מיללער האט געשריבן:אריינצוווארפן די לעצטע נאגל און דעם דמיון אז ר' נתן נטע זאב וו"ב איז געווען דער זון פון ר' מנחם מאניש מרדכי תאומים חתן הברוך טעם, האב איך געטראפן די רעקארד פון די פטירה פון ר' מאניש מרדכי תאומים וואס שטימט מיטן דאטום פון די הספד פון מהרש"ק, בשנת תקצ"ו און זיין פאטער ר' נטע יונה תאומים איז הערשט נפטר געווארן אכט יאר שפעטער בשנת תר"ד (זעה די הויז-נאמבער איז די זעלבע באב ובנו און די יארגאנג ביים זון איז 20-40 און ביים פאטער איז 60-80) ממילא איז דאך נישט מעגליך אז ר' מאניש מרדכי זאל געבן א נאמען נתן נטע פאר זיין זון כשם אביו ר' נטע יונה בחיי אביו.
תיובתא
בייגעלייגט זענען די צוויי רעקארדס פון 'גשר גאליציע':
אויף די
מצבה פין הרב אלטר יצחק אייזיק וויינבערגער מטורקא ז"ל שטייט גאר אז ר' מאניש חתן הברוך טעם קימט פין סקאליע נישט פין בראד אזוי אויך אין
המאור שטייט די יחוס פין טורקר רב נכד הגאון ר׳ מנחם מאניש אב״ד סקאליע, נכד הגה״ק ר׳ יצחק חיות, בעל זרע יצחק אב״ד סקאליע, נכד הגה״ק ר׳ מנחם מאניש אב״ד ווילנא, נכד הגה״ק ר׳ בעריש מסקאליע, נכד הגה״ק ר׳ בעריש היילפרן המגיד מלובלין, נכד הגה״ק ר׳ יצחק מהאמבורג
סאו אחוץ די שאלה צו ר' נטע וו''ב איז געווען א זין פין חתן הברוך טעם איז דא א מחלוקה ווער דער ר' מאניש איז. פין איין מקור איז ער געווען הרה''ג מו''ה מנחם מאניש מרדכי תאומים מבראדי בן הרב ר׳ נתן נטע תאומים בן הרה''ג ר' ארי׳ יהודא ליב תאומים אבד''ק בראדי בעל שו''ת גור ארי' יהודה [וואס קיקט אויס ווי ס'שטימט]
אין לפי מסורת משפחת וו''ב איז ר' מאניש געווען אב״ד סקאליע נכד הגה״ק ר׳ יצחק חיות וכו' אפשר זענט איר מעתיק פין ספר אהל ברוך זייער ווערסיע
אויך צו ווייסטו ווער זענען יא געווען זיינע קינדער אפשר בין איך אויך אן אייניקל?