ר' אברהם יוסף אש אב"ד ביהמ"ד הגדול בניו יארק

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יוסלמאן

ר' אברהם יוסף אש אב"ד ביהמ"ד הגדול בניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

קודם שלום עליכם צו אייך חשובע קרעטשמע איינוואוינער! ס'איז מיר א כבוד און פארגעניגן צו פארברענגן מיט אייך. ס'איז טאעקע נישט די סאמע ערשטע תגובה אבער דאך די ערשטע אשכול. כ'בין אינגאנצן אפאר טאג אלט דא אויפ'ן קרעטשמע - קיינמאל פארדעם נישט געזעהן - און ס'איז נישטא קיין ווערטער, רייך, שיין, און איידעל.

הקיצור, זיך דרייענדיג דא אין קרעטשמע האב כ'ערגעץ געזעהן - קיין איינאונג ווי - אז איינער ברענגט איפארמאציע וועגן קינדער פונעם ערשטן רב אין ניו יארק הרה"ג רבי אברהם יוסף א"ש זצ"ל דער רב פון בית המדרש הגדול אין די איסט סייט. דער שרייבער (הלוואי ווען כ'דענק דעם ניק) האט דערציילט אז רב א"ש האט איבערגעלאזט עהרליכע דורות און זיי וואוינען היינט אין אמעריקע. ס'וואלט מיר געווען זייער וויכטיג צו וויסן מער איבער זיי און מער איבער זייער זיידע רב א"ש ז"ל.

זיין מציבה איז גראדע געווארן צוריקגעשטעלט דורך ר' יונה לאנדא און דארט איז איינגעקריצט די ארגינעלע נוסח אבער ס'דא אינפארמאציע וואס איז נישט אזוי קלאר. למשל ס'דא וואס זאגען אז ער איז געווען א קאצקער חסיד אבער זענען נישט זיכער דערמיט, רעדן מיט זיינע אייניקלעך קען שטארק בייהילפיג זיין.

כ'אפעליר צום חשובען שרייבערוואס האט דאס געשריבן: ביטע רופט איין אן ווארעם און גיבט אהער די אינפארמאציע.

א דאנק פון פאראויס,

יוסלמאן
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

כבוד הרב יוסלמאן
קודם שלום עליכם ויה"ר אז מיר זאלן זוכה זיין מקבל זיין פון אייך און איר פון אונז כל טוב בכלל ובפרט.

די אינפארמאציע איבער הרב אש'ס אייניקלעך קומט פון דעם וואס רב יונה לאנדא שרייבט אזוי אין זיין ביכל 'דער רב הכולל און זיין תקופה', דער אייניקל איז א חוזר בתשובה און איז נישט אריגינעל ערליך דערפאר גלייב איך נישט אז ער זאל האבן עפעס ספעציעלע אינפארמאציע וועלכע וועלן שטילן דיין נייגער.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

בן בוזי האט געשריבן:כבוד הרב יוסלמאן
קודם שלום עליכם ויה"ר אז מיר זאלן זוכה זיין מקבל זיין פון אייך און איר פון אונז כל טוב בכלל ובפרט.

די אינפארמאציע איבער הרב אש'ס אייניקלעך קומט פון דעם וואס רב יונה לאנדא שרייבט אזוי אין זיין ביכל 'דער רב הכולל און זיין תקופה', דער אייניקל איז א חוזר בתשובה און איז נישט אריגינעל ערליך דערפאר גלייב איך נישט אז ער זאל האבן עפעס ספעציעלע אינפארמאציע וועלכע וועלן שטילן דיין נייגער.


