ר' יקותיאל יהודה ט"ב מסיגוט ה'ייטב לב' זצ"ל, ו' אלול תרמ"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2009 11:36 am

יוסלמאן האט געשריבן:דער דעשער רבי רבי צבי מאיר זצ"ל האט אויך גאלדענע אותיות אויפ'ן מציבה.

כמו"כ על מצבת אחיו רבי אלימלך אלטר, כמו שיש אצל ציוני זקינם בעיר דעעש.
ועמך כולם צדיקים

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2009 12:50 pm

ביקסאד האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:דער דעשער רבי רבי צבי מאיר זצ"ל האט אויך גאלדענע אותיות אויפ'ן מציבה.

כמו"כ על מצבת אחיו רבי אלימלך אלטר, כמו שיש אצל ציוני זקינם בעיר דעעש.


לפלא, מצבת אביהם איז נישט גאלד. זעה ר' מיילעך האט דעם בילד ביי די יארצייטן.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש אוגוסט 14, 2010 11:13 pm

ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט דעם מאנטאג תצא.

זכותו הגדול יגן עלינו ועכ"י.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » זונטאג יולי 10, 2011 3:59 pm

איך וויל קודם מעתיק זיין א מעשה'לע פונעם ייטב לב וואס כ'האב געזעהן דעים פארגאגענע שבת
געדרוקט און משולחן מלכים, וואס מוהר"א מסאטמער האט פארציילט פאר הרה"צ מוויזשניץ,
און ס'איז מיר שווער עטליכי זאכן, און כ'קען באשטיין חברי הקרעשמע נאכן נושא ונותן זיין און
מיינע שאלות, ארויסהאבען דער גאנצע מעשה, ווי אזוי ס'קען שטימען מיט דער מציאות:

רבינו: דער דברי חיים מיטן ייטב לב זענען געוועהן און רימנאב אויפן יארצייט פונעם רבי ר' מענדעלע
[מרימנוב] (י"ט אייר)...
הרה"צ מויזשניץ: ל"ד בעומר
רבינו: יא, און דארט זענען געוועהן די תלמידים פונעם רבי'ן פון לובלין, די גרויסע חברייא, רבי שמעון
יערוסלאבער, און דער ראפשיצער רב, און דער דברי חיים מיטן ייטב לב זענען נאכ געוועהן יונגעלייט,
זייענדיג דארט האט זיך איינער אנגערופען 'זאלן די צוויי יונגעלייט (הדברי חיים והייטב לב) זאלן שטעלן "מעד",
וועט מען זיי אויך אריינעמען און די חבריא', האבן זיי געשטעלט 'מעד', און מ'האט זיי אריינגענומען און די חבריא,
עכל"ק הנצרך לענינינו

וואס באדערט מיר איז אזוי:
א- ווערט דער דברי חיים פארעכענט בשורה אחד מיטן ייטב לב, אדער ווערט די ייט"ל פארעכענט אלס רבי
א דור נאכן דברי חיים,
ב- האט מען שוין דעמאלס געוואוסט אז זיי וועלן זיין מקודש לדורות, אז מ'האט פונקט אנגעכאפט צוויי נעמן וואס
קלונגען, און נישט א הייליגע תלמיד, וואס האט נישט זוכה געוועהן צו זיין אזוי מפורסם?
ג- מילא דער דברי חיים איז דארט געוועהן און מ'האט עים געקענט צוליב זיין א תלמיד פונעם ראפשיצער רב,
אבער ווי קומט דער ייט"ל דארט אן, און פארוואס האט דער "איינער" אנגעכאפט דוקא הדברי חיים מיטן ייט"ל?
ד- דער מעשה האט געקענט פאסירין שפעטענס תקפ"ו, ווייל הזרע קודש נפטר י"א אייר תקפ"ז, נו, אויב אזוי
דער דברי חיים קען איך פארשטיין, איינס כהנ"ל צוליב תלמיד הזרע קודש, והשנית ער איז געוועהן א יונגער מאן
פון דרייסיג יאר, מכיון שנולד שנת תקנ"ז, אבער אויפ'ן ייטב לב וואס איז געבוירען תקס"ח, און ווען דער מעשה האט
פאסירט איז ער שפעטענס אלט געוועהן ניינצען יאר, און איז געוועהן א בחור דעמאלס, ווי שטימט עס?????
ה- געוועהליך איז דא מקורות צו יעדער מעשה וואס האדמו"ר מהר"א פארציילט, און פארוואס דא נישט?

