Advertisement

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פרייטאג אפריל 16, 2010 9:26 am

גם אני מצטרף לקבל פני אחד מותיקי עדתינו שזה זמן רב שלא ראינו ולא שמענו ממנו.

Advertisement

פרייטאג אפריל 16, 2010 9:35 am

קרעמער האט געשריבן:גם אני מצטרף לקבל פני אחד מותיקי עדתינו שזה זמן רב שלא ראינו ולא שמענו ממנו.

פרייטאג אפריל 16, 2010 10:37 am

ובא הלעווי - למען יברכך ה' אלקיך בכל מעשי ידך.

פרייטאג אפריל 16, 2010 12:08 pm

יישר כח אלע פאר די ווארימע אויפנאמע, טראץ מיין פארנומענקייט ב"ה פארל איך נאך אריין פון צייט צו צייט און איך בין שטארק נהנה פון אייך אלע, יישר כוחכם.

היינט אינדערפרי ווען איך האבן געזעהן די נייעס איבער דער הרב פופקא האב איך מיר דערמאנט איבער די דיון אין קרעטשמע איבער דער נאמען האב איך מיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן פון מזכה זיין די עולם.

א ליכטיגע שבת.

מאנטאג מאי 10, 2010 2:22 pm

אידען באזוכען דעם קבר פונעם חפץ חיים בשנת תרצ"ד
עטעטשמענטס
KeverChofetzChaim.jpg

מאנטאג מאי 10, 2010 7:06 pm

פון וועלכע קאגאן משפחה איז די נייע דזאדזשקע קאנדידאט?
אפשר גיהער עס נישט אין דער פארום, זאלן עס די גבאים לייגען על מקומו
ואתם הסליחה

מאנטאג מאי 10, 2010 7:07 pm

אין די נייעס פארום האט נודע למשגב געשריבן אז קאגאן אין רוסלאנד איז געווען ווי ווייס אין וומ"ס, יעדער כהן האט זיך גערופן אזוי.

מאנטאג מאי 10, 2010 7:12 pm

ריכטיג, ווייל די רוסישע קענען נישט זאגן קיין ה"א, ומשם השם גורביץ, וכן העיר גרודנא היא הוראדנא, וכו', איך האב נאר געוואלט וויסן פון וועלכע געגנט זי שטאמט

מיטוואך מאי 12, 2010 10:39 pm

בני יששכר האט געשריבן:וואס איז די ריכטיגע בילד פון חפץ חיים ?


שמעתי לפני כמה שנים מאחד ששמע מפי הרב חיים יצחק פופקא מפלעטבוש הנ"ל שהתמונה המפורסמת מצורת הח"ח שנדפס על ספרי ח"ח-שמירת הלשון הוא תמונת פאספארט, ונמצא עותק אחד תח"י הרב הנ"ל

דאנערשטאג מאי 13, 2010 8:19 am

מארגען ר"ח סיון הייבען אן טויזענטע אידן איבער די וועלט א פרישע מחזור אינעם ספר 'חפץ חיים', כאפט אייך מיט! ס'נעמט נישט מער ווי עטליכע מינוט א טאג!
--

אין כל דבר בעולם לטהרת הנפש כמו בלימת פיו. (יסוד ושורש העבודה).

ועד יום מותו צריך האדם להתיסר, ולא בתעניתים וסיגופים רק ברסן פיו ותאותיו, וזהו התשובה וזה כל פרי העולם הבא... וזהו יותר מכל התעניתים וסיגופים בעולם... ובזה יכופר לו כל עון, וניצול משאול תחתית... העיקר לזכות לעולם הבא, בשמירת פיו, וזה יותר מכל התורה והמעשים... כי הפה קודש קודשים. (אגרת הגר"א)



על כל רגע ורגע שאדם חוסם פיו זוכה לאור הגנוז שאין כל מלאך וברי' יכולים לשער. (אגרת הגר"א בשם המדרש)

מסיר מעל עצמו קנאת אנשים ויאהבוהו ולא ידברו עליו, והוא מדה במדה, וזוכה למדת השלום. (אריז"ל)

אם ראית אדם שמדבר טוב על חברו אף מלאכי השרת מדברים עליו זכות טוב לפני הקב"ה. (מדרש משלי י"א)


זוכה לראות עולמו בחייו כמש"כ במס' ברכות י"ז: עולמך תראה בחייך ולא ישיג המעלה הזו אלא השומר לשונו כראוי. (ראשית חכמה - שער הקדושה פרק י"א)


