סיפורי קודש – איש מפי איש
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
סיפורים מקוריים
איך וויל עפענען א נייעם אשכול, וואס אין דעם אשכול וויל איך אזן אנשים נאמנים זאלן שרייבן עובדות וסיפורים וואס זיי האבן געהערט איש מפי איש ביז צום בעל המעשה אליין, די עובדות זאלן זיין פון סיי וועלעכע רבי'ס ואישים לשלשלת החסידות, אבער נאר מיט א קלארע שלשלת הסיפורים,
סיפורי קודש – איש מפי איש
אחרי נטילת רשות פון די חשובע גבאים,
עס וואלט אפשר געווען כדאי צו עפענען אן אשכול פון סיפורי צדיקים מיט קראנטע מקורות. ווער פון די חבירם ס'האט געהערט סיי וואספארא עובדא צו א מעשה איש מפי איש, אדער אליין בייגעוואוינט סיי וואס פון רבותינו הקדושים צדיקי עולם זי"ע ווערט געבעטן צו נעמן א חלק.
כ'וועל פורבירן צו זיין דער פותח ראשון.
איך האב געהערט פון הרה"ח ר' טובי' לעפקאוויטש הי"ו בן הרה"ח הישיש ר' הערש'ל ז"ל, וואס ער האט געהערט פון הרה"ח ר' מאיר שטיין הי"ו מחשובי זקני סאטמאר, וואס ער האט געהערט פונעם בעל המעשה אליין, דער זיידער פון ר' טובי', ר' יעקב יוסף לעפקאוויטש ז"ל, די זיידע פון די משפחת לעפקאוויטש.
ווען ר' יעקב יוסף איז געווען א דריי יעריג קינד האט אויסגעבראכן א שריפה ל"ע ביי זיי אין שטוב. יעדער איז ארויסגעלאפן און מען האט פורבירט צו ראטעווען וואס מעגליך. אינעם שרעקליכער בהלה האט מען פארגעסן פונעם קליינעם יעקב יוסף, און ווען מ'האט זיך דערמאנט איז דאס הויז שוין געווען איינגעהילט אין פלאמען.
אזוי שטייענדיג אינדרויסן אינגאנצען פארלוירן שפאצירט פלוצלינג דער קליינער ארויס כאילו לא היה. מען לויפט צו און מ'פרעגט אים, ווער האט דיר ארויסגעברענגט? און דער קליינער ענטפערט, אז ער ווייסט נישט ווער, א איד האט אים אנגעכאפט ביי די האנט און ארויסגעפירט!
דער טאטע פלעגט אסאך פארן קיין ליסקא צו הרה"ק רבי הערשעל'ע זי"ע, האט ער אים פארציילט וואס ס'האט פאסירט. דער רבי האט אים אויסגעהערט און גארנישט רעאגירט.
דריי יאר שפעטער, ווען ר' יעקב יוסף איז שוין געווען א זעקס יעריג קינד, האט אים דער טאטע מיטגענומען קיין ליסקא, ער זאל זען דעם רבין. זייענדיג ביים רבין אין צימער רופט זיך אן דאס קינד צום טאטן, אז דער איד וואס זיצט דא האט אים ארויסגענומען פון פייער!
ר' הערשעלע האט געזעהן אז דער קינד זאגט עפעס האט ער געפרעגט וואס דאס קינד זאגט, האט דער טאטע דערציילט וואס דאס קינד זאגט אז דער רבי האט אים ארויסגענומען פון פייער מיט א דריי יאר צוריק. דער רבי האט געהערט רופט ער זיך אהן: זאל ער אהער קומען, איך וויל זעהן צו ס'האט זיך געלוינט. און דא האט ר' טובי' געגעבן אזא שאקעל אויף ביידע זייטן, נאכצומאכן ווי דער רבי ר' הערשעלע האט געמאכט און געזאגט המממ... פשששש..... נעההה..... אזוי ווי צו זאגן אביסל יא און אביסל נישט...
די מעשה האב איך געהערט פון ר' טובי'ן.

