רבי גרשון שאול יום טוב ליפמן העללער בעל התוי"ט, ו' אלול

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

רבי גרשון שאול יום טוב ליפמן העללער בעל התוי"ט, ו' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

ו' אלול איז די יארצייט פונם תוספות יום טוב,
איך האב איינמאל געזעהן א בילד פונעם תוספות יו"ט
אויב איינער האט זאל עס ארויף לייגן
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

באחד המהדורות של המגילת איבה יש שקו"ט ארות במקור התמונה ואודות אמיתיות התמונה ומפקפק שם הרבה על התמונה הידועה בטוטו"ד
למה זה תשאל לשמי...
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

איך האב יעצט בייקימען א בילד ווער עס קען מיר העלפן ארויף לייגן תבא עליו ברכה
די בילד איז פון תפיסה
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

עיין כאן
http://area.co.il/view.php?siteid=153900
ועיין בהPDF הרצוף פה ממגילת איבה מהדורת יעקב ורשנר, שהעתקתי מאוצר החכמה, ועל זה הי' כוונתי
אטעטשמענטס
של התוספות יום טוב.PDF
(194.58 KiB) געווארן דאונלאודעד 302 מאל
למה זה תשאל לשמי...
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

איני יודע איך מכניסים עוד פייל בבת אחת, והפייל הוא גדול למדי, אבל יש שם בספר עוד אודות זה כמו שמציין
למה זה תשאל לשמי...
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

דער הייליגער תוספות יו"ט ליגט נישט בחלקת הרבנים
נאר ממש ביים עק פונעם אלטן ביה"ח וועגן מעשה שהיה בימיו איז געווען א גרויסע עושר וואס איז נפטר געווארן אין מען האט אים מבזה געווען ביי די לווי ווייל ער האט זיך נישט משתתף געווען מיט צדקה פאר קיין שים צוועק אזוי האט מען געמיינט עכ"פ
נאך זיין לווי זענען געקימען אלע ארימעלייט צים תוספות יו"ט אז זיי האבן נישט וואס שבת צי מאכן האט ער זיי געפרעגט וואס איז געווען ביז היינט האבן זיי גענטפערט אז דער פיש סוחר האט געגבן אימזיסט און דער בוטשער אויכעט
האט ער געלאזט רופן דעם בוטשער מיט די פיש סוחרים וואס איז די מעשה פארוואס האט עטץ אויפגעהערט צי געבן
האבן זיי אים געזאגט אז דער עושר וואס איז די וואך נפטר געווארן האט אלעס געספאנסערט
איז ער געווארן זייער שאקט אזוי צי מבזה זיין איינעם וואס האט געגעבן צדקה מתן בסתר וועגן דעם האט ער געבעטן מען זאל אים לייגן לעבן אים מפייס צי זיין
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בני יששכר האט געשריבן:דער הייליגער תוספות יו"ט ליגט נישט בחלקת הרבנים

זכיתי להיות על קברו זה פעמיים, ונכון הדבר המציבה נמצא קרוב להגדר, אבל יש שם עוד הרבה רבנים מפורסמים בצד הגדר, כמדומני שגם הרבי ר' העשיל מונח בושרה זו, אבקש אחר תמונותי בעזהשי"ת.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

עיין כאן
http://www.shturem.net/index.php?sectio ... ys&id=1043
ואחד המגיבים כבר קדמך.
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

גם אני זכיתי להיות על קברו בקראקא וגם אצל שאר גאוני וקדושי עולם הטמונים בביה"ח שם,

ואעלה כאן איזה תמונות מהמציבה של התוי"ט שנתחדש בשנת תרמ"ו.

1. די מציבה פון פארנט, די טעפל און שיסל וואסער מפני שהי' לוי לרמז שהלויים רוחצין הידים לכהנים,

2. אביסל פון דער זייט, מען זעהט די פיל קוויטלעך, אינטערעסאנט צו באמערקן אז די ווערטער שטייען אויפן דרויסענדיגן זייט פונעם מציבה נישט ווי מען טוט היינט (און איך מיין אז אויך מציבת הרמ"א און נאך אסאך מציבות בביה"ח הישן שם זענען אויפן זעלבן וועג).