"אין משפחה בעולם, שלומדים לפי הסדר של שתי הלכות ליום, שלא ראו איזו שהיא ישועה בעניניהם. שמעתי מאחד מתלמידיו של הגאון הצדיק הראש ישיבה ד'מנשסטר זצ"ל, שעסק אתו הרבה בהפצת הרעיון של לימוד שתי ההלכות בספר חפץ חיים, שהראש ישיבה אמר לו בזה הלשון (בערך), (קובץ התורני, קול התורה)


כל מאן דנטר פומא ולישנא זכי להתלבשא ברוחא דקודשא. (זוה"ק פרשת חוקת)

תחילת המדרגות שיעלה האדם ביראה הם אלו, בתחילה נצור לשונך מרע ושפתיך מדבר מרמה (ראשית חכמה – שער היראה סוף פט"ו)

הנזהר מלשון הרע, אפילו אם יחטא חלילה, לא במהרה יוגמר עליו דינו לחיוב (קונטרס כבוד שמים)


כל תורותיו ומצוותיו שעשה בחייו ישארו עמו לתמיד ולא יאבדם לנצח. (חפץ חיים)

אם שמרת פיך מלשון הרע תהא כל ימיך בשלום. (מס' דרך ארץ זוטא פרק ט')

אין לך דבר שמרחיק האדם מן קונו כלשון הרע. (אור החיים הק' ויקרא י"ד ב')

על ידי שמירת הפה משתמרת הנפש מכל חטא (אבן שלמה להגר"א ע"א)

המרגיל את עצמו לדבר דברים טובים על חברו הקב"ה קראו בשמו שהוא שלום. (מדרש משלי י"ב)

השומר את לשונו מובטח לו שהקב"ה יצילו מכל מיני פגעים ומחלות ר"ל. (זכור למרים(

ועצתי שתלמדו בספר חפץ חיים ושמירת הלשון עכ"פ בב' ימים בשבוע. ואעידה עלי שמים וארץ כי אחרי שגמרתי הספרים הנ"ל הרגשתי בעצמי בזה פעולה לטובה, ולזאת גם השלם במדותיו יתפעל עי"ז. (אוסף מכתבים מכתב י"ב מהאמרי אמת זי"ע).

דאנערשטאג מאי 13, 2010 8:27 am

אזוי אויך קענט איר זיך אויפסיינען צו באקומען יעדן טאג בחינם אויפ'ן סעל דעם שמירת הלשון וואויס-מעיל, ס'איז בערך צוויי מינוט א טאג.

ס'איז שוין דא איבער צוויי-א-האלב טויזענט (2,500) מענטשן וואס באקומען עס טעגליך.

זיך איינצושרייבן עס צובאקומען, ביטע רופט: 917-586-6050.

http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

פרייטאג ספטמבר 03, 2010 9:44 am

יומא דהילולא קדישא
מרן רבי ישראל מאיר הכהן ב"ר אריה זאב זצ"ל
בעל החפץ חיים ומשנה ברורה ועוד
י"א שבט תקצ"ט - כ"ד אלול תרצ"ג

בפשטות נישטא נאך א ספר וואס זאל ווערן געלערנט במשך 24 שעה א טאג, דורך טויזנטער מענטשן איבער די גאנצע וועלט, ביי אלע שיכטן און קרייזן, ווי דער ספר 'משנה ברורה'!
חוץ מזה וואס ביליאנען (זיכער מער...) לשון הרע'לעך ווערן אפגעהאלטן טאג טעגליך פון צו ווערן גערעדט, א דאנק דעם ספר שמירת הלשון!
א זכי' פון א יוד...

זי"ע ועכי"א


(לאמיר מאכן א לחיים, ווייל זיינע תלמידים די ליטאים וועלן דאס נישט טוהן....)

פרייטאג ספטמבר 03, 2010 10:41 am

זושע'לע, כ'וועל מיר ערלויבן צו שרייבן א שארף ווערטיל, יעדער ווייסט אז מ'מיינט גארנישט...

