בלאט 4 פון 5

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 22, 2009 9:31 pm
דורך נחמן נתן
'אלעזר ליפמן' איז א ליזענסקער נאמען, נישט 'אליעזר'.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 9:26 pm
דורך מיללער
דער קאפישניצער רבי זצ"ל מיט זיין שוואגער און קאזין דר. העשיל (קרעדיט מ. יצחקי בח"ח), לינקס ווערט געזעהן דער באיאנער רבי זצ"ל, בד"צ ווער איז דער אינדערצווישען?

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 14, 2009 10:17 pm
דורך נחמן נתן
זעהט איבער פעולות צדיק לחיים לטובת אחב"י אונטער די סאוועיטישע הערשאפט (הפרדס אלול תשא).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 3:40 pm
דורך נחמן נתן
ווער איז דער דריטער לינקס? (הירשל ציג וויל וויסן).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 3:41 pm
דורך פרעגער
ווייסט איינער אפשר וואו הרב בד"צ און ביקסאד זענען פארשווינדן געווארען? אסאך מוטשענישען וואלט זיי געקאנט לעהזן....

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 28, 2009 6:56 pm
דורך scy4851
נחמן נתן האט געשריבן:א שיין בילד פון רבי'ן.
הרבד"ץ ווער איז דער איד לעבן רבי'ן?

דער זעהט מיר אויס אוויא ראבאי הגר דער רב פון וואל סטריט סינעגאג
א זוהן אדער אייניקעל פונעם ראדאוויטצער רבי

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 2:40 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:יאסל,
אין א פריוואטער שמועס מיט הרבד"צ איבער די סידור קידושין האט ער מיר מסביר געווען אז באמת האט ער געוואלט מכבד זיין זיין פעטער דעם נאוואמינסקער רבין נאר ער איז נפטר געווארן הארט פאר די חתונה, כשהגיע השמועה פון פטירת הנאוואמינסקער צום קאפישניצער רבי איז ער פונקט דאן געווען אין שעראן-ספרינגס מיטן רבי'ן דעמאלטס האט ער מכבד געווען דעם רבי'ן.

אויף מיין שאלה פארוואס ער האט נישט מכד געווען דעם באיאנער רבי, באה התשובה שבריזין לא קיבלו סידור-קידושין.

דאס האט ער מיר אויך געזאגט אז דער קאפישניצער רבי האט געהאט א גרויסע הערצה צום סאטמאר רבין, אסאך צו פארדאנקען האט געהאט ר' יעקב טייטלבוים (נישט פון די משפחת עצי התמרים) מנאמני ובאי בית האדמו"ר מקאפישניץ וועלכער איז אסאך געווען ביים רבין.


דער בילד קומט פון 'בחדרי חרדים' און ווערט אידענטיפיצירט אלס דער קאפישניצער רבי זצ"ל פון רעכטס און דער דערמאנטער ר' יעקב טייטלבוים פון קווינס, צו לינקס, אפשר איז שוין צייט אז מ'זאל רעדן מער באריכות איבער דעם הרב טייטלבוים?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 02, 2010 3:15 pm
דורך מיללער
שטיקל גבאי האט געשריבן:מציבת הרב אליעזר ליפא גארטנהויז זצ"ל חתן הרה"ק ר' אי"ה מקאפישניץ זצוקללה"ה בביה"ח בית דוד
ומציבת בנו הרב אהרן יודא ארי' ז"ל
איני זוכר כעת באיזה חלקה


כתבתי אודותם עכשיו באשכול ליזענסק, כנראה שכבודו טעה, ר' אהרן יהודה לייב ב"ר אלעזר ליפא, הוא היה חתנו של האדמו"ר ראי"ה מקאפישניץ, אביו רא"ל היה חתן ר' יוסף יחיאל מיכל רעדליך אב"ד מיקולייעב.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 03, 2010 1:38 pm
דורך שטיקל גבאי
מיללער האט געשריבן:
שטיקל גבאי האט געשריבן:מציבת הרב אליעזר ליפא גארטנהויז זצ"ל חתן הרה"ק ר' אי"ה מקאפישניץ זצוקללה"ה בביה"ח בית דוד
ומציבת בנו הרב אהרן יודא ארי' ז"ל
איני זוכר כעת באיזה חלקה


כתבתי אודותם עכשיו באשכול ליזענסק, כנראה שכבודו טעה, ר' אהרן יהודה לייב ב"ר אלעזר ליפא, הוא היה חתנו של האדמו"ר ראי"ה מקאפישניץ, אביו רא"ל היה חתן ר' יוסף יחיאל מיכל רעדליך אב"ד מיקולייעב.

