ר' זאב וואלף גינצלער זצ"ל-הי"ד אב"ד פיעהרדיארמוט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יוסלמאן

ר' זאב וואלף גינצלער זצ"ל-הי"ד אב"ד פיעהרדיארמוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

כבוד היושבים:
אויב איינער פון אייך האט עפעס אינפארמאציע וועגן רבי וואלף גינצלער זצ"ל הי"ד אב"ד ור"מ פעהערדיארמאטער (כ'ספעל עס גוט?) ביטע דא שרייבן אדער צושיקן פריוואט.

וואס מ'ווייס מיר דערווייל איז אז ער האט געהאט א גרויסע ישיבה פון א הונדערט בחורים, און ער איז געווען פון די גרויסע מרביצי תורה פארן קריג. פון זיינע תלמידם זענען ר' מרדכי גאלדבערגער ני"ו און הרה"ג ר' בנציון יאקאבאוויטש שליט"א. די אחים לאנדא בני ר' וואלף ז"ל האבן אויך געלערנט ביי אים.

ער האט געדארפט צו האבן תלמידם וואס זענען שפעטער געווען חסידי סאטמאר. צו ווייס איינער פון א תלמיד אדער איינער וואס וועט וויסן מער איבער רבי וואלף און זיין ישיבה, זיינע חידושים, זיינע תלמידם, וכו' ביטע שרייבן.

ער האט געשטאמט פון אוהעל און זיין משפחה האט זיך געהאלטן נאנט צו סיגעט-סאטמאר. ס'איז דא א בריוו פון רבין צו אים (כ'מיין ס'איז געדרוקט אין דברי יואל מכתבים).
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרה"ג ר' זאב וואלף גינצלער דומ"ץ שארגאטאריאן ואח"כ אב"ד פיעהרדיארמוט זצ"ל-הי"ד בעמח"ס תולדות ישראל, נולד לאביו ר' ישראל מאיהעל תלמידו של היייט"ל מסיגוט ב"ר אברהם צבי גינצלער מאיהעל, ר' זאב וואלף נקרא ע"ש זקנו אבי אמו ר' זאב וואלף מדעהר מחסידי אשוואר באקנאט אלס חסידי אש-ואור, ר' וואלף גינצלער איז געווען תלמידו של הגאון בעל בנין דוד מאיהעל.

די גינצלער משפחה זענען געווען פראמינענט אין איהעל צווישען זיי איז באקאנט דער פאטער פון ר' אברהם צבי; ר' יצחק אייזיק מיט זיינע ברודער, ר' משה יודא גינצלער פון די חברייא ביים ישמח משה [אבי ר' שמואל אב"ד אויבערווישאווא ומח"ס משיב נפש], דער דריטער ברודער איז געווען ר' צבי הירש גינצלער מערדא-באניא מילידי איהעל בעמח"ס ארץ נחלי מים

כשהגיע לפרקו נשא את הרבנית לאה בת הרה"ח ר' אשר לעמיל שווארץ ז"ל מעטשעד ולאחריו באיהעל.

דאס וואס איר זאגט אז האחים לבית לאנדא זענען זיינע תלמידים, איז פשוט, ער איז זיי געווען א פעטער, ר' אהרן יוסף לאנדא דער זיידע איז געווען אן איידעם ביי ר' ישראל גינצלער אבי ר' זאב וואלף, עי' בספר הנ"ל ווי הרה"ח ר' אלימלך (הגדול) לאנדא ז"ל באשרייבט זיינע תולדות באריכות ותמצא נחת.

(איר דערמאנט ר' מרדכי ג"ב לאויט"א אלס זיין תלמיד, דאכציך מיר אז די אנדערע ברודער האבן אויך געלערנט אין דיארמאט).

דאהי איז געווען ר' יעקב צבי יונגרייז אב"ד פעהרדיארמוט וועלכער איז בזוו"ר געווען אן איידעם ביי ר' וואלף גינצלער, און ער האט געדרוקט דעם ספר הנ"ל מכת"י.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

עס איז אויך דא פון איהם א ספר תולדות ישראל עה"ת אויף סדר בראשית דרוש ופלפול על דרך רבו הבנין דוד וואס ער האט אליין געדרוקט בשנת תרצ"ז איך האב דעם ספר אינדערהיים.

