משפחות הרבנים אורנשטיין-איטינגא מלבוב-לעמבערג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 30, 2015 11:59 am

מיללער האט געשריבן:דער ישועות יעקב האט געהאט נאר איין זוהן-קינד ר' מרדכי זאב אורנשטיין ז"ל וועלכער איז אוועק אינגערהייט, זיין זוהן ר' צבי הירש ז"ל בעל ברכת רצ"ה האט משמש געווען ברבנות אין לעמבערג און ווען ער איז נפטר געווארן האט זיין איידעם ר' ארי' לייב ברודא ז"ל בעל מצפה אריה אים איבערגענומען.



מודעה על מעמד הזכרה לרגל מלואת שנה של ]טירת הג"ר ארי' ליב בוראד אב"ד לבוב בעמח"ס מצפה אריה ואח"כ הקמת המצבה על קברו

http://polishjews.yivoarchives.org/arch ... ent&id=852

בילד

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג יולי 03, 2015 4:24 pm

מיללער האט געשריבן:דער דערמאנטער ר' שלמה איטינגא פון לבוב בן מהרי"א, איז געווען א גרויסער נגיד און א שטארקער בעל צדקה אין די שטאט, מען טרעפט זיין נאמען עטליכע מאל פון די בארימטע "תמכין דאורייתא" אויסצוהאלטן די תלמוד תורה און די שטאט.

דא אין מחז"ה ווערט באשריבן אביסל מער באריכות די חתונה פון דעם דערמאנן זון ר' אבא צבי:

ווי געשריבן אין מזכרת לגדולי אוסטראה עמ' 325 איז רבי שלמה איטינגא געווען אן איידעם פון רבי אפרים זלמן הכהן זוסמאן פון אוסטראה בן רבי אבא צבי הכהן זוסמאן [איידעם פון רבי יעקב יהושע הלוי הורוויץ אב"ד זאלאזיץ בן המחנה לוי וחתן רא"ז מרגליות מבראדי].

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » דינסטאג פאברואר 09, 2016 10:43 am

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער ישועות יעקב האט געהאט נאר איין זוהן-קינד ר' מרדכי זאב אורנשטיין ז"ל וועלכער איז אוועק אינגערהייט, זיין זוהן ר' צבי הירש ז"ל בעל ברכת רצ"ה האט משמש געווען ברבנות אין לעמבערג און ווען ער איז נפטר געווארן האט זיין איידעם ר' ארי' לייב ברודא ז"ל בעל מצפה אריה אים איבערגענומען.



מודעה על מעמד הזכרה לרגל מלואת שנה של ]טירת הג"ר ארי' ליב בוראד אב"ד לבוב בעמח"ס מצפה אריה ואח"כ הקמת המצבה על קברו

http://polishjews.yivoarchives.org/arch ... ent&id=852

בילד

און דא איז די מודעה על הפטירה.
צוגעלייגטע
Screenshot_2016-02-09-10-24-49-1.png
Screenshot_2016-02-09-10-24-49-1.png (101.87 KiB) געזעהן 3338 מאל

אץ קוצץ
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » דינסטאג פאברואר 09, 2016 4:23 pm

ציקאריע
צוגעלייגטע
75d70804-6d00-47e4-8691-0d81aa499a98.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 8:00 pm

בעבר ווען מיר האבן געשריבן תולדות רבי מרדכי זאב אבי הישועות יעקב (זעה ערשטן בלאט פון דיזע אשכול) האבן מיר מאריך געווען בנוגע יום פטירתו, וז"ל:


"הסתלקותו
בנוגע דעם טאג פונעם הסתלקות פון ר' מרדכי זאב ז"ל איז פארהאן פארשידענע גירסאות לויט טייל דעות איז ער נסתלק געווארן ב' טבת לויט אנדערע ב' שבט און א דריטע ווערסיע איז דא אז ער איז נפטר געווארן כ"ב שבט אבער אלע זאגן אז דאס איז געווען אונעם יאר תקמ"ז ווען עס איז געווען שקעה חמה שלא בעונתה זייענדיג אינעם בליענדן עלטער פון עטליכע פופציג יאר און ווי דער זוהן דער "ישועות יעקב" שרייבט אינעם הקדמה אויף חלק אבה"ע בזה"ל "כבה אורו של עולם ,ויספדו כל בית ישראל כולם , כי סר צולם , נפשו צרורה בצרור החיים ."
פון ר' מרדכי זאב איז נישט געבליבען קיין חיבורים אבער ער האט איבערגעלאזט נאך זיך דורות פון רבנים וגדולים מפורסמים ואנשי שם לתפארת בית ישראל עס איז כדאי צו באמערקן אז אגעהויבען פון ר' מרדכי זאב ביז צו די צווייטע וועלט קריג זענען זעקס פון די אכט רבנים וועלכע האבן משמש געווען בכתר הרבנות אינעם שטאט לעמבערג געווען מגזע ר' מרדכי זאב ז"ל וואס פון דעם קען מען אביסל זעהן די השפעה וואס ר' מרדכי זאב האט איבערגעלאזט אויף די שטאט."

