בלאט 2 פון 10

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 1:38 pm
דורך והוא פלאי
במחכ"ת החלפת צאנז בשינאווא

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 4:18 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
בני ונכדי הרה"ק מגארליץ ציזאמגענימען פון וויקי און דברי ברוך און דברי נפתלי ועוד (ס'איז דא גרייזן ווער ס'מערקט זאל פארעכטן)

רבי משה מבארדיוב זוגתו מרת רחל פייגא בת דודו רבי אהרן הלברשטאם, דער קרייזער רב.
• רבי יחיאל נתן מ"מ אביו בבארדיוב (ז' ניסן ה'תרצ"ד) זוגתו מרת ברכה רעכל בריינדל בת רבי אריה לייביש הלברשטאם (בן הר"ד מקשאנוב) אב"ד דוקלא.
• רבי שמואל הי"ד מבארדיוב זוגתו מרת פעסיל בת רבי רבי מאיר ליפשיץ, פון יאנאוו.
• רבי אריה לייביש הי"ד ממושינא זוגתו בת רבי שמואל רוקח, רב דק"ק סקאהל.
• רבי יהושע הי"ד אב"ד דאלינא זוגתו מרת רבקה בתו היחידה של רבי יהודה צבי הירש אייכנשטיין, אבד"ק דאלינא.
• רבי יצחק בארדיובער רב אין בארה"ב (ערב ראש השנה כ"ט אלול ה'תש"ג)
• רבי יקותיאל יהודה , פון בארדיוב
• מרת פעסיל הי"ד, בעלה רבי חנה הלברשטאם הי"ד אבד"ק קאלאשיץ (י"ח תשרי ה'תש"ג)
• מרת חיה הי"ד, בעלה רבי אפרים הלברשטאם הי"ד, (בן הרא"ל אבד"ק צאנז)
• מרת שרה (ב' אלול ה'תרצ"ז) בעלה רבי נפתלי צבי אונגאר מבארדיוב (ט"ז אב ה'תש"ב)

רבי צבי הירש מרודניק זוגתו בזיוו"ר בת רבי ישראל אבד"ק בארנוב זוגתו בזיוו"ש בת רבי מאיר משולם שפירא מלאנצוט
מזיוו"ר
• רבי נפתלי הלברשטאם אב"ד רודניק.
• מרת חי' רחל בעלה רבי אליעזר ליפא זילבערמאן מראצפערט
• מרת פעסיל בעלה בזיוו"ר רבי משה הלברשטאם (ב"ר אשר מאיר מבאכניא) בזיוו"ש בן רבי שלום מפשיטיק
מזיוו"ש
• רבי אברהם אב"ד רודניק
• רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם אבד"ק קלויזענבורג זוגתו בזיוו"ר בת רבי חיים צבי טייטלבוים אבד"ק סיגוט בזיוו"ש בת רבי שמואל דוד אונגאר אבד"ק נייטרא

רבי שלום אבד"ק ניסקא זוגתו בת רבי משה יוסף טייטלבוים אב"ד אוהעל
• רבי חיים בנציון זוגתו בת רבי נפתלי הלברשטאם אב"ד קשאנוב
• רבי מנחם
• רבי יהושע
• מרת?? בעלה רבי מנשה יחזקאל פרענקל תאומים מלימנוב

רבי אלישע אבד"ק גארליץ זוגתו יוכבד רבקה בת רבי מרדכי דוב טווערסקי מהארנסטייפל
• רבי צבי מנחם מענדל (ה'תשכ"ז) ארה"ב זוגתו מרת חנה מינדל בת רבי מנשה מאריליעס, אב"ד דיבעצק.
• רבי נפתלי חיים מגארליץ. גבאי כולל חבת ירושלים גאליציע.
• רבי דוד משה , אדמו"ר מדינוב ארה"ב (ה'תשל"א) זוגתו מרת ביילא בת רבי יוסף שפירא אבד"ק דינוב
• רבי אהרן , גארליץ - וויעליטשקא רבי בארה"ב.
• רבי יחזקאל שרגא מגארליץ ארה"ב זוגתו בת רבי שמואל שפירא אבד"ק רעדים
• רבי מרדכי דוב (בירושלים כ' תשרי ה'תשל"ט)
• רבי ברוך האדמו"ר מגארליץ בני ברק זוגתו בת רבי ישכר שלמה טייכטאהל אבד"ק פישטיאן
• מרת רחל פייגא בעלה רבי יצחק שפירא מטיסמעניץ
• מרת ברכה בעלה רבי ברוך משה פרנס
• מרת מרים לאה בעלה רבי זלמן הלברשטאם
• מרת נחמה

