ר' יקותיאל יהודה ט"ב מסיגוט ה'ייטב לב' זצ"ל, ו' אלול תרמ"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:27 pm

כי כי, אמאל האט נישט יעדער געלערנט אין ישיבה, אין פולין איז כמעט נישט געווען קיין ישיבות, אין אונגארין האט דער יטב לב געפיאט די ערשטע חסידישע ישיבה.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:28 pm

יהיה כן, קאנסט זעך נישט איין האלטן, מוזט פליקן . . .
ועמך כולם צדיקים

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:31 pm

זאל זיין אזוי.

אז מ'רעד פון דרשות, דער יטב לב איז געווען א געוואלדיגער דרשן. א תלמיד ברענגט דאך פון ר' שאול בראך אז ער האט גערעדט שלש עשרה מידות פאר עפעס א גוזמא פון שעות. כ'האב שוין געהערט מענטשן עס אוועקמאכן, קאן זיין אפילו פון אדמו"ר מהר"א שליט"א.

ס'עפעס געדרוקט דרשות פון אים?
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:36 pm

ווי אזוי גייט דער סטעיטמענט
אלע אפגעפליקטע זאלן ציפליקט ווערן.......

עה דזשאסט קידדינג.
בקיצור, מען דארף שטעלן זאכן אין פלאץ, ניט סתם אבי געפירקלט, ווי מרן מסקרענטאן שליט"א האט שוין פריער דערמאנט

אז מ'רעד פון דרשות, דער יטב לב איז געווען א געוואלדיגער דרשן. א תלמיד ברענגט דאך פון ר' שאול בראך אז ער האט גערעדט שלש עשרה מידות פאר עפעס א גוזמא פון שעות. כ'האב שוין געהערט מענטשן עס אוועקמאכן, קאן זיין אפילו פון אדמו"ר מהר"א שליט"א.

ווער? אדמור מהרא האט עס אוועק געמאכט.....?

זיינע דרשות זענען דאס וואס ער האט געדרוקט אין ייטב פנים בכתי"ק

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:41 pm

יהיה כן האט געשריבן:ווער? אדמור מהרא האט עס אוועק געמאכט.....?


נישט די דרשות, דאס וואס דער תלמיד דערציילט. ס'איז נישט מתבר ווייל דער תלמיד זאגט אז ער האט גערעדט צופרי און ער פלעגט רעדן נאכמיטאג אדער פארנאכטס.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21587
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:42 pm

כבוד ר' יוסלמאן, פון מהר"א האסטו דאס נישט געהערט.

מיללער, כבוד תורתו אטאקירט אומזינסט, ר' יוסלמאן האט נישט אליין מחדש געווען דאס אז קיין תלמיד איז נפטר געווארן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:43 pm

תלמידו הרה"ג ר' אהרן זאב כ"ץ ממונקאטש כותב בספרו 'שערי ישועה' על סדר ההושענות, בזה"ל:

ומדי דברי בו בענין זה זכור אזכור אשר שמעתי מאדומו"ר הגאון הקדוש בעל ייטב לב זצ"ל שהיה דורש בענין זה והיה מלהיב את הלבבות בני ישראל לתשובה והיה צועק ככרוכיא ובכה בבכיות גדולות ועיניו הי זולגות דמעות כנחל מאין הפוגות ואמר הארציגע ברודער אם דוד מלך ישראל היה ירא מזה החטא ואמר חטאת נעורי ופשעי אל תזכור אנן מה נענה אבתרי' הארצידיגע ברידער בעינים זולגות דמעות יכולין לתקן זה החטא ולא תחוסו על דמעות עיניכם וגעו כל העם בבכיה אשרי אוזן שומע דבריו הקדושים והטהורים שהיו יוצאים מפיו הקדוש באימה וביראה בקדושה ובטהרה דברים היוצאים מן הלב נכנסים ללב. עכ"ד. (בהושענת נפש מבהלה).
לעצט פאראכטן דורך יהיה כן אום דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:44 pm

בני יששכר האט געשריבן:דער ייטב לב האט אלס מתפלל געווען אויף זיינע תלמידים מען זעט כמעט נישט אז א תלמיד פון ישיבה זאל נפטר ווערן
משא"כ זעהט מען ביי דער חתם סופר איז דא אסאך הספדים אויף בחורים פון ישיבה

די ראי' איז נישט וואס מען זעט, ווייל נישט אלע דרשות זענען געדריקט, אבער ס'איז א דבר ידוע, כמדומה שמעתי כן מרביה"ק בעל ברך משה אז דער ייטב לב האט מתפלל געווען אז די תלמידים זאלן נישט נעדר ווערן, וואס בימים ההם איזעס געווען א שטארקע דבר שכיח ווען די מעדעצענישע וועלט איז נישט געווען אזוי פארגעשריטן.

