ר' יוסף הירש מטארנא ז"ל בעמח"ס חדות יוסף

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' יוסף הירש מטארנא ז"ל בעמח"ס חדות יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

וויאזוי האט דער טורנער רב געהייסן, איז געבליבן קינדער פון אים?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:וויאזוי האט דער טורנער רב געהייסן, איז געבליבן קינדער פון אים?

ער האט געהייסען ר' יוסף הירש ז"ל [הירש איז זיין לעצטע נאמען]

ער האט געהאט איין בן יחיד. א שטארק פאר'צרה'טער. ער איז נאך געווען א בחור ווען זיין טאטע איז נפטר געווארען.
דער טורנער רב איז נפטר געווארען און שטוב, פרייטאג נאכט, שבת פרשת בא, עס איז געווען א שבת ראש חדש שבט, איך געדענק נישט דאס יאהר פונקטלעך אבער עס איז מער וויא 40 יאהר, ווייל איך אליינס בין נאך געווען א בחור.
זיין זיהן האט דענמאלטס געלערענט און מאנסי און בית מדרש עליון, און מיין שווער ע"ה איז ארויסגעפארען איהם אויסזאגען די בשורה און איהם אהיים ברענגען.

דער רבעטצין זיינער האט געהאט דערציילט, אז יענעם פרייטאג האט זי באמערקט אז ער האט זיך געשניטען די נעגעל פון די הענט און אויך די פיס, און זי האט איהם דערמאנט אז מען טאר נישט, האט ער איהר גענטפערט אז ער ווייסט וואס ער טוהט.

די לויה איז געווען זונטאג אונדערפרי. איך בין געווען און שטוב ווען מען האט געברענגט דעם ארון פונעם טהרה, און מען האט דארט געמאכט הקפות.
עס איז געווען א גרויס געדרענג און איך געדענק דעם באטור רב ז"ל דארט בשעת די הקפות, און ער האט מזרז געווען דעם עולם אז מען איז נאך נישט געגאנגען גאנצע זיבען מאל, און דער עולם זאל נישט בלייבען שטיין נאר מען זאל זיך רוקען.

באבובער רב ז"ל איז שוין גהאט אנגעקומן צי די לויה אבער ער איז נישט אריינגעקומען און הויז. ער איז געשטאנען און געווארט אונדרויסען.

מען האט איהם געלייגט אונעם באבובער בית החיים און ניו דשזערזי, ער ליגט לעבען ר' הערשל טובער, ר' חיים יעקב'ס פאטער.

דער זיהן זיינער האט געהאט חתונה געהאט, אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, און ער האט זיך געגט. ער האט נאכדעם געוואוינט עטליכע יאהר ביי א משפחה און א"י און ארד.
ער האט זיך דארט געדרייט צווישען דער גערער עולם.
איך בין איינמאל געווען א שטיקעל צייט און ארד מיט איינע פון מיינע קונדער וואס האט געליטען אוף אסטמא, און גייענדיג דעם ערשטען טאג דארט דאווענען, הער איך איינער פון דערווייטענס שרייט, שמחה.
איך גיב א קוק און איך זעה איהם.

דער זיהן, האט אזא קאף אוויא זיין טאטע.
דער גערער עולם האבען מיר געזאגט אז ער פלעגט קומען א יעדען אונדערפרי צו זיי און כולל, און זיי האבען שוין געוויסט אז מען דארף איהם נאר אנדרייען און עס וועט שוין פליסען, פלעגען זיי מיט אוהם אהנפאנגען צו רעדען און וואס פאר א סוגיא זיי האבען געהאט שוועריקייטען, און דאס אלעס וואס זיי האבען געדארפט טוהן, עס האט זיך נאכדעם געפענט א צינור און עס האט זיך געגאסען ש"ס, ופוסקים, מיט ראשונים, און אחרונים.

די טורנער רבצין לעבט נאך, אבער איר זיהן וואוינט נישט אונדערהיים מיט איר.
ער וואוינט היינט און מאנסי, ביי א פריוואטע משפחה.
the SCY is the limit
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

ר' יוסף הירש מטארנא ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

מיילעך האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ר' יוסף הירש מו"צ בקראקא.