פון זיין הקדמה דארט קוקט אויס אז ער איז געווען א מונקאטשער חסיד, אזויווי ער שרייבט דארט אויפן מנחת אלעזר הכ"מ דערמאנענדיג אז ער איז יענעם יאר אוועק.

אויך באדאנק ער זיך דארט פאר ק"ק שאלגא-טאריאן וואס ער איז געווען דארט רב? פאר צעהן יאר און געהאט דארט א ישיבה.

צום סוף ביי די פרענומעראנטן ווערן טאקע אויסגערעכנט אסאך תלמידים (איבער 50 איך האב נישט געציילט פונקטליך) מען זעהט דארט טאקע אויסגערעכנט ר' בנציון יאקאבאוויטש און ר' יודל קליין פון אוהעל (איך מיין ער וואוינט אין וומס"ב אויף פענן סט.) אויך זעה איך דארט הב' אביגדור ואחיו משה יאזעפאוויטש מראצפערטא איך בין נייגעריג צו דאס איז הרה"ג ר' משה פון וומס"ב.

אויב עס איז אינטערעסאנט קען איך עס ארויפלייגן.
לעצט פארראכטן דורך בןהרחמן אום דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 7:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

יא יא, ר' משה יאזעפאוויטש איז א תלמיד. א דאנק רב מילער פאר די אינפארמאציע. ווייס איינער אפשר פון ספרים וואס ברענגן א ווארט פון אים וכו'. מ'ווייס מיר אז ער פלעגט זאגן אסאך תורה און ס'איז נאר געבליבן אויף בראשית.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

איך האב אויך געטראפן אין המאור וואו ער באשרייבט דעם דיארמאטער רב, און ער האט דארט א ליסטע פון 135 תלמידים פון זיין ישיבה.

יוסלמאן האט געשריבן:ווייס איינער אפשר פון ספרים וואס ברענגן א ווארט פון אים וכו'. מ'ווייס מיר אז ער פלעגט זאגן אסאך תורה און ס'איז נאר געבליבן אויף בראשית.


אין שו"ת מקדשי השם (תשובות פון קדושים שנהרגו במלחמת העולם) איז דא עטליכע תשובות פון איהם זעה סימן פ"ט וסי' צ', אויך אין די הוספות סימן ד', (קען זיין אז דאס איז שוין אויך שפעטער אריינגעדרוקט געווארן אין תולדות ישראל, אויך אין ירחון הנשר פון תש"ג דא און דער המשך [url=http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=12934&hilite=aa536e11-63b1-49a4-81b9-c09853280fe8&st=%u05d2%u05d9%u05e0%u05e6%u05dc%u05e2%u05e8]דא[/url],

מיללער האט געשריבן: ר' משה יודא גינצלער פון די חברייא ביים ישמח משה [אבי ר' שמואל אב"ד אויבערווישאווא ומח"ס משיב נפש, דער דריטער ברודער איז געווען ר' צבי הירש גינצלער מערדא-באניא מילידי איהעל בעמח"ס ארץ נחלי מים


ר' משה יודא (לייב) גינצלער איז געווען דער שווער פונעם קול ארי', און אין ארץ נחלי מים איז טאקע דא א מכתב הסכמה פונעם קול ארי', און ווען די חברה מפיצי תורה ממשפחת הקול ארי' האט דאהי איבערגעדרוקט דעם ארץ נחלי מים האבן זיי צוגעלייגט דערצו א קונטרס אמרי משה חידושים פון זיין ברודער זייער זיידן ר' משה לייב הנ"ל.

אויך איז געווען איינער אברהם גינצלער וואס געווען פון די רעדאקטארס פון קול מחזיקי הדת, איך מיין ער האט קודם געוואוינט אין אוהעל דערנאך זיך געצויגן קיין קראקא און דערנאך קיין לעמבערג, וועמענס זון איז ער געווען?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח בן-הרחמן פאר די לינקים.

יוסלמאן האט געשריבן:וואס מ'ווייס מיר דערווייל איז אז ער האט געהאט א גרויסע ישיבה פון א הונדערט בחורים, און ער איז געווען פון די גרויסע מרביצי תורה פארן קריג. פון זיינע תלמידם זענען ר' מרדכי גאלדבערגער ני"ו און הרה"ג ר' בנציון יאקאבאוויטש שליט"א. די אחים לאנדא בני ר' וואלף ז"ל האבן אויך געלערנט ביי אים.
.