היינט איבערגייענדיג די נייע דרוק פונעם שואל ומשיב, האט דער אייבירשטער באלאכטן אונזערע אויגן מיט די פאלגענדע הערה וואס מיר האבן געשריבן באוצה"ח:

מיללער האט געשריבן:זיכני ה' בהמהדורא החדשה של השו"מ, כלו ממתקים וחכו מחמדים, קילורין לעינים ומשמחים לב.

מידי עברי בין בתרי התשובות והגהות המציונות מתחת להקו, מצאתי ראיתי דבר שלכאורה טעות הוא בידי המולי"ם ואמרתי להעלותה פה לפני קהל הלומדים, ואולי מפה יועבר להמדפיסים לתקנו במהדורא הבאה.

בסי' נ"ה מתחיל השו"מ את התשובה כדרכו "והנה ביום א' בא תרט"ו ב' שבט ביא"צ של זקני הגאון מהרמ"ז ז"ל הגיעני תשובה" וכו'

והמעירים ציינו שכוונתו ליארצייט של "רבי משולם זוסיא ליפמן מאניפולי" (הרבי רבי זושא שאכן יודה"ל דיליה הוא ביום ב' שבט), אבל לא שמו על לב שהשו"מ לא היה נכד הרבי רבי זושא מאניפאלי, ופשוט שהכוונה הוא לזקנו רבי מרדכי זאב לבוב-אורנשטיין אב"ד לבוב אבי הישועות יעקב זצ"ל, שאביו של השו"מ היה חתנו של רבי בעריש היילפרין חתנו של רמ"ז הנ"ל.


ולפי"ז ברור שיום פטירתו רבי מרדכי זאב אבי הישועת יעקב, זקנו של השו"מ הוא אכן ביום ב' שבט, עפ"י דברי נכדו הנ"ל, ואין שמחה כהתרת הספיקות.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 8:58 pm

שטייט דאך ארויס אין ספר מצבת קודש "ב' שבט", וואס איז די ספק בכלל?

New Picture (29).jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 11:03 pm

יציב פתגם האט געשריבן:שטייט דאך ארויס אין ספר מצבת קודש "ב' שבט", וואס איז די ספק בכלל?

New Picture (29).jpg

יישר כח, עפ"י שנים עדים יקום דבר

איטשע
שר האלף
תגובות: 1885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 5:28 am

ס׳געפעלט מיר! מען מאכט חקירות און מען האט פארענטפערט שווערע שאלות.
ר׳ יוד עפענט א כלילת יופי ח״ב, בלעטערט אויף דף קמ״ח, ועיי״ש!

חוקר משפחות
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 9:19 am

משפחת אורנשטיין מאפטא

תגובהדורך חוקר משפחות » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 2:46 am

באפטא ישבה עד השואה משפחת אורנשטיין, מנכבדי חסידי גור, מנכבדי הקהילה וסוחרי תבואה. הייתי שמח לברר האם וכיצד היו קשורים לענפים הידועים של המשפחה (לא ידוע קשר למשפחת חתנו של האוהב ישראל), או מידע אחר על יחוסה למעב"ק. תשומת לב כי מהמשפחה נישאו באפטא לנכדות "היהודי הקדוש" מפשיסחא.

דור ראשון:

א. ר' שכנא אורנשטיין מצויזמיר, אשתו רייזא / ריזשא, נפטרה בצויזמיר בשנת תרי"ג, בת 50.

דור שני, ילדיהם של ר' שכנא וריזשא:

ב1. ר' שמואל אורנשטיין מצויזמיר, אשתו מרים חנה לבית קליימינץ מאפטא, מילדיהם ידועים: מטלא לאה, פריידא.
ב2. ר' אלתר אורנשטיין מאוזרוב, אשתו חיה בלימא לבית זילברברג, מילדיהם ידועים: ר' יחזקאל מאיר אורנשטיין, הינדא ריזשא אשת ר' יחזקאל זאלצמאן מזוואלין, יחיאל.
ב3. ר' יהודה אורנשטיין מאפטא, אשתו שפרה סנדרוביץ / שולמן מאפטא (להלן)
ב4. מ' דבורה, אשת ר' אייזיק לרנר מצויזמיר (להלן).

דור שלישי:

ילדי ר' יהודה אורנשטיין מאפטא:

ב3א. ר' הירש ליב אורנשטיין, תרכ"ב - תרפ"ז.
ב3ב. ר' יעקב אורנשטיין, תרכ"ד - תרצ"ז.
ב3ג. ר' יצחק מאיר אורנשטיין, תרכ"ז - תרצ"א, זו' אסתר לבית ויינגולד מבודזנטין [אולי נספתה, הי"ד]. ראו למטה שאלה בעניין.
ב3ד. חנוך אורנשטיין, תר"ל -
ב3ה. רייזל, תרל"א - .
ב3ו. ציביה, נולדה ונפטרה תרל"ד.
ב3ז. שבע, תרל"ד - .
ב3ח. ר' אברהם אורנשטיין, תרל"ו - תרצ"ח.
ב3ט. משה, תרל"ח - .
ב3י. דבורה, תרמ"א - תרמ"ב.
ב3כ. ר' שכנא דוד אורנשטיין, תרמ"ג - תש"ג, נספה בטרבלינקה, ואיתו זו'-קרובתו מלכה לבית מנדלזיס - סרגא [בתו של ר' אברהם בעריל מנדלזיס-סרגא מאפטא], הי"ד.

