משפחות הרבנים אורנשטיין-איטינגא מלבוב-לעמבערג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

משפחות הרבנים אורנשטיין-איטינגא מלבוב-לעמבערג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווייסט אפשר איינער צו עס איז געבליבען עפעס ערליכע אייניקלעך פונעם ישועות יעקב?

דער ישועות יעקב האט געהאט נאר איין זוהן-קינד ר' מרדכי זאב אורנשטיין ז"ל וועלכער איז אוועק אינגערהייט, זיין זוהן ר' צבי הירש ז"ל בעל ברכת רצ"ה האט משמש געווען ברבנות אין לעמבערג און ווען ער איז נפטר געווארן האט זיין איידעם ר' ארי' לייב ברודא ז"ל בעל מצפה אריה אים איבערגענומען.

רצ"ה האט ליידער געהאט א זוהן ירחמיאל וועלכער איז פארשלעפט געווארן צו די מתחדשים, ווער ווייסט צו ס'איז פון אים עפעס געבליבען, אבער פון די ברודא משפחה איז מעגליך יא עפעס דא א שם ושארית.
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 10:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער מצפה אריה האט געהאט א זוהן מארקוס ברודא כפי ידיעתי.

ווען רמ"ז איז אוועק האט דער ישועות יעקב געזאגט דעם באקאנטן הספד מיט'ן פשט אויפן מאמר חז"ל 'על חכם שלא נספד כהלכתו' אז ס'איז מוסב אויף א זוהן ווען זיין טאטע דארף אים רח"ל מספיד זיין שלא כדרך כל האדם וואס א זוהן איז מספיד א טאטען.

ווי ליה להאי שופרא דבלי בארעא.
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 9:41 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יא ליידער נעבעך מיאוס פארפארן, האסט שוין אמאל געזעהן דעם בילד פונעם מצפה אריה? א ריכטיגע הדרת פנים, קוק וואס פון אים איז ליידער געבליבען, החומל על דל חמול על דלותם וראה שוממותם, אלעס וועגן דעם אורך גלותם.

עס איז גראדע פארהאן א בא"ב פונעם יד המאיר ר' מאיר קריסטינפאלער ז"ל פון בראדי (עי' באילן היחס של המצפה אריה), דאכציך א שותמו"צ, גיב א זוך אויף כאלי.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער צו עס איז געבליבען עפעס ערליכע אייניקלעך פונעם ישועות יעקב?

דער ישועות יעקב האט געהאט נאר איין זוהן-קינד ר' מרדכי זאב אורנשטיין ז"ל וועלכער איז אוועק אינגערהייט, זיין זוהן ר' צבי הירש ז"ל בעל ברכת רצ"ה האט משמש געווען ברבנות אין לעמבערג און ווען ער איז נפטר געווארן האט זיין איידעם ר' ארי' לייב ברודא ז"ל בעל מצפה אריה אים איבערגענומען.

רצ"ה האט ליידער געהאט א זוהן ירחמיאל וועלכער איז פארשלעפט געווארן צו די מתחדשים, ווער ווייסט צו ס'איז פון אים עפעס געבליבען, אבער פון די ברודא משפחה איז מעגליך יא עפעס דא א שם ושארית.


איך האב יעצט באגעגנט אויף היברו-בוקס (ספרים חדשים תשרי) א ספר 'אור חדש' געדרוקט אין ירושלים תש"ה דורך דעם מחבר ר' אלעזר סופר-אורנשטיין אויף די חזיונות פון רבב"ח, דער מחבר גיבט זיך אן אלס אן אייניקל פון ישועות יעקב באח"ב בזה הסדרף אלעזר סופר אורנשטיין ב"ר אברהם יהושע העשיל ב"ר ישראל ב"ר יואל אורנשטיין ב"ר מרדכי זאב בן הישועות יעקב זצ"ל.

דערצו איז ער מוסיף אז ר' יואל אורנשטיין הנ"ל איז געווען בזוו"ר אן איידעם ביי ר' משה אליקים בריעה מקאזניץ ובזוו"ש ביי ר' אלעזר מליזענסק, און אז ר' מרדכי זאב בין הישועות יעקב איז גאר געווען אן איידעם ביים אפטא רב דער אוהב ישראל (! א חוצפה פון א ליגענט).

ביי מיר קוקט דאס גענצער עסק אויס אויסגעטראכט מכל וכל, ווייל כידוע האט רמ"ז בן הישועות יעקב נאר געהאט דעם איין בן יחיד ר' צבי הירש דער ברכת רצ"ה און ער איז נישט געווען אן איידעם ביים אפטא רב.
זוכענדיג ווייטער זעה איך דעם ר' אלעזר אורנשטיין פאר די קריג וואונענדיג אין ווארשא ווי ער דרוקט א חיבור בשם
יסודי הדעת, דארט האט ער נאכנישט געוואוסט ווייזט אויס אז ער איז אן אייניקל פונעם ישועות יעקב, און ער דערמאנט נאר די צדיקים ר' יהודה לייב מוכיח מפולנאה, דעם עבודת ישראל, און דער אפטא רב זצ"ל אלס זיינע זיידעס, ער חתמ'ט מיט אן אנדערן יחוס בכלל בזה"ל; אלעזר בראי"ה ממאגעלניצא ב"ר ישראל מקאזניץ, ב"ר יעקב יואל שהיה חתן ר' משה אליקים בריעה מקוזניץ, ב"ר מרדכי חתן ראי"ה מאפטא.

אן הסכמה האט ער דערוואושט פון 'ר' יחיאל מיכל דרוהביטשער' פון מעזיבוז נכד הבעשה"ק, וואס איז מיר נאך דערווייל אומבאקאנט, און יענעמס זוהן ר' ברוך רב הצעיר במעזיבוז, דערנאך קומט א כתוב השלישי ר' יאיר ב"ר שמחה פון שטאט 'לאבין', דערויף קומען שיינע הסכמות פון צענדליגער רבנים ואדמורי"ם בלי גוזמא, אבער נאר מיט די נעמען אז זיי האבן געגעבן אן הסכמה (גיי גלייב אים).

ווער איז דער זייפן, וועמענס אייניקל איז ער יא, האט דער אפטא רב געהאט אן איידעם ר' מרדכי? האט דער משה'לי פון קאזניץ געהאט אן איידעם ר' יואל-יעקב יואל?
אטעטשמענטס
5892.jpg
41359.jpg
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 3:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ה'אוהב ישראל' אכן הי' לו חתן בשם ר' מרדכי אורינשטיין, ובנו ר' יעקב יואל הי' חתן ה'באר משה' מזיוו"ר שהי' חתן ר' יהודה לייב מאניפאלי.(בזיוו"ש הי' חתן ר"א מליזענסק).
אבל לפי ידיעתי אין להם שום שייכת להישועות יעקב.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

איז בכלל געווען אזא מענטש, ער איז נישט געווען אזוי לאנג צוריק, ביידע ספרים זענען זייער מאדנע, מי הי' ומה הי', נאכדעם וועל איך מיך זארגן ווער זיין זיידע איז געווען
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב אנגעפרעגט הרב וועקשטיין העמיר זעהן וואס ער רעאגירט.