רבי סיני אבד"ק ז'מיגראד וזוגתו רחמה בת רבי נפתלי הורוויץ אבד"ק מעליץ
• רבי חיים יהודה (ראב"ד אושפיצין) זוגתו חי' בת רבי יהושע פנחס באמבאך אבד"ק אושפיצין
• רבי אברהם אביש הלברשטאם מסאטמאר זוגתו ריזשא רייזל בת רבי חנוך העניך אבד"ק אינטערדאם נאסויד
• רבי יעקב הלברשטאם אב"ד טשאקאווא זוגתו אידל דינה בת רבי שלום מאסקאוויטש אבד"ק שאץ
• רבי דוד דומ"ץ דק"ק סאסנובצא זוגתו גיטל בת רבי יחזקאל ראבינאוויץ האדמו"ר מראדאמסק
• רבי אהרן אבד"ק אושיק זמיגראד זוגתו רחל מרים בת רבי חיים ברוך אבד"ק ווישניצא
• רבי יחזקאל שרגא מרידיק זוגתו רבקה בת רבי פנחס נתן סאפרין האדמו"ר מרידיק
• רבי ברוך אב"ד זאקליקוב זוגתו לאה בת רבי דוב בעריש וויידענפעלד אבד"ק טשעבין
• רבי ישראל אבד"ק זמיגראד ארה"ב
• רבי ארי' לייביש אבד"ק זמיגראד ב"ב
• מרת פעסיל בעלה רבי ברוך הלברשטאם אבד"ק גריבוב
• מרת רייזל שרה בעלה רבי יעקב מאסקאוויטש משאץ

מרת חנה בעלה רבי משה יהודה לייב שפירא אב"ד סטריזוב
• רבי נחמי' אב"ד סאסוב וסטריזוב
• מרת חיה חשא בעלה רבי שלמה טייטלבוים ראב"ד גארליץ.
• מרת יוטא בעלה בזיוו"ר רבי אלטער אליעזר הורוויץ מבייטש, בזיוו"ש רבי נתן דוד ראבינאוויץ אבד"ק פארציווא.
• מרת מינדל בעלה רבי ישראל חיים שפירא אבד"ק בערטש.
• מרת פעסיל בעלה רבי משה צבי הלוי ראטטענבערג, מוויליאן.
• מרת מלכה נחמה.

מרת יוכבד רבקה בעלה רבי ארי' לייביש טייטלבוים מרודניק אבד"ק קרעשוב
• רבי בנימין הלברשטאם פון לאס אנגעלעס.
• מרת פעסיל בעלה רבי נפתלי טייטלבוים.
• מרת מרים בעלה רבי פנחס יוסף דאכנער.

מרת רייזל בעלה בזיוו"ר רבי משה אייכנשטיין בן רבי סנדר ליפא מזידיטשוב, בזיוו"ש רבי פנחס חדרוב אב"ד זעביא, בזיוו"ש רבי יהודה ארי' אלתר האדמו"ר שפת אמת מ'גור
מזיוו"ש
• רבי שלום מנחם זוגתו מרת מרים בת רבי שמעלקי פילצער