ווי אזוי שטימט עס במציאות?

~~~~~

ביטע שרייבן מיט דרך ארץ ונימוס, אנדערש וועלן מיר פארמעקן די גאנצע תגובה.
גבאי ביהמ"ד

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5842
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יולי 10, 2011 5:49 pm

א- ווערט דער דברי חיים פארעכענט בשורה אחד מיטן ייטב לב, אדער ווערט די ייט"ל פארעכענט אלס רבי א דור נאכן דברי חיים,
דער ייטב לב ווערט פאררעכנט א בן דורו פון דברי חיים, ער איז ס"ה געווען געריקט מיט א צען יאר

ב- האט מען שוין דעמאלס געוואוסט אז זיי וועלן זיין מקודש לדורות, אז מ'האט פונקט אנגעכאפט צוויי נעמן וואס קלונגען, און נישט א הייליגע תלמיד, וואס האט נישט זוכה געוועהן צו זיין אזוי מפורסם?
האסט א גוטע קשיא, אבער ס'איז א קשיא אויף א מעשה

ג- מילא דער דברי חיים איז דארט געוועהן און מ'האט עים געקענט צוליב זיין א תלמיד פונעם ראפשיצער רב, אבער ווי קומט דער ייט"ל דארט אן, און פארוואס האט דער "איינער" אנגעכאפט דוקא הדברי חיים מיטן ייט"ל?
עיין לקמן

ד- דער מעשה האט געקענט פאסירין שפעטענס תקפ"ו, ווייל הזרע קודש נפטר י"א אייר תקפ"ז, נו, אויב אזוי דער דברי חיים קען איך פארשטיין, איינס כהנ"ל צוליב תלמיד הזרע קודש, והשנית ער איז געוועהן א יונגער מאן פון דרייסיג יאר, מכיון שנולד שנת תקנ"ז, אבער אויפ'ן ייטב לב וואס איז געבוירען תקס"ח, און ווען דער מעשה האט פאסירט איז ער שפעטענס אלט געוועהן ניינצען יאר, און איז געוועהן א בחור דעמאלס, ווי שטימט עס?????
מען רעדט דא נישט פונעם זרע קודש, מען רעדט פון ר' אשר'ל ראפשיצער, וואס איז אוועק אין די אנהייב ר' יארן, ממילא איז דער ייטב לב שוין געווען עטליכע דרייסיג יאר, נאך אלץ גענוג יונג.
בהמשך מיט די מעשה ווערט דערציילט אז ר' אשר'ל איז געווען ביי די אכסניא פון ייטב לב צוזאמען מיט נאך פון די צדיקים ווען דער ייטב לב איז געשלאפן, און ער האט געזאגט, עטץ ווייסט ווער ס'ליגט דא, א שטיק הר סיני ליגט דא. קוקט אויס מען האט געוואוסט וועם צו וועלן


ה- געוועהליך איז דא מקורות צו יעדער מעשה וואס האדמו"ר מהר"א פארציילט, און פארוואס דא נישט?
איך מיין האסט א טעות

סאו איז דער מעשה א פריש געבאקענע, אדער קען איינער פארענטפערן ס'זאל קלאפן על פי חשבון ומציאות??????
בארואיג דיך, קיינער איז נישט שולדיג אז דו קענסט נישט היסטאריע, ס'איז א באקאנטע מעשה, איך האב עס נאך געהערט כמ"פ פון רבינו הברך משה.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5842
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יולי 10, 2011 6:16 pm

אקעי, נאכן זוכן אביסל אין ספרים, האב איך געטראפן אין ספר אבני שהם דרשות פון רבינו הברך משה זי"ע אין חלק ג' דרשות פון כ"ו אב, איז דא א הספד וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט אויפן פעטער רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע מוצש"ק שופטים תשל"ט, אין יענעם הספד דערציילט די רבי די מעשה, קוק אריין דארט אויף עמוד י"ב.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

שישא
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » זונטאג יולי 10, 2011 6:21 pm

אין ספר היטיב איטב בהקדמה, ווערט געברענגט די מעשה, אז דער רבי ר' הערש האט דאס געזאגט פאר 3 אינגעלייט, דאס זענען דער דברי חיים, דער ייטב לב, און רבי שלום מקאמינקא.
כעין זה שטייט אין ס' הדרת קודש, סיפורי הגה"צ מנאסויד זצ"ל, גרויסווארדיין תש"ב, עמוד 60