3. זעהט מען ווי נאנט עס איז צום הונטערשטן גדר, אויך זעהט מען די צוויי מציבות פון די זייטן (נישט וויסנדיג אז מען וועט נאך רעדן אמאל פונעם די שכינות'דיגע נפטרים האב איך נישט געקוקט דעמאלס צו עס שטייט דארט עפעס :-( ).

מיללער האט געשריבן:זכיתי להיות על קברו זה פעמיים, ונכון הדבר המציבה נמצא קרוב להגדר, אבל יש שם עוד הרבה רבנים מפורסמים בצד הגדר, כמדומני שגם הרבי ר' העשיל מונח בושרה זו, אבקש אחר תמונותי בעזהשי"ת.

איך געדענק אויך אז ר"ר העשיל מקראקא ליגט דארט אין יענע געגנט, אבער איך מיין נישט ממש אין יענע שורה אזוי צום סוף נאר עטליכע שורות פריער, דער תוס' יו"ט איז ממש (אדער איינס פאר) די לעצטע שורה פון הונטן, איך מיין אז דער ב"ח ליגט זייער נאנט צו ר"ר העשיל.

גראדע ליגן דארט נאך אסאך גאוני וקדושי ארץ וואס האבן געשאקלט די וועלט, און יעדער ליגט אין א אנדערע געגנט לכאורה געוואנדן לויט די יארן, ווער עס איז שוין געווען וועט פארשטיין וואס איך מיין, דער הייליגער רמ"א ליגט הארט אינדרויסן פון שוהל, און אין יענע געגנט ליגט אויך דאכט זיך דער מגיני שלמה, אביסל ווייטער אויף די רעכטע זייט ליגט ר' אליעזר אשכנזי הרופא בעל מעשה ה' און נאך אנדערע, נאך מער רעכטס ליגט דער הייליגער מגלה עמוקות, און מער צום הונטערשטן חלק פון ביה"ח ליגט דער ב"ח ר"ר העשיל און צום סוף דער תוס' יו"ט.
אטעטשמענטס
1
1
2
2
3
3
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

בני יששכר האט געשריבן:דער הייליגער תוספות יו"ט ליגט נישט בחלקת הרבנים
נאר ממש ביים עק פונעם אלטן ביה"ח וועגן מעשה שהיה בימיו איז געווען א גרויסע עושר וואס איז נפטר געווארן אין מען האט אים מבזה געווען ביי די לווי ווייל ער האט זיך נישט משתתף געווען מיט צדקה פאר קיין שים צוועק אזוי האט מען געמיינט עכ"פ
נאך זיין לווי זענען געקימען אלע ארימעלייט צים תוספות יו"ט אז זיי האבן נישט וואס שבת צי מאכן האט ער זיי געפרעגט וואס איז געווען ביז היינט האבן זיי גענטפערט אז דער פיש סוחר האט געגבן אימזיסט און דער בוטשער אויכעט
האט ער געלאזט רופן דעם בוטשער מיט די פיש סוחרים וואס איז די מעשה פארוואס האט עטץ אויפגעהערט צי געבן
האבן זיי אים געזאגט אז דער עושר וואס איז די וואך נפטר געווארן האט אלעס געספאנסערט
איז ער געווארן זייער שאקט אזוי צי מבזה זיין איינעם וואס האט געגעבן צדקה מתן בסתר וועגן דעם האט ער געבעטן מען זאל אים לייגן לעבן אים מפייס צי זיין