הרב הפלאי, דאס איז אמאל זיכער אז ער האט געמיינט אז נאכען קריג קען מען פארקויפען לאקשן און דר'עולם וועט עס קויפען פאר גוט געלט, ממילא האט ער געבוירען א זיידע דעם ישועות יעקב. וואס איז אבער פשט פונעם נייעם טיטל סופר-אורנשטיין? אפשר האט ער געפלאנט נעקסט צו ווערן אן אייניקל פונעם חתם סופר, ווער ווייסט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דערווייל שטעל איך דא ארויף א מאמר וואס איך האב מיך אפגעשריבען מיט עטליכע יאר צוריק (בלתי מוגה) איבער ר' מרדכי זאב אורנשטיין-לבוב (הראשון) אבי הישועות יעקב.

איך האב דעמאלטס אסאך געזוכט איבער די רבני לעמבערג, איך בעט וווער עס האט עפעס הערות זאל דאס ביטע דא שרייבען, ווי אויך איבער סיי וועלכע אינפארמאציע לחכמי לעמבערג.

ר' מרדכי זאב (הראשון) אב"ד לבוב

יחוסו
ר' מרדכי זאב איז געבוירן (בערך) אין יאר תצ"ה צו זיין פאטער ר' משה אשכנזי דער פרנס פון זאלקווא וועלכער איז גערופען געווארן ר' משה ר' יוסקיש און צו זיין מוטער מרת נייטשי ע"ה די טאכטער פון ר' ארי' לייב אב"ד אמסטרדאם חדב"ן פונעם הייליגען חכם צבי זצ"ל און אייניקל פון רבי ר' העשיל פון קראקא בעמח"ס חנוכת התורה .
ר' משה איז געווען אן אייניקל בן אחר בן פון ר' נפתלי הירץ אשכנזי אב"ד לבוב דער פאטער פון ר' צבי הירש אשכנזי אב"ד האלבערשטאדט בעמח"ס שו"ת עטרת צבי וכוס ישועות על הש"ס ולמעב"ק.
ר' משה איז געבענטשט געווארן מיט א גרויס פארמעגן און ער האט דאס אויסגענוצט לטובת הכלל זייענדיג דער פרנס פון זאלקווא און ארום.
ער האט זוכה געווען צו דריי זוהן גאונים מופלגים א)ר' משולם זלמן אב"ד פאמארין ז"ל דער פאטער פון ר' משולם זלמן אשכנזי אב"ד לובלין בעמח"ס בית משולם ב)ר' מרדכי זאב זצ"ל ג)ר' מנחם מענדל פון זאלקווא .

רבנותו
אלט זייענדיג אינגאנצן פיר און צוואנציג יאר איז ער אין יאר תקי"ד אויפגענומען געווארן פאר רב אין די שטאט קאמינקא, און פין דארט איז ער אין יאר תק"ל אויפגענומען געווארן פאר רב אין יאמפאלי וואו ער האט זיך באקענט מיט הגה"ק ר' פנחס הלוי איש הורוויץ בעל ההפלאה זצ"ל עס ווערט דערציילט אז וואוינענדיג אין יאמפאלא האט ר' מרדכי זאב איינמאל באמערקט ווי דאס ווייב פינעם הפלאה וואשט אליין די וועש און קען זיך נישט ערלויבן צו נעמען קיין משרתת מחמת גרויס ארימקייט ר' מרדכי זאב האט זיך זייער מצטער געווען און פון דעמאלטס אן פלעגט ר' מרדכי זאב אוועקגעבן יעדע וואך האלב פון זיין געהאלט פארן הפלאה ווילאנג ער האט געוואוינט אין יאמפאלא. (אינעם ספר שו"ת "גור ארי' יהודא "פון ר' ארי' לייב תאומים אב"ד בראד ברענגט ער א קשיא פון רמ"ז מיט'ן טיטול "הרב המאה"ג הגאון החריף המפורסם האב"ד דק"ק יאמפאלא וכעת הוא אב"ד בק"ק לבוב ).
אין יאר תקל"ב איז ער געווארן רב אין סאטנוב און גלייכצייטיג איז ער געווארן נתמנה אלס רב המדינה פון גאנץ גאליציע, (אין זיין הסכמה אויפן ספר קרבן ראשית אויף מס' ר"ה פון ר' יהודא לייב מרגליות אב"ד פפד"א אייר תקל"ח שרייבט רמ"ז בהיותי יושב על כסא ההוראה בק"ק סטנאב) און אין יאר תקל"ח איז ער אריבער אנצונעמען דעם כתר הרבנות אין דעם עיר ואם בישראל לעמבערג-לבוב אויפן פלאץ פון הגאון בעל מרכבת המשנה זצ"ל וועלכער איז דעמאלטס ארויף קיין ארץ ישראל .
זייענדיג אין לעמבערג האט ער עוסק געווען אין תורה ועבודה און גלייכצייטיג אין הנהגות הקהילה וואס ער האט געפירט מיט א געוואלדיגע עניוות זייענדיג א שטארקער עניו ושפל ברך און מיט האט ער געוואונען א געוואלדיגע הערצה ביי אלע שיכטן און קרייזן .
אויך האט ער זיך געשריבען אין לערנען מיט די גרעסטע גאוני דורו ווי דער נודע ביהודא זצ"ל און נאך.
ווי פארשטענדליך איז ער געווען אן אדרעס ווי מחברי ספרים האבן זיך געוואנדן אז ער זאל מעטיר זיין זייער ספר מיט זיין הסכמה צווישן די ספרים ווי עס געפינט זיך זיין הסכמה טרעפן מיר א)קרבן ראשית עמ"ס ר"ה אין תקל"ח ב)קשת יהונתן פון ר' יהונתן אייבשיץ עה"ת אין תקמ"ד ג)שו"ת הר הכרמל פון ר' אליהו מרגליות אב"ד בילגורייא אין תקל"ח ד)אבן פינה פון ר' ארי לייב אב"ד סטריזוב (דער רבי פונעם ישמח משה) אויף אבה"ע אין תקמ"ו. ועוד.