א שיינעם דאנק אבער איינער האט געשריבן עפעס מער. כ'האב גראדע אנגערופן ר' יונה, ער איז יעצט אויף וואקציע אין ניו העמפשיר, און ער זאגט אז ער ווייסט נישט פון קיינע אייניקליך וואס וואוינען אין אמעריקע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב געשריבען אין 'זכור ימות עולם' ביי די אמעריקאנע היסטאריע אביסל איבער די קהילה פון ביהמ"ד הגדול בראשות הרב אש, וויפיל איך האב געזעהן אין 'אוצר זכרונותי' פון י"ד אייזנשטיין.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ערכו באוצר ישראל
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_2591_252.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מצאתי מה שנכתב בעיתון 'המליץ' אחרי פטירת הרב אש בשנת תרמ"ז, ולפלא ששם נכתב שנפטר ביום יום ו' עש"ק י"ב אייר, ועל מציבתו נחרת שנפטר ביום כ"ה אייר (כמו שהעתקתי לעיל מערכו באוצר ישראל).

מצבתו המחודשת בקברים.קאם:
http://kevarim.com/rabbi-avraham-yosef-ash/

הנה הכתבה (אגב, אחד מהמספידים היה הרב שחור מבאסטאן שזה לא מכבר פתח ידידינו בן הבוזי אשכול אודותיו)
אטעטשמענטס
asha.png
asha.png (7.82 KiB) געזען 5520 מאל
Ash1.png
ash2.png
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דינסטאג דעצעמבער 21, 2010 4:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ס'וואלט שיין געווען ווען איינער קען צוצייכענען די שו"ת ווי ער ווערט דערמאנט, ווי שואל ומשיב און בית יצחק.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער בורשטיין האט דאכציך מו"ל געווען זיין אייגענעם ערשטן אידישן צייטונג אין נעוויארק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א קול קורא בנוגע צדקת אר"י אונטערגעשריבען דורך הרב א"ש בשנת תרמ"ד, מערקווידיג זענען אויך די נעמען פון הרב ר' משה וועכסלער (איבער וועם מיר האבן אן עקסטערןאשכול) און הרב קאנטראוויץ פון דא:
http://kevarim.com/rabbi-yeruchem-tzvi- ... antrowitz/
אטעטשמענטס
getimageCA1MTZ7Q.png
as2.png
as3.png
אוועטאר
קל_וחומר
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2008 6:25 pm
לאקאציע: אינעם נעץ

רב א"ש'ס יארצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קל_וחומר »

איך זעה א סתירה אינעם טאג פין זיין פטירה.
דער New York Times שרייבט אינעם צייטונג פון May 10, 1887 אז Memorial Services were held last evening וואס לויט hebcal.com קומט דאס אויס ט"ו אדער ט"ז אייר.
אין The History of the First Russian-American Jewish Congregation ברענגט ער his salary then being 25 dollars per month till his death May 6 1887
אויף די מצבה שטייט כ"ה אייר.

וועלעכס איז די ריכטיגע?
אז עס גייט נישט וויאזוי מ'וויל, דארף מען ווילן וויאזוי עס גייט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער האט געשריבן:מצאתי מה שנכתב בעיתון 'המליץ' אחרי פטירת הרב אש בשנת תרמ"ז, ולפלא ששם נכתב שנפטר ביום יום ו' עש"ק י"ב אייר, ועל מציבתו נחרת שנפטר ביום כ"ה אייר (כמו שהעתקתי לעיל מערכו באוצר ישראל).

מצבתו המחודשת בקברים.קאם:
http://kevarim.com/rabbi-avraham-yosef-ash/

הנה הכתבה (אגב, אחד מהמספידים היה הרב שחור מבאסטאן שזה לא מכבר פתח ידידינו בן הבוזי אשכול אודותיו)

אחרי ככלות הכל מוז זיין אז דער דאטום איז ריכטיג, ונפטר י"ב אייר תרמ"ז, ואייזענשטיין בחלומו טעה בשנה - ולאחריו טעו כותבים אחרים וחזרו על טעותו - וכבר כתב בהמאור בנוגע כתבת י.ד. אייזענשטיין על הרב אש כי טעה בכמה וכמה דברים.