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 7:20 pm
דורך מיללער
יישר כח אלד,
צוויי הערות, אחרי עברי בין בתרי תגובתך במהירות, דער ר' בנימין האלבערשטאם ב"ר ארי' ליייבוש טייטלבוים מרידניק חתן ר' ברוך מגארליץ
שרייבסטו 'מלאס אנזשעלעס' לא ידעתי שהיה בל"א, אבל כדאי לציין שמנו"כ בארה"ב ומצבתו נמצא באתר קברים, יש לציין כי היה בא"ב להארי' דבי עילעא ונשתנה שמם מליפשיץ לט"ב ואח"כ להלברשטאם.
ר' פנחס אב"ד זעביא היה נכדו של ר' פנחס מקוריץ בא"ב, נעקד"ה הי"ד, הניח כתבים מזקינו שנדפסו בתוך ספר 'אמרי פנחס' השלם, אז ממילא מסתבר שמרת רייזל בת ר' ברוך גארליץ היתה זיווגו עד השואה, והשפת אמת היה זיווגה השני, או שהשפת אמת היה בעל בת אחרת.
יש לברר.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 8:20 pm
דורך והוא פלאי
אין ל"א האט געוואוינט ר' הערשעלע ה"ש וואס האט זיך גערופען רודניקער רבי, א פלימעניק פון קלז"ב רב (א זון פון זיין ברודער ר' אברהם) אן איידעם ביים סלאטפינער רב.
ר' ימלע (ווי מען האט אים גערופען) האט געוואוינט אין די וועסט סייד. ער איז דא געווען פאר די קריג.
בנוגע אשתו של השפ"א היא היתה אשתו של ר' פנחס חאדראוו הנ"ל, והי' לה ממנה בן ר' שלום מנחם מטארנא ובת חנה שנישאת למשפחת היילפרין בערזאן. ואח"כ כשנתאלמנה מהשפ"א נשארה לגור שם' עד יומה האחרון.
דער בעל אמרי פנחס איז א ר' מנחם שלום'ס זון, און אזוי ארום האט ער געהאט שייכות מייט די גערער כתבים. ליין גוט די הקדמה

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 8:29 pm
דורך והוא פלאי
צוויי טעותים האב איך באמערקט מקופיא
די גריבובער רבצין האט געהייסען רייזעל
ביים ניסקא רב פעלט לכאו' אן איידעם זיין מ"מ ברבנות ר' אלעזר רובין דעם ווישניצער רב'ס

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 9:04 am
דורך שישא
מיללער האט געשריבן: עי' בספר דברי ברוך להחוקר הנפלא הרב גערטנער מבאבוב,.


אנטשולדיג אבער איר מישט, דעם דברי ברוך האט ארויסגעגעבן א צווייטער איד א קלויזעבורגער

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 9:24 am
דורך badatz
שישא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן: עי' בספר דברי ברוך להחוקר הנפלא הרב גערטנער מבאבוב,.


אנטשולדיג אבער איר מישט, דעם דברי ברוך האט ארויסגעגעבן א צווייטער איד א קלויזעבורגער

ב''ה
הדברי ברוך חיבר הבנש''ק הרב ר'אליעזר ליפא הלוי זילברמאן בן הרה''ח ר' משה מזקני חסידי בעלז

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 9:28 am
דורך badatz
ב''ה
כבוד הזקן ...זה שקנה חכמה.. מעיר הבירה וויליאמסבורג
נתת להרבה טיטול אב''ד ורבנות במקום שבקושי גרו שם .

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 9:44 am
דורך מיללער
והוא פלאי האט געשריבן:בנוגע אשתו של השפ"א היא היתה אשתו של ר' פנחס חאדראוו הנ"ל, והי' לה ממנה בן ר' שלום מנחם מטארנא ובת חנה שנישאת למשפחת היילפרין בערזאן. ואח"כ כשנתאלמנה מהשפ"א נשארה לגור שם' עד יומה האחרון.
דער בעל אמרי פנחס איז א ר' מנחם שלום'ס זון, און אזוי ארום האט ער געהאט שייכות מייט די גערער כתבים. ליין גוט די הקדמה


איז נאכאמאל הרב פלאי,
זי איז געווען קודם אשת ר' פנחס חודרוב מזעביא און דערנאך אשת השפ"א, וואס איז געווען מיט ר' פנחס איז ער נישט אוועק אין די קריג?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 9:56 am
דורך badatz
מיללער האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:בנוגע אשתו של השפ"א היא היתה אשתו של ר' פנחס חאדראוו הנ"ל, והי' לה ממנה בן ר' שלום מנחם מטארנא ובת חנה שנישאת למשפחת היילפרין בערזאן. ואח"כ כשנתאלמנה מהשפ"א נשארה לגור שם' עד יומה האחרון.
דער בעל אמרי פנחס איז א ר' מנחם שלום'ס זון, און אזוי ארום האט ער געהאט שייכות מייט די גערער כתבים. ליין גוט די הקדמה


איז נאכאמאל הרב פלאי,
זי איז געווען קודם אשת ר' פנחס חודרוב מזעביא און דערנאך אשת השפ"א, וואס איז געווען מיט ר' פנחס איז ער נישט אוועק אין די קריג?