אכטונג גבאים: ביטע צוזאמען שטעלן מיט דעם אשכול ווי איך האב שוין אנגעפאנגען אבער ליידער נישט ממשיך געווען מיט דעם געדאנק.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 689
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6804
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
און דער אשכול האב איך געשריבען א מעשה, א מופת פון ר' ישעיעל'ע טשעחובער ז"ל, וואס איז געשעהן ביי אינז און די משפחה. איך האב עס געהערט פון מיינע עלטערען ע"ה, ווואס זיי האבען בייגעוואוינט די מעשה.
the SCY is the limit
מ'זאל נישט זאגן אז כ'הייב אהן און כ'לויף אוועק.
כ'האב געהערט פון רבי יוסף חיים'ן א מעשה וואס ער האט געהערט פון הגה"צ רב פאדווא זצ"ל.
פארשטייט זיך אז נישט ווען מ'שרייבט אז ער האט געזאגט מיינט גענוי בזה הלשון, העפינס טו בי אז כ'בין נישט דארט געווען בשעת מעשה... און כ'האב עס נישט געהערט מיטן גענויען לשון. דער עיקר איז אז די אינהאלט האט א גוטער מקור.
אלץ בחור איז ער אמאל געגאנגען מיט א חבר אויף א שפאציר אין וויען הבירה. גייענדיג אזוי האבן זיי באמערקט אן אלטער איד מיט זיין בני בית, שפאצירענדיג געמיטליך.
דער חבר זיינער רוימט אים אריין אין אויער: דער איד איז שוין אזא הונעדרט יאר, ער האט עפעס א ברכה פון רבי שלמה קליגער און ער לעבט...
דער איד האט אויפגעכאפט אז מ'רעדט פון אים (די שמיעה האט אים גוט געארבייט) האט ער זיך אנגערופן, יא, איך בין דער און כ'וועל אייך דערציילן וואס די מעשה איז געווען.
דער איד פארציילט. איך בין געווען א הויז בחור ביי רבי שלמה קליגער זי"ע אין בראד. דער גאון האט געהאט א מנהג יעדן דארנעשטאג מיטאג אליין אנצוגרייטן די פיש לכבוד שבת אלץ מצוה בו יותר מבשלוחו.
האט זיך אמאל געמאכט א שווערע דין תורה וואס האט זיך פארצויגן זייער לאנג, און זעהנדיג אז ער וועט נישט קענען מקיים זיין וועכנטליכער מנהג האט ער מיר געבעטן אז איך זאל צוגרייטן די פיש אנשטאט אים. אבער ער האט מיר געגעבן אנווייזונגען אז כ'זאל זייער אכטונג געבן ווען איך שנייד אויף דעם פישל אז ס'זאל נישט פלאצען די גאל, ווייל אויב ס'פלאצט די גאל און ס'צורינט זיך באקומט דער פיש א ביטער'ן טעם.
כ'האב אזוי געטוען, כ'האב אנגעגרייט די פיש און שטארק אכטונג געגעבן אז די גאל זאל נישט פלאצן. ווען דער רבי איז פארטיג געווארן מיטן דין תורה, איז ער געקומען זעהן צו כ'האב אנגעגרייט די פיש. ווילענדיג זיכער מאכן אז כ'האב נישט געפלאצט די גאל האט ער צוגעלייגט דעם פינגער צום מויל און דערנאך צום מויל טועם צו זיין צו ס'איז נישט ביטער.
אזוי ווי ער לייגט צו דעם פינגער צום מויל האט ער געשפירט א ביטערן טעם, האט ער זיך אנגערופן, איך האב דאך געבעטן זאלסט אכטונג געבן אז ס'זאל נישט פלאצן דער גאל. און ער האט געהאט אויף מיר א שטיקעל קפידא. איך פון מיין זייט האב געטענהט אז כ'האב אכטונג געגעבן און ס'האט נישט געפלאצט דער גאל נאר פונקט איז געווען א ביטער שטיקעל אויפ'ן פיש און דער רבי האט דאס פונקט טועם געווען.
דער רבי האט נאכאמאל צוגעלייגט דאס הייליג האנט און זיך טאקע איבערצייגט אז כ'האב גוט אכטונג געגעבן אויפ'ן פישל. רופט זיך דער רבי אהן צו מיר: כ'האב דאך חושד געווען אומזיסט, וועל איך דיר געבן א ברכה אז זאלסט לעבן הונדערט יאר!
אבער די מעשה גייט ווייטער.
אפאר יאר דערויף, דערציילט דער איד, בין איך געווען ביים הייליגן רבי ר' מאיר'ל פון פרעמישלאן זי"ע און רבי מאיר'ל זאגט מיר כדרכו בקודש: מאיר זעהט אז די האסט א ברכה אויף דיר. האב איך דערציילט אז כ'האב א ברכה פון רבי שלמה קליגער. האט ר' מאיר'ל זיך אנגערופן: און מאיר'ל וועט מוסיף זיין אויף די ברכה: נישט ביז די הונדערט נאר ביז די הונדערט און צוואנציג, מיטן זיוויג ראשון, און מיט א געזונטע שמיעה און ראיה!
דער איד ווייזט אויף זיין בני בית און זאגט: דאס איז מיין ערשטע זיוויג און ב"ה אז קיין ברילן האב איך נישט און מיין שמיעה ארבייט אזוי גוט אז כ'האב געהערט וואס איר האט דארט שטיל גערעדט פון מיר...
עד כאן המעשה.
רבי מאיר'ל מיט הגאון רבי שלמה קליגער זי"ע זענען געווען שטארק בידידות. ס'איז דא א הספד פון רבי שלמה קליגער אויף רבי מאיר'ל.
זכותם יגן עלינו

נאך א מעשה ווי כ'האב עס געהערט איש מפי איש.
כ'האב געהערט די מעשה פון הרה"ץ רבי א"ל שליט"א וואס האט דאס געהערט פון אדמו"ר מקאליב בארה"ק וואס האט עס געהערט פון א קינד פון בעל המעשה.
אין שטאט סיגעט אין די צייט פונעם קדושת יום טוב זי"ע האט געוואוינט א איד וואס האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער. דער איד פלעגט כסדר גיין צום רב, דער קדויו"ט, אז ער זאל עפעס טוען פאר אים.
ווען דער איד האט געהאלטן צען יאר נאך די חתונה און ער איז נאך אלץ נישט געהאלפן געווארן, האט אים דער קדויו"ט געזאגט צו טוען ווי די הלכה איז און גט'ן זיין פרוי ל"ע. מ'האט אפגעשמועסט אז פרייטאג וועט דער איד מיט זיין בני בית אריבערקומען צום רב און מ'וועט מסדר זיין דעם גט.
קומט פרייטאג, דער איד גייט מיטן בני בית צום לעצטן מאל ביינאזאם, ס'הארץ רייסט, זיי ווילן ווייטער לעבן באהבה אבער וואס זאל מען טוען אז ס'איז פון הימל אנדערש באשערט.
ווילענדיג אביסל אויסציען דעם לעצטן שפאציר זענען זיי געגאנגן דורך זייטיגע געסליך אז ס'איז זיי אויסגעקומען דורכצוגיין דאס הויז ווי ס'האט דאן געוואוינט הרה"ק רבי מרדכי מנאדבורנע זי"ע. פארן פרוי בליצט אויף א געדאנק, אפשר לאמיר אריינגיין צום רבין הערן וואס דער רבי זאגט? דער מאן ווי א עכטער חסיד פון זיין רבין דער קדושת יום טוב קען ביי זיך נישט פועל'ן, ער טענהט אז דער רבי ווארט שוין, ס'איז נישטא קיין צייט. אבער די פרוי לאזט נישט נאך, אז מ'קען אריינכאפן צו פרעגן א צדיק, ביז דער מאן איז מסכים, וואס קען דען שאטען?
ביים רבין ר' מרדכי'לע איז געווען איינגעפירט אז בעפאר ער פלעגט אריינקומען צום דאווענען פלעגן די חסידים זאגן ברכות און ווארטן ביז דער רבי פלעגט אראפקומען צום דאווענען פון א שטאק. ביז דער רבי איז אראפגעקומען האבן די חסידים געווארט מיטן דאווענען. די פאר פאלק איז אריינגעקומען פונקט ווען מען האט געווארט אויפ'ן רבין מיטן דאווענען.
דער מאן גייט צו צום גבאי'ן און בעט אים אז ער וויל רעדן צום רבין זייער וויכטיג. זאגט אים דער גבאי יעצט איז נישטא פון וואס צו רעדן, ווארט איף נאכן דאווענען. דער איד האט זיך גענומען בעטן און האפענדיג אז דער גבאי וועט רחמנות האט ער ארציילט זיין מעשה ווי און פארוואס ער גייט יעצט און די צייט איז קורץ, מ'קען נישט לאזן דעם רב ווארטן און ער וויל נאך אריינכאפן צו פרעגן דעם רבין בעפאר ער טוט אזא זאך. דער גבאי האט טאקע רחמנות געקריגען אבער שטערן דעם רבין פון זיינע הכנות קאן מען דאך נישט. אזויפיל האט דער גבאי אים נאכגעגעבן אז ווען דער רבי קומט ארויס צום דאווענען וועט ער אים נישט שטערן פון צוגיין צום רבין. אבער ער זאגט אים אז מ'קען נישט וויסן ווילאנג ס'וועט נאך נעמען, צומאל ווארט מען פינעף מינוט און צומאל א דריי שעה.
דער איד האט מחליט געווען צו ווארטן נאך אפאר מינוט, דא ווארט שוין דער רב און דא ווייס מען נישט ווילאנג מ'קען ווארטן, ער ווארט נאך אפאר מינוט און פארטיג. די אידענע פון די אנדערע זייט איז מחליט יהיה מה שיהיה, זי וועט ווארטן אויפ'ן רבין.
גייט נישט דורך אפאר מינוט און דער איד הייבט אהן אוועקצוגיין. אזוי ווי ער הייבט אהן גיין עפענט זיך די טיר, דער רבי קומט אראפ אפאר שטיגען מלובש בטלית ותפילין און ער זאגט אויף לשון הקודש (האבענדיג אויף זיך די תפילין) לא לגרש! יהיה לכם! יהיה לכם! יהיה לכם! אזוי האט ער איבערגעזאגט דריי מאל.
דער איד האט שוין געהאט א קלארן ענטפער. ער איז שוין נישט געגאנגען צום רב. ער איז אהיים און געהאפט אז בזכותו של אותו צדיק וועט ער געהאלפן ווערן.
אין די קומענדיגע פאר חדשים האט דער איד ווי ווייט מעגליך אויסגעמיטן דעם רב דער קדושת יום טוב, מורא האבענדיג אז ער איז געגאנגען צום רבי ר' מרדכי'לע און געלאזט דעם רב ווארטן. נאך א שטיק צייט ווען ס'איז שוין געווען גוטע נייעס ביי דעם איד, האט ער בלית ברירה דערציילט פארן קדויו"ט די גאנצע מעשה ווי ר' מרדכי'לע האט אים געזאגט לא לגרש מיט א ברכה אין די זייט, און ער האט געבעטן דער רב זאל אים מוחל זיין אויפ'ן לאזן ווארטן פארציילענדיג אז ער איז שוין ב"ה א געהאלפענער. דער קדויו"ט האט נישט געהאט קיין שום הקפדה אויף דעם איד, אדרבה, ער האט זיך מיטגעפרייט מיט דעם איד כדרך הצדיקים.
ווען דער רבי זי"ע איז געווען אין טשיקאגאו נאך געלט תש"ח איז ער געווען אויף א מסיבה אין שטוב פון ש"ב אדמו"ר מקאלוב מארה"ק (ער איז אן אייניקעל פון קאלבוסבער רב, ווי אזוי?) וואס האט דאן געוואוינט אין טשיקאגאו, און א איד וואס איז דארט געווען האט דערציילט פארן רבין די מעשה און געוויזען אויף זיך אז ער איז דער דריטער קינד פון דעם איד, אזוי ווי ר' מרדכי'לע האט געזאגט דריי מאל יהיה לכם האט ער געהאט דריי קינדער.
דער רבי פלעגט זאגן "כ'האב נאך געקענט אן אפענער בעל רוח בקודש". שפעטער ווען דער איד האט דערציילט די מעשה פארן רבין (וואס ער האט שוין געהאט געהערט פון טאטען, כ'האב עס נאר געברענגט אזוי צוליב וואס ס'איז איש מפי איש, כ'ווייס נישט ווער ס'האט געהערט די מעשה פונעם רבין דערציילן, כ'האב נאר געהערט אז ער האט געזאגט אז די טאטע האט עס פארציילט) האט דער רבי געזאגט: איך האב געזאגט אז כ'האב געקענט א בעל רוח הקודש! כידוע אז דער רבי איז אלץ קינד געווען ביים רבין ר' מרדכי'לע זי"ע.
זכותם יגן עלינו!

- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
יוסלמאן האט געשריבן:
ווען דער רבי זי"ע איז געווען אין טשיקאגאו נאך געלט תש"ח איז ער געווען אויף א מסיבה אין שטוב פון ש"ב אדמו"ר מקאלוב מארה"ק (ער איז אן אייניקעל פון קאלבוסבער רב, ווי אזוי?) וואס האט דאן געוואוינט אין טשיקאגאו,
תסתכל פה
ועמך כולם צדיקים
פאר מ'פארגעסט אז ס'עקזעסטירט נאך אזא אשכול וועלן מיר שנעל שרייבן א עובדה'לע.
אין ירושלים וואוינט א איד הרה"ח ר' ישעי' פריעדמאן לאויט"א. ר' ישעי' איז א זוהן פון הרה"ח ר' יונה ע"ה פון מוזשאי וואס אסאך גדולי ישראל פלעגן האבן אן אכסניא ביי אים אין שטוב.
ר' יונה איז געווען א בעלזער חסיד א חסיד מובהק פון הרה"ק מהרי"ד זי"ע. (שפעטער איז ער געפארן צו הרה"ק מהר"א זי"ע, איבערדעם איז אויך דא א סיפור, אין אן אנדער געלעגנהייט אי"ה) באזונדער איז ר' יונה געווען דבוק אינעם איידעם פון זיין רבין, הרה"ק מאוסטילע זי"ע, בארימט אלץ רבי פינעלע.
דערציילט ר' ישעי'. דער רבי ר' פינעלע פלעגט אסאך זיין ביי זיי אין שטוב. אלץ קינד האט ער געהאט די זכיה אפאר מאל צו שלאפן אין איין צימער מיטן רבין און ער האט געהאט די זכיה צו זעהן די געוואלדיגע עבודה פון ר' פינעלע וואס כידיע איז ער געווען א עובד השם עד להפליא.
איין צופרי, ס'איז געווען בערך פינעף פארטאגס, האט אים דער רבי אויפגעוועקט, אינגעלע, מ'דארף שוין אויפשטיין לערנען און דאווענען.
האט ר' ישעי' דערציילט פאר זיין שוועסטער לאויט"א פון וועם מיר האבן געהערט די מעשה, אז זינט יענעם פארטאגס, וועק איך זיך אויף יעדן אינדערפרי אין די זעלבע צייט. און פאר א נעפיו וואס איז געווען ביי אים פאר א 11 יאר צוריק האט ער פארציילט אז צומאל חלום'ט ער זיך ווי ער שלאפט ביי זיין טאטען אינדערהיים און דער רבי וועקט אים אויף.
דער נעפיו זיינער האט מיר פארציילט אז ער איז איינגעשטאנען ביים פעטער ר' ישעי' און פארטאגס האט ער אים אויפגעוועקט אז ער קען נישט שלאפן און ער זאל קומען רעדן מיט אים. רייכערענדיג זיין ציגראטעל אויפ'ן טארסע האט ער פארציילט די עובדה מיט ר' פינעלע.
האמיר הערשט לעצטנס געהערט, א דיבור פון א צדיק האט א ווייטע השפעה. זי"ע

איך האב געהערט פון א מרביץ תורה, וואס האט געהערט פון א איד ר' ישעי' ברים פון מאנסי, אז זיין פאטער ר' ? ברים פלעגט זיין א שטוב מענטש ביים חזון איש. איינמאל איז אים אויסגעקומען צו שפאצירן מיטן גרויסן גאון אויף די גאס, און אונטערוועגנס האבן זיי באגעגנט דאס וואס מיר רופן "א חתונה פון מערישקעס", ווי זיי גרופירן זיך ארום זייער הייל און דרייען זיך און פרייען זיך. דער חזון איש האט דאס באטראכט און זיך אנגערופן צו זיין באגלייטער: לאמיר אוועקגיין פון דא, ווייל איך ווער אזוי נתפעל פון די נפלאות הבורא אז איך קום צו כלות הנפש!
- שטיקל גבאי
- שר חמש מאות
- תגובות: 785
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
- לאקאציע: אין גבאי שטיבל
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35147
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
נאך א עובדה פאר די אשכול ווערט פארלוירן...
הרה"ח רבי ישיעי' פריעדמאן הי"ו פון ירושלים האט דערציילט אז ווען הרה"ק מהרי"ד מבעלז זי"ע איז נסתלק געווארן איז זיין טאטע הרה"ח רבי יונה ז"ל געווען אויס מענטש, זייענדיג א חסיד מובהק פון רבי ישכר דוב האט ער נישט געזעהן וואו ער קען מקבל מרות זיין פון סיי וועם נאכן האבן אזא גרויסן רבין.
די ערשטע יאר זייענדיג אויף די יארצייט אין בעלז איז ער געשטאנען זייער פארדאגה'ט מאכענדיג א חשבון הנפש וואס וועט זיין מיט מיינע אינגערע קינדער? ווער וועט זיך מיט זיי אפגעבן? (זיינע עלטרע קינדער פלעגן אסאך גיין צו מהרי"ד). שטייענדיג אזוי פארטראכט איז אדורך דער נייער רבי מרן מהר"א זי"ע און ער קומט צו ר' יונה און זאגט אים, זארג נישט, כ'וועל זיך אפגעבן מיט אייערע קינדער.
ר' יונה האט געזעהן וואו דער רבי האט מרגיש געווען זיין מחשבה האט ער זיך געטרייסט זעהנדיג אז דער רבי האט איבערגעלאזט א הייליגן רבין און זיינע קינדער וועלן קענען פארן צו א קדוש וטהור, און ער האט אנגעהויבן פארן צו מהר"א.
יארן שפעטער נאך די מלחמה ווען ר' ישעי' איז געפארן קיין ארץ ישראל נאך זייענדיג בחור, איז ער אריין מיט א קוויטל צו אדמו"ר מהר"א. וואו ער איז נאר אריין אין צימער, וואו עס זענען געשטאנען נאך אסאך מענטשען, נאך פארן זאגן ווער ער איז, רופט זיך דער רבי אן: לאז צו ר' יונה'ס זוהן, כ'האב געזאגט פאר זיין טאטע אז כ'וועל זיך אפגעבן מיט זיינע קינדער.
דער רב האט טאקע שטארק מחזק געווען ר' ישעי' או ער האט ב"ה אויפגעשטעלט א הערליך דור.
די עובדה האבן מיר געהערט פון האשה החשובה א שוועסטער פון ר' ישעי' לאורך ימים ושנים.

יאסלמאן
ס'איז מיר א חידוש, איך האב איצטער דורכגעקוקט די תולדות פון ר' יונה פר"מ געשריבן דורך בנו ר' ישעיה הנ"ל, וואס איז געדרוקט צום סוף פון די הגדה הנפלאה בית אברהם בית אהרן (פון זיין ברודער הרה"ג ר' אברהם אהרן מטשאפ ז"ל) דארט ווערט לגמרי נישט פארציילט די ערשטע העלפט מעשה וואס מהר"א האט געזאגט אז ער וועט זיך אפגעבן מיט די קינדער, ווידער די צווייטע העלפט מעשה ווי ער איז געקומען לראשונה נאכן קריג צו מהר"א האט ער דארט גאר א צווייטע נוסחא, וז"ל: 'רק לאחר החורבן הנורא והשואה האיומה, בעת שנכנסתי אל מרן זצוק"ל ואמרתי לו שאני בנו של ר' יונה, אמר להגבאי גיב אים א בענקל אין הייס איהם זיצען, ר' יונה מוזשאיער איז געווען א וואוילער איד, אן ערליכער איד, און געוואוסט וויא א איד דארף זיך פיהרען' עד כאן ולא יותר.
די תולדות דארט האט ר' ישעיה פרידמאן אליינס געשריבן, והוא תימה. מען דארף פרעגן די אייניקלעך נכדי אחיו ר' משה פר"מ ז"ל (יש לו בן בווימבס"ג בשם ר' חיים פר"מ)

דער אשכול איז שוין צו נידריג...
כ'האב געהערט פון א איד וואס האט געהערט די מעשה פון זיין טאטע החסיד הישיש ר' יא"וו ני"ו.
זיין פאטער איז געווען א עתיר נכסים און ער האט געהאט א גרויסע השגה אין הכנסת אורחים. במיוחד פסח אויפדערנאכט ביי כל דכפין זענען געווען א גוזמא פון אורחים. ער האט זיכער געמאכט צו האבן וואו מער אורחים ס'שייך.
ויהי היום, ס'רעדעלע האט זיך א דריי געטאן און ס'געלד איז נישטא. דער איד איז געווען זייער אנגעווייטאגט וואס וועט ער צושטעלן אויף פסח. מילא זיין מצב האט ער נאך געקענט פארנעמן, ער האט געהאט מיט וואס צו לעבן, אבער וואס וועט זיין מיט זיין שיינעם מנהג? איז ער געפארן צו זיין רבין הרה"ק רבי אברהם שלום מ'סטראפקאוו זי"ע בן הרה"ק משינאווע זי"ע און זיך פארציילט וועגן זיין פראבלעם.
דער רבי האט אים געזאגט אז ער זאל געהעריג צושטעלן דעם פסח און ער זאל קויפן די לאטארי און ער וועט אים געבן די נומערן וואס ער זאל קויפן און דאס וועט געוואונען. והוא לפלא, דער איד האט געקויפט א לאטא וואס איז געווארן ארויסגעצויגן דעם ערשטן טאג פסח און ער איז צוריק אויפגעראכטן געווארן מיט אלעם גוטן.
די מעשה האב איך געהערט פאר א צייט צוריק פון א איד וואס זיין טאטע האט דאס כמה פעמים שוין דערציילט וואס מיט זיין טאטע/זיידע האט די מעשה פאסירט.
זכותו יגן עלינו.

א גוט יאר. מ'זאל האבן אויסגעבעטן אלעס גוט'ס.
כ'האב געהערט פון ידידי ר' מ"פ ני"ו. אלץ בחור איז ער געווען אין סאטמאר אינגעל קעמפ מיט הגה"צ רבי שמעון זאב מילער זצ"ל, אראדער רב, וואס פלעגט יעדע יאר זיין אין קעמפ. סוף זומער ווען יעדער איז אהיימגעפארן האט אים דער אראדער רב געבעטן צו נעמן ווייסע טישטיכער און איבערדעקן די טישן פונעם קעמפ בית מדרש, און צו זיכער מאכן אז ס'פאלט נישט אראפ זאל ער עס צוסטעיפלן, און אויב יחזקאל'י (ר' יחזקאל ראזענבערג זאל זיין געזונט) וועט די רנישט וועלן געבן א סטעיפלער זאלסטו לייגן סידורים. דער אינגערמאן זאגט מיר אז ער האט זיך געוואונדערט וואס איז אזוי וויכטיג צו האלטן א טישטיך אויף א ליידיג טיש אז מ'זאל דערפאר נוצן סידורים, האט אים דער רב מסביר געווען, ווען ס'וועט קומען פרייטאג נאכמיטאג און אלע טישן זענען איבערגעדעקט לכבוד שבת, און אויב די טישן וועלן זיין אויפגעדעקט וועלן זיי וויינען, לכן, וויל איך זעהן ס'זאל האבן א טישטיך.
א השגה פון א איד.
כ'האב געהערט פון ידידי ר' מ"פ ני"ו. אלץ בחור איז ער געווען אין סאטמאר אינגעל קעמפ מיט הגה"צ רבי שמעון זאב מילער זצ"ל, אראדער רב, וואס פלעגט יעדע יאר זיין אין קעמפ. סוף זומער ווען יעדער איז אהיימגעפארן האט אים דער אראדער רב געבעטן צו נעמן ווייסע טישטיכער און איבערדעקן די טישן פונעם קעמפ בית מדרש, און צו זיכער מאכן אז ס'פאלט נישט אראפ זאל ער עס צוסטעיפלן, און אויב יחזקאל'י (ר' יחזקאל ראזענבערג זאל זיין געזונט) וועט די רנישט וועלן געבן א סטעיפלער זאלסטו לייגן סידורים. דער אינגערמאן זאגט מיר אז ער האט זיך געוואונדערט וואס איז אזוי וויכטיג צו האלטן א טישטיך אויף א ליידיג טיש אז מ'זאל דערפאר נוצן סידורים, האט אים דער רב מסביר געווען, ווען ס'וועט קומען פרייטאג נאכמיטאג און אלע טישן זענען איבערגעדעקט לכבוד שבת, און אויב די טישן וועלן זיין אויפגעדעקט וועלן זיי וויינען, לכן, וויל איך זעהן ס'זאל האבן א טישטיך.
א השגה פון א איד.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6804
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
נעכטען מוצ"ש האב איך געהערט א מעשה פלא פון מיין זוהן וואס ער האט עס געהערט פון זיין שווער ר' יעקב קאפל ברילובסקי זז"ג.
(אגב, מיין מחותן זוצט יעצט שבעה נאך א טאכטער זיינע)
די מעשה איז געשעהן מיט ר' יעקב קאפל אליינס.
ווען ר' קאפל איז נאך געווען א בחור 21 יאהר אלט איז ער קראנק געווארען מיט 'מיזעלס'. ער האט עטליכע טעג געהאט גאר הויכע היטץ. עס איז געגאנגען ביז 106 גראד.
זיין מאמע'ס מאמע האט געוואוינט און ירושלים יענע תקופה, (ר' קאפל האט געוואוינט און נו יארק) און מעהאט געשוקט א טעלעגראם צו אוהר אז זי זאל שיקען א שליח צום בעלזער רבי'ן ר' אהרן זצוק"ל מזכיר זיין אוהר אייניקעל.
דער שליח איז געווען א פלימעניק אוהרע מיטען נאמען 'פנחס' און און דעם קוויטעל איז געווען אריינגעשריבען נאר די ווערטער 'יעקב קאפל בן רבקה מלכה לרפואה שלימה'
דער פנחס נעמט דאס קוויטעל און פארט צום בעלזער רבין.
ווען ער קומט צוריק צו זיין מומע, זעהט זו אז ער איז ווייס אווויא קאליך.
זי פרעגט אוהם וואס האט פאסירט. און ער דערציילט אוהר פאלגענד.
ער איז אהנגעקומען אהון ביים רבין און ער זעהט אז עס שטייען א געוואלד מיט יודען און מעקען נישט אריין גיין.
מעזאגט אוהם אז ער זאל איבערגעבען דעם קוויטעל צום גבאי. דער גבאי וועט צוזאם נעמען די קוויטלעך פון די אנדערע יודען וואס ווארטען דארט אויך, און וועט עס אלעס איבער געבען צום רבין. דער רבי וועט נאכדעם לאזען אריין ריפען די יודען. מען האט אוהם אבער געזאגט אז עס קען אסאך מאל זיין טעג שפעטער וואס דער רבי וועט אוהם ריפען.
בלית ברירה, ער גיבט איבער דעם קוויטל פארען גבאי און זעצט זיך אוועק ווארטען.
דער גבאי טראגט אריין די אלע קוויטלך צום רבין און ממש א פאר מינוט דערויף קומט ער ארויס און קוקט זיך ארום, דער גבאי גייט צו צו אוהם און פרעגט אוהם אויב ער הייסט פנחס. ער זאגט אז יא. דער גבאי זאגט אוהם אז דער רבי רופט.
ער קומט אריין און צימער, און זעהט אז דער רבי איז נישט געזעצען נאר געשטאנען. ער גייט צו און דער רבי גיבט אוהם די האנט. דער רבי זאגט אוהם, די ביסט דאך אן אייניקעל פון רבי ר' אלימלך זי"ע, איך וויל האבען די זכיה אהנכאפען די הענט פון אן אייניקל פונעם רבי ר' אלימלךזי"ע.
דערנאך זאגט אוהם דער רבי, אז ער זאל זאגען פאר זיין מומע אז אוהר אייניקל און חו"ל וועט האבען א רפואה שלימה.
דער פנחס האט דערציילט פאר זיין מומע אז איבער דעם איז ער אזוי איבעראשט ווייל ער האט קיינעם נישט געזאגט אז ער הייסט פנחס. און אונעם קוויטל איז גארנישט געווען עפעס דעמאנט אז דער חולה וואוינט און חו"ל, און דער רבי זי"ע האט דאס אלעס געזעהן ברוח קדשו.
זי"ע