ילדי דבורה ור' אייזיק לרנר:

ב4א. רייזל, אשת ר' אברהם בעריל מנדלזיס-סרגא (לעיל), תרט"ו - תרע"ב, בנו של ר' שמואל גרשון מנדלזיס-סרגא, בנם של ר' אברהם סארגא מאפטא, וחתנו של ר' שמואל יחיאל עהרנברג מאפטא [האם קשור למשפחת עהרנברג הרבנית?]. מהם משפחה עניפה באפטא.
ב4ב. דבורה, אשת ר' צבי הירש פריד מאוזרוב.

דור רביעי:

ילדי ר' יצחק מאיר אורנשטיין ואסתר לבית ויינגולד, תושבי אפטא:

I) ר' שמחה בונים אורנשטיין, נספה, זו' חיה רבקה לבית זילבר (להם צאצאים רבים, לא ברור אם מישהו שרד).
II) חנה רחל, נפטרה תר"פ.
III) הינדא פרידא, זו' ר' חיים ליב הופמן, נספו הי"ד, חלק מילדיהם שרדו.
IV) ר' יהודה אורנשטיין, נספה בשואה הי"ד, בזוו"ר נשוי למ' דבורה פעריל, בתו של הצדיק רבי שמחה יצחק רבינוביץ' מאפטא [מאשתו הראשונה רחל לבית פרידמן, האם ידוע בת מי היתה?], בנו של רבי צמח ברוך משידלובצה, בנו של רבי נתן דוד משידלובצה, בנו של רבי ירחמיאל מפשיסחא, בנו של "היהודי הקדוש" זי"ע. אחרי פטירתה בתרצ"ח, נשא ר' יהודה בזוו"ש את אחותה מ' אסתר יוכבד, נספתה ג"כ, הי"ד. למיטב ידיעתי לא נותרו מר' יהודה צאצאים ששרדו.
(V) שפרה לאה, אשת ר' בן ציון גרינשפן, נספו עם בתם ציביה ביילא, הי"ד.

ילדי ר' שכנא דוד אורנשטיין וזו' מלכה לבית מנדלזיס:

(ן) ר' יהודה אורנשטיין מאפטא, נספה עם זו' טשרנא לבית לרנר, וילדיהם הי"ד.
II) ר' חיים שמואל אורנשטיין בחיפה.
(III) שפרה, זו' ר' אברהם משה בליטנטל (בליטענטאל) בחיפה.
(IV) ר' יצחק אייזיק אורנשטיין בחיפה.
(V) דבורה, נספתה הי"ד.
(VI) חיה, נספתה הי"ד.

לעניין משפחת ויינגולד הנזכרת לעיל, מ' אסתר אשת ר' יצחק מאיר אורנשטיין מאפטא, אות ב3ג :

היא בתו של ר' אברהם יעקב ויינגולד מבודזנטין (ביזישין), עיירה סמוכה לקיעלץ. לפי נכדתו, סבתי ז"ל, שלא זכתה להכירו, היה רב גדול, ומכונה "דמריינו". יתכן שמדובר בשיבוש הגיה, ניב אידי-פולני, ובכ"ז רציתי לדעת אם מישהו יודע כיצד לפרש את הכינוי. בהחלט יתכן שהיה מלמד, או מורה הוראה מקומי, ובכ"ז אשמח לקבל דיעות בעניין. ובכלל כל מידע נוסף שלא מרשומות JRI על מוצא המשפחה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 21, 2016 11:43 pm

מיללער האט געשריבן:אקארשט געוואור געווארן איבער נאך א צווייגן ממשפחת אורנשטיין-איטינגא, דאסמאל איבער א קינד פון הגאון רבי מרדכי זאב איטינגא מלבוב גיסו וחברו של הגאון בעל שואל ומשיב, מבעלי מפרשי הים ובעמח"ס שו"ת מאמר מרדכי.

דאס איז באקאנט אז רבי מרדכי זאב (וואס האט געהייסן נאך זיין זיידע רבי מרדכי זאב אורנשטיין [הראשון] אבי הישועות יעקב) האט געהאט א זון רבי יצחק אהרן איטינגא לימים אב"ד לבוב ובעמח"ס שו"ת מהרי"א הלוי.

