ר' נחום שטרייזאנד מסאן-פראנציסקא, קאליפארניע נכד הגרעק"א - י”ז טבת תרל”ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' נחום שטרייזאנד מסאן-פראנציסקא, קאליפארניע נכד הגרעק"א - י”ז טבת תרל”ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער עסקן ר' ברוך אמסעל מיט די הילף פון ר' יעקב בערגער פון לעיקוואד האבן אפירגעטראפן די מציבה פון ר' נחום שטרייזאנד ז"ל וועלכער איז געווען אן איידעם ביי אן אייניקל פון ר' עקיבא אייגער, און ער האט סוף ימיו געוואונט אין סאן-פראנציסקא וואו ער איז נפטר געווארן אין באערדיגט אין קאלמע, קאליפארניע.

די מעשה גייט צוריק מיט עטליכע חדשים צוריק ווען ר' ברוך האט זיך דערוואוסט פון דעם רב, ער האט געפאוסט דעם ערך אן די בילד זוכענדיג אינפארמאציע, אינצווישען האט מען אנגעהויבען חושש צו זיין אז ר' נחום איז געווען באערדיגט אין איינע פון די בתי חיים וועלכע מען האט שפעטער מפנה געווען און ווער ווייסט צו מען קען נאך עפעס געפונען.

למעשה בעזרת השם יתברך איז מען געקומען אויף די שפירען פון די אלטע צובראכענע מציבה אינעם ביה"ח Hills of Eternity Memorial Park .

ר' נחום איז געבוירען שבט תקע"ט אין די שטאט גריידיץ, עס איז אנגענומען אז ער האט געלערנט ביי ר' עקיבא אייגער אין פוזנא עטליכע יאר (הגרעק"א איז נפטר געווארן בשנת תקצ"ח), כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית גליקכא בת ר' יעקב ליטהויער אב"ד וואנגרוביץ חתן ר' אברהם אייגער מראוויטש (בנו הגדול של הגרעק"א ומנו"כ אצל אביו בפוזנא).

נאך די חתונה איז ער אויפגענומען אלס רב אין די שטאט פארדאן בגלילות פוזנא, שפעטער איז ער געווען א קאנדידאט צו ווערן רב אין קאליש, וואס איז למעשה נישט געקומען צו קיין גמר, ער האט ארויסעגעבן די הגהות פון זיין זיידע ר' עקיבא אייגער זצ"ל אויף אבהע"ז און חו"מ מיט זיינע אייגענע הגהות דערצו.

בשנת תרל"ב איז ער ארויסגעקומען קיין אמעריקא ווי ער האט קודם געדינט אלס רב אין קהל 'שערי צדק' אין ניו יארק, דאהי האט ער געפירט א גרויסע מערכה קעגן די רעפארם באוועגונג, ער האט געדרוקט א קונטרס 'ללמד תועים בינה' אקעגן זייער התחדשות'ער ווי דאס נוצען א 'ארגעל' אין שוהל צו די תפילות, שפעטער איז ער אריבער קיין קאליפארניע ווי ער איז געווארן רב אין קהל 'בית ישראל' אין סאן-פראנסיסקא.

ביום י"ז טבת תרל"ט איז ער נפטר געווארן און געקומען למנוחות אינעם דערמאנטען ביה"ח.

-

א בילד פון די אנטדעקטע מציבה (קרעדיט, קברים.קאם)
דער נוסח המציבה איז אביסל אומקלאר און לייענט זיך ווי פאלגענד:
פ"נ ר' נחום שטרייזאנד,
נולד בק"ק גריידיץ, שבט תקע"ט
ומת בסאנפראנסיסקא, ליל י"ז טבת תרל"ט
תנצב"ה.
אטעטשמענטס
126971162_1433130536.jpg
126971162_1433130536.jpg (271.96 KiB) געזען 3540 מאל
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דינסטאג דעצעמבער 14, 2010 4:04 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

