רבי ישראל מאיר הכהן מראדין ה'חפץ חיים' זצ"ל כ”ד אלול תרצ”ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

רבי ישראל מאיר הכהן מראדין ה'חפץ חיים' זצ"ל כ”ד אלול תרצ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

לעווי האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט (קיינמאל נישט מברר געווען אויף זיכער) אז די חפץ חיים האט נישט געהייסן 'קאגאן' ווי די וועלט מיינט, נאר 'קאגאן' איז די רוסישע אפטייטש פון 'כהן' און ער האט זיך אונטערגעשריבן קאגאן כאילו ער וואלט געשריבן ישראל מאיר הכהן.

ווער ווייסט וואס זיין ריכטיגע לעצטע נאמען איז געווען?


אזוי ווי קיינער ענטפערט נישט וועל איך ענטפערן.

איך האב געהערט פון אפאר מענטשן אז די חפץ חיים זצ"ל האט געהייסן 'פּופּקא' (אדער פּופּקע?) אויפן לעצטע נאמען. אבער ער האט זיך כמעט נישט באנוצט מיט דער נומען.

אגב, עס איז נאך היינט פארהאן ליטווישע אידן מיט יענע נאמען.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עס זענען פארהאן אייניקלעך מיטן נאמען פופקא און מיט די נאמען קאגאן

בייגעלייגט איז דער בילד פון די מצבה פון זיין זוהן ר' אהרן קאגאן ז"ל פון נ"י. (גענומען פון דא)
אטעטשמענטס
aaron-kagen.jpg
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

פארשטיי איך נישט ווי אזוי קען דאס זיין א זון פונעם חפץ חיים זאל נפטר ווערן בימי בחרותו אום שנת תשי"ז
עפעס קלאפט נישט דא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בחרותו מיינט לכאורה נישט אלס בחור נאר אינגערהייט, ואי"ה אשנה פרק זה.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

מיללער האט געשריבן:עס זענען פארהאן אייניקלעך מיטן נאמען פופקא און מיט די נאמען קאגאן


איז וואס איז געווען זיין נאמען, קאגאן אדער פופקא?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעווי
קאגאן מיינט טאקע כהן אויף רוסיש, ווי א ה' ווערט א ג'. ווי האדיטש-גאדיטש, הרודנא-גרודנא.
דער חפץ חיים זעלבסט האט זיך געשריבן קאגאן ביי די אפיציעלע דאקומענטן.
זיין באקאנטע זון ר' ארי' לייב האט זיך גערופן פופקא, דאס איז געווען אין אמעריקא א נעפיו פון חפץ חיים הרב פופקא, וואס האט אסאך געהערט פון חפץ חיים, ער האט געוואוינט אין קווינס דאכט זיך.

יתכן בדרך אפשר, אז כידוע איז דאך דא דעות אז דער חפץ חיים האט געלעבט זייער לאנג, און גוט אריבער די הונדערט, מעגליך אז דער חפץ חיים איז נאך געבוירן אין א תקופה וואס מ'האט נאכנישט געהאט לעצטע נעמען.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לעווי,
על זה אנו דנין, וויאזוי דער חפץ חיים זעלבסט האט זיך גערופען, זיין זוהן ר' לייבל וועלכע האט זיך אפגעבן מיט די הדפסה פונעם משנה ברורה האט זיך גערופען 'פופקא'.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יעצט זעה איך אז הרב מהיכלא האט מגיב געווען איבער ר' לייבל פופקא'ן, אפשר ווייסט איר פרטים איבער דעם ר' אהרן קאגאן הנ"ל בן החפץ חיים?

אגב, ברוך שובך.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

ניין מילער [ברוכים תהי'] איני יודע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל האט געשריבן:פארשטיי איך נישט ווי אזוי קען דאס זיין א זון פונעם חפץ חיים זאל נפטר ווערן בימי בחרותו אום שנת תשי"ז
עפעס קלאפט נישט דא


יעצט איז ארויפגעקומען אן אייניקל פונעם חפץ חיים נכד ר' יוסף חיים קאגאן משיקאגו בעמח"ס עיוני הלכה והגינות בן ר' אהרן הכהן חתן הח"ח, ער שרייבט אז דער זוהן ר' אהרן קאגאן הנ"ל איז געווען דער אינגסטער קינד פונעם זוו"ש, ער האט קיינמאל חתונה געהאט און ער איז אוועק אין זיינע 50ער יארען.

http://kevarim.com/rabbi-aaron-kagen/co ... mment-5757
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

דעם דאנערשטאג העעל"ט האט חתונה געהאט אין בארא פארק דעם חפץ חיים'ס אן אייניקל. אייניקל פונעם טאכטער 'זאקס'. כ'קען איהם אביסל, אפשר נאך די שבע ברכות וועט ער אונז קענען העלפן מיט אונזערע שאלות.
לחיים ולברכה!
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

וואס איז די ריכטיגע בילד פון חפץ חיים ?
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

די בילד וואס ער זיצט לעבן זיין טיהר מי די קאסקעטל
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
החפץ חיים שמו ''לא'' הי' פופקא רק בנו ר' ארי' לייב קרא את עצמו כך ראה בספרו של הרב ישר מזה .

