ר' יקותיאל יהודה ט"ב מסיגוט ה'ייטב לב' זצ"ל, ו' אלול תרמ"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 862
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 2:34 pm

די שכויח קומט זיך נישט פאר מיר
דא אויף אייוועלט איז מען שטארק מקפיד אז יעדער מעשה זאל האבן א פונקטליכע מקור

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 2:39 pm

איך פארשטיי נישט וואס די רעדסט
פונקט ווי ר' לייביש בשם ר' יענקעלע איז א מקור
אפילו אויב ער וועט נישט נאך זאגן פון וועם ר' יענקעלע האט עס געהערט
איז מהר''א בשם הברך משה א מקור
זיי האבן אלע געהעט בעסער וואס צו טון ווי צו אויסטראכטען מעשיות
צו עס געפעלט דיר יא אדער נישט

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:28 pm

דרךהמלך האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס די רעדסט
פונקט ווי ר' לייביש בשם ר' יענקעלע איז א מקור
אפילו אויב ער וועט נישט נאך זאגן פון וועם ר' יענקעלע האט עס געהערט
איז מהר''א בשם הברך משה א מקור
זיי האבן אלע געהעט בעסער וואס צו טון ווי צו אויסטראכטען מעשיות
צו עס געפעלט דיר יא אדער נישט

הרב דרך, ביטע ענפער בניחותא כמו זה.
דער מקור איז האדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א בשם אביו הברך משה ז"ל.

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:35 pm

ווינקל האט געשריבן:
דרךהמלך האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס די רעדסט
פונקט ווי ר' לייביש בשם ר' יענקעלע איז א מקור
אפילו אויב ער וועט נישט נאך זאגן פון וועם ר' יענקעלע האט עס געהערט
איז מהר''א בשם הברך משה א מקור
זיי האבן אלע געהעט בעסער וואס צו טון ווי צו אויסטראכטען מעשיות
צו עס געפעלט דיר יא אדער נישט

הרב דרך, ביטע ענפער בניחותא כמו זה.
דער מקור איז האדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א בשם אביו הברך משה ז"ל.


דאס האב איך שוין געשריבן אין די ערשטע תגובה
דער ראש הקהל האט עס אבער נישט פארשטאנען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 16, 2013 2:28 pm

איז פארהאן ערגעץ צוזאמענגענומען אלע הסכמות פונעם ייטב לב? אינעם ספר 'אמרת הצרופה' (לעמבערג תרל"ב) איז פארהאן אן הסכמה ממרן ז"ל, די חתימה שטייט 'יקותיאל יהודא טבל' איז דאס א טעות הדפוס, אדער דער ייט"ל האט געחמעט בר"ת?

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=5

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:25 pm

דער ייטב לב איז אוועק תרמ"ג, נו פארוואס האט דער קדושת יו"ט נישט געגעבן א נאמען נאכן טאטן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:36 pm

מיללער האט געשריבן:איז פארהאן ערגעץ צוזאמענגענומען אלע הסכמות פונעם ייטב לב? אינעם ספר 'אמרת הצרופה' (לעמבערג תרל"ב) איז פארהאן אן הסכמה ממרן ז"ל, די חתימה שטייט 'יקותיאל יהודא טבל' איז דאס א טעות הדפוס, אדער דער ייט"ל האט געחמעט בר"ת?

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=5

נושא: ר' אליהו בצלאל טייטלבוים מטעטש, א' דר"ח אלול תרפ"ג

מיללער האט געשריבן:אין די פרענומעראנטן (קרעדיט; טייבעלע) פונעם ספר אותות ומועדים, געדרוקט אין בארדיוב שנת תרס"ד, ווערט דערמאנט דער טעטשער רב, אבער וואו עס ווייסט אויס האט דער טעטשער רב געשריבען זיין נאמען אין ר"ת, און דער מעתיק האט עס פארטייטשט אלס ' ר' בצלאל טבל'
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=71
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:25 pm

נשמה האט געשריבן:דער ייטב לב איז אוועק תרמ"ג, נו פארוואס האט דער קדושת יו"ט נישט געגעבן א נאמען נאכן טאטן.

קוק אריין אינעם אשכול פונעם קדושת יו"ט אז ער האט יא, און דאס קינד איז אוועק בצעירותו רח"ל

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:45 pm

מיללער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:דער ייטב לב איז אוועק תרמ"ג, נו פארוואס האט דער קדושת יו"ט נישט געגעבן א נאמען נאכן טאטן.

קוק אריין אינעם אשכול פונעם קדושת יו"ט אז ער האט יא, און דאס קינד איז אוועק בצעירותו רח"ל


אוי נעבעך..
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג ינואר 27, 2015 7:36 pm

והוא פלאי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אין סיגוט איז געווען באקאנט 'ר' אשר גבאי' וועלכער האט משמש געווען דריי אבער פיר צדיקי בית סיגוט, איז ער שוין געווען אין די צייטען פונעם ייט"ל אדער נאר ביי בנו קדושת יו"ט?