איז נישט דאס די מעשה , וואס שלמה קארליבך פארציילט ? , "יאסעלע דע האולי מייסער" (יאסעלע קמצן קדוש ) און ער דמיונ'ט צו א שיין שטיקעלע , להגדיל הטראסק, די מעשה מיט'ן גלח וואס איז געוועהן פון קראקע , וואס האט זיך מגייר געוועהן ,
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35147
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בןהרחמן האט געשריבן:2. אביסל פון דער זייט, מען זעהט די פיל קוויטלעך, אינטערעסאנט צו באמערקן אז די ווערטער שטייען אויפן דרויסענדיגן זייט פונעם מציבה נישט ווי מען טוט היינט (און איך מיין אז אויך מציבת הרמ"א און נאך אסאך מציבות בביה"ח הישן שם זענען אויפן זעלבן וועג).

כן ראיתי כאן בארה"ב בכמה בתי חיים, לא ידעתי שכן נהגו מימים ימימה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35147
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

תמהתי אויף אונזערע תלמידי חכמים דאהי, מען שמועסט פונעם הייליגן תוי"ט און קיינער האט נאך נישט ערווענט דאס עמקות פון זיין פירוש תוי"ט, ווער עס איז געוואוינט דערין וויסט אז יעדעס ווארט איז א הערה עמוקה און צומאל מיינט גאר אסאך, ער ווארפט צוזאם גאנץ ש"ס יעדעס תוס' מיט עטליכע ווערטער, און ווער עס איז נישט מלא וגדוש כאפט שווער פון וואס ער רעדט.

וכאן המקום צו ערווענען מיין תמי' אויף די היינטיגע נארישע דרוקער וואס יעדער רייסט זיך ארום מיטן צווייטן, וויל נאר דרוקן די זעלבע זאך ווי יענעם און צולייגן נאך שורות מיט שטותים, וואס קיינער האט זיך נישט גענומען די מי צו מפענח זיין און צוברענגען על הדף דעם תוי"ט'ס מראי מקומות, וויייזט אויס אז דאס אן ארבעט וואס נאר גרויסע מענטשן גאונים בתורה קאנען באווייזן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

הרב פארשלאפען, תמהני על דבריך
איך האב מיך שוין לאנג געוואונדערט, ווען מען פינטעלט דער משנה ברורה, פארוועם פינטעלט מען דעם ביאור הלכה און שער הציון, איז דען דא א איד וואס פארשטייט ביאור הלכה, און נאר די פינטליך פעלן אים
אלא מאי, עס איז א מורא'דיגע אויבערפלעכליכע וועלט און קיין שום הבנה
און פארדעם איז קיינער נישט מפענח דעם תויו"ט
והשתא דאתית להכא, וועל איך דיר זאגען אז דער וואס איז פויל נאכצוקוקען, איז בדרך כלל פויל נאכצוטראכטען.
פ"וו ת"ח האבען נישט ערווענט זיינע חיבורים, דא רעט מען נאר היסטאריע, און נאר חידושים,
והא ראי' קיינער האט נישט דערמאנט פרשת מגילת איבה והמסתעף
נכדיו והמסתעף, די כהנא'ס, זידיטשויב, משפחת היושר דברי אמת, ואחרי ככלות הכל איז דאך דא דינים פאר זיינע אייניקליך, תענית ויו"ט כידוע, וואס איז אויך א סוגיא ווער האט עס געהאלטען און ווער נישט
און אויב בחיבורים עסקינן, תויו"ט ווייסט יעדער בר בי רב דחד יומא, וכן לחם חמודות ומעדני יו"ט על הרא"ש ברכות, וכן מלבושי יו"ט על הלבוש, וכן המי שברך למי שלא מדבר בשעת התפלה
אבער דער רב ווערשנער אשר הזכרתי לעיל, ברענגט א רשימה פון ספרים, כמעט וואס מען טרעפט נישט אזא רייכע אויסוואל און מקצועות און דרגות פון איין מחבר
נאר אפאר דוגמאות
פי' על הארחות חיים
פי' על הבחינת עולם
מאמר על האבן עזרא בדקדוק
סליחות לת"ח ות"ט
דף ביודיש הל' מליחה
צורת ביהמ"ק
דרושי הלבנה, (קבלה)
פי' על רבינו בחיי
תורת האשם
ועוד
א רייכקייט פון מקצועות און א רייכקייט פון מדרגות, וכו'