איז דאס דער זעלבער וואס מען האט דא געריפען דער טארנער רב, וואס ליגט אין באבוב?
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יא, פרעגער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

היברו בוקס האט הערשט געשטעלט דעם ספר 'דברי יוסף' פונעם טארנא רב, פאר די קריג איז ער געווען מו"ץ אין קראקא, און נאך די קריג איז ער געווען רב אין טארנא, שפעטער איז ער אריבער קיין פראנקרייך ווי ער האט געדינט אין די 'וועד הרבנים' ביז ער איז געקומען קיין אמעריקא.

אפשר האט עמיצער א בילד פון זיין מציבה אין די באבובער חלקה?
אטעטשמענטס
40817.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

המאור באשרייבט זיין פטירה
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

איך האב א בילד קען מיר איינער געבן אנוויזוגען ווי אזוי ארויף צולייגן א עטעטשמענטס ?
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
יש לי ממנו ספר נפלא בשם ארץ צבי על הגדה של פסח כך כתוב על השער אך הוא פילפולים והלכות על הלכות פסח .
הייתי פעם איתו כשהלך לקבל את האדמו''ר מסאקמאר כשהי' בבארא-פארק אצל אחים וויינשטאק ב15 קארנער 54 כמדומני
בשנת תשכ''ד-ה ובא אז עם בנו והאדמו''ר קירבו באופן יוצא מן הכלל והי' אז חלש. ודיברו על העבר בגלצי' ואח''כ האדמו''ר
ליווה אותו החוצה ובירכו באריכות ימים ונחת מבנו הי' מעמד יפה .
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:אפשר האט עמיצער א בילד פון זיין מציבה אין די באבובער חלקה?

הרב מיללער,
מיר וועלען זיין בעזהי"ת און די וואך פון סליחות אויפען בית החיים און נו דשערזי. וועלין מיר בל"נ ערפילען אייער בקשה.

הרב בד"ץ האט דא דערמאנט זיין ספר אויף הגדה של פסח.
איידער דער באטור רב ז"ל האט זיך געצויגען קיין באראפארק פלעגען מיר דאווענען און באבובער שטיבעל. דער טארנער רב ז"ל האט דארט געדאווענט. ימים נוראים איז ער געווען בעל מקרא. ר' איטשע ראזענגארטען זז"ג לאריכות ימים ושנים איז געווען בעל תוקע, און ר' הערשעל טובער ז"ל איז געווען בעל מוסף.
שביעי של פסח נאכט פלעגט מען זיך צאמקומען ביי אוהם און שטוב. ער פלעגט זאגען אסאך תורה דענמאלטס. ווען דער ספר איז ארויסגעקומען, האב איך דארט געטראפען אסאך שטיקלעך וואס איך האב שוין געהאט געהערט פון אוהם.

איך געדענק דער בר מצוה פון זיין זוהן.
בתוך הדברים האט ער זיך זייער ציוויינט און געזאגט אז ער שטאמט פון א יוחס פון 40 דורות רבנים תלמידי חכמים, און ליידער ער האט נישט זוכה געווען צו זיין דער איין און פערטציגסטע, און מיט גרויסע בכיות האט ער געבעטען זיין זוהן אז ער זאל ווייטער ממשיך זיין דער שלשלת.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

א בילד פון די מצבה.
עס ליגען דארט און א שירה,
ר' הערשעל טויבער ז"ל דער פאטער פון ר' חיים יעקב באבובער דיין,
טארנאר רב ז"ל
יארדאנבור רב ז"ל
טשאקעווער רב ז"ל

אינטער דעם יארדאנבור רב ז"ל ליגט דער פאקשיווניצער רב ז"ל (מען קען זעהן א ביסעל פונעם מצבה)
אטעטשמענטס
TR2.jpg
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח ר' שמחה, איר זאלט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס, א כתיבה וחתימה טובה לנו ולכל בנ"י.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בדרך פלא בין איך היינט אנגעקומען צום ספר דברי ישכר להרה"ג ר' ישכר דוב בראנדעס הנקרא ר' בערל ראדאמסקער זצ"ל, אז איר קוקט אויף די מציבה פון ר' יוסף הירש זעהט מען שעשה הגהות ע"ס דברי ישכר הנ"ל.

