשעפער וועט העלפן עס וועט קומען די ישועה.
די פרוי האט מיט גרויס תמימות אויסגעפאלגט דעם באפעל פון דעם צדיק, זי איז געגאנגען אהין אין דעם פינסטערן וואלד און האט געפינען דאס קליין הייזל און איז אריין דארטן, אריינקומענדיג האט זי צום ערשט נישט געזעהן דארט קיין נפש חיה, פלוצלינג האט זין באוויזן א גרעסערע חברה פון שדים און רוחות רעות, זי איז צוגעגאנגען און האט זיי איבערגעגעבן דעם צעטל וואס דער הייליגער רבי פון ליזענסק האט געשיקט, אין דעם צעטל איז געשטאנען אז דער "רבי ר' אלימלך" טוהט זיי באפעלן באלד און גיך צוריקצוגעבן דעם מאן פאר די פרוי.
די חברה האבן גענומען דאס צעטל און אריין דערמיט אין א דערנעבנדיגן צימער, איבערלאזנדיג די פרוי ווארטן, דארט האט זי געהערט א גרויס גערויש און א טומל ווי די חברה האבן זיך געקריגט אויב מען זאל פאלגן דעם באפעל אדער נישט, דער הויפט צווישן זיי האט אויסגערופן אז מען זאל באשטימט אויספאלגן דעם גענויען באפעל פון דעם צדיק ווייל זיין פארכט איז געוועהן אויף אים ביז גאר, די אנדערע האבן זיך נאך פרובירט צו דינגען ביז עס איז אבער געקומען די הכרעה אז מען מוז דאס פאלגן, זיי האבן טאקע באלד ארויסגעברענגט דעם מאן צו איר, דער מאן איז געוועהן שווער באוואקסען מיט האטר איבעראל, זייענדיג שוין דארטן ביי די חברה א לאנגע צייט, למעשה האט דער מאן נישט געדענקט גארנישט וואס עס האט זיך מיט אים געטוהן די צייט פון ווען ער איז אנגעקומען צו די חברה.
איין זאך האט ער געדענקט אז ווען עס איז געקומען חודש אלול און אידישע קינדער האבן געבלאזן "שופר" איז זיי באפאלן א פחד און א געוואלדיגע אימה...
אט אזוי ווייט האט געגרייכט דאס הייליג כח פון דעם צדיק נורא, ארויסצוראטעווען א מענטש פון די הענט פון די חיצונים ממש, בזרוע עוזו און מיט זיין גרויס קדושה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס ווערט דערציילט פון צדיקים, אז ווען די חברה-קדישא זענען אריינגעקומען צום רבי ר' אלימלך איידער ער איז נפטר געווארן, און האבן געזעהן זיין מצב, האבן זיי אים געזאגט "רבי וידוי", דאס מיינט אז ער זאל זאגן וידוי פאר זיין נשמה גייט ארויף צום הימל, [די חברה-קדישה מענטשן זענען געוועהן פשוטע מענטשן, זיי האבן נישט געוויסט זיין גרויסקייט].
האט זיי דער רבי ר' אלימלך געזאגט ווי זענט איר געוועהן ביז יעצט, ווען איך בין געזעסען ביים שיסל מיט יועך (זופ) און געגעסן, דעמאלסט ווען איך האב געהאט כח האט איר מיר גארנישט געזאגט אז איך זאל נישט טוהן קיין עבירות, און תשובה טוהן, יעצט קען איך שוין ממילא נישט זונדיגען, וואס איז שוין ווערד אזא תשובה... דער רבי ר' אלימלך האט עס געזאגט מיט א גרויס התרגשות, און התעוררות, אז עס האט אין זיי אריינגעברענגט הרהורי תשובה, זיי האבן דערפילט אז מען דארף תשובה טוהן ווען מען איז געזונט און שטארק, און נישט ווארטען ווען עס איז שוין שפעהט, האבן זיי אלע תשובה געטוהן בשלימות.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער ציון המצויינת פון רבינו הקדוש הרבי ר' אלימלך זי"ע~

טויזנטער אידן פון איבעראל, קומען צו פאטרן אויפ'ן ציון פון הייליגען רבי'ן ר' אלימלך זצוק"ל אין ליזענסק. און אויך היינט, פירן זיך פיהל אידן פון די גאנצע וועלט, צו פאטרן קיין ליזענסק, מתפלל זיין אויפ'ן הייליגן ציון. אבער נישט פון אייביג אהן איז דאס אזוי געוועהן, אין די ערשטע צענדליגער יארן נאך דעם רבי ר' אלימלך'ס הסתלקות איז דאס נאך נישט געוועהן אזוי ווייט איינגעפירט. ביז עס איז געקומען דער ראדאמסקער רבי, הגה"ק בעל תפארת שלמה זצוק"ל, און ער האט דאס איינגעפירט און דורכגעפירט אז דער ציון הקדוש פונעם רבי'ן ר' אלימלך זי"ע זאל ווערן א ווענד פונקט פאר טויזנטער אידן פון איבעראל. דער תפארת שלמה זצ"ל האט אויך איבערגעבויט דעם אוהל אויפ'ן ציון הקדוש, אויך האט ער געבויט א צוים ארום דעם קבר, מען זאל חלילה נישט טרעטן דערויף, און איינגעפירט עס זאל שטענדיג ברענען א ליכט אין אוהל, א נר תמיד, לכבוד דעם הייליגן צדיק וואס ליגט דארט.

ער האט אויך געווירקט, אז מען זאל פאטרן קיין ליזענסק, און דורך אים האבן טויזנטער אידן פון איבעראל געשטראמט קיין ליזענסק אויפ'ן הייליגן ציון, ביי די יארצייט און אויך א גאנץ יאר.

ער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "ברוך השם אז מיר האבן דערהויבן דעם כבוד פון רבי'ן רבי אלימלך זי"ע".

איינמאל ווען דער תפארת שלמה איז געפאטרן קיין ליזענסק, איז ער דורך געפאטרן די שטאדט קראקא. האט ער געזאגט "די קראקא'ער לומדים וועלן נישט פארשטיין, פארוואס איך פאטר אדורך קראקא, וואו עס ליגן אויפ'ן דארטיגן בית החיים גדולי עולם, (דער "ב"ח", דער "רמ"א", דער "מגלה עמוקות", און נאך א סאך גדולי ישראל) און איך פאטר גאר ווייטער קיין ליזענסק? נאר צדיקים פון גן עדן ווייסן נישט וואס עס טוט זיך דא אויף דעם עולם, אויסער דער רבי ר' אלימלך זי"ע, וואס ער האט זיך אויסגעארבעט ער זאל יא זיין דא צווישן אונז".

