הסרפד האט געשריבן:אין
הקדמת ס' אמרי כהן להר"ר יחיאל מיכל הכהן האללענדער דומ"ץ טארנא מזכיר יחוס חמיו ר' בנימין זאב וועקלסער מטארנא (בן בתו של ר' יהושע העשיל מקאמרנא בן הברוך טעם) "ומצד אביו נכד להגאון מופת דורו מו"ה מרדכי זאב א"ש אבד"ק לבוב". (יצויין אז ר' יהושע העשיל ברענגט מען אז ער איז אויך געוועהן איין איידים ביי משפחת וועקלסער.)
איז באקאנט ווי דאס גייט?
איך האב אויבן דערמאנט אז חאטש טייל פון משפחת וועקסלער פון קאמרנא – נכדי ר' ישראל מענדל חתן ר' יהושע העשיל מקאמרנא בן הברוך טעם – האבן זיך געהאלטן פאר אייניקליך פון ר' מרדכי זאב אורנשטיין מלבוב אבי משפחת אורנשטיין המפורסמת, נושאי אשכול דינן. איך האב פראבירן צו פארשן, עד מקום שידי מגעת, מברר צו זיין ווי די יחוס גייט. עס איז מיר נישט געלונגן, אבער עפעס א התחלה האב איך, בין איך עס מציע דא, וייקרא על שם גומרו.
ערשטענס, לאמיר זיך באקענען מיט די ערשטע דורות פון די משפחה.
דער אבי המשפחה, לויט עטליכע מקורות, איז ר'
זאב וואלף וועסקלר, א שוואגער פון הרה"ג ר'
יהושע העשיל פרענקל-תאומים, בן הגאון המפורסם ר' ברוך מלייפניק בעל ברוך טעם, וואס איז געוועהן איין איידים אין קאמרנא ווי ער האט געוואוינט. (איך האב נישט געטראפן ערגעץ וואו עס זאל שטיין קלאהר צי ר' יהושע העשיל איז געוועהן איין איידים ביי ר' וואלף'ס פאטער, צי ביי ר' וואלף'ס שווער, און דאס וועט אונז זיין וויכטיג שפעטער.)
פון דעם קומענדיגן דור ווייסט מען אזוי (די יאהרן נעם איך פון JRI, אבער איך האב נישט שטארק מדייק געוועהן, און זענען נאר בערך):
ר' וואלף זיהן, ר'
מרדכי (תקס"ד – תרל"ו) און ר'
יעקב (כפי עדות הרב ברוך ישר-שליכטער יוצא קאמרנא בספרו בית קומרנא); ר'
ישראל מענדל (נפטר לפני תרכ"ד) חתן ר' יהושע העשיל הנ"ל, לכאורה אויכעט א זוהן פון ר' וואלף, אדער אפשר א זוהן פון זיין זוהן ר' מרדכי (לויט די יאהרן); ר'
משה (נו' תר"ג) ור'
שלמה (נו' תר"ז) בני ר' מרדכי; ר'
ליבש (נו' תקצ"ז), קען איך נישט אויף ווייזן ווי ער געהערט (אבער לכאורה ב"ר מרדכי) – חמיו של ר' וואלף שענבלום נכד ר' וואפצי שנזכר בהוספות חדשות בס' אמרי קדוש.
און צו געקומענע אזוי: ר'
יעקב לבוב (נו' תקע"ה, וועלן מיר דן זיין בפרטות שפעטער); ר'
פנחס הורוויץ, וזו' מ'
נייטשא לבית וועקסלער, ממשפחת הורוויץ מ
בראד (נישט אויס צו מישן מיט ר' פנחס הורוויץ מבראד, נכד הר"ר שמעלקא, ושם זו' עכסה, מאבות משפ' הורוויץ מארה"ק, און אפשר נאך א ר' פנחס צי צוויי אין בראד אין יענע תקופה); ר'
שמואל שעהנבלום (נו' תקצ"ה) בן הרה"צ ר'
וואפצי מלעמבערג (ואחי הרה"צ ר' אבלי משצעריץ חתן ר' העשיל מקאמרנא) וזו' מ'
חנה לבית וועקסלער.
וועל איך יעצט אראפ לייגן עטליכע הנחות:
1. ר' יהושע העשיל מקאמרנא'ס אייניקליך (אויסער נכדי חתנו ר' ישראל מענדל וועקלסער, כמובן) זענען נישט קיין אורנשטיין אייניקליך. אזוי איז משמע פון דער אמרי כהן'ס יחוס בריעף כנ"ל, וכן פשוט.
2. עס זעהט אויס אז ר' זאב וואלף'ס קינדער זענען שוין געוועהן אורנשטיין אייניקליך: ר' מרדכי'ס זוהן ר' משה האט געהייסן אויפ'ן גאנצן נאמן
משה העשיל, כשם הגאון בעל
הים התלמוד בן ר' מרדכי זאב הגדול; צוויי פון זיין ברודער ר' יעקב'ס אייניקליך האבן געגעבן נאך ר' יעקב'ן א נאמן
יעקב משולם, כשם הגאון בעל ישועות יעקב בן ר' מרדכי זאב הגדול, און מיר טרעפן עטליכע פרויען אין די משפחה בשם
נייטשא (אחת, אשת ר' פנחס הורוויץ, והשנית, בת מ' חנה אשת ר' שמואל שעהנבלום) כשם אמו של ר' מרדכי זאב.