ער איז געווען באשריבן און דעם ספר וואס איז ארויסגעקומען ביי א נסיעה פון ברך משה קיין יוראפ, דאכט זיך
ער האט געהייסען ר' אשר שווארץ דאכט זיך, ר' אהרן משה שווארץ פון ירושלים איז זיכער אן אייניקעל
ער ליגט ביים טיר פון אהל
דער ייט"ל האט אים נאך געמאכט פאר גבאי, ומעשה שהי' כך הי', דער ייט"ל האט נישט געהאט קיין גבאי און אויך נישט קיין קביעותדיגע הויז בחור, נאר יעדער וואך האט איין בחור א תלמיד הישיבה משמש בקודש געווען פון זונטאג אינדערפרי ביז מוצש"ק, און זונטאג אינדערפרי איז געקומען דער נעקסטער אין דער רייע. ווען עס איז געווען ר' אשר'ס וואך איז ער מוצ"ש אוועקגעגאנגען, זונטאג אידערפרי טרעפט אים דער ייט"ל פרעגט ער אים ווי ביסטו געגאנגן, האט ער גענטפערט אז עס איז שוין געווען א נייע וואך, האט אים דער ייט"ל געפרעגט איך האב דיר געהייסען גיין? און ער איז געבליבן הויז בחור ביז צו די חתונה. נאך די חתונה האט אים דער ייט"ל געזאגט, איך האב נישט קיין גבאי, ווייל איך האב געקענט גבאים וואס זענן געווען ציגיינער, און געמאכט פון זייערע רבי'ס בערען, און דער רבי'ס האבען פאר זיי געטאנצן (כך הי' דרכם של הציגיינער, ליקח דוב, וללמדו ריקוד, ונסעו מעיר לעיר, והציגו, וכך אספו מעות), די ביסט נישט קיין ציגיינער, און איך אז די וועסט נישט מאכן פון מיר קיין בער, און ער האט אים געמאכט גבאי.
ער איז געווען גבאי ביים ייט"ל נאך בחייו פון ד"ח, עס איז דא מעשיות ביים לאפישער רב'ס חתונה, און נאכדעם ביים קדויו"ט, און נאכדעם ביים עצ"ח, און דאכט זיך אז ביי ר' זלמן לייב (איך בין נישט זיכער). אין סיגוט דארף צו זיין זיין מצבה.
צוגעלייגטע
IMG_4907.JPG

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2015 8:48 pm

ארויף געברענגט לכבוד די הילולא קדישא פין די הייליגע ייטב לב היינט נאכט
זכותו יגן עלינו
参考专家

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך ינואר 04, 2017 12:33 pm

איז די ייטב לב געווען א תלמוד פון ר' צבי הירש מ'רימנוב?

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מיטוואך ינואר 04, 2017 2:07 pm

דריידל האט געשריבן:איז די ייטב לב געווען א תלמוד פון ר' צבי הירש מ'רימנוב?

ער איז געווען ביי אים אפאר מאל

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 5:57 am

איז אמת אז ר' מאיר בריעף די טאטע פין ר' ישראל בריעף איז געוועזען משב"ק אצל הייטב לב ???
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

יעלזו בכבוד
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 31, 2016 3:39 pm

תגובהדורך יעלזו בכבוד » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 7:36 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איז די ייטב לב געווען א תלמוד פון ר' צבי הירש מ'רימנוב?

ער איז געווען ביי אים אפאר מאל


דאכט זיך ווען ער איז אוועק פון אוהעל?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג פאברואר 21, 2017 3:16 pm

הרב מאיר רויז ז"ל מח"ס מנחת (ה)מאיר איז נפטר געווארען דער פארגאנגענע שבת אינדערפרי (נאכמיטאג) ביי קידוש.

viewtopic.php?p=1398329#p1398329
viewtopic.php?p=1398628#p1398628
viewtopic.php?p=1399724#p1399724

גערעדט מיט אים דאנערשטיג אינדערפרי (דאס ערשטע מאל און לעצטע מאל) און ער האט מיר איבערגעגעבען עטליכע ענינים; איינס וואס באלאנגט אין דער אשכול.

ער האט מיר דערציילט אז זיין זיידע (זיין מאמע'ס טאטע, נאך וועמען ער האט געהייסען) רבי מאיר הכהן רויז, א תלמיד חכם מפורסם און א גביר אין באטארטש (לעבען האלמין), איז געווען א תלמיד פון ייטב לב און נאכדעם פון קדושת יו"ט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » דינסטאג פאברואר 21, 2017 4:23 pm

וואנאוויטשער האט געשריבן:איז אמת אז ר' מאיר בריעף די טאטע פין ר' ישראל בריעף איז געוועזען משב"ק אצל הייטב לב ???