און ווי פארשטענדליך נעמט דאס גארנישט אוועק חלילה פון חתם סופר.
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:45 pm

farshlufen האט געשריבן:כבוד ר' יוסלמאן, פון מהר"א האסטו דאס נישט געהערט.

מיללער, כבוד תורתו אטאקירט אומזינסט, ר' יוסלמאן האט נישט אליין מחדש געווען דאס אז קיין תלמיד איז נפטר געווארן.


אונז האמיר אוועקגעלייגט אלע משלחון מלכים'ס און מ'וועל מיר עס אפיר זוכן.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:47 pm

יהיה כן האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:מרן הרב הקדוש רבי יקתיאל יהודה טייטעלבוים זי"ע, דער הייליגער יטב לב, בן הרה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע, איז געבוירן געווארן בשנת תקס"ח.

כ'הייב נאר אן און דער עולם ווערט געבעטן זיך משתתף צו זיין.

דער יטב לב איז געווען דער ערשטער רבי, רב און ראש ישיבה. ער האט געפראוועט חסידות און אין די זעלבע צייט איז ער געווען א רב וראש ישיבה אויף א גרויסן פארנעם.


לאו דוקא, דער רבי ר' שמעלקא זי"ע האט אויך געהאט א גרויסע ישיבה, און איז געווען א רבי און א רב

דער ערשטער רבי און ראש ישיבה אין "אונגארן" כך שמעתי מרבינו מהר"א מסאטמאר שליט"א
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:47 pm

ווארד2007 האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:דער ייטב לב האט אלס מתפלל געווען אויף זיינע תלמידים מען זעט כמעט נישט אז א תלמיד פון ישיבה זאל נפטר ווערן
משא"כ זעהט מען ביי דער חתם סופר איז דא אסאך הספדים אויף בחורים פון ישיבה

די ראי' איז נישט וואס מען זעט, ווייל נישט אלע דרשות זענען געדריקט, אבער ס'איז א דבר ידוע, כמדומה שמעתי כן מרביה"ק בעל ברך משה אז דער ייטב לב האט מתפלל געווען אז די תלמידים זאלן נישט נעדר ווערן, וואס בימים ההם איזעס געווען א שטארקע דבר שכיח ווען די מעדעצענישע וועלט איז נישט געווען אזוי פארגעשריטן.

און ווי פארשטענדליך נעמט דאס גארנישט אוועק חלילה פון חתם סופר.


אין ומשה היה רועה ברענגו זיי אז ווען ס'איז אוועק א תלמיד אין די ישיבה אין קרית יואל אין די מ' יארן האט דער ברך משה זייער געוויינט אז ביים זיידן האט אזאנס נישט פאסירט.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:51 pm

יהיה כן האט געשריבן:ווי אזוי גייט דער סטעיטמענט
אלע אפגעפליקטע זאלן ציפליקט ווערן.......

עה דזשאסט קידדינג.
בקיצור, מען דארף שטעלן זאכן אין פלאץ, ניט סתם אבי געפירקלט, ווי מרן מסקרענטאן שליט"א האט שוין פריער דערמאנט

אז מ'רעד פון דרשות, דער יטב לב איז געווען א געוואלדיגער דרשן. א תלמיד ברענגט דאך פון ר' שאול בראך אז ער האט גערעדט שלש עשרה מידות פאר עפעס א גוזמא פון שעות. כ'האב שוין געהערט מענטשן עס אוועקמאכן, קאן זיין אפילו פון אדמו"ר מהר"א שליט"א.

ווער? אדמור מהרא האט עס אוועק געמאכט.....?

