שושלת אוסטראוו-קאלושין

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

שושלת אוסטראוו-קאלושין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

איינע פון די איידעמער ביי הר"ר משה ביק זצ"ל איז הר"ר יעקב יצחק שפיגל שליט"א, האדמו"ר מאוסטרוב קאלישין, אן אייניקל פונעם לובלינער זיע"א ונושא את שמו הקדוש.

וואס איז זיין יוחס עצמו? ווי איז דאס אוסטרוב קאלישין? איז דאס א שטאט? צוויי שטעט? מהיכן מקור מחצבתו?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

די נאמען שפיגעל איז א געטוישטע ארגינעל איז געווען די נאמען רוקח זיי זענען בא"ב פונעם רוקח, אויך זענען זיי נכדי החוזה מלובלין, ר' שמעלקא מניקלשבורג, ר' מרדכי דוד מדאמבראווע, זי"ע.

אביסל וואס איך צוזאמגעקראצט

ר' יעקב יצחק שפיגל
בנו ומ"מ של ר' פנחס אלי' שפיגל אדמו"ר מאסטראוו קאלושין
נולד תרס"ב בווענגרוב פולין, בא לאמעריקא בשנת תרפ"ח, והי' מהיחידים שנשארו בלבוש חסידי של פולין, בתחילה גר בבראנקס ואח"כ בלאנג-ביטש והי' לו ביהמ"ד שם, נפטר בשנת תשמ"ד בן פ"ב שנה, ונטמן בביה"ח בית ישראל בניו דזשערסי ליד אביו, (א באריכט פון זיין לוי' אין אידישע ווארט.

בן ר' נפתלי ארי' שפיגל אדמו"ר מאסטראוו-קאלושין, מנו"כ בביה"ח בית ישראל ניו דזשערסי
בן ר' משה שפיגעל
חתן ר' יעקב יצחק אונגער אדמו"ר מקאלושין וונגרוב
בן ר' אברהם אלחנן אונגער אב"ד קוויף ואפאטשנע ואדמו"ר בקאלושין
בן הרה"ק ר' מרדכי דוד מדאמבראווע

ר' אברהם אלחנן הנ"ל
בזוו"ר חתן ר' קלונימוס קלמן מפאריצק, ב"ר יוסף מטורטשין
ובזוו"ש חתן השרף ממאגלניצא

ווי זענען אונזערע חוקרי רבני אמעריקא זאלן זיי ברענגען בילדער פון די מציבות רבני שפיגעל
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

על ראשון ראשון:

הרב בד"ץ, איך ווייס נישט וואס איר האסט זיך אזוי פארלייגט אויף מיר!
מיינער א באקאנטע האט זיל משדך געווען מיט איינע פון די שפיגלעך, און איך האב געוואלט וויסן די יחוס זייערע. אזויפיל האב איך געוויסט אז ער איז אן אייניקל פונען לובלינער, און אן איידעם ביי הרב ביק זצ"ל, אבער עד כאן! ממילא האב איך געפרעגט מער פרטים!

הרב ביקסאד, א דאנק פארן זיך אנעמען פאר כבודי הרם.

בן הרחמן, א דאנק פאר די יוחס בריוו.

ביים גוגלען האב איך געזען אז אוסטראוו און קאלושין זענען צוויי שטעט און פולין, יעצט פארשטיי איך אז ער האט ממלא מקום געווען סיי די זיידעס פון אוסטראוו (וואס איך ווייס נאכנישט ווער דאס איז) און סיי די זיידעס ר' אברהם אלחנן און ר' יעקב יצחק פון קאלושין.

און וויאזוי זענען זיי אייניקלעך פונעם לובלינער?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

משיח האט געשריבן:און וויאזוי זענען זיי אייניקלעך פונעם לובלינער?

ר' יוסף הלוי הורוויץ מטורטשין
בנו של מרן החוזה מלובלין

דאס וואז איך האב נעכטן געשריבן אז ר' קלונימוס קלמן מפאריצק איז געווען בנו של ר'יוסף מטורטשין, דאס האב איך געזעהן אין אנציקלפדיה לחכמי גליציה פון מאיר וונדר ביים ערך הרה"ק מדאמבראווע, היינט האב איך אבער געזעהן אן אנדערע גירסא אין
שם ושארית אז ר' קלונימוס קלמן איז געווען א בנו של ר' ישראל בן החוזה מלובלין, איך ווייס נישט וועלכע גירסא איז פונקטליכער, עכ"פ דער ר' קלונימוס איז זיכער געווען אן אייניקעל פון חוזה.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

הרב מילער שליט"א: כ'ווייס נישט וואס איר טוט פאר פרנסה אבער איר דארפט ארויסגעבן א בוך. ס'איז דא צופיל גוטע זאכן וואס דארף ווערן געשריבן.

