ר' צבי הירש שיף אבי הישמח משה ומשפחתו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שואל כענין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל כענין »

פון ספר מראה אש געשריבן העכערן בילד
אטעטשמענטס
20140525_231546-1-1-1.jpg
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

הסרפד האט געשריבן:
צושויער האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
(יעצט זעה איך אס דאס איז דער אויבן-דערמאנט'ן ר' דוד יצחק פון ערדאבעניע)

וואנעט זעהט איר דאס?
אויב איר מאן איז ר' דוד יצחק מערדאבעניע איז זי געווען א זקינה מופלגת, ווארן איר שווער ר' יוסף צבי איז אויפגעצויגן געווארן ביים ישמח משה..

ניין, איך האב דאס געשריבן אויף די בילד וואס איך האב צו געבראכט.
מכל מקום אפשר רעדט מען פון איין אייניקל זיינער.

רעדנדיג מיט אן אייניקל פון ר' דוד יצחק ט"ב דערוועגן שטעלט זיך ארויס אז די פרוי איז געווען זיווג שני פון ר' דוד יצחק הראשון, און זי איז טאקע געווען א זקינה מופלגת פון איבער די הונדערט, זי איז אוועק תשי"ב אין בני ברק, ס'גאנץ מעגליך אז דאס וואס שטייט אויפן מצבה תלמיד הישמח משה גייט ארויף אויף איר טאטע ר' צבי וואס לפי הנ"ל איז יתכן ס'זאל שטימען מיט די יארן.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

נכדם ר' שמעון וואלף קליין האט ארויסגעגעבען א ספר וואס האט די גאנצע יחוס.
שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלישעי »

אין חבדפדיה האב איך געטראפן זיי שרייבן מצאצי הישמח משה ווייסט איינער איבער דעם

הרב משה שמואל הרטמן בתמונה משנת תרע"ו, בצד שמאל. לצידו בנו ר' נחמן הרטמן, ובתו רבקה
הרה"ח הרב משה שמואל הרטמן למד בישיבת חב"ד בחברון, רעייתו מרת שושנה רייזל הרטמן היא מצאצאי אדמו"ר הזקן.


תוכן עניינים [הסתרה]
1 יחוסו
2 בישיבת מגן אבות
3 אשתו בזיווג ראשון
4 ילדיו מרעייתו מרת שושנה רייזל
5 פטירתו
6 ראו גם

יחוסו

נולד בצפת לאביו הרב יחזקאל שהיה שוחט וחזן ולאימו מרת מרים, בשנת תרנ"ו למשפחה בעלת שורשים עמוקים בארץ הקודש מצד אביו בצפת, ומצד אמו בירושלים. משפחות שעלו מהונגריה מצאצאי הישמח משה.

בישיבת מגן אבות

למד בשנים תר"ע-תרע"ב בישיבת חב"ד מגן אבות בחברון, שיסד אדמו"ר הרש"ב. לאחר סגירת הישיבה עבר לעיר העתיקה בירושלים שם לימד בחיידר שפתח. היה תלמיד חכם ובקי בתורת הקבלה.

אשתו בזיווג ראשון

מרת שושנה רייזל הרטמן, דור חמישי לאדמו"ר הזקן בעל התניא.

ילדיו מרעייתו מרת שושנה רייזל
בנו הרה"ח נחמן שלום שכנא הרטמן
בתו מרת רבקה, בעלה אליעזר אפרי.

פטירתו

נפטר בגיל 61 בי"ז בכסלו תשי"ז ומ"כ בהר המנוחות בירושלים.

ראו גם
ישיבת מגן אבות




קטגוריה: חסידים מתקופת אדמו"ר הרש"ב
eliyuh
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 26, 2015 3:29 pm

Itzikel Becherov

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eliyuh »

Can someone tell me more about Reb Yitzchok Shiff who is a brother to the Yismach Moshe?

He was know as Reb Itzikel Becherov. Did he write any sefer?

What do you know about him?
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

איז באקאנט ווען איז מרת חנה אשת ר' צבי הירש אוועק און וואו זי ליגט?
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

אין בארדיוב איז געווען א גרויסע משפחה ראזענוואסער, ר' עוזיאל ראזענוואסער, [ס'איז געווען אזא איד אין דעעש אויך, און דאכט זיך אין סאטמאר אויך כ'ווייס נישט די פארבינדונג גענוי] און זיינע קינדער דער גביר ר' נטע, און הר"ר דוד יצחק. [אפשר א איידעם ר' שאול זאב וואלף]

