ר' יקותיאל יהודה ט"ב מסיגוט ה'ייטב לב' זצ"ל, ו' אלול תרמ"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שישא
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 8:54 am

אין דרשות חת"ס דערמאנט ער אויף א פלאץ איבער א תלמיד וואס איז ל"ע דערטראנקען געווארן
אויך עי' בתורת משה בהקדמה לסדר שמות, איבער די 3 בחורים תלמידי ח"ס ומעתיקי שמועה קינדער פון ר' פישל סופר וואס זענען אוועק בחייו פון ח"ס

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » פרייטאג אוגוסט 28, 2009 10:35 am

פארברענגענדיג מיט אפאר עלטערע אידן איבער א לחיים ביום היארצייט האט איינער דערציילט וועגן ר' הערש לייב, דער יטב לב'ס בדחן. דער איד האט דערציילט אז דער צאנזער רב האט געפרעגט ר' הערש לייב צו ער קען זאגן בדחנות וואו דער הייליגער רב (מ'ראפשיץ) און אויב נישט זאל ער נישט זאגן.

איז דא עפעס מער איבער ר' הערש לייב? לעצטע נאמען? אייניקלעך?
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » פרייטאג אוגוסט 28, 2009 11:45 am

הערש לייב גאטליב, הנקרא הערש לייב מארשעליק, און גאנץ אונגערן האט מען איבערגעזאגט ווערטליך און גראמן פון אים,
אבער ער איז מתחלת געווען אן ערליכע, אבער נאך דעם האט נישט געטויגט, ער האט ארויסגעגעבען א צייטונג אין סיגוט, איך מיין בחיי הייטב לב, דער ייטב לב האט זיך צוליב א סיבה (נאך פאר דעם צייטונג) צוקריגט מיט אים, דער צייטונג האט שוין נישט געטויגט, דער קדוי"ט האט עס ג'אסר'ט צו דריקן, ער איז געפארן אין אנדער שטאט דרוקן, עס האט נאך ווייניגער געטויגט, ס"ה ער האט ארויסגעגעבן צייטונגען און ביכער, וואס אן ערליכע איד נעמט נישט אין האנט אריין.
כמדומה ששמעתי בילדותי, אז עס איז דא מאנ"ש נעפיו'ס.
לשלמות הענין, וועל איך פארציילן א סיפור וואס איך האב געהערט בילדותי, איך געדענק נישט פונקטליך, אבער בערך גייט אזוי, ער האט אמאל געזאגט, אז ווען דער מלאך וועט אים פרעגן דעם נאמן, לאחר מיתה, וועט ער ענטפרן גרונם, וועט דער מלאך זאגן די הייסט דאך הערש לייב, וועט ער זאגן אז די ווייסט וואס פרעגסטו, און דער ייטב לב איז געווארן זייער ערנסט, און געזאגט, הערש לייב ווען די זאגסט עס נישט וואלט עס דיר גענוצט. און מיין מלמד האט מסביר געווען, (נאך הקדמות אז ווער קען זאגען פשט אין ווערטער פון הייליגע צדיקים, נאר בפשטות האט עס נישט קיין פשט, עס איז דאך נישט קיין שפיל לאחר מיתה), אז דאס איינהאלטן פון זאגן אזא גוט ווערטל וואלט אים גענוצט, ודו"ק.
לכאורה ביי די מעשה פון ד"ח איז ער נאך געווען ערליך, דער קאפ דינט נישט, אבער ער איז נחמץ געווארן צוליב א סיבה, אפשר איינער פון די אנדערע יודעים וועט וויסן.
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 28, 2009 11:57 am

אין סיגוט איז געווען באקאנט 'ר' אשר גבאי' וועלכער האט משמש געווען דריי אבער פיר צדיקי בית סיגוט, איז ער שוין געווען אין די צייטען פונעם ייט"ל אדער נאר ביי בנו קדושת יו"ט?

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג אוגוסט 28, 2009 12:06 pm

דא איז דא צוויי נקודות וועגן יט"ל'ס תלמידים,

קודם זייער אסאך תלמידים אבן געוואוינט ביים יט"ל, עטליכע זענען געוועהן יתומים און ער איז געוועהן זייער טאטע במלא מובן המלא,
ס'איז דא א רשימה (איך האב אים נישט בי מיר) פון כמה וכמה תלמידים יתומים וואס זענען געוועהן ממש קינדער,
ממילא האט דער יט"ל געשפירט א באזונדערע אחריות צו בעטן פאר זייער ארוכות ימים און וואוילזיין,

ווידער לגבי נישט טרעפן קיין הספד אויף בחורים איז נישט קיין ראי', ווייל וויפיל הספדים איז בכלל דא פון יט"ל,
בשלמא דער חת"ס איז דא דא הספדים אן א שיעור, מאכט זיך אויך א הספד אויף א בחור, משא"כ פון יט"ל'ס הספידים איז נאר דא א מעט מזעיר, ממילא איז די נישט טרעפן הספידים קיין ראי',