רוב תשובות אין 'תולדות ישראל' זענען געשריבען צו תלמידים, איך רעכן אויס עטליכע שואלים,

אין סי' ד' שרייבט דער יארמוטער רב א תשובה צו ר' מרדכי הנ"ל מילידי ניר-עטשעד, סי' ה', ז' איז תשובות צו בן-גיסו ר' ישראל לאנדא שו"ב במאנדיק ואח"כ ר"מ באיהעל, עטליכע תשובות צו ר' ישראל חיים סאמעט מקליינווארדיין מח"ס שמע ישראל, ר' בנציון יאקאבאוויטש מח"ס ציוני טהרה, עטליכע תשובות צו תלמידו ר' יהושע גאלדבערגער שו"ב בכפר טיסא-בעטש [נאך די קריג האט ער געדינט אלס מנקר ומגי"ש בקהל ייט"ל], ר' יצחק צבי דייטש אב"ד סענדרא-דיטרויט, בי' נ"ה צו תלמידו ר' מענדל בער וויינבערגער מלמד תשב"ר בסאטמאר-וומ"ס.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

בן הרחמן
ר' וואלף איז נישט געווען רב אין שאלגא-טאריאן, נאר דיין.

מיללער
רבי ישראל לאנדא איז געווען מו"צ און ר"מ אין אוהעל, געווען א תלמיד פון בנין דוד און פון זיין פעטער די דיארמאטער רב, און זיין עלטערער ברודער רבי אלי' לאנדא איז געווען דער שו"ב אין מאנדיק. (ר' אלי' האט א זוהן אין ב"פ מיטן נאמען ר' לעמל לאנדא שיחי').
לחיים ולברכה!
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

אינטערסאנט איז אז רבי וואלף איז געגאנגען עקה"ש אינעם זעלבן טאג אינאיינעם מיט זיין רבי'ן דער בנין דוד זצ"ל הי"ד. דער בנין דוד איז געקומען פון אוהעל און ר' וואלף איז געקומען פונעם סאלקע'ן געטא.

ר' וואלף איז געווען א מתמיד עצום ממש לא פסק פומיה מגירסא. אפי' בשעת'ן גיין אויפן גאס האט ער געזאגט גמרא אויסענווייניג (דער זיידע שליט"א איז געווען אן עד ראיה צו דעם).
לחיים ולברכה!
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

ר' וואלף האט געהאט א ברודער וואס האט געהייסן ר' אלכסנדר זושא ז"ל, וועלכער איז ליידער יונגערהייט אוועק אום תענית אסתר (תרס"ד ?) אין שטאט קערעסטיר. דער טאטע ר' ישראל גינצלער האט דאן באותו פרק געוואוינט אין קערעסטיר און משמש געווען הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זצ"ל, און די לויה איז געווען בעצם יום הפורים. דער פאטער ר' ישראל פלעגט יעדעס יאהר זאגן בדחנות ביים טיש פון רבי ישעי'לען, און אזוי ווי פורים איז נישט דא קיין אבילות, האט ער ווי געהעריג געזאגט בדחנות ביים טיש, און בדרך משל געזונגען א אונגעריש לידל איבער איינער וואס האט פארלוירן זיין רויטן טאש-טיכל. דער ציבור האט פארשטאנען די רמזים, און מוריד געווען דמעות. נאך דעם וואס ער האט מסיים געווען האט זיך ר' ישעי'לע אנגערופן: 'כ'האב געוואוסט אז דו קענסט גראמען, אבער אז דו קענסט אזוי גוט, האב איך נישט געוואוסט'.
לחיים ולברכה!
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

רבי אברהם הערש הנ"ל איז געווען גבאי ביים ישמח משה, נאך הסתלקות רבו איז ער געווארן א שטארקער חסיד פון ר' הערשעלע ליסקער בעל אך פרי תבואה.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח לר' נחמן נתן ולזקינו החשוב שיחיו, על התיקונים והידיעות.