ברויך מען אפירזוכן א טויטן שיין אדער די סעמעטערי רעקארד ויבררו הדברים על בורים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פון NY Herald דינסטאג May 10 1887 געשריבן אום מאנטאג.
ABRAHAM J. ASH
Rabbi Abraham Joseph Ash, one of the earliest
Settlers of Polish Jews in this country, and one of
the most prominent in American-Jewish history, died
yesterday at his residence, No. 54 1/2 Ludlow street
aged sixty-six years. He was born in Senjatisch,
Poland, came to this country thirty-six years ago,
and became one of the most remarkable Jews the
century has produced in this country, being esteemed
and authority upon ritualistic and dietary
laws both here and in Europe. Coming to this country
thirty-six years ago with no capital or friends.
he was compelled in order to gain a living to
shoulder a box filled with glass panes, which
he fitted. Into broken windows. Being always
studious he diligently applied himself after his
wearying day's work of walking the streets In search
of jobs to the Talmud and other religious books
within his reach. When he came to this country he
did not forget the early teaching he had received at
the old synagogue in his native land, and almost his
first act after his arrival was to gather a
few of his countrymen and form a congregation
to keep alive the ancient Jewish
faith. Through the Kindness of a friend
who donated $2000 they incorporated themselves
under the name of Beth Bamedrash, locating their
place of worship la Elm street, where Rabbi Ash
gave his services without reward. Increasing members
compelled them to move from place to place,
until they at last secured the Episcopal church at the
corner of Norfolk and Broome streets, where now a
large and wealthy congregation worships. For
many years no one could kill animals for food for
the Jews in the country without a certificate from
Rabhi Ash.
The funeral will take place to-day at two o'clock.
The Rev. H. P. Mendes, of the Nineteenth Street
Synagogue, will officiate.
אטעטשמענטס
NY Herald Tuesday May 10 1887.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נאך פון דעם זעלבן דינסטאג קענטליך אז די פטירה איז געוועזן זונטאג און די לוי' מאנטאג.
אטעטשמענטס
NY Herald May 10 1887.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאך אין די סעריע פון מכון 'תעלה ארוכה', גשעטעלט דעם דאטום ווי עס באלאנגט.

תודה רבה הרב פארשלאפן, שכרך הרבה מאד
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ווער וויל קומען זונטאג על קברו?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב ר' יונה מבאפאלאו יצ"ו ווידמעט א גרויס חלק פון זיין ערשטן חלק פון 'דער רב הכולל און זיין תקופה' לתולדות הרב אש ז"ל, דאס איז אין אמת'ן אן העתקה פון ארטיקלען וואס דער מחבר האט געהאט געשריבען פאר א לאנגע תקופה אין 'דער איד'.

בשעתו וואס ער האט געשריבען די ארטיקלען אין 'דער איד' האט ער אויך געשריבען אז הרב אש איז געווען דער ערשטער רב אין די נארפאלק סט. ביהמ"ד הגדול (דארט וואו דער רב הכולל איז שפעטער געווען רב).
די ווערטער האבן אויפגעוועקט דעם בעל המאור זאל זיך מיען, און ער אפגעראכטן א לענגערע ארטיקל חוזק מאכנדיג פון דעם היסטאריקער ר' יונה, און אים אנגרייפנדיג אז ער פארדרייט די יוצרות, אז הרב אש איז קיינמאל אין נארפאלק סט. שול נישט געוווען, עיין שםטעמו ונימוקו.