ר' יוסף הירש'ס טאטע האט געהייסן ר' זאב צבי הירש ער איז געווארן אן איידעם ר' ישכר דוב בראנדעס הנ"ל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דברי הספד והערכה עליו בירחון המאור
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 30&hilite=
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

די האסט דאס שוין אויבן געברענגט
מה הוספת
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

והוא פלאי האט געשריבן:די האסט דאס שוין אויבן געברענגט
מה הוספת


גערעכט, נושט באמערקט ועבר זמן שכחה
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

badatz האט געשריבן:ב''ה
יש לי ממנו ספר נפלא בשם ארץ צבי על הגדה של פסח כך כתוב על השער אך הוא פילפולים והלכות על הלכות פסח .
הייתי פעם איתו כשהלך לקבל את האדמו''ר מסאקמאר כשהי' בבארא-פארק אצל אחים וויינשטאק ב15 קארנער 54 כמדומני
בשנת תשכ''ד-ה ובא אז עם בנו והאדמו''ר קירבו באופן יוצא מן הכלל והי' אז חלש. ודיברו על העבר בגלצי' ואח''כ האדמו''ר
ליווה אותו החוצה ובירכו באריכות ימים ונחת מבנו הי' מעמד יפה .

מ'דערציילט אז דער רבי איז נתפעל געווארן פון אים און געזאגט איך האב נישט געוואוסט אז גאליציע האט פארמאגט אזעלכע גאונים
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: ר' יוסף הירש מטארנא ז"ל בעמח"ס חדות יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

בזוו''ר האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון ר' שמחה פרנקל תאומים אלמנת ר' ראובן הורוויץ און ער האט אויפגעצויגן איר טאכטער מרת קארנרייך וואס איז לעצטענס אוועק (מוטער פון האדמורי''ם פון קאסוב וויזניץ און שידלאווצא). און ער האט געהאט מיט איר א זון שמעון ישכר דוב הי''ד.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אום אני חומה האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה
יש לי ממנו ספר נפלא בשם ארץ צבי על הגדה של פסח כך כתוב על השער אך הוא פילפולים והלכות על הלכות פסח .
הייתי פעם איתו כשהלך לקבל את האדמו''ר מסאקמאר כשהי' בבארא-פארק אצל אחים וויינשטאק ב15 קארנער 54 כמדומני
בשנת תשכ''ד-ה ובא אז עם בנו והאדמו''ר קירבו באופן יוצא מן הכלל והי' אז חלש. ודיברו על העבר בגלצי' ואח''כ האדמו''ר
ליווה אותו החוצה ובירכו באריכות ימים ונחת מבנו הי' מעמד יפה .

מ'דערציילט אז דער רבי איז נתפעל געווארן פון אים און געזאגט איך האב נישט געוואוסט אז גאליציע האט פארמאגט אזעלכע גאונים

וואס נאך איז נייעס?

דער רבי איז געווען אן איידעם אין גאליציע, דער קדושת יו"ט איז געווען אן איידעם אין גאליציע, דער רבי האט גע'אטעמט גאליציע און ער האט נישט געוואוסט פון קיין, רבי מאיר אראק, רבי יוסף ענגיל, רבי שמואל ענגיל, דער מהרש"ם, וכו' וכו' ואטו כי רוכלא ניזיל ונחשוב?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 12996
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: ר' יוסף הירש מטארנא ז"ל בעמח"ס חדות יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אט אזוי, געווארט צו זעהן ווי לאנג וועט נעמען ביז איינער רופט זיך אן
דביה תחדי נפשא
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: ר' יוסף הירש מטארנא ז"ל בעמח"ס חדות יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

גערעכט. איך האב געשריבן פון זכרון אבער איך האב שפעטער נאכגעקוקט אין תולדות המחבר אין ארץ צבי שטייט דארט אזוי: בצאתו פעם מביקור אצל כ''ק מרן הרה''ק מסאטמאר זי''ע כאשר הי' רגיל להכנס אל הקודש לעתים מזומנות לפלפל עמו בד''ת התבטא על רבנו ''איך האב נישט געגלייבט אז ס' איז נאך היינט דא אזא גדול, און איך זאל אים נישט האבען געקענט'', והרי הוא הכיר את טובי גאוני גאליציע מאז. ע''כ פון דארט ואתכם הסליחה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ליסקא האט געשריבן:איך האב א בילד קען מיר איינער געבן אנוויזוגען ווי אזוי ארויף צולייגן א עטעטשמענטס ?

איר האט א בילד פון רבי יוסף הירש זצ"ל?

איך זוך א בילד, אויב האט איינער תבא עליו ברכה
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”