הרב חיים יצחק פופקא מאיסט נוא יארק-פלטבוש בן הרב מוועליז'-פילדפי' למד בראדין וידע הרבה מהח''ח
אך לא הי' קרוב הנ''ל הי' חתן הרה''צ מטאמאפאל שכבר הי' מדובר אצלינו עליו .הבחור אהרן קאגאן בא
לארה''ב ביחד עם אימו ואחותו וגיסו הרב זאקס .הי' גר באיסט-סייד ברחוב הענרי סטריט ישנם כמה ספרים קטנים מאביו שהדפיס.הרה''ג ר' שמעלקא טויבנפלד הכירו.הרה''ג ר' דוד הכהן לייבאוויץ אבי ר' העניך שנפטר לפני כמה חדשים הי' נעפיו של הח''ח וע''כ קרא את ישיבתו על שמו .
המעוניין לראות קצת אודות הח''ח ראה באיגרות שהדפיס בנו ר' ארי' לייב וכן בספרי הרב ישר .לחידוש אין היום בן אחר בן מהח''ח .
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

הרב ראובן פופקא פילאדעלפי' היה בן כ' שנים כשבא לארה"ב ביחד עם הוריו, והוא למד אצל החפץ חיים בראדין, והיה לו רק בן יחיד בשם גבריאל. והרב חיים יצחק הנ"ל חתן הטאמאשפילער אינו בנו רק אחיו, וכמו"כ היה לו עוד אחים והם הר' אברהם ארי' רב בפילאדעלפי', הר' מרדכי, הר' ברוך רב בפיטסבורג, הר' שלמה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אביהם הי' ר' אליעזר פופקא, ואודות תולדות המשפחה מצאתי עכשיו בתולדות אנשי שם
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

פארוואס האט זיך גערופען אן אייניקל מצד האם, מיטן משפחה נאמען 'קאגאן'?
אטעטשמענטס
0022.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

בן בוזי האט געשריבן:הרב ראובן פופקא פילאדעלפי' היה בן כ' שנים כשבא לארה"ב ביחד עם הוריו, והוא למד אצל החפץ חיים בראדין, והיה לו רק בן יחיד בשם גבריאל. והרב חיים יצחק הנ"ל חתן הטאמאשפילער אינו בנו רק אחיו, וכמו"כ היה לו עוד אחים והם הר' אברהם ארי' רב בפילאדעלפי', הר' מרדכי, הר' ברוך רב בפיטסבורג, הר' שלמה.

ב''ה
בן-בוזי
אני לא מבין מה שאתה כותב .....אתה מסייע... או מפריך ....או מתרץ ...מי אמר שר' חיים יצחק הי' בנו
שם אביו הי' ר' אליעזר והי' נקרא הרב מוועליז' ולפני זה הי' רב בסטראשעלע כשהי' גר שם הרה''צ ר' יעקב
קודם שעבר לנאוואמינסק .
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דברי הם בירור לשורה זו
badatz האט געשריבן:ב''ה
הרב חיים יצחק פופקא מאיסט נוא יארק-פלטבוש בן הרב מוועליז'-פילדפי' למד בראדין וידע הרבה מהח''ח
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

זיידעניו האט געשריבן:דער באקאנטער מונקאטשער גבאי הרה"ח ר' חיים בער ע"ה האט דערציילט, אז זייענדיג הויז בחור ביים דרכי תשובה ז"ל פון מונקאטש, האט אמאל פאסירט אז אויפן וועג צו תקיעת שופר האט דער דרכי תשובה געשריגן "נא נא" און נישט געוואלט גיין צו די תקיעות, ביז מ'האט באמערקט ווי ער ווייזט אויף די פענסטער'ס איז מען ארופגעקראכן און געטראפן ווי אונטער עטליכע בעקיטשעס איז געליגן א חומש מיטן פירוש פון רמ"ד [ר'שע מ'שה ד'עסויער], מ'האט עס ארויסגעווארפען פון פענסטער, הערשט דאן האט דער רבי געבלאזן שופר...


עס איז דא א ענדליכער מעשה ביים חפץ חיים
איינמאל איז ער געקימען און חלום צו זיין טאכטער זייער בייז אין ער האט גענישטערד אין אין די שאפע אין זי האט נישט געוויסט וואס איר טאטע וויל זי האט אים נאך קיינמאל נישט געזעהן איר טאטע אזוי בייז
צופרי האט זי פארציילט איר חלום האט זיך איר זין אנגעריפן אז עס איז זיין שילד ווייל ער האט געהאט געקויפט א נישט אויסגעהלטן ספר ער האט נאר געוואלט זעהן וואס דארט שטייט
וועגן דעם איז דער חפץ חיים געקימען אין גענישטערד און איר שאפע
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן בוזי האט געשריבן:פארוואס האט זיך גערופען אן אייניקל מצד האם, מיטן משפחה נאמען 'קאגאן'?