יעצט האבן מיר געטראפן אז דער באקאנטער חוקר היוחסין ר' דוד טעבלי אפרתי פון וויטעבסק, דערמאנט זיין נאנטער ידיד רבי יוסף פאפירנא פון וויטעפסק, אז ער איז געווען אן איידעם ביי רבי מרדכי זאב איטינגא, און ער דערמאנט זיין זון ר' נפתלי הירץ פאפירנא, זעה דא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=6

א טאכטער פון דעם ר' יוסף פאפירנא האט געהאט חתונה געהאט מיט דעם (טרויעריג בארימטען) מיכאל (יחיאל מיכל) האלפערין, דער אייניקל פונעם מלבי"ם, דאס פארפאלק האט זיך אבער גאנץ שנעל צושיידט.

מצבה בווארשא האשה מרת בלומא ב"ר יוסף פאפיערנא (הנ"ל) נכדת רמ"ז עטינגער בעל מפרשי הים, אשת ר' נח פינס:

http://cemetery.jewish.org.pl/id_103238 ... _Fink.html

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 15, 2017 9:35 pm

מיללער האט געשריבן:בעבר ווען מיר האבן געשריבן תולדות רבי מרדכי זאב אבי הישועות יעקב (זעה ערשטן בלאט פון דיזע אשכול) האבן מיר מאריך געווען בנוגע יום פטירתו, וז"ל:


"הסתלקותו
בנוגע דעם טאג פונעם הסתלקות פון ר' מרדכי זאב ז"ל איז פארהאן פארשידענע גירסאות לויט טייל דעות איז ער נסתלק געווארן ב' טבת לויט אנדערע ב' שבט און א דריטע ווערסיע איז דא אז ער איז נפטר געווארן כ"ב שבט אבער אלע זאגן אז דאס איז געווען אונעם יאר תקמ"ז ווען עס איז געווען שקעה חמה שלא בעונתה זייענדיג אינעם בליענדן עלטער פון עטליכע פופציג יאר און ווי דער זוהן דער "ישועות יעקב" שרייבט אינעם הקדמה אויף חלק אבה"ע בזה"ל "כבה אורו של עולם ,ויספדו כל בית ישראל כולם , כי סר צולם , נפשו צרורה בצרור החיים ."
פון ר' מרדכי זאב איז נישט געבליבען קיין חיבורים אבער ער האט איבערגעלאזט נאך זיך דורות פון רבנים וגדולים מפורסמים ואנשי שם לתפארת בית ישראל עס איז כדאי צו באמערקן אז אגעהויבען פון ר' מרדכי זאב ביז צו די צווייטע וועלט קריג זענען זעקס פון די אכט רבנים וועלכע האבן משמש געווען בכתר הרבנות אינעם שטאט לעמבערג געווען מגזע ר' מרדכי זאב ז"ל וואס פון דעם קען מען אביסל זעהן די השפעה וואס ר' מרדכי זאב האט איבערגעלאזט אויף די שטאט."

היינט איבערגייענדיג די נייע דרוק פונעם שואל ומשיב, האט דער אייבירשטער באלאכטן אונזערע אויגן מיט די פאלגענדע הערה וואס מיר האבן געשריבן באוצה"ח:

מיללער האט געשריבן:זיכני ה' בהמהדורא החדשה של השו"מ, כלו ממתקים וחכו מחמדים, קילורין לעינים ומשמחים לב.

מידי עברי בין בתרי התשובות והגהות המציונות מתחת להקו, מצאתי ראיתי דבר שלכאורה טעות הוא בידי המולי"ם ואמרתי להעלותה פה לפני קהל הלומדים, ואולי מפה יועבר להמדפיסים לתקנו במהדורא הבאה.

בסי' נ"ה מתחיל השו"מ את התשובה כדרכו "והנה ביום א' בא תרט"ו ב' שבט ביא"צ של זקני הגאון מהרמ"ז ז"ל הגיעני תשובה" וכו'

והמעירים ציינו שכוונתו ליארצייט של "רבי משולם זוסיא ליפמן מאניפולי" (הרבי רבי זושא שאכן יודה"ל דיליה הוא ביום ב' שבט), אבל לא שמו על לב שהשו"מ לא היה נכד הרבי רבי זושא מאניפאלי, ופשוט שהכוונה הוא לזקנו רבי מרדכי זאב לבוב-אורנשטיין אב"ד לבוב אבי הישועות יעקב זצ"ל, שאביו של השו"מ היה חתנו של רבי בעריש היילפרין חתנו של רמ"ז הנ"ל.


ולפי"ז ברור שיום פטירתו רבי מרדכי זאב אבי הישועת יעקב, זקנו של השו"מ הוא אכן ביום ב' שבט, עפ"י דברי נכדו הנ"ל, ואין שמחה כהתרת הספיקות.

עיין גם ב'שואל ומשיב' (קמא, ח"א סי' קמט): "שנת תרי"ד ב' שבט הוא יום היא"צ של זקני הגאון מוהרמ"ז הנ"ל אמרתי לעיין בדבריו וזכותו יליץ בעדינו...".

ועוד שם (תנינא, ח"ג סי' קכא): "בשנת ברית בליל ב' שבט יום היא"צ של זקני הגאון הצדיק מוהרמ"ז זצ"ל האבד"ק לבוב".

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך ינואר 25, 2017 3:01 pm

מאמר לתולדות הגה"ק רבי מרדכי זאב אורנשטיין (הראשון) זי"ע אב"ד לבוב - בגליון עלים לתרופה (פר' וארא תשע"ז)
צוגעלייגטע
רבי מרדכי זאב אורנשטיין.pdf
(100.42 KiB) דאונלאודעד 109 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך ינואר 25, 2017 3:19 pm

יציב פתגם האט געשריבן:מאמר לתולדות הגה"ק רבי מרדכי זאב אורנשטיין (הראשון) זי"ע אב"ד לבוב - בגליון עלים לתרופה (פר' וארא תשע"ז)

הערליך, יישר כח!

באדראטשיג
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2016 8:16 am

תגובהדורך באדראטשיג » זונטאג ינואר 29, 2017 7:46 pm

הערליך שיין! ממש א יש מאין...

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 9:48 pm

כאן העליתי צילום מחשבון הנדבות ששלחו ועד הפקידים והאמרכלים באמשטרדם אל הגה"ק רבי יעקב ענתבי מדמשק זצ"ל, ובו נרשמו שמות הגיסים הגאונים רבי יוסף שאול נאטנזאהן זצ"ל ורבי מרדכי זאב איטינגא זצ"ל ומשפחתם:

"... מעלת הה"ג בעהמ"ח 'מפרשי הים' נ"י מבקשים שימחול רופמכ"ת ה"י להתפלל בעדם ובעד הנלוים אליהם, ואלה שמותם ומשאלותם מאבינו שבשמים ימחול נא להזכירם בתפלתו ולא תשוב ריקם: הרב הגאון מרדכי זאב בן אסתר וזוגתו מרים בת מיכלי וצאצאי' - אסתר בת פריידא - נייטשי זיסל בת אסתר וצאצאי' - יצחק אהרן בן מרים וזוגתו טויבא בת נייטשי זיסל להפקד בזרע של קיימא - טויבא בת מרים (גם היא שלה חלק בנדבה הני' וגם חוץ מזה בצדקה לע"י) בעלה ישראל הכהן בן שיינדיל יוטא וצאצאם נפתלי הירצקא - הרב הגאון יוסף שאול בן חנה וזוגתו שרה האדיל בת אסתר לרפואת הנפש וגוף בבני חיי ומזוני - ארי' בן בילא וזוגתו חנה בת מרים - ".

2.png
2.png (522.83 KiB) געזעהן 2565 מאל

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 1:59 pm

נחוניא האט געשריבן:אויף ר' יעקב משולם פריינקיל שרייבט מען אז ער איז געווען אן אייניקל פונעם בארדיטשובער רב און פון רבי מרדכי זאב אורנשטיין.

לויט די צענסוס פון בארדיטשוב שנת תקצ"ד קומט אויס די פאלגענדע פרטים:
רבי אליעזר ליפא פרענקעל איידעם פונעם קדושת לוי האט געהאט א זון ר' מרדכי וועלכער איז געבוירן בשנת תקנ"ט און זוגתו טויבא איז געבוירן בשנת תק"ס.
זיי האבן געהאט די פאלגענדע קינדער: לוי געבוירן תקע"ח, וויטליא געבוירן תק"פ, ישראל געבוירן תקפ"ג, הערש געבוירן תקפ"ה, שרה געבוירן תקפ"ז, אייזיק געבוירן תקפ"ט, גאלדא געבוירן תקצ"ג.
יעצט אויף דעם ר' יעקב משולם פריינקעל תאומים שרייבט מען אז ער איז געבוירן בשנת תר"ב "לאביו הרב הג' ה"ר צבי ז"ל שהיה נין ונכד להגאון האדיר חכם צבי זלל"ה ונכד הגאונים הגאון החסיד אב"ד מברדיטשוב בעל קדושת לוי והגאון מאוה"ג המפורסם מוהר"ר מרדכי זאב אורינשטיין זללה"ה".
עס איז שטארק מסתבר אז זיין פאטער ר' צבי איז טאקע דער זון פון ר' מרדכי וזוגתו טויבא וועלכע איז ווארשיינליך געווען אן אייניקל פון רבי מרדכי זאב אורינשטיין.
די שאלה איז יעצט וועמענס טאכטער איז טויבא געווען?
פון די נאמען "פרענקעל תאומים" קען מען משער זיין אז זי שטאמט פון משפחת תאומים. די שאלה איז אויב רבי מרדכי זאב האט געהאט א אייניקל פון משפחת תאומים.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג דעצמבער 23, 2018 12:10 pm