לעצט פאראכטן דורך שישא אום זונטאג יולי 10, 2011 6:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5842
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יולי 10, 2011 6:27 pm

שישא האט געשריבן:תאלמנה שפתי שקר הדברות על צדיק עתק בגאוה ובוז!
אין ספר היטיב איטב בהקדמה, ווערט געברענגט די מעשה, אז דער רבי ר' הערש האט דאס געזאגט פאר 3 אינגעלייט, דאס זענען דער דברי חיים, דער ייטב לב, און רבי שלום מקאמינקא.
כעין זה שטייט אין ס' הדרת קודש, סיפורי הגה"צ מנאסויד זצ"ל, גרויסווארדיין תש"ב, עמוד 60

שישא האט זיך אויפגעריסן, כ'האף דו שרייסט נישט אויף מיר....

ווי אין הדרת קודש שטייט עס, איך האב עס געזוכט אויך דארט און נישט געטראפן, דארטן איז נאר דא די מעשה פון די פאס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » זונטאג יולי 10, 2011 7:09 pm

גערעכט הרב מי יודע, איר קענט שוין זאגן אני יודע
געגעבן א בליק דארט און אבני שוהם, זייער שיין,
געוועהנליך ווען ס'שטייט ראפשיצער רב מיינט עס הזרע קודש
און נישט הרה"ק ר' אשר ישעי', ממילא באתי לכלל טעות, ואתכם הסליחה

הייסט עס אזוי, רבי אשר ישעי' איז אוועק בשנת תר"ה, און דער דברי חיים
נאכן חתונה מאכן עטליכי קינדער הייסט נאך א יונגערמאן,

פאר די אלע וואס האבן מיך געשאלטן, כ'בין ענק אלע מוחל בלב שלם
ואדרבה ברכה יחולו על ראשכם

אבער נעקס טיים שעלטס מיר און פנים, נישט און קאודס און פסוקים, נאר אפען גערעד
כ'בין נישט קיין ראש הקהל פון דער אלטע אמאל וועים מ'האט נישט געמעגט זאגן קיין ווארט

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5842
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יולי 10, 2011 7:22 pm

ראש הקהל לעבן, די מעשה האט לכאורה געדארפט פאסירן פאר תר"א, איך האב געשריבן אין די אנהייב ר' יארן לפי השערתי, למעשה האב איך יעצט נאכגעקוקט, זע איך אז דער ייטב לב איז געווען רב אין סטראפקוב ביז תר"א, אין די מעשה ווי עס ווערט געברענגט אין ספרים (עיין תורת שמעון יערעסלאוו) ווערט דער ייטב לב אנגערופן סטראפקובער רב, ממילא איז עס געווען פאר תר"א.

יעצט האסטו א קשיא פארוואס מען רופט דעם דברי חיים יונגערמאן, אמת ער איז האט שוין געהאט חתונה געמאכט א פאר קינדער, אבער ס"ה איז דער דברי חיים געווען אין די געגנט פון פערציג, זעט אויס לעומת די צדיקים האט מען זיי גערופן יונגעלייט, בפרט אז דו וועסט אין באטראכט נעמען אז ר' שמעון יערוסלאווער איז טאקע געווען א זקן מופלג, ער האט מאריך ימים געווען דוכט זיך ביז איבער די הונדערט, און אוועק איז ער תר"י איז ער שוין געווען דעמאלטס קרוב למאה, איז דאך דער דברי חיים זיכער א יונגערמאן קעגן אים, כך היא השערתי
לעצט פאראכטן דורך מי יודע אום זונטאג יולי 10, 2011 10:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » זונטאג יולי 10, 2011 8:02 pm

בלי ליכנס לכל השו"ט דלעיל, הנני להעיר,
שהמעשה יש לו כמה גירסאות בפרטי'
ומובא במושש"י ח"ב (במה"ת מובא עמוד שצ"ב-שצ"ג), וכן מובא בשינוי קצת, בקו' דברות קודש על ו' אלול שי"ל ע"י חברת מעתיקי שמועה לקראת כ"ו אב שנת תשס"ו, בעמוד נ"ו שיחות קודש מרשימת א' התלמידים (שמעתי שהוא רש"א), שנת תשי"ג
