בלאט 1 פון 7

ר' יקותיאל יהודה ט"ב מסיגוט ה'ייטב לב' זצ"ל, ו' אלול תרמ"ג

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 11:00 am
דורך יוסלמאן
מרן הרב הקדוש רבי יקתיאל יהודה טייטעלבוים זי"ע, דער הייליגער יטב לב, בן הרה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע, איז געבוירן געווארן בשנת תקס"ח.

כ'הייב נאר אן און דער עולם ווערט געבעטן זיך משתתף צו זיין.

דער יטב לב איז געווען דער ערשטער רבי, רב און ראש ישיבה. ער האט געפראוועט חסידות און אין די זעלבע צייט איז ער געווען א רב וראש ישיבה אויף א גרויסן פארנעם.

דער יטב לב איז געווען פון די אריות שבחבורה אין די צייטן פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע און איז געווען פון די לעצטע וואס האבן געהערט צו די פארצייטישע רבי'ס.

ס'איז דא אסאך אינטערסאנטע ענינים פונעם יטב לב מיט די בחורי הישיבות. אחת מני אלף וואס כ'האב געהערט פון נכדו כ"ק מהר"א שליט"א. אין א ערב ראש השנה איז א בחור געווען זייער הונגעריג האט ער זיך צוגעכאפט צו די פרישע רינידיגע חלות וואס איז געווען אנגעגרייט לכבוד יום טוב.

דער יטב לב האט באמערקט אז מ'האט צוגענומען די חלות האט ער אויסגעפרעגט די בחורים און מ'האט פארמסר'ט דעם בחור פארן יטב לב, און דער יטב לב האט געלאזט רופן דעם בחור. דער יטב לב האט אים געפרעגט: האסט כאטש איינגעטונקן די חלה אין האניג? האט דער בחור געענטפערט: ניין רבי, כ'האב נישט געדארפט, מים גנובים יומתקו!!!

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 11:09 am
דורך נחמן נתן
ידידינו מוה"ר סעמיטשקע יחי' האט זיך שטארק באפאסט איבער די רבנות שטעלעס פונעם הייליגען ייטב לב זי"ע.
קליקט דא

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 12:35 pm
דורך יוסלמאן
וואס וועט זיין מיטן יטב לב? קיינער האט נישט א סיפור אויף שבת?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 1:35 pm
דורך נחמן נתן
יוסלמאן האט געשריבן:
דער יטב לב איז געווען פון די אריות שבחבורה אין די צייטן פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע און איז געווען פון די לעצטע וואס האבן געהערט צו די פארצייטישע רבי'ס.


?????????????????????

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 8:59 am
דורך יוסלמאן
נחמן נתן האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:
דער יטב לב איז געווען פון די אריות שבחבורה אין די צייטן פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע און איז געווען פון די לעצטע וואס האבן געהערט צו די פארצייטישע רבי'ס.


?????????????????????


יא יא, כ'האב נאר געשריבן פון די לעצטע ווייל ס'איז געווען נאך אים אויך אבער זייער ווייניג.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 11:19 am
דורך מיללער
יוסלמאן,
לא כל המרבה בתגובות משובח, אפשר לייגט כאטש אראפ קודם די הגדרות פון א 'פארצייטישע רבי'?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 11:22 am
דורך יוסלמאן
כ'האב נישט קיין צייט צו קיין לאנגע מעשות, כ'בין נישט קיין גוטע שרייבער, אבער די חילוק צווישן א פארצייטישע רבי און א רבי שפעטער ווען די וועלט האט זיך געטוישט ברוחניות ובגשמיות איז הימל און ערד. דער רבי האט געזאגט אז דער לעצטער איז געווען דער הייליגער דברי חיים און דער שינאווער רב האט זיך מיטגעכאפט אויפ'ן וואגן.