ביסט גערעכט, טעיתי, אויפן מציבה שטייט טאקע ווי דו שרייבסט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 12, 2011 2:20 pm
דורך בן בוזי
אן ערהאבן בילד ביי א שמחה בבית קאפיטשניץ, אויפן אויבן אהן דערקענט מען מרנא ורבנא מבאיאן, מקאפיטשניץ, מקור ברוך מסערעט, ??, ר' משה פיינשטיין

אולי איז דער מיטן ?? ר' חיים ביק?

רבבה וועט וויסן, ווער איז דער חתן?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 12, 2011 2:29 pm
דורך רבבה
סאיז בנו ר' משהעלע ז''ל אין לעבען איהם זיין שוועהר ר' הערשל בראנדלער

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 12, 2011 2:30 pm
דורך בן בוזי
און ווער זיצט לעבן ר' משה?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 12, 2011 2:32 pm
דורך פרעגער
רבבה האט געשריבן:סאיז בנו ר' משהעלע ז''ל אין לעבען איהם זיין שוועהר ר' הערשל בראנדלער


בנו ר' משה'לע לא חבש שטריימל?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 14, 2011 11:31 am
דורך נחמן נתן
טאקע א הערליך בילד בן בוזי. איז דער חתונה געווען דאהי אין אמעריקא? אויב יא, לא ידעתי אז דער סערעטער זצ"ל איז אמאל געווען דא

הא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 14, 2011 11:37 am
דורך בן בוזי
דאס איז דאך די מעשה מיטן טעיפ, ס'איז אין אמעריקא...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 12:32 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:דער דערמאנטער ר' יואל פינק מחותנו של האדמו"ר מקאפישניץ האט געדרוקט די ספרים פון ר' יוסף ענגל, ער איז געווען דאהי אין אמעריקא נאך פארן קריג און א באקאנטער כלל טוער, קען איינער אראפשרייבען מער פרטים איבער אים?


לכל זמן ועת לכל חפץ, מיר האבן בשעתו געזוכט חומר איבער הגאון החסיד ר' יואל פינק אבער באין מענה, היינט האבן מיר בדרך לא דרך געפינען א שיין בילד פון ר' יואל ווי ער טאנצט מצוה-טאנץ אויף א חתונה פון א קרוב (ליידער אן אמעריקאניזירטע ווערסיע פון די פינק משפחה) ולאור פון די מציה האבן מיר געטראפן דעם ארטיקל איבער ר' יואל, יהא זכרו ברוך:

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=75

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 06, 2012 11:13 am
דורך מיללער
תמונה לכ' היאצ"ט, ווערט געזעהן זיין זוהן ומ"מ האדמו"ר ר' משה מרדכי ז"ל

קרעדיט; ר' בנימין מפ"ת בעל הבלוג תולדות, עם חומר לתולדותיו:
http://toladot.blogspot.com/2012/07/blog-post.html#more

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 06, 2012 2:12 pm
דורך תרנגול
בן בוזי האט געשריבן:דאס איז דאך די מעשה מיטן טעיפ, ס'איז אין אמעריקא...

איך בין אן עם הארץ, פון וועלכע טעיפ רעדט מען?

נחמן נתן, דער מקור ברוך איז געווען דאהי עטליכע מאל. צוויי פון וואס איך ווייס איז תשט"ז און תשי"ט.

אגב, איך האב נעכטן געליינט עטליכע גאר שיינע מעשיות פונעם קאפישניצער רבי'ן זצ"ל אינעם ספר זכרונם לברכה פון הרב פרלוב. ווי עס שיינט איז חוץ פון זיין צידקות און זיין קדושה, איז ער געווען א זעלטענער בעל מידות און א גוט הארציגער. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 06, 2012 2:53 pm
דורך חכם לב
הערשט יעצט אנגעקומען

געהערט פאר אסאך יארן צוריק פון הגאון ר' יצחק מאנדל שליט"א וואס בעיניו ראה די גרויסע חביבות צווישן רביה"ק זי"ע און דעם קאפיטשניצער, דאכט זיך ער האט דערציילט (געדענקט נישט פונקטליך, ווער עס וויל קען אים איבערפרעגן) אז דער קאפיטשניציער איז געקומען צום רבי'ן בשעת דער רבי האט געדאוונט מנחה מיט די בחורים, און ווען דער רבי האט אים געזען ביים טיר איז ער אים אנטעקעגן געלאפן מיט גרויס חביבות,