ורבינו בעצמו מזכיר את הסיפור בסוף דב"ת לוא"ו אלול שנת תשכ"ו (בקו' הנ"ל עמוד מ"ט), וזל"ק, "ווי דער זיידע זכרונו לברכה איז דא ידוע אז ער איז נתקשר געווען אין די חבריא, ס'איז געווען עטליכע צדיקים די אלע תלמידים.., אז זיי מוזן אייביג זיין צוזאמען מקושר, ממילא אז ס'איז אן עלי', זיי זענען דאך אלע מיט, איז ער דאך נישט אליין, היצט איז די צייט ער זאל עפעס טוהן ער זאל מעורר רחמים זיין אויפן כלל ישראל אויף די ישועה שלימה, מ'זאל במהרה זוכה זיין צו זעהן פניהם המאירים," עיי"ש.
ובדבר"י החדשות נדפס תורה זו, אבל לא נדפס קטע זו.

ובדבר, השנה שהי' המעשה ההוא, אלי דבר יגונב מפי הבר"מ ז"ל, ומשאר זקני החסידים, כי המעשה הי' לאחר הפירוד לבבות שהי' בין הד"ח והרה"ק הר"ר שמעון מיעריסלוב, בדבר המחלוקת שהי' בעיר ווישניצא בין הארי' דבי עילאה והרה"ק ר' אביש צעהנווירטה מווישניצא, ומוזכר עם הפרטים בספריו של רנ"מ גערמאן, ארי שבחבורה, אינו תח"י כעת, אולם כמדומה שמהפרטים שם, יכולים לעשות חשבון באיזה שנה הי', ואולי מוזכר ג"כ באוהב שלום, כי הרה"ק מקאמינקא הי' ג"כ מאלו שנתחברו בהאי חבורה לפי כמה גירסאות
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 1:09 pm

געטראפן אן אינטערעסאנטע ספר/בוך אויק היברו בוקס בשם 'זכר יעקב' אדער 'יידישע ביאגראפיע' דער ספר איז געדרוקט אין סיגוט בשנת תרס"א אויף דייטש-יידיש און דינט ווי א 'שם הגדולים' אויף גדולי ישראל פון בריאת העולם ביז דאן, קודם דער ספר (פאר די וואס בענקען צו די שעפערישע ירחי קדם):
http://www.hebrewbooks.org/46728

איך האב אויפגעמישט צו די תולדות פונעם ייטב לב קלערנדיג אז עס וועט אינטערעסאנט זיין וויאזוי מ'האט אויף אים געדרוקט אין סיגוט 18 יאר נאך זיין פטירה:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 91&hilite=

הה״ג הקדוש מו״ה׳ יקותיאל יהודה המכונה זלמן ליב טייטל־
בוים, דער זאהן פאן הגה׳יק מו״ה "אלעזר ניסן״ דער זאהן פאן הגה״ק
בעל מחבר ״ישמח משה״, וואר איין פערנאננטער גאון אונד קדוש עליון,
רב אין סיגעט, עס שטראממען צו איהם פיעלע מענשען צו לערנען
'עבודת הבורא' ער לערנטע אויך מיט איינע גראסען ישיבה מחבר
פאן ספר : ייטב לב, ייטב פנים, רב טוב, אבני צדק, ער וואר שוויעגער־
זאהן פאן הרב הקדוש צדיק מפורסם מו״ה ״משה דוד״ רב און טאלטשווא,
דאנן גינג ער נאך ארץ ישראל.
הה״ג הקדוש מו"ה זלמן ליב הינטערליעס 4 זאהנע גדולי ישראל
זיין זאהן הה"ג הקדוש מו"ה חננ ' יו"ט ליפא שליט״א
בעזעטצטע דיא שטעללע זיינעס פאטערס אלס רב
אונד רבי אין סיגעט. ער לערנט אויך מיט איינער גראסען ישיבה אווד
פיעלע מענשען קאממען צו איהם צו ערהאלטן זיינען ראטה אונד זעגען,
•הה״ק מו"ה זלמן ליב איזט היננערשיעדען אום יאהרע תרמ״ג זי״ע.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 1:15 pm

רב מיללער, די תגובה געהערט איןו די שפראכע פארום, וואס באדייט:
פערנאננטער
הינטערליעס
היננערשיעדען?

עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן ווער דער שרייבער איז געוועזן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 1:34 pm

farshlufen האט געשריבן:רב מיללער, די תגובה געהערט איןו די שפראכע פארום, וואס באדייט:
פערנאננטער
הינטערליעס
היננערשיעדען?

עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן ווער דער שרייבער איז געוועזן.

פערנאנטער = קוקט אויס עפעס ווי פערמענאנטאר
הינטערליעס = 'לאזט' 'הונטער' זיך
היננערשיעדען = עפעס ווי שבק לן חיים/פונאנדערגעשיידט/זיך אפגעשיידט פון די וועלט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 1:38 pm