אין ספר דברי יצחק (אות ל"ח) ברענגט ער בשם הרה"ק רבי מאיר'ל פרמישלאנער זצוק"ל אז ער האט איינמאל געזאגט: ווער עס וויל האבן יראת שמים באמת זאל גיין צום ציון פון רבי ר' אלימלך קיין ליזענסק ער זאל מתפלל זיין דארט און ער וועט זעהן אז זיינע תפלות וועלן עושה פירות זיין (אנגענומען ווערן). אין ספר אהל אלימלך ווערט געברענגט אז דער רבי ר' אלימלך האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען לאחר פטירתו, צו זיין קבר וועט נישט שטארבן אהן קיין תשובה!

האט כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מהרב"צ זצוק"ל הי"ד געזאגט בדרך צחות, "אז אויב מען לערנט "נועם אלימלך" און "צעטיל קטן" לעבט מען א גאנץ לעבן מיט תשובה"...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין הקדמה צום שו"ת תפארת נפתלי ווערט געברענגט, אז דער מחבר הגה"צ רבי נפתלי הירצקא העניג זצ"ל אבד"ק שארמאש פלעגט דערציילן, אז זיין עלטער זיידע הגה"ק רבי נפתלי הירצקא מראצפערט זי"ע [פון די גרויסע תלמידים פון רבינו הקדוש מצאנז זי"ע] איז נסמך געווארן אלס א רבי ופועל ישועות דורך הרה"ק מבעלזא זי"ע, ווי מען זעהט פון די פאלגענדע עובדא:

ווען מען האט אנגעהויבן צו קומען צו רבי הירצקא'לע פאר ישועות איז ער געוועהן אין א גרויסן קלעם, ווייל פון איין זייט האט ער געהאלטן אז ער איז נישט בכוח צו פועל'ן ישועות פאר אידן, אבער מאידך גיסא האט ער נישט געוואלט אוועקשיקן מיט ליידיגע הענט די משכימים אל פתחו וועלכע זענען געקומען פון ווייטע ערטער, האט ער באשלאסען צו פאטרן קיין ליזענסק, א מרחק רב ממקום שבתו און האט דארט אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים אויפ'ן ציון הקדוש פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, זייענדיג מתפלל בלחש אז זיינע תפלות פאר אידישע קינדער זאלען אנגענומען ווערן.

ארויסקומענדיג פון אוהל האט ער באגעגענט הרה"ק רבי יהושע'לע מבעלזא זי"ע וועלכער איז אויך געקומען קיין ליזענסק, האט דער מיטעלער בעלזער רב ז"ל אים געזאגט "שלום עליכם רבי הירצקא'לע, ווינטשט מיר אהן ווייל וואס איר ווינטשט ווערט שוין מקויים"!

דער שארמאשער רב פלעגט ענדיגן, אז פאר זיין זיידן איז געוועהן א פלא אז דער בעלזער רב האט ברוח קדשו מרגיש געוועהן אויף וואס ער האט מתפלל געוועהן, ווי אויך אז זיין בקשה איז באלד נתקבל געווארן. כידוע איז רבי הירצקא'לע ראצפערטער זי"ע איז טאקע געוועהן אן אויסגערופענער פועל ישועות בקרב הארץ, ורבים נושעו מתפלותיו וברכותיו הקדושים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ווען דער לאנד פולין איז איינגענומען געווארן דורך די דייטשן ימ"ש ביי די צווייטע וועלט'ס מלחמה, האבן די פלאלאק'ן דערציילט פאר די נאצי'ס ימ"ש אז אינעם אוהל אין ליזענסק באהאלטן די אידן זייער גאלד און זילבער, זיי האבן אזוי געמיינט, ווייל טויזענטער אידן פלעגן שטראמען צום ציון יערליך, איבערלאזענדיג קוויטלעך, וואס זיי האבן געמיינט אז מען באהאלט דארט די פארמעגענס, איבערהויפט אין די דאזיגע שווערע צייטן.
ווען די רשעים האבן דאס געהערט, האבן זיי גענומען עטליכע אידן, און באפוילן אז זיי זאלן אויפגראבן דעם קבר פונעם איש האלקים, צו זעהן וואס מען האט דארט באהאלטן (לויט אנדערע מקורות האבן זיי גערופען די אידן, ווייל עטליכע דייטשן וועלכע האבן פרובירט צוצורירן צום קבר זענען אומגעקומען אויפ'ן ארט!) די אידן האבן באין ברירה אויפגעגראבען און געזעהן דעם אור גדול. דעם גוף טהור בשלימות הגמורה, וואס האט אויסגעזעהן ווי מען וואלט עס איצט קובר געוועהן, מחמת רוב פחד האט מען שנעל צוריק קובר געווען דעם ציון.
דאס האבן דערציילט צוויי עדי ראי', ר' יוסף פאגעל ע"ה און ר' ישראל זעלנער ע"ה, מתושבי העיר ליזענסק. און זיי האבן מעיד געוועהן אז זיי האבן געזעהן די דיוקנא קדישא, די בארד פון רבי'ן ר' אלימלך זי"ע און ס'איז טאקע געוועהן ווי "קאלטאנס" (צעטיילטע געקניפטע טיילן) ווייל ידוע האט ער קיינמאהל נישט געקעמט זיין בארד.
הרה"ח מו"ה ישראל ניימאן שליט"א דערציילט אויך אז זיין מאמע ע"ה איז דעמאלסט געוועהן אין ליזענסק און האט געדענקט די מורא'דיגע עובדא ווען עס איז פארגעקומען און אז אנדערע אידן זענען אריינגעלאפן צו זעהן דעם גוף קדוש.
(אמרי דבש)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין ספר תולדות הנפלאות ווערט געברענגט, אז דער הייליגער שרף פון מאגלניצא זי"ע האט דערציילט, אז זיין מוטער הצדיקת הקדושה פערל ע"ה, די טאכטער פון הייליגען קאזניצער מגיד זי"ע - בעל עבודת ישראל, האט עטליכע יאר נאך די חתונה מיט איר גרויסען מאן הרה"ק רבי אבי עזרי זעליג שפירא זי"ע נישט זוכה געוועהן צו האבן קינדער און האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין ליזענסק צום ציון פון גרויסן רבי'ן פון איר גרויסען טאטען זי"ע.
זייענדיג אונטערוועגענס איז זי געבליבען אויף א שבת אין ניישטאדט, וואס איז געוועהן ביים גרעניץ, ביים הייליגן בעל מאור ושמש זי"ע, וועלכער האט דארט געוואוינט, ווען דער מאור ושמש האט געהערט אז זי איז אויפ'ן וועג קיין ליזענסק האט ער זי אפגערעדט, זאגענדיג "וואס האט אן אשה צו זיין אויפ'ן הייליגן ציון"? און דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע איז שוין סיי ווי גאר הויך בעולם העליון און עס איז נישט פארהאן קיין תועלת צו זיין אויף זיין ציון, כהנה וכהנה האט ער זי פרובירט אפצורעדן פון פאטרן קיין ליזענסק.
אויפצומארגענס האט דער מאור ושמש זי געלאזט רופען, און האט געזאגט "איר זאלט וויסן אז מיין הייליגער רבי איז צו מיר געקומען, און ער האט אויף מיר געהאט א גרויסע הקפדה אז איך האב אייך געוואלט אפרעדן פון פאטרן צו זיין ציון, און האט מיך געווארענט אז איך זאל אייך שטארק מחזק זיין צו גיין צו זיין ציון, און איר וועט בעזהשי"ת דארט אויסבעטן אלע אייערע תפלות ובקשות"!
נאך שב"ק האט דער מאור ושמש פערזענליך גע'שתדל'ט צו באקומען א וואגן פאר די צדיקת אז זי זאל קענען אריבערגיין די גרעניץ און ממשיך זיין קיין ליזענסק צום ציון און ווי באקאנט האט זי זוכה געוועהן צו א הייליגן זוהן, הגה"ק רבי חיים מאיר יחיאל שפירא זי"ע וועלכער איז בארימט געווארן אלס דער "שרף פון מאגלניצא" און האט פארשיינט די וועלט מיט זיין תורה וקדושה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס איז באקאנט די עובדא אז ווען הגה"ק רבי אלעזר ניסן מדראהביטש זי"ע, דער בן יחיד פון הייליגן בעל ישמח משה זי"ע פון אוהעל איז געוועהן א קינד, איז ער ל"ע נישט געזונט געווארן און איז געוועהן אין א גרויסע סכנה, האט זיין גרויסער פאטער געשיקט א שליח קיין ליזענסק מתפלל צו זיין ביים ציון המצוינת של אותו צדיק.