יעצט בנוגע צו די מעשה פון דעם קמצן, איך האב געשטעלט א לינק,
אבער בקוצר אמרים, עס איז פארהאן א איד אין ירושלים א ליבאוויטשער חסיד ר' יהושע מונדשיין, א חוקר און אן ערליכע, פארשטייט זיך אז ליבאוויטשער זאכן זענן ביי אים קדשי קדשים, (מען האט שוין פאר 150 יאר צוריק געשריבען אז א שוטה לדבר אחד מעג גט'ן שהרי מעשים בכל יום שחסידים מגרשים נשותיהם ואין מפקפק בדבר), און נישט יעדער וואס לייקנט מעשיות איז אן אפיקורס,
דער סאקמיר רב זי"ע איז געווען תמים באמונתו און ער האט געלייקענט מעשיות
דער וואוידיסלאבער רב ז"ל איז געווען א גרויסע מספר, עיין בהקדמת ספריו ירבה תורה ובשיח זקינים מנכדו, עכ"ז האט ער געזאגט אז אן היסטאריקער און א מעשה מאכער איז צוויי באזונדערע זאכען
דער הייליגער בעלזער רב זי"ע ר' ישכר בער, וואס אין זיין אמונה און פארצייטישע בתמימות גדול, האט געזאגט, סתם חסידישע מעשיות זענען צוגעלייגט אדער גוזמא'ס, .... מעשיות (איך שרייב נישט וואסערע מפני התקנות, נאר אזויפיל אזעלכע פון וועם ער האט געהאלטען) האבען זיך קיינמאל נישט אנגעהויבען
און דעם לינק וואס הייסט סיפורים וגלגוליהם, צונעמט ער מעשיות וואס יעדער קען און ווייסט, און ווייזט אז זיי שטימען נישט וכו', א פרק פריער איז דארט אויך א בירור אויף שלמה'ס מעשה הנזכר פה.

בנוגע מצבות פארקערט, מען קען מאכען א גאנצע אשכול אויף מנהגי מצבות, בולטות שוקעות, שטייעדיג ליגעדיג, ועוד ועוד, (מען קען מאכען אן אשכול וואסערע אשכולות מען קען אלס מאכען)
אבל שמעתי ואינני מקבל אחריות, כי שמעתיו כעובר אורח, על בעלז ועל קראקא, אז ביי ביידע האט מען צוריקגעלייגט די מצבות לאחר המלחמה, ובקראקא האט מען צוריקגעלייגט געבויט אויף די אלטע מאפע, אבער דער פארקערט איז פון נאכען קריג. עס איז געווען מקומות באשכנז וואס די נוסח המצבה איז געשטאנן אינדרויסן, אבער בקראקא יש מפקפקים.
למה זה תשאל לשמי...
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

והוא פלאי האט געשריבן:אבער בקוצר אמרים, עס איז פארהאן א איד אין ירושלים א ליבאוויטשער חסיד ר' יהושע מונדשיין, א חוקר און אן ערליכע, פארשטייט זיך אז ליבאוויטשער זאכן זענן ביי אים קדשי קדשים,
אויב איר האט דורך געליינט די סיפורים וגלגוליהם,
האט איר יעמאלט געזעהן אז ער שוינט נישט די לויבאוויטש'ער גע'דמיונט'ע מעשיות,
וועגען די חרסון'ער גניזה רעד יאך נישט.
והוא פלאי האט געשריבן:(מען האט שוין פאר 150 יאר צוריק געשריבען אז א שוטה לדבר אחד מעג גט'ן
שהרי מעשים בכל יום שחסידים מגרשים נשותיהם ואין מפקפק בדבר),
פאר וואזשע שרייבט איר נישט דבר בשם אמרו ?
והוא פלאי האט געשריבן:עס איז געווען מקומות באשכנז וואס די נוסח המצבה איז געשטאנן אינדרויסן, אבער בקראקא יש מפקפקים.
ביי דעם אמרי יוסף אין ספינקא און וואו אויך היינט אין פתח תקוה, איז אויך די נוסח המצבה אויס געקריצט פון אין דרויסן.
ועמך כולם צדיקים
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