שם משפחתו
בנוגע רמ"ז'ס משפחה נאמען איז פארהאן פארשידענע גירסאות אין ספר קריה נשגבה ווערט געברענגט אז פון אנהייב האט רמ"ז זיך גערופען אשכנזי אזוי ווי זיין פאטער און שפעטער ווען ער האט געדארפט קומען אויף לעמבערג ווערן רב איז אנטשטאנען א פראבלעם ווייל די רעגירונג האט יענע יארן ארויס געגעבן א פארבאט אריינצולאזן נאך אידן אין שטאט און אזוי ווי ר' מרדכי זאב איז דאך נישט געווען פון דארט האט מען געברויכט אוועק שיקן א משפחה פון דארט און אויף יענעם פלאץ ברענגען ר' מרדכי זאב און דערפאר האט ער זיך געטוישט דעם נאמען אויף אורנשטיין אזוי ווי די משפחה וועלכע האט פארלאזט לעמבערג .
ווידעראום אין א בריוו וואס ר' ארי' לייב ברודא אב"ד לבוב וועלכער איז געווען אן איידעם ביי ר' צבי הירש אורנשטיין אב"ד לבוב בן אחר בן פון רמ"ז שרייבט ער וז"ל "שם משפחתו של הגאון רמ"ז היה לבוב ולא אורנשטיין ואך בנו הישועות יעקב כינה לעצמו ולזרעו אחריו שם משפחתו אורנשטיין וכן שמעתי כמ"פ מפי מו"ח ז"ל וכן הוא בכתב רבנות מראשי קהילות לבוב" עכ"ל .
אין אלס א סמך צו די ווערטער פון ר' ארי' לייב טרעפן מיר אין די הסכמה פון רמ"ז אויפן פריער דערמאנטן ספר אבן פינה ווי ער שרייבט אינטער הק' מרדכי זאב לבוב החונה בק"ק לבוב.

עם הנועם אלימלך
אן אינטערעסאנטער ענין ווערט דערציילט אין ספר עשר צחצחות בשם ר' אברהם סג"ל איטנגא אז ר' מרדכי זאב האט אמאל אנגעשריבען א בריוו פאר'ן הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע אז אזויווי ער הערט אז ער איז זיך מתפאר אז ער האט גילוי אליהו וואלט ער אים געוואלט בעטן ער זאל אים אויסלערנען וויאזוי צוציקומען צו די מדרגה שרייבט אים רבי ר' אלימלך צוריק וז"ל "הן אנכי לא אמרתי מעולם שיש לי גילוי אליהו רק עתה שכבודו הרמה שואל אותי אני אומר לו שגם הקטן שבקטני תלמידי יש לו גילוי אליהו אבל כבוד הדרת גאונו לא נברא לזה רק לתורת הנגלה ילך בדרכו זה גם להלאה ואין לו עסק בנסתרות" עכ"ל. (דער בריוו פונעם רבי'ן ר' אלימלך איז געליגן ביי ר' יצחק אהרן סג"ל איטינגא אב"ד לבוב זצ"ל אן אייניקל פון ר' מרדכי זאב ז"ל .

אלה תולדות
ר' מרדכי זאב האט בזיווג ראשון חתונה געהאט מיט מרת פריידא די טאכטער פון ר' שאול חריף זצ"ל אב"ד אלעסק דער זוהן פון ר' יעקב חריף זצ"ל אב"ד לעשנוב אן איידעם ביים חכם צבי ז"ל. בזזו"ש איז ער געווען אן איידעם ביי ר' אליקים געציל פון לאווערטוב ז"ל דער זיידע פונעם חוות דעת ז"ל.
פונעם ערשטן זיווג האט ער געהאט איין זוהן
א. דער גאון עולם ופוסק הדור ר' יעקב משולם אורנשטיין זצ"ל אב"ד לבוב בעל מחבר ספרי "ישועות יעקב" עד"ח שו"ע ושו"ת.
פונעם צווייטן זיווג האט ער געהאט צוויי זוהן;
ב. דער גרויסער גאון וחריף ר' משה יהושע העשיל פון טארניגראד ז"ל בעל מחבר ספר "הים התלמוד" עמ"ס בבא קמא
ג. דער צווייטער איז געווען ר' ארי' אליקים פון בראד. (דער ישועות יעקב דערמאנט אים אין א תשובה צום ישמח משה [געדרוקט אין שו"ת השיב משה חו"מ סי' צ"ז] מיט'ן טיטול "אחי החריף נ"י").
ער האט אויך געהאט פינף איידימער גדולי התורה;
ד. ר' ארי' לייב קאצינעלנבויגען ז"ל אב"ד בריסק דליטא
ה. ר' יהודא ב"ר נפתלי הירץ ברודא ז"ל בעמח"ס "זכרון יהודא" על הש"ס
ו. ר' יצחק אהרן סג"ל איטינגא ז"ל דער פאטער פון ר' מרדכי זאב בעמח"ס "שו"ת מאמר מרדכי" ושא"ס און דער שווער פונעם גרויסן גאון ר' יוסף שאול הלוי נאטאנזאהן ז"ל אב"ד לבוב בעל מחבר ספרי שו"ת "שואל ומשיב"
ז. ר' אברהם אביש אשכנזי ז "ל פון ברודא
ח. ר' דוב בעריש היילפרין ז"ל פון ברעזאן דער שווער פון ר' ארי' לייב הלוי נאטאנזאהן ז"ל בעמח"ס "בית אל" על סוגיות הש"ס דער פאטער פונעם שואל ומשיב .

הסתלקותו
בנוגע דעם טאג פונעם הסתלקות פון ר' מרדכי זאב ז"ל איז פארהאן פארשידענע גירסאות לויט טייל דעות איז ער נסתלק געווארן ב' טבת לויט אנדערע ב' שבט און א דריטע ווערסיע איז דא אז ער איז נפטר געווארן כ"ב שבט אבער אלע זאגן אז דאס איז געווען אונעם יאר תקמ"ז ווען עס איז געווען שקעה חמה שלא בעונתה זייענדיג אינעם בליענדן עלטער פון עטליכע פופציג יאר און ווי דער זוהן דער "ישועות יעקב" שרייבט אינעם הקדמה אויף חלק אבה"ע בזה"ל "כבה אורו של עולם ,ויספדו כל בית ישראל כולם , כי סר צולם , נפשו צרורה בצרור החיים ."
פון ר' מרדכי זאב איז נישט געבליבען קיין חיבורים אבער ער האט איבערגעלאזט נאך זיך דורות פון רבנים וגדולים מפורסמים ואנשי שם לתפארת בית ישראל עס איז כדאי צו באמערקן אז אגעהויבען פון ר' מרדכי זאב ביז צו די צווייטע וועלט קריג זענען זעקס פון די אכט רבנים וועלכע האבן משמש געווען בכתר הרבנות אינעם שטאט לעמבערג געווען מגזע ר' מרדכי זאב ז"ל וואס פון דעם קען מען אביסל זעהן די השפעה וואס ר' מרדכי זאב האט איבערגעלאזט אויף די שטאט .
זכותו יגן עלינו ועכי"א תנצב"ה .