להבדיל בין הטומאה וטהרה, איז דאס א קרוב משפחה מיט די באקאנטע בארבארא סטרייסענד? (א אידישע אפשטאמיגע זינגערין אין קאליפארניע)
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

א הארציגער ישר כוח הרב מילער שליט"א. סופער עס אלוועיס.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

שכח הרב מיללער

למען הפונקטליכקייט א קליינע הג"ה אין די ווערטער אויסלייג (נישט קיין נפק"מ לא להלכה ולא למעשה) לויט ווי עס שטייט אויפן מציבה:
1) גריידיטץ
2) סאנפראנצישקא

אין ספר שו"ת מהר"י הכהן מהדו"ת או"ח סי' ל"ז איז דא א תשובה צו הרב שטרייזאנד ווען ער איז נאך געווען אין נ.י. וואו ער איז איהם מחזק אין זיין מערכה קעגן די פרייע חברה וואס ווילן איינפירן דעם ארגיל, פון די תשובה דארט קוקט אויס אז זיי פלעגן אויך קומען בתערובות אנשים ונשים צו זינגכן אין ביהכ"נ, עיי"ש עס איז אינטערעסאנט אדורכצוליינען די תשובה.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דער טורנא רב במ"ס שו"ת מהר"י הכהן איז געווען בזו"ר א איידעם ביי הרה"ק ר' אלעזר ניסן מ'דראהביטש,
באקאנט די סיפור מיט דעם קוויטל ביי הרה"ק מהרי"י [החוזה] מ'לובלין, ווען זיי איז נאך געווען א אינג מיידל.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כבוד הרב בן הרחמן המרחם ריחם עלינו, ונתן בלבינו בינה להבין ולהשכיל לשמוע ללמוד וללמד, כן תחננו ותלמדינו!

נתת שמחה בלבי, מיטן אפירברענגען די תשובה פון הרה"ק ר' ישראל הכהן רפפאפורט אב"ד טארנא זצ"ל בעל שו"ת מהר"י הכהן, חוץ מזה וואס עס איז טאקע פון די יחידים במינם געשריבען קיין אמעריקא (אדער אמעריקי כלשונו) און טאקע איבער די ווייטאגליכע טעמע פון רעפארם און שינוים במסורתינו, איז דאס גאר א שטארקע און ווארימע תשובה.

והנני בזה אסיר תודה למר האי רב חביבא, תשוח"ח לו
בברכת כ"ט וכוח"ט,
כו"ח פה סקרנטן, אמעריקי
הק' יעקב דוב מילר, רובץ חתת משא הרבנות בק"ק עדת ישראל והגלילות,
ומצודתי פרוסה להרי הקרצ'מה אשר באיי-וועלט מונחים.


ביקסאד האט געשריבן:דער טורנא רב במ"ס שו"ת מהר"י הכהן איז געווען בזו"ר א איידעם ביי הרה"ק ר' אלעזר ניסן מ'דראהביטש,
באקאנט די סיפור מיט דעם קוויטל ביי הרה"ק מהרי"י [החוזה] מ'לובלין, ווען זיי איז נאך געווען א אינג מיידל.


יא דער מהר"י הכהן איז געווען אן איידעם ביי ר' אלעזר ניסן, די טאכטער פון ר' אלעזר ניסן איז ליידער פארברענט געווארן בשריפה אשר שרף ה' ולא השאירה אחרה זש"ק רח"ל, ער דערמאנט דאס אין די הקדמה.
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_252_53.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין אנדערע פלעצער זעה איך אז ער איז אויך געווען רב אין מעזריטש פאר אהערקומען קיין אמעריקא.

האט איינער דעם 'ארצות החיים' פון ר' בערל שווארץ? ער האט אן ערך איבער ר' נחום, אפשר קען איינער טאן א געפעליגקייט און אריינסקענען.