3. ר' זאב וואלף אליינס, אין איין זיווג עכ"פ, איז זיכער נישט געוועהן איין איידים ביי משפחת אורנשטיין, ווייל מיר ווייסן ווער זיין שווער איז געוועהן: דער באקאנטער יחוס שרייבער ר' יוסף כהן-צדק מלבוב ולאנדאן, אין זיין 'שם ושארית' (
עמ' 57) שרייבט אז הגביר ר' זאב וואלף וועקסלר מקאמרנא האט גענומן מ'
חיה רבקה (בזו"ר היה שם בעלה ראללער, וילדה בן שהיה גיסו של ר' יוסף כ"ץ) בת דודו ר'
יהודה ליב כ"ץ אב"ד סטריא חתן ר'
מאיר חיות מטיסמניץ. (און חאטשיק ר' יוסף כהן צדק איז געוועהן א פאנטאזירער – און דאס איז שוין ע"ד לימוד זכות – איך שטעל מיך פאהר אז אויף זיין נאהנטע משפחה קין מען איהם גלייבן.) אויב איז דאס געוועהן ר' וואלף'ס איינציגסטע זיווג, איז ר' יהושע העשיל מקאמרנא זיכער געוועהן בעל אחותו פון ר' וואלף (ווייל ר"י כ"ץ פעטער האב"ד סטריא האט נאר געהאט צוויי טעכטער עיי"ש) – און אזוי קומט אונז צוריק די פראבלעם פון ווי אזוי ר' וואלף'ס קינדער זענען אייניקליך פון רמ"ז אורנשטיין הגדול, אבער זיין שוואגער ר' יהושע העשיל'ס קינדער זענען נישט.
- א זייטיגע נקודה – משפחת לבוב: מטעם סמיכות, און פון א משמעות פון 'בית קומרנא', זעהט מיר אויס אז ר' יעקב לבוב מקאמרנא איז געוועהן איין איידים ביי בית וועקסלר (מסתמא ביי ר' וואלף). עס איז מסתבר אז ר' יעקב איז געוועהן איין אייניקל מבית אורנשטיין מצד עצמו אויכעט – ווי מען האט שוין ספעקולירט אויפ'ן אשכול לעומתנו באוצה"ח, איז 'לבוב' געוועהן א משפחה נאמן ביי טייל אייניקליך פון רמ"ז הגדול (און איך קען באשטעטיגן אז אין זאמושטשער מעטריקל ווערט ר' משה העשיל בעל הים התלמוד אהן גערופן 'לבוב', ווי אויך ברענגט מען אז דער שואל ומשיב שרייבט צו 'נד"ז' בעל הים התלמוד בשם 'אברהם לבוב'). אין איינע פון די בילגורייער יזכור ביכלעך ווערט ר' יעקב לבוב מקאמרנא גערופן איין אייניקל פון'ם ישועות יעקב, ולכאורה לא דק. ר' יעקב לבוב אין קאמרנא, אויב רעדט מען פון איין מענטש, האט געהאט צוויי זיווגים, ווייל לבוב'ס געבוירן פאר תר"י בערך האבן איין מוטער, און דיע געבוירן דערנאך האבן א צווייטע; אין טאמאשוב טרעפט מען אין 1850 ווי איינער 'יעקב לבוב' האט חתונה געהאט מיט א פרוי לבית נירנשטיין (ווידער מחותני או נכדי רמ"ז אורנשטיין הגדול), און די נעמן שטימן אז היינו הך, ולפי"ז די אינגערע לבוב'ס פון קאמרנא עכ"פ זענען נישט קיין וועקסלער אייניקליך.
איז יעצט: ווי זעצט מען די אורנשטיין יחוס? פון ר' זאב ארויף פעלט נאר א דור צי צוויי. ער אליינס, מצד האם – נישט מסתבר צוליב (
1). אשת ר' זאב – איז דאך שווער פון ר"י כ"ץ. איין אנדערע זיווג? אולי. אדער, אפשר איז הנחה (
2) נישט ריכטיג: אפשר איז ר' מרדכי'ס פרוי, מ' רעכיל, די אורנשטיין אייניקל; אפשר זענען אלע נייטשא'ס אירע טעכטער/טעכטער'ס טעכטער; די יעקב-משולם'ס נכדי ר' יעקב אחי ר' מרדכי, וואס מיר האבן גענוצט אלץ א ראיה אז ר' יעקב וועקסלר איז אויך געוועהן איין אורנשטיין אייניקל, זענען ביידע געוועהן דאפעלטע וועקסלער אייניקליך, איינער בפירוש פון ר' מרדכי, און איינער פון ר' לייב וועקסלר, אולי ב"ר מרדכי; ר' ישראל מענדל חתן ר' יהושע העשיל מקאמרנא – אפשר איז ער אויכעט געוועהן א זוהן פון ר' מרדכי.
סוף דבר, גארנישט איז קלאהר, אבער בזה יצאתי ידי חובתי, והרוצה להשלים ישלים.