זאגשע, דער ר' לעמל לאנדא פון ב"פ ב"ר אלי' ממאנדיק, קאן איך עפעס נישט, ביי וועם איז דער ר' אלי' געווען אן איידעם, איך קען א איד ר' בערל לאנדא וועלכער איז אן אייניקל פונעם מהרש"ג, דאס האט שייכות?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דער ר' לעמל איז נישט אפשר דער פאטער פון יוסי [מחסידי צאנז, מראשי זק"א] בעה"ב פון לאנדאו'ס עקספרעס ?
ועמך כולם צדיקים
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

באמת א דאנק פאר אלע וואס האבן געשריבן וועגן ר' וואלף, תזכו למצות. וועגן ר' לעמיל, מ'סתם רעד איר פון הרבני החסיד ר' לעמיל לאנדא ני"ו, פון די חשובע קלויזענבורגע חסידים. צו זיין זוהן איז דער פון זק"א ווייס איך נישט.
די משפחת לאנדא-גינצלער זענען געווען חסידים פון הרה"ק רבי משה יוסף מאהועל זי"ע.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

נחמן נתן האט געשריבן:אינטערסאנט איז אז רבי וואלף איז געגאנגען עקה"ש אינעם זעלבן טאג אינאיינעם מיט זיין רבי'ן דער בנין דוד זצ"ל הי"ד. דער בנין דוד איז געקומען פון אוהעל און ר' וואלף איז געקומען פונעם סאלקע'ן געטא.
ר' וואלף איז געווען א מתמיד עצום ממש לא פסק פומיה מגירסא. אפי' בשעת'ן גיין אויפן גאס האט ער געזאגט גמרא אויסענווייניג (דער זיידע שליט"א איז געווען אן עד ראיה צו דעם).


איך האב היינט אויך באמערקט דאס אז דיארמאט'ער רב איז אומגעקומען ט"ו סיון דער זעלבער טאג ווי זיין רבי דער בנין דוד.

איבער זיין התמדה ברענגט תלמידו ר' בנציון יאקאבאוויטש בספרו זכור ימות עולם ח"ג וואס עס האט איהם פארציילט דער אויוואר'ער רב זצ"ל (א חבר פונעם דיארמאט'ער רב - זיי האבן געלערנט אינאיינעם ביי זיין פאטער דער בנין דוד), אז בשעת די ערשטע וועלט קריג זענען זיי ביידע דער אויוואר'ער מיטן דיארמאט'ער געווען באהאלטן אין קערעסטיר אויפן בוידעם פון ר' ישעי'לעס ביהמ"ד און זיי האבן דארט געלערנט אינאיינעם בהתמדה עצומה, און ביידע האבן זיי געדענקט אויף אויסנווייניג גאנץ שו"ת נודע ביהודה!, ר' בנציון פארציילט דארט אז זיי פלעגן טאקע זעהן אסאך מאהל זייער רבי'ן דיארמאט'ער רב האלטן אין האנט א שו"ת נודע ביהודה און מישן די בלעטער און עס האט אויסגעקוקט ווי ער חזר'ט אויף אויסנווייניג און מישט די בלעטער ביז ווי ער האט שוין גע'חזר'ט, און אזוי פלעגן זיי אויך זעהן מיטן ספר פני יהושע,

ר' בנציון האט דארט אין זכור ימות עולם (ח"ג מאמר ל"ג) א גאנצן מאמר דריש"ת הזא"ב וואו ער באשרייבט מגדולת רבו, (חוץ וואס ער דערמאנט איהם כסדר אין די אנדערע חלקים), ער ברענגט דארט אסאך אינטערסאנטע זאכן וואס ער האט נישט געשריבן אין די מאמר בהקדמת שו"ת תולדות ישראל,

אויך ברענגט ער דארט אז אין שנת תרצ"ז זענען דורך א צופאל געוואויר געווארן אז לויט זיין חשבון האט ער שוין צוויי טויזנט תלמידים, דאס איז געווען ווען ער האט געדארפט חתונה מאכן זיין טאכטער און ער האט נישט געהאט גארנישט פאק די הוצאות החתונה, האט ער דעמאלס געמאכט א חשבון אזוי ווי ער האט שוין צוויי טויזנט תלמידים וועט ער לכבודם מחבר זיין א ספר על התורה, און לויטן חשבון וועט דאס דרוקן קאסטן כך וכך, און די תלמידים וועלן עס קויפן פאר כך וכך, און פונעם ריוח וועט ער קענען חתונה מאכן זיין טאכטער, ברענגט דארט ר' בנציון וויאזוי עס איז צוגעגאנגען דער ספר, ער האט נישט געהאט כמעט קיין כת"י גרייט מיט חידושים על התורה, און ער האט גע-עפנט א חומש בראשית און אנגעהויבן מחדש צו זיין חידושים בהלכה פלפול ואגדה ובן גיסו ר' חיים צבי שווארץ האט עס אראפגעשריבן און געשקיט צום דרוק און ביז סוף זומער איז עס געווען פארטיג.

