תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 12:45 am
ב"ה
עס איז מיר איינגעפאלן א רעיון מוסיף צו זיין נאך א רינגעלע אין אונזער רייכן על הצדיקים פארום, נעמליך צו זאמלען דא חתימות יד קדשם פון גדולי ישראל.
עס איז כדאי אז ווען מען ווייסט נאך פרטים בנוגע די חתימה וואס מען לייגט ארויף, למשל ווען און אויף וואס עס איז גע'חתמ'ט, זאל מען עס אויך אראפשרייבן, און ווי אויך אויב עס האט ר"ת זאל מען מפענח זיין.
איך טראכט לכתחילה עס איז בעסער צו לייגן נאר חתימות אליין כדי מען זאל קענען לייגן מיט גרעסערע רעזאלושען, אדער אויב איינער וויל לייגען א גרעסערע שטיקל זאל ער אויך איבערלייגן די חתימה באזונדער מיט א גרעסערע רעזאלושען.
----
חתימה 1
----
איך וועל גיין פתיחה מיטן באקאנטן חתי"ק פון רבן של ישראל מרן אור שבעת הימים הבעשטה"ק זי"ע.
אין די חתימה שטייט אזוי:
ישראל במוהר"ר אליעזר בע"ש? .... (איך קען נישט ליינען די איבריגע)
(איך בין טאקע נייגעריג צי ער האט אליין געשריבן אויף זיך בעל שם?)
- עטעטשמענטס
-

- 250px-Besht_Signature.jpg (5.68 KiB) געזעהן געווארן 1498 מאל
לעצט פאראכטן דורך
בןהרחמן אום דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 10:09 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
Advertisement
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 12:49 am
חתימה 2
----
חתי"ק פונעם יעב"ץ (קרעדיט היברו וויקי)
שטייט (המוקף הוא ממני הכותב):
יעב"ץ (=יעקב עמדין בן צבי) לה' הארץ ומלואה
-
ביאור=? קען זיין אז דאס איז פון א ספר ווי ער האט געשריבן זיין נאמען, ווייל לכאורה ביי חתימה צום סוף פון א בריוו שרייבט מען נישט דערנאך לה' הארץ ומלואה, אדער אפשר האט ער געשריבן זיין נאמען ביי אנהויב פון א מכתב?
- עטעטשמענטס
-

- 180px-Emden,_Rabbi_Jacob_signature.jpg (2.28 KiB) געזעהן געווארן 1493 מאל
לעצט פאראכטן דורך
בןהרחמן אום דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 10:10 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 12:53 am
חתימה 3
----
חתי"ק פון המקובל הק' רבי שלמה מולכו
(קרעדיט כנ"ל)
--
איינער ווייסט וואס איז די ביאור פונעם אויסזעהן פון א פאן (דגל)?
- עטעטשמענטס
-