דאס איז דער ברך משה האט געזאגט אז ביים זיידן אזי דאס נישט געוועהן דאס שוין אפשר א מקור, אבער הספידים נישט,
.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » פרייטאג אוגוסט 28, 2009 12:22 pm

מיללער האט געשריבן:אין סיגוט איז געווען באקאנט 'ר' אשר גבאי' וועלכער האט משמש געווען דריי אבער פיר צדיקי בית סיגוט, איז ער שוין געווען אין די צייטען פונעם ייט"ל אדער נאר ביי בנו קדושת יו"ט?

ער איז געווען באשריבן און דעם ספר וואס איז ארויסגעקומען ביי א נסיעה פון ברך משה קיין יוראפ, דאכט זיך
ער האט געהייסען ר' אשר שווארץ דאכט זיך, ר' אהרן משה שווארץ פון ירושלים איז זיכער אן אייניקעל
ער ליגט ביים טיר פון אהל
דער ייט"ל האט אים נאך געמאכט פאר גבאי, ומעשה שהי' כך הי', דער ייט"ל האט נישט געהאט קיין גבאי און אויך נישט קיין קביעותדיגע הויז בחור, נאר יעדער וואך האט איין בחור א תלמיד הישיבה משמש בקודש געווען פון זונטאג אינדערפרי ביז מוצש"ק, און זונטאג אינדערפרי איז געקומען דער נעקסטער אין דער רייע. ווען עס איז געווען ר' אשר'ס וואך איז ער מוצ"ש אוועקגעגאנגען, זונטאג אידערפרי טרעפט אים דער ייט"ל פרעגט ער אים ווי ביסטו געגאנגן, האט ער גענטפערט אז עס איז שוין געווען א נייע וואך, האט אים דער ייט"ל געפרעגט איך האב דיר געהייסען גיין? און ער איז געבליבן הויז בחור ביז צו די חתונה. נאך די חתונה האט אים דער ייט"ל געזאגט, איך האב נישט קיין גבאי, ווייל איך האב געקענט גבאים וואס זענן געווען ציגיינער, און געמאכט פון זייערע רבי'ס בערען, און דער רבי'ס האבען פאר זיי געטאנצן (כך הי' דרכם של הציגיינער, ליקח דוב, וללמדו ריקוד, ונסעו מעיר לעיר, והציגו, וכך אספו מעות), די ביסט נישט קיין ציגיינער, און איך אז די וועסט נישט מאכן פון מיר קיין בער, און ער האט אים געמאכט גבאי.
ער איז געווען גבאי ביים ייט"ל נאך בחייו פון ד"ח, עס איז דא מעשיות ביים לאפישער רב'ס חתונה, און נאכדעם ביים קדויו"ט, און נאכדעם ביים עצ"ח, און דאכט זיך אז ביי ר' זלמן לייב (איך בין נישט זיכער). אין סיגוט דארף צו זיין זיין מצבה.
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » זונטאג אוגוסט 30, 2009 7:05 pm

יא, ער איז נאך געווען גבאי ביי ר' זלמן לייב אויך, ער איז אוועק אין די צ' יארן, דוכט זיך תרצ"ד, נישט זיכער.

עפעס א מימרא איז דא פונעם נאסוידער רב אז ביי ר' אשר גבאי האט מען שוין גע'פועל'ט האלב.

ווער עס ווייסט זאל ביטע דערמאנען
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » זונטאג אוגוסט 30, 2009 10:52 pm

ווארד2007 האט געשריבן:יא, ער איז נאך געווען גבאי ביי ר' זלמן לייב אויך, ער איז אוועק אין די צ' יארן, דוכט זיך תרצ"ד, נישט זיכער.

עפעס א מימרא איז דא פונעם נאסוידער רב אז ביי ר' אשר גבאי האט מען שוין גע'פועל'ט האלב.