הגט מבראד
איידער מיר וועלן שליסן די תולדות פון ר' מרדכי זאב ז"ל איז אינטערעסאנט אראפצוברענגען דא א גרויסע שערוריה וואס איז פארגעקומען אינעם שטאט בראד אין יאר תקמ"ז (ס'איז נישט באקאנט צו דאס איז נאך געווען פאר די הסתלקות פון רמ"ז ) ווען דער זוהן פונעם לעמבערגער רב ר' ארי' אליקים וועלכער האט געוואוינט אין בראד האט געגעבן א גט פטורין פאר זיין ווייב וואס דער לשון וואס מ'האט געשריבען אינעם גט האט מעורר געווען א גרויסן וויכיח צווישן די גדולי הדור בימים ההם .
ווען ר' ארי' אליקים איז געבוירן געווארן האט אים זיין פאטער דער לעמבערגער רב געגעבן דעם נאמען ארי' לייב אליקים געציל נאך זיין גרויסן זיידע ר' ארי' לייב פון אמשטרדאם און נאך זיין מאמעס טאטע ר' אליקים געציל פון לאווערטאב אבער אזוי ווי מ'האט געוואלט פארהוילען פונעם מוטער אז איר טאטע לעבט שוין נישט האט מען אים נאר גערופען מיט'ן נאמען ארי' לייב .
ווען ר' ארי' אליקים האט חתונה געהאט און ער איז אריבער וואוינען קיין בראד פלעגט מען אים אינעם ארטיגען קלויז אויסרופען לתורה נאר מיט'ן נאמען ארי' ביז איינמאל איז זיין ברידער אנגעקומען האט ער מעורר געווען אז זיין נאמען מעריסה איז ארי' אליקים און פון דאן אן האט מען אים אויסגערופען אויף ביידע נעמען אינטערגעשריבען האט ער זיך עפ"י רוב אויך ארי' אליקום און צומאל נאר ארי' אדער ארי' לייבוש .
אין יענעם יאר איז אין שטאט בראד נישט געווען קיין רב און דער גט האט מען מסדר געווען אינעם שטוב פון ר' יעקב לאנדא דער זוהן פונעם "נודע ביהודא" די מסדרי הגט זענען געווען הגאונים ר' משה מינץ פון אויבן ישן בעמח"ס שו"ת "מהר"ם מינץ האחרון" וועלכער האט דעמאלטס משמש געווען בכתר הרבנות אין די שטאט ראדוויל ,מיט אים איז געווען ר' מאיר קריסניפאליער פון בראד בעמח"ס "יד המאיר" און ר' יוסף גינצבורג פון זאלקאווא אב"ד סנעטין .
אינעם גט האט מען אריינגעשריבען דעם נאמען פונעם מאן "אריה המכונה ליב דמתקרי אליקים" הג"ר יוסף גינצבורג האט מערער געווען בשעת מעשה אז פונעם משמעות פונעם גט זעהט אויס אז מ'פלעגט אים רופען בלויז מיט'ן נאמען אליקים וואס איז למעשה נישט געווען אמת אבער וויבאלד די אנדערע רבנים האבן עס מתיר געווען האט ער למעשה איבערגעגעבן דעם גט אזוי .
ר' יוסף האט אריבערגעשיקט זיינע טענות צו די גדולי הדור בימים ההם און די גט איז געווארן א גרויסע נידון צווישן די חכמי הדור .
צווישן די וואס האבן גע'אסר'ט דעם גט איז געווען הג"ר אלכסנדר סענדר מרגליות אב"ד סטנאב בעמח"ס "תשובות הרא"ם" און זיינע צוויי גרויסע תלמידים , זיין זוהן ר' שמואל און זיין ברודער'ס זוהן ר' אפרים זלמן מרגליות פון בראד בעמח"ס "בית אפרים" ושא"ס אזוי אויך ר' שמואל שמעלקא אב"ד פרשדעווארז בעמח"ס "אמרות טהורות" עמ"ס ב"מ .
צווישן די מתירים זענען געווען הג"ר משה זלמן אב"ד קאריץ און ר' משולם איגרא בעמח"ס "איגרה רמה" אויך דער "נודע ביהודא" און ר' צבי הירש מזאמשטץ אב"ד אה"ו בעמח"ס שו"ת "תפארת צבי" האבן מתיר געווען בדיעבד . (אויך אינעם ספר שו"ת "נטע שעשועים" פון ר' צבי הירש קרא אב"ד בוטשאטש און אינעם ספר שו"ת "גור ארי' יהודא" פון ר' ארי' לייב תאומים אב"ד בראד געפינען זיך תשובות וועגן דעם גט פון בראד .
די פרשה פונעם בראדער גט איז אריין אין די היסטאריע פון שאלות איבער שמות גיטין און יארן שפעטער האבן רבנים זיך באנוצט מיט דעם אלס א דוגמא צו שאלות וואס זענען בשעתם געווען עומד על הפרק (ווי מ'זעהט אין איינע פון די תשובות אין שו"ת "בית אפרים" אויף הל' שמות גיטין) .
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

האסט שוין אריין געקוקט אין דער לעמבערגער יזכור בוך, ס'איז הפלא'דיג צו זעהן די רשימה פון שוהל'ען וועלכע האבן באשיינט דער שטאט, עס האט א קורצע באריכט איבער יעדער שוהל, ווער ס'האט דארטן געדאוונט וויאזוי און וואס עיי"ש ותמצא רב נחת.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