לא כל המרבה בתגובת משובח? עה, דא מיינט אז ער האט צופיל צייט!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 11:36 am
דורך מיללער
זיי ביטעשעהן מדייק, דער (סאטמאר) רבי האט גערעדט פון בעלד רוה"ק, מיט קיין 'פארצייטישע רבי' האט דאס נישט קיין שייכות, איך וואלט געקענט באשטיין אז די זאלסט מיר מסביר זיין דעם חילוק אין 'פארצייטישקייט' צוויישען דעם הייליגען ייטב-לב און די אנדערע רביס וואס האבן געלעבט נאך אים, למשל;
שינאווא רב ויוצאי חלציו דער סטראפקובער רב, דער צעשינובער רב אדער ר' משה'לי שינאווער, און ר' לייבוש מרדכי
באבובער רב ר' שלמה הראשון
ר' אלעזר ריישאר
ר' משה'לע ראזוואדובער
דער אהבת ישראל
דער שפת אמת
דער דרכי תשובה
דער אבני נזר
ענד די ליסט גאוס אן, וואס איז די חכמה פון מעסטן גדולים פון איבער 150 יאר צוריק?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 3:13 pm
דורך יוסלמאן
דער יטב לב האט געזאגט אז חודש אלול איז ראשי תיבות א'נשים ל'פנינו ו'נרגיל ל'נו, אז צדיקם זענען אונזערע שליחם מתפלל צו זיין פאר אלעם גוטן.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 3:59 pm
דורך בני יששכר
ווען איך בין געווען אויף זיין ציון קדשו האב איך דארט געטראפן די מנהל פון ישיבה אין קרית יואל הרב יוסף לייב קאהן
האט ער מיר פארציילט אז איינמאהל האט דער ייטב לב געטייטשט אתה בחרתנו די האסט מיך געמאכט פאר א בחור בעט איך דיר והאשיאנו מאך אינז חתונה.
איינמאהל יו"כ אויפדערנאכט איז א בחור ציגעגאנגען צים ייטב לב נאך א ברכה
האט אים דער ייטב לב אנגעוויטשען א גיטן שידוך
האט זיך דער בחור אנגערופן אז נישט דאס ווינטש מען יו"כ אויפדערנאכט ער דארף א בעסערע ברכה
האט זיך דער ייטב לב אנגעריפן "אל תהי' ברכת כלה הדיוט בעניך"

ער האט עס מיר פארציילט אלול און תשרי בין איך א חתן געווארן
צדיקים פלעגן משפיע זיין מיט א מעשה פון א פאריגע צדיק אזוי ווי דער "בני יששכר" טייטש אופן פסוק אין פרשת עקב זי"ע

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 11:58 am
דורך יוסלמאן
ס'געווען א קליין בחור'ל וואס איז געקומען לערנען קיין סיגוט. איינער האט אים גע'מסרט ביי זיין פאטער אז ער לערנט גאר שוואך. דער פאטער האט אים געשיקט א בריוו אז ער זאל אים צוריקשרייבן וואו ער לערנט און דער רבי -- דער יטב לב - זאל צושרייבן דערויף, אזוי וועט ער וויסן דעם אמת.

פונקט איז דער בחור געקראכן אויפ'ן בוים אין הויף לעבן ביהמד"ר ווען דער יטב לב איז אדורך. דעם בחור איז שלעכט געווארן, ער דארף ברענגן פארן רבין דעם בריו צו שרייבן פארן טאטען און דא זעהט ער אים קריכן אויפ'ן בוים.

בלית ברירה איז אבער דער בחור אריין מיטן בריוו צום רבין און ער בעט אז די רבי זאל צושרייבן אפאר ווערטער ווייל זיין טאטע וויל וויסן וויאזוי ער לערנט. נו, דא קריכט ער אויף ביימער און גיי שרייב אז ער לערנט פלייסיג?! האט דער יטב לב צוגעשריבן: בנך עולה מעלה מעלה...

שמעתי מנכדו כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 12:13 pm
דורך badatz
ב''ה
מן השמים רחמו עלינו ...ושלחו את הייט''ב לב להונגרי' שהי' מבחירי ומושלמי האדמורי''ם והקים ישיבה
לתפארת עד שכתבו על המצבה הניח תלמידים הגונים .וע''י חסידי מארמאראש שהיו חסידים אך רובם לא לומדי תורה וע''י הייט''ל הם שלחו ילדיהם ללמוד לסיגוט ונעשו ת''ח וזה שינה את כל המציאות .וכן ע''י גדולי תלמידי המהר''מ שי''ק שבאו לשמוע דרשותיו התקרבו לחסידות . וארון אחרון חביב וזה כמעט העיקר
שהערוגת הבושם התקרב ע''י לחסידות [עד שנתן לבן אחד השם יקותיא' יודא ]וכל החסידישע בע''ב שוחטים
ומורי הוראות היו תלמידיו כידוע .וספריו הקדושים עד היום הם מיסודי החסידות בלול מלומדות חסידות וקבלה .ממש אין כדמיונו .זכותו הקדוש יגן עלינו ונזכה לכתיבה וחתימה טובה ולשנה טובה ומתוקה .

