בלאט 4 פון 4
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 11:13 am
דורך איטשע
איך האב נישט דעם פנקס, איך האב געזען [קאפיעס פון] דעם פינקס, און עס ווערט געברענג נישט איינמאל און נישט צוויי מאהל, עס איז נאר געווען נאר איין ר' משה ב"ר נפתלי הירץ הלברשטאם אבד"ק סאטנוב, און עס איז געווען נאר איין ר' שמחה הלברשטאם ב"ר משה אין בראד.
אין בראדער ינקס ווערן דערמאנט "צענדליגע" הלברשטאם'ס אנהייב תק'ס, אסאך פאר צאנזער רב'ס עלטערן האבן חתונה געהאט אדער זענען גאר געבוירן געווארן.
אמת מען מוז איבערצייגן, אלס א חוקר יוחסין בין איך איבערצייגט געווארן.
למעשה איז דא א חתימה פון זיין טאטע, איך ווייס נישט גענוי פון ווי עס קומט, אבער אזוי עס קומט פון איינע פוןדי גרעסטע מומחה און כתבי ידות בדורנו, גלייב מיר אז עס קומט מסתמא פון א פסק פון די דיינים אין פרעמיסלא ווי ער האט דעינט אלס ראש בי"ד. און דער דאקומענט האט אויך א דאטום.
אין בדרך אגב דער משפחה הייסט נישט האלבערשטאם נאר הלברשטאם אדער מאקסימום האלברשטאם, מיט א שוא אינטער די ב' נישט א סגול.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 12:52 pm
דורך הייליגער
איטשע האט געשריבן:איך האב נישט דעם פנקס, איך האב געזען [קאפיעס פון] דעם פינקס, און עס ווערט געברענג נישט איינמאל און נישט צוויי מאהל, עס איז נאר געווען נאר איין ר' משה ב"ר נפתלי הירץ הלברשטאם אבד"ק סאטנוב, און עס איז געווען נאר איין ר' שמחה הלברשטאם ב"ר משה אין בראד.
אין בראדער פנקס ווערן דערמאנט "צענדליגע" הלברשטאם'ס אנהייב תק'ס, אסאך פאר צאנזער רב'ס עלטערן האבן חתונה געהאט אדער זענען גאר געבוירן געווארן.
איך וואלט שטארק הנאה געהאט צו זעהן די קאפיעס פונ'ם פנקס, בתודה מראש. בדרך אגב, דער צאנזער רב איז געבורן געווארן בשנת תקנ"ז [אדער פריער].
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 22, 2010 4:54 am
דורך איטשע
צאנזער רב איז געבוירן "נאך" פורים תקנז, יענע פורים איז זיין זיידע ר' חיים לאנדא - נאך וועמען ער הייסט - נסתלק געווארן. און די דריי יאר איז נישט מעלה און נישט מוריד, לגבי וואס איך האב געשריבן.
פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 5:16 pm
דורך הייליגער
איטשע האט געשריבן:צאנזער רב איז געבוירן "נאך" פורים תקנז, יענע פורים איז זיין זיידע ר' חיים לאנדא - נאך וועמען ער הייסט - נסתלק געווארן. און די דריי יאר איז נישט מעלה און נישט מוריד, לגבי וואס איך האב געשריבן.
ריכטיג עס איז נישט נוגע לגבי דעם, דערפאר האב איך עס געשריבן 'בדרך אגב', מעיר צו זיין אויף דעם גרויסע גרייז וואס איר האט געשריבן אז "אנהייב תק'ס איז אסאך פאר צאנזער רב'ס עלטערן האב חתונה געהאט אדער זענען גאר געבורין געווארן", און אונז ווייסען מיר אז נישט נאר זענען זיינע עלטערען שוין דעמאלט'ס געבורין געווארן און אויף פארהייראט געווארן, נאר אורו זרחה כבר בעולם כמה שנים קודם לכן. לענינינו, ווידער אמאל אויב איר עט קענען אהערברענגען די קאפיס עט'ס זיין א געוואלדיגער אינטערעסאנטער ארטיקל, יישר כוחכם.
פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 7:35 pm
דורך scy4851
בןהרחמן האט געשריבן:חתימה 3
----
חתי"ק פון המקובל הק' רבי שלמה מולכו
איינער ווייסט וואס איז די ביאור פונעם אויסזעהן פון א פאן (דגל)?
ברוקלין האט געשריבן:יאנאש האט געשריבן:בעני, איז נישט שלמה מלכו געוועזן איינע פון די משיחי שקר?
יא, הקדוש ר' שלמה מלכו איז געווען זייער א ערליכער, אבער אויך האט ער זיך איינגערעדט אז ער איז (אדער גייט זיין) משיח (וועגן דעם איז דא א "פאן" ביי זיין חתימה), די מלך האט עם געהרגעט וועגען דעם. מ'העט עם געגעבן א געלעגנהייט זיך צי שמדן אלס קריסט, אבער ער האט ענדערש אויסגעוועלט קידוש השם, וכן הוה.
יהא זכרו ברוך
דער תוס' יו"ט און זיין פירוש 'דברי חמודות' אויף הלכות קטנות להרא"ש הלכות ציצית סוף אות כ"ה ברענגט ער אז און פראג און די 'פנחס' שוהל האט ער געזעהן עטליכע חפצים פון
'הקדוש רבי שלמה מלכו הי"ד שהובאו לכאן מרעגנשבורק'.
צווישען די חפצים:
'ועוד
שני דגלים שלו וגם סרגינוס שקורין קיטל'
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 3:31 pm
דורך scy4851
בןהרחמן האט געשריבן:חתימה 1
----
איך וועל גיין פתיחה מיטן באקאנטן חתי"ק פון רבן של ישראל מרן אור שבעת הימים הבעשטה"ק זי"ע.
אין די חתימה שטייט אזוי:
ישראל במוהר"ר אליעזר בע"ש? .... (איך קען נישט ליינען די איבריגע)
(איך בין טאקע נייגעריג צי ער האט אליין געשריבן אויף זיך בעל שם?)
בערך 4 יאהר צוריק האט איינער א 'משה ראזמאן' געשריבען א ביכעל
Founder of Hasidim - A Quest for the Historical Ba'al Shem Tov
ממש און אהנפאנג פונעם ביכעל האט ער א קאפי פון א tax register פון יאהר 1760 למספרם פון די שטאט מעדזעביז.
דער ליסט איז א רשימה פון די אידישע איינוואוינערס און מעדזעביז און זייערע property tax התחייבות.
די כלי קודש דורכשניטלעך זענען געווען פטור פון צאהלען שטייער.
עס שטייט דארט אויף שירה 93 (געשריבען און פויליש)
Balszam Doktor....Liber
איבערגעזעצט אויף ענגליש
Dr. Ba'al Shem....Exempt
אן אנדערע רשימה איז דא פון אלע געביידעס און מעדזביז וועליכע זענען פארצייכענט אלס פטור פון צאהלען שטייער. דער רשימה ענטהאלט די איינוואוינערס פון די פארשידענע געביידעס און עס איז פארשריבען די איינוואוינערס פון פארשידענע יאהרען.
און א געביידע לעבען דעם בית מדרש שטייט אזוי.
(די ליסט וואס איך גיי שרייבען איז קודם דער יאהר למספרם, דערנאך וואס עס שטייט און פויליש, דערנאך איבערגעזעצט אויף ענגליש)
.
1739: Dom kahalski wnim Moszko duchowny (Kahal house in which is Moszko the clergyman)
1740: Dom kahalski seu kantorski wnim kabalista (Kahal or cantor’d house in which there is a Kabbalist)
1742: Balsem w domu kahalskim (The Ba’al Shem in the kahal house)
1758: Balsam (The Ba’al Shem)
1760: Balszam Doktor liber (The Ba’al Shem, the doctor, exempt)
1763: Herszko w domie kahalnym (Herszko in the kahal house)
פון דער רשימה זעהט מען אז און די גויאשע וועלט איז ער אויך געגאנגען מיטען נאמען בעל שם
אגב, עס איז אינטערעסאנט צו באמערקען אז און 1760 האט געוואוינט און דער הויז דער בעל שם.
דריי יאהר שפעטער און 1763 שטייט איינער הערש.