היינט פארמיטאג ביי די געהויבענע נסיעה קיין מט. ציון סעמעטערי אין קווינס (וואס מיר האפן אז קרעמער וועט מהנה זיין מיט א פולען באריכט, כדרכו) איז אונזערע אויגען געפאלן אויף א מציבה פון אן אייניקל פון ר' מרדכי זאב אורנשטיין (הראשון) אבי הישועות יעקב זצ"ל, די מציבה איז פון ר' ברוך ב"ר יהודא אשכנזי מסקאליד מחסידי הוסיאטין און ווערט אנגעגעבן אלס א דור רביעי פון מהרמ"ז, מיר האבן אויבן דערמאנט די תולדות פון רמ"ז ווי פאלגענד:
אלה תולדות
ר' מרדכי זאב האט בזיווג ראשון חתונה געהאט מיט מרת פריידא די טאכטער פון ר' שאול חריף זצ"ל אב"ד אלעסק דער זוהן פון ר' יעקב חריף זצ"ל אב"ד לעשנוב אן איידעם ביים חכם צבי ז"ל. בזזו"ש איז ער געווען אן איידעם ביי ר' אליקים געציל פון לאווערטוב ז"ל דער זיידע פונעם חוות דעת ז"ל.
פונעם ערשטן זיווג האט ער געהאט איין זוהן
א. דער גאון עולם ופוסק הדור ר' יעקב משולם אורנשטיין זצ"ל אב"ד לבוב בעל מחבר ספרי "ישועות יעקב" עד"ח שו"ע ושו"ת.
פונעם צווייטן זיווג האט ער געהאט צוויי זוהן;
ב. דער גרויסער גאון וחריף ר' משה יהושע העשיל פון טארניגראד ז"ל בעל מחבר ספר "הים התלמוד" עמ"ס בבא קמא
ג. דער צווייטער איז געווען ר' ארי' אליקים פון בראד. (דער ישועות יעקב דערמאנט אים אין א תשובה צום ישמח משה [געדרוקט אין שו"ת השיב משה חו"מ סי' צ"ז] מיט'ן טיטול "אחי החריף נ"י").
ער האט אויך געהאט פינף איידימער גדולי התורה;
ד. ר' ארי' לייב קאצינעלנבויגען ז"ל אב"ד בריסק דליטא
ה. ר' יהודא ב"ר נפתלי הירץ ברודא ז"ל בעמח"ס "זכרון יהודא" על הש"ס
ו. ר' יצחק אהרן סג"ל איטינגא ז"ל דער פאטער פון ר' מרדכי זאב בעמח"ס "שו"ת מאמר מרדכי" ושא"ס און דער שווער פונעם גרויסן גאון ר' יוסף שאול הלוי נאטאנזאהן ז"ל אב"ד לבוב בעל מחבר ספרי שו"ת "שואל ומשיב"
ז. ר' אברהם אביש אשכנזי ז "ל פון ברודא
ח. ר' דוב בעריש היילפרין ז"ל פון ברעזאן דער שווער פון ר' ארי' לייב הלוי נאטאנזאהן ז"ל בעמח"ס "בית אל" על סוגיות הש"ס דער פאטער פונעם שואל ומשיב .


בפשטות איז דער ר' ברוך אן אייניקל פונעם איידעם ר' אברהם אביש אשכנזי פון ברודא, ברויך מען לכאורה צו זאגען אז ר' יהודה איז געווען א זוהן פון ר' אביש, דערווייל לייגען מיר דעם בילד פון די מציבה און דער עולם קען אנהייבן זוכען דעם קשר.
אטעטשמענטס
Ashkenazi.jpg
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

הגם אסאך ספרי יוחסין שרייבען אז רבי יעקב חריף אבד"ק לעשנוב איז געווען אן איידעם ביים חכם צבי, האט עס אבער נישט קיין מקור מוסמך...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין ספר שו"ת פני יצחק לר"י חריף מסאמבור, אשר הו"ל נכדו ר' מרדכי צבי טייכער ברא"ל מטארניגראד, דערמאנט ער לשבח זיין שוויגער חנה שיינדיל בת הגביר ר' צבי הירש לבוב מביטשוטש נכדו של ר' מרדכי זאב אב"ד לבוב אבי הישועות יעקב.

מיר ווייסען פון רצ"ה לבוב פון פרעשבורג אשר נזכר ע"י מרן החת"ס, ער איז געווען פון די ראה"ק דארט, אבער יענער איז נישט געווען קיין אייניקל פון רמ"ז מלבוב, ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם גביר? אויב איז ער א בא"ב צו ר' מרדכי זאב (ווי דערמאנט אויבן איז לויט טייל מקורות געווען שם משפחתו של רמ"ז 'לבוב' און נאר בנו הישועות יעקב שינה שמו לאורנשטיין) איז דאס זיכער נישט דורך בנו היע"י און דאכציך אויך נישט דורך בנו השני רמי"ה מטארניגראד, אולי דורך זיין זון ר' ארי' אליקים אשר נזכר בתשובת מרן הנו"ב.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מצבת הישועות יעקב בביה"ח הישן בלבוב

אויפן מצבה איז אויסגעמאלן פיר בענדער ספרים, לרמז על ספריו ישועות יעקב על ד' חלקי שו"ע.
אטעטשמענטס
מצבת הישועות יעקב.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:דערווייל שטעל איך דא ארויף א מאמר וואס איך האב מיך אפגעשריבען מיט עטליכע יאר צוריק (בלתי מוגה) איבער ר' מרדכי זאב אורנשטיין-לבוב (הראשון) אבי הישועות יעקב.

אלה תולדות
ר' מרדכי זאב האט בזיווג ראשון חתונה געהאט מיט מרת פריידא די טאכטער פון ר' שאול חריף זצ"ל אב"ד אלעסק דער זוהן פון ר' יעקב חריף זצ"ל אב"ד לעשנוב אן איידעם ביים חכם צבי ז"ל. בזזו"ש איז ער געווען אן איידעם ביי ר' אליקים געציל פון לאווערטוב ז"ל דער זיידע פונעם חוות דעת ז"ל.
פונעם ערשטן זיווג האט ער געהאט איין זוהן
א. דער גאון עולם ופוסק הדור ר' יעקב משולם אורנשטיין זצ"ל אב"ד לבוב בעל מחבר ספרי "ישועות יעקב" עד"ח שו"ע ושו"ת.
פונעם צווייטן זיווג האט ער געהאט צוויי זוהן;
ב. דער גרויסער גאון וחריף ר' משה יהושע העשיל פון טארניגראד ז"ל בעל מחבר ספר "הים התלמוד" עמ"ס בבא קמא
ג. דער צווייטער איז געווען ר' ארי' אליקים פון בראד. (דער ישועות יעקב דערמאנט אים אין א תשובה צום ישמח משה [געדרוקט אין שו"ת השיב משה חו"מ סי' צ"ז] מיט'ן טיטול "אחי החריף נ"י").
ער האט אויך געהאט פינף איידימער גדולי התורה;
ד. ר' ארי' לייב קאצינעלנבויגען ז"ל אב"ד בריסק דליטא
ה. ר' יהודא ב"ר נפתלי הירץ ברודא ז"ל בעמח"ס "זכרון יהודא" על הש"ס
ו. ר' יצחק אהרן סג"ל איטינגא ז"ל דער פאטער פון ר' מרדכי זאב בעמח"ס "שו"ת מאמר מרדכי" ושא"ס און דער שווער פונעם גרויסן גאון ר' יוסף שאול הלוי נאטאנזאהן ז"ל אב"ד לבוב בעל מחבר ספרי שו"ת "שואל ומשיב"
ז. ר' אברהם אביש אשכנזי ז"ל פון ברודא
ח. ר' דוב בעריש היילפרין ז"ל פון ברעזאן דער שווער פון ר' ארי' לייב הלוי נאטאנזאהן ז"ל בעמח"ס "בית אל" על סוגיות הש"ס דער פאטער פונעם שואל ומשיב