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 12:18 pm
דורך יאסל
בני יששכר האט געשריבן:ווען איך בין געווען אויף זיין ציון קדשו האב איך דארט געטראפן די מנהל פון ישיבה אין קרית יואל הרב יוסף לייב קאהן
האט ער מיר פארציילט אז איינמאהל האט דער ייטב לב געטייטשט אתה בחרתנו די האסט מיך געמאכט פאר א בחור בעט איך דיר והאשיאנו מאך אינז חתונה.

איך האב אמאל זוכה געווען צי הערן דאס ווארט פון הרב יוסף לייב'ס פאטער דער סענדדשארדשער רבי ז"ל.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 1:23 pm
דורך ביקסאד
badatz האט געשריבן:ב''ה
מן השמים רחמו עלינו ...ושלחו את הייט''ב לב להונגרי' שהי' מבחירי ומושלמי האדמורי''ם והקים ישיבה
לתפארת עד שכתבו על המצבה הניח תלמידים הגונים .

על פי צוואתו.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 1:47 pm
דורך בני יששכר
דער ייטב לב האט אלס מתפלל געווען אויף זיינע תלמידים מען זעט כמעט נישט אז א תלמיד פון ישיבה זאל נפטר ווערן
משא"כ זעהט מען ביי דער חתם סופר איז דא אסאך הספדים אויף בחורים פון ישיבה

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 1:58 pm
דורך יוסלמאן
מ'זאגט אז קיין איינער איז נישט נפטר געווארן.

ס'איז דא וואס זאגן אז ער האט געהייסן שרייבן אויפ'ן מציבה "העמיד תלמידים הגונים וישרים" אז ס'זאל מחייב זיין די תלמידים.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:05 pm
דורך מיללער
בני יששכר האט געשריבן:דער ייטב לב האט אלס מתפלל געווען אויף זיינע תלמידים מען זעט כמעט נישט אז א תלמיד פון ישיבה זאל נפטר ווערן
משא"כ זעהט מען ביי דער חתם סופר איז דא אסאך הספדים אויף בחורים פון ישיבה


א מין ברייטקייט, נאך צו פארגלייכען צום חת"ס און מיען א פאראלעל, מ'ברויך פלייצעס צו דעם.

זאג נאר, דער ייט"ל האט געדרוקט זיינע הספידים בכלל? און האסט געמאכט א חשבון וויפיל הספידים דער חת"ס האט געזאגט אויף בחורים אז דו שרייבסט "אסאך הספדים" דאס איז שוין חוץ מזה וואס דער ווארט 'אסאך' איז א רעלאטיווע טערמין.

הזהרו בדבריכם.

-

אז מ'רעדט איבער תלמידים פונעם הייליגען ייטב לב זצ"ל, איך האב אמאל געזעהן א בילד פון א מציבה ערגעצוואו דא אין אמעריקא פון א איד ר' משה יוסף וויינבערגער ע"ה וואס אויף די מציבה איז איינגעקריצט אז ער איז געווען א תלמיד פונעם ייט"ל, ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם איד?

א זוכעניש אויף גוגל בוקס צייגט מיר אז הרב גליקמאן אין זיין חיבור 'מפיהם ומפי כתבם ברענגט אזא נאמען אפשר האט איינער דעם ספר נאכצוקוקען?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:09 pm
דורך יהיה כן
יוסלמאן האט געשריבן:דער יטב לב האט געזאגט אז חודש אלול איז ראשי תיבות א'נשים ל'פנינו ו'נרגיל ל'נו, אז צדיקם זענען אונזערע שליחם מתפלל צו זיין פאר אלעם גוטן.

שטייט אין זיין ספר 'ייטב פנים' (מאמר שירת דודי אות ז') עיי"ש בכמה אופנים אלו"ל ר"ת נ'שלחה א'נשים ל'פנינו ו'יחפרו ל'נו (דברים א כב)

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:09 pm
דורך יוסלמאן
כמדודמה לי אז מ'האמיר שוין געזעהן א מציבה וואו ס'שטייט אז ער איז געווען א תלמיד פון יטב לב. אפשר אין מאונט ציון, כ'בין נישט זיכער.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:10 pm
דורך יהיה כן
יוסלמאן האט געשריבן:מרן הרב הקדוש רבי יקתיאל יהודה טייטעלבוים זי"ע, דער הייליגער יטב לב, בן הרה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע, איז געבוירן געווארן בשנת תקס"ח.