דער דערמאנטער ספר 'ללמד תועים בינה' זעה איך אויך נישט אנליין, אפשר ווייסט איינער מער דערוועגן, אוצר החכמה האט עס?
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מיטוואך אוגוסט 26, 2009 1:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

כבוד רב הכולל דאמעריקי בסקרענטאן יצ"ו
בקשתך נתקבלה אצלי ובעז"ה אעשה לך הגפעליגקייט, ואעלה ואבוא ואגיע ואראה את מאמרו של הסופר ב. שווארץ מספרו 'ארצות החיים' אשר הוא עתה אתי בידי.

בן בוזי
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

וואס איז פשט פון דעם טיטל 'אבק פורח' וואס אייזנשטיין טיילט אים צו ביים דערמאנען דעם ספר, אפשר איז דאס די אפטייטש פון שטריי-זאנד [אריין אין שפראך]? (אוצר זכרונותי דף 33)
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_6655_33.jpg
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער, לכאורה די טייטש פון "שטריי-זאנד" "שטריי-זאמד".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ברוך שכונתי לדברי הרב, שתיקן תגובתו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ב"ה
רצוף פה ימצא הרב מסקרענטן את מבוקשו,
אטעטשמענטס
shtroyzand.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א דאנק הרב בן בוזי פאר די העתקה, איך זעה אז ער האט שוין געוואוסט וואס מיר ווייסען, אבער פונעם תשובה אין מהר"י הכהן דערמאנט ער נישט, למעשה דעם דאטום פון תרכ"ט איז אויך נישט זיכער לויט אנדערע מקורות.

דאס וואס ער האט געטראפן אין די הגהות רעק"א שהדפיס אז ער איז געווען אן איידעם ביי ר' יעקב ליטהויער, איז כדאי אראפצוברענגען אז אינעם ספר עטרת פז שחיבר ר' מרדכי ווייץ מקאליש, (קאליש, תרצ"ח) ווערט דאס אויך דערמאנט.

אגב, דארטן אין עטרת פז ווערט אויסגערעכנט 19 קינדער פון די צוויי ווייבער פון רעק"א ז"ל, בעת וואס הגר"נ געשטעטנער נעכד רעק"א רעכנט נאר אויס 17 קינדער אין דיין הקדמה צו די שו"ת החדשות פון רעק"א (געדרוקט בהוצאת 'המאור' ע"י ר' דניאל ביטון).
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_29115_83.pdf
(74.32 KiB) געווארן דאונלאודעד 188 מאל
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיללער האט געשריבן:א דאנק הרב בן בוזי פאר די העתקה, איך זעה אז ער האט שוין געוואוסט וואס מיר ווייסען, אבער פונעם תשובה אין מהר"י הכהן דערמאנט ער נישט.

ער האט נישט געהאט קיין אוצר החכמה :wink: ,

בנוגע קהילת מעזריטש ששימש שם ברבנות, האב איך געזעהן אין איינער פון די קובצי סיני וואו זיי האבן עפעס א בריוו פון איהם איך וועל מעתיק זיין לשונו ווייל מען זעהט דארט עטליכע זאכן, וז"ל בא"ד:
"כי זה שלוש שנים חלפו ... מני אז כתב אלי אמ"ו הרב הגאון אב"ד דק"ק גרידיטץ (אז הייתי אב"ד דק"ק מעזעריטש עיר ואם בישראל במחוז פאזען)"
וחותם את עצמו "גבאי כולל בכל הכוללות"

און איך מיין אז דער בריוו איז אונטערגעשריבן כ"ז ניסן תרכ"ז.
און אין די הג"ה דארט שרייבן זיי שכוונתו לעיר מעזריטש במחז שניידעמיל.