- 180px-Molcho.jpg (7.17 KiB) געזעהן געווארן 1485 מאל
לעצט פאראכטן דורך
בןהרחמן אום דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 10:10 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 2:46 am
א גוטער געדאנק.
ס'ליגט מיר אין קאפ ערגעץ איז דא עפעס אן אשכול איבער חתימות, אפשר אין אלט קרעטשמע, גאו פיגור
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 5:08 am
איך מיין אז דאס דארף געהערן אין די גרעפיק'ס אשכולות..
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 6:24 am
הרב בן הרחמן, צו ערשט א ייש"כ פאר די פתיחה, א חתימה פון א צדיק האט דאך פיל א גרעסערן שויות ווי בילדער, וואס מיינען באמת גארנישט און מ'צולייגט זיי לארכה ולרחבה.
איז דער מקור פון דעם הייליגן בעש"ט'ס חתימה קראנט, אדער איז עס ווי -אדער פון- די גניזה חרסונית?
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 8:24 am
farshlufen האט געשריבן:הרב בן הרחמן, צו ערשט א ייש"כ פאר די פתיחה, א חתימה פון א צדיק האט דאך פיל א גרעסערן שויות ווי בילדער, וואס מיינען באמת גארנישט און מ'צולייגט זיי לארכה ולרחבה.
איז דער מקור פון דעם הייליגן בעש"ט'ס חתימה קראנט, אדער איז עס ווי -אדער פון- די גניזה חרסונית?
ב''ה
החתימה בודאי לא אמת ...וכי הוא יחתום על עצמו בעל שם .
החתימה המקורית היא בבית האסיאטין על המכתב המפורסם שרצה לשלוח לגיסו הרה''ק ר' גרשון קיטעווער
לארץ ישראל עם התולדות ושל ''לא'' כתוב בע''ש והדברים ארוכים ומייגעים והרבה קולמסים נשברו כבר על זה .
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 11:05 am
בעני, איז נישט שלמה מלכו געוועזן איינע פון די משיחי שקר?
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 11:07 am
ניין ח"ו
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 11:22 am
וואס דען איז די היסטאריע מיט אים, עפעס ליגט מיר אין קאפ און איך קען מיך נישט דערמאנען.
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 11:41 am
קודם א דאנק פאר אזא געניאלען איינפאל וואס אז מ'טראכט אריין איז אינטערעסאנט אז מיר האבן נאך נישט געהאט ביז היינט אזאנס, ואיש תבונות ידלנה דא בן הרחמן, מגלגלין זכות ע"י זכאי!
קודם ר' שלמה מולכו איז פון די באקאנטע כותבי מוצאיהם למסעיהם אזוי ווי ר' דוד הראובנו, ר' יעקב ספיר, דער חיד"א און נאך, וועלכע האבן געטרעוולט די וועלט און פארשריבען אוטענישע קולטור געזעלשאפטליכקייטן און נאך אינטערעסאנטע פרטים.
איבער א חתימה מיט א ציור, ביי די ספרדים איז גאר באקאנט די אלע סארטן אייגנארטיגע אונטערשריפטן ווי דער פונעם חיד"א און אנדערע, אבער אין גמ' טרעפט מען שוין אין מס' גיטין אז פארשידענע אמוראים האבן גענוצט צייכענונגען פון א פיש אדער א פירהאנג וכדו' אלס זייער חתימה.
און צום לעצט מיינע באשטייערונגען צום אשכול הכי חשובה.
1) חתי"ק פון מרן הדב"ח
2) חתי"ק פון בנו הרה"ק משינאווא מיט זיין זיגעל
3) חתי"ק פונעם שדי חמד
- עטעטשמענטס
-

- Letter Sanz.gif (3.97 KiB) געזעהן געווארן 1346 מאל
-

- Shineve Letter.gif (3.98 KiB) געזעהן געווארן 1342 מאל
-

- Sdie Chemed.gif (1.81 KiB) געזעהן געווארן 1340 מאל
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 12:03 pm
איך האב איבער געקוקט מיינע ארכיון און געפונען פילע בריוו וואס איך דארף אריין סקענען,
דאס איינציגסטע וואס איך האב יא אפגעפונען אויף מיין קאמפיוטער איז דער זעלטענער חותם וואס דער סקרענטאנער רב האט זיך אליין געלאזט באשטעלן.
- עטעטשמענטס
-