ר' דוד יצחק איז שפעטער געווארן אויפגענומען אלס רב אין אויבער אפשא ווען סיגוט איז געווארן אפגעטיילט פון זיי מיט א גרעניץ, די ספינקא וויזניצע און קרעטשניפע חסידים האבן אים אויפגענומען, די סיגוטע חסידים האבן גע'טענה'ט אז דער עצי חיים איז נאך אלץ מרא דאתרא, חוסטער רב רב דושינסקי האט פרובירט מאכן א פשרה ער זאל זיין נאר דיין, ללא הועיל, ס'איז ארויסגעקומען א קונטרס מודעה רבא, און די סיגוטע חסידים האבן געוואלט מאכן אן אייגענע קהלה, אזוי איז אנגעגאנגען א מחלוקה א צייט ווען צום סוף האט זיך די זאך בארואיגט מיט די פריצייטיגע פטירה פון עצי חיים. ר' דוד יצחק איז געווארן רב ביי אלע חסידים, ער איז אוועק ביי די קריג הי"ד [זיין איידעם איז געווען ר' יעקב אלימלך אונגאר הי"ד ב"ר נפתלי צבי מבארדיוב ב"ר משה מדאמבראווא]

זיי האבן געשטאמט פון ר' יוסף ראזענוואסער א חסיד פון דברי חיים
אין זכרונות המאור שטייט אז ער איז געווען בן בנו של ר' יצחק מבעכערוב אחי הישמח משה.

איך קלער אז די מצבה פון ר' מאיר ב"ר אלעזר ב"ר יצחק מבעכערוב וואס געפינט זיך אין בארדיוב, [מיללער האט עס פריער געלינקט] איז אויך פון די משפחה.

די מעשה איז נאר, אז די ראזענוואסער משפחה אין בארדיוב האט זיך גערופן מייזליש-ראזענוואסער, שטאמנדיג פון די מייזליש משפחה. געזען האב איך ערגעץ שטייט אזוי.
אז ר' עוזיאל מייזליש תלמיד המגיד הק' ממעזריטש בעל עץ הדעת טוב, האט געהאט א ברודער ר' יוסף יאסקא מייזליש אב"ד עיר חדש ער איז שפעטער אנטלאפן קיין אונגארן וועגן א בלבול און האט זיך באזעצט אין בארדיוב און געטוישט משפחה נאמען צו ראזענוואסער, ער האט געהאט א זון ר' אברהם נתן נטע [כשם הנטע שעשועים זקינו] אוועק כא אב תקצא אין בארדיוב, ער האט געהאט א זון ר' עוזיאל אוועק דארט כז אייר תריח, זיין זון איז געווען ר' יעקב מאיר, זיין זון ר' יוסף [איידעם ביי ר' ברוך אברהם בינדיגער מהאנשאוויץ] זיין זון ר' עוזיאל מייזליש רב אין קאמארניק, ביסטריץ מח"ס דברי עוזיאל, בן עוזיאל.

איז די שאלה צי איז געווען צוויי ראזענוואסער משפחות אין בארדיוב, איינס נכדי ר' יצחק ב"ר צבי הירש שיף, און איינס נכדי מייזליש.
די נעמען עוזיאל און אברהם נתן נטע זענען דאך מייזליש נעמען און דאס געפונט זיך ביי די ראזענוואסערס וואס לפי המאור זענען זיי בן אחר בן לר' צבי הירש שיף אבי הישמח משה.

דערנאך איז געווען א איד ר' זאב ראזענוואסער מראצפערט געווען א איידעם ביי ר' שרגא פייבל הלוי מייזליש, שדודו הי' התפארת עוזיאל. [אז ער איז געווען א לוי איז ער שוין א צוגעקומענע מייזליש.]
ר' זאב האט געהאט א זון ר' עוזיאל
דער שווער פון ר' יחזקאל לעפקאוויטש
דער שווער פון ר' יצחק ב"ר חיים פריינד מסאטמאר
דער שווער פון ר' הערשל ב"ר יושע פליישמאן
דארף מען וויסן ווי ר' זאב קומט אריין דא אין בילד
אטעטשמענטס
0934.jpg
פלייוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלייוואד »

גלאזער האט געשריבן:אין בארדיוב איז געווען א גרויסע משפחה ראזענוואסער, ר' עוזיאל ראזענוואסער, [ס'איז געווען אזא איד אין דעעש אויך, און דאכט זיך אין סאטמאר אויך כ'ווייס נישט די פארבינדונג גענוי] און זיינע קינדער דער גביר ר' נטע, און הר"ר דוד יצחק. [אפשר א איידעם ר' שאול זאב וואלף]