דער בעל ישמח משה זי"ע וועלכער האט דאן מכהן ברבנות געוועהן אין שינאווא, האט אנגעזאגט פאר'ן שליח אז ביים אנקומען צום ביה"ח זאל ער זאגן מפורש אז ער איז מנדב א פרוטה לצדקה פאר די נשמה וואס וועט גיין זאגן פאר'ן הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע אז ער ווערט געזוכט (אין פארשידענע מקומות ווערט געברעגט אז עס זענען פארהאן נשמות משוטטות וועלכע ווארטן אויף אזא שליחות).

א צייט שפעטער האט דאס קינד דער שפעטערדיגער גדול וקדוש רבי אלעזר ניסן זי"ע, זיך אויפגעכאפט פון שלאף און מען האט באלד געזעהן א געוואלדיגע שינוי לטובה, דער גרויסער פאטער האט אנגעצייכנט די גענויע צייט. ווען דער שליח איז צוריק געקומען האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז געוועהן באותו זמן ורגע ווען ער איז אריינגעגאנגען צום אוהל הקדוש.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ר' ישעיה איז געווען א חסיד, אחן ארענדער, וועלכער פלעגט גאנץ אפט פארן קיין ליזענסק, וואס איז געווען נישט ווייט פון זיין קרעטשמע, און דארט האט געוואוינט זיין רבי, הרה"ק דער רבי ר' אלימלך זצוק"ל.
געווען איז ר' ישעיה א רייכער מענטש מיט פארצווייגטע עסקים, אבער דערצו אויך א פיין תמימות'דיגער איד, און ער פלעגט שטענדיג מיט זיך מיטברענגען צום רבי'ן אויף ליזענסק פארשידענע מאכלים א.ד.ג. און דערמיט פלעגט ער שטארק מהנה זיין דעם רבי'ן, וועלכער האט זיך געפריידט דאס אלעס אוועקצושענקען פאר נויטבאדערפטיגע ארימעלייט און זיי ארויסהעלפן מיט זיייערע הצטרכות'ן.

אמאל האט זיך געמאכט א שמחה ביי ר' ישעי'ן אין שטוב, ער האט זיך געגרייט חתונה צו מאכן א טאכטער. איז ער דעריבער ווי א חסיד, געפארן אינאיינעם מיט די גאנצע פאמיליע, אויף ליזענסק, צו נעמען א ברכה ביים צדיק פאר זיך און פאר די גאנצע בני בית, אז די חתונה זאל זיין אין א מזל'דיגע שעה.

נאכ'ן איבערנעכטיגן דעם נאכט אין ליזענסק, איז דער חסיד צוריק אהיימגעפארן צו זיין אריינפאר-הויז. אבער ווי נאר ער איז אהיימגעקומען, איז ער דערציטערט געווארן צו טרעפן דעם הויז ליידיג; גנבים האבן אויסגענוצט דעם געלעגנהייט, און ווען ר' ישעיה האט פארבראכט אין ליזענסק האבן זיי אלעס גע'גנב'ט. גרויס איז געווען זיין צער אז אויך די קליידער פון די כלה איז גע'גנב'ט געווארן, און זי וועט נישט קענען גיין צום חופה ווי עס פאסט.

אין זיין גרויס פארגעלעגנהייט האט דער ארענדער אויסגעדרייט זיין פערד-און-וואגן, און זיך געלאזט אוועק צוריק צום רבי'ן ר' אלימלך, אים דערציילן דעם גרויסן אומגליק. דער רבי האט אים אבער אינגאנצן אויסגעלאכט. "ישעיה!" - האט דער רבי ר' אלימלך מיט א שמייכל געזאגט - "דו דארפסט זיך כלל נישט זארגן, דיין נאמען איז דאך די אותיות יושע י-ה, נו! איז פאר אהיים, און דער אייבירשטער וועט שוין העלפן!"
עס איז אריבער א טאג-צוויי וואס ר' ישעיה האט זיך אומגעקערט פון רבי'ן, און ער זעט עפעס נישט קיין פירות; די גניבה מיט די חתונה קליידער, וועגן דעם אלעם איז נישטא קיין שפור, ווערט שוין דער חסיד אומגעדולדיג און פארט זיך ווידעראמאל אוועק קיין ליזענסק, דאסמאל שוין מיט א טענה:

- רבי! - קרעכצט ער א פארצווייפלטער ארויס - דעם נאכט וואס איך האב פארברענגט דא ביים רבי'ן, האב איך געטון נאר על-דעת-זה וואס דער רבי האט אמאל געזאגט, אז דער מקום פון א צדיק האט אין זיך קדושת המקדש, און דער צדיק אליינס איז אין די בחינה פון א כהן גדול. מוז דאך זיין - טענה'ט ר' ישעיה ווייטער - אז בעת א חסיד איז עולה-רגל צו זיין רבי'ן, איז ער אין אט דעם בחינה ווי א איד גייט ארויף אין בית המקדש עולה-רגל זיין, און אויב אזוי, איז דאך שוין דא אין די תורה אן הבטחה: "ולא יחמוד איש את ארצך בעלותך לראות" אז ווען א איד וועט עולה זיין לרגל צום בהמ"ק וועט א מענטש נישט גלוסטן דיינע זאכן. איז רבי! - זאגט ר' ישעיה - ווי קומט עס איז מ'זאל ביי מיר בארויבן די נכסים פונקט דאן ווען כ'פארווייל ביים רבי'ן?