עכ"פ האבן מיר דא נאך עטליכע ידיעות 1) שאביו הי' האבד"ק בגרידיטץ וע"כ נולד ר' נחום בגרידיטץ, 2) באיזה סביבה הי' העיר מעזעריטש שהי' שם האב"ד, 3) דבשנת תרכ"ז כבר לא הי' במעזריטש, 4) שהי' "גבאי כולל בכל הכוללות" (ווייסט וואס דאס איז?).
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קרעמער האט געשריבן:להבדיל בין הטומאה וטהרה, איז דאס א קרוב משפחה מיט די באקאנטע בארבארא סטרייסענד? (א אידישע אפשטאמיגע זינגערין אין קאליפארניע)

אזוי ווי דער עולם איז ב"ה נישט באקאנט מיט רעבעצין סטרייסענד, וועל איך ציטירן פון וויקי וועגן איר פאטער עמנואל וואס האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, ברוקלין, און איז געשטארבן זייענדיג א דירעקטאר פון א אידישע זומער קעמפ אין די קעטסקיל בערג. קען איינער ציען די פעדימער צו ר' נחום נכד הגרעק"א?

Streisand was born in Williamsburg, Brooklyn, New York. Her father, Emanuel Streisand, a high school teacher whose parents immigrated from Vienna, Austria, died from the complications of an epileptic seizure while working as the director of a Jewish summer camp in upstate New York when she was 15 months old.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן,
אפשר קאפירסטו דעם קובץ 'סיני' הנזכר? עס זעהט מיר אויס אז ר' נחום האט גענוצט דעם 'אבק פורח' פאר א פעסוואדנים (ניק).
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער האט געשריבן:ער האט ארויסעגעבן די הגהות פון זיין זיידע ר' עקיבא אייגער זצ"ל אויף אבהע"ז און חו"מ מיט זיינע אייגענע הגהות דערצו.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 41&pgnum=1
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיט די ווערטער ענדיגט ער זיין הקדמה:
וזכות הגאון המחבר יעמוד לי ולאשתי הרבנית שלשלת היוחסון מרת
גליקכא תי״ח
ולי״ח בתי הברוכה מרת אסתר ובעלה חותני הת״ו היקר י׳׳א מרבים כיה יהודה הירש כ"ץ בפיננא וי״ח נכדי תי׳׳ח
ולבני היקר הנחמד עקיבא ליב שיחי'
ולבנותי יוכבד ,
בלומא ,
ופיגלא,
תי״ח ע״ע אמן.
דברי הכותב פק״ק פארדאן י׳׳ג ניסן דהאי שתא תרכ״ח לפ״ק
נחום אב״ק פורח שטרייזאנד אב״ד דפק״ק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גרויסען יישר-כח ידידי מפארשלאפן הי"ו,
איך האב געזוכט דעם באנד א גאנצע וואך, האט היברו-בוקס דאס לעצטענס ארויפגעשטעלט?

'מזעהט אין די הסכמה פון ר' אליהו מגריידיץ אז ער איז טאקע געווען קודם רב אין מעזריטץ, ער דערמאנט אויך נאך זיין הקדמה זיין פעטער ר' הירש קארא פון בערלין, דאס איז דער אנדערער איידעם פון ר' אברהם איגר וועלכער האט זיך אויך באפאסט בהדפסת ספרי הגרעק"א.

עס איז משמע איז דער זוהן עקיבא לייב און די דריי טעכטער; יוכבד, בלומא און פייגלא, זענען נאך געווען אומפארהייראט בשנת תרכ"ח, ברויכען מיר נאר דערגיין מער איבער דעם איידעם 'יהודא הירש כ"ץ' פון פיננא (?)
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_40341_1.jpg
hebrewbooks_org_40341_2.jpg
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך האב געזוכט דעם באנד א גאנצע וואך, האט היברו-בוקס דאס לעצטענס ארויפגעשטעלט?

פריש פון די סעפטעמבער ליסטע.

