בלאט 2 פון 7

געשריבן: דינסטאג פאברואר 09, 2010 2:49 pm
דורך בן בוזי
השגחת ר' יעקב פרענקל תאומים אב"ד פאדגורזע

געשריבן: דינסטאג פאברואר 09, 2010 3:05 pm
דורך farshlufen
ייש"כ פארן צוריקדרייען דעם בילד..

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2010 5:03 pm
דורך נחמן נתן
הרב ישראל מאיר לאו - דער געוועזענער רב הראשי - זוהן פון הרה"ג רבי משה חיים לאו זצ"ל הי"ד אב"ד פרשוב און פיעטרקוב (נאכדעם וואס רבי מאיר שפירא -זיין ערשטער קאזין - איז אריבער קיין לובלין), האט מיט 5 יאהר צוריק ארויסגעגעבן זיין ביאוגרפיה מיטן נאמען 'אל תשלח ידך אל הנער' און דארט שרייבט ער איבער די משפחה. איך וועל אי"ה א קוק טאהן דארט און מוסיף זיין דא הערות והארות בס"ד.

דעם רבי אהרן פרענקל שליט"א (בן רבי שמעון אלטר ז"ל הי"ד) קאנען מיר זייער גוט. האפענטליך על מיר כאפן א שמועס מיט איהם בקרוב איבער די משפחה.

געשריבן: מאנטאג אפריל 19, 2010 2:40 pm
דורך נחמן נתן
מיללער האט געשריבן:בן הרחמן,
עס איז קיין פליטת הקולמוס פון ר' מייליך נישט געווען, דער פאטער ר' שמעון אלטר איז געווען חתן ר' דוד מקשאנוב און דער זוהן ר' שמחה איז געווען חתן בנו ר' נפתלי מקשאנוב (ב' פעמים, כשנפטרה זוגתו הראשונה לקח את אחותה לו לאשה).

אין אנדערע ווערטער, קלארער אביסל: ר' שמחה מסקאווין האט חתונה געהאט מיט זיין ערשטע קוזינע. ר' שמחה איז געווען א איידעם ביי זיין מאמעס ברודער ר' נפתלי ב"ר דוד מקשאנוב.

געשריבן: מאנטאג אפריל 19, 2010 3:28 pm
דורך אפשר
איך וואלט געוואלט וויסן אויב משפחת פרענקל-תאומים.
האט עפעס א שייכות צו משפחת פרענקל-מב''ח.
ווייל די משפחת פרענקל-מב''ח האט אויך עפעס א שייכות מיט רבנים
איך מיין אז דער אמרי שפר פון דאראג(ר' שמואל פרענקל-הנקרא ר' שמואל קאמאדער.)האט זיך געשריבן מב''ח.

געשריבן: דינסטאג אפריל 20, 2010 7:35 pm
דורך נחמן נתן
א שיין בילד; הרה"ק רבי שמחה מסקאווין זצ"ל אינאיינעם מיט הרה"ק רבי אלטער מדזיקוב זצ"ל פארברענגען אין א קור-ארט.

געשריבן: מיטוואך אפריל 21, 2010 6:29 am
דורך איטשע
אפשר האט געשריבן:איך וואלט געוואלט וויסן אויב משפחת פרענקל-תאומים.
האט עפעס א שייכות צו משפחת פרענקל-מב''ח.
ווייל די משפחת פרענקל-מב''ח האט אויך עפעס א שייכות מיט רבנים
איך מיין אז דער אמרי שפר פון דאראג(ר' שמואל פרענקל-הנקרא ר' שמואל קאמאדער.)האט זיך געשריבן מב''ח.


דער באדייט פונעם נאמען פרענקיל איז דער משפחה האט אין א געוויסע צייט געוואוינט און פראנקרייך און אין פראנקאניע א געגנט אין פרייסען/דייטשלאנד, עס זענען פארהאן עטליכע משפחות פרענקיל און עס איז נישט מחייב איינס צו האבן א שייכות מיטן צווייטן הוא הדין משפחת לאנדא, שפירא ועוד ועוד...

געשריבן: דינסטאג אפריל 27, 2010 11:10 am
דורך נחמן נתן
אינעם אשכול 'גדולי ישראל ווער ווייסט' (עמוד 331) האמיר געשטעלט א בילד פון הגה"צ רבי שמחה פ"ת אב"ד סקאווין זצ"ל, ווארט אינאיינעם מיט הרה"ק רבי יצחק מאיר מקאפיטשניץ זצ"ל ביים באן שטאציאן, אויפן אנקום פון הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זצ"ל.
דא שטעל איך דעם בילד, נאכדעם וואס זיי האבן זיך שוין געטראפן. אה! אזוינע לעכטיגע צורות!