ר' דוד יצחק איז שפעטער געווארן אויפגענומען אלס רב אין אויבער אפשא ווען סיגוט איז געווארן אפגעטיילט פון זיי מיט א גרעניץ, די ספינקא וויזניצע און קרעטשניפע חסידים האבן אים אויפגענומען, די סיגוטע חסידים האבן גע'טענה'ט אז דער עצי חיים איז נאך אלץ מרא דאתרא, חוסטער רב רב דושינסקי האט פרובירט מאכן א פשרה ער זאל זיין נאר דיין, ללא הועיל, ס'איז ארויסגעקומען א קונטרס מודעה רבא, און די סיגוטע חסידים האבן געוואלט מאכן אן אייגענע קהלה, אזוי איז אנגעגאנגען א מחלוקה א צייט ווען צום סוף האט זיך די זאך בארואיגט מיט די פריצייטיגע פטירה פון עצי חיים. ר' דוד יצחק איז געווארן רב ביי אלע חסידים, ער איז אוועק ביי די קריג הי"ד [זיין איידעם איז געווען ר' יעקב אלימלך אונגאר הי"ד ב"ר נפתלי צבי מבארדיוב ב"ר משה מדאמבראווא]

זיי האבן געשטאמט פון ר' יוסף ראזענוואסער א חסיד פון דברי חיים
אין זכרונות המאור שטייט אז ער איז געווען בן בנו של ר' יצחק מבעכערוב אחי הישמח משה.

איך קלער אז די מצבה פון ר' מאיר ב"ר אלעזר ב"ר יצחק מבעכערוב וואס געפינט זיך אין בארדיוב, [מיללער האט עס פריער געלינקט] איז אויך פון די משפחה.

די מעשה איז נאר, אז די ראזענוואסער משפחה אין בארדיוב האט זיך גערופן מייזליש-ראזענוואסער, שטאמנדיג פון די מייזליש משפחה. געזען האב איך ערגעץ שטייט אזוי.
אז ר' עוזיאל מייזליש תלמיד המגיד הק' ממעזריטש בעל עץ הדעת טוב, האט געהאט א ברודער ר' יוסף יאסקא מייזליש אב"ד עיר חדש ער איז שפעטער אנטלאפן קיין אונגארן וועגן א בלבול און האט זיך באזעצט אין בארדיוב און געטוישט משפחה נאמען צו ראזענוואסער, ער האט געהאט א זון ר' אברהם נתן נטע [כשם הנטע שעשועים זקינו] אוועק כא אב תקצא אין בארדיוב, ער האט געהאט א זון ר' עוזיאל אוועק דארט כז אייר תריח, זיין זון איז געווען ר' יעקב מאיר, זיין זון ר' יוסף [איידעם ביי ר' ברוך אברהם בינדיגער מהאנשאוויץ] זיין זון ר' עוזיאל מייזליש רב אין קאמארניק, ביסטריץ מח"ס דברי עוזיאל, בן עוזיאל.

איז די שאלה צי איז געווען צוויי ראזענוואסער משפחות אין בארדיוב, איינס נכדי ר' יצחק ב"ר צבי הירש שיף, און איינס נכדי מייזליש.
די נעמען עוזיאל און אברהם נתן נטע זענען דאך מייזליש נעמען און דאס געפונט זיך ביי די ראזענוואסערס וואס לפי המאור זענען זיי בן אחר בן לר' צבי הירש שיף אבי הישמח משה.

דערנאך איז געווען א איד ר' זאב ראזענוואסער מראצפערט געווען א איידעם ביי ר' שרגא פייבל הלוי מייזליש, שדודו הי' התפארת עוזיאל. [אז ער איז געווען א לוי איז ער שוין א צוגעקומענע מייזליש.]
ר' זאב האט געהאט א זון ר' עוזיאל
דער שווער פון ר' יחזקאל לעפקאוויטש
דער שווער פון ר' יצחק ב"ר חיים פריינד מסאטמאר
דער שווער פון ר' הערשל ב"ר יושע פליישמאן
דארף מען וויסן ווי ר' זאב קומט אריין דא אין בילד


משפחת מייזליש – ראזענוואסער האבן זיך דערנאך אנגעהויבן רופן באדנער, כ'ווייס נישט פונקטליך די סיבה, נאר מען זעהט אז עס איז געווען א היבשע נאמען געטוישעכץ, כ'קלער אז קען זיין איינער ממשפחת אחי הישמח משה איז געווארן אן איידים ביי ראזענוואסער- מייזליש און אדאפטירט דעם נאמען ראזענוואסער
פלייוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלייוואד »

בכלל ביי די מייזליש נאמען זעהט מען זייער אסאך אז מען האט דאס אדאפטירט פון די שווערס צד (עיין במשפחת הרמ"א ועוד)
פלייוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלייוואד »

איך מיין אז המאור האט א פשוט'ער טעות וואס לכאורה נעמט זיך דער טעות פון די זעלבע סיבה פארוואס מיללער איז זיך דא טועה,

מיללער האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:ווער איז דאס אפשר אור לשמים ?