ווער עס ווייסט זאל ביטע דערמאנען


עס איז געווען אידען וואס זענען געקימען קיין סיגוט צים יארצייט פונעם ייטב לב זענען זיי קודם געגאנגען
צים גבאי ר' אשר גבאי צינדען א ליכט אזוי ווי בחיים חייתו איז מען קודם צ י אים געגאנגען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוגוסט 30, 2009 11:13 pm

מצבת מרן הייטב לב והרבנית בהאוהל בסיגוט
צוגעלייגטע
YetevLev1.jpg
YetevLev1.jpg (32.3 KiB) געזעהן 1853 מאל

שישא
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 9:02 am

יש"כ הרב מיללער פארן שיינעם קלארן בילד
אז איר האט א בילד פון מציבת הקדיו"ט און עצ"ח וואלט איר מהנה געווען נאך אפאר אידען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 1:12 pm

שישא האט געשריבן:יש"כ הרב מיללער פארן שיינעם קלארן בילד
אז איר האט א בילד פון מציבת הקדיו"ט און עצ"ח וואלט איר מהנה געווען נאך אפאר אידען


יך האב די בילדער איך וועל עס לייגען במקום כבודם, אבער דערווייל האט איר א בליק פונעם אוהל בכלליות, פארנט איז דער ציון פונעם ייט"ל והרבנית, דערנאך איז די צווייטער שורה דער קדושת יו"ט והרבנית ורחל בתו של רביה"ק מסאטמאר, צום סוף איז מימין ר' משה יוסף, העצ"ח והרבנית און אינגאנצן לינקס ר' ברכי' מאיהעל.
צוגעלייגטע
Siget1.jpg
Siget1.jpg (34.04 KiB) געזעהן 2045 מאל

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 1:15 pm

אינטרעסאנט דא האט מען געלייגט א אינגע רביצין פון אינטער די 20 נעבען דעם קדושת יו"ט
אנדערש ווי געוויסע וואס האבן געהאט טענה'ס ווען מהאט געוואלט לייגען פרישע קברים אין אוהל הקדוש אין קרית יואל.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 2:06 pm

ב''ה
לפלא שהכתב על המצבות הם בצבע שחור וזהב .היום היו צועקים שזה מאדערען .''מנהג אבותינו בידינו'' .

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 2:09 pm

יאסל האט געשריבן:אינטרעסאנט דא האט מען געלייגט א אינגע רביצין פון אינטער די 20 נעבען דעם קדושת יו"ט
אנדערש ווי געוויסע וואס האבן געהאט טענה'ס ווען מהאט געוואלט לייגען פרישע קברים אין אוהל הקדוש אין קרית יואל.


מאן יימר מען האט דעמאלט נשט געהאט קיין טענות, ועוד קאן זיין ווייל די רביצין רחל האט קיינעם נישט ארויסגעווארפן בחייה......

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 2:12 pm

יהיה כן האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:אינטרעסאנט דא האט מען געלייגט א אינגע רביצין פון אינטער די 20 נעבען דעם קדושת יו"ט
אנדערש ווי געוויסע וואס האבן געהאט טענה'ס ווען מהאט געוואלט לייגען פרישע קברים אין אוהל הקדוש אין קרית יואל.


מאן יימר מען האט דעמאלט נשט געהאט קיין טענות, ועוד קאן זיין ווייל די רביצין רחל האט קיינעם נישט ארויסגעווארפן בחייה......

נישט אזוי זיכער פון די רעביעצינס נאכן קריג וויסעך אז זיי האבן יא געוויסט וואס הייסט ווארפען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 4:23 pm

badatz האט געשריבן:ב''ה
לפלא שהכתב על המצבות הם בצבע שחור וזהב .היום היו צועקים שזה מאדערען .''מנהג אבותינו בידינו'' .


איך מיין אז די גאלדענע אותיות איז געמאכט געווארן שפעטער נאך די קריג אז מ'זאל קענען בעסער לייענען די נוסחאות, א פלא אז ביים ישמח משה איז פארהאן א שווארצע מציבה מיט ווייסע אותיות וועלכע קוקט יא אויס אריגינעל.

-

יאסל, דאס אז הרבנית רחל מסיגוט (איך וועל באלד שטלען א קלארער בילד פון די מציבה) ליגט אינעם אוהל איז מיר אויך געווען א פלא, אבער דאס איז ווייל זי איז געווען א 'סיגוטער רביצין' אשת ר' יקתואל יהודא הי"ד אב"ד סיגוט, לראי' איז אז דארט אין סיגוט זעלבסט איז פארהאן מציבות נעבן דעם אוהל פון עטליכע סיגוטער אייניקלעך וועלכע זענען פריצייטיג נפטר געווארן ל"ע, למשל הבתולה אסתר בתו של הקדושת יו"ט אדער דעם קאלבאסובער רב'ס טאכטער, וועלכע ליגען אינדרויסען.

אין קרית יואל איז אויך אזוי, הררבנית חי' בת הברך משה והרבנית בתו של ר' דוד ממאנטריאל ליגען אינדרויסען, ווידער די רביצין מחברתו הטהורה ליגט אינעווייניג טראף וואס זי איז געווען זיווגו השני, גענוי ווי הרבנית אשת הקדושת יו"ט וועלכע איז אויך געווען א זיווג שני.