ער ברענגט דארט אויך אז דער דיארמאט'ער רב איז געווען איינער פון די דריי דיינים אין עפעס א רבנות סכסוך בערך בשנת תרצ"ט-ת"ש, און די צד וואס האט פארלוירן די די"ת האט איהם געטיילט צרות און געמאכט פאשקעווילן וכדו', ביז איינמאל ביי א שמועס מיט רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז אויסגעקומען צו רעדן איבער די די"ת און בתוך הדברים האט דער דיארמאט'ער רב פארציילט פארן רבי'ן איבער די צרות וואס יענע טיילן איהם אויס, האט דער רבי געזאגט אז דארף בקרוב זיין ביים טאטנס ציון אין סיגוט און דארט וועט אויך זיין איינער פון די אנפירערס פון די צד וועט ער איהם פארהאלטן דערויף, און נאך אינטערעסאנטע זאכן.

איבער די משפחת גינצלער בכלל, קען מען אויך זעהן אין בוך מראש צורים פון יונה לאנדא (תולדות זקינו ר' וואלף לאנדא מדעברעצין), צווישן אנדערע ברענגט ער דארט אז ר' ישראל גינצלער איז געווען דער משמש בקודש פון ר' משה יוסף ט"ב מאוהעל און ער איז מיטגעווען מיט איהם ווען ער נפטר געווארן אינמיטן וועגן בבעקעש-טשאבא, דערנאך איז ער געווארן גבאי פון ר' ישעי'לע (עס איז דא א ספר מי באר ישעיהו תולדות ר' ישעי'לע פון איינעם יוסף מרדכי בן יצחק אייזיק גינצלער, לכאורה פון די משפחה).

נחמן נתן האט געשריבן:ר' וואלף האט געהאט א ברודער וואס האט געהייסן ר' אלכסנדר זושא ז"ל, וועלכער איז ליידער יונגערהייט אוועק אום תענית אסתר (תרס"ד ?) אין שטאט קערעסטיר. דער טאטע ר' ישראל גינצלער האט דאן באותו פרק געוואוינט אין קערעסטיר און משמש געווען הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זצ"ל, און די לויה איז געווען בעצם יום הפורים. דער פאטער ר' ישראל פלעגט יעדעס יאהר זאגן בדחנות ביים טיש פון רבי ישעי'לען, און אזוי ווי פורים איז נישט דא קיין אבילות, האט ער ווי געהעריג געזאגט בדחנות ביים טיש, און בדרך משל געזונגען א אונגעריש לידל איבער איינער וואס האט פארלוירן זיין רויטן טאש-טיכל. דער ציבור האט פארשטאנען די רמזים, און מוריד געווען דמעות. נאך דעם וואס ער האט מסיים געווען האט זיך ר' ישעי'לע אנגערופן: 'כ'האב געוואוסט אז דו קענסט גראמען, אבער אז דו קענסט אזוי גוט, האב איך נישט געוואוסט'.

יונה לאנדא בספר הנ"ל ברענגט אז ר' ישראל איז געווען א פייערדיגער חסידישער איד ות"ח מופלג, אויך איז ער געווען א הערליכער בעל תפילה און ער פלעגט דאווענען מוספים אינעם חסידישן קלויז אין אוהעל, און ער איז אויך געווען א בדחן אויף חתונות, אויף זיין מציבה איז אויסגעקריצט (ער האט דארט א בילד) שש ושמח בתושבחות ושירים, אינטערעסאנט אז אויף די מציבה פון זיין פאטער ר' אברהם צבי (מובא בס' הנ"ל) שטייט אויך ענליך 'אברהם הוא אברהם בתפילותיו, המשמח אלקים ואנשים בשירותיו, צדיק וחסיד עובד ה' בכל כוחותיו, ביושר ובתמים שימש צדיקי דורותיו'

ביקסאד האט געשריבן:דער ר' לעמל איז נישט אפשר דער פאטער פון יוסי [מחסידי צאנז, מראשי זק"א] בעה"ב פון לאנדאו'ס עקספרעס ?