אגב דער ספר מנחת יצחק איז געדרוקט געווארן אין זאלקווא בשנת תקס"ה, און עס אנהאלט אסאך אינטערעסאנטע נעמען דא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=2

-

ווער איז ר' צבי מייזליש אב"ד איהעל בשנת תקס"ה? איז דער פאטער פונעם תפארת עוזיאל?


viewtopic.php?f=54&t=12326&p=673141&hilit=%D7%A2%D7%95%D7%96%D7%99%D7%90%D7%9C+%D7%9E%D7%99%D7%99%D7%96%D7%9C%D7%99%D7%A9#p673141

נאר דער המאור האט א דאפעלטער טעות איינס דער רבי צבי הירש מייזליש רב פון אוהעל איז נישט דער פאטער פונעם מנורה הטהורה,
ווי מען זעהט פון דא אז עס נישט מעגליך אז דער ר' צבי הירש אוהעלער רב וואס איז געבוירן תק"מ, זאל האבן געווען דער פאטער פון מנורה הטהורה וואס איז נסתלק געווארן תקמ"ו.

ווילוויסן האט געשריבן:בעפאר די ישמח משה איז געווען רב ר' צבי הירש ב"ר יודא מייזלש וואס איז געבוירן בשנת תק"ם איז זאמושט, ער איז געווען א אינגערמאן פון עטליכע צוואנציג יאר ווען ער איז אויפגענומען געווארן פאר רב אין אוהעל, בשנת תקס"ו האט ר' צבי הירש מייזלש מייסד געווען די תקנות פאר די חברה קדישא אין אוהעל.
בשנת תקס"ז ווען דער חתם סופר האט פארלאזט מאטערסדארף קיין פרעשבורג, האט די מט"ד קהלה אויפגענומען דעם אוהעלער רב ר' צבי הירש מייזלש פאר רב אין מאטערסדארף.
ר' צבי הירש איז אינג פארשניטן געווארן ביי די קארגע דרייסיג בשנת תק"ע, אין דרשות חתם סופר יענע יאר באוויינט אים דער חתם סופר זייער שטארק, און איז מרמז אויף א טראגעדיע וואס האט נעבעך פאסירט צו אים מרוב בקיאות ועוצם עיונו
וזל"ק, "הרב המופלא יניק וחכים צבי זאמושט שהי' אב"ד דק"ק מאטערסדארף, איש סיני, הניכר לרוב העומדים פה, כי הי' אוצר בלום לתורה, אך מרוב בקיאותו ועוצם עיונו ולא הלך ד' אמות בלא הרהור, הציץ ונפגע בעו"ה ונטרפה דעתו זה שנתיים ימים ולא הגיע להיות בן שלשים לכח ושבק חיים לכל חי'".
דער ישמח משה איז אויפגענומען געווארן אין אוהעל בשנת תקס"ח.
יעצט שטעלט זיך די שאלה, ווען איז ר' שמעי' געווען רב ? מוז זיין פאר ר' צבי הירש מייזלש.


און צווייטנס דער רב פון אוהעל פארן ישמח משה איז נישט געווען דעם ישמח משה'ס פאטער טראץ וואס ביידע האבן געהייסן צבי הירש.

אזוי קוקט מיר דאס יעצט אויס, אדרבה אויב איינער האט מער פונקליכע פרטים זאל עס ביטע שרייבן, איך וויל זייער וויסן דערוועגן.

בכלל וואלט איך געוואלט וויסן מער פרטים איבער משפחת מנורה הטהורה און משחת מייזליש, און עס איז א שטארקע וואונדער אז עס איז נאכנישט דא קיין באזונדערע אשכול וואס באהאנדעלט דעם מנורה הטהורה ומשפחתו.
אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנאוויטשער »

גלאזער האט געשריבן:דערנאך איז געווען א איד ר' זאב ראזענוואסער מראצפערט געווען א איידעם ביי ר' שרגא פייבל הלוי מייזליש, שדודו הי' התפארת עוזיאל. [אז ער איז געווען א לוי איז ער שוין א צוגעקומענע מייזליש.]