זיינע דרשות זענען דאס וואס ער האט געדרוקט אין ייטב פנים בכתי"ק


נישט שייך אוועקצומאכן אז ער האט גערעדט שעות לאנג, ווייל דאס האט דערציילט ר' שאול בראך ז"ל,
שמעתי מרבינו מהר"א מסאטמאר שליט"א אז דער ייטב לב האט נאר אפגעשריבן די דברי תורה ותמצית דברי מוסר, אבער קלאר אז ער האט גערעדט שעות ארוכות.
וכך מספרים מסדרי ספרי ברך משה אז דער רבי האט געהייסן דרוקן נאר די דברי תורה און נישט קיין לאנגע מוסר, כדרך אבותיו, זאגנדיג דער עצי חיים קדושת יו"ט און ייטב לב האבן אויך נישט געשריבן אלע מוסר וואס מען האט געזאגט.
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:59 pm

שמעתי מפי תלמיד, ווען ער איז אריין צום ברך משה פרעגן וואסערע חסידישע ספר ער זאל לערנען, האט ער אים געזאגט לערן ייטב לב, דאס האט אין זיך אלעס, דרוש אגדה חסידות וכו'.
איך ווייס נישט צו מען דארף נעמען פון דעם א הוראה לדורות, אבער איך שרייב עס פאר אינטערעסאנטקייט
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 3:02 pm

שטאטעליך,
פארשלאפן, קודם דער סטעיטמענט האט דער ניק על שמו של הבני יששכר געשריבען און נישט יוסלמאן ועליו היה תלונתי און טאקע נישט אויף דעם ענין בכלל נאר אויף דאס צאמשטעלן מיטען חת"ס.

יוסלמאן החוזר,
איז שייך אביסל ארויסצולאזען דעם אדמו"ר מהר"א אויף א וויילע? נישט אז איך האב עפעס קעגן אים חלילה, נאר עס פעלט פשוט נישט אויס און די רעזולטאטן זענען נישט אלס בע'טעמ'ט.

און ועל כולם, וויפיל מאך ברויך מען אפעלירען איבער אייערע חזרות?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21587
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 3:04 pm

יוסלמאן האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:כבוד ר' יוסלמאן, פון מהר"א האסטו דאס נישט געהערט.

מיללער, כבוד תורתו אטאקירט אומזינסט, ר' יוסלמאן האט נישט אליין מחדש געווען דאס אז קיין תלמיד איז נפטר געווארן.


אונז האמיר אוועקגעלייגט אלע משלחון מלכים'ס און מ'וועל מיר עס אפיר זוכן.

דארפסט דיך נישט אזוי פלאגן, צעווארף נישט דיין קלאזעט דערפאר, זיי זענען אלע אוועילעבל אויף די אלוועלטליכע נעץ.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 3:08 pm

מיללער האט געשריבן:יוסלמאן החוזר,
איז שייך אביסל ארויסצולאזען דעם אדמו"ר מהר"א אויף א וויילע? נישט אז איך האב עפעס קעגן אים חלילה, נאר עס פעלט פשוט נישט אויס און די רעזולטאטן זענען נישט אלס בע'טעמ'ט.

און ועל כולם, וויפיל מאך ברויך מען אפעלירען איבער אייערע חזרות?


כ'ווייס נאכנישט וואו כ'האב אזויפיל חוזר געווען, הלוואי זאל כ'זיין א חוזר בתשובה.

עניוועי, וועגן מהר"א איז דער רב גערעכט אבער דאס מאל וואלט כ'יא געלייגט דעם שטיקעל פשוט ווייל אמאל מיינט מען אז וואס מ'ליינט איז טויזענט פראצענט אמת. נישט אוועקצומאכן וואס יעדער שרייבט אבער ווען סתם א תלמיד שרייבט עפעס מוז עס נישט זיין אינגאנצן אזוי.
צוגעלייגטע
YLD.jpg
YLD.jpg (94.99 KiB) געזעהן 2481 מאל
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 3:20 pm

יהיה כן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:דער ייטב לב האט אלס מתפלל געווען אויף זיינע תלמידים מען זעט כמעט נישט אז א תלמיד פון ישיבה זאל נפטר ווערן
[b]
אז מ'רעדט איבער תלמידים פונעם הייליגען ייטב לב זצ"ל, איך האב אמאל געזעהן א בילד פון א מציבה ערגעצוואו דא אין אמעריקא פון א איד ר' משה יוסף וויינבערגער ע"ה וואס אויף די מציבה איז איינגעקריצט אז ער איז געווען א תלמיד פונעם ייט"ל, ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם איד?