מיללער האט געשריבן:דערווייל שטעל איך דא ארויף א מאמר וואס איך האב מיך אפגעשריבען מיט עטליכע יאר צוריק (בלתי מוגה) איבער ר' מרדכי זאב אורנשטיין-לבוב (הראשון) אבי הישועות יעקב.
איך האב דעמאלטס אסאך געזוכט איבער די רבני לעמבערג, איך בעט וווער עס האט עפעס הערות זאל דאס ביטע דא שרייבען, ווי אויך איבער סיי וועלכע אינפארמאציע לחכמי לעמבערג.
ר' מרדכי זאב (הראשון) אב"ד לבוב

ר' מרדכי זאב איז געבוירן (בערך) אין יאר תצ"ה צו זיין פאטער ר' משה אשכנזי דער פרנס פון זאלקווא וועלכער איז גערופען געווארן ר' משה ר' יוסקיש און צו זיין מוטער מרת נייטשי ע"ה די טאכטער פון ר' ארי' לייב אב"ד אמסטרדאם חדב"ן פונעם הייליגען חכם צבי זצ"ל און אייניקל פון רבי ר' העשיל פון קראקא בעמח"ס חנוכת התורה .

וואס איז די מקור אז רבי מרדכי זאב איז געבוירן בשנת תצ"ה?

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

משפחת וועקסלער נכדי ר' מרדכי זאב אורנשטיין

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך פאברואר 20, 2019 3:11 pm

אין הקדמת ס' אמרי כהן להר"ר יחיאל מיכל הכהן האללענדער דומ"ץ טארנא מזכיר יחוס חמיו ר' בנימין זאב וועקלסער מטארנא (בן בתו של ר' יהושע העשיל מקאמרנא בן הברוך טעם) "ומצד אביו נכד להגאון מופת דורו מו"ה מרדכי זאב א"ש אבד"ק לבוב". (יצויין אז ר' יהושע העשיל ברענגט מען אז ער איז אויך געוועהן איין איידים ביי משפחת וועקלסער.)
איז באקאנט ווי דאס גייט?

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

רבי ארי' לייב ברודא - חתן רצ"ה אורנשטיין אב"ד לבוב

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג פאברואר 25, 2019 4:22 pm

מיללער האט געשריבן:דער ישועות יעקב האט געהאט נאר איין זוהן-קינד ר' מרדכי זאב אורנשטיין ז"ל וועלכער איז אוועק אינגערהייט, זיין זוהן ר' צבי הירש ז"ל בעל ברכת רצ"ה האט משמש געווען ברבנות אין לעמבערג און ווען ער איז נפטר געווארן האט זיין איידעם ר' ארי' לייב ברודא ז"ל בעל מצפה אריה אים איבערגענומען.

ר' ארי' לייב ברודא בעל מצפה ארי' האט געהאט א ברודער ר' חיים ברודא ז"ל מח"ס שנות חיים - הספר הובא לביה"ד אחר פטירת המחבר ע"י אחיו המצפה ארי' זצ"ל.
הקדמת בעל מצפה אריה על ספר אחיו

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

משפחת הנגידים וועקסלער מקאמרנא, נכדי ר' מרדכי זאב הגדול מלבוב: לאמיר פראבירן...

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך מארטש 13, 2019 9:27 am

הסרפד האט געשריבן:אין הקדמת ס' אמרי כהן להר"ר יחיאל מיכל הכהן האללענדער דומ"ץ טארנא מזכיר יחוס חמיו ר' בנימין זאב וועקלסער מטארנא (בן בתו של ר' יהושע העשיל מקאמרנא בן הברוך טעם) "ומצד אביו נכד להגאון מופת דורו מו"ה מרדכי זאב א"ש אבד"ק לבוב". (יצויין אז ר' יהושע העשיל ברענגט מען אז ער איז אויך געוועהן איין איידים ביי משפחת וועקלסער.)
איז באקאנט ווי דאס גייט?

איך האב אויבן דערמאנט אז חאטש טייל פון משפחת וועקסלער פון קאמרנא – נכדי ר' ישראל מענדל חתן ר' יהושע העשיל מקאמרנא בן הברוך טעם – האבן זיך געהאלטן פאר אייניקליך פון ר' מרדכי זאב אורנשטיין מלבוב אבי משפחת אורנשטיין המפורסמת, נושאי אשכול דינן. איך האב פראבירן צו פארשן, עד מקום שידי מגעת, מברר צו זיין ווי די יחוס גייט. עס איז מיר נישט געלונגן, אבער עפעס א התחלה האב איך, בין איך עס מציע דא, וייקרא על שם גומרו.

ערשטענס, לאמיר זיך באקענען מיט די ערשטע דורות פון די משפחה.

דער אבי המשפחה, לויט עטליכע מקורות, איז ר' זאב וואלף וועסקלר, א שוואגער פון הרה"ג ר' יהושע העשיל פרענקל-תאומים, בן הגאון המפורסם ר' ברוך מלייפניק בעל ברוך טעם, וואס איז געוועהן איין איידים אין קאמרנא ווי ער האט געוואוינט. (איך האב נישט געטראפן ערגעץ וואו עס זאל שטיין קלאהר צי ר' יהושע העשיל איז געוועהן איין איידים ביי ר' וואלף'ס פאטער, צי ביי ר' וואלף'ס שווער, און דאס וועט אונז זיין וויכטיג שפעטער.)