דארף מען וויסן ווי ר' זאב קומט אריין דא אין בילד

דא האט איר דער בילד פון די מצבה פון רבי זאב ראזענוואסער
אטעטשמענטס
dsc00262_medium.jpg
dsc00262_medium.jpg (10.3 KiB) געזען 5388 מאל
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ווילוויסן האט געשריבן:באקאנט אז דער ישמח משה האט געהאט א פעטער ר' יוסף קאלבאסובער רב, וואס ער האט געלערנט ביים אים אין זיינע אינגע יארן.
כאטש פון ישמח משה זעלבסט איז נישט קלאר צי ער איז געווען א ברודער אדער שוואגער מיט זיין פאטער ר' צבי הירש, איז ער ווארשיינליך געווען א ברודער.
דער ר' יוסף האט געהאט א זון ר' יעקב, דער ישמח משה ברענגט אים אראפ אין הגהות שולחן ערוך אין יו"ד סי' שמ"א, אז ער איז נתוודע געווארן פלוצים ממיתת ר' יעקב בן דודו ר' יוסף. אין מאורי גאליציע ברענגט ער אראפ פון פנקס קאלבאסוב אז דער ר' יעקב האט געוואוינט אין אפטא, ער באטיטולט אים "הרב הצדיק".
ס'דא א איד נצר למשפחת טייטלבוים מאפטא שוין עטליכע דורות, וואס האט במסורה אז ער שטאמט פון דעם צדיק ר' יעקב טייטלבוים מאפטא. ס'פעלט אים אבער א דור צוויי, די ווייטסטע וואס ער איז אנגעקומען איז צו ר' אברהם טייטלבוים געבוירן אין יאר תקס"ח און געוואוינט אין אפטא.
איך זוך פרטים איבער ר' יוסף מקאלבאסוב און זיין זון ר' יעקב, אויב וועט מען וויסן ווען ר' יעקב איז געבוירן קען מען אויסרעכענען צי ר' אברהם ט"ב איז געווען זיין זון אדער אייניקל.
אויך אויב ס'איז באקאנט פאר איינעם אויף קלאר, אז דער ישמח משה'ס פעטער ר' יוסף איז געווען זיין טאטע'ס ברודער?
אלעס ארום דעם קען קלאר מאכן נאך א שושלת לבית התמרים.
בתודה מראש.

איז עפעס מער נתברר געווארן דערוועגן?
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

איז די שיף משפחה אייניקלעך פון רבי ר' מיילעך קרובים ?

און איז בכלל דא אייניקלעך מיט די משפחה נאמען
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ס״ה איינער פון די שיף משפחה האט חתונה געהאט מיט א ווייסבלום.
אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

משפחת קאהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנאוויטשער »

ביי אינז אין משפחה איז מקובל, אז אינזער זיידע ר' זנוויל לייב קאהן פון גארליץ, האט געשטאמט פון זבארוב, אין ער איז אן אייניקל פון איינע פון די געשוויסטער פון הייליגן ישמח משה זי"ע.
נאך אין פאריז האט דער פשעווארסקע רעבין מקרב געוועהזן זיין זון ר' מנדל אלץ קרוב...
אבער מיר האבן נישט קיין קלארע ידיעה וועגן דעם...
איינער קען מיר ביטע העלפן. [אויב דעה איינער האט נישט יעצט צייט ערב יו"ט באשטעל איך איהם אויף נאך יו"ט].
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
יקים
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 1:49 pm

ר' יעקב הלפרין מב"ב נכד אחות הישמח משה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקים »

לאחרונה יצא ספר "גנזים ושו"ת חזו"א" ח"ה, ואמנם לא ראיתי הספר, אולם ב"המבשר-תורני" העתיקו כמה חידושים מהספר הנ"ל, ובתוך הדברים ציטטו מכתב מהחזו"א שכותב על נאמנו ר' יעקב הלפרין (מנגידי ועסקני בני ברק) שהוא בין השאר יחסן גדול, וכו', "ואם אמו זקנתו היתה אחות רבי משה טיטלבוים בימי החתם סופר" ע"כ. ואם כי זהו חידוש שהחזו"א יכתוב כדברים האלה, זהו ג"כ חידוש בשבילי עצם הייחוס. (כמדומה, שאמו של רי"ה היתה בת ר' יואל דינין (מי זה?))
אולי ידע מי מהחברים לשער את סדר היחוס
הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ראש הקהל האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:אגב רבי משה יוסף פלעגמאן ז"ל דומ"צ ה' מאדא נעפיו של הישמח משה
נכתב באריכות בספר תולדות גאוני הגר-תולדות העיר מאד
שי"ל ע"י בן הגאון בעל בית נפתלי ממאד ז"ל בשנת תרע"א-

ראש הקהל
ר' משה יוסף פלעגמאן איז אויך געווען א נעפיו פון ישמח משה?


יא
עיי"ש דף י"ג ע"א וע"ב מדפי הספר-רבי משה יוסף פלעגמאנן ז"ל חתן הגביר המפורסם רבי שלום טייטלבוים ז"ל
ס'קוקט מיר אויס ווי דער יוסף צבי פריעדמאן איז געווארן אן איידעם ביי א פעטער זיינע,
ווי אויך ווערט געברענגט דארט אז דער ישמח משה איז געוועהן דער שדכן אצל ר' יוסף צבי פריעדמאן ז"ל
ראה שם תולדותיהם באריכות



מצבה בעיר טאלליא מר' יקותיאל זאב בן רבי משה יוסף פלעגמאן ז"ל (קרעדיט; זושאיש-זשען וויו-מעיט)
אטעטשמענטס
fullimage.jpg
fullimage.jpg (264.71 KiB) געזען 4360 מאל
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

מיללער האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:אגב רבי משה יוסף פלעגמאן ז"ל דומ"צ ה' מאדא נעפיו של הישמח משה
נכתב באריכות בספר תולדות גאוני הגר-תולדות העיר מאד
שי"ל ע"י בן הגאון בעל בית נפתלי ממאד ז"ל בשנת תרע"א-

ראש הקהל
ר' משה יוסף פלעגמאן איז אויך געווען א נעפיו פון ישמח משה?