ב''ה
עהר ליגט אין גארליץ לעבען גארליצער רב .
השפ''א התחתן עוד בחיי הרה''ק מגארליץ כידוע .אך לא התראו אחר החתונה הרה''צ ר' יושעלע טאמאשאווער הי' אצל השפ''א אחר השידוך .
ונכדה הוא שהי' לו נוסח אחד מכתבי הרה''ק ר' פינחס מקאריץ זי''ע ראה שם בהקדמת הספר .

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:03 am
דורך והוא פלאי
פארוואס זענען מענשטען פויל צו מאכען א נייתי ספר ונחזה (בין איך שוין קעגן די תקנות?)
איך געדענק, אבער דער וואס נישט זאל נאכקוקן, עי' באמרי פנחס מהדורת מישור, שיש שם מכתב מאותו ר' פנחס בעל אמרי פנחס, וחותם בן ר' מנחם שלמה או שלמה מנחם מטארנא, בן ר' פנחס זה הנידון כאן, וחותם ג"כ שאמו היינו אשת ר' פנחס אמו של הר' מנחם היא ריזל אשת השפת אמת,
וגם מבואר שם שלגור הי' שייכות להכת"י,
מיר האט זיך געדאכט אז איך האב עס קלאר ארויסגעשריבן,

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 12:59 pm
דורך סעיגען
והוא פלאי האט געשריבן:צוויי טעותים האב איך באמערקט מקופיא
די גריבובער רבצין האט געהייסען רייזעל
ביים ניסקא רב פעלט לכאו' אן איידעם זיין מ"מ ברבנות ר' אלעזר רובין דעם ווישניצער רב'ס

ריכטיג. רייזל שרה איז געווען די רעביצין פון רבי ברוך האלבערשטאם זצ"ל הי"ד, אב"ד גריבוב (זייער זון איז דער צאנז-גריבובער רבי שליט"א פון בארא פארק).

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 1:06 pm
דורך סעיגען
מיללער האט געשריבן: עי' בספר דברי ברוך...


דער ספר דברי ברוך האט א סך טעותים, טייל פון זיי במזיד. צוליב אן אגענדע אז דער "דברי חיים" האט נישט איבערגעלאזט קיין ממשיך דרך איז אין דעם ספר פאלסיפיצירט געווארן א בריוו פון רבי יהושע'לע בעלזער צו דעם קרייזער רב וואו ער באטיטלט אים אלס "הרב הצדיק מצאנז שליט"א". דער אריגינעלער בריוו איז ערשינען אין דעם קובץ "כרם שלמה" וואו עס איז געווען ריכטיג איבערגעזעצט ככתבו וכלשונו.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 2:17 pm
דורך מיללער
הרב הפלאי, יעצט פארשטיי איך אז מיר האבן גערעדט פון צוויי ר' פנחס, דער זיידע חתן ר"ב מגארליץ און דער אייניקל וועלכער איז אומגעקומען ביים קריג הי"ד.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 2:42 pm
דורך badatz
סעיגען האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן: עי' בספר דברי ברוך...


דער ספר דברי ברוך האט א סך טעותים, טייל פון זיי במזיד. צוליב אן אגענדע אז דער "דברי חיים" האט נישט איבערגעלאזט קיין ממשיך דרך איז אין דעם ספר פאלסיפיצירט געווארן א בריוו פון רבי יהושע'לע בעלזער צו דעם קרייזער רב וואו ער באטיטלט אים אלס "הרב הצדיק מצאנז שליט"א". דער אריגינעלער בריוו איז ערשינען אין דעם קובץ "כרם שלמה" וואו עס איז געווען ריכטיג איבערגעזעצט ככתבו וכלשונו.

ב''ה
ידידי יקירי שיחי'
הרחב נא הדיבור ע''ז . ואם יש ביכלתך להביא קאפי מהמכתב אהי' לך אסיר תודה .
איזהוא חכם הלומד מכל אדם . מכל מלמדי השכלתי .
תודה מראש
בד''ץ