דער רבי ר' אלימלך האט אים ליבליך אויסגעהערט און דאן מיט הנאה אויסגערופן: "יא! ישעיה ביסט גערעכט! גיי טאקע אוועק צום בית-דין אין שטאט, און לייג זיי פאר דיינע טענות, כ'בין זיכער אז דורך זייער פסק, וועט זיך די גניבה ווי שנעלער אומקערן!"

ר' ישעיה האט דעם רבי'נס ווערטער פונקטליך אויסגעפאלגט. כאטש ער האט ווייניג פארשטאנען די באדייט דערפון, נאר אז די דיינים האבן געצויגן מיט די פלייצעס, נישט פארשטייענדיג וואס דער רבי וויל, האט ר' ישעיה דאס אלעס פארציילט פאר'ן רבי'ן ר' אלימלך.

דער רבי האט געהייסן מ'זאל אים דערלאנגען א פעדער מיט א בויגן און מיט א גרויס דביקות האט ער אליינס ארויפגעשריבן די צוויי ווערטער פון די עשרת הדברות: "לא תגנוב!"

דער רבי האט איבערגעגעבן דעם צעטל פאר ר' ישעי'ן און אים געוואונטשן הצלחה.

דער ארענדער האט זיך אויפגעהויבן און אהיימגעפארן מיט א שמחה וויסנדיג אז געוויס וועט די ישועה קומען כהרף עין. אזוי פארנדיג אויפ'ן וועג צו זיין היימ'ל איז ער דורכגעפארן א קליין וועלדעלע, וואס האט געפירט צום ריכטונג פונעם דארף וואו ער האט געוואוינט, און ווי איבעראשט איז ער געווארן ווען ער האט דארט באגעגנט ווי צוויי גנבים שלעפן א שווערער קאסטן, מיט אלע זיינע חפצים אינווייניג. ר' ישעיה האט זיך טאקע אומגעקערט אהיים מיט אלע זיינע זאכן, און האט געפייערט די חתונה פון זיין טאכטער מיט גרויס פרייד.

שפעטער אביסל איז ער געפארן צום רבי'ן ר' אלימלך מיט א פדיון, אפצוגעבן א שבח והודי' פאר די נס וואס איז געשען אין זכות פון רבי'נס ברכה. דער רבי ר' אלימלך - הערנדיג פון ר' ישעיה פארוואס ער איז געקומען - האט זיך עניוות'דיג פארענטפערט, זאגנדיג אז ער האט געשיקט צום בית-דין ווייל ער האט געוואלט זיי זאלן פסק'נען אז "לא עכברא גנבא אלא חורא גנבא", און אזוי ארום וועט די באהעלטעניש, וואו די גניבה איז געליגן, מוזן אויפדעקן די סחורה, און אז די בי"ד האט נישט פארשטאנען האט דער רבי ר' אלימלך געמוזט אליין אזוי פסק'נען. דערפאר איז טאקע אזוי געווען, אז די גנבים האט זיך עפעס פארדאכט אז די גניבה איז נישט גוט באהאלטן, האבן זיי עס ארויסגענומען פון די ערד, וואו עס איז געליגן באהאלטן, און עס געוואלט אוועקפירן אויף אחן אנדערע פלאץ, און אזוי ארום איז אויסגעפירט געווארן דעם פסק פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך פון לא תגנוב!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע פלעגט אריין לייגען די הענט אין פייער ביז זיי זענען ממש פארברענט געווארן... כדי תשובה צו טאן אויף דעם וואס ער האט געקלאפט די מאמען און מצער געווען מיטן וויינען וכדו' ווען ער איז נאך געווען א פיצל קינד...
(מאור ושמש פרשת מסעי).
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער רבי ר' מענדעלע פון רימנוב איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי'ן רבי אלימלך זי"ע. וויאזוי איז ער דערנענטערט געווארן צום רבי'ן ר' אלימלך? דאס האט אמאל דערציילט דער מאגלניצער רבי הגה"ק רבי חיים מאיר יחיאל זי"ע ("דער שרף") ווי פאלגענד: דער רבי ר' מענדעלע איז געווען אין זיין יוגנט א למדן און גרויסער ירא שמים, קיין חסיד איז ער נאך נישט געווען, און איז נישט געפארן צו קיין רבי'ן, נאר איז געזעסן און געלערנט טעג און נעכט בהתמדה גדולה ועצומה. איינמאל איז ער געזעסן אינמיטן די נאכט און זיך געפלאגט צו פארשטיין א שווערן רי"ף. ער האט זיך לאנג געמוטשעט און נישט געקענט טרעפן דעם ריכטיגן פשט, ער האט זיך דערפון זייער שטארק מצער געווען, ביז ער האט אויסגעבראכן אין א געוויין, און האט זייער שטארק געוויינט פארוואס ער האט נישט די זכי צו פארשטיין די ווערטער פון רי"ף. אזוי וויינענדיג איז ער אנטשלאפן געווארן. האט ער זיך גע'חלומ'ט, ווי ער זעט דעם בעל הרי"ף אליין, האט ער געבעטן דער רי"ף ער זאל אים זאגן פשט אין זיינע ווערטער אין ספר הרי"ף אויף וואס ער פלאגט זיך שוין אזוי לאנג. האט אים דער רי"ף געענטפערט: "איך בין דיר מייעץ, דו זאלסט פארן צום רבי'ן ר' אלימלך קיין ליזענסק, און אז דו וועסט דיך אין אים מדבק זיין, וועט דיר שוין גארנישט שווער זיין אין מיין ספר". ווען רבי מענדעלע האט זיך אויפגעכאפט פון זיין שלאף, האט ער זיך גלייך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו פארן קיין ליזענסק. איידער ער איז אנגעקומען קיין ליזענסק, האט דער רבי ר' אלימלך געזאגט צו זיינע תלמידים: "יעצט גייט צו מיר א בחור וואס השי"ת בארימט זיך מיט אים! ווייל ער וויל דינען השי"ת מיט אן אמת!" אנפאנג ווען רבי מענדעלע איז אנגעקומען קיין ליזענסק האט אים דער רבי ר' אלימלך אביסל מרחק געווען, אבער שפעטער האט ער אים גענומען זייער שטארק מקרב זיין ביז ער איז געווען פון די גאר נאנטע מקורבים צום רבין רבי אלימלך זי"ע. (ביז אהער שטייט אין ספר שיחות חיים וואס דער מחבר האט געהערט מפה קדשו פון מאגלניצער זי"ע)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע האט געזאגט: ווען מען גייט ביי אלע פיר עקן פון די שטאט נאך געלט, ווערט אים פארצייט אויף די עבירות וואס עס קומט דערפאר די פיר מיתות בית דין.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער חוזה פון לובלין איז אמאל אריין אין זיין הייליגן רבי'נס שטוב (רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע)
דער און האט געזעהן ווי דער רבי זיצט און קרעכצט זייער צובראכן. דעם חוזה האט דאס זייער וויי געטוהן, האט ער געפרעגט זיין רבי'ן דעם באדייט דערפון. ווי אזוי קען איך זיין נישט צובראכן אז איך האב עובר געווען אן עבירה...?
מיט גרויס פארוואונדערונג פרעגט דער חוזה: "וואס פאר אן עבירה האט דען דער רבי עובר געווען?"
"איך האב גערעדט אינמיטן דאווענען", האט דער רבי ר' אלימלך געענטפערט זייער צובראכן, דאס האט
"איך פאסירט ווען דער רבי ר' אלימלך האט אנגעהויבן זאגן "הודו" איז פונקט אריין געקומען א פארביטערטע פרוי און געוויינט אז איר קינד איז זייער קראנק און איז אין א גרויסע סכנה, האט דער רבי ר' אלימלך איר געפרעגט איר נאמען און איר טאכטער'ס נאמען כדי צו קענען מתפלל זיין פאר איר דאס איז געווען די גרויסע עבירה...
דער חוזה האט געוואלט בארואיגן זייז רבי'ן ריפט ער זיך אן: "רבי דאס איז דאך געווען פקוח נפש וואס איז
דער דוחה אלע מצוות...?"