- scrantoner ruv.jpg (3.64 KiB) געזעהן געווארן 1315 מאל
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 12:05 pm
חחחח
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 1:35 pm
דא רעדט פון חתימות נישט פון חותמות.
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 10:09 pm
איך בעט זייער מען זאל פרובירן צו האלטן דעם אשכול צום נושא פארוואס עס איז געגרינדעט געווארן, און נאר ארויף לייגן חתי"ק פון די גדולי ישראל, איך גיי אריינלייגן נומערן ביי די וואס איך האב ארויפגעלייגט און איך וועל בעטן הרב מסקרענטאן זאל אויך פארזעצן מיט די נומערן ביי זיינע פון וואו מען האלט אין די רייע, אזוי וועט מען האבן א חשבון ווען מען רעדט פון א חתימה וועט מען קענען אנצייכענען ביים נומער.
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 10:15 pm
badatz האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:הרב בן הרחמן, צו ערשט א ייש"כ פאר די פתיחה, א חתימה פון א צדיק האט דאך פיל א גרעסערן שויות ווי בילדער, וואס מיינען באמת גארנישט און מ'צולייגט זיי לארכה ולרחבה.
איז דער מקור פון דעם הייליגן בעש"ט'ס חתימה קראנט, אדער איז עס ווי -אדער פון- די גניזה חרסונית?
ב''ה
החתימה בודאי לא אמת ...וכי הוא יחתום על עצמו בעל שם .
החתימה המקורית היא בבית האסיאטין על המכתב המפורסם שרצה לשלוח לגיסו הרה''ק ר' גרשון קיטעווער
לארץ ישראל עם התולדות ושל ''לא'' כתוב בע''ש והדברים ארוכים ומייגעים והרבה קולמסים נשברו כבר על זה .
הרב ביד"ץ
האם החתימה המקורית אשר כבודו מציין שנמצ בבית האסיטין, ניתן לפרסום, יש תמונה\צילום ממנו?
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 10:16 pm
badatz האט געשריבן:ב''ה
החתימה בודאי לא אמת ...וכי הוא יחתום על עצמו בעל שם .
החתימה המקורית היא בבית האסיאטין על המכתב המפורסם שרצה לשלוח לגיסו הרה''ק ר' גרשון קיטעווער
לארץ ישראל עם התולדות ושל ''לא'' כתוב בע''ש והדברים ארוכים ומייגעים והרבה קולמסים נשברו כבר על זה.
כבוד הרב בד"ץ אפשר קענט איר אהער פארשאפן דעם חתימה המקורית וואס איר דערמאנט?
אויך האב איך נישט פארשטאנען וואס איר האט געשריבן 'ושל "לא" כתוב בע"ש' דא ברויך אפשר שטיין 'ושם לא כתוב בע"ש', אויב איך האב גוט פארשטאנען דאן קוקט אויס אז דער עצם חתימה איז דער זעלבער נאר דארט איז נישטא צום סוף די ווארט בע"ש, האב איך גוט אפגעלערנט פשט?
--
יעצט זעה איך איינער האט אריינגעהאקט און בעט אויך די אנדערע חתימה
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 10:42 pm
בןהרחמן האט געשריבן:badatz האט געשריבן:ב''ה
החתימה בודאי לא אמת ...וכי הוא יחתום על עצמו בעל שם .
החתימה המקורית היא בבית האסיאטין על המכתב המפורסם שרצה לשלוח לגיסו הרה''ק ר' גרשון קיטעווער
לארץ ישראל עם התולדות ושם ''לא'' כתוב בע''ש והדברים ארוכים ומייגעים והרבה קולמסים נשברו כבר על זה.
כבוד הרב בד"ץ אפשר קענט איר אהער פארשאפן דעם חתימה המקורית וואס איר דערמאנט?
אויך האב איך נישט פארשטאנען וואס איר האט געשריבן 'ושם "לא" כתוב בע"ש' דא ברויך אפשר שטיין 'ושם לא כתוב בע"ש', אויב איך האב גוט פארשטאנען דאן קוקט אויס אז דער עצם חתימה איז דער זעלבער נאר דארט איז נישטא צום סוף די ווארט בע"ש, האב איך גוט אפגעלערנט פשט?
--
יעצט זעה איך איינער האט אריינגעהאקט און בעט אויך די אנדערע חתימה
ב''ה
לכבוד שנת המאתיים מפטירת הבעש''ט נבג''מ יצא לאור ספר עם מאמרים ע''י מוסד הרב ק.... ושם יש מאמר מאחד בשם מרגליות[לא ר' ראובן ]
אם זכרוני לא כוזב לי. וצילום מכל המכתב עם החתימה . אם היורשים שלי עוד לא התחלקו עם הירושה הספר הנ''ל עוד נמצא באוצרותי .אבדוק
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 11:04 pm
לאמיר דאן רעדן מיט די יורשים....
בן הרחמן,
איך פארשטיי נישט וואס איר זאגט מיט די ציפערן פון די חתימות, איך לייג דאך די זהיות מיט די חתימות בענעזאם.
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 11:15 pm
אין אוצר החכמה איז דא א ספר\קונטרס מיטן נאמען מכתבים מהבעל שם טוב ותלמידיו (י"ל ע"י ר' ירוחם מאיר ליינער מראדזין? שנת תרפ"ג), דארט האב איך געזעהן ווי ער איז מעתיק עטליכע בריוו פון הבעש"ט הק', און ביי אסאך פון די בריוון שטייט "יא" ביי חתימת הבעש"ט לבסוף די ווארט 'בע"ש'.
לעצט פאראכטן דורך
בןהרחמן אום דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 11:19 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 11:16 pm
נומערן זאלן די גבאים מאכן
איצטער די חתימות פון די הייליגע ברודער
דער הפלאה