זוכענדיג אויף גשר גאליציע איבער די 'נאטאנזאהן' משפחה זעה איך אין בראדי א געוויסע ר' פנחס נאטאנזאהן וואס האט חתונה געהאט מיט מרת חנה אשכנזי בשנת תקפ"ט, זיי האבן געהאט די פאלגענדע קינדער;

1. (יצחק) אייזיק אביש - נולד ת"ר
2. פרידא -נולדה תר"ד (נפטרה ל"ע באותה שנה)
3. מרדכי זאב - נולד תר"ז
4. ריקל - נולדה תר"ח
5. יעקב משולם - נולד תר"ט (נפטר ל"ע באותה שנה)
6. משה העשיל - נולד תרי"א (נפטר ל"ע בשנת תרי"ב)

דער ר' פנחס איז נפטר געווארן אין אינגען עלטער פון בלויז 48 יאר בשנת תרכ"א, די נעמען וואס ער האט געגעבן שטימען מורא'דיג מיט משפחת אורנשטיין הנ"ל, איך קלער אז די רעדע איז פון אן איידעם פון ר' אביש אשנזי פון בראדי חתן ר' מרדשכי זאה הראשון (ומשם השמות; פרידא, אביש, יעקב משולם, מרדכי זאב ומשה העשיל)

אשפר קען עס איינער קאנפרערמירען און אויב יא וועמענס זון איז דער דערמאנטער ר' פנחס געווען?
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ראביי מיללער מעג איך פרעגען וואס איז דאס גשר גאליציע?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוסף שרייבער האט געשריבן:ראביי מיללער מעג איך פרעגען וואס איז דאס גשר גאליציע?


נישט איר מעגט פרעגן, נאר איר זאלט פרעגן, שאלת חכם זאגט דאך דער רבי איז חצי תשובה, ולא הביישן למד שרייעט דאך די משנה, אז מ'פרעגט נישט איבער קען מען נישט פלעגט מיין רבי באכענען.

איז אזוי 'גשר גאליציע' איז א מכון וואס ארבייט אויף צו מנציח זיין זכרם פון יהדות גאליציע, עס ווערט אנגעפירט און איז א שותפות מיט די אלוועלטליכע זשואיש-זשען, לעצטענס האבן זיי אהערגעשטעלט די פאלגנדע וועב-ארט:
http://search.geshergalicia.org/
וואס איז א סורטש-ענזשין (זוך קראפט-טרייבער) צו זוכען אין א ריזיגע דאטא-בעיס פון פארשידענע רעקארדס.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

וואי שוין געטראפען דארט שיינע זאכען, קען מען זעהן קאפיס פון די אורגינילע רעקארדס? למשל איך זה אלע רעקארדס קומען אויף ווי עס ליגט פיזיש אדער אנליין אבער איך זעה נישט קיין לינק צום עצם רעקארד, איז דאס פארהאן?
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

הנני כופל בקשתי, האם כבודו יכול לעשות לי טובה ולענות לי?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוסף שרייבער האט געשריבן:הנני כופל בקשתי, האם כבודו יכול לעשות לי טובה ולענות לי?


נישט געכאפט אז איר רעדט צו מיר דירעקט, נאר כשואל ואומר 'כל השומע קולי יבא ויענה' דערפאר האבך נישט משנס געווען מתני צו ענטפערן, אבער על השנות הדברים זעה איך אז איר וועט דאס אנקוקען ווי א פגיעה בכבודו אז איך מאך זיך נישט וואוסענדיג איז משום והייתם נקיים וועל איך ענטפערן בקול רם; איך ווייס נישט...

(אולי יוכל מעלתו להתקשר להארגון הנ"ל גשר-גאליצי' ע"י כלי התקשורת המוזכרים פה.

בכרכת ברכה והצלחה וכט"ס
כ"ד מוקירו כערכו הרם, הק' יעקב ד. מיללער
פה עיר סקרענטאן יצ"ו)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מ'האטציר אויבן דערמאנט די קינדער פון ר' מרדכי זאב אורנשטיין-לבוב (הראשון)
אלה תולדות
ר' מרדכי זאב האט בזיווג ראשון חתונה געהאט מיט מרת פריידא די טאכטער פון ר' שאול חריף זצ"ל אב"ד אלעסק דער זוהן פון ר' יעקב חריף זצ"ל אב"ד לעשנוב אן איידעם ביים חכם צבי ז"ל. בזזו"ש איז ער געווען אן איידעם ביי ר' אליקים געציל פון לאווערטוב ז"ל דער זיידע פונעם חוות דעת ז"ל.
פונעם ערשטן זיווג האט ער געהאט איין זוהן
א. דער גאון עולם ופוסק הדור ר' יעקב משולם אורנשטיין זצ"ל אב"ד לבוב בעל מחבר ספרי "ישועות יעקב" עד"ח שו"ע ושו"ת.
פונעם צווייטן זיווג האט ער געהאט צוויי זוהן;
ב. דער גרויסער גאון וחריף ר' משה יהושע העשיל פון טארניגראד ז"ל בעל מחבר ספר "הים התלמוד" עמ"ס בבא קמא
ג. דער צווייטער איז געווען ר' ארי' אליקים פון בראד. (דער ישועות יעקב דערמאנט אים אין א תשובה צום ישמח משה [געדרוקט אין שו"ת השיב משה חו"מ סי' צ"ז] מיט'ן טיטול "אחי החריף נ"י").
ער האט אויך געהאט פינף איידימער גדולי התורה;
ד. ר' ארי' לייב קאצינעלנבויגען ז"ל אב"ד בריסק דליטא
ה. ר' יהודא ב"ר נפתלי הירץ ברודא ז"ל בעמח"ס "זכרון יהודא" על הש"ס
ו. ר' יצחק אהרן סג"ל איטינגא ז"ל דער פאטער פון ר' מרדכי זאב בעמח"ס "שו"ת מאמר מרדכי" ושא"ס און דער שווער פונעם גרויסן גאון ר' יוסף שאול הלוי נאטאנזאהן ז"ל אב"ד לבוב בעל מחבר ספרי שו"ת "שואל ומשיב"
ז. ר' אברהם אביש אשכנזי ז "ל פון ברודא
ח. ר' דוב בעריש היילפרין ז"ל פון ברעזאן דער שווער פון ר' ארי' לייב הלוי נאטאנזאהן ז"ל בעמח"ס "בית אל" על סוגיות הש"ס דער פאטער פונעם שואל ומשיב .