אגב ס'איז געווען אין די איסט סייט א רב ר' יעקב יצחק שפיגעל (כ'דענק נישט די נאמען פון די שוהל אבער זייענדיג אמאל דארט האר ער דערציילט אז אין די שוהל איז געווען די לויה פון הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל), ער איז נפטר געווארן מיט אפאר יאר צוריק, האט ער עפעס מיט די משפחת שפיגעל? ער האט געהייסן יעקב יצחק.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסלמאן,
וואספארא בוך זאל איל ארויסגעבן?

איך האב אייך שוין אמאל געבעטן איר זאלט לייענען 'אלע' תגובות, ווען איר לייענט ווען וואס ידידינו הרב בן הרחמן ס"ט האט צאמגעשלעפט לכבוד בית מדרשינו מיט עטליכע תגובות ארויפציר וואלט איר געוואוסט מער איבער דעם ר' יעקב יצחק שפיגעל וואס איר פרעגט.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

מיללער האט געשריבן:יאסלמאן,

רבי מילער: כ'האב שוין צוויי מאל דורכגעלעזט אלע תגובת און כ'טרעף נאכנישט דעם שפיגעל. ער איז נישט געווען אזוי אלט, גאנצע זעכציג יאר. ער איז לכאו' געווען א קרוב צו דעם פון וועם ער רעדט. ער איז אוועק ערגעץ אין תשס"ב אדער ס"ג. געגאנגען מיט א הוט שבת. קען זיין ער האט יא גערעדט פון אים און כ'פעינט אין דארנעשטאג...

רב מילער געב ארויס א בוך אדער עפען א מכון לחקור תולדות רבנים וצדיקם שגרו בארה"ב וקאנאדע. יא קאנאדע אויך, ס'האבן דארט זיכער געוואוינט אידן.
משה זוך מיר
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2009 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה זוך מיר »

אין אנטווערפען וואוינט איינער שפיגל א איידעם ביים קאמארנע רבי'ן (איך ווייס נישט וועלכע) האט ער עפעס א שייכות צו די משפחה?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

איינע פון די קינדער פון דעם אסטראוו קאלושין'ער רבי הרה"צ רבי פינחס אלי' איז אום געקומען ביי די טרויערדיג בארימטע שוחטים עקסידענט אין פענסילוועניא תשל"?, אינטערסאנט אז עס ווערט נישט דער-מאנט דער-פון גארניקס אין דאס אידישע ווארט הנ"ל, דער אייניקעל הרב משולם נתן וואס ווערט דער-מאנט וועגען זיין חתונה דארט,
איז א איידעם ביי ר' משה גראס (*) בן הר"נ מ'בערבערשט-קערעסטיר וחתן הדרכי נועם מסטריזוב,
ער האט א בימ"ד תפילה למשה אין ניו העמפסטעד [מאנסי] און איז באוואוסט בעולם הכשרות.

(*) קאן זיין אפשר אז פון זיין חתונה זענען די בילדער וואס מען זוכט צו אידענטעפצירין אין די דערנעבענדע געהענגלעך ?

קאן מען שוין אף טיילן און עפענען א פרישע געהענגעל אויף אסטראוו-קאלושין.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ר' משה מנחם שפיגעל אדמו"ר מאסטראוו-קאלושין, שגר בתחילה בבראנזוויל ואח"כ באיסט-סייד, זעה א באריכט פון זיין לווי' אין אידישע ווארט, דארט ווערט אויסגערעכנט א זוהן ר' יעקב יצחק, עס איז מסתבר אז דאס איז דער ר' יעקב יצחק רב בביהמ"ד אנשי רומעניא באיסט-סייד
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

איינע פון די זוהן פון ר' יעקב יצחק [דאכט זעך זיין מ"מ בהרבנות, ואעפ"כ] וואוינט אין לעיקוואוד,
גיבט ארויס א וועכענטליכע תורה בלעטל, ער גייט מיט א פולע בארד, צו מיט א ספאדיק אויך איני יודע.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

בןהרחמן האט געשריבן:די נאמען שפיגעל איז א געטוישטע ארגינעל איז געווען די נאמען רוקח זיי זענען בא"ב פונעם רוקח

היינט האב איך גערעדט מיט איינעם פון משפחת שפיגעל זאגט ער מיר אז נישט די משפחה האט געהייסן רוקח, נאר די ארגינעלע משפחה נאמען איז געווען 'רמר"ז' ממשפחת חותנו של השר שלום מבעלז, נאר עפעס א קבלה האט איינער אמאל געזאגט אז זיי שטאמען מבעל הרוקח,

בנוגע דעם סדר היחוס האט ער עפעס געדענקט אז ר' נפתלי ארי' שפיגעל איז אליין געווען חתן ר' יעקב יצחק אונגער האדמו"ר מקאלושין, ולא שהי' בנו של ר' משה שהי' חתן ר' יעקב יצחק הנ"ל, מיין גירסא האב איך גענומען פון מאיר וונדר ווי דערמאנט אויבן.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

