בלאט 1 פון 1

סענזאציע: געפונען קבר האמורא ר' יהושע בן לוי הקפר

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 11:04 pm
דורך מיללער
אין אלע נייעס סטאנציעס איז טעג באריכטעט איבער א מערת קבורה אינעם ישוב ציפורי אין גליל ווי מ'האט אנטדעקט די אויפשריפט ""זו קבורתו של רבי יהושע בן לוי הקפר" דאס איז א גרויסע אנטדעקונג וואס מ'האט ביז היינט נישט געוואוסט.

דער אמורא ר' יהושע בן לוי איז געווען פון די ערשטע אמוראים זיך צו באזעצן אין ארץ ישראל, ער איז געווען פון די תלמידים פון ר' אליעזר הקפר, און בר קפרא, ער האט געפירט א ישיבה אין לוד און שפעטער אין טברי'.

א גרויסע דעבאטע איז פארשטייט זיך פארהאן איבער די אמיתת הדברים, נאכדעם וואס חז"ל זענען מעיד אז ר' יהושע בן לוי איז ארויף לעבעדיגערהייט אין הימל.

לייענט די נייעס אין אתר אתרוג, און אין פורום בחדרי חרדים

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 12:14 am
דורך שוועמל
וואס זאל איך זאגן, די מעשה געפעלט מיר נישט. איינער גייט דא גרויס ווערן מסתם הרב עובדי' יוסף.

געדענקסט די מעשה פון די קבר של סוס..

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 7:46 am
דורך bailout
קרעמער האט געשריבן:
פרעזידענט האט געשריבן:א איד אין צפורי, א"י האט ביי איבערבוי ארבייט געפונען אין זיין גארטן באגראבען א מצבה וואס עס איז געשריבן דעראויף "הדא משכבא דברי יהושע בן לוי", עס איז שטארק מעגליך אז דארט ליגט דער אמורא רבי יהושע בן לוי וואס זיין קבר איז דערווייל נישט געווען באקאנט, אין מען ווייסט אז ער ליגט אין די געגענט פון צפורי-טברי', א טברי' מדינת ישראל ריכטער האט היינט ערלויבט ארכעלאגן צו דורכקוקען דער פלאץ.

וויאזוי שטימט דאס מיט די גמרא אז ער איז אריין אין גן עדן לעבעדיגערהייט???

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 8:39 am
דורך בן בוזי
אין די ראשונים איז פארהאן חילוקי דעות אויב ר' יהושע בן לוי איז געווען א תנא אדער אן אמורא, רש"י אין מסכת נדה דף י"ח ע"ב אויבן די דריטע שורה ד"ה שמעתתא שרייבט רש"י ר' יהושע בן לוי אמורא הוא און לויט דעם שטומט דארט די המשך הגמרא, אבער למעשה די לעצטע משנה פון ש"ס עוקצים פרק ג' משנה י"ב איז דא א מימרא פון ר' יהושע בן לוי, און דער תו"י אויפן פלאץ ברענגט דעם הקדמה לפי' המשניות מהרמב"ם פ"ב אז ער רעכנט איהם אויס צווישן די תנאים, ועי' בהגהות וחידושי הרש"ש אויף די רעכטע זייט וועלכע שרייבט טאקע אז דאס איז דאס איינציגסטע מימרא פון ריב"ל אין משניות, ועיי"ש עוד בהגליון במסכנות נפתלי אז דערפאר האט איהם רבינו הק' געשטעלט דא צום לעצט כדי ממשיך צו זיין דער שלשלת המשנה פון די תנאים צו די אמוראים וועלכע זענען מפרש די משנה, וויבאלד ער איז געשטאנען צווישן די תנאים אין די אמוראים דאס הייסט סוף תנאים תחלת אמוראים.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 11:17 am
דורך נחמן נתן
אשרי יולדתו!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 12:09 pm
דורך יהיה כן
אין סדר הדורות האבעך נעכטן נאכגעקוקט (ערך ר' יהושע בן לוי), ברענגט ער דארט בשם מדרש רבה ערגעץ וואס איז מחולק לכאורה מיטן בבלי, און עס איז דא דארט א משמעות אז ער איז יא געשטארבן, הגם דער סדר הדורות אליין איז עס מיישב דארט אז ס'איז נישט מוכרח, קוקץ נאך