אויף היברו בוקס האב איך נישט געטראפן דעם דערמאנטן ספר 'זכרון יהודה' פון ר' יהודה ברודא, אויף אוצר החכמה איז עס יא דא , זעה איך דארט נאר אביסל פרטים.

ר' יהודה ברודא מ"מ בק' מקיליניץ נולד לאביו ר' נפתלי הירץ ברודא אבד"ק מקיליניץ נכד הגה"ק ר' אברהם ברודא אב"ד פפד"מ, כשהגיע לפרקו נשא את בתו של ר' מרדכי זאב אב"ד לבוב.
בתו נישאה (בזוו"ש) לר' דוב בעריש היילפרין מברעזאן (בזוו"ר היה גיסו של חמיו בזוו"ש - כי היה ג"כ חתנו של רמ"ז כנ"ל)
אטעטשמענטס
getimg.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

געטראפן נאך אן אייניקל פון ר' מרדכי זאב אורנשטיין אב"ד לעמבערג (אבי הישועות יעקב) ברויך מען געוואור ווערן דעם סדר היחס.

ר' אפרים מרדכי (המכונה מאטל) פאהריללע אב"ד איסטיטשקע בעמח"ס מאמר מרדכי ב"ר חיים יוסף פאהריללע, נכד ר' ישעי' פאהריללע ונכד רמ"ז מלבוב ונכד ר' לייבוש באמזי.

הספר נדפס ע"י בנו ר' אלימלך פאהריללע ראב"ד איסטיטשקע עם מכתב המלצה מגיסו ר' יצחק קונשטאדט אב"ד ראדיוויץ חתן ר' מאטל פאהריללע.

דער דערמאנטער ר' אלימלך פאהריללע איז עארויסגעקומען אויף אמעריקא נאך פאר די קריג ער איז געווען א רב אין ניו יארק, ער האט געהאט א זון ר' ישראל פאהריללע וועלכער האט שוין דאהי חתונה געהאט בשנת תרצ"ז עב"ר יעקב ישראל בערגער רב בקליוולאנד (בזוו"ר) שפעטער איז ער געווען אן איידעם ביי ר' שלום משה שאפירא רב בב"פ ער משמש געווען אלס רב דביהמ"ד מחזיקי ת"ת אין ב"פ וחיבר ספר באר שרים דער איז מוסיף אז דער זיידע ר' אפרים מרדכי הנ"ל איז געווען ר'ב אויסער איסטיטשקע אויך אין הוסיאטין און אין סאלאטווינא ובכמה מקומות בגאליציע 'מגזע החכם צבי' (ר' מרדכי זאב נשא את נכדת הח"צ כנ"ל)

דא ברענגט ער א סדר היחס אבער ער צייגט נישט אן וויאזוי זיי זענען אייניקלעך פון ר' מרדכי זאב:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=7

ר' אלימלך פאהריללע הנ"ל האט געהאט נאך א זון ר' חיים פאהריללע רב דביהכנ"ס שערי שמים אויף ריווינגטאן סט. אין נ"י, און א זון ר' אפרים מרדכי רב דביהמ"ד נועם אלימלך, און אן איידעם ר' מרדכי יוסף מייער רב דק' נחלת צבי און שפעטער ק"ק חתם סופר אין מאנהעטן, חיבר כמה ספרים באידיש, תלמיד הגאון ר' מאיר שפירא בלובלין, בין הספרים חיבר 'דברי הרב ודברי התלמיד' דיונים במשנתו של רבו הגר"מ שפירא:
http://hebrewbooks.org/36335


למי פתרונים?
אטעטשמענטס
19-33071.jpg
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

מיללער האט געשריבן:געטראפן נאך אן אייניקל פון ר' מרדכי זאב אורנשטיין אב"ד לעמבערג (אבי הישועות יעקב) ברויך מען געוואור ווערן דעם סדר היחס.

ר' אפרים מרדכי (המכונה מאטל) פאהריללע אב"ד איסטיטשקע בעמח"ס מאמר מרדכי ב"ר חיים יוסף פאהריללע, נכד ר' ישעי' פאהריללע ונכד רמ"ז מלבוב ונכד ר' לייבוש באמזי.

למי פתרונים?


סקרענטאנער
קוקט דא
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=82

שרייבט דער בן המחבר ר' אלימלך איבער א קרוב זיינער ר' יצחק בן ר' מרדכי זאב אשכנזי פון נידיליסק, וואס איז אוועק אינגערהייט בלי זש"ק ל"ע.
ער ברענגט אראפ א שאלה וואס ר' יצחק האט געפרעגט פון זיין טאטע ר' מאטיל בשנת תרל"א פון שטאט זריביניץ, ר' יצחק רופט אים אן אין בריוו "בן דודתי".אזוי רופט אויך אן ר' מאטיל זיין פירסט קאזין ר' יצחק אשכנזי ווען ער ענטפערט אים, ב"ד. בן דודי.אין אנדערע ווערטער ר' מאטיל'ס מוטער איז געווען א שוועסטער לכאורה פאר ר' מרדכי זאב אשכנזי.
דאס שטאמט מן הסתם פון זיין איידעם ר' אברהם אביש אשכנזי מברודא.

אגב, א עמוד בעפאר האט ער א תשובה פון שואל ומשיב רופט ער אים רן "ש"ב תלמידי". אויך אלס ר' מרדכי זאב לכאורה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כחך וחילך הרב וויסענפעלד,

העמיר שפינען ווייטער די קייט, עס איז פארהאן אן הגש"פ עם פי' דמשק אליעזר דער פי' האט מחבר געווען הג"ר אליעזר שווערדשארף-היילפערין מלובלין ב"ר דוב בעריש היילפרין מלובלין הנקרא 'דער לובלינער מגיד'.

דער ר' אליעזר איז געווען דער עלטער-זיידע פון דעם באקאנטען גאון און חוקר היוחסין ר' צבי יחזקאל מיכלזאהן פון פלונסק ולאחריו מחברי וועד הרבנים בווארשא (כי אמו היתה בתו של ר' שמואל אליהו שווערדשארף ב"ר אליעזר הנ"ל - גם ר' צבי יחזקאל היה חתנו של ר' דוד טעביל ב"ר שמואל אליהו) ער האט געדורקט די הגדה ביחד עם גיסו וש"ב ר' דובעריש שווערדשארף ב"ר דוד טעביל בן ר' שמואל אליהו ב"ר אליעזר.