פון דעם קומענדיגן דור ווייסט מען אזוי (די יאהרן נעם איך פון JRI, אבער איך האב נישט שטארק מדייק געוועהן, און זענען נאר בערך):
ר' וואלף זיהן, ר' מרדכי (תקס"ד – תרל"ו) און ר' יעקב (כפי עדות הרב ברוך ישר-שליכטער יוצא קאמרנא בספרו בית קומרנא); ר' ישראל מענדל (נפטר לפני תרכ"ד) חתן ר' יהושע העשיל הנ"ל, לכאורה אויכעט א זוהן פון ר' וואלף, אדער אפשר א זוהן פון זיין זוהן ר' מרדכי (לויט די יאהרן); ר' משה (נו' תר"ג) ור' שלמה (נו' תר"ז) בני ר' מרדכי; ר' ליבש (נו' תקצ"ז), קען איך נישט אויף ווייזן ווי ער געהערט (אבער לכאורה ב"ר מרדכי) – חמיו של ר' וואלף שענבלום נכד ר' וואפצי שנזכר בהוספות חדשות בס' אמרי קדוש.
און צו געקומענע אזוי: ר' יעקב לבוב (נו' תקע"ה, וועלן מיר דן זיין בפרטות שפעטער); ר' פנחס הורוויץ, וזו' מ' נייטשא לבית וועקסלער, ממשפחת הורוויץ מבראד (נישט אויס צו מישן מיט ר' פנחס הורוויץ מבראד, נכד הר"ר שמעלקא, ושם זו' עכסה, מאבות משפ' הורוויץ מארה"ק, און אפשר נאך א ר' פנחס צי צוויי אין בראד אין יענע תקופה); ר' שמואל שעהנבלום (נו' תקצ"ה) בן הרה"צ ר' וואפצי מלעמבערג (ואחי הרה"צ ר' אבלי משצעריץ חתן ר' העשיל מקאמרנא) וזו' מ' חנה לבית וועקסלער.

וועל איך יעצט אראפ לייגן עטליכע הנחות:
1. ר' יהושע העשיל מקאמרנא'ס אייניקליך (אויסער נכדי חתנו ר' ישראל מענדל וועקלסער, כמובן) זענען נישט קיין אורנשטיין אייניקליך. אזוי איז משמע פון דער אמרי כהן'ס יחוס בריעף כנ"ל, וכן פשוט.
2. עס זעהט אויס אז ר' זאב וואלף'ס קינדער זענען שוין געוועהן אורנשטיין אייניקליך: ר' מרדכי'ס זוהן ר' משה האט געהייסן אויפ'ן גאנצן נאמן משה העשיל, כשם הגאון בעל הים התלמוד בן ר' מרדכי זאב הגדול; צוויי פון זיין ברודער ר' יעקב'ס אייניקליך האבן געגעבן נאך ר' יעקב'ן א נאמן יעקב משולם, כשם הגאון בעל ישועות יעקב בן ר' מרדכי זאב הגדול, און מיר טרעפן עטליכע פרויען אין די משפחה בשם נייטשא (אחת, אשת ר' פנחס הורוויץ, והשנית, בת מ' חנה אשת ר' שמואל שעהנבלום) כשם אמו של ר' מרדכי זאב.
3. ר' זאב וואלף אליינס, אין איין זיווג עכ"פ, איז זיכער נישט געוועהן איין איידים ביי משפחת אורנשטיין, ווייל מיר ווייסן ווער זיין שווער איז געוועהן: דער באקאנטער יחוס שרייבער ר' יוסף כהן-צדק מלבוב ולאנדאן, אין זיין 'שם ושארית' (עמ' 57) שרייבט אז הגביר ר' זאב וואלף וועקסלר מקאמרנא האט גענומן מ' חיה רבקה (בזו"ר היה שם בעלה ראללער, וילדה בן שהיה גיסו של ר' יוסף כ"ץ) בת דודו ר' יהודה ליב כ"ץ אב"ד סטריא חתן ר' מאיר חיות מטיסמניץ. (און חאטשיק ר' יוסף כהן צדק איז געוועהן א פאנטאזירער – און דאס איז שוין ע"ד לימוד זכות – איך שטעל מיך פאהר אז אויף זיין נאהנטע משפחה קין מען איהם גלייבן.) אויב איז דאס געוועהן ר' וואלף'ס איינציגסטע זיווג, איז ר' יהושע העשיל מקאמרנא זיכער געוועהן בעל אחותו פון ר' וואלף (ווייל ר"י כ"ץ פעטער האב"ד סטריא האט נאר געהאט צוויי טעכטער עיי"ש) – און אזוי קומט אונז צוריק די פראבלעם פון ווי אזוי ר' וואלף'ס קינדער זענען אייניקליך פון רמ"ז אורנשטיין הגדול, אבער זיין שוואגער ר' יהושע העשיל'ס קינדער זענען נישט.