געשריבן: דינסטאג אפריל 27, 2010 8:17 pm
דורך נחמן נתן
אין י"ג אורות דערציילט ר' יענקעלע אז ווען ר' שמואל שמעלקא עזריאל פ"ת זצ"ל איז נתמנה געווארן צו זיין רב אין וויעליטשקא, איז דער זיידע הרה"ק משינאווע זצ"ל געקומען צו פארן, און האט געזאגט דארט אז כ"ד דורות רצופים פונעם ברוך טעם ולמעלה בקודש זענען געווען אלע רבנים. הרה"ק ר' יהושע העשל זצ"ל בן הברוך טעם איז טאקע געווען א סוחר יינות, אבער למשך דריי וואכן האט ער יא משמש געווען ברבנות כדי שהחוט המשולש לא ינתק.

געשריבן: דינסטאג אפריל 27, 2010 10:10 pm
דורך מומחה יוחס
אין קובץ אור הצפון היי יאהר חודש כסליו [קובץ ט"ז] ווערט דערמאנט דער סקאווינער רב אפאר ענינים בעת די באזוך פין די הייליגע בעלזער רב ז"ל אין קראקא חנוכה תרצ"ט אין עס ווערט דארט אויך דערמאנט אז בנו של הג"ר שמחה אב"ד סקאווין הג"ר שמעון אלטער האט מען גערופען דער יונגער סקאווינער רב אין אלעס ווערט דארט געברענגט בשם ר' אהרן פרענקל וואס אגב האט ער אויך זוכה געוועהן מיט צו האלטן יענע תקופה ביי בעלזער רב [אגב איך האב אויך אמאל פערזענטליך געשמועס מיט ר' אהרן פרענקל שליט"א אין ער האט מיר געזאגט אז סקאווין רב האט זיך געהאלטן פאר א בעלזער חסיד]

געשריבן: מיטוואך יוני 02, 2010 12:11 pm
דורך נחמן נתן
מיללער האט געשריבן:דער צורה האט מיר גלייך געשטימט, דער הוט איז אבער עפעס נישט געווען צום הארצן, יישר כח פארן שיינעם בילד, אם אומרים לך גמור לייג עס אריין אינעם אשכול למשפחת פ"ת

מצוה לשמוע לדברי חכמים.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 2:54 pm
דורך שנאפס
מצבה פון ברוך טעם אין לייפניק

IMG_3583.jpg

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 2:57 pm
דורך שנאפס
די צווייטע זייט פון די מצבה

IMG_3586.jpg

געשריבן: זונטאג אוקטובער 23, 2011 11:30 pm
דורך יוראפ
איז דא עדער ווער איינער וואס האט אן אננונג איבער א אידענע אן אייניקל פונעם הייליגן ברוך טעם זי"ע מיטן נאמען אסתר בת מרים איר מאמעס מעיד נעים איז געווען פרענקל און זי זעלבסט איז געווען פארהייראט צו איינעם הרב ישעיה קרויס פון אוזד און טאקע איר מצבה איז דארט אין אוזד א דערפל פארווארפן ערגעצוואו נעבן קאלוב אויף איר מצבה שטייט בלויז איר מוטערס נאמען.
אלזא פארגעסט וואס כ'האב געשריבן און קאנצטרירט אייך צו מיין פראגע ?ווי אזוי איז זי א אייניקל פון ברוך טעם? דאס איז מקובל אז זי איז אן אייניקל ואם קבלה היא נקבל! אבער געוואלד ווי אזוי?? איר קענט ארויס העלפן אסאך משפחות מיטן ווערן גרויסע יחסנים. רופט אייך אן ווארעם מיט עפעס זאכליכע ענטפערס!!

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 24, 2011 3:06 pm
דורך בןהרחמן
לייג ארויף א בילד פון די מצבה, אדער כאטש שרייב דעם דאטום פון די פטירה, אפשר וועט דאס העלפן צו זוכן אינפארמאציע.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 24, 2011 3:59 pm
דורך SPUSMN
ווייסט איינער צו ר' הערץ פרענקל באלאנגט צו דער משפחה? ו

הילולא דהגה"ק ברוך טעם מלייפניק זי"ע ז' תמוז

געשריבן: מאנטאג יוני 25, 2012 4:57 pm
דורך סטרעטענער אייניקל
פ"א ישב רבינו הברוך טעם זי"ע באסיפה עם גדולי עירו ונכבדיה , ואמר למשמשו שיביא לו לעשן הלילקע ציבעך. ולחש באזניו הגביר הלמדן ר' איציק טויבער, שלא נאה במסיבה זו לדבר בל' זשארגאן, ומוטב שיאמר בשפת אשכנז: "פייף - רעער". אמר רבינו בהתרגשות: מוטב לי לוותר על הרבנות בלייפניק מאשר שאצטרך לשנות מהלשון הנהוג בין יהודי מולדתי. כששמע הגה"ק הר"א מדזיקוב סיפור זה, אמר שעכשיו מבין למה זכה רבינו להעמיד דורות רבנים וצדיקים. זי"ע.