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 05, 2012 4:15 pm
דורך מיללער
שטיקל גבאי האט געשריבן:היה לו ג' בנים וז' בנות
הרבנית לאה רחל אשת הרב פישל הורוויץ, בן הרב מסטאניסלאוו.
הרבנית חוה אשת הרב שניאור זלמן גוראריה.
הרבנית מלכה אשת הרב אהרן לעמבערגער.
הרבנית שבע אשת הרב אהרן דוד פלינטנשטיין.
הרבנית מירל אשת הרב אליעזר ליפא גארטנהויז.
הרבנית מאניע אשת הרב מרדכי פינק, בן הרב יואל פינק.
הרבנית פערל אשת הרב יעקב יוסף מאזארניץ - חאטין.


אין א נייעם פאוסט אויפן באקאנטען 'תולדות' בלאג לידידינו ר' בנימין מפ"ת, לתולדות הג"ר מנ"נ לעמבערגער ז"ל אב"ד מאקאווא, בין איך געוואור געווארן אז דער דערמאנטער ר' אהרן לעמבערגער איידעם פונעם קאפישנציצער רבי'ן זצ"ל איז געווען א ברודער פאר'ן מאקאווא רב, און ער האט געוואונט אין תל-אביב.

וואלט אינטערעסאנט געווען צו הערן מער פרטים איבער דעם אונגארישען איידעם פון א ריזישינער רבי, די סיבה פארוואס ער האט געוואונט אין תל אביב איז ווארשיינליך געווען, ווייל צוויי פון די זיבען טעכטער פונעם קאפישניצער רבין זענען אויפגעצויגען געווארן ביי זייער פעטער דער סאדיגורא רבי פון תל-אביב האביר יעקב, דאס איז געווען די טאכטער מלכה אשת ר' אהרן לעמבערגער און די טאכטער שבע אשת רא"ד פלינטענשטיין, מוטער פונעם קאפישניצער רבין לאויט"א פון אר"י.

ר' אהרן לעמבערגער איז געווען א מחותן מיט הגרש"ז אויערבאך, זייענדיג דער שווער פון זיין זון ר' מרדכי אויערבאך רב דק"ק אביר יעקב בתל-אביב, אויך האט ר' אהרן געהאט אן איידעם ר' יהושע העשיל בעק ז"ל אייניקל פונעם פרעמילשאנער רבי פון לאנדאן און לאנגיעריגער מגי"ד אין בעלזא.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 05, 2014 10:18 pm
דורך נחוניא
אינעם "היינט" אוגוסט 30 1909 ווערט באריכטעט די חתונה פונעם קאפיטשניצער רבי'ן

http://jpress.org.il/Olive/APA/NLI_Heb/ ... 3&rtl=true

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 5:11 am
דורך פרעגער
נחוניא האט געשריבן:אינעם "היינט" אוגוסט 30 1909 ווערט באריכטעט די חתונה פונעם קאפיטשניצער רבי'ן
http://jpress.org.il/Default/Scripting/ ... sc&sQuery=%u05e8%u05d1%u05d9%27%u05e9%u05e2%20%u05d7%u05ea%u05d5%u05e0%u05d4&rEntityType=&sSearchInAll=true&ViewMode=HTML


כ'זעה נישט אט דעם באריכט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 10:40 am
דורך נחוניא
פרעגער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:אינעם "היינט" אוגוסט 30 1909 ווערט באריכטעט די חתונה פונעם קאפיטשניצער רבי'ן


כ'זעה נישט אט דעם באריכט

שוין פאראכטן
אט דא איז עס:
http://jpress.org.il/Olive/APA/NLI_Heb/ ... 3&rtl=true

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 11:07 am
דורך פרעגער
נחוניא האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:אינעם "היינט" אוגוסט 30 1909 ווערט באריכטעט די חתונה פונעם קאפיטשניצער רבי'ן


כ'זעה נישט אט דעם באריכט

שוין פאראכטן
אט דא איז עס:
http://jpress.org.il/Olive/APA/NLI_Heb/ ... 3&rtl=true


נאופ, נישט פארראכטן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 1:34 pm
דורך נחוניא
פרעגער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:אינעם "היינט" אוגוסט 30 1909 ווערט באריכטעט די חתונה פונעם קאפיטשניצער רבי'ן


כ'זעה נישט אט דעם באריכט

שוין פאראכטן
אט דא איז עס:
http://jpress.org.il/Olive/APA/NLI_Heb/ ... 3&rtl=true


נאופ, נישט פארראכטן

עס איז אינמיטן די דריטע קאלום. דוק ותשכח.