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 5:15 pm
דורך סעיגען
איך פארמאג נישט קיין סקען-מעגליכקייטן, בד"צ, דעריבער וועט מיר זיין אוממעגליך ארויפצושטעלן דא א קאפיע.
ווי כ'האב געשריבן איז דער מדובר פון א בריוו וואס רבי יהושע'לע בעלזער האט געשריבן צו רבי ברוך גארליצער, און ער שרייבט דארטן אז ער זאל איבערגעבן א גריס פאר "מח' הרב הצדיק מצאנז שליט"א" - דאס איז, כמובן, דער "קרייזער רב", רבי אהרן האלבערשטאם, א זון און דער ממלא מקום פון זיין טאטן דער "דברי חיים".
דער בריוו איז געדרוקט געווארן אין דעם באבובער קובץ "כרם שלמה", און איז דארטן ריכטיג איבערגעדרוקט געווארן. אין "דברי ברוך" ווערן די ווערטער געדרוקט אזוי: "מח' הרב הצדיק שליט"א" - ארויסלאזנדיג דעם מקום פון זיין רבנות, צאנז.
ברוב טובם צייכנען זיי אן א הערה דארטן אויפ'ן פלאץ און זיי שרייבן: "ה"ה הרה"ק מקרייז-צאנז", ווי כאילו "קרייז-צאנז" איז עפעס א באזונדערע גזע, און דער "צאנזער" גזע האט זיך טראגיש געענדיגט נאכ'ן "דברי חיים". (ומכאן אז א מחדש פון דעם נאמען "צאנז" איז א בלויזער מציל מזוטו של ים...)
ולפלא, אלס מקור צו דעם בריוו צייכענען זיי צו צו דעם אויבנדערמאנטן קובץ כרם שלמה וואו עס איז געדרוקט געווארן אן קיינע זיופים.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 8:41 pm
דורך שישא
רעדענדיג פונעם ספר דברי ברוך האב איך געוויסט אז עס וועט נאך אנקומען צום אומבאטעמט נושא איבער קרייז-צאנז.
בעסער פרעגט נישט, ווען איר זאגט די ווארט "קרייז-צאנז" טוט איר וויי פאר א גאנצען שלשלת, ותוצאותיו מי ישורנו. ראו הזהרנוכם!

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2009 12:08 am
דורך והוא פלאי
איך פארשטיי נישט דעם פלפול, און דער מחלוקת
עס איז קיינער אין דער וועל נישט מסופק אדער מכחיש אז דער קרייז רב איז געווען צאנזער רב נאך די פטירה פון ד"ח, ואחריו בנו ר' ליבוש, ואחריו בנו ר' מרדכי זאב
עס איז קיינער אין דער וועלט נישט מסופק ממילא אז דער שושלת רבנים זענען געווען אב"ד צאנז
עס איז קיינער אין דער וועלט נישט מסופק אדער מכחיש, אז ווען מען זאגט צאנזער רב איז איינער מסופק וועלכע פון די פיר מען מיינט, אויפן זעלבען אופן ווי ווען מען זאגט נאך סתם א ווארט פון בעלזער רב, ווייסט מען נישט
מען האט אלעמאל געוויסט אז זיי זענען געווען די רבנים און צאנז, און מען האט צו זיי געשריבן אב"ד צאנז, אבער זיי זענען נישט געווען שגור בפי העולם אפי' בימיהם אלץ צאנזער רב, דעם קרייז רב האט מען גערופען דער קרייז רב, ר' ליבוש האט דער וועלט גערופען דער גריבעווער רב, וכן בנו ר' מרדכי זאב
עס איז קיינער אין דער וועלט נישט מסופק אין די קדושה פון קרייז רב והשושלת הקודש של אחריו
עס איז קיינער אין דער וועלט נישט מסופק אז דער קרייז רב איז נישט געווען דער ממלא מקום אין רבי'סטיווע פון זיין טאטע, נישט חלילה ווייל ער איז נישט געווען גרויס, נאר מעשה שהי' כך הי'
עס איז קיינער אין דער וועלט נישט מסופק, אז דער קרייז רב בכלל, האט נישט מתנהג געווען באדמורו"ת אויפן גרויסען פארנעם, צו מחמת ענוות קודש, צו מחמת אזוי איז געווען אנגעשריבן בספרא דאדם קדמאה
עס איז קיינער נישט מסופק אז ר' ליבוש איז געווען א לאקאלע רבי, אבער איז נישט געווען פאררעכנט אלץ דער עיקר ממשיך באדמורו"ת פון צאנז, וכן בנו ר' מרדכי זאב
דער קלויזענבורגער רב, האט זיך גערופען צאנז קלויזענבורג, צו צייגן אז בדרך עבודה אדער אדמורו"ת האט אן המשכה קיין צאנז,
דער גריבאווער רבי יבלח"ט האט נאך דעמאלטס נישט געהאט אפילו א ביהמ"ד
און דער קלויזענבורגער רב, האט מען אויך עכ"פ בארה"ב נישט גערופען צאנז,
וא"כ צ"ע מה בדיוק נקודת הפלפול?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2009 12:27 am
דורך סעיגען
פלאי, דו ביסט הונדערט פראצענט גערעכט. עס זעט אבער דאך אויס אז דער מחבר פון "דברי ברוך" האט זיך געשפירט באדראעט פון דעם פאקט אז רבי יהושע'לע בעלזער באטיטלט דעם קרייזער רב אלס "הרה"צ מצאנז" און דעריבער האט ער עס פאלסיפיצירט.
איך בין בכלל נישט אויסן זיך מפלפל צו זיין צי דער קלויזנבורגער רב האט געהאט רעכט זיך צו רופן "צאנז" - אזעלכע פילפולים זענען געווענליך קינדיש און לעכערליך. איך האב בלויז אנגעוויזן אז דער מחבר פון "דברי ברוך" האט געפעלשט א בריוו צוליב ענגע פאליטישע אינטערעסן.
אגב, טראץ דיינע ריכטיגע פונקטן, פלאי, האט זיך קהילת קלויזנבורג אויך געשפירט באדראעט פון דעם בריוו. אין א ביכל וואס זיי האבן ארויסגעגעבן צו א חתונה בחצר רבם (דוכט זיך נאך פאר דער "דברי ברוך" איז געדרוקט געווארן) האבן זיי אויך פאלסיפיצירט דעם זעלבן בריוו .