דער רבי האט זיך אבער נישט בארואיגט.

רבי, על פי הלכה מעג מען נאך אויסרעדן ביי הודו ווייל עס איז נאך פאר "ברוך שאמר"
אבער לויט דעם אשכנז'ישן נוסח איז שוין הודו נאך "ברוך שאמר" און מען טאר שוין נישט אויסרעדן...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער מאור ושמש ברנעגט אז ער האט געהערט ווען דער רבי ר' זושא זצוק"ל האט געפרעגט זיין ברודער דער רבי ר'
ברענגט אלימלך מליזענסק זצוק"ל ווי אזוי פועל'ט ער אויס ביים אויבערשטן די וואונדערליכע נסים ונפלאות, האט דער רבי ר' אלימלך געענטפערט אז דאס איז דורך דעם וואס עס איז דא צווישען די צדיקים און די אידן אחדות, אין דעם זכות פון אחדות געווינט מען די מלחמות אזוי ווי מען טרעפט אז אין די צייטן פון אחאב כאטש די אידן האבן געדינט די עבודה זרה האבן זיי געווינען די מלחמות ווייל עס איז געווען אחדות צווישען זיי.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אז ווען דער הייליגער ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע האט געוואלט מתקן זיין א "תפלה קצרה" וואס זאל אנטהאלטן אין זיך אלע געברויכען וואס א מענטש דארף האבן, און האט דאס געמאכט דירעקט אויף א קורצען לשון - ווי באקאנט - ווייל ער האט געזאגט אז די דורות ווערען שוואכער און מ'קען נישט אזויפיל אינזין האבן, האט ער מיט דעם אלעם געפונען פאר וויכטיג נישט ארויסצולאזן די פאלגענדע בקשה: אדרבא תן בליבנו שנראה כל אחד מעלת חברינו ולא חסרונם, מיר זאלן נאר זען די גוט'ס ביי יענעם און נישט יענעמ'ס חסרונות.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע, האט פון אייביג אהן שטארק געגלוסט און געשטרעבט צו באגרייפען און פארשטיין דעם געוואלדיג הייליגען כח פון דעם בעל שם טוב זי"ע. ער פלעגט אסאך מתפלל זיין אז פון הימל זאל מען איהם דאס באווייזען. ער האט אבער באקומען פון הימל א ענטפער אויף זיין פארלאנג: "אויף דעם נידריגען וועלט מיט די גשמיות'דיגע קערפער, איז דאס אוממעגליך צו פארשטיין און דערגרייכען. אפילו מען זאל זיין אויסגעארבעט ווי שטארק מעגליך, - קען מען דאס נישט זעהן".
אבער דאס אלעס האט נישט פארקלענערט און פארמינערט דעם ווילען פון דעם צדיק זי"ע, ער האט נאך אלץ געטראכט און געהאפט אז הלוואי זאל מען איהם פון הימל מאכן קענען די געוואלדיגע קדושה פון דעם בעש"ט זי"ע - דער געטליכער צדיק וואס האט אראפ געשיינט אויף די וועלט דעם הייליגן דרך אין עבודת ה', דעם "דרך החסידות". און דער וואס האט דערנענטערט צענדליגע טויזענטער אידן צו זייער פאטער אין הימל.
דער צדיק זי"ע האט נישט אפגעשטעלט זיינע הייסע תפילות, און ווייטער פארגעזעצט מיט זיין געבעט. ביז ענדליך האט מען איהם פון הימל נאכגעגעבן זיין פארלאנג.
אנהייב חודש אדר תקמ"ז, - אין בית המדרש פון דעם הייליגען רבי ר' אלימלך זי"ע, זיצט זיין חשובער און באליבטער תלמיד הרב הקדוש רבי קלונמוס קלמן זי"ע, בעל מחבר ספר "מאור ושמש". זיינע ליכטיגע אויגן זענען פארטיפט אין דעם אפענעם ספר וואס איז געליגען פאר איהם, זיין שטערן איז באדעקט מיט טיפע קנייטשן, און זיינע מחשבות זענען באהאפטן אין דעם הייליגן בורא עולם.
פלוצלינג איז עמיצער צוגעגאנגען צו איהם און איבערגעהאקט זיינע הייליגע מחשבות. יענער זאגט איהם אריין אין אויער שטילערהייט: "דער רבי בעט אייך אריין צו קומען צו איהם אין צימער".
דער רבי זי"ע איז געזעצען ביי זיך אין צימער פארטיפט מיט אן ערענסטקייט אין זיינע געדאנקען, און מייחד געווען הייליגע יחודים. ער הייבט אויף זיינע אויגן און באטראכט דעם "מאור ושמש" פון אויבן ביז אראפ.
"הער מיך צו, מיין חשובער תלמיד" - רופט זיך אהן רבי ר' אלימלך זי"ע - "פון אלע מיינע תלמידים, האב איך פונקט דיר אויסגעוועלט צו ווייזען גאר אן אינטערעסאנטע זאך וואס נישט יעדער איינער האט א זכיה דאס צו זעהן. דערפאר, גרייט זיך צו, מיט קדושה און טהרה און באהעפט זיך מיט דיין גוף און נשמה אין דעם הייליגן באשעפער. דאן וועסטו זוכה זיין, עס זאל פאר דיר אנטפלעקט ווערן א הערליכע איבעראשונג"!
דער "מאור ושמש" זי"ע האט פארלאזט דעם רבי'נס צימער פארוואונדערט און איבעראשט פון די הייליגע ווערטער. אבער ער האט גארנישט פארשטאנען די באדייטונג פון דעם איבעראשונג פון וואס דער רבי האט גערעדט. ער האט זיך גענומען צוגרייטען מיט קדושה און טהרה און זיך גערייניגט און אויסגעלויטערט ווי ווייט ער האט נאר געקענט, כדי ער זאל זיין ווערט צו צוזעהן דעם גרויסן ערשיינונג.
ס'איז שוין שפעט אין דער נאכט נאהנט צו חצות, די גאסן זענען ליידיג געווען, קיין איין מענטש געפונט זיך נישט אינדרויסען, און א געדיכטע שטילקייט און פינסטערניש האט געהערשט אויף די גאנצע באשעפעניש. דער "מאור ושמש" זי"ע שפאנט זיך געמיטליך צו די ריכטונג פון דעם רבינ'ס הויז. בלויז די קלאפן פון זיין פוס טריט הערט זיך אין די שטילקייט פון די נאכט.
אריין קומענדיג צום רבי'ן, רופט זיך אהן רבי ר' אלימלך זי"ע: "שטרענג זיך אהן, מיין טייערע תלמיד, באהעפט אלע דיינע מחשבות אינגאנצן צו דעם הייליגן בורא עולם, און דו זאלסט חס ושלום קיין איין רגע נישט מסיח דעת זיין פון באשעפער ביז נאך די ערשיינונג!!!"
די צוויי הייליגע צדיקים זענען שטילערהייט ארויס געגאנגען פון דעם שטוב, און זיך געלאזט גיין אין די ריכטונג פון די הויכע בערג וועלכע זענען געווען אויפן וועג צום שטעטישן בית החיים.