מען זאגט עס איבער פון תשו' מהר"י ענזיל, ס' דאכט זיך מיר אז איך האב עס אלס קליין אינגעל געזען אין דפוס ראשון, אזוי ווי איך האב עס לעצטענס נישט געזען, קען זיין איך מיש אדער דמיון, שרייב איך נישט בשם אומרו,
אז די פרעגסט זעהט אויס אז דו ווייסט יא קראנט, אדרבא, צייכן אן דעם מקור
למה זה תשאל לשמי...
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטריטשקע »

די הייליגער תוי"ט האט געשריבן אין זיין מגילת איבה אז דער וואס עס אדורך ליינען, און מיטפילן זיין צער וואס ער איז אדורך געגאנגן, וועט ער זיין א מליץ יושר פאר וכל משפחתו!! מורא'דיג!
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

קען איינער זיין אזוי גוט און אהער ברענגן די בילד פון די וועב-סייט, ביי אונז אין מהדרין דזעי נעט ווערט ער פארשווארצט. דא אין ביהמ"ד פארבט מען נישט.
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

איך האב איינמאל געהערט אז דער איד וואס האט אנגעהויבן די מחלוקה האט צים סוף איבערגעבעטן דעם תיו"ט און ער האט אים געזאגט אז ווען זאל וויסן ווי ווייט עס גייט זיך ציען די מחלוקות וואלט ער קיינמאל נישט אנגעהויבן ער האט געמיינט מען וועט אים סתם ארויסשיקן פון שטאט און דא וועט זיך עס ענדיגן אבער ליידער איז אנגעקימען צי מסירה רח"ל.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

בערך אזוי שטייט סוף פון דעם זון'ס חלק פון מגילת איבה,
איך זעה איר קאכט זיך זיך אזוי אין תוספות יום טוב, עס איז כדאי איר זאלט דורך ליינען מגילת איבה, עס איז א בעסערע פיקטשער פון דעם מענטש ווי דער בילד וואס איר זיכט, און עס איז נאך א זכות אויך כדברי פעטרישקע, און עס איז אינטרעסאנט אויך
אויב וועט איר קויפן מהדורת ורשנר, וועט איר ממש אלס וויסן, ער ברענגט אז עס איז אמאל ארויס געקומען אויף אידיש
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוסלמאן האט געשריבן:קען איינער זיין אזוי גוט און אהער ברענגן די בילד פון די וועב-סייט, ביי אונז אין מהדרין דזעי נעט ווערט ער פארשווארצט. דא אין ביהמ"ד פארבט מען נישט.

קודם א דאנק פאר דעם סייט, עס זעהט אויס היבש אינפארמאטיוו, כאות הכרת הוטב הנה התמונה במבוקש.
אטעטשמענטס
CA23MV2D.jpg
CA23MV2D.jpg (25.99 KiB) געזען 5785 מאל
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

ישר כוח רב מילער. א דאנק פארן לינק קומט פאר ידידינו הרב הפלא.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א בילד פון די מציבה נאכען איבערמאכען.
אטעטשמענטס
New.jpg
New.jpg (65.53 KiB) געזען 5768 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35147
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לא זכיתי להבין, תקצ"ה או תרמ"ו?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פארשלאפן, וואס פארשטייט איר נישט, שנת פטירתו? אין די מציבה המחודשת איז איינגערקריצט 'תי"ד'.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”