מ'האט געפרעגט נאך די מלחמה אין ארץ ישראל פון א רב וואס זיין שווער איז געווען איינער פון די גרויסע צדיקים מלפני המלחמה, און ער איז געווען אויסגעשפראכן קעגן די אגודה. האט מען געפרעגט דעם איידעם צו ס'אמת אז דער שווער האט אמאל געזאגט עפעס ח"ו קעגן חפץ חיים (ס'איז שטייצעך געווען א שקר מוחלט, און ער האט קיינמאל געזאגט אפי' ענדליכס)? האט ער געזאגט, און אויב יא? משנה ברורה איז דא אין יעדן אידיש הויז און ------ (נאמען געהיטן ביי שמעלקא'ן) נישט!!!

ספריו הקדושים זענען מופץ על פני תבל אויף א מוראדיגן פארנעם, ס'לכאו' נישטא נאך א ספר וואס איז געווארן אזוי אנגענומען בכל תפוצת ישראל אין אזא קורצע צייט.

דינסטאג פבואר 14, 2012 5:51 pm

איינער איז אמאל געקומען זיך אפרעדן פאר'ן חפץ חיים זצ"ל אז די חסידים פלינדערען און טוען מעשים אשר לא יעשו אין זייער וועג צו חיזוק הדת, האט אי ם די ח"ח געענטפערט די גמרא
זאגט, אז ווען איינער לויפט נאך א רודף אים צו הרגע'ן אויב האט ער בשעת'ן לויפן צובראכן כילים איז ער פטור, דאס זעלבע מיט די חסידים אפילו אויב זיי צוברעכן כלים בשעת זיי לויפן ראטעווען אידישקייט זענען זיי פטור, ווייל למעשה זיי האלטן אויף דאס אידישקייט.

מיטוואך ספטמבר 05, 2012 12:08 pm

דער חפץ חיים אין שפיץ פון א דעלעגאציע ביים פוילישער פרעמיער, זיין זוהן רבי אהרן שטייט פון הונטער איהם, מיט משמשים.
עטעטשמענטס
chofetz chaim.jpg

דאנערשטאג ספטמבר 06, 2012 10:06 am

דער רעגירונג נעמנט זיך יעצט אונטער איבערצופרישען (איבערבויען) דער בית מדרש פון דער חפץ חיים אין שטאט ראדין.

דאנערשטאג ספטמבר 06, 2012 11:27 am

ווי קען מען זעהן די מצבה פונעם חפץ חיים?

דאנערשטאג ספטמבר 06, 2012 11:27 am

במחילת הקהל, קען איינער אנצייגן פונקליך אויפן בילד וועלכער ס'איז דער כהן הגדול מאחיו?

דאנערשטאג ספטמבר 06, 2012 11:45 am

ווינקל האט געשריבן:במחילת הקהל, קען איינער אנצייגן פונקליך אויפן בילד וועלכער ס'איז דער כהן הגדול מאחיו?


זיצענדיג

דאנערשטאג ספטמבר 06, 2012 11:48 am

אה, כאנישט באמערקט אז איינער זיצט דארט

דאנערשטאג ספטמבר 06, 2012 12:43 pm

יוראפ האט געשריבן:אה, כאנישט באמערקט אז איינער זיצט דארט

זעט מען טאקע'ן שווער צורתו הק'.

פרייטאג ספטמבר 07, 2012 5:36 am

באקאנט אז עס איז נישט פארהאן א ריכטיג בילד
דאס באקאנטע בילד איז פון איינעם א שמש אין ראדין וואס האט שטארק געענדעלט דעם חפץ חיים
כך שמעתי

פרייטאג ספטמבר 07, 2012 10:07 am

עס זענען יא דא ריכטיגע בילדער, און דאס וואס איך האב געברענגט איז איינע פון זיי, נאר דאס בילד פון וועלכע דו רעדסט איז דער באקאנטער פארטרעיט וועלכע איז דער סימבאל פונעם חפץ חיים אויף דעם זאגט מען אז ס'איז נישט ריכטיג.

פרייטאג ספטמבר 07, 2012 10:43 am

עיין לעיל.

וועלכער איז דער זון? גאנץ צו לינקס מיט די גרויסע בארד?

פרייטאג ספטמבר 07, 2012 1:36 pm

ווינקל האט געשריבן:עיין לעיל.

וועלכער איז דער זון? גאנץ צו לינקס מיט די גרויסע בארד?


דער וואס שטייט אינטער איהם, א מגולח, ער האט געהאט א גרויסע (קאנטראווערסיעל) האנט אין דעם משנה ברורה.
שרייב א תגובה

Advertisement