אין די הקדמה שרייבט רצ"י אראפ זיין יחוס פון אלע צדדים כדרכו בכך, מיט פרטים ופרטי פרטים וואס דאס אליינס איז ווערט דורכצוגיין שטאטעליך, דער שוואגער זיינער ר' דובעריש איז נאר מוסיף אויך דער יחוס פון זיך צוצייכענענדיג אז זיין טאטע ר' דוד טעביל שווערדשארף איז געווען אן איידעם ביי ר' משה יעקב אשכנזי ב"ר מרדכי זאב אשכנזי (אחי ר' העשיל אשכנזי אב"ד לובלין) ב"ר משולם זלמן אשכנזי (נולד לאחר פטירת אביו) אב"ד לובלין ב"ר משולם זלמן אשכנזי אב"ד פאמארן 'אחיו' של ר' מרדכי זאב אורנשטיין מלבוב (נשוא האשכול) בני ר' משה פו"מ בלבוב. דער ר' מרדכי זאב אשכנזי איז געווען אן איידעם ביי ר' ישראל יונה לאנדא אב"ד קעמפנא בעמח"ס מעון הברכות (כבד דברנו אודותיו בקצרה באשכול על משפחת לאנדא)


(די זעלבע פרטים שרייבט זיין ברודער ר' משה יעקב שווערדארף מקאלאמיייא און זיין מגילת יוחסין אשר בסוף ספרו דעת לנבונים http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=70)

אין אנדערע ווערטער, איז געווען א ר' מרדכי זאב אשכנזי פון די משפחה אבער 'נישט' קיין אייניקל פון רמ"ז מלבוב, ממילא הדרא קושיא לדוכתא, ווייל עס איז שווער צו ציען מסקנות בלויז פון דעם וואס ער שרייבט 'בן דודי' און ער הייסט 'מרדכי זאב' אז דארט איז דער שייכות פון ר' מאטל פאהריללע צו רמ"ז אורנשטיין דורך זיין איידעם ר' אבוש אשנכזי וצ"ע.

וויאזוי זאגט מען ביינונז אין סקרענטאן-ברסלב; נמשיך עוד לבקש, ולעולם לא נתייאש, את החושך לגרש, ולשרוף אותו באש וכו'
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

מיללער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען ביינונז אין סקרענטאן-ברסלב

אזוי נישט מיר נישט דיר גרייט דער רב אן א פאסטען פאר זיין בן השני.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

מיללער האט געשריבן:יישר כחך וחילך הרב וויסענפעלד,

העמיר שפינען ווייטער די קייט, עס איז פארהאן אן הגש"פ עם פי' דמשק אליעזר דער פי' האט מחבר געווען הג"ר אליעזר שווערדשארף-היילפערין מלובלין ב"ר דוב בעריש היילפרין מלובלין הנקרא 'דער לובלינער מגיד'.

דער ר' אליעזר איז געווען דער עלטער-זיידע פון דעם באקאנטען גאון און חוקר היוחסין ר' צבי יחזקאל מיכלזאהן פון פלונסק ולאחריו מחברי וועד הרבנים בווארשא (כי אמו היתה בתו של ר' שמואל אליהו שווערדשארף ב"ר אליעזר הנ"ל - גם ר' צבי יחזקאל היה חתנו של ר' דוד טעביל ב"ר שמואל אליהו) ער האט געדורקט די הגדה ביחד עם גיסו וש"ב ר' דובעריש שווערדשארף ב"ר דוד טעביל בן ר' שמואל אליהו ב"ר אליעזר.

אין די הקדמה שרייבט רצ"י אראפ זיין יחוס פון אלע צדדים כדרכו בכך, מיט פרטים ופרטי פרטים וואס דאס אליינס איז ווערט דורכצוגיין שטאטעליך, דער שוואגער זיינער ר' דובעריש איז נאר מוסיף אויך דער יחוס פון זיך צוצייכענענדיג אז זיין טאטע ר' דוד טעביל שווערדשארף איז געווען אן איידעם ביי ר' משה יעקב אשכנזי ב"ר מרדכי זאב אשכנזי (אחי ר' העשיל אשכנזי אב"ד לובלין) ב"ר משולם זלמן אשכנזי (נולד לאחר פטירת אביו) אב"ד לובלין ב"ר משולם זלמן אשכנזי אב"ד פאמארן 'אחיו' של ר' מרדכי זאב אורנשטיין מלבוב (נשוא האשכול) בני ר' משה פו"מ בלבוב. דער ר' מרדכי זאב אשכנזי איז געווען אן איידעם ביי ר' ישראל יונה לאנדא אב"ד קעמפנא בעמח"ס מעון הברכות (כבד דברנו אודותיו בקצרה באשכול על משפחת לאנדא)


(די זעלבע פרטים שרייבט זיין ברודער ר' משה יעקב שווערדארף מקאלאמיייא און זיין מגילת יוחסין אשר בסוף ספרו דעת לנבונים http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=70)

אין אנדערע ווערטער, איז געווען א ר' מרדכי זאב אשכנזי פון די משפחה אבער 'נישט' קיין אייניקל פון רמ"ז מלבוב, ממילא הדרא קושיא לדוכתא, ווייל עס איז שווער צו ציען מסקנות בלויז פון דעם וואס ער שרייבט 'בן דודי' און ער הייסט 'מרדכי זאב' אז דארט איז דער שייכות פון ר' מאטל פאהריללע צו רמ"ז אורנשטיין דורך זיין איידעם ר' אבוש אשנכזי וצ"ע.


רב מילפעלד, גם אני בחלומי. ראיתי גם ראיתי ר' מרדכי זאב אשכנזי בן אחר בן לאחי ר' מרדכי זאב מלבוב. ועם כל זאת חשבתי אולי תרי ר' מרדכי זאב הוי, ור' מרדכי זאב ב"ר משולם זלמן לחוד, ור' מרדכי זאב אבי ר' יצחק לחוד. הרי סוף סוף בנו ר' אלימלך כותב על דף השער שהוא נכד ר' מרדכי זאב מלבוב ולכאורה שמע כן מבית אביו, ולמה יטעה בדבר שלא הי' כ"כ ישן, גם אם הי' נכד להגאונים ר' משולם זלמן אב"ד לובלין ואביו ר' משלום זלמן אב"ד פאמארן הי' מזכירם בתוך שאר זקיניו. לכן מסתבר שהי' ר' מרדכי זאב מזריביניץ-נידיליסק הנזכר בספרו איש אחר.
ועדיין צריך בירור כמו שביאר כבר כבודו הרם במלוא תבונתו.

וויאזוי זאגט מען ביינונז אין סקרענטאן-ברסלב; נמשיך עוד לבקש, ולעולם לא נתייאש, את החושך לגרש, ולשרוף אותו באש וכו'

נאר אזוי!!
כה דברי הק' וויליאמס וויסען דמתקרי' וויסענפעלד בתוך עמי אנכי יושב פה וויליאמסאן וויסקאנסין יע"א.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”