כ'הייב נאר אן און דער עולם ווערט געבעטן זיך משתתף צו זיין.

דער יטב לב איז געווען דער ערשטער רבי, רב און ראש ישיבה. ער האט געפראוועט חסידות און אין די זעלבע צייט איז ער געווען א רב וראש ישיבה אויף א גרויסן פארנעם.


לאו דוקא, דער רבי ר' שמעלקא זי"ע האט אויך געהאט א גרויסע ישיבה, און איז געווען א רבי און א רב

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:12 pm
דורך badatz
ביקסאד האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה
מן השמים רחמו עלינו ...ושלחו את הייט''ב לב להונגרי' שהי' מבחירי ומושלמי האדמורי''ם והקים ישיבה
לתפארת עד שכתבו על המצבה הניח תלמידים הגונים .

על פי צוואתו.

ב''ה
ידעתי בני ידעתי שעל פי צוואתו .רציתי רק להדגיש שזה הי אחד מעיקר הדברים שבא לעולם הזה התחתון
לתקן ולפעול עד שהדגישו את זה וכמובן ע''פ צוויו .אם הי' נשאר בגלצי' מעולם לא הי' מצליח בזה כידוע.
לכל אחד יש מטרה למה שבא לתקן בעולם העשי' . והעיקר שצריך לדעת ולהרגיש מה חובתו בעולמו .
ועיין בספה''ק נועם אלימלך פרשת נח שכן בכל דור ודור יש מצוה מיוחדת ומרן אדמו''ר מהר''א אמר בדרשתו בכ''ח אדר תש''ד שבזמה''ז יש ג' דברים והעיקר הוא חינוך הבנים .

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:12 pm
דורך יוסלמאן
איז דער רבי ר' שמעלקא'ס ישיבה נישט געווען נאר פאר געהויבענע תלמידים? נישט ח"ו צו פארגלייכן אבער ס'איז נישט געווען קיין פשוטע ישיבה. כ'גערעכט?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:17 pm
דורך יהיה כן
מיללער האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:דער ייטב לב האט אלס מתפלל געווען אויף זיינע תלמידים מען זעט כמעט נישט אז א תלמיד פון ישיבה זאל נפטר ווערן
[b]
אז מ'רעדט איבער תלמידים פונעם הייליגען ייטב לב זצ"ל, איך האב אמאל געזעהן א בילד פון א מציבה ערגעצוואו דא אין אמעריקא פון א איד ר' משה יוסף וויינבערגער ע"ה וואס אויף די מציבה איז איינגעקריצט אז ער איז געווען א תלמיד פונעם ייט"ל, ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם איד?

א זוכעניש אויף גוגל בוקס צייגט מיר אז הרב גליקמאן אין זיין חיבור 'מפיהם ומפי כתבם ברענגט אזא נאמען אפשר האט איינער דעם ספר נאכצוקוקען?


מיש נישט!!
דער משה יוסף וויינבערגער פון מפיהם ומפי כתבם, איז אקארשט אוועק, אינגאנצן עטליכע יאר צוריק, דאכצעך ער האט געוואינט אין טאהש און איז געווען א שוואגער (אדער א קוזין מצד זוגתו) מיט הגה"צ ר' אליעזר פיש אב"ד האדאס סאלקא, דער ייטב לב איז שוין אוועק פאר קארגע 125 יאר צוריק....!!!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:20 pm
דורך מיללער
יהי' קאהן,
איך האב פרובירט מיין מזל, איך האב דאך נישט דעם ספר, האב איך געמיינט אז ער ציטירט א 'מפי כתבם' פון א פריערדיגער בעל מספר, נישט איז נישט, צוריק צום ייט"ב לב, ווער איז דער אמעריקאנער תלמיד געווען?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:20 pm
דורך יהיה כן
יוסלמאן האט געשריבן:איז דער רבי ר' שמעלקא'ס ישיבה נישט געווען נאר פאר געהויבענע תלמידים? נישט ח"ו צו פארגלייכן אבער ס'איז נישט געווען קיין פשוטע ישיבה. כ'גערעכט?


אה מיינסט צי זאגן דער ערשטער רבי און ראש ישיבה פאר 'פשוטע' נישט געהויבענע תלמידים........., עפעס שטימט עס נישט מיט די הגדרה 'פון די לעצטע 'פארצייטישע' רבי'ס...