יא
עיי"ש דף י"ג ע"א וע"ב מדפי הספר-רבי משה יוסף פלעגמאנן ז"ל חתן הגביר המפורסם רבי שלום טייטלבוים ז"ל
ס'קוקט מיר אויס ווי דער יוסף צבי פריעדמאן איז געווארן אן איידעם ביי א פעטער זיינע,
ווי אויך ווערט געברענגט דארט אז דער ישמח משה איז געוועהן דער שדכן אצל ר' יוסף צבי פריעדמאן ז"ל
ראה שם תולדותיהם באריכות



מצבה בעיר טאלליא מר' יקותיאל זאב בן רבי משה יוסף פלעגמאן ז"ל (קרעדיט; זושאיש-זשען וויו-מעיט)


שטימט טאקע אז דער רבי משה יוסף'ס רעבעצין האט געהייסן חי' חנה נאך איר באבע דער מאמע פונעם ישמח משה, אולי?
איי וואס איז דער צוגעלייגטע "חי'", יבואו החוקרים ויבררו.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער האט געשריבן:דורך די שוין היינט פאפולערע 'זשואיש-זשען' בין איך געפירט געוורן צו א בילד פון א מציבה פון הרב ר' יעקב יצחק הלוי ב"ר יחזקאל וויינפעלד ז"ל וועלכער איז אנגעבליך געווען אן איידעם ביי ר' מרדכי צבי הלוי הורוויץ ז"ל פון פיעטרקוב.

די מציבה געפינט זיך אינעם שטעטל Chrzanow לעבן קראקא, אן אייניקל פון דעם רב (מר. שמעון שרעבני פון בערלין) שרייבט אז ער איז געווען אן אייניקל פון ר' יצחק שיף המכונה ר' איציקל בעכערובער וועלכער איז געווען א ברידער מיט'ן ישמח משה ז"ל

פאלגענד זענען מיינע פראגעס, פאר ווער עס קען איז מיר אנטשיידן:
1) וויאזוי רופט מען Chrzanow אויף אידיש
2) האט איינער אמאל געהערט עפעס פון אזא וויינפעלד דינאסטיע
3) ווער איז געווען ר' מרדכי צבי הלוי הורוויץ ז"ל פון פיעטרקוב.
4) ווער איז געווען ר' יצחק שיף המכונה ר' איציקל בעכערובער

א גרויסען יש"כ פון פאראויס פאר אלע משיבים ומגיבים און אפי' פאר די צופים.

בייגעלייגט איז א בילד פונעם מציבה:
אינעם פאלגענדן לינק קען מען עס זעהן גרעסער http://data.jewishgen.org/viewmate/ALL/" onclick="window.open(this.href);return false; ... ?key=10380

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=35344
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ווילוויסן האט געשריבן:באקאנט אז דער ישמח משה האט געהאט א פעטער ר' יוסף קאלבאסובער רב, וואס ער האט געלערנט ביים אים אין זיינע אינגע יארן.
מ'זאגט אז דער חוזה האט געזאגט אז דער ישמח משה מעג לערנען שער היחוד ווייל ער האט געלערנט די גאנצע תורה מיט זיין פעטער דער קאלבאסובער רב.

כאטש פון ישמח משה זעלבסט איז נישט קלאר צי ער איז געווען א ברודער אדער שוואגער מיט זיין פאטער ר' צבי הירש, איז ער ווארשיינליך געווען א ברודער.

דער ר' יוסף האט געהאט א זון ר' יעקב, דער ישמח משה ברענגט אים אראפ אין הגהות שולחן ערוך אין יו"ד סי' שמ"א, אז ער איז נתוודע געווארן פלוצים ממיתת ר' יעקב בן דודו ר' יוסף.
אין מאורי גאליציע ברענגט ער אראפ פון פנקס קאלבאסוב אז דער ר' יעקב האט געוואוינט אין אפטא, ער באטיטולט אים "הרב הצדיק".

ס'דא א איד נצר למשפחת טייטלבוים מאפטא שוין עטליכע דורות, וואס האט במסורה אז ער שטאמט פון דעם צדיק ר' יעקב טייטלבוים מאפטא. ס'פעלט אים אבער א דור צוויי, די ווייטסטע וואס ער איז אנגעקומען איז צו ר' אברהם טייטלבוים געבוירן אין יאר תקס"ח און געוואוינט אין אפטא.

