בלאט 1 פון 1

רבי יצחק אברבנאל, י' אב רס"ח

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 30, 2009 8:45 am
דורך שוועמל
רבי דון יצחק בן רבי יהודה בן רבי שמואל אברבנאל זצ"ל האט געלעבט אין די שווערע ביטערע תקופות פון גלות פורטוגאל וספרד. אנהויב האט ער געוואוינט מיט זיין טאטן אין פורטוגאל, וואו ער האט איבערגענומען זיין טאטענס פאזיציע אלס שר האוצר ביים קעניג אלפונסו. דערנאך האט זיין זון דער קעניג זשאן אים פארטריבן צוליב א בלבול און ער איז אנטלאפן קיין שפאניע וואו קעניג פערדינאנד האט אים אויפגענומען אלס דארטיגער שר האוצר און יועץ ביזן גירוש בשנת רנ"ב. פון דארט איז ער געגאנגען קיין ווענעציע, איטאליע וואו ער האט געדינט אלס אומאפיציעלער געזאנדעטער פון די פארטוגעזישע מלוכה.

רבי יצחק אברבנאל ווערט פאררעכענט צווישן די גרעסטע פרשנים על תנ"ך. מיט זיין זעלטענעם מהלך און שכל הישר האט ער פארענטפערט אלע שוועריגקייטן וואס מען שטויסט זיך אן ביים לערנען די פסוקים.
ביים אנהויב פון די פרשה הייבט ער אן מיט א סעריע קושיות, אפטמאל אין די הויכע צענדליגער, די קושיות ווערן געפרעגט סיי אין פשט סיי אין דרש. דערנאך הייבט ער אן מיט זיין אייגנארטיגן פירוש געפלאכטן מיט די דרשות חז"ל אויף א וועג וואס די אלע קושיות זענען מער נישט שווער בכלל.

(אט די מהלך האט געצויגן קריטיק פון פארשידענע גדולים וואס האבן חושש געווען אז צוליב די אריכות וועלן מענטשן לערנען די קושיות, אבער נישט די תירוצים. ממילא וועט מען בלייבן ביי די קושיות.)

צווישן זיינע באקאנטע חידושים אין זיין פירוש איז באקאנט די טייטש אז צפרדע איז נישט געווען די אנגענומענע 'פרעש', נאר עפעס א חיה דומה לתנין, ער נעמט דארט אן כשיטת רבינו חננאל אז ס'יז געווען א מין קראקודייל א חיה הממיתה. זיין ראיה איז פון פסוק הנה אנכי נוגף את כל גבולך בצפרדעים, און נוגף איז נאר שייך אויב ס'יז ממית. ער לייגט צו אז די נס איז געווען פולפאכיג, וויבאלד די תנינים גלייכן נישט די זיסע וואסער פונעם נילוס און ס'פלעגט בכלל נישט זיין אין מצרים. ועוד הוכחה מפסוק רק ביאור תשארנה, און דאס איז א מציאות אז ביז היינט צוטאגס טרעפט מען קרוקודיילס אין מצרים בלויז אינעם נילוס און נישט אין אנדערע טייכן, אבער פרעש טרעפט מען איבעראל. עי' בפנים.


חוץ זיין באקאנטע ספר אברבנאל על התורה, נביאים וכתובים, האט ער אויך מחבר געווען ספרים על אמונה ויהדות 'ראש אמנה' וספר 'ישועות משיחו', 'עיקרי אמונה' וספר 'מעייני הישועה על דניאל', 'עטרת זקנים'. אויף הגדה ש"פ האט ער מחבר געווען א פירוש 'זבח פסח', סך הכל חיבר 13 ספרים.

זיין יחוס איז באוואוסט עד דוד המלך ע"ה משבט יהודה, לויט זיין מסורה זענען זיינע עלטערן אנגעקומען אין שפאניע גלייך ביים חורבן בית ראשון ווען הונדערטער טויזענטער אידן זענען דאן אהין אנטלאפן. אויך אסך שטיקער היסטאריע נעמט מען פון זיינע ספרים וואו צווישן די קאפיטלעך אדער אין די הקדמות באשרייבט ער זיין לעבן און דאס לעבן פון די אידן אין זיינער צייט.

נאך א באקאנטער ביאור פונעם אברבנאל איז באקאנט איבער דעם ענין פון מתפלל זיין ביי א קבר, אז דערמיט ווייזט מען א געוואלדיגע הכנעה אז אפילו די לעבעדיגע זענען חשוב לפני הקל כמת, ודפח"ח.

רבו המובהק היה רבי יוסף חיון זצ"ל.
נפטר בעיר Padova שבאיטליה ושם מנו"כ.
יהא זכרו ברוך.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 30, 2009 8:51 am
דורך איטשע
אין עלים לתרופה איז לעצטענס געווען געשריבן אז הגאון בעל משאת בנימין איז ע"פ מסורה געווען אן אייניקל פונען דון יצחק אברבנאל, ער צייכנט נישט צו קיין מקור, ווייסט איינער א מקור דערצו? דער משאת בנימין איז על פי חשבון געווען ס"ה געציילטע דורות נאכ'ן אברבנאל.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 3:42 pm
דורך ביקסאד
ווייסט איינער וואס פאר א נאמען דער מחבר האט געגעבן פאר זיין ספר ?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 8:13 pm
דורך שוועמל
וואס?

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 21, 2014 2:06 am
דורך נטיעות
איטשע האט געשריבן:אין עלים לתרופה איז לעצטענס געווען געשריבן אז הגאון בעל משאת בנימין איז ע"פ מסורה געווען אן אייניקל פונען דון יצחק אברבנאל, ער צייכנט נישט צו קיין מקור, ווייסט איינער א מקור דערצו? דער משאת בנימין איז על פי חשבון געווען ס"ה געציילטע דורות נאכ'ן אברבנאל.


המקור הוא מספר מלוכת ישראל מאת אחד מצאצאי משפחת סולניק מבני בניו של המשאת בנימין המוסר כן בשם מסורת משפחה.

השאלה היא - האם יש לזה גם מקור קדום יותר?