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 12:45 pm
דורך מיללער
בן בוזי האט געשריבן:אין די ראשונים איז פארהאן חילוקי דעות אויב ר' יהושע בן לוי איז געווען א תנא אדער אן אמורא, רש"י אין מסכת נדה דף י"ח ע"ב אויבן די דריטע שורה ד"ה שמעתתא שרייבט רש"י ר' יהושע בן לוי אמורא הוא און לויט דעם שטומט דארט די המשך הגמרא, אבער למעשה די לעצטע משנה פון ש"ס עוקצים פרק ג' משנה י"ב איז דא א מימרא פון ר' יהושע בן לוי, און דער תו"י אויפן פלאץ ברענגט דעם הקדמה לפי' המשניות מהרמב"ם פ"ב אז ער רעכנט איהם אויס צווישן די תנאים, ועי' בהגהות וחידושי הרש"ש אויף די רעכטע זייט וועלכע שרייבט טאקע אז דאס איז דאס איינציגסטע מימרא פון ריב"ל אין משניות, ועיי"ש עוד בהגליון במסכנות נפתלי אז דערפאר האט איהם רבינו הק' געשטעלט דא צום לעצט כדי ממשיך צו זיין דער שלשלת המשנה פון די תנאים צו די אמוראים וועלכע זענען מפרש די משנה, וויבאלד ער איז געשטאנען צווישן די תנאים אין די אמוראים דאס הייסט סוף תנאים תחלת אמוראים.


בן בוזי,
איך האב דערווייל נישט נאכגעקוקט אלע מקורות אבער אין 'אתרוג' הנ"ל ברעגנען זיי בזה"ל:
רבי יהושע בן לוי, מראשוני האמוראים בארץ ישראל, היה ראש המתיבתא בלוד, ובסוף ימיו העביר את ישיבתו לטבריה, דבר המסביר את הימצאות הקבר המיוחס לו בציפורי הסמוכה לטבריה. ריב"ל, שזכה ושתי מימרות שלו מופיעות במשנה, במסכת אבות, היה גם עשיר שעסק בצרכי הציבור


א זוכעניש דורך 'מאגר ספרות הקודש' אין די ששה סדרי משנה, האט מיר טאקע געגעבן אזוי ווי איר זאגט נאר אין מס' עוקצין די באקאנטע משנה פון עתיד הקב"ה להנחיל לכל צדיק וצדיק וכו'.

דאס אז ער איז געווען א תלמיד פון ר' אליעזר הקפר איז א גמ' אין ע"ז אמר רבב"ח אמר ריב"ל פעם אחת הייתי מהלך אחר ר' אלעזר הקפר וכו' .

למעשה האב איך געטראפן אויך היברו-בוקס דעם ספר ערכי תנאים ואמוראים וואס ר' יהודה ב"ר קלונימוס מאושפירא האט מחבר געווען, דארט האט ער בדף 212 אן ערך אויף ריב"ל, הייבט ער אן מיט א גמ' אין מס' ב"ק וואס פאנגט זיך אן 'תנו רבנן' אין די גמ' פירט אויס אז דער בעל המאמר איז ר' יהושע בן לוי, פרעגט ער אז א ברייתא איז דאך פון תנאים, און ריב"ל איז דאך אן אמורא.

איך ברענגט דא עטליכע זאצען ווי ער איז דן צו זאגען אז 'שני ר' יהושע בן לוי היו' אבער איין זאך, ער זאגט 'מיהו ריב"ל שנכנס לגן עדן אמורא היה' עיי"ש בפנים
.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 1:29 pm
דורך יהיה כן
הוד כבוד סקרענטאנער רב שליט"א
זייט אויך מציין ביטע צום חיד"א זי"ע אין זיין ספר 'יוסף אומץ' סימן מ"ו, איז אויך דן דערין, און ברענגט אראפ אז תרי ריב"ל היו עיי"ש

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 9:36 pm
דורך בןהרחמן
א ליקוט איבער רבי יהושע בן לוי אי תנא הוי או אמורא ואי תרי ריב"ל הוו אין בית אהרן (מגיד).

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 11:52 am
דורך חכם עתיק
ווי לעצטס געהערט איז די ריכטיגע ווערזיע, אז נישט דארט איז ער באגראבען געווארען, וואס דאס לכאורה שטימט איבערהויפט נישט מיט אונזער גמרא, נאר דאס פלאץ איז דער מקום ווי דער מלאך המות האט אנגעטראפען רבי יהושה בן לוי, אין יענער פונקטליכע מקום זענען זיי ביידע ארויף.