מ'האט שוין אויבן ערווענט אז דער נאמען 'קאגאן' איז אזוי ווי 'כהן', ר' אהרן הכהן חתן הח"ח האט פילייכט אויך גענוצט דעם זעלבן עמטליכען נאמען אין די ליטא.
דוד משמש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

וואס איז די נפק"מ ווי אזוי ער האט געהייסען אויפען לעצטען נאמען.. דער עיקר וואס ער שרייבט

אויב ער האט זיך נישט באניצט מיט דעם נאמען - דאן גריבעל נישט דערון...

און מעשה איש פון חזון איש ווערט געברענגט ( מזכרוני - ולא חפשתי עכשיו..) אז ער האט איינמאל געזאגט פאר אזא מין פארשער .. אז וועלכע בעקישע אדער פופקע רבי אביהו האט געהאט וועט יענער בעסער וויסען.
אבער וואס רבי אבהו זאגט דאס ווייס איך בעסער... ודפח"ח וש"י
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

בשעת ס'זענען דא אזעלכע וואס פארנעמען זיך מיט קלאר אהער שטעלן וועלכעס בילד ס'איז טאקע ריכטיג פונעם חפץ חיים, איז אבער זעהט אויס אויך א גדלות צו האבן א בילד בלויז פונעם חפץ חיים'ס שומר, אט דא האט זיך דער חפץ חיים'ס שומר געלאזט פאטאגרעפירן, און עס פארקויפט זיך פאר בערך $150 דאללער.

אויף דעם זאגט מען: עבד מלך, מלך
אטעטשמענטס
shoimer chufetz chaim.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

בן בוזי האט געשריבן:הרב ראובן פופקא פילאדעלפי' היה בן כ' שנים כשבא לארה"ב ביחד עם הוריו, והוא למד אצל החפץ חיים בראדין, והיה לו רק בן יחיד בשם גבריאל. והרב חיים יצחק הנ"ל חתן הטאמאשפילער אינו בנו רק אחיו, וכמו"כ היה לו עוד אחים והם הר' אברהם ארי' רב בפילאדעלפי', הר' מרדכי, הר' ברוך רב בפיטסבורג, הר' שלמה.


לרגל פטירתו וועליך ציטירן פון בחדרי חרדים http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?c ... rum_id=771

לב"ע אתמול בסיאטל הרב ברוך אהרן פופקו, ששימש שנים רבות כרב בפיטסבורג, פנסילווניה. שארו של החפץ חיים. חתניו הרב קלייטניק מסיאטל, והרב ישעיהו שטיינברגר מרמת שרת, ירושלים.

לוייתו עתה ( 11 בבוקר) בבית שמש.
_________________________________________________

הרב פופקו זצ"ל הגיע ממשפחת רבנים ותיקה וחשובה עד מאוד בארה"ב משפחתו הייתה קרובה למרן החפץ חיים בקשרי חיתון ואחיו היו מגדולי תלמידיו הנפטר עצמו התגורר אצל החפץ חיים כחצי שנה בהיותו כבן 14 בעת בריחתו עם הוריו מרוסיה הקומוניסטית אביו היה אב"ד וועליז' וחתנו של הג"ר יעקב משה ספיר אב"ד סראטוב ופתח תקוה בערוב ימיו. גיסו של הנפטר הג"ר מרדכי סאוויצקי היה מגדולי תלמידי סלבודקא וכונה בשם ה"עילוי מלידא", בעת פטירתו יצא הרב שך זצ"ל לקבל את פני ארונו בשדה התעופה. גיס נוסף של הנפטר הוא הג"ר גדליה שוורץ נשיא ה RCA -איגוד הרבנים האורטודוקסים בארה"ב .

הנפטר היה אב"ד פיטסבורג כ65 שנה וכיהן כנשיא המזרחי בארה"ב הוא פעל רבות למען יהודי רוסיה ובעיצומה של המלחמה הקרה אף הגיע כמה פעמים לבקר שם ואף דאג באורח פלא להדפסת 25000 סידורי תפילה למענם
הקב"ה ימלא חסרונינו ולא נוסיף לדאבה עוד
__________________________________________________

הזכרת מי הם גיסיו של הנפטר , אך לא הזכרת מי הוא אחיו.

אחיו הוא הרב חיים יצחק ע"ה פופקא רב בברוקלין וסגן נשיא אגודת הרבנים
הי' חתנו של האדמו"ר משה חיים יהושע שניאורסאן-טווערסקי האדמו"ר מטומשפאל- קודינוב
___________________________________________________


למעשה וואס איז געבליבן? אז דער הרב פופקא געווען א קרוב פונעם חפץ חיים אדער נישט?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב לעווי WOW!

דו ביסט עס? ברוך שובך, מיר האבן זיך שוין לאנג נישט געטראפן, בלייב דא, יהא שובך לברכה ולהרמת קרנינו למעלה.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”