שקויעך בן הרחמן. כ'בין איינמאל געווען א שבת אין די איסט סייט האב כ'געדאווענט דארט שלש סעודת און מ'האמיר געהאט א שמועס מיטן רב ר' יעקב יצחק ז"ל. כ'ווייס נישט צו זיין זוהן גייט מיט א ספאדיק צו נישט, מיר ליגט אין קאפ אז זיין זוהן - וואס איז פונקט געווען אויף שבת - איז געגאנגען מיט א הוט. קען זיין ער האט נאך קונדער. דער רב האט אונז (זעמיר געווען אפאר ברודעליך) געגעבן א מתנה דעם ספר רב שלום וואס ער האט געדרוקט (כ'מיין פון זיין טאטען, כ'האב קיינמאל נישט אריינגעקוקט דערין.) און האט אונז געגעבן געלט פאר די סיטי באס צוריק קיין וויליאמסבורג. לויט ווי כ'דענק פונעם שמועס האט ער געהאט קירבות ביי הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל און ביי הגאון רבי יעקב קאמינעצקי זצ"ל.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

יוסלמאן האט געשריבן:הרב מילער שליט"א: כ'ווייס נישט וואס איר טוט פאר פרנסה אבער איר דארפט ארויסגעבן א בוך. ס'איז דא צופיל גוטע זאכן וואס דארף ווערן געשריבן.

אגב ס'איז געווען אין די איסט סייט א רב ר' יעקב יצחק שפיגעל (כ'דענק נישט די נאמען פון די שוהל אבער זייענדיג אמאל דארט האר ער דערציילט אז אין די שוהל איז געווען די לויה פון הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל), ער איז נפטר געווארן מיט אפאר יאר צוריק, האט ער עפעס מיט די משפחת שפיגעל? ער האט געהייסן יעקב יצחק.

ב''ה
הלוי' של ר' אהרן זצ''ל היתה בקלאווירא שהול בפייק סטריט ולא בראמענישע שהול בריווינגטאן סטריט .
וכן הלוי' של הרב הענקין והרב חיים מרדכי קאטץ מטעלז-קליוולאנד היו שם .וכן ההספד על הרב זלמן סאראצקין הלוצקער רב הי' שם . וההספד המפורסם על הבריסקער רב שאחד מהמספידים הי' ר' אהרן .
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

ומי היה הרב בקלאווירא שוהל?
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

בייגעלייגט עטליכע מצבות פון משפחת שפיגל kevarim.com
אטעטשמענטס
naftali-aryeh-spiegel.jpg
yaakov-yitzchok-spiegel-nj.jpg
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

ישר כוח רבי מיילעך פאר די בילדער. איינער ווייס צו ער איז געווען א בעל מכשיר? כ'דענק עפעס א נאמען אויף פאטעטע טשיפס הרב יעקב ישחק שפיגעל.
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

יענער איז א קרוב. ער גיט אויך א הכשר אויף "dagim".
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיילעך האט געשריבן:יענער איז א קרוב. ער גיט אויך א הכשר אויף "dagim".

דער וואס איז דער (געוועזענער) בעל מכשיר פון די קאמפאני 'דגים' דער איז דער זעלבער פון אנהייב אשכול איידעם פון ר' משה ביק זצ"ל, ער האט ממש לעצטענס אויפגעגעבן די השגחה אויף דגים צוליב דעם וואס מען מאכט עס שוין היינט צוטאגס אין ווייטע מקומות (דאכט זיך פיליפינען) און ער קען נישט אליין אלעס מיטהאלטן פון דער נאנט, און פארן אליין אהין איז איהם צו שווער און סתם נעמען א משגיח דארט אנשטאט איהם האט ער נישט קיין חשק אויב ער קען נישט אליין אלעס מיטהאלטן, ממילא האט ער אויפגעגעבן די השגחה, כמדומה אז התאחדות האט עס איבערגענומען, (שמעתי מאחד מבני משפחתו שיחי').
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווער איז געווען 'הרב א. שפיגעל' פון די איסט-סייד, אפשר ר' נפתלי ארי' הנ"ל?
אטעטשמענטס
Spiegel.jpg
Spiegel.jpg (7.51 KiB) געזען 7527 מאל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

בןהרחמן האט געשריבן:די נאמען שפיגעל איז א געטוישטע ארגינעל איז געווען די נאמען רוקח זיי זענען בא"ב פונעם רוקח, אויך זענען זיי נכדי החוזה מלובלין, ר' שמעלקא מניקלשבורג, ר' מרדכי דוד מדאמבראווע, זי"ע.