דו האסט סייעתא דשמיא, די סיבה פארוואס איך האב עס כלל געעפנט איז געווען ווייל דער היברו בוקס זז"ג האט געשריבן ביי נדפס "טהרן", האב איך געוואונדערט ווי קומט א הגהות פון רעק"א צו ווערן געדרוקט אין איראן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיללער האט געשריבן:וואס איז פשט פון דעם טיטל 'אבק פורח' וואס אייזנשטיין טיילט אים צו ביים דערמאנען דעם ספר, אפשר איז דאס די אפטייטש פון שטריי-זאנד [אריין אין שפראך]? (אוצר זכרונותי דף 33)

אין די העתקה וואס הרב פארשלאפן האט דא געברענגט
farshlufen האט געשריבן:מיט די ווערטער ענדיגט ער זיין הקדמה:
וזכות הגאון המחבר יעמוד לי ולאשתי הרבנית שלשלת היוחסון מרת
גליקכא תי״ח
ולי״ח בתי הברוכה מרת אסתר ובעלה חותני הת״ו היקר י׳׳א מרבים כיה יהודה הירש כ"ץ בפיננא וי״ח נכדי תי׳׳ח
ולבני היקר הנחמד עקיבא ליב שיחי'
ולבנותי יוכבד ,
בלומא ,
ופיגלא,
תי״ח ע״ע אמן.
דברי הכותב פק״ק פארדאן י׳׳ג ניסן דהאי שתא תרכ״ח לפ״ק
נחום אב״ק פורח שטרייזאנד אב״ד דפק״ק.

זעסטו אז ער זיך אליין געשריבן אזוי און נישט באקומען דעם טיטל פון אייזנשטיין, מען דארף נאך אבער מברר זיין וואס זענען די גענזען פיסלעך אינעם ווארט אב"ק, צי דאס איז עפעס א ר"ת אדער עס מיינט טאקע נאר דער איבערטייטש פון שטרייזאנד?.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א תשובה פון הגה"ק ר' אליהו גטומאכער מגריידיץ צו ר' נחום שטרייזאנד נאך זייענדיג רב אין מעזריטש (שו"ת ר"א גוטמאכער יו"ד סי' ד')
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_22548_175.jpg
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

היינט האב איך אויסגעפינען אז די זאמד וואס מען האט גענוצט צו לייגן אויף די טינט כדי אויסצוטרוקענען האט מען גערופן "שטרייזאנד", זעה אין וילקט יוסף ווי אויך אין ספר עצי היער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דא אין א בוך איבער ארטאדאקסישען אידנטום האב איך געטראפן עטוואס איבער אים, נישט מער ווי מיר וויסען ביזדערווייל, אבער פון אונטן זעה איך עפעס מראה-מקומות וואס מ'ברויך פרובירען נאכצוזוכען.

ווידעראום אויף א צווייט פלאץ, זעה איך א געוויסע הרב ברוין פון סאן-פראנסיסקא וועלכער האט געקריגען סמיכה פון ר' נחום שטרייזאנד, אבער זייענדיג א פוזנא געבוירענער ווייס איך נישט צו די סמיכה איז נאך פון דארט צו שוין אין קאלירפארניע (זעה בייגעלייגט).
אטעטשמענטס
Brown.JPG
Brown.JPG (16.69 KiB) געזען 4653 מאל
STreiisand2.JPG
Striesand.JPG
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שוין דעם המגיד פון תרל"ד האבן מיר שוין אפירגעקראצט, עס איז זייער אינטערעסאנט, דער ש"ץ ר' ישראל פנחס גראדזינסקי מעלדט אז קהל בני ישראל פון ס"פ האט מקנא געווען אין קהילת שארית ישראל און אויפגענומען הרב שטרייזאנד פאר רב, ער דערציילט אז דער רב האט זיך אריבערגעצויגען מיט די משפחה.
אטעטשמענטס
Streisand1.png
Streisand1.png (12.22 KiB) געזען 4643 מאל
Streisand2.png
Streisand2.png (14.87 KiB) געזען 4643 מאל
Streisand3.png
Streisand3.png (13.48 KiB) געזען 4643 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”