- haflah.JPG (14.68 KiB) געזעהן געווארן 1028 מאל
דער רבי ר' שמעלקא פון ניקלשבורג
די חתימה איז זייער א לאנגע 'שמואל שמעלקא הלוי בקוראי שמו איש הורוויץ'
דער הייליגער בני יששכר זי"ע פון דינאב

- bnie.JPG (9.51 KiB) געזעהן געווארן 1028 מאל
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 11:18 pm
מיללער האט געשריבן:בן הרחמן,
איך פארשטיי נישט וואס איר זאגט מיט די ציפערן פון די חתימות, איך לייג דאך די זהיות מיט די חתימות בענעזאם.
קוק איבער מיינע ווערטער
בןהרחמן האט געשריבן:און איך וועל בעטן הרב מסקרענטאן זאל אויך פארזעצן מיט די נומערן ביי זיינע פון וואו מען האלט אין די רייע, אזוי וועט מען האבן א חשבון ווען מען רעדט פון א חתימה וועט מען קענען אנצייכענען ביים נומער.
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 11:27 pm
הה"ק רבי מאטעלע המגיד מטשערנאביל זי"ע

- tshernbl.JPG (10.2 KiB) געזעהן געווארן 995 מאל
הה"ק רבי יצחק ווארקער זי"ע

- vorka.JPG (6.43 KiB) געזעהן געווארן 995 מאל
פרייטאג אוגוסט 07, 2009 12:00 am
אין כת"ע התמים (תמוז תרצ"ה עמוד ה[ז]) האבן זיי א בילד פון א בריוו ששלח הבעשטה"ק להתולדות עם חתי"ק וואס זיי שרייבן אז דער ארגינעלער כת"י געפינט זיך אינעם אוצר הספרים פונעם מהריי"ץ מליובאוויטש, ושם חתם הבעש"ט (לפי מה שהעתיק סופר אחד ששמע קריאת המכתב מפי הצמח צדק) ישראל בש"ט.
איך לייג דא ארויף דעם בילד פונעם כת"י פונעם גאנצן מכתב (צוצגעצייכנט ווי די חתימה איז), דערנאך אביסל גרעסער די חתימה אליין, און צום סוף העתקת הכת"י שכתב הסופר הנ"ל.
- עטעטשמענטס
-

-

- bas't2.JPG (6.91 KiB) געזעהן געווארן 979 מאל
-

פרייטאג אוגוסט 07, 2009 12:03 am
אז עס ליגט בבית גנזי המהריי"צ איז דאס נישט פון די 'גניזה החרסונית'? דאס איז דאך היינו הך.