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2012 4:49 pm
דורך מיללער
מיילעך האט געשריבן:וועלן מיר מאכן א שטיקל סך הכל פון נכדי
ה'ברוך טעם' כפי אשר ידי מגעת:

הגה"ק ר' ברוך תאומים-פרענקל בעל ברוך טעם זי"ע.
בניו:
ר' יהושע העשיל מאקאמארנא
ר' יוסף מפלונסק
חתניו:
מרן ה'דברי חיים'
ר' יחיאל מאיר קאמינער (חו"ז של ה'שפת אמת' מגור)
ר' מאניש פ"ת מבראד
ר' זלמן גאלדשטאף
ר' ישעי' שיף מזאמושטש

ר' יהושע העשיל מקאמארנא
בניו:
ר' יחזקאל שרגא מקלאסנא-וויעליטשקא (דברי יחזקאל)
ר' דוב בעריש אב"ד ציעשנוב
ר' יעקב מנארייב
חתניו:
ר' חיים שמואל הורוויץ מחענטשין
ר' אפרים יוסף אשכנזי בן מהר"י מזלאטשוב
[b]ר' אברהם אבלי אב"ד שטשעריץ[/b]


האם שם משפחתו של ר' אברהם אבלי אב"ד שטשעריץ חתן ר' יחזקאל שרגא פ"ת היתה 'שעהנבלום'? כן משמע משאר מקומות, ואם אכן כן איפה נמצא יחוס משפחת שעהבנלום משטשעריץ?

מצאתי בזשואיש-זשען ב' מצבות מהאחים יצחק מאיר ושמואל מרדכי שעהנבלום בני ר' אלכסנדר ונכדי הה"ג אב"ד שטשעריץ ונכדי ר' זאב וואלף (נקרא ר' וואווטשי תלמיד הרה"ק מסטרעליסק ומח"ס אמרי קדוש) שעהנבלום מלבוב(רצוף פה).

ידוע שלר' יוסף הצדיק מפוזנא חדב"ן מרן הנו"ב היה בן בשם ר' פנחס שנכדו ר' שמואל שעהנבלום מריישא הדפיס את ספרו 'זכרון שארית יוסף', כמו"כ היה ר' בנימין זאב וואלף שעהבנלום מריישא שתירגם את 'חוקי הלשון והיהדות' מהגאון בעל נודע ביהודה ללשה"ק בתור נכד הנו"ב, האם זה משפחה אחת?

שענבלום

געשריבן: מיטוואך יולי 11, 2012 5:11 am
דורך יעלהברוש
אכן, ר' אברהם אבלי שענבלום הוא זקנם, והוא בנו של ר' זאב וואלף שענבלום מלבוב.
אמנם, זוגתו יוכבד היתה בתו של ר' יהושע העשיל מקאמרנא, והיא נכדת הברוך טעם.

געשריבן: מיטוואך יולי 11, 2012 6:34 am
דורך יוסף שרייבער
נעכטען האט מיר איינער געוויזען א דקדוק ספר וואס האט אנגעבליך עטליכע קורצע הגהות פונעם ברוך טעם.

געשריבן: מיטוואך יולי 11, 2012 8:23 am
דורך farshlufen
ר' יוסף, שם הספר?

געשריבן: מיטוואך יולי 11, 2012 9:56 am
דורך מיללער
יעלהברוש האט געשריבן:אכן, ר' אברהם אבלי שענבלום הוא זקנם, והוא בנו של ר' זאב וואלף שענבלום מלבוב.
אמנם, זוגתו יוכבד היתה בתו של ר' יהושע העשיל מקאמרנא, והיא נכדת הברוך טעם.


תחת הנעצוץ יעלה ברוש! תודה רבה, מה ידוע על האחים שעהנבלום מפה ועל אביהם ר' אלכסנדר, ומאיפה המידע?

געשריבן: מיטוואך יולי 11, 2012 10:10 am
דורך farshlufen
איין מינוט וועמענס זוגתו?

געשריבן: מיטוואך יולי 11, 2012 10:33 am
דורך יעלהברוש
בג'ואיש גן מעירם יש רישום פטירה בתרס"ב של יוכבד אשת ר' אבל שיינבלום בת ר' יהושע העשיל פרנקל מקאמארנא. נפטרה בת 85.
בעלה, נפטר כמה שנים לפניה, וכתוב שם ששם אביו וואלף מלבוב.

געשריבן: מיטוואך יולי 11, 2012 2:26 pm
דורך מיללער
farshlufen האט געשריבן:איין מינוט וועמענס זוגתו?

זוגתו פון ר' אבלי כנ"ל