איך זוך פרטים איבער ר' יוסף מקאלבאסוב און זיין זון ר' יעקב, אויב וועט מען וויסן ווען ר' יעקב איז געבוירן קען מען אויסרעכענען צי ר' אברהם ט"ב איז געווען זיין זון אדער אייניקל.

אויך אויב ס'איז באקאנט פאר איינעם אויף קלאר, אז דער ישמח משה'ס פעטער ר' יוסף איז געווען זיין טאטע'ס ברודער?

אלעס ארום דעם קען קלאר מאכן נאך א שושלת לבית התמרים.

בתודה מראש.

קוק וואס ער שרייבט דא אונטן דף צח און ווייטער דף צט, פון ר' יוסף דודו של הישמח משה, רעדט מען פונעם זעלבן מענטש וואס דו מיינטס?

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=112
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
כבוד
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 07, 2016 2:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד »

מיללער האט געשריבן:בני ר' צבי הירש שיף אבי הישמח משה, כפי שהובאו בספר 'הגה"ק בעל ישמח משה' פרק א' סימן ו':

א. בנו ר' יצחק שיף - נזכר בתשו' השיב משה סי' פ"א, בסוף ימיו דר בכפר בעכערוב, ובספר הנ"ל הועתק נוסח מציבה בער ברדיוב מר' מאיר ב"ר אלעזר בנו של ר' יצחק מבעכעראוו.

כמו"כ נזכר שם ר' יוסף צבי ט"ב ב"ר יצחק הנ"ל שבנו היה ר' חיים יהודה טייטלבוים אב"ד קאבא חתן ר' מאיר טענענבוים אב"ד פוטנאק [וממשפחה זו הם האחים ר' משה צבי אב"ד קאבא ז"ל ואחיו יבלחט"א ר' אליעזר חיים ט"ב שליט"א מקר"י]

ר' יצחק היה אחיו של מרן היש"מ רק מאב אחד

ב. בנו ר' ישראל יהודה - אחיו היחיד של היש"מ מאב ואם, הגה"ק בעל אפסי ארץ מנאנאש ז"ל כותב שאביו ר' יחיאל מבארדיוב היה חתן ר' יעקב אשר מנו"כ בירושת"ו שהיה חתן ר' ישראל יהודה אחי היש"מ.

ג. בתו מרת חה אשת ר' יעקב טייטלבוים - מקובל בהמשפחה שהיש"מ סיבב שם משפחתו מ'שיף לט"ב ע"י גיסו ר' יעקב, בנו של ר' יעקב היה ר' אלעזר אבי ר' יצחק ט"ב מבארדיוב חתן ר' חיים אברהם אורנשטיין אב"ד בארדיוב בעמח"ס דברי אברה, משפחת ר' יעקב מרדכי ט"ב ע"ה ממט. קיסקא הם נכדי ר' יעקב ט"ב גיסו של היש"מ.

ד. בתו מרת הינדא אשת ר' יושע רייך מזבארוב - היה להם בן בשם ר' צבי רייך שבתו מרת שרה היתה אשת ר' אברהם פר"מ אבי ר' שלמה אהרן בעמח"ס מראה אש

ה. בתו אשת ר' משה נתן - חתן ר' משה נתן היה ר' דוד יצחק עקשטיין-פר"מ מפריסטיק חותן ר' לייבוש לייזער זקנו של הר"ק ר' יענק'לע מפשעווארסק זצ"ל



דאס איז א טעות!

דער פאטער פונעם אפסי ארץ האט געהייסן רבי צבי ז"ל.

זיין איידעם רבי מנשה שמחה פריעדמאן זצ"ל אבד"ק סאבראנץ איז געווען א זוהן פון די יחיאל מבארדיוב זצ"ל.

קאן זיין אז דעם איידעם ר' מנשה שמחה שרייבט דאס אינעם הקדמה צום שווער'ס ספר אפסי ארץ.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:בני ר' צבי הירש שיף אבי הישמח משה, כפי שהובאו בספר 'הגה"ק בעל ישמח משה' פרק א' סימן ו':

א. בנו ר' יצחק שיף - נזכר בתשו' השיב משה סי' פ"א, בסוף ימיו דר בכפר בעכערוב, ובספר הנ"ל הועתק נוסח מציבה בער ברדיוב מר' מאיר ב"ר אלעזר בנו של ר' יצחק מבעכעראוו.