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2009 5:03 am
דורך פארצייטישע
סעיגען האט געשריבן:אגב, טראץ דיינע ריכטיגע פונקטן, פלאי, האט זיך קהילת קלויזנבורג אויך געשפירט באדראעט פון דעם בריוו. אין א ביכל וואס זיי האבן ארויסגעגעבן צו א חתונה בחצר רבם (דוכט זיך נאך פאר דער "דברי ברוך" איז געדרוקט געווארן) האבן זיי אויך פאלסיפיצירט דעם זעלבן בריוו .


לויט ווי דו זאגסט, קען מען מלמד זכות זיין אויף דער מחבר פון דברי ברוך אז ער האט מעתיק געווען דעם בריוו פון דעם ביכל וואס דו דערמאנסט. און ער איז נישט צוריקגעגאנגען צום מקור אין כרם שלמה און איבערגעקוקט יעדעס ווארט.

הוי דן את כל האדם לכף זכות

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2009 12:11 pm
דורך סעיגען
דער "דברי ברוך" צייכנט צו אלס זיין מקור דעם קובץ "כרם שלמה".

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2009 12:17 pm
דורך סעיגען
והוא פלאי האט געשריבן:דער גריבאווער רבי יבלח"ט האט נאך דעמאלטס נישט געהאט אפילו א ביהמ"ד


ווען האט דער גריבובער רבי געעפנט זיין ביהמ"ד? און וואס האט ער געטאן פארדעם?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2009 12:21 pm
דורך מיללער
דער גריבובער רבי איז דער יו"ר פון 'מכון יוחסין' וועלכע טוט שוין יארען לאנג אין די נושא פון נאכגיין יחוס און גענעלאגיע, היינט מיט די טעכניק איז דאס שוין נישט אזא גרויסע קונץ אבער אמאל איז ער געווען כמעט א יחיד במינו.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2009 4:17 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
badatz האט געשריבן:ב''ה
כבוד הזקן ...זה שקנה חכמה.. מעיר הבירה וויליאמסבורג
נתת להרבה טיטול אב''ד ורבנות במקום שבקושי גרו שם .

במח"כ כתבתי בתחלה
ציזאמגענימען פון וויקי און דברי ברוך און דברי נפתלי ועוד (ס'איז דא גרייזן ווער ס'מערקט זאל פארעכטן) .


אויך איז אביסל איבערגעטריבן וואס די שרייבסט "להרבה", במקום וואס כמעט כולם האבן געוואינט און געטראגן דעם טיטל וואס איך האב געשריבן, און די וואס זיי האבן נישט געוואינט דארט איז נישט קיין ראי' אז זיי זענען נישט געווען רב, ע"ע טשעחוב בולגוריי ועוד, וכעין זה שמעתי מהרב טויב מבאלטימור שהיה מהעיר מוזשאי שהמוזשיער רב לא היה שם מעולם.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2009 5:29 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
אודות הספר דברי ברוך איז ריכטיג וואס "סגן" טענהט אז ער האט חסידות אגענדע, און פארדעם ברצותו מאריך וברצות קוצר ומקצר.