יונה לאנדא שרייבט אינעם דערמאנטן מראש צורים אז דער ברודער פון זיין זיידן ר' וואלף ה"ה ר' אלי' השוחט ממאנדאק האט איבערגעלאזט א זון ר' אשר לעמל לאנדא אין ב"פ מחשובי חסידי קלויזענבורג, קען זיין אז ער איז טאקע.

נחמן נתן האט געשריבן:בן הרחמן
ר' וואלף איז נישט געווען רב אין שאלגא-טאריאן, נאר דיין.

איך האב טאקע געלייגט אן ? נישט וואוסנדיג אויף זיכער, ער האט אבער אויך געהאט דארט א ישיבה.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

מיללער האט געשריבן:
איך קען א איד ר' בערל לאנדא וועלכער איז אן אייניקל פונעם מהרש"ג, דאס האט שייכות?

ניין.

בן הרחמן
ער האט געהאט א גרויסער ישיבה פון איבער הונדערט בחורים.
לחיים ולברכה!
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

וואס וועט זיין מיט א בילד? ס'דארף זיין א שיין בילד פון אים. אויב איינער האט עס ווערט ער געבעטן בשם יוסלמאן עס ארויפלאדירן.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

דער מנחת אלעזר בספרו אות חיים ושלום על הל' מילה ברענגט איהם אראפ צוויי מאהל און רופט איהם אן ידידי האברך החריף ובקי מו"ה זאב וואלף גינצלער מאוהעל, זעהט אויס אז אלץ יונגערמאן האט ער שוין געהאט א גרויסן נאמען.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אין המאור ווי ער ברענגט א רשימה פון זיינע תלמידם איז דא א בחור מרדכי ראטה פון טי' קאראד. ווייס איינער צו דאס איז הרה"ח המפו' רבי מרדכי ראטה ז"ל פון וויליאמסבורג?
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

יוסלמאן האט געשריבן:אין המאור ווי ער ברענגט א רשימה פון זיינע תלמידם איז דא א בחור מרדכי ראטה פון טי' קאראד. ווייס איינער צו דאס איז הרה"ח המפו' רבי מרדכי ראטה ז"ל פון וויליאמסבורג?

קיינמאל נישט געהערט אז ר' מרדכי זאל האבן געווען זיינ'ס א תלמיד. נישט מסתבר.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיר איז א חידוש די תשובה צו ר' מרדכי גאלדבערגער, לויט ווי איך פארשטיי איז ר' מרדכי געווען א בחור ביז צו די קריג, איז נישט מסתבר די טיטלען, אפשר איז געווען נאך איינער אין די משפחה מיט דעם נאמען?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' מיללער, כמדומה לי איז געווען א איד אין פאפא א בעמח"ס מיט דעם זעלבן נאמען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

מיללער האט געשריבן:מיר איז א חידוש די תשובה צו ר' מרדכי גאלדבערגער, לויט ווי איך פארשטיי איז ר' מרדכי געווען א בחור ביז צו די קריג, איז נישט מסתבר די טיטלען, אפשר איז געווען נאך איינער אין די משפחה מיט דעם נאמען?


ס'זעהט אויס ווי ער שרייבט שליט"א אויף יעדן בחור. ביי דע וועי, איז נישט געווען נאך א ר' מרדכי גאלדבערגער? ס'איז עפעס זייער א גאלדבערגער נאמען. אפשר איז עס געווען א פעטער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוסלמאן, וואס מיינט "ס'איז עפעס זייער א גאלדבערגער נאמען" איך גיב דיר א דאלער פאר יעדן גאלדבערגער (פון די משפחה) מיט דעם נאמען אויסער דער אלטער ר' מרדכי פון חברת תהילים.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

מיללער האט געשריבן:יוסלמאן, וואס מיינט "ס'איז עפעס זייער א גאלדבערגער נאמען" איך גיב דיר א דאלער פאר יעדן גאלדבערגער (פון די משפחה) מיט דעם נאמען אויסער דער אלטער ר' מרדכי פון חברת תהילים.


קאן זיין איר זענט גערעכט, מעודי בין איך אויפגעוואקסן מיט דעם ר' מרדכי זאל זיין געזונט, ער איז געווען א שכן טוב פאר די חשובע באבע תחי'. כ'האב געוואלט לייגן און א מאמר המוסגר אז אפשר מיין כ'נאר אזוי און כ'נאר זיך, אבער די קאפ איז מער אין ארבייט וואו אין גאלדבערגער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח הרב החוזר.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”