די שאלה ביים לייגען די רביצין האט געהאט צוטאן מיט מחלוקת נישט מיט טראדיציעס.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 4:36 pm

אין סיגוט ליגען דער רביצין'ס ממש מחובר, משא"כ אין קרית יואל איז דא פלאץ דורכצוגיין, וכפי ששמעתי, (נישט קראנט נאר גאס שמועות) זענען די אפיציעלע טענות געווען, אז זיווג שני אן קינדער איז נישט געווען די מנהג צו לייגען, אין די טענה נגדית איז געווען אז די מדובר איז נישט פון א רביצין פון אזויפיל יארן, איז די פשרה געווען אז מען וועט לייגן בהפסק א דורכגאנג, בתנאי אז מען וועט דעם ברך משה אויך אזוי לייגען.
עוד פעם כך שמעתי, ואדרבא אויב איינער ווייסט קראנט זאל ער ענטפערען
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 10:14 pm

דא האב איך געטראפן דעם בילד פון די מציבה שהזכרתי לעיל, ר' משה יוסף ב"ר אברהם יצחק וויינבערגער תלמיד מרן הייטב לב, נפטר תשט"ז ומנו"כ כאן בניו יארק-ניו זשערסי (לא זכור לי בדיוק), ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם איד?
צוגעלייגטע
Wienberger.jpg

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 10:42 pm

ער איז אלט געווען 17 יאר ווען דער ייט"ל איז אוועק.
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 10:43 pm

badatz האט געשריבן:ב''ה
לפלא שהכתב על המצבות הם בצבע שחור וזהב .היום היו צועקים שזה מאדערען .''מנהג אבותינו בידינו'' .


הרב בד"ץ
איך האב געזעהן נאך פלעצער און אינגערען מיט גאלדענע אותיות אויף מצבה'ס.
איינס וואס קומט מיר יעצט און זכרון אויף דער מינוט איז און קעמעטש.

דאכט זיך מיר אז און ליסקא איז אויך דא גאלדענע אותיות אויף א רויטע מצבה
the SCY is the limit

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 11:09 pm

מיללער האט געשריבן:דא האב איך געטראפן דעם בילד פון די מציבה שהזכרתי לעיל, ר' משה יוסף ב"ר אברהם יצחק וויינבערגער תלמיד מרן הייטב לב, נפטר תשט"ז ומנו"כ כאן בניו יארק-ניו זשערסי (לא זכור לי בדיוק), ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם איד?


שכוח רבי מיללער, זייער אינטרעסאנט
איז נישט דער ר' אברהם יצחק דער קליינווארדיינער רב הגה"צ ר' אברהם יצחק וויינבערגער (תלמיד החת"ס) נ' בשנת תרמ"ה?
פון די תוארים אויף די מצבה איז נישט משמע אזוי, איך פראביר נאר
ס'קען אויך זיין אז די ווערטער תלמיד מרן הייט"ל באציט זיך אויפן טאטן ר' אברהם יצחק, סיז אבער נישט מסתבר, אלזא איז עס א גילוי נפלא

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2009 1:28 am

מיללער האט געשריבן:יאסל, דאס אז הרבנית רחל מסיגוט (איך וועל באלד שטלען א קלארער בילד פון די מציבה) ליגט אינעם אוהל איז מיר אויך געווען א פלא, אבער דאס איז ווייל זי איז געווען א 'סיגוטער רביצין' אשת ר' יקתואל יהודא הי"ד אב"ד סיגוט,
עס האט אויך געהאט צו טוהן מיט איהר גרויסן פאטער, וועלכער האט זעך דאן געזאלט האבן אויס געדרוקט אז ער איז מוותר אויף זיין פלאץ לכבודה.
מיללער האט געשריבן:לראי' איז אז דארט אין סיגוט זעלבסט איז פארהאן מציבות נעבן דעם אוהל פון עטליכע סיגוטער אייניקלעך וועלכע זענען פריצייטיג נפטר געווארן ל"ע, למשל הבתולה אסתר בתו של הקדושת יו"ט אדער דעם קאלבאסובער רב'ס טאכטער, וועלכע ליגען אינדרויסען.
וואו אויך איטליכע קינדער פון דעם עצי חיים.
ועמך כולם צדיקים

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2009 8:17 am

ב''ה
גם בבערעגסאז המצבות של האב''ד הרה''ג ר' שלמה סופר בן הכתב-סופר ובנו ר' שמחה וואלף הם מאבן
שחור ואותיות מוזהבות .

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2009 9:48 am

דער דעשער רבי רבי צבי מאיר זצ"ל האט אויך גאלדענע אותיות אויפ'ן מציבה.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2009 10:31 am

אין גאליציע אויב איך געדענק ריכטיג איז אויך דא מצבות ביי געוויסע קברי צדיקים מיט גאלדענע אותיות, (אולי בשינאווא)
למה זה תשאל לשמי...


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעל דמיון און 15 געסט