אלס הכרת הטוב פאר ר' יונה'ן וועלן מיר דא ברענגען סימוכין לדבריו, ולהצדיק את הצדיק, אי-בעית אימא ניו יארק טיימס ואי בעית אימא המגיד
http://www.jpress.org.il/Default/Script ... inuation=0
ביידע שרייבן קלאר ששימש כאב"ד ביהמ"ד הגדול ברחוב נארפאלק, ושרי ליה מארי' לזקנו של ידידינו הרב אמסל הי"ו.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דא איז די אריגינענעלע ארטיקל אינעם טיימס פון אוגוסט 17 1885 ד.ה. שנת תרמ"ה, ווען 'בית המדרש הגדול' פון לודלאו סט. בראשות פון הרב אש, האט מחנך געווען דעם נייעם 'בית המדרש הגדול' אויף נארפאלק סט.
http://query.nytimes.com/mem/archive-fr ... 5B8584F0D3
אטעטשמענטס
103632442.pdf
(49.9 KiB) געווארן דאונלאודעד 325 מאל
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ישר כח הרב מילער פאר די אינפארמאציע
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

.
אטעטשמענטס
IMG_0024.JPG
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

די אלטע מצבה ליגט אויפן קבר (אינטער'ן לעכט באקס)
אטעטשמענטס
IMG_0026.JPG
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

איך האב די זכי' אלץ בחור צו זיין אויפן ציון פונעם רב הכולל זצ"ל ביומ"ד, זייענדיג דארט האט דער רימונאב'ר רבי פון ב"פ אונז צוגעפירט צו די מצבה פון רב אש זצ"ל, האב איך דאן זיך אזוי ארומגעקוקט אויף די דערנעבענדע אלטע מצבות, האב איך געזען א אויפשריפט אויף מצבה, אינגאנצן אפאר מצבות אפגערוקט פון רב אש, מיט אזאלעכע געוואלדיגע תיאורים, אוואו 'למד תורה לשמה ממש', אינטערעסאנט צו זעען ווי דא האבן זיך געדרייט לייבן.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

נעכטן זייענדיג אויפ'ן ציון פון רב הכולל האבן מיר אנגעהויבן קריכן צום ציון פון רב אש ז"ל, מ'דארף היבש קריכן ביז דארט, אבער אזוי ווי ס'געווארן שפעט און מ'פארשפארט דעם בהי"ח אכט אזייגער האמיר זיך נישט אהינגעדראפעוועט, אבער מ'זעמיר שוין געווען דארט עטליכע מאל.

וואס איז אינטערסאנט איז וויאזוי מ'האט געטראפן דעם קבר צווישן אזויפיל אנדערע (דער רב הכולל אליין איז נישט אזא חידוש דאס טרעפן צוליב ס'איז מערקבאר דער גרויסער שטיין און דעם פלאץ ארום, דער חידוש איז געווען אז מ'האט עס געברענגט פארן ציבור און ס'איז אזוי אויפגעכאפט געווארן). ר' יונה זז"ג האט אריינגעלייגט אסאך ארבייט דערויף, ס'איז א שאד אז מער מענטשן גייען נישט ארויף צום ציון.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אויב ווייסט מען ווי צו גיין דאן איז עס ממש א שפאן, אט גיבט א קוק אויפן בייגעלייגטער מעפ.

דער רב הכולל ליגט לינקס אין סעקשאן 42 אויף מעין ראוד ביי די אינטערסעקשאן מיט מעיפל ראוד. אויף די רעכטע זייט (אויף מעין ראוד) זענען דא די סעקשאנס I J K L, אז מ'נעמט איינע פון די פעטה'ס צווישן די סעקשאנ'ס ביזן סוף מסתמא א 150-200 פיס טיף, ביי די ענד ליגט רב אש מיט די רוקן צו די פעטה (אויפן מעפ קען איך נישט אנצייגן פונקטליך וועלכע פעטה אבער מ'זאל זיך האלטן אויבן אויפן בארג), אבער ס'איז מערקוועדיג די לעכט קעסטעל, אויב זעסטו דאס נישט דאן פארקריך נישט, פראביר אן אנדערע פעטה.
אטעטשמענטס
union field.gif
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דער איד ליגט אויך דארט אין יענע חלקה, דערווייל קיין אינפארמאציע.
אטעטשמענטס
shlome tzvi aaronson.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שלמה אהרנסאהן, דענקט איר נישט אזא נאמען אינעם רב הכולל בוך?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”