אויך בנוגע די רבנות פון גארליצער רב אין רודניק (בדף ל"ו) איז פארנימען מסביר זיין אז דער גארליצער רב האט געשטעלט בנו רצ"ה במקומו, ווייל ער האט בוחר געווען אין אים ולא באחיו הגדול ר' משה מבארדיוב, וואס ער אליינס במקום אחר שרייבט אז בארדיוב איז געווען א רייכע שטאט וממילא איז נישט געווען קיין סיבה לר' משה לעזוב את הרבנות העשירה במקום עניה, ווידער איז ער מאריך באריכות גדול אודות די רבנות אין גארליץ (בדף מ"א) אז באמת האט דער גארליצער רב געוואלט רצ"ה מרודניק, און בנשימה אחת איז ער מודה אז ר' אלישע איז שוין געווען רב הצעיר בחיי אביו. ווי אויך איז ער מאריך אז וויבאלד דער גארליצער רב שרייבט אין א בריוו לבנו רצ"ה שתרומם קרנך למעלה איז א סימן אז כי בו בחר, למעשה איז די לשון רגיל ביי די בריוון וואס גארליצער רב שרייבט פאר אסאך אנדערע.

איך האב שוין אויבן געברענגט קצת ווי ער האט פארדרייט די יארן ווען גארליצער רב איז געווארן רב אין רודניק און אין גארליץ, (סתם אזוי בלי אגענדע כן נ"ל), במקום וואס ער האט געקענט ארויסנעמען א לוח און נאכקיקען, האב איך שוין אויך געוואלט פארצייכענען נאך אפאר בלאדשקעס דארט, ער שרייבט (בדף הראשון) אז דער גארליצער רב איז געבוירן בשנת תקפ"ט (וואס שטימט עפ"י המצבה), און ער שרייבט (בדף כ"ב) אז ער האט חתונה געהאט עם בת הייטב לב בשנת תר"ו-תר"ט, נמצא אז ער איז געווען ווייניגסטנס 17 יאר, ואח"כ במקו"א (בדף שי"ז) ברענגט ער אזוי מעשה אז ביים ייטב לב איז געקימען איינער א למדן, ווען דער גארליצער רב איז געווען סמוך על שלחן חותנו, און די ייטב לב האט זיך מיט דעם למדן משתשע געווען בד"ת, און דער גארליצער רב איז ארויס און פארקלאפט די טוהר, ואח"כ נתברר אז דער למדן הנ"ל היה מסיונר, און ער ענדיגט צי בשם הרב מקלוזענבורג אז דער גארליצער רב איז געווען מערסטענס 14 15 יאר אלט.

בדף ס"ב הערה כ"ז שרייבט ער אזוי, "שמעתי מכ"ק דו"ז מרן אדמו"ר הגה"ק זי"ע שמרן (מצאנז) אמר אז (כשחלה בשנת תרכ"א) עשיתי חשבון הנפש וראיתי שביני לבין החכם צבי חסר כנימא אחת והמרמר חוט השערה" "וכן היא בכתבי הגה"ק מזמיגראד שמרן אמר אז חוט השערה" עכ"ל, ס'איז מיר געווען אינטערסאנט די וועג ווי ער איז מכפיל דעם חוט השערה, האב איך נאכגעקיקט און חמדה גנוזה האב איך געזעהן אז דארט שטייט פארקערט, אז צאנזער רב האט געזאגט אז הענגט אויפן חכם צבי כחוט השערה, (אח"כ שמעתי מחסיד קלויזנבורג שגם הרב מקלויזנבורג סיפר כן, רק שהמחבר דברי ברוך האט פארדרייט זיינע ווערטער וא"י)

ווי אויך איז ער מאריך באריכות אז גארליצער רב האט געהייסען פארן אויף ארץ ישראל, און ער ווידמעט צוויי פרקים אין ספר לכבוד דעם, און פארשטייט זיך ברענגט נישט וואס שטייט אין דברי חנה אז גארליצער רב ווער עס האט געוואלט פארן אויף ארץ ישראל פלעגט ער הייסן פארן אויף אמעריקע, און דער קאלאשיצער רב פלעגט מפליא זיין די רוח הקודש דערפין אז ער האט געזעהן אז די ציונים וכו' גייען זיך משתלט זיין אויף דעם ענין פון ארץ ישראל.