נו... האט איינער אמאל גיהערט פון דעם...
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » דינסטאג פאברואר 21, 2017 4:25 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איז די ייטב לב געווען א תלמוד פון ר' צבי הירש מ'רימנוב?

ער איז געווען ביי אים אפאר מאל

און דער הייליגער רבי ר' הערש זי"ע האט כידוע באשיינט די הייליגע שמחת נישואין פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע (פארשטעלט אלס אן ארימאן) איבערגעלאזנדיג א הארציגע ברכת כהן הגדול מאחיו דער משרת בקודש לפני ולפנים, פון וועלכן כלל ישראל איז אוכל פירותיהן ופירות פירותיהן עד היום הזה. זכותם הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2527
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג פאברואר 21, 2017 4:39 pm

לכאורה איז דער ייטב לב געוועהן ביים רבי ר' הירש צום ערשטן מאל שנת תר"ב, וואס יענע יאר איז ער מיט געפארען אינאיינעם מיט זיין שווער דער טאלטשובער רב וועלעכע איז זיך געגאנגען געזעגענען פון די צדיקים איידער ער איז אפגעפארען קיין ארץ ישראל. ביי יענעם באזוך האט 'לכאורה' דער רבי ר' הירש אנטפלעגט פאר דער ייטב לב אז ער איז געוועהן דער ארימאן ביי זיין חתונה (אדער האט איהם דער ייטב לב דערקענט, אדער יתכן ביידע האט פאסירט). אינטרעסאנט ווייל דער ייטב לב האט חתונה געהאט בשנת תקפ"ח און דאס איז געוועהן 14 יאר שפעטער. (דאכציך אזוי שטייט אין עבודת עבודה פון טאהש'ער רבי, ועי' הקדמה לספר באר שבע עה"ת אצל תולדות המחבר).

ועוד יש להוסיף, בשנת תש"ז לערך האט זיך דער ייטב לב באזעצט אין גאליציע, ראש חודש חשון שנת תר"ז איז דער רבי ר' הירש נפטר געווארען. קען זיין אז ער איז עטליכע מאל געפארען אין די פאהר יאר פון שנת תר"ב ביז תר"ז. ווי אויך איז ידוע אז ער איז געוועהן אין רימנוב בשנת תר"ג אויפן יארצייט פון דער רבי ר' מענדעלע זי"ע.

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג יולי 23, 2018 5:25 pm

הגה"צ ר' דוד טייטלבוים זצ"ל הי"ד אבד"ק נ. עטשעד, בן בנו פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע, איז ממליץ אויף ר' משה שווארטץ ע"ה:
צוגעלייגטע
rdt.jpg
rdt.jpg (96.68 KiB) געזעהן 942 מאל
לחיים ולברכה!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 24, 2018 8:56 pm

נחמן נתן האט געשריבן:הגה"צ ר' דוד טייטלבוים זצ"ל הי"ד אבד"ק נ. עטשעד, בן בנו פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע, איז ממליץ אויף ר' משה שווארטץ ע"ה:

שוין געברענגט באשכול לבית קאלבאסוב, אבער חזרה שאדט נישט

ווער איז דער ר' משה שווארטץ פון עטשעד געווען?

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5534
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג יולי 24, 2018 9:41 pm

ער איז געווען מרבני חברה תלמוד תורה און חברה ש״ס אין שטאט עטשעד אין די מיטעלע צ׳ יארן
דביה תחדי נפשא

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

שבת אין סיגוט

תגובהדורך פלוני » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 5:46 pm

ווייסט איינער צי ס'וועט זיין א מנין דעם שב"ק פ' שופטים תשע"ח אין סיגוט. און אויב יא, וואו מ'קען זיין אויף שב"ק.
א דאנק זי"ע
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 7:10 pm

ביקסאד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:עס איז ידוע אז ווען דער רבי ז"ל האט געשריבען 'בזכות אבותי ורבותי' אין די הקדמה צום דברי יואל האט ער געזאגט אז ער איז מרמז דעם חת"ס אלס זיין רבי.

אין דעם הקדמה צו ויואל משה.

לייכטע פארבעסערונג (אויב עמיצער וועט עס זוכן שלא ע"י מכשירי גוגל הדור): נאך איידער די בהקדמה, אינעם שער בלאט. (אגב צו מיין איינגערינגעלטע אין לעצטן/ערשטן שורה דא: די וועלט זאגט פארוואס עם הארץ אימת שבת עליו, ווייל דורכאויס די וואך קען ער זיך אהערשטעלן אלס גדול הדור בשעת דער קרעדיט קומט דעם גוגל הדור וועלכער גיבט אים שטאף צו פראסקענען בקיאות לכל צדדיו עד להפליא, אבער שבת קודש ווען ער קען דאס נישט נוצן כאפט אין אן אימה ופחד מ'זאל אים נישט אידענטיפעצירן מיט זיין ריכטיגן טיטל).


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט