ר' משה יחיא' אלימלך ראבינאוויטש מלעברטוב הי"ד-זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

ר' משה יחיא' אלימלך ראבינאוויטש מלעברטוב הי"ד-זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

בעז"ה
הרה"ק רבי משה יחיא' אלימלך ראבינאוויטש זצלל"ה הי"ד

האדמו"ר מלעווערטאוו

אין דעם אשכול וואלט איך זייער געוואלט אדורך טאן דאס לעבן און שאפן פונעם לעווערטאוו'ער רבי'ן זצ"ל, וועלכער איז געווען א רבי פון טויזענטער חסידים אין פוילן פאר'ן לעצטן קריג, און ווי פיל אנדערע פוילישע הויפן איז נעבעך פון דעם גארנישט פארבליבן.
איידער איך וועל אנהייבן מיט זיין ביאגראפיע וויל איך מיטטיילן די חשוב'ע חברים וואס עס ברענגט מיר זיך צו נעמען איבער דעם דאזיגן הייליגען פערזענליכקייט מיט זיין הויף.

און דאס איז,די מורא'דיגע ווערק בהדרכה וחינוך וואס ער האט איבערגעלאזט, מלא וגדוש מיט יסודות אויף טריט און שריט פון א איד'נס לעבן, און די פלא איז, אז אין זיינע מאמרים זעט מען ממש ווי ער רעדט צו אונזער דור, און מיט אזא פראקטישקייט אויף למעשה, און דאס איז אפילו ביי די סאמע סענסעטיווסטע נושאים אויף וועלכע עס איז כמעט נישט פאראן דברים שבכתב פארנעמט ער זיך מיט א מורא'דיגע ברייטקייט און קלארקייט, הפלא ופלא.

זיינע ספרים זענען די פאלגענדע:
שמירת הדעת, מאמרים במוסר וחסידות, וואס אגב א גרויס חלק דערפון האט ער געשריבן אלס אינג בחור.
ויאמר משה, על התורה
וידבר משה, מועדים.

דאס איז אויסער 'וידבר משה' אויף פרקי אבות, וואס איז א ליקוט פון זיינע אויבנדערמאטע ספרים.

איצט אפאר קורצע פרטים איבער אים: (שלא כסדרן)
ער איז געווען א זוהן פון הרה"ק רבי נתן דוד מפארציווע זצ"ל (דער לעווערטאווער איז געווען רבי ברוכ'ל מונקאטשער'ס רודער פון איין טאט'ן)
א ביאלער אייניקל.זיין דרך איז געווען זייער מקרב צו זיין יונגע בוחרים (ברצונינו להרחיב את הדיבור על זה בהמשך).
הרה"ק רבי שמעון'לע זשעליחובער, וועלכער איז געווען א גוטע צוואנציג יאר עלטער פון איהם, האט זיך געהאלטן פאר זיינ'ס א תלמיד, און האט זיך ממש מבטל געווען פאר איהם כעבדא קמי מריה, וואס דאס אליין ווייזט זייער אסאך.
איך האף אי"ה מרחיב צו זיין אויף דעם, אבער נישט אן אייער הילף.
איך בעט אייך טייערע חברים: ווער עס ווייסט עפעס איבער זיין היסטאריע, און בעיקר, איבער זיין אייגנארטיגן דרך, זאל ביטע מוחל זיין און אנטייל צו נעמען.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

פון ווי נעמסטו דאס אז ער איז געווען א רבי פון טויזענטער חסידים?
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ווען די בחורים פון לובלין האבן אמאל געפרעגט קושיות אויפן דרך פון לעבערטובער. האט זיי ר' שימעלע זשעליכאווער געזאגט "אז זיינע זיידעס דער קאזניצער מגיד ביי איין זייט און דער יהודי הק' מפאשיסחא ביי די אנדערע זייט הייסן אים וואס צו טוען!
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שוין כמה פעמים געוואלט שרייבן איבער דעם לעווערטאווער צוליב זיין מכתב צו די חסידים בתחלת הנהגתו וואס הייבט אויף אויגן ברעמען און שטעלט גרויסע פראגע צייכנס אבער בהיות שהספר ויצו משה איז נישט בידי האב איך עס נישט געקענט אריין סקענען, ווער עס האט דער ספר זאל זעהן ביטע אריין סקענען דער מכתב,
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מען וואלט אויך באדארפן צו עפענען א באזונדער געהענגעל איבער ש"ב הרה"ק מ'פיאצעסנע הי"ד,
איבער זיין אופן החינוך, זיינע מערקווירדיגע חיבורים, ועוד.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

כבודך מכובד
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

כי מכבד אכבד ובוזי יקלו.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

א לענגערע באשרייבונג איבער דער לעווערטאווער רבי אין דאס אידישע ווארט שבט תשמ"ח
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מר זעליג:

דער אמת איז אז קיין ערשט האנטיגע אימפאמאציע איבער די צאל חסידים, האב איך נישט, נאר:

1) כ'האב אזוי געהערט פון א חשוב'ער איד וואס איז אסאך עוסק בדברי תורתו, מסתמא האט ער עפעס אמקור דערצו, און אויך 2) איז אזוי משמע פון זיין מכתב התקנות (וואס בן בוזי דערמאנט), ער רעדט דארט ארום פון די לעווערטאווע שטיבלאך ברחבי פוילען, ווי אויך 3) אין דעם פארווארט פון זיין ספר שמירת הדעת שרייבן די מוציאים לאור 'מכון גנזי מהרי"ץ' חסידי ביאלא: "אלפים מבני נוער נהרו אליו מכל רחבי פולין לשמוע את דבר ה'".
אדרבה טאמער האט איינער נענטערע אינפארמאציע ווילן מיר דאס אוודאי הערן.

נב. דער מספר החסידים האב איך געשריבן בדרך אגב, דער עיקר ציל מיינער מיט דעם אשכול איז, אביסל דורך צו טוהן זיינע געוואלדיגע הדרכות, ווי אויך שטריכן וועלכע זאלן אונז אביסל געבן א בילד אויף דעם ענק שבענקים.
.............................................................
בן בוזי:
איך ווייס פון וואס דו רעדסט, ואת חטאי אני מזכיר היום, אלס בחור ווען איך האב געמיינט אז איך פארשטיי אלעס, האב איך אויך אזי געקלערט, נישט נאר אויפ'ן לעווערטאווער, נאר אויף יעדן צדיק וואס די ווערטער זיינע האבן נישט געשטימט מיט מיין צמצום, אבער לעבן האט מיר אויסגעלערנט נישט קיין מיינונג צו זאגן במופלא ממני.
זייט מיר מוחל,
דער קונטרס פון וועלכען דו רעדסט איז געדרוקט און זיין ספר ויאמר משה, כעת טרעף איך עס נישט
על כן וויל איך בעטן ווער ס'האט דעם ספר און די פאר מינוט, זאל א טובה טוהן און ביטע עס ארויפשטעלן, יי"כ.
לעצט פארראכטן דורך שטארק זיך אום דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 6:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

א הארציגן יישר כוח בן בוזי פאר דעם איהאלטסרייכן לינק.

די ביאגראפישע פרטים און היסטארישע פאקטן דארט, זענען זייער רייך און באלערענד, לעומת זה, די אפשאצונגן און דאס ארויס ברענגן דעם לעווערטאווערס מהלך איז לדעתי כלל נישט ריכטיג אפגעלערנט, (ווי דאס וואס ער שרייבט אז דער לעווערטאווער האט מקרב געווען די וואס האבן געזוכט מדרגות, איז ממש היפוך ווי ער זעלבס שרייבט בכמה מקומות, ועוד) ווי עס שיינט האט דער שרייבער זעלבסט, נישט געטוען און זיינע ספרים, איך האף נאך בעזר השם צוריקצוקומען דערצו.

אגב, דאס בילד וואס ער ברענגט פון'עם פארציווער ענדעלט זייער שטארק צום אייניקל האדמו"ר ממונקאטש שליט"א.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פון וואס פאר א מהר"ל שיטה רעדט מען, דעם דרך הלימוד פון וואס ער רעדט באריכות אין פרשת קר"ש?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מכתב מהאדמו"ר מלעווערטוב לחסידיו לאחר הסתלקות אביו
אטעטשמענטס
CCF08132009_00000.jpg
CCF08132009_00001.jpg
CCF08132009_00002.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שעהנעם דאנן הרב בן בוזי, פאר'ן ארויפלייגן די תקנות.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ביקסאד האט געשריבן:מען וואלט אויך באדארפן צו עפענען א באזונדער געהענגעל איבער ש"ב הרה"ק מ'פיאצעסנע הי"ד,
איבער זיין אופן החינוך, זיינע מערקווירדיגע חיבורים, ועוד.

כנראה והעיקר שכחתי.
ועמך כולם צדיקים
תפוח
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:14 pm

רבי משה יחיאל אלימלך ראבינאוויטש זצ"ל מלעברטוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תפוח »

א ברידער פון ר' ברוך'ל אבד"ק מונקאטש.
ס'איז באקאנט אז ר' שימעלע זעליחובער איז געוועהן פון זיינע חסידים, דאס אליין ווייזט די גדלות פונעם לברטובער, בפרט אז ער איז געוועהן 20 יאר יונגער.
ער פלעגט זעצען די בחורים און אויפשטעלן די בעל בתים ביים טיש.

ווייסט איינער מער היסטוריה איבער עים, זיינע חסידים אדער דברי תורה?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

א פולע רייע מן ספרים איז פאראן פון אים
וידבר משה, שמירת הדעת, און נאך
ומספריו הק' שם אתה מוצא גדולתו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

תפוח האט געשריבן:א ברידער פון ר' ברוך'ל אבד"ק מונקאטש.
ס'איז באקאנט אז ר' שימעלע זעליחובער איז געוועהן פון זיינע חסידים, דאס אליין ווייזט די גדלות פונעם לברטובער, בפרט אז ער איז געוועהן 20 יאר יונגער.
ער פלעגט זעצען די בחורים און אויפשטעלן די בעל בתים ביים טיש.

ווייסט איינער מער היסטוריה איבער עים, זיינע חסידים אדער דברי תורה?

מיר האבן שוין אן אשכול איבער אים:

viewtopic.php?p=256356#p256356
תפוח
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תפוח »

א דאנק!
שלומעלע
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

כ"ז סיון תש"א - יאהרצייט פון לעווערטאווער רבי זי"ע. הי"ד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומעלע »

לגבי דער ויכוח צו ער האט געהאט טויזענטער חסידים צו נישט. לפי המסופר, האט ער גע'יארשענט פונם טאטע'ן דער פארצעווער רבי טויזענטער חסידים, אבער ער האט זיי אוועק געשיקט, מתוך רצונו ודרכו בקודש צו מקרב זיין די בני הנעורים. נאך פאר ער איז געווארען רבי, וואוינענדיג אין ווארשה, האב'ן געדרייט ביי עם א גרויסע עולם עובדי ה' מבקשי תורה וייר"ש.

מתוך אן אמאליגע באשרייבינג אין המודיע אויף רבי שמעו'לה ביים לעווערטאווער.
1.png

האט איינער אפשר פון עם א שיין בילד? לפי המסופר, כאטש ער האט נישט צוגעלאזט קיי בילדער, און אויך כמעט נישט משתתף געווען ביים אסיפות, ס'איז געווען חסידים וואס האב'ן שטארק געוואלט פון עם א בילד, אין, נאך מימיו בווארשה, בשעת ס'איז געווען ביי עם א חשובע גאסט, וויס'נדיק אז ער וועט עם ארויס באגלייט'ן, האט מען באשטעלט א פאטאגראפער ווארטען אינדרויסען, אין ער האט געכאפט א שיין בילד.

רבי ברוך'ל איז גראדער נאר א ברידער פינ'ם טאטע, אבער פין אנאנדערע מאמע.
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4553
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

חוץ די אויווען דערמאנטע ספרים האט ער איך מחבר געןוען דיא ספרים עבודת הלב, אמרי טל,מחשבות מאירות..
אגב ער האט געהאט חוץ פון רבי ברוכל ממונקאטש נאך א ברודער אין בארא פארק פלעטבוש רבי יהודה לייב זי"ע וואס איז אוועק אפאר יאהר צוריק
שלומעלע
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

יחוסו בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומעלע »

אביו הרה"ק ר' נתן דוד מפארצ'ובה, ב"ר יצחק יעקב מביאלה ב"ר נתן דוד משידלובצה ב"ר ירחמיאל בנו של היהודי הקדוש מפרשיסחא
אמו בת הרה"ק ר' יחיאל יעקב מקאז'ניץ, ב"ר אלעזר ב"ר משה אליקים בריעה בנו של המגיד הק' מקאז'ניץ
אם אמו, בת הרה"ק ר' אלימלך מגראדזיסק - חתן ר' ירחמיאל בנו של היהודי הק'. ובנו של השרף ממאגלניצה נכד המגיד מקאז'ניץ - חתן הרה"ק ר' אלעזר מליז'ענסק בנו של הנועם אלימלך.
מצד חמיו נוסף לו ריז'ין וקארלין
חמיו, דודו הרה"ק ר' ישראל מגראדזיסק הי"ד, ב"ר חיים מאיר יחיאל (ב"ר אלימלך הנז') שהי' חתן ר' יצחק מבאהוש נכד הריז'ינער ומשם ר' אברהם המלאך והמגיד הק' ממעזריטש.
חמותו בת הרה"ק ר' אשר מסטאלין (שנשא אלמנת ר' יחיאל יעקב מקאז'ניץ, בת ר' אלימלך הנז') בנו של הבית אהרן מקארלין.

ואחזור על הבקשה: האם יש ביד מאן דהו מהחברים תמונה ממנו שיוכל לשתף?
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אין "דער איד" איז די וואך שלח געווען א בילד פון אים
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4553
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

איך האב בילדער איך ווייס אבער נישט וויאזוי משיקט בילדער
תורת יצחק
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 1:35 pm

רבי משה יחיאל אלימלך ראבינאוויטש מלעברטוב הי"ד-זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורת יצחק »

לחיים לחיים!!
היינט איז די גרויסע יארצייט פון מרן הרב הקוה"ט מלעברטוב זי"ע בעל מחבר ספרי הקדושים וידבר משה, ויאמר משה, שמירת הדעת, אמרי טל, ועוד כמה וכמה.
מרן משה יחיאל אלימלך בן מרן נתן דוד [מפארציווא] זצוק"ל.
נהרג עקה"ש בשנות הזעם בשנת תש"א ע"י הגרמונים ימ"ש
השם ינקום דמיו במהרה
תורת יצחק
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 1:35 pm

יחוסו בקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורת יצחק »

שלומעלע האט געשריבן:אביו הרה"ק ר' נתן דוד מפארצ'ובה, ב"ר יצחק יעקב מביאלה ב"ר נתן דוד משידלובצה ב"ר ירחמיאל בנו של היהודי הקדוש מפרשיסחא
ר' יצחק יעקב מביאלא חתן הה"ק ר' יושע מאוסרובא ב"ר שלמה לייב מלענטשנא זי"ע
אמו בת הרה"ק ר' יחיאל יעקב מקאז'ניץ, ב"ר אלעזר ב"ר משה אליקים בריעה בנו של המגיד הק' מקאז'ניץ
אם אמו, בת הרה"ק ר' אלימלך מגראדזיסק - חתן ר' ירחמיאל בנו של היהודי הק'. ובנו של השרף ממאגלניצה נכד המגיד מקאז'ניץ - חתן הרה"ק ר' אלעזר מליז'ענסק בנו של הנועם אלימלך.
מצד חמיו נוסף לו ריז'ין וקארלין
חמיו, דודו הרה"ק ר' ישראל מגראדזיסק הי"ד, ב"ר חיים מאיר יחיאל (ב"ר אלימלך הנז') שהי' חתן ר' יצחק מבאהוש נכד הריז'ינער ומשם ר' אברהם המלאך והמגיד הק' ממעזריטש.
חמותו בת הרה"ק ר' אשר מסטאלין (שנשא אלמנת ר' יחיאל יעקב מקאז'ניץ, בת ר' אלימלך הנז') בנו של הבית אהרן מקארלין.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”