די נאכט איז געווען אנהייב פון דעם חודש און א טונקעלקייט האט דארט געהערשט. בלויז די שטראלן פון די טויזענטע שטערנס האבן געפינקעלט פון די הויכקייט פון דעם קלאהרן הימל. דער ווינט האט געבלאזען און געפיפען אזוי ווי ער וואלט זיי באגלייט.
א גאנצע צייט גייענדיג אויפן וועג האבן די צוויי צדיקים געשוויגען און קיין מינדעסטן ווארט נישט ארויס גערעדט. דער "מאור ושמש" האט נישט דערווייגט צו פרעגן ווי מען גייט? אדער וואס וועט מען יעצט זעהן? - דאס איז געווען א באהאלטענע סוד אויף וואס מען פרעגט נישט קיין שאלות. מיטן גאנצן הארץ פראבירט ער אויסצופיהרן דעם רצון פון זיין רבי'ן - נישט מסיח דעת זיין פון באשעפער.
זיי דערגרייכען צו א באשטימטן ארט, און דער הייליגער רבי האט זיך אפגעשטעלט און אנגעהויבן ארום קוקען אין דעם גאנצן געגענט. א אויסערגעווענליכע שטילקייט האט דארט געהערשט און א שרעקליכע גייסט פון ציטער האט געשוועבט אויף די צוויי צדיקים. זיי האבן געפיהלט אזוי ווי זייער נשמה געפונט זיך נישט אויף די וועלט.
רבי ר' אלימלך זי"ע שטייט דארט מיט פעסט פארמאכטע אויגן פארטיפט אין זיינע הייליגע מחשבות, און זיין פנים איז פלאמענדיג רויט. דער "מאור ושמש" ווארפט זיך פון גרויס שרעק און ער פאלט ממש פון די פוס. און אט הערט ער ווי דער רבי זי"ע רופט זיך אהן צו איהם מיט א ווייכע שטימע: "חזק ואמץ! שטארק זיך מיט א דערהויבענע פעסטקייט, לאז זיך נישט אפשוואכען, דאן וועסטו זוכה זיין צו זעהן די הייליגע ערשיינונג ביז צו די ענדע"!!
דער רבי זי"ע האט באלד א כאפ געטוהן די צוויי הענט פון זיין תלמיד און זיי אריין געשטיפט טיף אין זיין גארטעל, און אויפגעהויבן זיינע הענד צום הימל.
דער צדיק האט געבראכען די שטילקייט מיט א תפילה וואס ער האט ארויסגעזאגט, און מייחד געווען יחודים מיט שמות הקדושים. באלד האבן זיך די הויכע הימלען געשפאלטן. א ריזיגע פייער האט אראפ גענידערט אויף די וועלט, און די שטארקע פייער האבן זיך צושפרייט צעהנדליגע טויזענטע פונקען וואס האבן באדעקט די גאנצע הוילקייט פון די וועלט פון איין עק ביז צום צווייטן עק.
א קורצע צייט דערנאך האבן זיך איינגעזאמעלט אלע פייער-פונקען פון די גאנצע וועלט, און זענען איינגעשלינגען געווארן אין דער ערד נעבן זייער פוס.
דער "מאור ושמש" איז נישט געווען בכח צו צוקוקען אזוי לאנג צו דעם הייליגן און מורא'דיגן בילד, און זיינע אויגן זענען פון גרויס שרעק פארטונקעלט געווארן. און ווען נישט וואס ער האט אנגעכאפט דעם רבי'ן מיט זיינע ביידע הענט, וואלט ער אוועק געפאלען חלשות.
דערנאך הערט ער ווי דער רבי זי"ע שרייט אויס: "שוין גענוג"! - און באלד האבן זיך די הימלען צוריק פארמאכט און די פייער איז פון דארט פארשוואונדען געווארן.
דער "מאור ושמש" האט צוביסלעך צוריק געעפענט זיינע אויגן און זיך אנגעשטרענגט צו איינהאלטן זיין שרעק. מיט גרויס וואונדער און שטוינונג האט ער אריין געקוקט אין דעם רבי'נס אויגן און געווארט אויף א ערקלערונג אויף דעם גאנצן פאסירונג.
און דער רבי זי"ע האט זיך אנגערופען: "פון אייביג אהן האב איך געוואוסט און פארשטאנען דעם געוואלדיג גרויסן כח פון דעם הייליגן בעש"ט זי"ע. א סאך תנאים און אמוראים און אויך אנדערע פריערדיגע גרויסע צדיקים האבן נישט זוכה געווען צו דעם טיטעל "בעל שם טוב". ביז עס איז געבוירן געווארן דער צדיק רבי ישראל פון מעזשבוזש זי"ע און באקומען פון הימל דעם טיטל". אוו דער רבי זאגט ווייטער: "אלעמאהל האב איך געשטרעבט און געגלוסט צו זעהן די גרויסקייט פון זיין קדושה, אבער פון הימל האט מען מיר דאס נישט נאכגעגעבן. נאך פוהל שטארקע תפילות האט מען מיר אנטפלעקט אז ערשט א קורצע צייט פאר מיין פטירה וועל איך זוכה זיין דערצו. אצינד מיין טייערע תלמיד, וואוסען זאלסטו, אז די גרויסע פייער וואס דו האסט געזעהן, דאס איז געווען די הייליגע נשמה פון דעם בעל שם טוב זי"ע. די פונקען וואס זענען צושפרייט געווארן אויף אלע זייטן פון די וועלט, דאס איז דער גרויסער כח התורה והחסידות וואס שיינט אויף אלע פיהר עקן פון די וועלט, בזכות פון דעם בעש"ט זי"ע".
"דערפאר הער מיך גוט צו" - ענדיגט דער רבי זיינע ווערטער - "עס איז שוין אנגעקומען מיין צייט צו פארלאזען די וועלט. ווען מיינע תלמידים וועלן זוכען א פאסיגע ארט מיך צו באגראבן, זאלסטו זיי זאגן אז דא אויף דעם ארט - ווי ס'האט זיך אנטפלעקט פאר אונז די גרויסע ערשיינונג פון דעם בעל שם טוב'ס נשמה -וויל איך טרעפן מיין ריהונג".
רבי ר' אלימלך זי"ע זוכט אויס פיהר לאנגע לייסטלעך און ער שטעקט זיי אריין אויף די פיהר זייטען, אלץ צייכען אז דארט וויל ער באגראבן ווערן.
די צוויי צדיקים האבן פארלאזט דעם ארט, אבער דער "מאור ושמש" האט זיך נאך אלץ געמוזט אנכאפן אין דעם רבי'ן, ווייל ער האט זיך נאך נישט געקענט אינגאנצן בארוהיגן פון דעם הייליגן און מורא'דיגן ערשיינונג וואס האט זיך אפגעשפילט פאר זיינע אויגן.
עטליכע טעג שפעטער, כ"א אדר תקמ"ז איז דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע נסתלק געווארן בקדושה וטהרה, און זיינע תלמידים האבן איהם מקבר געווען טאקע אויף דעם ארט פון די הייליגע ערשיינוג פון דעם בעש"ט זי"ע.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין די צייטן פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע, זענען אמאל צוויי חברים געגאנגען אינאיינעם שפעט ביינאכט איבער א בריק.