]

מיש נישט!!
דער משה יוסף וויינבערגער פון מפיהם ומפי כתבם, איז אקארשט אוועק, אינגאנצן עטליכע יאר צוריק, דאכצעך ער האט געוואינט אין טאהש און איז געווען א שוואגער (אדער א קוזין מצד זוגתו) מיט הגה"צ ר' אליעזר פיש אב"ד האדאס סאלקא, דער ייטב לב איז שוין אוועק פאר קארגע 125 יאר צוריק....!!!

ב''ה
עהר האט געהייסען משה לייב הכהן וויינבערגער ..משה יוסף וונ''ב איז געווען דער בעה''ב פין אש''ל האטעל אין ליווינגסטאן מענאר וואס אסאך רבנים אין רעבי'ס זענען דארט איינגעשטאנען אין ''געגעסען'' .איז געווען פין
דיא ראשי הבעה''ב פין קהילת צעהלים פין דיא הויפט בויער'ס פין דיא מקוה המפורסמת . עהר האט געהייסען
נאך דעם איהעלער רב חאטש עהר איז געווען פין סטראפקאוו ווייל ר' משה יוסף איז קודם געווען דארט רב .

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 3:22 pm

ז"ל הספר 'שאול בחיר ה' (פרק באהלי צדיקים)
הייטב לב, המשיך רבינו לספר, נכנס לבית מדרשו בשעה שתים עשרה בלילה, ליל שלוש עשרה מדות, הוא בעצמו אמר לפני התיבה את כל ספר תהלים, אחרי שגמרו אמירת תהלים התחיל הייט"ל לומר סליחות, ולפני תפלת שמע קולינו אמר דרשה שנמשכה ארבע שעות פחות רבע שעה (מאריך שם בענין לשו"ק של הייט"ל בדרשה) .. אחרי הדרשה וסיום אמירת הסליחות התפללו תפלת שחרית, הייט"ל התפלל לפני התיבה וכו', אחרי תפלת שחרית קרא הייט"ל סדר הקרבנות של שלש עשרה מדות התפללו מנחה וכבר הגיע שעת ליל ערב יוה"כ עכ"ד.

סאיז אלעס געווען פארמיטאג, נאר עס איז קיין נאכמיטאג נישט געווען,ודוק.

אה הרב הביד"ץ
שכוח פארן מעיר זיין, בכל אופן א תלמיד פון ייט"ל איז ער זיכער נישט געווען אויב ער האט געהייסן נאך זיין זון.....

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 4:09 pm

הרבד"צ,
און דער ר' משה לייב וויינבערגער איז געווען א תלמיד פונעם ייט"ל?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 4:11 pm

ניין ניין, מיללער, ער האט זיך באצויגן צו מיינע ווערטער, ר' משה ליב וויינבערגער הכהן, איז געווען בעל תפלה אין טאהטש ימים נוראים פאר לאנגע יארן (שווער פון ר' חנינא דוד טארים פון ק"י), און איז געווען א שוואגער מיט סאלקע רב, און מיט הה"ח ר' אפרים קליין ז"ל פון די קליינס אייסקריעם

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 5:58 pm

א מין ברייטקייט, נאך צו פארגלייכען צום חת"ס און מיען א פאראלעל, מ'ברויך פלייצעס צו דעם.

זאג נאר, דער ייט"ל האט געדרוקט זיינע הספידים בכלל? און האסט געמאכט א חשבון וויפיל הספידים דער חת"ס



הרב מיללער
איך טי נישט פארגלייכן איינער מיטן אנדערן נאר כך שמעתי
איך מיין די הספידים איז גראדע יא געדריקט אין זיינע ספרים
בדרך אגב האט זיך דער ייטב לב אפגערעדט אז א שאדט ער האט נישט געלערנט ביים חת"ס ווען יא וואלט ער געקענט שענער שרייבן שאלות ותשיבות נאר די ישמח משה האט געהאט א ענין פארוואס ער האט אים נישט געלאזט גיין קיין פרעשבורג

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 7:17 pm

הגם כי גדר גדרתי לא להגיב, אולם בעברי על בתרי האשכולות לקראת יודה"ל של הייט"ב זי"ע, ראיתי בוגדים ואתקוטטה, ודמא קמרתחא בי, ולא יכולתי להתאפק, ובכה"ג לא גדרתי.