כמו"כ נזכר שם ר' יוסף צבי ט"ב ב"ר יצחק הנ"ל שבנו היה ר' חיים יהודה טייטלבוים אב"ד קאבא חתן ר' מאיר טענענבוים אב"ד פוטנאק [וממשפחה זו הם האחים ר' משה צבי אב"ד קאבא ז"ל ואחיו יבלחט"א ר' אליעזר חיים ט"ב שליט"א מקר"י]

ר' יצחק היה אחיו של מרן היש"מ רק מאב אחד

ב. בנו ר' ישראל יהודה - אחיו היחיד של היש"מ מאב ואם, הגה"ק בעל אפסי ארץ מנאנאש ז"ל כותב שאביו ר' יחיאל מבארדיוב היה חתן ר' יעקב אשר מנו"כ בירושת"ו שהיה חתן ר' ישראל יהודה אחי היש"מ.

ג. בתו מרת חה אשת ר' יעקב טייטלבוים - מקובל בהמשפחה שהיש"מ סיבב שם משפחתו מ'שיף לט"ב ע"י גיסו ר' יעקב, בנו של ר' יעקב היה ר' אלעזר אבי ר' יצחק ט"ב מבארדיוב חתן ר' חיים אברהם אורנשטיין אב"ד בארדיוב בעמח"ס דברי אברה, משפחת ר' יעקב מרדכי ט"ב ע"ה ממט. קיסקא הם נכדי ר' יעקב ט"ב גיסו של היש"מ.

ד. בתו מרת הינדא אשת ר' יושע רייך מזבארוב - היה להם בן בשם ר' צבי רייך שבתו מרת שרה היתה אשת ר' אברהם פר"מ אבי ר' שלמה אהרן בעמח"ס מראה אש

ה. בתו אשת ר' משה נתן - חתן ר' משה נתן היה ר' דוד יצחק עקשטיין-פר"מ מפריסטיק חותן ר' לייבוש לייזער זקנו של הר"ק ר' יענק'לע מפשעווארסק זצ"ל


דורך די נייע מצבות וואס דער מצבות שטעלער ברענגט אפיר פונעם ביה"ח אין קרית יואל, בין איך געוואור געווארן פון נאך א צווייגל פון די משפחה פונעם הייליגען ישמח משה זצ"ל, ולא אמנע טוב.

דער דערמאנטער ברודער פונעם ישמח משה, ר' ישראל יהודא שיף, האט געהאט אן איידעם בשם ר' ארי' ליבוש דאנציגער פון די שטאט טערצאל, ר' ליבוש דאנציגער האט געהאט אן איידעם ר' נפתלי יעקב הכהן, דער זיידע פון ר' נפתלי יעקב מחבר ספרי אוצר הגדולים - אלופי יעקב.

מקור:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=13

דער ר' נפתלי יעקב (השני) איז געווען דער שווער פון ר' יחזקאל ווערצבערגער שו"ב (פאטער פון ר' בנימין ארי' שו"ב ועוד)

מציבה פון מרת רחל ב"ר נפתלי יעקב כהן אשת ר' יחזקאל וו"בעל הביה"ח בקר"י
בילד

גם ר' בערל אמסעל מהמשפחה
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

דעוויס האט געשריבן:איז באקאנט ווען איז מרת חנה אשת ר' צבי הירש אוועק און וואו זי ליגט?

זי האט נאך געלעבט בשנת תקל"א ווען איר זון דער ישמח משה האט אלס עלף יעריגער יונגעל געזאגט א דרשה אינעם גרויסן שול אין פרעמישלא.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ר' צבי הירש שיף אבי הישמח משה ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

מיינע זיידעס זענען בארדיובער, אין בארדיוב זעלבסט האט מען נישט געלייגט אינעם ארטיגן בית עלמין נאר מהאט געטראגן צום דערנעבעדיגן שטאט זבארוב, כבין דארטן געווען פאר עטליכע יאר צוריק און די ביה״ח איז געווען אין א שרעקליכע מצב
ברם יזכר לטוב העסקן היקר הרב יואל יעקב מייזליש בהרב משאפראן זצ״ל וואס האט זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה און מיט די הילף פון אבותינו געברענגט די בית עלמין על מכונו און אויפגעהויבן פילע מציבות

כהאב פרובירט צו זוכן די מציבות פון אבי הישמח משה און אזוי אויך די עלטערן פון הרה״ק ר׳ ישעי׳לע קרעסטירער זצ״ל אבער צוליב די אומשטענדן פונעם בית החיים איז עס אוממעגליך געווען
אבער אולי יעצט קען מען שוין בעסער צוקומען
העמיר פרובירן קומענדיגן געלעגענהייט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

איטשע האט געשריבן:ס״ה איינער פון די שיף משפחה האט חתונה געהאט מיט א ווייסבלום.


נישט זיכער 100%, אבער בכל אופן איז דא הונדערטער אידן אויף דער וועלט וואס ווילן זיך ארויף כאפן אויף דעם שיף, און ווערן אייניקליך פונעם רבין רבי אלימלך מליזענסק...
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”