  • א זייטיגע נקודה – משפחת לבוב: מטעם סמיכות, און פון א משמעות פון 'בית קומרנא', זעהט מיר אויס אז ר' יעקב לבוב מקאמרנא איז געוועהן איין איידים ביי בית וועקסלר (מסתמא ביי ר' וואלף). עס איז מסתבר אז ר' יעקב איז געוועהן איין אייניקל מבית אורנשטיין מצד עצמו אויכעט – ווי מען האט שוין ספעקולירט אויפ'ן אשכול לעומתנו באוצה"ח, איז 'לבוב' געוועהן א משפחה נאמן ביי טייל אייניקליך פון רמ"ז הגדול (און איך קען באשטעטיגן אז אין זאמושטשער מעטריקל ווערט ר' משה העשיל בעל הים התלמוד אהן גערופן 'לבוב', ווי אויך ברענגט מען אז דער שואל ומשיב שרייבט צו 'נד"ז' בעל הים התלמוד בשם 'אברהם לבוב'). אין איינע פון די בילגורייער יזכור ביכלעך ווערט ר' יעקב לבוב מקאמרנא גערופן איין אייניקל פון'ם ישועות יעקב, ולכאורה לא דק. ר' יעקב לבוב אין קאמרנא, אויב רעדט מען פון איין מענטש, האט געהאט צוויי זיווגים, ווייל לבוב'ס געבוירן פאר תר"י בערך האבן איין מוטער, און דיע געבוירן דערנאך האבן א צווייטע; אין טאמאשוב טרעפט מען אין 1850 ווי איינער 'יעקב לבוב' האט חתונה געהאט מיט א פרוי לבית נירנשטיין (ווידער מחותני או נכדי רמ"ז אורנשטיין הגדול), און די נעמן שטימן אז היינו הך, ולפי"ז די אינגערע לבוב'ס פון קאמרנא עכ"פ זענען נישט קיין וועקסלער אייניקליך.
איז יעצט: ווי זעצט מען די אורנשטיין יחוס? פון ר' זאב ארויף פעלט נאר א דור צי צוויי. ער אליינס, מצד האם – נישט מסתבר צוליב (1). אשת ר' זאב – איז דאך שווער פון ר"י כ"ץ. איין אנדערע זיווג? אולי. אדער, אפשר איז הנחה (2) נישט ריכטיג: אפשר איז ר' מרדכי'ס פרוי, מ' רעכיל, די אורנשטיין אייניקל; אפשר זענען אלע נייטשא'ס אירע טעכטער/טעכטער'ס טעכטער; די יעקב-משולם'ס נכדי ר' יעקב אחי ר' מרדכי, וואס מיר האבן גענוצט אלץ א ראיה אז ר' יעקב וועקסלר איז אויך געוועהן איין אורנשטיין אייניקל, זענען ביידע געוועהן דאפעלטע וועקסלער אייניקליך, איינער בפירוש פון ר' מרדכי, און איינער פון ר' לייב וועקסלר, אולי ב"ר מרדכי; ר' ישראל מענדל חתן ר' יהושע העשיל מקאמרנא – אפשר איז ער אויכעט געוועהן א זוהן פון ר' מרדכי.

סוף דבר, גארנישט איז קלאהר, אבער בזה יצאתי ידי חובתי, והרוצה להשלים ישלים.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

"הפקר... קונה..."

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך מארטש 13, 2019 10:24 am

הרי שלכם לפניכם, ווייל איך האב נישט קיין צייט אויף דעם:

פאמיליע נומערן פון א טייל פון משפחת אורנשטיין המיוחסת פון לעמבערג, פאר ווער עס וויל עס ווייטער פארשן, דארט אין אויף גשר גליציה (מען קען, למשל, מיט דעם מברר זיין א פאהר פון די ספקות ביי אוצה"ח'ס אורנשטיין אשכול):

הישועות יעקב: 3764
א. בנו ר' מרדכי זאב 2630 (מפורש רק ע"י ציון שם)
א. א. בנו ר' ירחמיאל 1716 זו' מ' מירל ממשפחת 194
א. ב. בנו ר' משה העשיל 122

ר' יצחק אהרן איטינגא 1941 (אביו ר' הירץ 297 - בזיווג שני?)
א. בנו ר' מרדכי זאב איטינא 3496 וזו' מ' מרים מ-1107
א. א. בתו טויבא 1605
א. ב. בנו ר' יצחק אהרן השני 1388
ב. בתו מ' אדל ובעלה הגאון בעל שואל ומשיב אב"ד לבוב 2985

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

הגה"ק ר' מרדכי זאב איטינגא זי"ע ב' תמוז תרכ"ג

תגובהדורך יין ישן » זונטאג יולי 07, 2019 4:47 pm

אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יולי 07, 2019 8:20 pm


שטייט דארט גארנישט, סתם א לופטיגע תגובה מיט א בילד פונעם בית יצחק


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פילידעלפיא און 13 געסט