farshlufen האט געשריבן:רב מיללער, די תגובה געהערט איןו די שפראכע פארום, וואס באדייט:
פערנאננטער
הינטערליעס
היננערשיעדען?

עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן ווער דער שרייבער איז געוועזן.

איך האב מורא אז דער תגובה באלאנט אין אוצר החכמה.....

דער שרייבער האמיר דאך דערמאנט איז געוועזן ר' יעקב ברוך גפן בעל אותיות מחכימות גיסו וחתנו של ר' מנחם גרשון גר"וו מקערעסטיר.

קרעמער'ס איבערזעצונג שיינט קארעקט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 1:57 pm

פערנאנטער דארף זיי עפעס סינאנים מיט באוואוסט, אלזא מיט פערמענאנט האט עס זיכער נישט צוטאן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 2:22 pm

אמת, נאדיר פון החכם הארקאווי:
http://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/harkavy/0286.png

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 3:28 pm

און וואס דען מיינט 'פראמינענט' אויב נישט שטארק באקאנט?

מעגליך אז במשך די דורות האבן די שרייבער אוועקגעווארפן דעם פערנאנט און דאס אויסגעטוישט מיט פראמענענט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 5:18 pm

קרעמער, וואס איז דער אפשטאם פון know known? דאס ווארט "פערנאנט" הערט זיך עפעס ווי פער-נאונט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

הוצאת.אמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 11, 2011 5:50 pm

תגובהדורך הוצאת.אמת » מיטוואך מאי 23, 2012 12:45 pm

ווייסט איינער וועלכער יאר האט דער ייטב לב חתונה געהאט?

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מיטוואך מאי 23, 2012 1:52 pm

הוצאת.אמת האט געשריבן:ווייסט איינער וועלכער יאר האט דער ייטב לב חתונה געהאט?


תקפ"ח

הוצאת.אמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 11, 2011 5:50 pm

תגובהדורך הוצאת.אמת » מיטוואך מאי 23, 2012 2:08 pm

ראש הקהל האט געשריבן:
הוצאת.אמת האט געשריבן:ווייסט איינער וועלכער יאר האט דער ייטב לב חתונה געהאט?


תקפ"ח


ביי די 20 יאר? מקור ביטע?

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 2:12 pm

פארגאנגענע פרייטיג צונאכטס, האט מהר''א שליט''א פארציילט עובדות פונ'ם ייט''ל וואס ער האט געהאט מיט די בחורים בשם אביו הברך משה זי''ע.
איין זאך איז ביי מיר געווען ניי

איינמאל אינמיטן פארלערנען פאר די בחורים, האט ער געדארפט האבן א גמרא פסחים. האט זיך איינער פון די בחורים אויף געשטעלט און געגאנגען ברענגען די גמרא
דער ייט''ל פלעגט מאכן א סך ווערטלעך מיט די בחורים, האט ער זיך אנגערופן ער איז א 'חוזר על הפתחים'
גלייך ווען ער האט עס ארויסגעזאגט, האט ער זיך געכאפט, און צוריק געצויגן, עס איז געווען כשגגה היוצאה
דער איד איז כל ימיו געווען א חוזר על הפתחים, ע''כ בערך

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 2:18 pm

פון ווי האט עס דער ברך משה געהערט?
ווייסט מען ווער די בחור איז געוועהן?

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 2:29 pm

זייער גוט האסטו געטון אז די האסט פאראכטן דיין תגובה
עס האט זיך מיר געדאכט אז דא שרייבט א ראש הקהל פון די אלטער היים

א) דוכט זיך מיר, אז דער ברך משה האט געוואוינט אפאר יאר אין סיגוט.
ב) למאי נפק''מ
אז די ווילסט נישט גלייבן גלייב נישט


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הרב_שלום, מזי רעב און 15 געסט