אזוי גייענדיג, באמערקט איינער פון זיי אז דער חבר באגלייט איהם מער נישט, האט ער זיך אפגעשטעלט ווארטן, טראכטנדיג, געוויס האט זיך יענער געדארפט אפשטעלן, און ער וועט איהם שוין נאכקומען.

אבער ווען די צייט האט זיך פארצויגן, און יענער איז נאך אלץ נישט אפירגעקומען האט ער זיך גענומען זוכן אויף אלע זייטן, און שפעטער איז ער אויך אריין אין שטאט מאכן א קול אז אנדערע זאלן זיך אויך באטייליגן אינעם זוכן. ווען עס האט אנגעפאנגען צו טאגן האט מען געהאפט אז יעצט אין די ליכטיגקייט וועט מען איהם זיכער טרעפן.

מען האט געזוכט אין וואסער אינטערן בריקל אויף וועלכן זיי זענען געגאנגען, ווי אויך אין די גאנצע געגנט ארום, אבער מען האט גארנישט געטראפן.

אזוי האט מען זיך צוגעוואוינט צום מצב, זיין פרוי די עגונה האט זיך פון צייט צו צייט געוואנדן צו פארשידענע גוטע יודן זיי זאלן אויף איר מתפלל זיין אז זי זאל טרעפן איר מאן.

מיט יאהרן שפעטער איז זי לויט די עצה פון גוטע פריינט געפארן קיין ליז'ענסק צום הייליגן רבי רבי אלימלך זי"ע, און זי האט פאר איהם אויסגעגאסן איר ביטער הארץ. ווי דער רבי ר' אלימלך זי"ע האט אויסגעהערט איר צובראכן הארץ האט ער אראפגעשריבן א בריוול און ער האט געזאגט פאר די פרוי צו וועלכן וואלד זי זאל גיין מיט'ן בריוו, און ער האט איר אנגעזאגט אז ווען זי וועט דארט זען פארביי גיין א חברותא פון מענטשן, זאל זי זיי איבערגעבן דעם בריוו.

זעלבספארשטענליך אז ביי די ערשטע געלעגנהייט האט זי אפגערייזט צום דערמאנטן וואלד, אזוי ווארטנדיג צו באגעגענען די ערשטע פארבייגייענדיגע חברותא, באמערקט זי מיטאמאל ווי עס קומען אקעגן א חברותא פון פריצים און מיליטער לייט וועלכע האבן אנגעווארפן אזא מורא'דיגן פחד, דאס זענען אין אמת'ן געווען רוחות פון די סטרא אחרא רח"ל, אזוי אז זי איז געפאלן אין אוממאכט, און דערפאר האט זי זיי געלאזט פארבייגיין אנדעם זי זאל זיי האבן איבערגעגעבן דעם בריוו.

ווען זי האט זיך געשטארקט און זיי נאכגעגאנגען האט זי געזעהן ווי זיי גייען אריין אין א דערנעבנדיגן פאלאץ. האט זי זיך אראפגעשטעלט אינדרויסן ווארטן צו האבן די מעגליכקייט איבערצוגעבן דעם בריוו, מיטאמאל קומט איינער ארויס און אויף זיין פראגע וואס זי וויל האט זי איהם איבערגעגבן דעם בריוו.