דער בעל שם איז נפטר געווארען תק"כ... למספרם איז דאס 1760
דריי יאהר שפעטער קען זיין אז זיין זון ר' צבי האט דארט געוואוינט.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 3:53 pm
דורך למעלה משבעים
דאס איז עס? קען מען דאוינלוידן די גאנצע ביכל?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 5:29 pm
דורך scy4851
'למעלה משבעים'
יא! דאס איז דער ביכעל. אבער אויף יענעם סייט קען מען נאר זעהן די ערשטע טשעפטערס. און עס זעהט נישט אויס אז מען זאל קענען דאוינלאדען אפילו יענע צוויי טשעפטערס אויך נישט.
די לאנגע רשימה וואס איך האב געברענגט איז און טשעפטער צעהן.
איך האב געקויפט דער ביכעל ווען עס איז ארויסגעקומען 4 יאהר צוריק.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 9:24 pm
דורך קרעמער
אינטערסאנט ביז גאר, אויב עס איז ווירקליך אויטענטיש.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 25, 2010 8:38 am
דורך פרעגער
scy4851 האט געשריבן:בןהרחמן האט געשריבן:חתימה 1
----
פון דער רשימה זעהט מען אז און די גויאשע וועלט איז ער אויך געגאנגען מיטען נאמען בעל שם
זיי שרייבן די נאמען BESHT, ווי באוואוסט האבן די מתנגדים געשריבן אזוי דעם נאמען - אויפ'ן הייליגן בעל שם טוב (בעש"ט) - אלס חוזק.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 25, 2010 9:48 am
דורך scy4851
פרעגער,
יא! זיי שרייבען היינט BESHT
אבער און די אפיציעלע פוילישע דוקאמענטען וואס דער 'ראזמאן' ברענגט און זיין ביכעל שטייט אלעמאל נאר בעלשם.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 9:29 am
דורך מיללער
דער ספר שיח יצחק, העלפט איינעם ארויס מיט די דעבאטע איבער דעם נאמען 'האלברשטאם'?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 10:16 am
דורך איטשע
דער מחבר ספר איז געוועןא רביעי ברביעי פון צאנזער רב בלשוננו א דריטער קאזין, און ער האט געהייסען הלברשטאם... ואידך זיל גמור.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 10:24 am
דורך ביקסאד
איטשע האט געשריבן:ער האט געהייסען הלברשטאם...
האלברשטם . . .
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 11:21 am
דורך מיללער
איטשע האט געשריבן:דער מחבר ספר איז געוועןא רביעי ברביעי פון צאנזער רב בלשוננו א דריטער קאזין, און ער האט געהייסען הלברשטאם... ואידך זיל גמור.
איך האלט ווי אייך ר' איטשע, דערפאר האב איך עס געברענגט וירא הקהל וישפוט
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 17, 2010 8:45 pm
דורך ביקסאד
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 08, 2010 9:41 am
דורך נחמן נתן
חתימת הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 08, 2010 9:49 am
דורך נחמן נתן
חתימת הרה"ק רבי יקותיאל יהודא רז"ב זצ"ל מדיערעש
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 3:03 pm
דורך טהור-עיניים
איך זע דער אשכול שלאפט שוין איבער א יאר, עס איז דוקא זייער א אינטערעסאנטע נושא, נו, דעם צעהלימ'ער רב'ס חתימה האט נאך קיינער נישט אהערגעשטעלט.
און וואס טוט זיך מיט אנדערע, איך האב נישט קיין איינס ביי מיר, ווען יא וואלט איך ארויפגעשטעלט, אבער ווי זענען אלע אונזערע היסטאריקער, חתימות ביי גדולי ישראל איז דאך געווען עפעס אן עסק. ביי טייל איז דאס נאך אפילו היינט אן עסק, און אפילו היינט זענען נאך דא חשוב'ע רבנים מיט גאר אייגענארטיגע חתימות.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 4:34 pm
דורך leiby
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 09, 2012 11:56 pm
דורך סטראשעלע
נחמן נתן האט געשריבן:חתימת הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע
דאס איז נישט צאנזער רבס חתימה, דאס איז פון זיין אייניקל ר' חיימ'ל פון סאטמאר בן רבי שלום אליעזר'ל זצוק"ל
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 02, 2013 8:50 pm
דורך יוראפ
הרה"ק הבית אהרן מקארלין זי"ע