אביסל וואס איך צוזאמגעקראצט

ר' יעקב יצחק שפיגל
בנו ומ"מ של ר' פנחס אלי' שפיגל אדמו"ר מאסטראוו קאלושין
נולד תרס"ב בווענגרוב פולין, בא לאמעריקא בשנת תרפ"ח, והי' מהיחידים שנשארו בלבוש חסידי של פולין, בתחילה גר בבראנקס ואח"כ בלאנג-ביטש והי' לו ביהמ"ד שם, נפטר בשנת תשמ"ד בן פ"ב שנה, ונטמן בביה"ח בית ישראל בניו דזשערסי ליד אביו, (א באריכט פון זיין לוי' אין אידישע ווארט.

בן ר' נפתלי ארי' שפיגל אדמו"ר מאסטראוו-קאלושין, מנו"כ בביה"ח בית ישראל ניו דזשערסי
בן ר' משה שפיגעל
חתן ר' יעקב יצחק אונגער אדמו"ר מקאלושין וונגרוב
בן ר' אברהם אלחנן אונגער אב"ד קוויף ואפאטשנע ואדמו"ר בקאלושין
בן הרה"ק ר' מרדכי דוד מדאמבראווע

ר' אברהם אלחנן הנ"ל
בזוו"ר חתן ר' קלונימוס קלמן מפאריצק, ב"ר יוסף מטורטשין
ובזוו"ש חתן השרף ממאגלניצא

ווי זענען אונזערע חוקרי רבני אמעריקא זאלן זיי ברענגען בילדער פון די מציבות רבני שפיגעל

ווער איז געווען דער שווער פון רבי פנחס אלי' שפיעגעל מאסטראוו-קאלושין?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מציבת רבי פנחס אלי' ב"ר נפתלי אריה שפיגל זצ"ל - מ'קען אויך באמערקן מציבת הרבנית מאטיל שפיגל ב"ר ישראל אלעזר

קרעדיט; פיינד-עי-גרעיוו באדיבות מזכיר מורשת חכ"א:
http://www.findagrave.com/cgi-bin/fg.cg ... i=74222483

מ'קען דארט גיין פון איין לינק צום צווייטן מיט עטליכע מציבות מהמשפחה
אטעטשמענטס
95179135_135903951455.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בןהרחמן האט געשריבן:2) ר' משה מנחם שפיגעל אדמו"ר מאסטראוו-קאלושין, שגר בתחילה בבראנזוויל ואח"כ באיסט-סייד, זעה א באריכט פון זיין לווי' אין אידישע ווארט, דארט ווערט אויסגערעכנט א זוהן ר' יעקב יצחק, עס איז מסתבר אז דאס איז דער ר' יעקב יצחק רב בביהמ"ד אנשי רומעניא באיסט-סייד

אדמו"ר רבי משה מנחם שפיגל מאוסטראוו-קאלושין ז"ל
בילד
תשוח"ח פארן רימינובער אייניקל פאר די אידענטיפיקאציע, דא:
viewtopic.php?p=824835#p824835
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בןהרחמן האט געשריבן:
ר' נפתלי ארי' שפיגל אדמו"ר מאסטראוו-קאלושין, מנו"כ בביה"ח בית ישראל ניו דזשערסי
בן ר' משה שפיגעל
חתן ר' יעקב יצחק אונגער אדמו"ר מקאלושין וונגרוב
בן ר' אברהם אלחנן אונגער אב"ד קוויף ואפאטשנע ואדמו"ר בקאלושין
בן הרה"ק ר' מרדכי דוד מדאמבראווע

ר' אברהם אלחנן הנ"ל
בזוו"ר חתן ר' קלונימוס קלמן מפאריצק, ב"ר יוסף מטורטשין
ובזוו"ש חתן השרף ממאגלניצא

בילד

א באריכט אין "דאס אידישע ליכט" חודש אב תרפ"ו איבער דאס אנקום פון רבי נפתלי ארי' שפיעגעל זצ"ל קיין ניו יארק

בילד
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

ביקסאד האט געשריבן:איינע פון די זוהן פון ר' יעקב יצחק [דאכט זעך זיין מ"מ בהרבנות, ואעפ"כ] וואוינט אין לעיקוואוד,
גיבט ארויס א וועכענטליכע תורה בלעטל, ער גייט מיט א פולע בארד, צו מיט א ספאדיק אויך איני יודע.

מיינט איהר אפשר הרב נפתלי שפיגעל טוען רבני?

ביקסאד האט געשריבן: צו מיט א ספאדיק אויך איני יודע.

הרה"ג רבי יעקב יצחק שפיגעל פון וועבסטער עוו. (פון אנפאנג אשכול) איז אויך נישט אלע יארן געגאנגען מיט א ספאדיק, ער פלעגט גיין מיט א הוט שבת
זה הקטן גדול יהי'
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”