ווי יענער איז אריין מיטן בריוו האט זיך ארויסגעהערט פארווארפן: "וואס מישט ער זיך שטענדיג אריין אין אונזערע געשעפטן? שוין ווייטער זאגט ער אונז דעות! זאל ער זיך אפלאזן פון אונז!" מיינענדיג דעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע.

וואס האבן מיר צו טון, האבן זיי געפרעגט דארפן מיר זיך רעכענען מיטן בריוו צו נישט?
יא! - איז געווען דער ענטפער פונעם עלטסטן צווישן זיי מיר האבן נישט קיין ברירה, און מיר דארפן אויספאלגן זיין בריוו.

אויף דעם האט זיך געעפנט די טיר און זיי האבן ארויסגעווארפן איר מאן, וועלכער איז גארנישט געווען צו דערקענען, ער איז געווען שמוציג און באוואקסן און ניטאמאל געקענט רעדן.

ערשט ווען זי האט געדונגען א וואגן איהם אהיימצופירן און נאך עטליכע חדשים זיך אויסרוען, האט ער דערציילט ווי די כוחות האבן איהם רח"ל פארכאפט, און איהם געפייניגט מיט אויסער געווענליכע יסורים, אויסער חודש אלול ווען יודישע קינדער בלאזן שופר, פלעגן זיי א גאנצן חודש ליגן אויף דער ערד ממש ווי נישט קיין לעבעדיגע, הערנדיג דעם קול שופר. נאר אדאנק דעם קול שופר פון דעם חודש "אפילו דאס איז נאר א מנהג", האב איך כאטש אלול געהאט מנוחה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס ווערט געברענגט אין ספרים, אז נישט נאר די אידן וואס האבן דעמאלטס געלעבט זענען געווען
עס ביי "מתן תורה", נאר אויך די נשמות פון אלע אידן וואס זענען געבוירן געווארן אין אלע דורות, זענען אויך דארט געווען. עס איז באקאנט וואס דער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע פלעגט זאגען: אז נישט נאר וואס ער געדענקט פונקטליך דעם מעמד פון "קבלת התורה", נאר ער געדענקט אויך נעבן וועמען ער איז דעמאלטס געשטאנען.
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

ס'ווערט געברענגט אז דער רבי ר' אלימלך האט שוין געטראפן אויף זיך 400 עבירות פאר מעריב, גלייך מצאי יו"כ.
האבן חסידישע רביים געזאגט אז אינז טרעף מיר נישט א גאנץ יאהר אזויפיל.

ס'איז דא נאך א גירסא אין די מעשה מיט רבי ר' מענדעלע רימנובער אלס בחור.
ער האט געלערנט ביים רבי ר' שמעלקע מניקלסבורג, אין ער האט דורך געלערנט 1000 מאל דעם רי"ף. נאכער האט ער זיך ציוויינט, שרייענדיג צים רי"ף "כ'האב דיך געלערנט 1000 מאל וואס האסטו מיך געלערנט" אזוי וויינענדיג איז ער איינגעשלאפן, איז אים געקימען דער רי"ף אין חלום, זאגענדיג אז ער זאל גיין צום רבי ר' אלימלך, אין גלייך ווי ער האט זיך אויפגעכאפט האט ער זיך געלאזט אין וועג.

ווען ער איז אנגעקימען, איז דער גבאי פינקט געווען פארנימען, אין נישט באמערקט ווי דער רבי ר' מענדעלע איז אריינגעגאנגען צום רבי'ן. ווען די גבאי האט באמערקט ווי ער איז שוין געשטאנען פאר'ן רבי'ן, האט ער אים געוואלט שנעל פארשיקן, ווייל דער רבי ר' מענדעלע איז געגאנגען דייטשע קליידער אין רבי ר' אלימלך האט געווענליך נישט ציגעלאזט צו זיך אזא איינעם. האט אים דער רבי ר' אלימלך געזאגט ער זאל אים לאזן געמאכט. ווייל "איך ווארט שוין לאנג אז דער נשמה זאל אנקימען צו מיר". אין ער האט אים זייער מקרב געווען.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דער הייליגער זיידע דער רבי ר' אלימלך מ'ליזענסק זי"ע איז אין די לעצטערע יארן פון זיין לעבן געווען זייער אפגעטון פון די וועלט צוליב זיינע הויכע מדרגות, ער האט געליטן פון א שרעקליכע ארעמקייט נישט האבנדיג קיין ברעקל ברויט צו זעטיגן זיך און זיין הויזגעזונד, מענטשן זענען שוין נישט אזוי געקומען צו אים ווייל ער איז געווען ממש אויסגעטון פון די וועלט. איבער די 'יאר' וואס ער איז אוועק איז אומבאקאנט, טייל זאגן תקמ'ו, און טייל טענה'ן תקמ"ז, איינע פון זיי איז געווען אן עיבור יאר און דעריבער איז נישט באקאנט צי אדר א' צי אדר ב'.

ווי אויך דורך צעווארפן די מצבה ביי די צווייטע וועלט קריג איז אנטשטאנען א שטיקל מהומה איבער די ריכטיקע יאר. דעריבער איז אנגענומען בתפוצות ישראל צו האלטן ביידע אדר'ס יארצייטן.

כ"א אדר יומא דהלולא רבא של הקדוש רבי ר' אלימלך מ'ליזענסק זי"ע ועכ"י אמן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

די הייליגע רבי ר' אלימלך זי"ע איז צוריק געקומען פון א יאר גלות ליידען, ווען ער איז אריינגעקומען אין שטאט האט ער באמערקט אז ס'איז דא א בהלה. האט ער געפרעגט איינעם, "וואס איז געשען"? זאגט אים יענער, "אלעזר איז צוזאם געפאלן". די רבי ר' אלימלך איז דערשראקן געווארן, מיינענדיג אז מ'רעדט דא פון זיין אייגענע זון אלעזר, אבער יענער האט אים באלד בארואיגט אז מ'רעדט פון אלעזר די שוטערס זון.

באלד האט זיך ר' ר' אלימלך געכאפט און געזאגט, "טאמער נאך א יאר גלות ליידען קען עס מיר מער ווייטון אז מיין זון איז נישט געזונט ווי די שוסטערס זון האב איך דאך גארנישט אויף געטון". ער איז אפי' נישט אהיים געגאנגען נאר באלד זיך אויס געדרייט און געגאנגען גלות ליידען פאר נאך א יאר.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”