בני יששכר האט געשריבן:דער ייטב לב האט אלס מתפלל געווען אויף זיינע תלמידים מען זעט כמעט נישט אז א תלמיד פון ישיבה זאל נפטר ווערן
משא"כ זעהט מען ביי דער חתם סופר איז דא אסאך הספדים אויף בחורים פון ישיבה


לראשונה, כוונת השתוות שתי אבוקות הללו זו למול זה, אף אם נניח שצדקת בדבריך, מאי עבידתיה ומאי אפשר למיפשט מיניה, תרי גברא קא חזינא וקשיא לא קא חזינא, ובכלל אין פנים למדוד בכה"ג, וכבר קדמו החברים דפה.

שנית, האף עברת פע"א על דרשות החתם סופר, או עכ"פ על מפתחות הנספדים, שתוכל להצביע על אחת מהנה שהוא מספיד מתלמידי ישיבתו, עד שנתפזרת לקבוע שיש "הרבה" הספדים על תלמידים שנעדרו משך ימי לימודם אצלו, אנא מילתא קא ידענא והוא לו נדפסה, בדרשות ח"א עמ' ס"ב, תחת הכותרת [שהכתיר החת"ס בעצמו כידוע] "דרוש הודאה אחר המג[י]פה חולי קאלרא ר"ל בשנת תקצ"ב לפ"ק", ושם בא"ד כתוב לאמר "ואחר כל זאת נודה לד' אלוקינו על חסד גדול שהפליא ע"ד הפלא על התלמידים בני הישיבה ד' עליהם יחיו שלא פגע בשום אחד מהם שום חולי ומכאוב ולא שום ענין מענין החולי ההוא".

[כמדומה שיש דרוש הספד א' על תלמיד שנעדר, והוא מבכה ע"ז מרה והוא תולה את זה בדבר מסוים, המקום פרח - נקוה רק לע"ע - מזכרוני, ואולי הוא רק פועל דמיוני]

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 8:08 pm

עכשיו שהגדר כבר נפרצה, תקותינו שיעמוד פתוח למשמרת לימים רבים.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 9:56 am

כבוד הרב סמיצ'קה שיחי' נצח,
עשו סייג לתורה ומשמרת למשמרת, גדר בעדי ולא אצא, ולמיגדר מילתא מיבעא, ופורץ גדר ישכנו נחש, ועל זה צריכין אנו למר לגדור גדר ולעמוד בפרץ להשקיט דברי בוז וקלון, המקום יהי' בעוזריך.

אז איר דערמאנט די הספדים פון מרנא החת"ס זי"ע, מיר האבן שוין דורכגעלערנט צענדליגע פון די הספדים אז מיין זכרון דינט (ואני כותב דוקא מזכרוני ובל"נ אשוב עוד אם אראה שיש בו כדי להגיב) איז פארהאן 'צוויי' הספדים אויף בחורים אין די דרשות חת"ס, איינס איז אויף אן אייניקל פונעם מחצית השקל דאכציך א בחור בשם גבריאל קעלין, און נאך איין בחור.

און די ווערטער וואס מע"כ ברעגנט פון די הספד נאך די מגיפה איז קילורין לעינים, עס איז נישט דא וואס צו רעדן אז דער הייליגער חתם סופר האט אויפגעשטעלט אידישקייט פאר דורות הבאים אחריו, ממשה ועד משה לא קם כמוהו, די ישיבה המפורסמת אין פרעשבורג האט ארויסגעגעבן רוב גדולי אונגארן לדורות הבאים, אלע גדולי ארטאדאקסיע ווערן נחשב אלס תלמידים ותלמידי תלמידים פונעם חת"ס, עס איז ידוע אז ווען דער רבי ז"ל האט געשריבען 'בזכות אבותי ורבותי' אין די הקדמה צום דברי יואל האט ער געזאגט אז ער איז מרמז דעם חת"ס אלס זיין רבי.

ויסכר פי דוברי שקר הדוברים על צדיק בגאוה ובוז.

גרויס צו מאכען דעם ייטב-לב אויפן חשבון פונעם חת"ס, איז א עוון בל יכופר.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 1:58 pm

מיללער האט געשריבן:עס איז ידוע אז ווען דער רבי ז"ל האט געשריבען 'בזכות אבותי ורבותי' אין די הקדמה צום דברי יואל האט ער געזאגט אז ער איז מרמז דעם חת"ס אלס זיין רבי.

אין דעם הקדמה צו ויואל משה.
ועמך כולם צדיקים


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט